בת מצוה פון אסתר לאווען
124 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4728
שושן פוריםאנגעפאנגען האט זיך עס ווען יוחנן לאווען האט פשוט געוואלט וויסן אביסל מער ווי זיך שאקלען ביים טיש און דאווענען זייגער צוועלף ,און האט אנגעפאנגען צו ליינען ביכער פון אידישקייט היסטאריע און איז געוואר געווארן וועגן רעפארם קאנסערוואטיוון וכדו' , בכלל נישט האבענדיג אין פלאן צו טוישן זיין לעבנסשטייגער , האבענדיג באקומען אביסל דרויסענדיגע ידיעות האט ער זיך געלאזט הערן פון צייט צו צייט און אין טאהש האט מען איהם גלייך אפגעשטעמפלט אלס כופר, און מהאט איהם אנגעפאנגען צו מאכן ענג דאס פלאץ ביז ער האט זיך אריבערגעצויגן קיין מאנטריאל ,אויך פשוט נישט צו וואוינען אין טאהש ,און האט גלייך איינגעשריבן זיינע קינדער אין די חסידישע מוסדות, אבער דא האט זיך אנגעהויבן א געפערליכע העצע קאמפיין פון טאהש ובראשם פון זיין טאטע אז ער איז א געפערליכע יונג ער גלייבט אין גארנישט וכו' ,פארשטייצעך אז קיין איין מוסד האט איהם נישט געוואלט אננעמען , האט ער פראבירט אין די מער מאדערנע מוסדות אפי אין ליובאוויטש און איבעראל האט זיין טאטע פארארבעט אז מזאל איהם נישט אננעמען , ביז ער האט דעסיידעט דע העק וויט איט ער גיבט נישט מער קיין שיט פאר די גאנצע סיסטעם , און ער איז אנגעקומען ווי ער איז אנגעקומען
עד כאן אומרים בשושן פורים. איך שטעל זיך פאר מסתם האסטו דאס גענומען פון איהם אליינס, אבער ווען מ'וויל שרייבן גענוי וואסאפארא סארט ביכער ער האט געליינט מיין איך פאסט זיך עפעס וואס א מקור צו אייער רייד.
פיין איך גיב אויף נישט ביכער אפשר גאר בלאגס צייטונגען , באדעם ליין קענסט פרעגן עניבאדי אין טאהש מאנטריאל וואס האט מיטגעהאלטן די פרשה
שושן פוריםפיין איך גיב אויף נישט ביכער אפשר גאר בלאגס צייטונגען , באדעם ליין קענסט פרעגן עניבאדי אין טאהש מאנטריאל וואס האט מיטגעהאלטן די פרשה
אסתר זעלבס שרייבט אזוי אויפן בלאג. די זאכן קענען זיין אמת כלפי א געזעלשאפט, אדער מהלך החיים. כ'האף אז דו פארשטייסט א נארמאלער מענטש טוישט נישט לחלוטין זיין השקפות געוואנדן אין א צווייטנס אגענדע. אגב, פרעגן "מענטשן" וואס האבן "מיטגעהאלטן" א פרשה איז נישט די מערסט אקוראטע זאך. סאום האוי ווייסן מענטשן אייביג וואס טוהט זיך אין יענעמס קישקעס. ס'דערמאנט מיר עפעס א יאנקל פרייליך ארטיקל פון אם תחנה עלי יאכנעס. סארא מין מהלך פון דערגיין זאכן. אגב, זעהט אויס איר האט נישט געכאפט די נקודה איבער ביכער.
סנישט אז ער האט זיך אראפגעזעצט ליינען א ביכל און בום !!!!! זיך אפגעשניטן די בארד און פיאות ,עס איז נאר אז ער איז נמאס געווארן פון די טאהשע מהלך החיים און פלעין גענאשט ידיעות , די איבעריגע האט שוין זיין טאטע צוגעענדיגט, און לגבי זיך נאכפרעגן גאנץ מאנטריאל האט מיטגעהאלטן ווי ער פרובירט זיך איינצוגלידערן צווישן היימישן עולם נאר זיין טאטע שטערט עס
חזקיהו המלךכ'פארשטיי נישט, וואס האט דעם טאטען געבאדערט אז זיין זוהן'ס קינדער וועלען לערנען אין ערליכע מוסדות ?
זענען די קינדער דען נישט קיין אידישע קינדער, פארוואס רודף'ען יענעם, אין בפרט נאך א קינד ?, וואס איז די הסבר אויף דעם ?,
ווייל אויב בלייבט ער ווייטער א פלעינע פרומע יוד אהן זיין טאטעס/קהילות/חסידות משוגעתן דאן האט ער געפראווט ראנג די גאנצע יסוד אז מקען נישט זיין א ערליכע יוד אויב מפארקלעבט זיך נישט די הענט מיט קאטשעניו פרייטאג צונאכטס , מילא פירט מען א גאנצע מערכה אז ער איז א כופר ביז ער האלט טאקע ביי גארנישט, און דאן קען זיך יעדער פאטשן אין בויך אז כהאב געוואוסט אז ער איז א שגץ, והא ראי קוק ווי ער קוקט אויס, נאך א מזל מהאט נישט אנגענימען זיינע קינדער
שושן פוריםסנישט אז ער האט זיך אראפגעזעצט ליינען א ביכל און בום !!!!! זיך אפגעשניטן די בארד און פיאות ,עס איז נאר אז ער איז נמאס געווארן פון די טאהשע מהלך החיים און פלעין גענאשט ידיעות , די איבעריגע האט שוין זיין טאטע צוגעענדיגט, און לגבי זיך נאכפרעגן גאנץ מאנטריאל האט מיטגעהאלטן ווי ער פרובירט זיך איינצוגלידערן צווישן היימישן עולם נאר זיין טאטע שטערט עס
מיר האט פארציילט איינער פון די הנהלה פון א געוויסע מוסדות אז ער איז געזיצען ביי א מיטונג איבער אננעמען די לאווין קינדער, נאך וואס זיי זענען געווען אינדערהיים עטליכע חדשים, נאך וואס קיינער האט זיי נישט אנגענומען צוליב לחץ פון די משפחה און טאהשע קהילה, וואס האבן ברוב חכמתם געהאלטן אז דורך דעם וועלן זיי צוריקגעקומען אין געטו, א קיצור, ס'איז געגאנגען פייער ביים מיטונג, ער, אזוי טענה'ט ער, האט פארפירט מ'זאל זיי אננעמען, אבער רוב המכריע האט נישט געהאלטן דערביי.
