אשכול אן א טיטל #4581
112 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4581
[ציטאט אראפגענומען]
איך האלט אז אזא זאך וועט נאר גורם אנטיסעמעטיזעם און שנאת ישראל און מען זאל עס נישט טיען, אבער אויב איינער עפענט אזא וועבסייט זאל ער ביטע אויך רעדן קעגן די רציחות וואס די מוסלמענער טיען קעגן די קריסטען אין עגיפטן, און אזוי באלאנצירען די וועב סייט אז מען איז מוחה זיך קעגן ״אלע״ רציחות נישט נאר ווען מען הרג׳ט על קיידע, דאס וועט העלפן אז מען זאל אונז נישט קענענן באשמיצען דערמיט.
רוף דעם מקדש שם שמים האטליין זיי האבן שטארקע קשרים אין סיריא
Hmm
📎 IMG_201308254782.jpg
האו אבאוט א מנין תהילים?
בדחן צו מקיים זיין ענה כסיל כאולתו, דער מדרש זאגט און רשי ברענגט עס ביי ישמעאל, וישמע השם את קול הנער, האבן די מלאכים געטענהט, דער ישמעאל זיינע איינקלעך וועלן דאך טוהן אזויפיל צרות פאר אידן, האט גאט געזאגט, באשר הוא שם, יעצט איז ער א קינד גייט אויס פאר דארשט מען דארף איהם ראטעווען.
אויסער וואס ביזט נישט באקאנט מיטן מציאות. אסאד פארגאזט און באמבאדירט גאנצע דערפער מיט פרויען און קינדער וואס האבן קיין שייכות מיטן קאנפליקט אדער אל קאיידע.
בן תמליוןבדחן צו מקיים זיין ענה כסיל כאולתו.
בן תמליוןיאיר א שאד צו טענה'ן מיט בדחן. ער איז א דעמעזש וואס שפילט אונטער א פרומען מאסקע. איך וואלט איהם נישט געטראסט מיט פינף סענט.
מען דארף קענענן האבן א כח המעצור און זיך האלטען צי א פרינציפ, עס איז נישט שיין עס אויפצוגעבן דריי טאג נאכען עס שרייבען און פובליק.
@הוגה ווען די האסט א מינוט
דא און
דאבדחןהוגהberlbalaguleh@הוגה נאך א נקודה צו פארשטערקערן בדחן'ס רייד. די תורה האט געהייסן ביי עמלק "לא תחי' כל נשמה". מ'זאל אויסהרג'ענען אפילו די קליינע קינדער אויך. די בעיביס פון א טאג אלט אויכעט.
מיר פלאגן זיך טאקע גאר שטארק מיט דעם. אדרבא אויב האט איר א גוטע הסבר עס צו פארענטפערן I would appreciate it. ווי אזוי ס'זאל נאר זיין איז יענץ געזאגט געווארן אין יענע צייטן, היינט וואלט זיכער נישט געווען אזא מצוה.[/justify]
וועלכע מפרשי התורה האסטע געזען אז זיי זיכען הסבר דערויף? ווי האסטע געזען א שמיעס דערוועגן זיכענדיג הסברים?
אויב מעגליך גיב אפאר מראי מקומות.
'מיר' פלאגן זיך דערמיט, און 'מיר' זוכן א הסבר.
בנוגע די מעשה פון משה אין מצרים, אויב קענסטו אויף ווייזן אז גאט האט דיר געזאגט אז דו זאלסט לאזן די פרויען און קינדער שטארבן דאן גיב איך אויף. (און אפילו אזוי זעט מען אז משה רבינו האט זיך געבעטן ביים אויבערשטער צו ראטעווען דאס קינד, איינער וואס טוט נישט אזוי איז קאלטבלוטיג.)
