☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » בת מצוה פון אסתר לאווען

בת מצוה פון אסתר לאווען

124 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4728
בלאט: 1 2 3

ידען » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 10:24 pm

· #149148
בת מצוה פון אסתר לאווען
אסתר לאווען האט געהאט א שיינע בת מצוה אין מאנטריאל און זי האט געהאט חשובה געסט.

די פארווערטס שרייבט עס זייער שיין און וויזוי זיי זענען זייער פאזיטיוו און זיי רעדען נישט אויף די חסידים יעצט.

<a class="postlink" href="http://yiddish.forward.com/articles/172666/a-unique-bat-mitzvah/">http://yiddish.forward.com/articles/172 ... t-mitzvah/</a>

ידען » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 10:26 pm

· #149152
געוויינטלעך, ווען אַ מיידל פּראַוועט איר בת־מיצווה אין שיל, שעפּן נחת אירע קרובֿים, פֿרײַנד און די אַנדערע מיטגלידער פֿון דער סינאַגאָגע. בײַ אסתּי לאָוענס בת־מיצווה אין מאָנטרעאָל האָבן אויך אָנגעקוואָלן אַ ספּעציעלע גרופּע געסט: צען ייִדן פֿון ניו־יאָרק, וועלכע זענען דערצויגן געוואָרן אין דער חסידישער וועלט, אָבער זענען שוין מער נישט קיין טייל דערפֿון. די גרופּע איז געקומען קיין מאָנטרעאָל, טאַקע בלויז כּדי משׂמח זײַן מיט אסתּי און איר משפּחה.

די סיבה פֿאַר זייער קומען איז, ווײַל די לאָוענס האָבן אַליין אַ מאָל געהערט צו אַ חסידישער קהילה, אָבער זענען מיט זעקס יאָר צוריק אַוועק פֿון דאָרט און האָבן זינט דעמאָלט זיך באַמיט מיט אַלע כּוחות אויפֿצושטעלן אַ נײַ לעבן אין מאָנטרעאָל. ס׳איז געווען אַ שווערע צײַט פֿאַר זיי, בפֿרט ווײַל דער טאַטע, יוחנן, איז אויף אינוואַלידן־פּענסיע [„דיסאַביליטי‟] צוליב אַן אויגן־קראַנקייט און די מאַמע, שפֿרה, האָט נאָך אַלץ נישט פֿאַרענדיקט אירע שטודיעס.

פֿון דעסטוועגן, טוען די עלטערן אַלץ מעגלעך, אַז זייערע פֿיר קינדער זאָלן קריגן אַ גוטע ייִדישע דערציִונג. זיי רעדן ווײַטער ייִדיש מיט זיי; שיקן זיי אין אַ ייִדישער טאָגשול, און מיט צוויי יאָר צוריק האָבן זיי זיך אָנגעשלאָסן אין דער רעקאָנסטרוקציאָניסטישער שיל „דורשי אמת‟. טאַקע דאָרט איז מיט צוויי וואָכן צוריק פֿאָרגעקומען די בת־מיצווה צערעמאָניע, וווּ אסתּי האָט סײַ געלייענט תּורה, סײַ אָפּגעהאַלטן אַ דרשה.

מיט אָנדערטהאַלבן יאָר צוריק האָט איר ברודער, חיים, דאָרט אויך געפּראַוועט זײַן בר־מיצווה, און פֿון דעמאָלט אָן איז ער געוואָרן איינער פֿון די רעגלמעסיקע תּורה־לייענער פֿון דער שיל.

די ניו־יאָרקער געסט, וועלכע ווייסן גוט דעם טעם פֿון אָפּשיידן זיך פֿון דער חסידישער וועלט, האָבן זיך נישט געקענט אָפּוווּנדערן סײַ פֿון אסתּיס פֿעיִקייטן, סײַ פֿון איר משפּחהס זיך פֿילן היימיש אין דער מאָדערנער אַמעריקאַנער סינאַגאָגע. „די גאַנצע זאַך איז מיר געווען זייער אינטערעסאַנט,‟ האָט באַמערקט אַרי מאַנדעל, אַ 30־יאָריקער געוועזענער חסיד, וועלכער שטודירט הײַנט אינעם „ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט‟. „כ׳בין זייער נתפּעל געוואָרן פֿון דער משפּחה, ווי קלוג און צופֿרידן זיי זענען, און אויך פֿונעם בת־מיצווה מיידל, אסתּי, ווי זי האָט געזונגען, געלייענט, געמאַכט קונסט… זי פֿירט אַפֿילו אַ בלאָג! ממש אַ ׳פֿײַערקרעקער׳!‟

שפֿרה און יוחנן לאָוען מיט זייערע קינדער — נעכטן און הײַנט

אין איר דבֿר־תּורה האָט אסתּי דערציילט וועגן די שוועריקייטן, וואָס איר משפּחה האָט איבערגעלעבט בײַם פֿאַרלאָזן די חסידישע וועלט. זי האָט אָבער אויך דערמאָנט די חכמה פֿון איר עלטער־זיידן, וועלכער איז געווען אַ רבי. אין שײַכות מיט דער טעמע פֿון דער פּרשה „כּי תבֿוא‟ — ווי גאָט וואָרנט וועגן די קללות, וואָס וועלן קומען אויף די ייִדן, טאָמער זיי וועלן זיך אויפֿפֿירן שלעכט, און די ברכות וואָס זיי וועלן באַקומען, אויב זיי פֿירן זיך לײַטיש — האָט אסתּי דערקלערט, ווי אַזוי איר עלטער־זיידע האָט תּמיד געפּרוּווט ווײַזן זײַנע חסידים דאָס גוטס אין לעבן, אַנשטאָט דעם שלעכטס, און דערפֿאַר האָט ער אויסגעטײַטשט אַלע קללות אין דער פּרשה ווי ברכות.