ריינעראיך ווייס נישט צו ס'קומט דא אריין, אבער ווען מ'קוקט צוריק זעהט מען אז זייער אסאך פון די וואס לאזן אונז איבער האבן א געוואלד מיט אינהאלט אין זיך, סיי די ניגונים וואס זי מרס, לאווען האט געמאכט, און ס'געווארן אזוי אויפגעכאפט ביי כלל ישראל, דאס ווייזט אויף עפעס. צו ליבי פאללאק וואס איז מלא מיט.. איך ווייס אליינס נישט וואס. צו שאולי גראסמאן וואס איך פערזענליך האט מיטגעהאלטן צוויי פון זיינע בחורישע יארן, ער איז געזיצן ביי א גמרא און געהאקט שטיקער, געווען פון די בעסטע בחורים אויב נישט 'די בעסטע ' בחור פון זיין שיעור. און נאך אסאך, זיי זענען נישט קיין סתם טיפשים, סאו וואס מיינט דאס???? טאקע וויל זייער נשמה פאדערט און מאנט פון זיי אזוי סאך פלאצט עס און מ'קומט אן דארט????
בין איך דער איינציגסטער וואס כאפט נישט די קושיא? ווען איך וואלט געווען דיין מלמד וואלט איך געזאגט זאלסט עס אוועקלייגן פאר פסח אויפדערנאכט.
לאמיר נאכאמאל ציילן אויף די פינגער, לאווען, פאללאק און גראסמאן, הםםםם, טאקע מתנות פון גאט פאר הוימעניטי...
אגב פאללאק שרייבט אויף פ"ב אז זי איז פלעטערד פון דיין קאמפלימענט.
און לאמיך דיר טרייען צו העלפן דא, ווען דו האסט געזאגט זי איז פול, האסטו אפשר געמיינט די זאץ וואס איז מורגל בפי העולם?
חזקיהו המלךכ'פארשטיי נישט, וואס האט דעם טאטען געבאדערט אז זיין זוהן'ס קינדער וועלען לערנען אין ערליכע מוסדות ?
זענען די קינדער דען נישט קיין אידישע קינדער, פארוואס רודף'ען יענעם, אין בפרט נאך א קינד ?, וואס איז די הסבר אויף דעם ?,
דער הסבר איז אז (לויט ווי כ'הער). איז דער טאטע/זיידע לאוען בכבודו ובעצמו אויכעט א בעל תשובה. און דאס ארבעט ביידע וועגן. סיי זיין עקסטרעמיזם און נישט קענען מבחין זיין בין טוב לרע. און סיי דאס צוריקפאלן, אדער אוועקפאלן פון זיין זוהן פון אידישקייט. איך באמערק דא א שטיקל טרענד ואכמ"ל. אז נאך עטליכע נושרים זענען קינדער פון חוזרים בתשובה. ס'איז דא א לאגישער הסבר אויף דעם. נאר ס'איז באמת א שאד. ווי מ'זעהט אויף די פיקטשערס זענען זיי געווען א פיינע ערליכע חסידישע משפחה מיט זיסע קינדערלעך און זענען נעבעך פארלוירן געגאנגען.
א חבר מיינער וואס קען איהם נאך פון טאהש האט פונקט אריינגעבאמפט לעצטנס אין דעם לאווען און געהאט מיט איהם א לענגערע שמועס , תמצית הדברים האט ער איהם געזאגט אז אפי' יעצט האלט ער אז ער האט געמאכט די קלוגסטע סטעפ אין זיין לעבן , עכ"פ אזוי זאגט ער , דאך האט ער קיינמאל נישט געפלאנט אזוי צו ענדיגן , ער האט פשוט געוואלט ארויסגיין אביסל פון די טאהשע צמצום און די איבעריגע האבן שוין אנדערע צוגעענדיגט
ר' בערל זאגט א נקודה איבער די עלטערן בעלי תשובה. דער ארי מאנדל דער סאלדאט איז א קינד פון בעלי תשובה אזוי אויך שלום דין.
בן תמליוןר' בערל זאגט א נקודה איבער די עלטערן בעלי תשובה. דער ארי מאנדל דער סאלדאט איז א קינד פון בעלי תשובה אזוי אויך שלום דין.
אויב אזוי האט מען דאך א פשוט'ע עצה, מען זאל אויפהערן מאכן בעלי תשובה! אדער עכ"פ זאל מען ווייטער מרחק זיין די בני בעלי תשובה און אזוי ארום וועט מען פטור ווערן פון זיי, אזוי ווי ביי לאווען.
לענינינו, אונזער קאמיוניטי דארף מאכן א שטארקע חשבון הנפש, וויפיל OTD'ס שטופן מיר ארויס בידים? אפילו אויב ס'נאר צען צוואנציג פראצענט קומט זיך אונז/זיי פעטש.
