Re: 'מגן דוד' איז הייליג צו פארבאטן?
איך וויל אנהייבן א נושא, כ'קלער כ'וואלט געדארפט פארדעם אפשר א באזונדערע אשכול, אבער לאמיר אנהייבן דערווייל דא.
ווער האט פארציילט פאר א סאטמארע יוד, ווער איז גאט?
ווער האט פארציילט פאר א סאטמארע יוד, ווער איז גאט?
מנשה לוסטיג
לענינינו, די ניגון וואס זיי האבן ארויפגעלייגט אויף די ווערטער, הבה נגילה, איז געווען א הקפה ניגון אין סקווירא,און דער אלטע סקווערע רבי האט עס שוין נישט געקענט זינגען, האט מען עס געזינגען ביים טיש שמחת תורה נאכן בענטשן, ווי אלע האבן זיך אויפגעהויבן דאס גאנצע אויבנאן, און געטאנצן מיט נאסטאלגיע אויף דעם אוראלטן ליד וואס איז ליידער דערטרונקען געווארן, אבער מ'האט עס מער נישט געזינגען ביי די הקפות.
מנשה לוסטיג... מסביר זיין פאר איינער וואס איז אויפגעוואקסטן אינעם סאטמארע שמעלץ טאפ, וואס מיינט אמונה.
שמואל הלוידי גלייכסט זיך צי צו די פריערדיגע חסידים ואנשי מעשה בדורות הקודמים וואס זענען געווען דבוק ומקושר ברבם מיט א הייליגן פייער און ברען?
גלייכצייטיג האסטו מיר נאכנישט געענטפערט וואס דרך הבעש"ט איז...
מנשה לוסטיגלויטן נארישע גאנג פון די וואס גלייבן נישט אין קיין רביס, קומען זיי אן, נאך א קורצע דין ודברים, אז זיי גלייבן נישט אין גאט אויך נישט. ווייל דו מוזט אנקומען צו א רבי זאל דיר אנווייזן געב א קוק, דאס איז גאט ער האט באשאפן און ער פירט און ער האט באפוילן. ס'דא געוויסע דרכים אין עבודת השם, אבער 'נישט גלייבן' אין מנהיגים, דאס איז די פירות וואס סאטמאר האט אריינגעברענגט אינעם חרדישער וועלט, מיטן 'טפח פיאות' און קורטוב אפיקורסות. קלאגענדיג אז בן גוריון איז א כופר, ווען לפנים האלטן ענק די זעלבע לגבי אלע מנהיגים.
מנשה לוסטיגווער איז גאט?
מנשה לוסטיג
און ס'דערמאנט מיר, ווי טאקע א אלטע סאטמארער געשטימטער האט מיר לעצטענס געזאגט עפעס קעגן סקווער, זאגט ער, א ראיה צו מיינע ווערטער ווייל דער הייליגער ריזינער האט געזאגט אויף זיין הייליגע דוד משה'לע פון טשארטקוב.. זאג איך עהם, ווער זאגט דאס אז דער ריזינער איז הייליג, ווער זאגט דער זון זיינע איז הייליג? די זעלבע וואס לאכן היינט פון רבי'ס האבן דעמאלטס געלאכט פון דעם 'הייליגער' ריזשינער, און איך זע גארנישט אז ס'עפעס אנדערש. ס'אלע דורות געווען די שפעטערס און ליצים און משכילים 'למיניהם'.. איינער מיט א קלענערע קאפל און איינער מיט א 'ריזיגע' קאפל.. [צו ווייזן אז יעדער איז א פאפער חוץ ער..] ממילא ביי אונז אין סקווער טשערנאביל האט מען געגלייבט אן אויפהער אין 'אלע' צדיקים. ביי אייך וואס ס'איז עפעס געפאלן א שכחה.. איז געהאקטע צרות אויפן דאזיגן ידיעה בכלל.. והמבין יבין
מנשה לוסטיגדאכט זיך, אז דאס וואס א בחור'ל האט אן שכל געוואלט מאכן א פייער אין 2011 האט מען אין סאטמאר אלע יארן פון איר עקסזיסטענץ געטון מיט מחשבה תחילה און מיט די גוטהייסונג פון די פירער.