איך זאג נאך אמאל איבער אז טראץ דעם וואס מיין הארץ גייט אויס פאר די שרעקליכע אכזריות נוראה, און מען מוז פארשפרייטן די מעסעדזש וואס עס גייט דארט פאר, דאך בנוגע נעמען שריט בפועל דארף מען אין אכט נעמען די פאליטישע ramifications.
איך פארשטיי נישט דיין ענטפער, האסט א צווייפיל אינעם מעשה אז מען האט אריינגעבויט קינדער אינעם וואנט? אדער אז השי״ת האט געענפערט אז עס איז בעסער אזוי? איך פארשטיי נישט וואס די פארלאנגסט אז איך זאל דיר אויפווייזען.
-----
בנוגע לא תחיה כל נשמה, די תורה גיט אן א טעם דערויף, וואס איז עס אזוי שווער צו פארשטיין?
----
למעשה די מרחק צווישען מיר און דיר איז נישט אזוי ווייט, ווייל איך זע אז יעדער אגריט אז מען קען נישט כאפען און טיען, די שרייבסט אויך אז עס איז צו האקעל צו טיען, די שאלה איז נאר איבער די רחמנות שבלב וויפיל מען זאל האבן.
איך צווייפל נישט איבער די מעשה. איך פארלאנג נאר אז פונקט ווי ביי יענע מעשה האט אויסגעפעלט אז גאט זאל קלארשטעלן אז ס'האנדלט זיך פון א רשע כדי מיר זאלן מעגן צולאזן זיין אומברענג, אזוי אויך דא, אויב ווילסטו טענה'ן אז מען זאל לאזן אומברענגן די קינדער על שם שעתידים וכו' מוז עס קומען מיט א ספעציעלע באפעל פון גאט. און אפילו נאך דעם וואס גאט באפעלט דיר בפירוש נישט רחמנות צו האבן אויף זיי זאלסטו אויך איינרייסן פאר די קינדער'ס וועגן, פונקט ווי משה רעיא מהימנא האט איינגעריסן.
בנוגע דאס אומברענגן אנשים נשים וטף. אויס'הרג'נען קינדער און פרויען וואס שטעלן נישט קיין שום ווידערשטאנד? קענסט זיי נישט פארטרייבן? קענסט זיי נישט נעמען פאר קנעכט? פון וואו נעמט מען א הארץ פון שטיין צו קענען טון אזא זאך? וואס פארשטייסטו יא?
berlbalagulehנצבדאין הכסא שלם עד שימחה זרעו של עמלק,האט נישט עקספייערט און טא טויזענט ענד טוירטין
די שאלה איז נאר וועלכע פאלק איז מזרעו של עמלק. א סאך דיעות האלטן אז דייטשלאנד.
פארשידענע דעות האלטן גאר קרית יואל...
@הוגה עפן א אשכול און תורה ומחשבה אפטיילנוג בנוגע די ציווי פון לא תחיה כל נשמה און מען וועט עס דארט ווייער דעבאטירען, די נושא ווערט שוין צו לאנג דא, א שאד צו פארדרייען די אשכול.
---
בנוגע מצרים, דעתי נוטה אז עס איז דומה און עס איז א לימוד לדורות צו וויסען אז מען דארף נישט אלטץ פארשטיין וועט מען זעט ווי השי״ת טוט אזוינע זאכען, אבער אמך פארשטיי אז דו מיזט נישט פארשטיין לויט ווי אזוי איך פארשטיי עס.
חסידים "פאר" בייקס,"קעגן"דשענאסייד...
גאנץ א קלינגענדען נאמען,
ר' אליעזר ברלנד האט שוין אויסגעשריגען
זיין מחאה פאר א יאר צוריק
און די וואך האט הרב ישראל מאיר לאו אנגעשריבען א
שארפע מחאה וזעקה.