„דאָס איז אַ וויכטיקער משל, פֿון וועלכן מיר קענען זיך אַלע אָפּלערנען: דאָס לעבן איז צו קורץ צו פּטרן עס אויף נעגאַטיווע זאַכן. מיר דאַרפֿן תּמיד אויסזוכן די ברכות,‟ האָט אסתּי דערקלערט. „דערפֿאַר האָב איך באַשלאָסן, פֿאַר מײַן בת־מיצווה־פּראָיעקט, צו גרינדן אַ בלאָג akidyetnotkidding.blogspot.com וווּ איך וועל דערציילן וועגן מײַן געשיכטע מיט מײַנע אייגענע ווערטער, און אַזוי וועל איך פּרוּוון העלפֿן אַנדערע מענטשן, וועלכע מאַכן דורך אַן ענלעכע זאַך,‟ האָט זי געזאָגט.

אסתּיס תּורה־לייענען האָט שטאַרק אויסגענומען בײַ די ניו־יאָרקער געסט. „זייער אַ געראָטן מיידל, זייער באַחנט… מע קען זען, אַז זי האָט אַ סך פּאָטענציאַל,‟ האָט באַמערקט ליבי פּאָלאַק, אַ 25־יאָריקע פֿרוי, וואָס איז אַליין אַוועק פֿון דער חסידישער וועלט, און איז הײַנט אַ באַליבטע פֿיגור בײַ דער וואַקסנדיקער גרופּע OTD‘s (די ייִדן, וועלכע האָבן פֿאַרלאָזט די חסידישע קהילה) אויף „פֿייסבוק‟.

„כ׳האָב געשעפּט נחת, וואָס זי לייענט תּורה אַזוי שיין, הלוואי וואָלט איך עס אויך געקענט,‟ האָט ליבי געזאָגט. „אַנשטאָט צו גיין אין אַ טראַדיציאָנעלער חסידישער שול, טראָגנדיק געפֿלאָכטענע צעפּ, איז זי פֿרײַ צו טאָן אַלץ וואָס זי וויל. שטייענדיק דאָרט בײַ דער בימה, האָט זי מיר אויסגעזען ממש ווי אַ פּרינצעסין.‟

„און נאָך אַ זאַך,‟ האָט ליבי צוגעגעבן. „כ׳בין מוראדיק אַנטציקט פֿון די לאָוענס, ווײַל איך האַלט, אַז זיי מאַכן אַ געוואַלדיקן קידוש־השם פֿאַר די אָפּגעפֿאָרענע משפּחות. מענטשן האָבן תּמיד ליב צו טײַטלען מיטן פֿינגער און זאָגן, אַז יעדער וואָס זאָגט זיך אָפּ פֿון דער חסידישער וועלט, איז משוגע. און דאָ זעט מען ווי שיין מע קען דערציִען ייִדישע קינדער, אַפֿילו ווען מ׳איז מער נישט חסידיש. איך פֿאַרשטיי שפֿרהן גוט, ווײַל איך וואָלט אויך געוואָלט, אַז ווען איך וועל האָבן קינדער, זאָל איך רעדן מיט זיי ייִדיש, אַפֿילו אויב איך גיב זיי אַ סעקולערע דערציִונג.‟

„אסתּי איז געווען פּרעכטיק,‟ האָט באַמערקט דער ראַבינער פֿון „דורשי אמת‟, ראָן אייגען. „איר אַרויסרייד פֿון לשון־קודש איז אויסגעצייכנט, און זי האָט זייער אַ זיס קול. זי האָט געטאָן אַזאַ גוטע אַרבעט, אַז מיר האָבן זי געבעטן לייענען הפֿטורה פֿאַרן צווייטן טאָג ראש־השנה, און זי האָט עס באַוויזן, אין בלויז 1־2 וואָכן.‟

הגם די לאָוענס זענען איצט געטרײַע מיטגלידער פֿון דער שיל, האָט שפֿרה לכתּחילה זיך נישט געוואָלט אָנשליסן אין קיין שיל. „כ׳האָב שוין געהאַט אויפֿגעגעבן די האָפֿענונג, אַז איך וועל נאָך געפֿינען אַ קהילה, וווּ איך פֿיל זיך באַקוועם,‟ האָט שפֿרה געזאָגט. אָבער נאָך דעם ווי יוחנן האָט באַקומען אַ פֿאַרבעטונג צו באַזוכן „דורשי אמת‟, איז עס אים אַזוי געפֿעלן געוואָרן, אַז ווען ער איז אַהיימגעקומען האָט ער געזאָגט זײַן פֿרוי: „דו מוזסט קומען, ׳עסט עס ליב האָבן!‟

„בין איך געגאַנגען, און ס׳איז מיר טאַקע שטאַרק געפֿעלן געוואָרן,‟ האָט שפֿרה געזאָגט. „דער פֿאָקוס איז נישט אויף ריטואַל, נאָר אויף מענטשן, אויף ׳קאָמיוניטי׳ (קהילהשאַפֿט). ס׳איז תּמיד געווען מײַן חלום צו ווערן אַ טייל פֿון אַ ׳קאָמיוניטי׳.‟

די געוועזענע חסידים, וועלכע זענען געקומען צו דער פֿײַערונג, פֿאַרשטייען גוט די געשיכטע פֿון אסתּיס משפּחה

ס׳איז אפֿשר נישט קיין צופֿאַל, אַז ראַבינער אייגען איז אַ גרויסער ליבהאָבער פֿון ייִדיש, און האָט די פֿאַרגאַנגענע צוויי זומערס זיך געלערנט ייִדיש אין תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט. נאָכן הערן אַ לעקציע פֿאַראַיאָרן וועגן ש. אַן־סקיס עקספּעדיציעס אין די ייִדישע שטעטלעך פֿון רוסלאַנד און אוקראַיִנע, האָט ער אַליין געגעבן אַ דרשה ראש־השנה וועגן ש. אַן־סקי, און הײַיאָר האָט ער געגעבן אַ ראש־השנה־דרשה וועגן זײַן אייגענעם לערנען זיך ייִדיש. „אין ביידע פֿאַלן, איז דאָס געווען אַ מין תּשובֿה־טאָן,‟ האָט אייגען באַמערקט.

