שווערע ווערטער וואס כ׳וויל וויסן
77 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #457
שווערע ווערטער וואס כ׳וויל וויסן
ווען מע לייענט ובפרט אויב מע לייענט אסאך טרעפט מען אלץ נייע ווערטער וואס מע פארשטייט נישט, און נישט אלץ האט מען וועם צו פרעגן, עפן איך דיזע אשכול און ווען איך באמפ אריין אין א שווערע אידישע אדער ענגלישע/פאראידישטע ווערטער, וועל איך דא אוועקשטעלן און די עכטע ידענים וועלן שוין זיכער ארויסהעלפן.
איך הייב אן מיט די ווארט physicist (פיסיכיסט אין אידיש?) וואס איינשטיין איז געווען. וואס פונקטליך באדייט דע ווארט?
Re: שווערע ווערטער וואס כ׳וויל וויסן
[ציטאט אראפגענומען]
אויף אידיש: פיזיק.
Re: שווערע ווערטער וואס כ׳וויל וויסן
ביאגראפיע מיינט באשרייבונג אויף איינעםס לעבן.
וואס מיינט ביבליאגראפיע?
Re: שווערע ווערטער וואס כ׳וויל וויסן
ידעןביאגראפיע מיינט באשרייבונג אויף איינעםס לעבן.
וואס מיינט ביבליאגראפיע?
ביבליאגראפיע איז די חכמה פון ביכער. א ביבליאגראפישע בוך קען זיין אויף צוויי אופנים. איינס איז א בוך וועלכער האט סיסטעמאטישע ליסטע פון בוכער, א שטייגער ווי
בית עקד ספרים. די צווייטע איז א בוך וועלכע שטודירט די אויסקוק, אינהאלט און פיזישע איינצעלהייטן פון בוכער, א שטייגער ווי
די ספרים בלאָג. איינער וועלכע האט זייער ליב ספרים, בפרט אלטע דרוקן און אומבאקאנטע ספרים ווערט אנגערופן א "ביבליאפיל".
Re: שווערע ווערטער וואס כ׳וויל וויסן
ישובניק[ציטאט אראפגענומען]
אויף אידיש: פיזיק.
צוליב דער זעלבער סיבה האב איך מציע געווען פאר די מנהלים אין
"פראגרעס באריכט" אשכול אז אויך סטאטיסטיקס קומט אן דעם ס':
"סטאטיסטיקס" וואלט איך אראפגענומען דעם ס' ביים סוף
אבער זיי זענען צוריקגעקומען מיט דער החלטה אז
הנהלה האט באשלאסן צו לאזן מיט די "ס".✔
Re: שווערע ווערטער וואס כ׳וויל וויסן
כאטש דער אשכול איז געווידמיט פאר אידישע ווערטער, וואלט איך געוואלט אריין האקען מיט א לשה"ק ווארט, ווייסט איינער וואס טייטשט יום המר "והנמהר"?
Re: שווערע ווערטער וואס כ׳וויל וויסן
שרגאישובניק[ציטאט אראפגענומען]
אויף אידיש: פיזיק.
צוליב דער זעלבער סיבה האב איך מציע געווען פאר די מנהלים אין
"פראגרעס באריכט" אשכול אז אויך סטאטיסטיקס קומט אן דעם ס':
"סטאטיסטיקס" וואלט איך אראפגענומען דעם ס' ביים סוף
אבער זיי זענען צוריקגעקומען מיט דער החלטה אז
הנהלה האט באשלאסן צו לאזן מיט די "ס".✔
שרגא, אין אלגעמיין איז עס טאקע ריכטיג: סטאטיסטיק. אבער דאס איז דער שם הכולל פון דער וויסנשאפט. אויב מ'רעדט פון באשטימטע ציפערן, איז עס אפשר יא ריכטיג בלשון-רבים, אבער "סטאטיסטיקס" איז נישט אידיש. איך האב זייער מורא, אין אזא פאל וואלט מען געזאגט סטאטיסטיקעס, אדער העכסטנס סטאטיסטיקן (ווי ס'איז אויף דייטש אויך).