איין זאך וואס איך זעה פון דעם איז אז חרדישע רבנים זאגען א ווארט האט עס א השפעה לפחות אין די פרעסע עס ווייזט אז עס זענען דא יידען נאמנים לה' ולתורותו וואס זענען אינטרעסירט און עס ווייטאגט זיי מעשי ידי הקב"ה טובעים בים, יונה הנביא האט זיך נישט געלאזט פונ'ם רבוש"ע אז א זינידגע שטאט ווי נינוה דארף מען חרוב מאכען, און דער אייבישטער האט עם נאך געגעבן א פסק שפעטער מיט דער משל פון דער קיקיון אז ער האט נישט גענוג רחמנות געהאט אויף זיי. ווי אויך אלע אנדערע נביאים האבען זיך מצטער געווען אויף די צרות פון גוים.
מיט די היינטיגע מעדיע וועלט איז עס גארנישט שווער, אין אפאר מינוט עפענט מען א פעיסבוק, טוויטער, וכו' אקאונטס, און מען לאזט הערן א וויי געשריי פאר די וועלט.
(אגב איז דא א פעיסבוק בלאט
Israelis for Syriaרב לאו דערמאנט דעם בילד פונעם הונגעריגן קינד און דעם פויגל.
נאך איך קען עס נישט עפענען?
די ארטיקעל פון ישראל מאיר לאו
לכאורה זענען מאנכע גערעכט אז די רעבעלען וועלן ארויפגיין וועלען זיי נאר מאכען צרות פאר אידען, און אסאד וועט בלייבען כרגע קען נישט שאטן, אבער פון דער אנדערע זייט איז קופערניקוס גערעכט אונז טאר מען נישט שווייגען ווען מ'הארגעט אויס א פאלק יהיה מה שיהיה, וואס מ'זאל טוען לאז פאר קלוגערע פון מיר אבער דאס איז זיכער אז מ'דארף ארויסברענגען א וויי געשריי, און אגב אויב וועלען שמוציגע אדער אפילו קלינע העטס שרייען ביים יו ען קעגן דעם וועלן קומען פארשטיקענע לינקע ארגענעזאציעס און שרייען ענק הארגענען קליינע קינדער אין גאזא וכו' און ס'וועט נישט העלפען דעם הסבר אז עטז זענטץ קעגן ציונים וכו' וכו', כנלע"ד הקלושה..
berlbalagulehקינות גירושיןסאיז יעצט דא א מקום פאר פרומע אידען צו מאכען א קידוש השם, לאז ק״ש זיין דער וואס טוט עס!
וועלכע ניק איז נאר געווען וואס האט דעמאלטס איבערגעטיישט גלויבער׳ס בריוו אין ענגליש? לאמער עם אפיר קראצען מגלגלין זכות ע״י זכאי
ברענג ארויס אונזער ווי געשריי, און לאמער עס פארשפרייטען אויף די וועב און טויזענטער פון אונז זאלען עס אונטערשרייבען!
רבותי עטץ האט געזעהן די "טיים ליין" פון דעם פאוסט: שבת קודש 4:47 נאכמיטאג . ❓ ❓ ❓ ❗
פארוואס טראכסטו נישט אז איך בין יעצט אין אייסלענד ביי די בעדער, בוזט געוואוינט צו טראכטען שלעכט אויף יענעם? איי פיל יא
עניוועי חברה אויב דארפט עטץ הילף צו מסדר זיין א פראטעסט דא אין אייסלענד ביי די וואלקענאס בין איך אין!
פרופ'
אסא כשר, א מומחה און באוואוסטער קול אויף עניינים פון עטיקס אין מלחמה,
שרייבט היינט אזוי:
מה ראוי שמדינת-ישראל תעשה נוכח ההרג ההמוני המתחולל בסוריה?
קשת האפשרויות מתחילה בשתיקה מוחלטת, נמשכת בקריאה לעולם לפעול לסיום ההרג, נמשכת בקריאה להתערבות מסוימת של ארה"ב או של גורמים אחרים, ומגיעה עד התערבות צבאית גלויה וחד-צדדית של ישראל.