דיין קאנטרעיריאניזם האט דיך געברענגט אז דו זאלסט נישט ריכטיג אויסטייטשן די נקודה וואס ווערט ארויסגעברענגט מיט דעם פאקט אז עטליכע קינדער פון בעלי תשובה ווערן אליין צוריק נושרים. אדער ווי מ'רופט עס אין ארץ ישראל "חוזרים בשאלה" . אלעס וואס איך האב געוואלט ארויסהייבן איז אז ס'קען זיין א פאקטאר אין זייער צוריקפאלן אדער ארויספאלן פונ'ם חרדישן לעבנס שטייגער. דאס איז נישט קיין פארענטפערונג אויף די עוולות און פעלערס פונ'ם סיסטעם. ס'איז דא פארשידענע פסיכאלאגישע און פראקטישע זייטן וואס מוזן נאכגעפארשט ווערן כדי צו דערגיין די ריכטיגע סיבה פארוואס זיי געפונען נישט קיין סיפוק אין דעם חרדישן לעבנס שטייגער. אדער וואס שטויסט זיי אוועק פון א וועג מיט וועלכן די מערסטע זענען אויפגעצויגן געווארן.
בקיצור אנגעהויבן האט זיך עס אז ער האט געוואלט פלעין זעהן עפעס מער ווי א טיש... און ער האט זיך פערצופאל שלא מן המוכן אנגעטראפן אין עפעס א רעפארם ביכל... נעבעך אזוי אומשולדיג,
און ער האט געשפירט פאר וויכטיג דאס מודיע צו זיין פאר יעדעם אוי א שאט נישט גארנישט געמיינט פלעין געוואלט אויסשמועסן.. וואס איז מ'טאר נישט?...
און יעצט הערשט האט זיך אנגעהויבן זיינע צרות די חברה האבן אן א ווארענונג זיך געגעבן א לייג ארויף אויף אים און אנגעכאפט ביים קארג און פאר גארנישט ארויסגעווארפן
האט ער דאך נישט געהאט קיין ברירה און געצוואונגענערהייט געגאנגען קיין מאנטריאל און דארט איז ער שוין געווען צופרידן יעצט זעהט ער דאך שוין מער ווי א טיש.. דארף ער שוין גארנישט זוכן שוין! פיינעלי פטור אראפ א עול פון קאפ
פיין ביקש יוחנן לישיב בשלוה קפץ עליו רוגזו של אביו זיין טאטע אן קיין שום געפיל און אן א סיבה האט באשלאסן צו מוציא שם זיין אויף זיין אומשולדיג קינד
נא חזקה על לשון הרע אז ס'ווערט נתקבל האט מען אים נישט אנגענומען אין קיין מוסד און קיינער האט זיך נישט אומגעקוקט אויף אים נישט געווען קיין שום עסקנים קיינער איז נישט געלאפן זאגן אז ס'הייבט זיך נישט אן סתם באלאני'ס אוי וויי
האט ער נישט געהאט קיין ברירה און אפילו ער האט בשום אופן נישט געוואלט און ער האט אפילו פארשטאנען און פארשטייט נאך היינט אז לא זו הדרך און אפילו ער איז שוין געווען צופרידן ווייל ער האט דאך שוין געטראפן משאת נפשו עפעס מער ווי א טיש און אפילו זיין ווייב'ס מלא תוכן'דיגע נגונים האט אים נישט צוריקגעהאלטן פון נעמען אזא דראסטישע שריט קעגן זיין אייגענע פעסטע רצון אבער די צרות האט באוואויגן פון נעמען די שריט
הערסטו מיי פוט ווער עס וויל דאס אפקויפן זאל עס קויפן איך קויף דעס נישט אפ איים סארי ס'מאכט מיר נישט קיין סענס ביי ביי
האלסט טאקע אז עס קען נישט זיין אזא זאך אז א מענטש זאל פשוט וועלן ארויסקריכן פון א צמצום און בלייבן ווייטער א ערליכע יוד?
און בנוגע די מוסדות , יא ליידער איז עס א פאקט זיין טאטע ווי פרום ער זאל נאר זיין האט נאך צו אלע צרות אפאר דאלער אויכעט, און אפילו די מוסדות וואס האבן יא געוואלט אננעמען האט ער געסטראשעט אז ער וועט אויפהערן טיילן והכסף יענה את הכל
זיין טאטע איז א בעל תשובה, זיין טאטע טיילט געלט... הערט אויף! מיינע אויערן טוען וויי. ווער ס'רעדט ווייסט נישט, און ווער ס'ווייסט רעדט נישט.
ביי אונז איז דא צווי מינים .o.t.d חברה די ערשטע זיינען די ליידיגייערס , דראג עדיקטס , וכדו' , געווענדליך האבן זיי נישט די מערסטע שכל ביי זיי רוב מאל קען מען נישט זאגן אז זיי זענען געווארן רידזשעקטעד ווייל זיי האבן זיך אליין רידזשעקטעד פשוטע בעלי תאווה שרוצים למלאות תאוותם קען זיין מען וואלט געדארפט טון מער אבער אויסגעשלאסן האבן זיי זיך אליין.
נאכדעם איז דא די הנקראים אויפגעקלערטע , זיי זענען געווענליך קלוגע יודן נאר זיי לעבן אין א געוויסע צמצום און ווילן זיך זען ארויס פון דעם און עס קען אויסקלאפן אויף פארשידענע אויפנים
טייל זענען טאקע אויפגעקלערט אבער בלייבן אין זייער אלטע קהילה/חסידות פשוט סאיז זיי גוט דארט אבער אונטערן טיש לאכן זיי זיך אויס.
טייל טוישן קהילות ווייל זיי קענען נישט אויסהאלטן די צמצום אבער ציען זיך אריבער צו מער אפען מיינדעד קהילות און בלייבן וויטער פרומע יודן .