Re: שווערע ווערטער וואס כ׳וויל וויסן
משה געצילכאטש דער אשכול איז געווידמיט פאר אידישע ווערטער, וואלט איך געוואלט אריין האקען מיט א לשה"ק ווארט, ווייסט איינער וואס טייטשט יום המר "והנמהר"?
חבקוק א ו: כי הנני מקים את הכשדים הגוי המר והנמהר ההולך למרחבי ארץ לרשת משכנות לא לו.
מלבי"ם: "הגוי המר והנמהר" ר"ל שלפעמים יתרומם גוי אחד ע"י חנופה וחלקלקות שימשוך עמים תחתיו בדברים רכים, אבל הם גוי מר ואכזרי, ולפעמים יתגבר ע"י שכלו ותחבולות, אבל הם גוי
נמהר שעושה הכל בלא עצה ותבונה,
מצודת ציון: "והנמהר" - מלשון מהירות
ישעיהו לב ד: ולבב נמהרים יבין לדעת ולשון עלגים תמהר לדבר צחות
מצודת דוד: "ולבב נמהרים" - מי שלבבו נמהר מבלי דעת מיושבת יבין אז לדעת לא כמו עכשיו שנאמר בהם השמן לב העם הזה.
אויף ענגליש טייטשט זיך עס Impetuous, rash, hasty, reckless, imprudent ,impulsive
פונקט ווי אזוי דאס איז אנגעקומען צו יום המר והנמהר ווייס איך נישט, מילא א מענטש קען זיין אומדורגעטראכט, אבער א טאג?
Re: שווערע ווערטער וואס כ׳וויל וויסן
אין א צווייטע אשכול שרייבט דער געערטער ישובניק די ווארט "מעטאפאריש" וואס באדייט דאס?
Re: שווערע ווערטער וואס כ׳וויל וויסן
ברויןאין א צווייטע אשכול שרייבט דער געערטער ישובניק די ווארט "מעטאפאריש" וואס באדייט דאס?
https://www.google.com/#hl=en&gs_nf=1&q=define+metaphorRe: שווערע ווערטער וואס כ׳וויל וויסן
געפילטע פישברויןאין א צווייטע אשכול שרייבט דער געערטער ישובניק די ווארט "מעטאפאריש" וואס באדייט דאס?
https://www.google.com/#hl=en&gs_nf=1&q=define+metaphor
דו מיינסט אז ברוין האט נישט קיין צוטריט צו גוגל?
מעטאפאר איז א צושטעל ע"ד משל (אדער ע"ד דרוש) ווען מ'וויל עפעס ארויסברענגן. לדוגמא, ווען מ'זאגט "ס'געווען א מיליאן מענשטן ביי די חתונה" איז די גוזמא פון מיליאן א מעטעפאר פאר אסאך מענטשן.
וואס מיינט אסטרינגענט?
ידעןוואס מיינט אסטרינגענט?
http://en.wikipedia.org/wiki/Astringent http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A2%D7% ... 7%95%D7%AA
א נייער ווארט איז געבוירן געווארן ביים כינוס ? אי לייען דעם כינוס אפטיילונג אינעם "איד", שטייט דארט אזוי: "ליידער זענען אידישע קינדער מיט די יארן געווארן אינגאנצן אפאטיש צו דעם שרעקליכן חורבן פונעם אינטערנעט".
אפאטיש ? העלפטס מיר ארויס דא, איך קען נישט לייענען ווייטער.
אקעי כאב עס געגוגעלט און איך זעה ס'טאקע דא אזא ווארט.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 7&pgnum=77
הייסט עס ס'איז א ריין ענגליש ווארט
"פאטיש" מיינט געפילן אין "ריין אידיש" אויך. "סימפאטיש" "פאטאס". דער "א" פון אנהייב ווארט וואס זאל מיינען א שלילי ווייס איך נישט פון נאך דוגמאות, אבער דער מקור פון דעם איז לאטייניש-גריכיש.
זר זהבהייסט עס ס'איז א ריין ענגליש ווארט
אפאטיש איז א ווארט וואס פיגורירט שוין אין "דער איד" זינט הרב סענדער דייטש'ס צייטן.