אני קורא להפרת השתיקה. לא יותר מזה. ללא מעורבות לטובת צד זה או אחר, ללא קריאה להתערבות מסוג מסוים לטובת צד זה או אחר, אלא רק אמירה מוסרית חד-משמעית האומרת שאסור לעבור בשתיקה על מעשי הרג המוניים. (אסור לעבור בשתיקה גם על מעשי הרג בהיקף לא המוני, אבל נניח לזה עכשיו.)
כשאנחנו חושבים על השואה, אנחנו מזדעזעים קודם כל ובעיקר מן ההשמדה. אבל יש בנו גם זעזוע משתיקת העולם. ויש בנו זעזוע מיוחד משתיקת האפיפיור, שהיה אמור לגלם בדבריו ובהתנהגותו קול מוסרי.
אין שום הצדקה לשתיקה ישראלית מוחלטת.
אני סולד מן הפירוש שיכול להינתן לשתיקה: אדישות.
ואני סולד עוד יותר מן הפירוש העלול להינתן לשתיקה: ערבים הורגים ערבים, היהודים צריכים לשתוק.
אנחנו חייבים לזעוק ולקרוא להפסקת התופעה שלפנינו: בני-אדם הורגים בני-אדם, באופן מתמשך והמוני. זה חייב להיפסק.
לא משנה לי מי יזעק. אולי מוטב שזו תהיה הכנסת, ברוב גדול מאוד של חבריה.
אפשר לנסח תגובה מוסרית בלי שיהיה בה רמז לכוונה להתערב. הסיפור המעשי של התערבות מחייב שיקולים מוסריים הרבה יותר מורכבים ואני לא עוסק בו כאן. עכשיו השאלה שלי היא לא "להתערב או לא להתערב", אלא "לשתוק או לזעוק". גם אם לא ראוי להתערב, ראוי לזעוק!
לגבי די השקפה'דגע ויכוח (קרעדיט: הרה"ג 'ספרן' אין בח"ח)

עַל כֵּן לִבִּי לְמוֹאָב כַּחֲלִלִים יֶהֱמֶה וְלִבִּי אֶל אַנְשֵׁי קִיר חֶרֶשׂ כַּחֲלִילִים יֶהֱמֶה עַל כֵּן יִתְרַת עָשָׂה אָבָדוּ
ירמיהו מח:לו
איך קען נישט געהעריג אנטייל נעמען און די מערכה קעגן דאס פארגאזען די פאר "הינדערט" רעבעלן,ווייל איך בין שוין פארנומען אנצוגרייטען סאך סאך א גרעסערע מערכה ומחאה,קעגן דאס אויסקוילען "מיליאנען" אלאווייטס (די שבט פון וואו די אסאד'ס שטאמען)מענער פרויען און קינדער,און פאל די אסאד רעזשים פאלט.
אין איך האף אז עטס פארשטייטס אויך אז מיין קומענדיגע מערכה,איז אביסעל וויכטיגער....
איך האב געליינט די דאזיגע אשכול, און מיר האט אויך געבאדערט פארוואס מיר אידן, קינדער און אייניקלעך פון האלאקאוסט סורווייווערס, זאלן נישט שפירן די ווייטאג פון אויסגע'רצח'טע קינדער, און איך האב זיך אריינגעלייגט אין די ארבעט אינאיינעם מיט אפאר גוטע חברים.
טייערע אידן, שטייט אונז צו די האנט.
פרטים יבואו
נעה יענס איז נישט גענוג קיהל ,אויפגעקלערט ,און געהפיליש.
[ציטאט אראפגענומען]
ליין וואס אשר לעווין האט גשריבען אין לעצטע שטערן ואז תבין!
אקוראט דאס געוואלט שרייבן, נאר קינות'ל האט מיר אויסגעכאפט דאס ווארט פון מויל.
ווייל מען טוט "נישט" גענוג פאר אונזערע זיידעס זאל מען מער גארנישט טוהן?