טייל וואס דאס איז שוין א מיעוט פארן אינגאנצן אפ און ביי זיי איז עס רוב מאל וויל זיי זענען געווארן רידזשעקטעד, כמעט קיינער איז נאכנישט אפגעפארן ווייל ער האט איינגעזען אז דאס איז די וועג מען האט איהם פשוט רידזשעקטעד
הערשיזיין טאטע איז א בעל תשובה, זיין טאטע טיילט געלט... הערט אויף! מיינע אויערן טוען וויי. ווער ס'רעדט ווייסט נישט, און ווער ס'ווייסט רעדט נישט.
נו אז די ווייסט יא איז זאג
אי אפשי.
איז נארמאל אז א צוועלף יעריג מיידל זאל האבן 7 פאוסטס אויף איר בלאג,
אלע פון זיי איבער איין און די זעלבע נושא (ווי שלעכט ס'איז געווען דארט, ביי "די קולט")? איז גארנישט נתחדש געווארן אין איר לעבן זינט פינף יאר צוריק? און וואס האט זי פון שרייבן די אפענע שקרים (ווי למשל אז מ'פאסט יוה"כ אפילו אויב איז עס גורם birth defects)?
דאס פארשעמט נישט נאר די "פרינצעסן", ס'איז א תעודת-עניות אויך פאר אירע עלטערן וואס שטאלצירן נאך מיט אזא אינהאלטסלאזע בלאג, און נעמען נישט די מי צו פארמעקן די ליגנטס (ריכטיגער: באקן איר אריין אין קאפ די ליגנטס).
נישט איבערצודרעשן נאכאמאל די באשפייעכצטע OTD נושא וואס קריכט שוין פונעם נאז, אבער אז מ'האט דן געווען איבער זייער ספעציעלקייט ווילט זיך מיר דאס צולייגן: צו די OTDs זענען מעיקרא ספעציעל ווייס איך נישט, כ'האב קיינעם פון זיי נישט געקענט. אבער פארוואס זענען אזויפיל פון זיי נאכדעם אבסעסד מיט איין זאך (one track minded) און גלאטע שקרנים?
ממה נפשך, אדער זענען די מענטשן אלעמאל אזוי געווען, שוין גארנישט אזוי ספעציעל, אדער זענען זיי אזוי געווארן, וואס דאן געבט דאס א שטיקל בליק אויף די גליקן פון די אנדערע זייט.
אגב, דוכט זיך
דער ארטיקל רעדט אויך פון משפחת לאווען. אויב איז דאס אמת, פארענטפערט עס טייל פון די שאלות.
איראניש איז, אז דער ארטיקל וואס דו ברענגסט צו, הייסט די מאן נחום, און די פרוי חיה (נחום כ"צ'נס מאמע) און דאס איז געשריבן געווארן מער ווי צוויי יאר צוריק, אסאך פאר זיין ערשטע קאזין פון לאנדאן נחום כ"ץ האט אים נאכגעטאן. א מאדנע צופאל. אבער אפשר נישט?! 🙄
טאמבל סאסאיראניש איז, אז דער ארטיקל וואס דו ברענגסט צו, הייסט די מאן נחום, און די פרוי חיה (נחום כ"צ'נס מאמע) און דאס איז געשריבן געווארן מער ווי צוויי יאר צוריק, אסאך פאר זיין ערשטע קאזין פון לאנדאן נחום כ"ץ האט אים נאכגעטאן. א מאדנע צופאל. אבער אפשר נישט?! 🙄
טאקע מאדנע!
כ'פארשטיי נישט פונקטליך פארוואס דו האסט עס געדארפט ציטירן. איך שטיי דאך דא נעבן דיר? און פ"וו מעקסטע ארום?
אה. דו לאכסט וועגן
דעם? יוחנן הסנדלר מיינט טאקע ער האט אנטדעקט אמעריקע. 😂
מ'רעדט שוין פונדעם
דא עיין באמצע דברי.
שליח
נישט איבערצודרעשן נאכאמאל די באשפייעכצטע OTD נושא וואס קריכט שוין פונעם נאז, אבער אז מ'האט דן געווען איבער זייער ספעציעלקייט ווילט זיך מיר דאס צולייגן: צו די OTDs זענען מעיקרא ספעציעל ווייס איך נישט, כ'האב קיינעם פון זיי נישט געקענט. אבער פארוואס זענען אזויפיל פון זיי נאכדעם אבסעסד מיט איין זאך (one track minded) און גלאטע שקרנים?
ממה נפשך, אדער זענען די מענטשן אלעמאל אזוי געווען, שוין גארנישט אזוי ספעציעל, אדער זענען זיי אזוי געווארן, וואס דאן געבט דאס א שטיקל בליק אויף די גליקן פון די אנדערע זייט.
.
ווייל אויב די פליסט פון א דזשאב אויב ביסטו אנגעווייטאגט גייסטו בארעדן דיין אלטע באס אפילו אויב דו טרעפסט א בעסערע דזשאב און ביסט צופרידן
@שליח איך מיין אז ס'איז אפשר דוקא צוליב זייער גוטסקייט; ווייל זיי למשל קוקן מיט רחמנות אויף דיר מעגליך, האלטענדיג אז דו זינקסט אין בלאטע פון אפאלעדזשעטיקע. און זיי וויל דיר פשוט דערלייכטן מיט חכמה. (אדער ביסט נישט צופרידן מיט דיין לעבן, ווייב, קאריער, וכדומה)
ס'דערמאנט דיך פון די מיטליעריגע נאנעס אין די קירכעס פון מנחם מענדל'ס מעשה ביכלעך! הא? לול. אפשר זענען די נאנעס אויך געווען ספעציעלע.