אנדזשעקס
א ווארט וואס רב וואזנער האט געזאגט ביים כינוס און אפי׳ ווער סע האט עס אפגעטייפט האט עס נישט פארשטאנען, ווי מע זעהט אז ער האט צוגעליייגט ??
אנטראפאלאגישע שטאנדפונקט
פון דא
יידלגעפילטע פישברויןאין א צווייטע אשכול שרייבט דער געערטער ישובניק די ווארט "מעטאפאריש" וואס באדייט דאס?
https://www.google.com/#hl=en&gs_nf=1&q=define+metaphor
דו מיינסט אז ברוין האט נישט קיין צוטריט צו גוגל?
מעטאפאר איז א צושטעל ע"ד משל (אדער ע"ד דרוש) ווען מ'וויל עפעס ארויסברענגן. לדוגמא, ווען מ'זאגט "ס'געווען א מיליאן מענשטן ביי די חתונה" איז די גוזמא פון מיליאן א מעטעפאר פאר אסאך מענטשן.
יידל דיין משל איז מער א גוזמא ווי א מעטעפאר. א מעטעפאר איז א משל וואס ניצט א פרעמדע באגריף פון א מצב אויפן צווייטן. "ער איז געשטיינען דארט אייז קאלט" איז א מעטעפאר. אויב ניצט מען מען די ווארט "ווי" איז עס נישט א מעטעפאר נאר א סימייל. דוגמא: "זיין פנים האט נישט געצייגט קיין געפילן, ווי אייז אין סיביר."
ידעןאנטראפאלאגישע שטאנדפונקט
פון דא
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 422#p16422
Anthropologyישר כח געפילטע.
איך האב מיך געווינדערט אז יואליש איז דא געווען און ער האט נישט מסביר געווען.
ווי אזוי זאגט מען "שותף" אין אידיש?
איך מיין אז ס'האט נישט קיין ספעציפישע ווארט אין אידיש, פונקט ווי "גלות" און נאך ווערטער.
דעטס וויי איי עסקד
גלות יודווי אזוי זאגט מען "שותף" אין אידיש?
אין דויטש איז עס פארטנער, קוקט אויס אז פארטנער איז נישט קיין ענגלישע ווארט
[ציטאט אראפגענומען]
איך האב דאס געשריבן אין באצוג צו וואס זר זהב האט געשריבן אז ער האט געזען א נייע ווארט אין דער איד.
אין די בלאט זעה איך אזא ווארט: ביליכער. וואס מיינט עס?
מדינת ישראל איז ביליכער אן אפגעשוואכטער אסאד רעזשים.
זיי נוצן עס אלס "ענדערש".
(כ'ווייס נישט צי דאס איז דער זעלבער אויסטרעף ווי "אויס-שווארץ" פאר בלעק-אוט..)
בילכער איז אן אלט יודיש ווארט
פילייכט ווייסט איינער די פונקטליכע אפטייטש פון אַדעקוואַט און קאָגנאַט?
דאס זענען גראמאטישע טערמינען, וועלכע ווערן בעיקר גענוצט אין פארווערטס
פון וואו שטאמט די ווארט 'קלאמפיש'?
געפילטע פישפון וואו שטאמט די ווארט 'קלאמפיש'?
דאכט זיך מיר אז עס קומט פון די לשון קודש ווארט 'כלומר'.
קלאמפיש און כלומר מיינען צוויי אנדערע זאכן
געפילטע פישפון וואו שטאמט די ווארט 'קלאמפיש'?
קלאמפיש איז קיין ווארט, עס איז כלומר'שט. און די מקור איז פשוט.
שרייב מיר כלומ'רשט אין א Sentence און נאכדעם זאג מיר צו די ווארט כלומר קומט בכלל אריין
אדער זא מסביר די פשטות פון די מקור ווייל איך פארשטיי נישט
ע"ד אפשר: ער שאקלט זיך ביים דאווענען כלומר'שט ווי א פרומער = ווי כאילו צו זאגן.