דערצו פֿירט די שיל דורך פֿינף מאָל אַ יאָר אַ „פֿאַרברענגען‟, וווּ איינער לייענט פֿאָר אַ דערציילונג אויף ייִדיש, בעת די צוהערער פֿאָלגן נאָך מיט דער איבערזעצונג; דערנאָך דיסקוטירט מען די מעשׂה אויף ענגליש. „דאָס ערשטע מאָל האָבן מיר געלייענט אַ מעשׂה פֿון אַבֿרהם רייזען; דאָס צווייטע מאָל — אַ דערציילונג פֿון שלום־עליכם, און דאָס דריטע מאָל — פֿון אַן־סקי.‟

פֿון צײַט צו צײַט קומען זיך אין שיל צונויף מענטשן אין די 30ער און 40ער צו זינגען ייִדישע לידער אויף אַ געוויסער טעמע: איין מאָל זענען זיי געווען שבת־לידער, אַן אַנדערט מאָל — ליבע־לידער. ראַבינער אייגענס באַליבטסט ייִדיש ליד: „די סאַפּאָזשקעלעך‟.

אַחוץ זײַן פּערזענלעכער ליבשאַפֿט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, זעט אייגען אויך אַ פּראַקטישע סיבה פֿאַר אַרײַנברענגען ייִדיש אין דער שיל. „איך שטעל זיך פֿאָר, אַז עס זענען דאָ אַ סך מער מענטשן ווי די לאָוענס, און איך מיין ס׳איז כּדאַי זיי מקרבֿ צו זײַן. ס׳איז דאָ אַ סך שיינקייט אין דער ייִדישער קולטור, און איינער פֿון מײַנע חלומות איז, צו ווײַזן די ייִדן, וואָס האָבן פֿאַרלאָזט די חסידישע וועלט, אַז זיי קענען זיך דאָ פֿילן אין דער היים.‟

ידען » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 10:28 pm

· #149154
אמאל און היינט
📎 image.jpg

קאמענטירער » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 10:42 pm

· #149182
א גאנצע משפחה האבען אויף איינמאל באשלאסען צו טוישען דירעקשאן אף לייף? וואס איז געשען?

קאווע טרינקער » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 10:43 pm

· #149184
קוק ווי פארכמארעט די "BEFORE" בילדער זעהן אויס, און ווי שמייכעלדיג די AFTER בילדער זעהן אויס.

קאווע טרינקער » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 10:46 pm

· #149190
[ציטאט אראפגענומען]

נעה, נישט אזוי ענטפערט מען... וכן צריך לומר:
יא, יא, די חברה.. מאכן זיך פריילעך.... ס'זאל אויסקוקען גוט... (אריין אין אויסגעדראשענע אשכול..)

outspoken » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 10:58 pm

· #149204
ס'רייסט שטיקער.

משה געציל » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 10:58 pm

· #149205
קוק גוט וועסטו זען אז אונטער דעם אמאליגן ברעדה איז דא א אמת'ן וגילו, משא"כ אונטערן היינטיגן דרויסענדיגן וגילו זעט מען קלאר אן א אינערליכע ורעדה.. עי' עורך אווארטאתא קאווע טרינקערתא.

berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 11:50 pm

· #149268
ידען
אסתר לאווען האט געהאט א שיינע בת מצוה אין מאנטריאל און זי האט געהאט חשובה געסט.

די פארווערטס שרייבט עס זייער שיין און וויזוי זיי זענען זייער פאזיטיוו און זיי רעדען נישט אויף די חסידים יעצט.

<a class="postlink" href="http://yiddish.forward.com/articles/172666/a-unique-bat-mitzvah/">http://yiddish.forward.com/articles/172 ... t-mitzvah/</a>

סטאננינג! די מרס. לאוען האט סוקסעספול געמאכט דעם טויש פון א שפיצל לעידי צו א מאדערנע פרוי. אבער איהר מאן יוחנן, ביי איהם איז נאך פארבליבן א ביסל פון דעם חניוק'ישקייט. ער קען נאכאלץ נישט אנבינדן א "טיי" געהעריג.

דעת תורה » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 1:57 am

· #149353
איך בין אביסל צומישט. לאווען, כאטש איך ווייס נישט פאר א פאקט, איז אבער גאנץ אנגענומען אז ער איז א כופר ממש. ארי מאנדעל האט געזאגט אין א אינטערוויו צום פארווערטס (ביי א או טי די מאלעסטעישאן פראטעסט נעבן די ווילי ארמארי כ"א כסליו ע"ג {שנת מהר"א...}) אז ער איז א כופר און גלייבט נישט אין גארנישט. פארשטייט מען אז לאווען האט געפילט אז ער קען נישט לעבן קיין פאלש לעבן, זיך ווייקן ביי א רבי'ן וואס דינט דעם אויבערשטן, אמער ער גלייבט דאך נישט אין אים (רח"ל). ממילא האט ער אריין געלייגט גרויסע כוחות אין איבערצייגן - איבעררעדן עקשטשולי - דאס ווייב אז וואס ער האלט איז ריכטיג. וואס איז פלוצלינג דאס לאנדן אין א עטוואס רעליגיעזן טעמפל? אויב דער אויבערשטער איז נישט אזוי פרום, ער פארלאנגט נאר רעקאנסטרוקציאנעלער אידישקייט, עקזיסטירט ער פלוצלינג יא? וואס איז די פשט פון ליינען אין די תורה?

יואב » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:59 am

· #149367
דעת תורה

כ' ווייס נישט ווי ווייט דו ביזט צומישט, און צו שרייבן אין די לענג און אין די ברייט האב איך נישט קיין געדולד. אלזא וועל איך אויפן שפיץ פינגער פראבירן אויסצוקלארן אביסל.

"כופר ממש" וויאזוי ס'ווערט דעפינירט ביי "אונז", איז איינער וואס גלייבט נישט אין די דרייצן אני מאמין'ס. דאס הייסט ס'איז דא רעכטס, און דאן לינקס. דאס הייסט אויך אז מיר שטעלן אריין אין איין קאטעגאריע אלצדינג וואס גלייבט נישט אין אלעס וואס מיר ברויכן גלייבן. (אקעי אויף דעם קען מען באזונדער דעבאטירן וואס אונזער פליכט פון גלייבן שליסט אלץ איין) דאס איז כופר, אפיקורס, אא"וו. דאס קען זיין פון אן אידיש רעליגעזן שטאנדפונקט אמת, אבער אינעם פראקטישן וועלט איז דאס שטארק צוטיילט צו פילע קאטעגאריעס, צו אפילו אדער דווקא נישט א קאטעגאריע.

