די משפחה וואס שיקט כסדר פאר איר געבעקס פון איר משפחה היימיש געבאקענע מאכלים וועט איר זיכער נאך איין טאג ברענגן צו איר ריכטיגן וועג ווי זי וויל זיך באמת געפינען
בת מצוה פון אסתר לאווען
124 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4728
אלס א פרעמדע וואס קוקט אויף דעם ווידיאו, זעט מען אין איר אויגן פיין און פלאג. עס זעט מיר אויס ווי א אייסעס רעקלאמע וואס צווינגט דעם ארעסטאנט אריינצוזאגן דעם מעסידזש מיט געוואלד. זי האלן אינאיין זאגן מיין חשוב'ער מאן האט מיך געזאגט, און מיין חשוב'ע מאן האט מיך עקספלענט. עס זעט אויס ווי ער האלט א רעוואלווער איבער איר קאפ.
והשנית אויב וואלט געווען אפילו איין ווארט אמת אין אירע ווערטער, אדער וואלט זיך עס געזאגט מרצונה הטוב, וואלט זיך נישט געקעקעצט און געמעקעצט, און וואלט געהאט א גרויסן שמייכל אויפן פנים. זי זעט נעבעך אויס זייער שלעכט, אפגעריסן און צובראכן. זאל איר דער אייבישטער אויפרעכטן, אז זי זאל טרעפן די ריכטיג approach אין לעבן.
והשנית אויב וואלט געווען אפילו איין ווארט אמת אין אירע ווערטער, אדער וואלט זיך עס געזאגט מרצונה הטוב, וואלט זיך נישט געקעקעצט און געמעקעצט, און וואלט געהאט א גרויסן שמייכל אויפן פנים. זי זעט נעבעך אויס זייער שלעכט, אפגעריסן און צובראכן. זאל איר דער אייבישטער אויפרעכטן, אז זי זאל טרעפן די ריכטיג approach אין לעבן.
Re: בת מצוה פון אסתר לאווען
וואס האט מען זיך צו רייסן און בייסן, מ'דארף נישט זיין א מורהדיגע פארשטייער צו זעהן אז די פרוי קוקט נישט אויס בסדר -מילד גערעדט- , קען מען נאר דן זיין צו זי איז געצווינגען צו זאגן די מאדנע דרשה, אדער צו זי פרובירט זיך אליינס צו בארוהיגן, צו אפשר הייבט זי יא אן ווערן העפי, ווער ווייסט דען די אמת דא? זי אליינס ווייסטעך ווארשיינליך נישט ווי זי שטייט באמת איין
Re: בת מצוה פון אסתר לאווען
א בושה און א חרפה אז יעדעס מאל קומט מען מיט די זעלבע טענות ארויסברענגען ווי אומצופרידן זיי זענען, וואס אין אנדערע ווערטער מיינט עס אז ווען זיי זענען ווען יא צופרידן וואלסטו זיי נאכגעגאנגען, קאם אן, מ'גייט מיט'ן אמת צו יא הצלחה צו אהן הצלחה.
Re: בת מצוה פון אסתר לאווען
זי מיט חן איז ווי ק״ש מיט איי וועלט
[ציטאט אראפגענומען]
דיין פוינט איז אז זי רעדט נאר אויף א רבים און שלמה המלך מאכט א באמערקונק אויף א יחיד?
פארשטיי איך דיך גוט?
ירא שמיםא בושה און א חרפה אז יעדעס מאל קומט מען מיט די זעלבע טענות ארויס ברענגען ווי אומצופרידן זיי זענען, וואס אין אנדערע ווערטער מיינט עס אז ווען זיי זענען ווען יא צופרידן וואלסטו זיי נאכגעגאנגען, קאם אהן מגייט מיטן אמת צו יא הצלחה צו אהן הצלחה.
דו האלסט אז עס זענען נישט דא אזאלכע וואס גייען אהין ווייל זיי מיינען אז דארט וועלן זיי טרעפען גליג?
וואס איז ראנג מיט זיי מאכן aware, און זיי זאגן, גיי נישט דארט שלא תמות כדרך שמת פלוני
בת מצוה פון אסתר לאווען
אה״נ ווען מרעדט צו אזא איינעם, אבער די עקסטאז מיט וועלכע די זאכן ווערן געשריבן זאגט אויף עפעס אנדערש.