שושן פוריםשליח
נישט איבערצודרעשן נאכאמאל די באשפייעכצטע OTD נושא וואס קריכט שוין פונעם נאז, אבער אז מ'האט דן געווען איבער זייער ספעציעלקייט ווילט זיך מיר דאס צולייגן: צו די OTDs זענען מעיקרא ספעציעל ווייס איך נישט, כ'האב קיינעם פון זיי נישט געקענט. אבער פארוואס זענען אזויפיל פון זיי נאכדעם אבסעסד מיט איין זאך (one track minded) און גלאטע שקרנים?
ממה נפשך, אדער זענען די מענטשן אלעמאל אזוי געווען, שוין גארנישט אזוי ספעציעל, אדער זענען זיי אזוי געווארן, וואס דאן געבט דאס א שטיקל בליק אויף די גליקן פון די אנדערע זייט.
.
ווייל אויב די פליסט פון א דזשאב אויב ביסטו אנגעווייטאגט גייסטו בארעדן דיין אלטע באס אפילו אויב דו טרעפסט א בעסערע דזשאב און ביסט צופרידן
נו וואס טוסטו טאקע אין אזא צייט ווען דו הערסט איינעם רעדן אויף א באס וואס האט אים ארויסגעווארפן? דו גלייבסט דעם בארעדער אויפ'ן ווארט אדער דו טראככסט ביי דיר יש דברים בגו
איך הער אויס ביידע צדדים מיט אייניגע אינטערעסע, און זעה למי החותמת ולמי הפסילים.
כ'מיין. ס'קען דאך נישט זיין אז ביידע זענען אייניג גערעכט!
פונקט שליח ווילן זיי דערלייכטן מיט חכמה? וואס איז נייעס וואו שטייען מיר!
אפשר ברענגט מען זיי אהער, קאווע שטיבל וועט ראקן. ס'וועט פליהן חכמה אויף אלע זייטן.
שושן פוריםהערשיזיין טאטע איז א בעל תשובה, זיין טאטע טיילט געלט... הערט אויף! מיינע אויערן טוען וויי. ווער ס'רעדט ווייסט נישט, און ווער ס'ווייסט רעדט נישט.
נו אז די ווייסט יא איז זאג
נו, ער האט דאך יעצט געזאגט אז "ווער ס'ווייסט רעדט נישט". איז א משמעות אז ער ווייסט יא.
berlbalagulehשושן פוריםהערשיזיין טאטע איז א בעל תשובה, זיין טאטע טיילט געלט... הערט אויף! מיינע אויערן טוען וויי. ווער ס'רעדט ווייסט נישט, און ווער ס'ווייסט רעדט נישט.
נו אז די ווייסט יא איז זאג
נו, ער האט דאך יעצט געזאגט אז "ווער ס'ווייסט רעדט נישט". איז א משמעות אז ער ווייסט יא.
אהא פארדעם הערשט אזא שטילקייט ווייל יעדער ווייסט
וואס איז די אדרעסס צו איר בלאג?
<a class="postlink" href="http://m.yiddish.forward.com/akidyetnotkidding.blogspot.com">http://m.yiddish.forward.com/akidyetnot ... ogspot.com</a>
עס קומט ארויף:
Page not found
<a class="postlink" href="http://akidyetnotkidding.blogspot.com/">http://akidyetnotkidding.blogspot.com/</a>
עסקן בדבריםhttp://akidyetnotkidding.blogspot.com/
א גרויסע דאנק!
שושן פורים
ווייל אויב די פליסט פון א דזשאב אויב ביסטו אנגעווייטאגט גייסטו בארעדן דיין אלטע באס אפילו אויב דו טרעפסט א בעסערע דזשאב און ביסט צופרידן
מילא רעדן אמאל דא דארט, אבער אויב איז איינער אבסעסד מיט דעם, און מאכט אפילו זיינע קינדער אבסעסד, און בראקט אפילו אריין שקרים, האב איך נישט קיין ספק אז די ערשטע דזשאב איז געווען פיל בעסער, ער איז נעבעך נאכנישט צוזיך געקומען פונעם קלאפ.
טאמבל סאס, ס'איז מיר גארנישט געקומען אויפן געדאנק אז מ'רעדט דא פון אזעלכע פיינע מענטשן, וואס זענען גרייט צו מאכן זייער לעבן אינהאלטסלאז, און אפילו משוגע מאכן זייערע טעכטערלעך, אבי מיר צו באלייכטן די אויגן. מי כעמך ישראל! (אגב, איבער חכמה ווייס איך נישט, אבער אין צופרידנהייט פון לעבן, ווייב, קאריערע שטיי איך ב"ה גאנץ פיין as is, ס'זעהט מיר נישט אויס ווי זיי שטייען בעסער ווי מיר).
דא עקא, אז א טייל פון זייערע מעשים שטימען עפעס נישט אזוי מיטן לב טוב טעאריע. ועוד, דער ענין פון שרייבן אפענע שקרים איז נאכנישט פארענטפערט. בשלמא באהאלטענע סילופים, אפשר האלטן זיי המטרה מקדשת האמצעים, אבער וואס פארדינען זיי פון אזעלכע גראבע בלאפן (ווי אראפגעברענגט פונעם בת-עבירה'ס בלאג)?
זיי בראקן אריין ווייל זיי ווילן נישט ס'זאל זיין אזוי ווי עמיצער האט געשריבן היינט אז נאך א דור צוויי זאלן די אייניקלען צוריקגיין. און דו ביסט אבסעסד מיטן אריינפרעגלען שנאה קעגן די פרייע. האסטע געהערט.