פון נישט גלייבן אז תורה מן שמים הוא (Divine origin), ביז זיין א פולשטענדגער 'עטהיעסט' איז פארהאן פילע וועגן פון טראכטן, צאללאזע טיטולן פאר אזאנע מהלכים, און אסאך פראקציעס פון אקטועלע פראקטאצירונג גרופעס. סיי וואס געבן זיך אן אידיש דירעקט, צו וואס גיבן זיך אן צו אנדערע רעליגעזע גרופעס, אדער צום רעליגיעזן געדאנק בכלל.

פון א מער סך הכל'דיגן בילד הייסט דאס אז בעת באנונז איז געבינדן גאט, תורה שבכתב ובעל פה, יענער וועלט, און פילע אנדערע זאכן צוזאמען, וואס אויף דעם איז דא אדער גלייבט מען--און דאס איז קאטעגאריע א'--אדער גלייבט מען נישט--און דאס איז קאטאגאריע ב', איז דאס זייער א ברייט און פארשידענארטיג פעלד אינדרויסן פון אונזערע ראמען.

איך ווייס נישט איבער לאווען דירעקט, אבער איך קען דיר מסביר זיין אז דיינע קשיות מוזן בכלל נישט זיין קשיות. קודם כל אפילו אויב זאל ער זיין א פולשטענדיגער עטיעסט—וואס כ'ווייס בכלל נישט צו ער איז—קען ער נאך אלץ באלאנגן צו א געוויסע געזעלשאפט אפילו אלס מהלך החיים (ווי אסאך היימישע וואס גלייבן נישט און דרייען זיך בתוכינו) און כל שכן דא וואו זיין געזעלשאפט פארלאנגט בכלל נישט ער זאל משעבד זיין זיין פערזענדליכע מיינונג צו זייער מהלך.

צוויינס, ריקאנסטראקשעניסט אידן גלייבן נישט אז תורה קומט פון גאט, און האלטן נישט אז הלכה דיקטירט די מהלך החיים. זיי שעצן אידישע טראדיציע, פייערן ימים טובים, אבער האלטן ס'ברויך זיך צושטעלן צו א מאדערענעם לעבן, און ס'ברויך ווערן מייסענס געפירט פון א צעוויליזירטן מערב וועלט גאנג, און נישט מיט געדאנקן גאנג פון אמאל.

אלזא צו דיינע קשיות.
"לאווען", ס'מוז בכלל נישט זיין ער איז אן עטיעסט, און אפילו אויב ער איז יא, איז נישט קיין שום פראבלעם מצד זיינע השקפות ער זאל זיך אריינפאסן צו א געזעלשאפט וואס פארלאנגט גאר זאכן, און כל שכן צו א ריקאנסטרוקצינאלן געזעלשאפט. א מהלך החיים, מיט גלייבן און טראכטונגען, מוזן נישט גיין צוזאמען.

צווייטנס ער האט געהאלטן אז זיינע קינדער זאלן נישט לעבן די וועג וויאזוי ער איז אויפגעצויגן, ד.ה. סיי די גלויבן, און מער אזוי די ערציהונג, דאס האט ער טאקע געטוישט. זיינע קינדער קריגן א סעקולערן ערציהונג, און זיי ווייקן זיך נישט ביים רבי'ן טיש וויאזוי דו האסט דאס אראפגעלייגט.

דריטנס אפילו ער האלט יא גענוי ווי די ריקאנסטרוקטאלע אידן (וואס ס'קוקט מיר בכלל נישט אויס דא מיינט מען אמונה סטיל "גלייבן", נאר ליבערשט א שניט אין א מהלך החיים מיט דירקטע אידענטיפעצירונג מיטן אידישן פאלק) איז ליינען אין די תורה איהם גארנישט מחייב מטעם גלייבן אין העכערס.

ווי אויך קענסטו זעהן פונעם פארווארטס ארטיקל, אז בעת זיי זענען פשוט געגאנגן פאראויס מיט זייער אייגענעם שניט, און האבן זיך מסדר געוועזן צו געבן א סעקולערן ערציהונג פאר זייערע קינדער, האט ער פארבעטן זיין ווייב זאל אריבערקומען זעהן צו זי וועט זיין צופרידן פון דער קומיונטי, נישט אלס רעליגעזן זאך, נאר דווקא אלס א געזעלשאפט.

געפילטע פיש » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 10:23 am

· #149420
יואב, דו האסט גרויסע שפיץ פינגער...
אבער לעצם הענין, ריקאנסטראקשעניסט יודישקייט גלייבט נישט אין א פערזענליכע גאט, ממילא איז ער, לשיטתם, גארנישט מחייב.

ברסלבער » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 10:27 am

· #149421
שלא מן הענין. איך וויל שוין לאנג פארשטיין פארוואס די חברה זענען אינטערסירט אין די יידישע שפראך. זיי זוכן דאך זיך אפצושיידן און פארגעסן פון זייער פארגאנגענהייט? איין תירוץ קען אפשר זיין דאס וואס דער פארווערט שרייבט:
ידען
„איך שטעל זיך פֿאָר, אַז עס זענען דאָ אַ סך מער מענטשן ווי די לאָוענס, און איך מיין ס׳איז כּדאַי זיי מקרבֿ צו זײַן. ס׳איז דאָ אַ סך שיינקייט אין דער ייִדישער קולטור, און איינער פֿון מײַנע חלומות איז, צו ווײַזן די ייִדן, וואָס האָבן פֿאַרלאָזט די חסידישע וועלט, אַז זיי קענען זיך דאָ פֿילן אין דער היים.‟

אבער איך האב ביז יעצט געמיינט אז זיי זענען בכלל נישט אינטערעסירט מיט צו נעמען נאך מענטשן מיט זיך.

הוגה » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 11:06 am

· #149436
outspoken
ס'רייסט שטיקער.

פארוואס? ווייל זיי זענען אנדערש ווי דיר? ווייל דו ווילסט אויך? ביטע ערקלער.