Re: בת מצוה פון אסתר לאווען
סגעפלט מיר די שמעוס דא. מקען מיינען פון די גערעדאכטס דא, אז ווען מוואקט אריין אין קריתטאש, לעבען די פרויען דארט אויף אלע באקען, כמעט ווי לילשיש אין די נארטס.
וואס הייסט געלעבט "אויף אלע באקען" איז in the eye of the beholder
די בעסטע וועג וואס איך ווייס דאס צו מעסטען איז דארך א self reporting questionnaire בנוגע ציפרידענהייט פין לעבן, און יענענס באנעמאנג.
נישט אז דאס איז זייער objective אבער פארט איז דאס א בעסער מעסטער וואו לילשיש אין די נארטס.
אינטער די דיסקא און קאלערדיגע לייטס קען זיין באהלטען א ליידיקייט אין דעפרעסיע - לעבן וואס אפערט גארנישט, און איז נישט ווערט צו לעבן.
זי זאגט זו האט זיך מוסר נפש געווען פאר אירע קינדער
זענען טאקע איר קינדער מער צופרידענע קינדער? אפשר יא אפשר נישט
וואס איז אמאל זיכער: די מהלך המחשבה איז נאן סענס.
די בעסטע וועג וואס איך ווייס דאס צו מעסטען איז דארך א self reporting questionnaire בנוגע ציפרידענהייט פין לעבן, און יענענס באנעמאנג.
נישט אז דאס איז זייער objective אבער פארט איז דאס א בעסער מעסטער וואו לילשיש אין די נארטס.
אינטער די דיסקא און קאלערדיגע לייטס קען זיין באהלטען א ליידיקייט אין דעפרעסיע - לעבן וואס אפערט גארנישט, און איז נישט ווערט צו לעבן.
זי זאגט זו האט זיך מוסר נפש געווען פאר אירע קינדער
זענען טאקע איר קינדער מער צופרידענע קינדער? אפשר יא אפשר נישט
וואס איז אמאל זיכער: די מהלך המחשבה איז נאן סענס.
הקטן[ציטאט אראפגענומען]
דיין פוינט איז אז זי רעדט נאר אויף א רבים און שלמה המלך מאכט א באמערקונק אויף א יחיד?
פארשטיי איך דיך גוט?
ניין פארשטייסט אבסעלוט נישט גיט!!
אים באדערט נישט איך רייס ארופ א יחיד והא ראי' ער טיט דאך דאס זעלביגע מיט מיר.... אים באדערט 'וואס' איך האב געשריבען און אנפלעקט אביסל די ווארהייט און די פארגאנגענהייט, איז ממילא ראסט ער ארופ ווי א קינד אין חדר ביסט עקעלדיג און גרויליג...
איך ענפער אים נישט און עס איז מיר פשוט א בושה זיך בכלל באנעמען מיט זיינע ווערטער, קוק אים נאך און זעה זיין געדאנקען-גאנג. מהלך המחשבה העסטי פארשטיין וואס און פארוואס אים באדערט וואס איך האב געזאגט! אבער נישט געפערליך ווייל ב"ה אלע אנדערע האבען עס גיט פארשטאנען.
שפרה רעדט חינוך הבנים
די רגע זי האט געזאגט: מיין חשוב'ע מאן, האט זי מיך פארלוירן. ווי געשריבן ביי די אנדערע ווידיאו, אז עס זעט אויס ווי ער שטייט מיט א שערל העכער איר קאפ און זאגט איר וואס צו זאגן..
במליחת כבודה רעדט זי נישט צים זאך, אין המשל דומה לנמשל, איך זעי נישט דעם היימישן עולם אויף קיינע דראגס בדרך כלל
אגב זאל זי ווי שנעלער גיין אויף א טרעמפעלין
אגב זאל זי ווי שנעלער גיין אויף א טרעמפעלין
Re: בת מצוה פון אסתר לאווען
פרייוויליג, ממילא שלמה המלך קען מען דאך זען פון יעדן תגובה זיינע זיין עקסטרעמיסטישע מהלך און נגדישע אבסעסיע צו דער ריפראדאקטיוו אבר, א מין מעסאקיזם אדער סעקסואל פרוסטרעישאן וואס פאסט נאר פאר א סרוס כימי ל"ע. זעט מען שוין על כל השאר אז דאס איז א שיטה זיינער, לוינט זיך נישט צונעמען נאטיס. אבער דו ביסטאך יא א רעכטדענקנדער מענטש, היינט וואס האסטע איינגעזען זיך אראפצולאזן אזוי און מאכן די סוירקעמסטענטשיל און אביוסיוו עד האמינוםס? זי איז געצווינגען; זי איז צעבראכן; זי האט נישט שלום בית; זי קעקעצט; זי זעט נישט אויס גוט; זי זאגט עס ע"ד בעלה. ווי אזוי פיט דאס מיט דיין איצטיגע בליק אויף אידישקייט בפרט און לעבן בכלל?