און דאס געשלעג קומט פון זיי, און די מושג פון פראסקענען קומט פון זיי.
שמואל הלוימנשה לוסטיגפאר איינער וואס איז אויפגעוואקסטן אינעם סאטמארע שמעלץ טאפ, וואס מיינט אמונה
די סאטמארע אידן זענען כופרים? זענען נישט קיין מאמינים בה'? נאר סקווירא אידן האבן אמונה?
מנשה לוסטיגדי סימבאל פונעם מגן דוד ווערט געברענגט אינעם ספר רזיאל המלאך פון אדם הראשון, און דוד המלך ע''ה איז געווען א מתנה זיינע יארן פון אדם הראשון ווי באקאנט, האט ער געניצט דעם סימבאל וואס צייגט אויף צייגט אויפן מידת היסוד אלץ כח צו באזיגן אלע פיינט און איינע פון די שונאים איז געווען סאטמאר
היימישער ליטוואקמנשה לוסטיגדי סימבאל פונעם מגן דוד ווערט געברענגט אינעם ספר רזיאל המלאך פון אדם הראשון, און דוד המלך ע''ה איז געווען א מתנה זיינע יארן פון אדם הראשון ווי באקאנט, האט ער געניצט דעם סימבאל וואס צייגט אויף צייגט אויפן מידת היסוד אלץ כח צו באזיגן אלע פיינט און איינע פון די שונאים איז געווען סאטמאר
דער ספר רזיאל המלאך איז אזוי פון אדם הראשון אזוי ווי __________ איז נתחבר געווארן דורך ___________
מנשה לוסטיגדרך הבעל שם איז אזוי נשתכח אזויווי די מדינה גייט אונטער
מנשה לוסטיגדי הייליגע סמל הקדושה 'דער מגן דוד' איז אלץ געווען די סמל פון יודען, נאר די ציונים האבן עס געניצט צו פארכאפן צו זייער אידייען, אבער קדושה קען נישט נעלם ווערן, און עס בלייבט הייליג.
מנשה לוסטיגדי סימבאל פונעם מגן דוד ווערט געברענגט אינעם ספר רזיאל המלאך פון אדם הראשון, און דוד המלך ע''ה איז געווען א מתנה זיינע יארן פון אדם הראשון ווי באקאנט, האט ער געניצט דעם סימבאל וואס צייגט אויף צייגט אויפן מידת היסוד אלץ כח צו באזיגן אלע פיינט און איינע פון די שונאים איז געווען סאטמאר
געפילטע פיששטעלט אייך פאר ווען די ציונים וועלן אויס צו לייגן די מנורה אויפן פאן, וואס וואלט סאטמאר דעמאלס געטוהן?
איך אויךדי מנורה איז די סימבאל פונעם כנסת.
יואלישמנשה לוסטיג
לענינינו, די ניגון וואס זיי האבן ארויפגעלייגט אויף די ווערטער, הבה נגילה, איז געווען א הקפה ניגון אין סקווירא,און דער אלטע סקווערע רבי האט עס שוין נישט געקענט זינגען, האט מען עס געזינגען ביים טיש שמחת תורה נאכן בענטשן, ווי אלע האבן זיך אויפגעהויבן דאס גאנצע אויבנאן, און געטאנצן מיט נאסטאלגיע אויף דעם אוראלטן ליד וואס איז ליידער דערטרונקען געווארן, אבער מ'האט עס מער נישט געזינגען ביי די הקפות.
ברענסט דאך א מעשה לסתור צו זיין 'מגן דוד' טענה. פון הבה נגילה איז משמע אז סקווירא האט יא געהאלטן פון דעם "ואף על פי שהיתה אהובה לו בימי האבות, עכשיו שנאה, מאחר שעשאוה אלו חק לעבודת אלילים."