טאמבל סאס » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 12:21 pm

· #149460
ברסלבער

ידען
„איך שטעל זיך פֿאָר, אַז עס זענען דאָ אַ סך מער מענטשן ווי די לאָוענס, און איך מיין ס׳איז כּדאַי זיי מקרבֿ צו זײַן. ס׳איז דאָ אַ סך שיינקייט אין דער ייִדישער קולטור, און איינער פֿון מײַנע חלומות איז, צו ווײַזן די ייִדן, וואָס האָבן פֿאַרלאָזט די חסידישע וועלט, אַז זיי קענען זיך דאָ פֿילן אין דער היים.‟

אבער איך האב ביז יעצט געמיינט אז זיי זענען בכלל נישט אינטערעסירט מיט צו נעמען נאך מענטשן מיט זיך.

פארקערט! ער זוכט גאר מקרב צו זיין אוועקגעפאלענע זיי זאלן זיך שפירן צוריק אינדערהיים. כאפסט נישט?

ברסלבער » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 12:35 pm

· #149462
קען זיין. איך זעה דאך אז עס האט טאקע געהאלפן אז אנשטאט דער לאווען זאל אינגאנצן אפלאזן אידישקייט האט ער דורך דעם ראביי כאטש עפעס א שייכות מיט אידישקייט.
אבער איך רעד נישט דוקא פון אים, נאר וואס איז בכלל די מאוומענט ביי אסאך פון די חברה צו קענען און רעדן יידיש. (למשל די פעסקופ גרופע "חסידיש אידיש").

חזקיהו המלך » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 1:38 pm

· #149470
א פרוי שטייט דארט פאר א ספר תורה בגילו ראש ?!, אוי וויי, א חילול הקודש,

די חברה דארפען זיך אויסלערנען, ווילסט ווערען א משומד, נו ס'איז איין פראבלעם, אבער מיש נישט קודש מיט חול, רעד דיר נישט איין אז דער באשעפער איז אינטערעסירט אין דיין עולה זיין לתורה,

ולרשע אמר אלקים מה לך לספר חוקי, אדער ביסטע א יוד על פי תורה, אין אז נישט גייט אייך, און זייט נישט מחלל די תורה הקדושה מיט דיינע שמוץ,

די קאנסערוואטיווען, די האלבע יודען זיי זענען די בראך, זיי קלאפען זיך נאך די בייכער אז זייער ווייב איז א רב אין די מאן גייט הגבה אין די פרוי גלילה, זיי זענען נאך רעליגיעז ...., זיי דינען דעם באשעפער דורעך טוהן קעגען זיין רצון .......,

אין די פרוי דארט האט נאך א טלית מיט א קאפל ......, זי קען זיך אנטוהן צעהן טליתים ס'וועט גארנישט העלפען, אין גיהנום שלעפט מען אראפ די טליתים...., סארא חוצפה, לאז חאטשיג די ספר תורה צירוה,

די בעסטע וועג מיט די רעפארמער איז געווען א טאטאלע טיילונג, מיר ווילען אייך נישט קענען אין פארטיג, אזא געמישעכץ איז געווען א צרעת מממארת פאר כלל ישראל, ס'האט געריסען שטיקער, איז בעט מען זיי, אדער זייט אידען על פי תורה, אין טאמער נישט ביטע קריכט אראפ פין אונזער תורה, אין גייט אייך , אין שפייט'ס חאטשיג נישט דעם באשעפער אין פנים אריין מיטען נאך עולה זיין לתורה ......,

וה' ירחם על פלטת עמו, אמן.

קאמענטירער » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:37 pm

· #149485
ספאנגט זיך נישט אן..
די ספר תורה האט נישט קיין קדושה עס האט א דין פון ס״ת שכתבו מין...

די טלית איז נישט קיין טלית סאיז א שמאלע שאליק....

די מאן איז נישט קיין מאן קיינמאל נישט כשר חתונה געהאט רח״ל...

קיין גילו ראש איז עס אויך נישט וויבאלד סאיז בכלל ניט קיין קאפ...ת

עסקן בדברים » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:51 pm

· #149492
Shifra Kreindel Lowen wrote many famous Yiddish songs which are still taught in the chasidish girls' schools, including "bas yisroel"

בעריש » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 4:15 pm

· #149518
הוגה
outspoken
ס'רייסט שטיקער.

פארוואס? ווייל זיי זענען אנדערש ווי דיר? ווייל דו ווילסט אויך? ביטע ערקלער.

אנאנדער אפשען קען אפשר זיין אז ער איז נאך אלד סקול פון די וואס באדערט אז עימיצער פאלט אוועק (חיוב ערבות?)

הוגה » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 8:19 am

· #149643
בעריש
הוגה
outspoken
ס'רייסט שטיקער.

פארוואס? ווייל זיי זענען אנדערש ווי דיר? ווייל דו ווילסט אויך? ביטע ערקלער.

אנאנדער אפשען קען אפשר זיין אז ער איז נאך אלד סקול פון די וואס באדערט אז עימיצער פאלט אוועק (חיוב ערבות?)

היינו הך.

outspoken » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 8:29 am

· #149645
ווייל כ'האב שייכות מיט די משפחה.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 8:47 am

· #149647
ברסלבער
שלא מן הענין. איך וויל שוין לאנג פארשטיין פארוואס די חברה זענען אינטערסירט אין די יידישע שפראך. זיי זוכן דאך זיך אפצושיידן און פארגעסן פון זייער פארגאנגענהייט? איין תירוץ קען אפשר זיין דאס וואס דער פארווערט שרייבט:
ידען
„איך שטעל זיך פֿאָר, אַז עס זענען דאָ אַ סך מער מענטשן ווי די לאָוענס, און איך מיין ס׳איז כּדאַי זיי מקרבֿ צו זײַן. ס׳איז דאָ אַ סך שיינקייט אין דער ייִדישער קולטור, און איינער פֿון מײַנע חלומות איז, צו ווײַזן די ייִדן, וואָס האָבן פֿאַרלאָזט די חסידישע וועלט, אַז זיי קענען זיך דאָ פֿילן אין דער היים.‟

אבער איך האב ביז יעצט געמיינט אז זיי זענען בכלל נישט אינטערעסירט מיט צו נעמען נאך מענטשן מיט זיך.