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
עס איז אביסל נעריש וואס זי זאגט. עס קומט מיר פאר אז זי לייגט אן איר אייגענעם עקספיריענס אלס קינד צו יעדעם איינעם. איך וויל נאר זאגן איין זאך. אין די ביג פיקטשער וואקסן נאך אינזערע קינדער אויף אזוי גוט ווי די קינדער פונעם דזשענערל פאפיולעישן. ניין, אונז האב מיר בכלליות נישט קיין דזשענערל עדיוקעישן אבער אין אונזער לעבן קום מיר נאך אן אזוי ווייט, און נאך ווייטער, לויט אונזער סטענדערד קעגן די דזשענערל פאפיולעישן לויט זייער סטענדערד. די מערב וועלט בכלל גייט דורך א גרויסע ירידה. ווען האסטו די לעצטע מאל געזען אלטגעזעסענע אמעריקאנער בפרט און אלטגעזעסענע מערב וועלט בכלל ווערן ענדזשינירן און סייענטיסטן קעגן אמאל. די חילוק איז, אמאל האט מען ארפגעבינדן די קינדער זאלן לערנען, וואס די אזיאטישע מענטשן טיען נאך אלס. היינט ווען די מערב וועלט איז אויפגעקומען מיט דעם געדאנק צו לאזן קינדער מנוחה, פראדוצירט מען עמיראצים. ווען נישט די אימיגראנטן וואלט אמעריקע שוין לאנג אינטערגעגאנגן. דאס ווייזט ווי באנקראטירט די מערב וועלט איז.
yatzmachpעס איז אביסל נעריש וואס זי זאגט. עס קומט מיר פאר אז זי לייגט אן איר אייגענעם עקספיריענס אלס קינד צו יעדעם איינעם. איך וויל נאר זאגן איין זאך. אין די ביג פיקטשער וואקסן נאך אינזערע קינדער אויף אזוי גוט ווי די קינדער פונעם דזשענערל פאפיולעישן. ניין, אונז האב מיר בכלליות נישט קיין דזשענערל עדיוקעישן אבער אין אונזער לעבן קום מיר נאך אן אזוי ווייט, און נאך ווייטער, לויט אונזער סטענדערד קעגן די דזשענערל פאפיולעישן לויט זייער סטענדערד. די מערב וועלט בכלל גייט דורך א גרויסע ירידה. ווען האסטו די לעצטע מאל געזען אלטגעזעסענע אמעריקאנער בפרט און אלטגעזעסענע מערב וועלט בכלל ווערן ענדזשינירן און סייענטיסטן קעגן אמאל. די חילוק איז, אמאל האט מען ארפגעבינדן די קינדער זאלן לערנען, וואס די אזיאטישע מענטשן טיען נאך אלס. היינט ווען די מערב וועלט איז אויפגעקומען מיט דעם געדאנק צו לאזן קינדער מנוחה, פראדוצירט מען עמיראצים. ווען נישט די אימיגראנטן וואלט אמעריקע שוין לאנג אינטערגעגאנגן. דאס ווייזט ווי באנקראטירט די מערב וועלט איז.