[ציטאט אראפגענומען]
מאנכע זאגען אז דאס אז א "עווריטיש חסידישע משפחה איז איבער 10 קינדער" איז איינע פון די תוצאות פון די האלאקאסט,
{וויבאלד די פרויען זענענן געווארען געפייניקט און אפגעשוואכט} לפי"ז דארף מען דאקע העלפן די געליטענע פינעם האלאקאסט און ארויס העלפן די עקרת הבית ווי מער.
חיים נחום,קענסט זעהן פון מיינע פריערדיגע תגובות אז ביי מיר זענען די סיריער קינדער נישט אויף די טאפ טען ליסט,
אבער, די טענה צו סאיז נישטא עפעס וויכטיגערס צו טאן אינעם עולם העסקנות,איז זייער זייער שטארק נישט אויסגעהאלטען,אפשר פרעגסטו איינעם וואס גיט זיך אפ שטארק מיט די מצוה פון הכנסת אורחים פארוואס ער ווערט נישט א הצלה מאן,אמער ראטעווען איין נפש איז כמקיים עולם מלא?אדער איינער וואס עסקנ'ט פאר חינוך הטהור און די ווייטע מדינת ישראל,פארוואס ער שליסט זיך נישט אן און חסד של אמת דאהי?
אויף דעם איז דער פשוטער תירוץ סאיז דא גענוג מקום להתגדר פאר יעדע סארט עסקנות פאר יעדעם וואס דער געפיהל טרייבט אים אהין,צו א געוויסע עסקנות,און מען קען נישט פרעגען פארוואס די זעלבע הארץ שטופט אים נישט צו אן אנדערע מצוה/עסקנות
דאס זאגט ער טאקע ,אויב עס צוהט דיר נישט צו זיין א הצלה אדער עני אנדערע לעלו דאן זיי עוסק אין חינוך ,אויב ביידע ציהט דיר נישט דאן זיי א מכניס אורח אויב דאס אויך נישט דאן העלף ארויס אידן מיט הכנסת כלה אדער סתם הלוואות , שלום בית ,חינוך ואטו כי רוזלא נחשוב? בקיצור צווישן גארנישט טוהן און שפרינגען ביז שמייליגע אראבערס איז דא גענוג און נאך אין וואס עוסק צו זיין נאר עס האט נישט די שטעמפל 'אויפגעקלערקייט' עליו.
בן תמליוןקינות גירושיןסאיז יעצט דא א מקום פאר פרומע אידען צו מאכען א קידוש השם, לאז ק״ש זיין דער וואס טוט עס!
וועלכע ניק איז נאר געווען וואס האט דעמאלטס איבערגעטיישט גלויבער׳ס בריוו אין ענגליש? לאמער עם אפיר קראצען מגלגלין זכות ע״י זכאי
ברענג ארויס אונזער ווי געשריי, און לאמער עס פארשפרייטען אויף די וועב און טויזענטער פון אונז זאלען עס אונטערשרייבען!
געווען אונזער חבר גאלד. ער האט מקדש געווען שם שמים מסוף העולם ועד סופו דורך די ווענט פון אונזער שטיבל דעמאלטס. הלואי איינער זאל ארגאנאזירן דא א ראלי קעגן הרגענען קינדער. לאזן מיר ווייזן די וועלט איז נישט אינגאנצן באנקראט.