די גאנצע ארטיקל, בענין יידיש איז כוזב ושקר. די לאווין'ס רעדען יידיש ווייל דאס איז די "איינציגסטע" שפראך וואס זיי האבן געקענט ביז די 30.
דער פארווערט האט זיך איר אינטערעסע, צו ווייזן כאילו אז אפלאזן רעליגיע האט גארנישט מיט אפלאזן דעם הייליגען יידישע שפראכע

ברסלבער » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 10:03 am

· #149657
קאווע טרינקער
די גאנצע ארטיקל, בענין יידיש איז כוזב ושקר. די לאווין'ס רעדען יידיש ווייל דאס איז די "איינציגסטע" שפראך וואס זיי האבן געקענט ביז די 30.
דער פארווערט האט זיך איר אינטערעסע, צו ווייזן כאילו אז אפלאזן רעליגיע האט גארנישט מיט אפלאזן דעם הייליגען יידישע שפראכע

דאס וויל איך טאקע פארשטיין. וואס האט דער פארווערט וכת דילהון פון די הייליגע יידישע שפראכע, וואס ציעט זיי דערצו?

קול דודי » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 11:03 am

· #149680
ברסלבער
קאווע טרינקער
די גאנצע ארטיקל, בענין יידיש איז כוזב ושקר. די לאווין'ס רעדען יידיש ווייל דאס איז די "איינציגסטע" שפראך וואס זיי האבן געקענט ביז די 30.
דער פארווערט האט זיך איר אינטערעסע, צו ווייזן כאילו אז אפלאזן רעליגיע האט גארנישט מיט אפלאזן דעם הייליגען יידישע שפראכע

דאס וויל איך טאקע פארשטיין. וואס האט דער פארווערט וכת דילהון פון די הייליגע יידישע שפראכע, וואס ציעט זיי דערצו?

אפשר קולטור? פארוואס שטודירט מען שעיקספעיר? פארוואס האבן די פראנצויזן גאנצע אינסטיטוציעס אויף צו שטודירן און פארבעסערן און פראמאט"ן די פראנצויזישע ליטעראטור און שפראך (און די ענגליש די ענגלישע ליטעראטור און שפראך)?

איך זעה נישט אז ס'זאל זיין אזוי שווער צו פארשטיין אזש מ'זאל דארפן זיכן עפעס א טעם הכמוס הידוע רק ליודעי חן.

טאמבל סאס » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 11:50 am

· #149695
נאך וויל איך וויסן. וויאזוי איז עס פלוצלונג געווארן די הייליגע אידישע שפראך? און נאך יידישע אויכעט...
עפעס נאר מיר חסידים באלבאטעווען דערויף?

ריינער » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:29 pm

· #149711
האט די לאווען משפחה געוואונט אין טאהש פארדעם?

איז זי דער מחבר פונעם באקאנטן אידישן ניגון "הערצעלע מיינס די האסט א וואונדער קראפט אין דיר"........??

עסקן בדברים » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:48 pm

· #149723
יא

ריינער » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:57 pm

· #149732
איך ווייס נישט צו ס'קומט דא אריין, אבער ווען מ'קוקט צוריק זעהט מען אז זייער אסאך פון די וואס לאזן אונז איבער האבן א געוואלד מיט אינהאלט אין זיך, סיי די ניגונים וואס זי מרס, לאווען האט געמאכט, און ס'געווארן אזוי אויפגעכאפט ביי כלל ישראל, דאס ווייזט אויף עפעס. צו ליבי פאללאק וואס איז מלא מיט.. איך ווייס אליינס נישט וואס. צו שאולי גראסמאן וואס איך פערזענליך האט מיטגעהאלטן צוויי פון זיינע בחורישע יארן, ער איז געזיצן ביי א גמרא און געהאקט שטיקער, געווען פון די בעסטע בחורים אויב נישט 'די בעסטע ' בחור פון זיין שיעור. און נאך אסאך, זיי זענען נישט קיין סתם טיפשים, סאו וואס מיינט דאס???? טאקע וויל זייער נשמה פאדערט און מאנט פון זיי אזוי סאך פלאצט עס און מ'קומט אן דארט????

עסקן בדברים » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 1:49 pm

· #149751
קען זיין אזויווי דער ווילנער גאון אין חתימת היימישער ליטוואק

טאמבל סאס » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 2:04 pm

· #149754
איז לאמיך פארשטיין, די אלע זענען גוטע מענטשן, האבן עס אמת'דיג געמיינט, געארבעט אויף זייערע מדות, אויפגעטוהן פאר אידישקייט, און דאס איז זייער שטראף וואס זיי באקומען? אז זיי פארן אפ פון אידישקייט??
פארוואס פירט נישט השי"ת צו אז דייקא די שלעכטע מענטשן זאלן אפפארן?

עסקן בדברים » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 2:16 pm

· #149755
אפשר מיינט דער גר"א אז די מינים און חוטאים ווערן נאכדעם גוט בטבע. און ער רעדט נישט פון מענטשן אזויווי ריינער האט גערעדט (ודלא כמו שכתבתי לעיל)

יידל » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 2:22 pm

· #149757
ט"ס, איזה צואת שור. האסט פארגעסן פון בחירה? קומסט פאר ווי די מעלות פאריגן חודש, זייער תורה'דיגע שאלה איז געווען "וויאזוי האט מען מן שמיא צוגעלאזט אז דער געטליכער תנא ר' עקיבא זאל נכשל ווערן אין בר כוכבא?". און וויאזוי האט מען מן השמים צוגעלאזט אז דער געטליכער תנא אלישע בן אבויה זאל גיין OTD? און וויאזוי האט מען מן השמים צוגעלאזט אז דער געטליכער כה"ג ר' יוחנן זאל ווערן א צדוקי?