ווער ביסטו צוזאגן אויף יענעם אויב זיין לעבן איז אינהאלטלאז וויבאלד דיינע שיטות באשטימען דיזע אקטיוויטעטן פאר ווערטלאז און שאנדע? ווער ביסטו צוזאגן אז די לעבן וואס דו פירסט איז די מאקסימום צופרידנקייט וואס א מענטש איז בארעכטיגט צוהאבן אין די היינטיגע מאדערנע וועלט -- ווען מיליאנע מענטשן (מיט דיין עניוות'דיגע חכמה..) באקומען אסאך מער? ווער ביסטו זאלסט קענען מיט דיין מיינונג און קורצזיכטיגע בליק דן זיין ווער עס שטייט בעסער?
און ווער זענען מיר אלע צוזאגן וואס איז גוט'ס און וואס איז שלעכט'ס? דו ווייסט אפילו נישט פארוואס שלעכטע זאכן וואס פאסירן יעדן טאג צודיר -- דארפסטו אננעמען פאר "בלויז" גוט'ס, און דו קענסט שוין מיט א פעסטקייט באשטימען אז דאס וואס יענער טוט איז זעכער שלעכט'ס, כאטש עס איז אפילו נישט דו, וואס ליידט דערפון. און ס'איז אויך נישט דו, וואס דארף זיין אחראי אויף דעם.
אפנע שקרים? ווייטער, ווער ביסטו צורעדן בשם כלל ישראל? אין א כלל ווי יעדע משפחה איז א פרט, און טוט ביי זיך כל מה שלבו חפץ! מה דאך קהלישע מיסברויכן ווערן פארשוויגן, כש"כ יחידישע עוולות וואס מענטשן טוען אינדערהיים. דו קענסט פארטרעטן יעדן סקווערן, און יעדן טאהשער, און יעדן לב טהור'ער? און דאס איז אלץ א תוצאה פון א סיסטעם וואס שיילט זיך אפ, און פארריגלט אירע לאדענעס פאר אלגעמיינע עסטאבעלירטע געזעץ.!
קוק אין דיינע ווערטער אליין וויפיל דערנידערונג לשונות דו האסט גענוצט. אין בעסטן פאל סארקאסטישע צינישע אויסדרוקן. דאס הויבט נישט ארויס דיינע ווערטער, און ברענגט נישט מער חשיבות צו זיי אין די אויגן פון א אביעקטיווע לייענער.
איך האב פונקט דא אריינגעבלאדזשעט וועל איך איבערלאזן אפאר ווערטער, לאמיר אייך אביסל קלאר מאכן, מי הוא יוחנן? פארוואס האט ער פארלאזט דעם אידישען דרך, וכו',
איך ווייס אז יוחנן באזוכט כסדר קאווע שטיבל, ווי ער ציטירט כסדר שטיקלעך על דא ועל הא, וואו מען זעט דאס אויף זיין פעסיבוק בלאג.
איך גיי דא נישט אריינגיין אין זיין ביאגראפיע, מה שמו ומי הדין, עס איז אשאד צו ווידמען שורות לכבודו, איך וועל עס נאר זאגן אויפן שפיץ גאפל.
איך האב דורך געסקענט די לעצטע 4 בלעטער האב איך באוויזן אויפצוכאפן, ווערטער ווי, האלבער כופר, גאנצע כופר, טאהש, מצומצם, געלערנט סתם ידיעות, ער איז רעפאמירט, ער העלפט מענטשן וכו' וכו'. איך וויל אייך זאגן, איך קען אים, ער איז היינט יום ב' לסדר תולדות א וויסטער כופר, א כופר באלקי ישראל, גלייבט נישט אין גארנישט, נישט אין השראות הנפש, נישט אין באשעפער, נישט אין גארנישט, ער גלייבט נאר אין זיין האלב אפגעשוירענע בערדל, מיטן מיאוסען אידישען פרצוף... יוחנן איז א איינציג קינד צו זיין טאטן, זיין טאטע איז זייער א קלוגער מענטש, און קומט ארגינעל פון לאנדאן, זיין טאטע איז זייער א איינשטענדיגער איד, און ווי ערווענט פארמאגט ער זייער א שארפן מוח. ער פירט זייער א פרומער שטוב, און אזוי אויך איז זיין זין געגאנגען בדרכי אביו. אזוי ווי זיין טאטן פארמאגט יוחנן אויך א קלוגער מוח, און נשרש שרץ במוחו, און ער האט אנגעהויבן אנצופירקלען זיין מוח, מיט משכילישער ביכער, א שטייגער ווי מענדלעסאנס ספרים א.א.וו. עס האט גארנישט מיט אנטי צמצום אדער מיט די ליפט פון טאהש, עס האט מיט זיין אייגענע ס"מ וואס האט אריינגעשלעפט ברדת שחת. אזוי איז ער געווארן נחמץ מידי יום ביומו, און ער האט ''אויך פארדארבען" זיין פרוי, וועלכער איז אויך זייער א קליגער, אבער זי איז געווען ערליכער פון אים, אבער עווענטועל איז זי אויך אריינגעשלעפט געווארן אין זיין פינסטערן נעץ.
ער איז היינט א אויסגעלאשענע לעכט, וואנדערט ארום אין די ברייטער געוועב, און פון צייט צו צייט ציטירט ער מילביגער לשון הרע'ס אויף אידן, אויף זיין פעיסבוק אקאונט. עס איז נישט דא פון וועמען צו רעדן, און עס בלייבט נישט איבער צופיל צו אנאלעזירן, זיינע תאוות, און איבערגעקליגטשאפט האט אים אליין איבערגעקליגט, און ער וואנדערט ארום אין חלל אריין. דערמיט האט ער חרוב געמאכט א אידישער שטוב, צוגרינד געלייגט זיינע קינדער, און ער פירט זיך כהיום אויף כאחד הגויים, און וויקעלט דאס איין אין א.ג. רעפאמירטער לעבן.