כאב הערשט יעצט באמערקט ווי מ'רעדט פון מיר, טראץ וואס איך שטיץ דער נאבעלער אקט, איז דאס לגמרי נישט דומה צו פרשת גלויבער, דארט איז די ספאט-לייט געווען אויף פרומע אידן, די געשיכטע איז געווען צענטערט איבער א חאסידיק פארפאלק, די בילד פון המנוח מיטן שטראמל בעקיטשע איז געווען צישמירט אין די מידיע, ממילא איז פונקט מעת ה' געווען דעמאלטס א פתח פתוח, א אוזן קשבת, לעיני העמים והשרים, א נייגער וואס דאס איז חסידים, ממילא האט זיך גוט אריינגעשפילט צו אריין אינדשעקטן דעם הארציגן ערליכן בריוו, אבער דא בנידן דידן, איז די רעדע נישט איבער חסידים פרומע אידן, די רעדע איז איבער סירישע גוים, איר ווילט ציעלן די ספאט לייט איבער אונז אידן, דאס איז שוין א אנדערע עסק, פאר דעם ברויך מען א ארגענאזירטע פי-אר, אבער איך וואונטש הצלחה,
סוי גרייט עפעס אן ווען דאס בילד פון אפאר הינדערט "שמוציגע היטען" וועט זיין אויפען ניו יארק טיימס ערשטע בלאט,זעה שוין אין איינוועגס צו רעדען איבער גיוס חרדים אויך....
[ציטאט אראפגענומען]
צו פארגלייכן דאס צום שואה, ווי היטלער האט גע'רצח'ט אונז אידן צוליב וואס אונז זענען אידן, דערמאנט אביסל פון די פרומע אידן אין ארץ ישראל וואס שרייען נאצי אויף די פאליציי וואס שלאגן זיי.
אונזערע זיידעס האבן נישט רעוואלטעט קעגן היטלער ימ"ש אז ער זאל האבן טענות און דערפאר זיי הרג'נען.
ווי שלעכט זאל נישט זיין אין סיריע אין תימן איז דאס נישט א פארגלייך צו אונזער האלקאסט.
קיינער פארגלייכט נישט די סיריער רעבעלן צו אונזערע זיידעס - על אף וואס די סיריע 8 יעריג קינד איז פונקט אזוי אומשולדיג ווי דאס פוילישע 8 יעריג קינד, אפגעזען וואס זיין טאטע אדער פעטער האט יא אדער נישט געטאן - די פוינט איז אז פונקט ווי אונז טוט וויי אויף די הילכיגע שווייגעניש וואס האט איינגענומען די וועלט בימים ההם. פונקט אזוי טארן מיר נישט שווייגן וועגן אומרעכטן פאסירן בזמן הזה.
ביזט נישט גערעכט ! ווייל ווען מ'וועט שרייבן היסטאריע וועט נישט זיין אזוי שטארק דער פראגע פארוואס לענדער האבן געשוויגן ווייסט פארוואס? ווייל לענדער האבן זיך נישט געיאגט אריינצימישן און א ציוועלע קריג ווי אין ביידע זייטן קריגן זיך ארום מערדער און פין ביידע זייטן פאלן קינדער און יעדער ווייסט אז ווען וואלטן נישט מלחמה געהאלטן אראפצווארפן אסאד וואלט דא גארנישט בכלל פארגעקומען . אבער ביי אונז ווען מען שרייבט היסטאריע איז די פראגע זייער שטארק ווייל מיר האבן קיינעם שלעכט געטון אונזער שולד איז געווען אז אונז זענען אידן .
שאלה:
זענען מיר טאקע (בעיקר)אנגעווייטאגט אויף יעדע טאם,דיק ענד שמערי וואס וואוינט ערגעץ אויף מעין סטריעט און קאנעקטיקעט,פארען נישט אויסשרייען זייער ווייטאג אז מ'שחט אויס אידען אין יוראפ,אז אינז פון חרידי-טאון זאל מיר פילען פאר וויכטיג זיך היצט אנרופען?
אדער זענען מיר אנגעווייטאגט אויף די פאליסי מעיקערס,פון "מדינות" בעיקר אמעריקא,פארען גארנישט טאן דאס אפצושטעלען,און זאגאר אינטערדריקען די באריכטען וואס זענען צייטענווייז אנגעקומען צו זיי,און ווי אויך די א.ג. אידישע "ארגענעזאציעס" אדער א שטייגער ווי די ניו יארק טיימס,וואס האט שוין געוויסט אזוי פרי ווי 1941 וואס "אוישוויץ" באדייט,אין געמאכט א קאנטשעס דעסישאן דאס נישט באריכטען ?