סאשי פיש » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 2:23 pm

· #149758
ריינער
איך ווייס נישט צו ס'קומט דא אריין, אבער ווען מ'קוקט צוריק זעהט מען אז זייער אסאך פון די וואס לאזן אונז איבער האבן א געוואלד מיט אינהאלט אין זיך, סיי די ניגונים וואס זי מרס, לאווען האט געמאכט, און ס'געווארן אזוי אויפגעכאפט ביי כלל ישראל, דאס ווייזט אויף עפעס. צו ליבי פאללאק וואס איז מלא מיט.. איך ווייס אליינס נישט וואס. צו שאולי גראסמאן וואס איך פערזענליך האט מיטגעהאלטן צוויי פון זיינע בחורישע יארן, ער איז געזיצן ביי א גמרא און געהאקט שטיקער, געווען פון די בעסטע בחורים אויב נישט 'די בעסטע ' בחור פון זיין שיעור. און נאך אסאך, זיי זענען נישט קיין סתם טיפשים, סאו וואס מיינט דאס???? טאקע וויל זייער נשמה פאדערט און מאנט פון זיי אזוי סאך פלאצט עס און מ'קומט אן דארט????

טאמבל סאס
איז לאמיך פארשטיין, די אלע זענען גוטע מענטשן, האבן עס אמת'דיג געמיינט, געארבעט אויף זייערע מדות, אויפגעטוהן פאר אידישקייט, און דאס איז זייער שטראף וואס זיי באקומען? אז זיי פארן אפ פון אידישקייט??
פארוואס פירט נישט השי"ת צו אז דייקא די שלעכטע מענטשן זאלן אפפארן?

כל הגדול מחבירו יצרו גדול הימנו.

טאמבל סאס » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 4:28 pm

· #149823
יידל
ט"ס, איזה צואת שור. האסט פארגעסן פון בחירה? קומסט פאר ווי די מעלות פאריגן חודש, זייער תורה'דיגע שאלה איז געווען "וויאזוי האט מען מן שמיא צוגעלאזט אז דער געטליכער תנא ר' עקיבא זאל נכשל ווערן אין בר כוכבא?". און וויאזוי האט מען מן השמים צוגעלאזט אז דער געטליכער תנא אלישע בן אבויה זאל גיין OTD? און וויאזוי האט מען מן השמים צוגעלאזט אז דער געטליכער כה"ג ר' יוחנן זאל ווערן א צדוקי?

אבער פונקט די גוטע בטבע מאכן די שלעכטע בחירה, און די שלעכטע מאכן די גוטע בחירה?
נאך מער, ווען שאולי למשל איז געזיצן און פלייסיג געלערנט, איז אים דאך עס אויך שווער געווען, לאמיר שוין נישט רעדן פון דעם דאס דעמאלטס האט ער געמאכט א גוטע בחירה כאטש ס'איז אים שווער געווען. פרעג איך אבער, וואס געשעט יעצט? ער מאכט א שלעכטע בחירה, כדי ער זאל באקומען אויבן נאך שלעכטס באצאלט??
דאס איז דאך ממש חוטא נשכר?!.

ווען דו זאגסט מיר אז די סיבה פארוואס זיי פארן אפ איז וויבאלד דאס איז א טריק פונעם יצר צו מטעה זיין תמימים נאך זיי, (און ס'וועט פארשטייט זיך דארפן צוגיין ווי עסקן בדברים זאגט אז, זיי ווערן שלעכט נאכדעם. וואס דערווייל קוקט מיר דאס נישט אויס, צו זיין די קעיס) פארשטיי איך. אבער אז אלעס געשעט כדי ס'זאל זיך ענדיגן מיט גיהנום פאר אים, בשעת ווען ער איז נאך א גוטע נאטור געווען, און שווער געארבעט אויף זיך זייענדיג אינווענדיג, דאס איז מיר שוין א פלא.

קרעקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 6:51 pm

· #149862
"זיי זענען איגנאראנט מוטער שטויסערס"

לאוו דעהט

טאמבל סאס » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 6:54 pm

· #149864
איך טראכט יעצט, ס'קען זיין דאס די תוכו אכל פון ר' מאיר איז אין קעגנזאץ מיט'ן גר"א; און אפשר וועגן דעם האט אים ר' מאיר אזוי געגליכן.

חזקיהו המלך » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 8:07 pm

· #149881
טאמבל סאס, כל הגדול מחבירו יצרו גדול הימנו, דער ס"מ פרובירט חאפען דארט ווי ס'דא זאפט...

סאשי פיש » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 8:12 pm

· #149882
חזקיהו המלך
טאמבל סאס, כל הגדול מחבירו יצרו גדול הימנו, דער ס"מ פרובירט חאפען דארט ווי ס'דא זאפט...

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/149758">viewtopic.php?p=149758#p149758</a><!-- l -->

ידען » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 10:19 pm

· #149906
עסקן בדברים
Shifra Kreindel Lowen wrote many famous Yiddish songs which are still taught in the chasidish girls' schools, including "bas yisroel"

where can i listen to them?

קאווע טרינקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 10:23 pm

· #149909
יוסף משה כהנא'ס טעיפ, אין אידיש.

דא רעדט מען שוין פון דעם
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/39207">viewtopic.php?p=39207#p39207</a><!-- l -->

קאמענטירער » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 1:26 am

· #149960
די מערסטע געפעלט מיר פון דאס וואס די פארוועטס שרייבט:
״זי פירט אפי׳ א בלאג״

וואספארא גליק אויף מיין קאפ.
אויף דעם זאגט די פסוק: אשרי מי שבלאג הבאלגאן הזה בימיו ואוי למי שבלע הבלאג בימיו

יואב » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 1:59 am

· #149964
עפעס א שייכות מיט די שטראף משמורת הכהנים "בילגה" האבן באקומען?

שליח » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 7:26 am

· #149976
אויף די קושיא וואס מ'האט געפרעגט קען מען ענטפערן אומצאליגע תירוצים. למשל, אויב וויל מען גיין פסיכאלאגיש קען מען זאגן אז די וואס זענען ספעציעל קוקן אראפ זייערע ארומיגע (אפשר אפי' אונטערן באוואוסטזיין), וממילא ווען זיי האבן א קושיא גלייבן זיי נישט אז איינער קען האבן א תירוץ. או יאמר, זיי זענען נישט די איינציגסטע וואס פארלירן די אמונה, נאר מיט זייערע שטערקערע כוחות האבן זיי קוראזש ארויסצוקומען אפען. א דריטע צד, זיי האבן אלעמאל געהאט קושיות, און זיי האבן פרובירט צו דערשטיקן די ספיקות-ווערימעל מיטן גיין עקסטרעם לצד השני, פארדינענדיג דערביי זייער ספעציעלן נאטור, ביז זיי האבן פארלוירן.
אויב וויל מען רעדן א העכערע שפראך, קען מען זיך באנוצן (ווי אנדערע דא) מיטן כל הגדול מחבירו יצרו גדול הימנו, און דער שטן פרובירט צו כאפן די העכערע נשמות ווי דער פליג וואס קלעבט צו האניג. אן אנדערע בחינה, זייערע נשמות זענען בבחינת קין, ממילא איז זייער לעבן מער שטורמיש מתחילה ועד סוף. און אזוי ווייטער.