ער איז א מסית ומדיח, און ער ווערט געטריבן דורך אשמדי אליינס. ער האט פארלאזט דעם אידישען וועג צוליב זיינע תאות און משכילישע אנשויאינגען וועלכע האבן זיך איינגעזאפט אין אים.
@קעניגרייך, פון ווי ווייסטו וואס זיין תאוות זענען?
I'm back@קעניגרייך, פון ווי ווייסטו וואס זיין תאוות זענען?
קוק אויף זיין לבוש, זיין מהות, זיין מענטאליטעט, זיין מהלך החיים. זיי זענען די בעסטע עדות. בעסער קוק נישט...
סארי, אבער איך זע גארנישט פון זיין קליידונג.
מיין טאטע האט אמאל געטראגן א קורצע רעקל, אזוי ווי ער טראגט. מיינט דאס אז מיין טאטע איז געווען א בעל תאוה?
I'm backסארי, אבער איך זע גארנישט פון זיין קליידונג.
מיין טאטע האט אמאל געטראגן א קורצע רעקל, אזוי ווי ער טראגט. מיינט דאס אז מיין טאטע איז געווען א בעל תאוה?
הצלחה רבה!
קעניגרייך, ביסטו אפשר א קרוב מיט קעניגזאהן פון אייוועלט?
מיאוסע אידישע פרצוף....
מסית ומדיח געטריבן דורך אשמדאי...
איך קען נישט מחליט זיין אויב איך ליין דא מיין קאמפף אדער די "שלשה אחים"... 😲
איך האב אפאר ערענסטע נקודות פון דיין באשרייבונג וואס איך וואלט געוואלט פרעגן און פארשטיין, אבער פון דיין פריערדיגע רעאקציע זעהט נישט אויס ווי ס'דא מיט וועם צו רעדן.
I'm back@קעניגרייך, פון ווי ווייסטו וואס זיין תאוות זענען?
קענסרייך האט אייך שוין גענפערט בעפאר איר האט געפרעגט:
קעניגרייךאיך וויל אייך זאגן, איך קען אים, ער איז היינט יום ב' לסדר תולדות א וויסטער....
הוגהאיך קען נישט מחליט זיין אויב איך ליין דא מיין קאמפף אדער די "שלשה אחים"... 😲.
די ענין פון ״מצדיק רשע ומרשיע צדיק״ איז טאקע א איינגעגסענע מנהג,
אבער ווער ווייסט נאך אזוי גוט ווי מיר חברי הקאווע שטיבעל אז נישט יעדע מנהג מוז מען אלץ איינהאלטען!
אמאל מעג מען אויך טיען ווי די הלכה, מצדיק צדיק ומרשיע רשע.
קעניגרייךאיך האב פונקט דא אריינגעבלאדזשעט וועל איך איבערלאזן אפאר ווערטער, לאמיר אייך אביסל קלאר מאכן, מי הוא יוחנן? פארוואס האט ער פארלאזט דעם אידישען דרך, וכו',
איך ווייס אז יוחנן באזוכט כסדר קאווע שטיבל, ווי ער ציטירט כסדר שטיקלעך על דא ועל הא, וואו מען זעט דאס אויף זיין פעסיבוק בלאג.
.......
ער איז א מסית ומדיח, און ער ווערט געטריבן דורך אשמדי אליינס. ער האט פארלאזט דעם אידישען וועג צוליב זיינע תאות און משכילישע אנשויאינגען וועלכע האבן זיך איינגעזאפט אין אים.
פארוואס זאל מען אננעמען דיינע ווערטער ווען קיינער ווייסט נישט ווער די ביסט, און מען זעהט קלאר אז די שרייבסט מיט
האס, וואס דאס מיינט אז די האסט עפעס א נאנטשאפט צי די סוטואציע דארט, אין ממילא ביסטע בכלל נישט באגלייבט, ווייל דיינע מיינונגען זענען באגלייט מיט נגיעות,
קיינער ווערט נישט קיין אפגעפארען איבערנאכט, אדער וועגען א פאר ביכער, ס'זיכער דא נאך גרויסע שטיקלעך צי דעם פאזעל, וואס ווערט געהאלטען באהאלטען אינטערען קארפעט,
סתם שרייען מיט
האס אזוי ווי די טוסט, ווייזט אז די האסט עפעס א עמאשענעל קאנעקשען צי די פרשה, סאו סארי אבער אין מיין אפיניען קען מען נישט אננעמען דיינע ווערטער פאר די ענדגילטיגע אמת,
חבקוק הנביאקעניגרייךאיך האב פונקט דא אריינגעבלאדזשעט וועל איך איבערלאזן אפאר ווערטער, לאמיר אייך אביסל קלאר מאכן, מי הוא יוחנן? פארוואס האט ער פארלאזט דעם אידישען דרך, וכו',
איך ווייס אז יוחנן באזוכט כסדר קאווע שטיבל, ווי ער ציטירט כסדר שטיקלעך על דא ועל הא, וואו מען זעט דאס אויף זיין פעסיבוק בלאג.
.......
ער איז א מסית ומדיח, און ער ווערט געטריבן דורך אשמדי אליינס. ער האט פארלאזט דעם אידישען וועג צוליב זיינע תאות און משכילישע אנשויאינגען וועלכע האבן זיך איינגעזאפט אין אים.