לבונה זכהעַל כֵּן לִבִּי לְמוֹאָב כַּחֲלִלִים יֶהֱמֶה וְלִבִּי אֶל אַנְשֵׁי קִיר חֶרֶשׂ כַּחֲלִילִים יֶהֱמֶה עַל כֵּן יִתְרַת עָשָׂה אָבָדוּ
ירמיהו מח:לו
@לבונה זכה
לָכֵן, יְיֵלִיל מוֹאָב לְמוֹאָב כֻּלֹּה יְיֵלִיל (ישעיה טז ז):
לכן. הואיל והתגאה על כולם לא ימצא מי שיצטער בצרתו ורק מואב עצמו ייליל על מואב ולא זולת: כלה ייליל. ר''ל כל היללה ייליל הוא ולא אחר עליו: (מצודות)
למעשה שטייט אבער ווייטער עטליכע פסוקים שפעטער:
א עַל-כֵּן מֵעַי לְמוֹאָב, כַּכִּנּוֹר יֶהֱמוּ; וְקִרְבִּי, לְקִיר חָרֶשׂ.
(דאס איז אגב, איינע פון די פילע ערטער וואו א סטאנזא פון א פאעזיע איז געווארן איבערגעשריבן מיט בערך די זעלבע ווערטער, נאר א קנייטש אנדערש. ווי היסטאריקער זאגן איז דאס געווען דער סדר אין מזרח הקדום).
דער פשט פון מצודות notwithstanding, קען מען גאנץ לייכט לערנען פשט אז די נביאים האבן זיך משתתף געווען בצערן של אותן עמים
למעשה איז אביסל מאדנע אז דער נביא שעלט צוזאם מואב מיט די ערגסטע קללות, און נאכדעם האט ער רחמנות אויף זיי.
יאירלמעשה איז אביסל מאדנע אז דער נביא שעלט צוזאם מואב מיט די ערגסטע קללות, און נאכדעם האט ער רחמנות אויף זיי.
מ'זעט ממש די זעלבע duality ווען דער נביא רעדט פון זיינע אייגענע ברידער.
פאר א דמיון צו א גדול בדורינו, עיין אשכול אודות ה'מונקאטשער וה'גערער.
זאג מיר נישט אז ישעיה הנביא איז געווען א מונקאטשער 😂

קול דמי אחינו זועק אלינו!
יאירזאג מיר נישט אז ישעיה הנביא איז געווען א מונקאטשער 😂
די פראגע איז, ווער גייט זיך בעליידיגן פונעם דמיון? דער נביא אדער דער מונקאטשער?
ס'דערמאנט אין די מעשה'לע (איך האב נישט קיין מקור. סאיז נאר א מעשה וואס כ'האב געהערט בימי ילדותי) אז דער סאטמערער רבי ז"ל זאל זיך האבן אויסגעדריקט אויפן בעלזער רב ז"ל נאך די בחירות פרשה, אז אהרן האט געמאכט דעם עגל. די בעלזער חסידים זענען געווען אויסער זיך. היתכן, צוגלייכן דעם הייליגן רב צו א פוסל פסלים. סאטמארער רבי, הערענדיג פון דעם אויפברויז, האט געזאגט, ח"ו, כ'האב די צוויי קיינמאל צוגעגליכן.
JewsAgainstGenocide
קול דמי אחינו זועק אלינו!
מיינסט ברודער ישמעאל?
קין און הבל זענען געווען ברודערס, דארטן שטייט די פסוק קול דמי אחיך זועק אליך. מיר זענען אלע אייניקלעך און געבליבן ברודערס. ביים קריג האבן מיר זייער געוואלט אז יעדער זאל זעהן אונזער צער, מיר מוזן עפענען אונזערע הערצער פאר אנדערע צער.