איך זע נישט זי זוכט צו אפלייען איר עקספיריענס אויף יעדעם איינעם. און פארוואס איז נאריש וואס זי זאגט? זי רעדט פון די עקספיריענס וואס זי און נאך אפאר הונדערט משפחות אין טאהש האבן סימינגלי געהאט. אפשר ברענגסטו עווידענס צו דיין קלעים? זי דארף נישט קיין עווידענס ווייל פוק חזי וועסטו זען פולע כוללים אינגעלייט וואס קוועטשן די באנק אנטקעגן גרויסע פארבריקן מיט ארבעטער מיום ועד לילה. חדרים אנגעשטופט מיט קינדער וואס רירן זיך נישט ווי גרויס די יאר איז, קומען ארויס מיט נישט מער ווי קאמפיוטעריזירטע הצטיינותער און א סעט ספרים, אנטקעגן שיינע פראכטיגע שולעס מיט ספארט סטאדיומס און נאציאנאלע מעטס קאנטעסטן. קינדער קומען ארויס גרייט אנצוהויבן אלגעברא. ווער רעדט פון סייענטיסטן און אינדזשענירן? וואו לויפסטו? מ'האלט נאכנישט ביי אוניווערזיטעט. פוק חזי וועסטו זען, פאריאגטע טאטעס און מאמעס וואס האבן קוים א מינוט ארויסצולויפן צו א מנחה מעריב און רעבעצין אייערשלעגער'ס שיעור רעספעקטיוולי, און פון אנדערען לאגער, קינדער וואס נעמען טייל אין כל מיני חבורות, לערנען זיך א ארט, טוען היימארבעט, לייענען א ביכל, שפיהלן א קאמפיוטער געים, וואטשן א מאווי, גייען איבערשלאפן ביי פרענדס, גייען צו בוירטדעי פארטיס; טאטעס און מאמעס וואס גייען ארויס צו א רעסטארנט, צו די סינימע, געלאדנט צו פרענדס אויף דינער,צו א קאמעדיע, צו א פאעטרי נאכט, צו א טעטאער שאו וכו'. פון וואו נעמט זיך דער ניוראטיסיזם וואס זאגט אז מ'מוז דעם קינד פייניגן און אראפבינדן צו לערנען? וואסארא ווארט איז דאס מען פראדוצירט אמעראצים? פארוואס איז איינער וואס ווייסט ווי צאמצושטעלן א לייטישער תשעה באב בענקל אן עם הארץ? פארוואס מיינט מען אז נאר ווען מ'פארסד דעם אינגל אראפ אין גארגל א בלאט גמ' רשי' תוסי' נאר דעמאלטס וועט ער ווערד זיין עפעס לקדש אשה. לאזן קינדער במנוחה באשאפט א דור וואס האט ליב לייף און פייניגן קינדער ערצייגט א דור וואס וויאוד לייף ווי א נזיר א נזיד עדשים; ווי שלמה המלך - סעקס. מ'יאגט זיך דורך דאס לעבן ווי געטריבן פונעם טייוול און אז מ'גיבט זיך שוין יא אמאל אויף אן הנאה ווייסט מען נישט ווי אזוי איר צו עסן. ווי א פויער וואס זאל אראפוואשן א טייער גלעזעלע דזשאני וואלקער מיט איין זויף.
איינער האט אן אפדעיט אויף די משפחה ווי האלטן זיי היינט? די קינדער?
אויך א ביפאור ענד עפטער בילד וואלט נישט געשאט
אויך א ביפאור ענד עפטער בילד וואלט נישט געשאט
ס'הייסט: ס'איז מקויים געווארן ביי זיי דער פסוק..."ויהי שם לגוי גדול"...זיי זענען געווארן גרויסע גויים...!
מסתמא אויף פעיסבוק און אינסטעגרעם קענסטו טרעפן אפדעיטס איבער די משפחה...!
מסתמא אויף פעיסבוק און אינסטעגרעם קענסטו טרעפן אפדעיטס איבער די משפחה...!
Re:
שלמה המלך #ומכאן הקריאה יוצאת!
שפרה קריינדעל כ"ץ / לאווען איז געוועהן א געלונגענע מיידל/ווייבל, ס'האט איהר גארנישט געפעלט, קאמפויזט ניגונים מיט גראמען עפעס איינס אין די וועלט! באמת געוועהן א געלונגענע זאך, צוזאמען מיט איהרע טייערע קינדערלעך!!! איהר צופראסקעטע מאן יוחנן - אלץ בן יחיד און אויבער'חכם האט אלץ פארשטאנען אנדערש פון יעדעם! און שטודירט און געזוכט וואס קיינער ווייסט נישט, אזש דעם מעשוגענעם/האלב בלינדן איז איינגעפאלען צו טוישן רעליגיע למחצה לשליש ולרביע, צו'מזיק'ט זיין הערליכן עבר מיט א פאר'סרח'טן עתיד!!! די געלונגענע קינדער - וואס ראטן דוקא נישט אין אים, נאר אין מאמען - זענען געוועהן געשעצט און באליבט ביי יעדן, אבער אלעס אריין אין תהום מיט זיין גרויס אויבער'חכם'ישקייט....