פארוואס זאל מען אננעמען דיינע ווערטער ווען קיינער ווייסט נישט ווער די ביסט, און מען זעהט קלאר אז די שרייבסט מיט
האס, וואס דאס מיינט אז די האסט עפעס א נאנטשאפט צי די סוטואציע דארט, אין ממילא ביסטע בכלל נישט באגלייבט, ווייל דיינע מיינונגען זענען באגלייט מיט נגיעות,
פאר די זעלבע סיבה וואס דו נעמסט אן פארקערט פארוואס גלייבסטו יענעם אזוי שנעל יענער ווייסטו דען יא ווער ס'איז
קיינער ווערט נישט קיין אפגעפארען איבערנאכט, אדער וועגען א פאר ביכער, ס'זיכער דא נאך גרויסע שטיקלעך צי דעם פאזעל, וואס ווערט געהאלטען באהאלטען אינטערען קארפעט,
ס'האט טאקע נישט פאסירט איבערנאכט ס'האט געדויערט א שיינע פאר נעכט נאכ'ן זיך אנליינען מיט מער ווי אפאר ביכלעך און עניוועי גענויגט צו יענע צד האט עס פאסירט נעבעך לדאובן לב אבותיו
נעבעך נעבעך!
זיי נישט ברוגז זי סואנד נישט גיט!!! איך מקבל אויף מיר נישט צי ווערען ווי זי!! נישט אויסציקיקען אזוי.... WOW איז דעס דיפרעסינג!!
איך בין נייגעריג וואס נאך זי טוט אלץ לטובת איהרע קינדער און געטרייע מאן!
קיק די רימארקס דארט! (כ'האב געמיינט נאר איך טראכט אזוי - אפשר גאר בין איך אויך אייסעלעיטעט וועגען דעם סיסטעם! אבער איך זעה די רימארקס בין איך אקעי)
[ציטאט אראפגענומען]
בעצם האסטו געזאלט שרייבען ״זהירות נשים״, לנעשה נאכן קוקן די קליפ איז שוין אלץ צו פארשטיין.
ר׳ איד? זענט איר געפערליך היציג? וואטשט דאס קליפ איר וועט זיך תיכף בארואנגען
ומכאן הקריאה יוצאת!
שפרה קריינדעל כ"ץ / לאווען איז געוועהן א געלונגענע מיידל/ווייבל, ס'האט איהר גארנישט געפעלט, קאמפויזט ניגונים מיט גראמען עפעס איינס אין די וועלט! באמת געוועהן א געלונגענע זאך, צוזאמען מיט איהרע טייערע קינדערלעך!!! איהר צופראסקעטע מאן יוחנן - אלץ בן יחיד און אויבער'חכם האט אלץ פארשטאנען אנדערש פון יעדעם! און שטודירט און געזוכט וואס קיינער ווייסט נישט, אזש דעם מעשוגענעם/האלב בלינדן איז איינגעפאלען צו טוישן רעליגיע למחצה לשליש ולרביע, צו'מזיק'ט זיין הערליכן עבר מיט א פאר'סרח'טן עתיד!!! די געלונגענע קינדער - וואס ראטן דוקא נישט אין אים, נאר אין מאמען - זענען געוועהן געשעצט און באליבט ביי יעדן, אבער אלעס אריין אין תהום מיט זיין גרויס אויבער'חכם'ישקייט....
די פרוי איז געוועהן אזוי צו'מזיק'ט (ווי מ'הערט האלבוועגס פון איהרע אייגענע ווערטער) געהאלטען אדער ביי א טאטאלע נערווען צעזאמענברוך אדער ביי SUICIDE האט זי אנגעפאנגען מיט גיין מיט אט דעם שעיר לעזאזל און צוביסלעך געמוזט צוגעוואוינען צים נייעם פאקט ווי זי שטייט, פרובירט צי איבערצייגן די וועלט ווי פרייליך זי איז!
הער אויס שפרה קריינדל! האסט נאך נישט פארשפעטיגט, דו קענסט אדער אפלאזען דעם בהמה (דו ביסט שוין אן אויפגעקלערטע ממילא ווייסטו שוין אז ס'איז נישט עק וועלט) און מוף צוריק קיין טאהש לעבן דיין צובראכענע טאטע מאמע (דיין שווער און שוויגער וואלטען דיך אויך אויפגענומען מיט ביידע ארעמעס) אדער מוף ערגעץ אנדערש און לעב באמת וויאזוי דו ווילסט און באמת וואס דיינע קינדער ווילן! אבער דעם בלינדען שעך, גיב איהם א שטויס אין מחילה און זאג איהם שיין: אדער גיימער צוזאמען בייביי אדער זוך דיר א צווייטע קרבן (ער איז דאך גאר אויפגעקלערט, ער ווייסט דאך אוודאי צו נעמען א צווייטע ווייב און עס איז JUST NATURAL) און שלום על ישראל!
הערטס ביידע אויף צו פאמפען איבעראל ווי פרייליך און גליקליך עטס זענט, ווייל עטס זענטס נישט! און יעדער נארמאלער מענטש זעהט עס אויף ענקערע באשרייבעכטס און אינטערוויוס!
וואלטס עטץ געוועהן אזוי גליקליך און צופרידן וואלט עטץ נישט געוועהן ביזי אויפטוהן אזויפיל און העלפן די וועלט, נאר געמאכט א לעבן פאר זיך.....
די רחמנות אויף די פרוי און קינדער שרייט עד לב השמים!!
אלע דיינע אלטע פריינדינעס זענען דיך גרייט צוריק מקבל פנים זיין און יעדער פארשטייט אז דו האסט געטרייט דיין בעסט TO MAKE THE BEST OUT OF THIS
און צו אייך אלע ליינער, פאר עטס ווילטס טוהן אזא שריט, קוקט אדורך דאס לעבן ביאגראפיע פון יוחנן לאווען מיט זיין ווייב שפרה קריינדל און דאס ליידן פון די אומשולדיגע עופה'לעך.... יא יא, צוזאמען מיט די אלע גליקליכקייט פון שרה'לעס בת-מצוה וכדו'! און דאס זאל אייך דינען פאר א גוטע לעקציע וויזוי מ'קוקט אויס ווען מ'איז שוין אנגעקומען אויף די אנדערע זייט!