וואס מאכט דיין ברודער בין לאדין? איך הער אז ער איז טאוסט
ניין, אויף אכזרים דארף מען מתאכזר זיין, כל המרחם על האכזרים סופו להתאכזר על הרחמנים. ליידער קען מען עס אסאך מאל זעהן ביי עקסטרעם לינקע אז זיי ווערן ממש חבר לאיש משחית. בין לאדען איז די שונא פון מענטשהייט, און אזוי אלע עקסטרעמע מוסלמענער וואס נוצן רעליגיע פאר מארד. אבער אין סיריע פאלן אסאך ציווילע אין קינדער אריין, ואלה הצאן מה חטאו?
יאירזאג מיר נישט אז ישעיה הנביא איז געווען א מונקאטשער 😂
און אפשר א סאטמארער?! 😂
Don't forget these KIDS are brainwashed from birth to HATE you Etc.......
The first chance they will have HASEM YERACHEM
what they will do...
then comes MITZRAYIM a much more supposedly civilized society..... LOOK what they did to the NOTZRIM....
now that is a HOLOCAUST.....
berlbalagulehיאירזאג מיר נישט אז ישעיה הנביא איז געווען א מונקאטשער 😂
און אפשר א סאטמארער?! 😂
😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂
צו ווייסן @קופערניקעס און @אובאמא אז זיי זענען אויף אל קאידעס זייט?ווער עס וויל יוצא זיין לכל הדעות זאל שיקן קינדער-סייז בלענקעטס און קינדער-באטלעך וואסער. מיט א תפלה שלא יצא מכשול וכו.
הרה"D הרב
יובל שרלו שליט"א, מגדולי הדור (
@קאווע טרינקער קענסט עם רוהיג צולייגען צו דיין רשימה פון אמת'דע גדולי הדור וואס שטיין נישט אין המודיע

האט פארפאסט א הערליכע תפלה מתפלל צו זיין אויף דאס וואס טוהט זיך אין סיריע. די תקנה זיינע ווערט באריכטעט אין
הויפט[/url]
נייעס קוועלער אין ישראל.
פאלגענד איז דער נוסח :
ריבונו של עולם, העושה שלום במרומיו,
אף שלא הוסמכנו לתקן תפילות – אין אנו יכולים עוד להביט אל הטבח הנעשה בעולמך ולא להתפלל על כך; אף שאנו יודעים כי שני הצדדים במלחמה הם שופכי דמים פראיים – אין אנו מסוגלים לשתוק בשעה שנפגעים רבים רבים שהם מחוץ למעגל הלחימה.
אנו פונים אליך בתפילה כי תעורר ברוצחים את האנושיות הפשוטה ואת מידת הרחמים, את ההכרה כי כולנו נבראנו בצלם א-לוהים וכי גם למידת האכזריות יש גבולות, ותופיע בעולם את מה שכתבת בתורתך "שופך דם האדם באדם דמו יישפך, כי בצלם א-לוהים עשה את האדם".
שלח בנו גם את התבונה לדעת מה לעשות בשעה הקשה הזו, בו שוב מתגלה הצד האפל שביצרם הרע של בני אדם, ואין אנו יודעים מה מוטל עלינו מול מציאות מרה זו; שלח בנו את היכולת לפעול ככל יכולתנו כדי למנוע שפיכות שמים בעולם, ובמיוחד בארץ הקדושה והרחבה, עליה כתבת בתורתך "וְלֹא תַחֲנִיפוּ אֶת הָאָרֶץ אֲשֶׁר אַתֶּם בָּהּ כִּי הַדָּם הוּא יַחֲנִיף אֶת הָאָרֶץ, וְלָאָרֶץ לֹא יְכֻפַּר לַדָּם אֲשֶׁר שֻׁפַּךְ בָּהּ כִּי אִם בְּדַם שֹׁפְכוֹ".
עושה שלום במרומיו, הוא יעשה שלום עלינו, ועל כל ישראל, ואמרו אמן.