דעם אמת קען מען סייווי נישט סומירן אונטער איין תירוץ, דאס מענטשליכע וועזן און די נאטורן פון אמונה און כפירה זענען צו טיעף און קאמפליצירט אז ס'זאל קענען מעגליך זיין.

קאווע טרינקער » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 7:37 am

· #149977
שליח

דעם אמת קען מען סייווי נישט סומירן אונטער איין תירוץ, דאס מענטשליכע וועזן און די נאטורן פון אמונה און כפירה זענען צו טיעף און קאמפליצירט אז ס'זאל קענען מעגליך זיין.

👍

קאמענטירער » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 9:23 am

· #149987
קול דודי
ברסלבער
קאווע טרינקער
די גאנצע ארטיקל, בענין יידיש איז כוזב ושקר. די לאווין'ס רעדען יידיש ווייל דאס איז די "איינציגסטע" שפראך וואס זיי האבן געקענט ביז די 30.
דער פארווערט האט זיך איר אינטערעסע, צו ווייזן כאילו אז אפלאזן רעליגיע האט גארנישט מיט אפלאזן דעם הייליגען יידישע שפראכע

דאס וויל איך טאקע פארשטיין. וואס האט דער פארווערט וכת דילהון פון די הייליגע יידישע שפראכע, וואס ציעט זיי דערצו?

אפשר קולטור? פארוואס שטודירט מען שעיקספעיר? פארוואס האבן די פראנצויזן גאנצע אינסטיטוציעס אויף צו שטודירן און פארבעסערן און פראמאט"ן די פראנצויזישע ליטעראטור און שפראך (און די ענגליש די ענגלישע ליטעראטור און שפראך)?

איך זעה נישט אז ס'זאל זיין אזוי שווער צו פארשטיין אזש מ'זאל דארפן זיכן עפעס א טעם הכמוס הידוע רק ליודעי חן.

אה אויף די נקודה האב איך געווארט.. וואס מיינט דאס קולטור? פאר אונז וואס אונז זעמיר אויפגעוואקסען אז די אלע ימים טובים זענען פארבינדען מיט אמונה וואס איז פשט פון א יידישע יו״ט אן קיין שיכות מיט אמונה? און פ״וו זאלן באזעסנע פרייע פארגעשריטענע וכו׳ מענטשען זיין אינטערסירט אנצוהאלטען א טראדיציע?

אבי גערעדט » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 10:19 am

· #149997
איז דא איינער וואס קען די לאווען משפחה פון דער נאנט? וואס האט געמאכט צוויי פלעינע טיפיקעל טאהשע אידן טוהן אזא ראדיקאלע שריט? ווער האט זיי אויפגעקלערט? וואס האט זיי געפעלט? ווער איז געווארן קודם אפגעפארן? פארוואס האט דער צווייטער זיך צוגעשטעלט?

שושן פורים » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 1:14 am

· #150095
אנגעפאנגען האט זיך עס ווען יוחנן לאווען האט פשוט געוואלט וויסן אביסל מער ווי זיך שאקלען ביים טיש און דאווענען זייגער צוועלף ,און האט אנגעפאנגען צו ליינען ביכער פון אידישקייט היסטאריע און איז געוואר געווארן וועגן רעפארם קאנסערוואטיוון וכדו' , בכלל נישט האבענדיג אין פלאן צו טוישן זיין לעבנסשטייגער , האבענדיג באקומען אביסל דרויסענדיגע ידיעות האט ער זיך געלאזט הערן פון צייט צו צייט און אין טאהש האט מען איהם גלייך אפגעשטעמפלט אלס כופר, און מהאט איהם אנגעפאנגען צו מאכן ענג דאס פלאץ ביז ער האט זיך אריבערגעצויגן קיין מאנטריאל ,אויך פשוט נישט צו וואוינען אין טאהש ,און האט גלייך איינגעשריבן זיינע קינדער אין די חסידישע מוסדות, אבער דא האט זיך אנגעהויבן א געפערליכע העצע קאמפיין פון טאהש ובראשם פון זיין טאטע אז ער איז א געפערליכע יונג ער גלייבט אין גארנישט וכו' ,פארשטייצעך אז קיין איין מוסד האט איהם נישט געוואלט אננעמען , האט ער פראבירט אין די מער מאדערנע מוסדות אפי אין ליובאוויטש און איבעראל האט זיין טאטע פארארבעט אז מזאל איהם נישט אננעמען , ביז ער האט דעסיידעט דע העק וויט איט ער גיבט נישט מער קיין שיט פאר די גאנצע סיסטעם , און ער איז אנגעקומען ווי ער איז אנגעקומען

חזקיהו המלך » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 1:23 am

· #150096
כ'פארשטיי נישט, וואס האט דעם טאטען געבאדערט אז זיין זוהן'ס קינדער וועלען לערנען אין ערליכע מוסדות ?

זענען די קינדער דען נישט קיין אידישע קינדער, פארוואס רודף'ען יענעם, אין בפרט נאך א קינד ?, וואס איז די הסבר אויף דעם ?,

שעפטל » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 1:23 am

· #150097
אויב איז דאס אמת וואס @שושן פורים זאגט, איז דאס שוין גארנישט קיין בחירה פון זיין זייט, מ'האט אים פשוט דערווייטערט און געצווינגן אזוי צו ווערן, אלעס אלס פאליטיק און איגאו, א הארצרייסענדע ווייטאג! יעצט איז שוין בעסער פאר די אלע וואס האבן געבאדערט אז ער איז נישט הונדערט פראצענט איינשטימונג מיט זייער חסידות?
בלאט: 1 2 3