די פרוי איז געוועהן אזוי צו'מזיק'ט (ווי מ'הערט האלבוועגס פון איהרע אייגענע ווערטער) געהאלטען אדער ביי א טאטאלע נערווען צעזאמענברוך אדער ביי SUICIDE האט זי אנגעפאנגען מיט גיין מיט אט דעם שעיר לעזאזל און צוביסלעך געמוזט צוגעוואוינען צים נייעם פאקט ווי זי שטייט, פרובירט צי איבערצייגן די וועלט ווי פרייליך זי איז!
הער אויס שפרה קריינדל! האסט נאך נישט פארשפעטיגט, דו קענסט אדער אפלאזען דעם בהמה (דו ביסט שוין אן אויפגעקלערטע ממילא ווייסטו שוין אז ס'איז נישט עק וועלט) און מוף צוריק קיין טאהש לעבן דיין צובראכענע טאטע מאמע (דיין שווער און שוויגער וואלטען דיך אויך אויפגענומען מיט ביידע ארעמעס) אדער מוף ערגעץ אנדערש און לעב באמת וויאזוי דו ווילסט און באמת וואס דיינע קינדער ווילן! אבער דעם בלינדען שעך, גיב איהם א שטויס אין מחילה און זאג איהם שיין: אדער גיימער צוזאמען בייביי אדער זוך דיר א צווייטע קרבן (ער איז דאך גאר אויפגעקלערט, ער ווייסט דאך אוודאי צו נעמען א צווייטע ווייב און עס איז JUST NATURAL) און שלום על ישראל!
הערטס ביידע אויף צו פאמפען איבעראל ווי פרייליך און גליקליך עטס זענט, ווייל עטס זענטס נישט! און יעדער נארמאלער מענטש זעהט עס אויף ענקערע באשרייבעכטס און אינטערוויוס!
וואלטס עטץ געוועהן אזוי גליקליך און צופרידן וואלט עטץ נישט געוועהן ביזי אויפטוהן אזויפיל און העלפן די וועלט, נאר געמאכט א לעבן פאר זיך.....
די רחמנות אויף די פרוי און קינדער שרייט עד לב השמים!!
אלע דיינע אלטע פריינדינעס זענען דיך גרייט צוריק מקבל פנים זיין און יעדער פארשטייט אז דו האסט געטרייט דיין בעסט TO MAKE THE BEST OUT OF THIS
און צו אייך אלע ליינער, פאר עטס ווילטס טוהן אזא שריט, קוקט אדורך דאס לעבן ביאגראפיע פון יוחנן לאווען מיט זיין ווייב שפרה קריינדל און דאס ליידן פון די אומשולדיגע עופה'לעך.... יא יא, צוזאמען מיט די אלע גליקליכקייט פון שרה'לעס בת-מצוה וכדו'! און דאס זאל אייך דינען פאר א גוטע לעקציע וויזוי מ'קוקט אויס ווען מ'איז שוין אנגעקומען אויף די אנדערע זייט!
דעם ערב שבת איז ארויפגעשטעלט געווארן אן אינטערוויו אויף אידיש צווישן איר און אלי בענעדיקט (וועלכער איז א בני ברק'ער געבוירענער און איז היינט נישט מער אין די חרדישע וועלט)
זי דערציילט דארט בקיצור וואס האט פאסירט וואס האט צוגעברענגט זי זאל פארלאזן די חסידישע וועלט
(ס'איז א ווידיאו וואס רעדט אביסל פון טאהש'ער רבי אויך)
Re: בת מצוה פון אסתר לאווען
גאנץ אינטערעסאנט די אינטערוויו. ש'כח
Re: בת מצוה פון אסתר לאווען
אויף אינסטעגראם און פּעטריאן האט זי היינט געלאזט וויסן אין א ווידיאו אז זי ארבעט מיט איר מאן ארויסצוגעבן א פאדקעסט ווי זיי וועלן ארומרעדן גרויסע פערזענליקייטן אין די אידישע היסטאריע וועלכע זענען באשמיצט געווארן, אנגעהויבן מיט׳ן רמב״ם וואס מ׳האט באשולדיגט אין אפיקורסוס און עקירת כל התורה כולה