יואלישיידלגעפילטע פישברויןאין א צווייטע אשכול שרייבט דער געערטער ישובניק די ווארט "מעטאפאריש" וואס באדייט דאס?
https://www.google.com/#hl=en&gs_nf=1&q=define+metaphor
דו מיינסט אז ברוין האט נישט קיין צוטריט צו גוגל?
מעטאפאר איז א צושטעל ע"ד משל (אדער ע"ד דרוש) ווען מ'וויל עפעס ארויסברענגן. לדוגמא, ווען מ'זאגט "ס'געווען א מיליאן מענשטן ביי די חתונה" איז די גוזמא פון מיליאן א מעטעפאר פאר אסאך מענטשן.
יידל דיין משל איז מער א גוזמא ווי א מעטעפאר. א מעטעפאר איז א משל וואס ניצט א פרעמדע באגריף פון א מצב אויפן צווייטן. "ער איז געשטיינען דארט אייז קאלט" איז א מעטעפאר. אויב ניצט מען מען די ווארט "ווי" איז עס נישט א מעטעפאר נאר א סימייל. דוגמא: "זיין פנים האט נישט געצייגט קיין געפילן, ווי אייז אין סיביר."
סימילי
לית דין בר נשקלאמפיש און כלומר מיינען צוויי אנדערע זאכן
גערעכט, פארדעם פרעג איך וואס דאס מיינט.
ונבנתה העירע"ד אפשר: ער שאקלט זיך ביים דאווענען כלומר'שט ווי א פרומער = ווי כאילו צו זאגן.
איך מיין אז פאר דעם קומט צו נוצן ענדערש קלאמפיש. א קלאמפישע פרומער איז קיין פרומער. משא"כ כלומר'שט איז וואס מ'לייגט צו פאר'ן עלאבארירן,
כלומר'שט געבן א הסבר, אויף א פרידערדיגע ווארט. אזוי ווי i.e. אין ענגליש. דער געשעפטס מאן געט מיר אזא שארפע בליק, מ'כלומר'שט ווי צו זאגן, "פיץ דיר אפ פון דא".
קלאמפיש איז נישט קיין געשריבן ווארט, עכ"פ נישט ביי אויסגאבעס מיט היימישע דיאלעקטן. דאס געשריבן ווארט איז אלץ כלומר'שט, וואס אין טייל סוב-דיאלעקטן זאגט מען דאס קלאמפיש, קלאמפירשט, מיקלאפירשט, וכו. ענגליש טייטש איז ostensibly. ענגליש טייטש פאר כלומר איז to say, to wit, viz. מכלומר'שט קומט, פארשטייט זיך, פון כלומר, אבער עטימאלאגיע באשטימט נישט קיין זין. די ווערטער מיינען עפעס אנדערש.
וואס מיינט די (יידיש) ווארט ״אלמער״?
קאמענטירערוואס מיינט די (יידיש) ווארט ״אלמער״?
closet
דאכט זיך אויב איך מאך נישט קיין טעות מיינט עס א סארט בימה וואס מען נוצט אין קלויסטער ביי די דרשות ,ענדליך צו באלעמער.
איך אויךדאכט זיך אויב איך מאך נישט קיין טעות מיינט עס א סארט בימה וואס מען נוצט אין קלויסטער ביי די דרשות ,ענדליך צו באלעמער.
דאס איז א ווארט וואס מ'נוצט טאג-טעגליך וכנ"ל
א שווער ווארט טעגליך
כוועל פורבירען אויפצוזיכען אפאר שווערע ווערטער וואס אונזער לעקסיקאן האט. זיי שוין אויסגעשפיגען מיט זייער מעגליכער אפטייטש;
1) אבאנירן?
2)אבצאס
3)אדעקלאן?
אז נבהלו אלופי אדום אילי מואב,
וואס איז לעצטנס געשעהן מיט אונזער זיסער
@יואבעס האט זיך פארברענט זיין פענעץ
מידערהייט האט ער געגעבן א געניץ
פון זיין אלטן גראבן אוואטאר איז נישט געבליבן קיין שמץ
און פון "עמיצער" איז געווארן "עמעץ"
קאמענטירערכוועל פורבירען אויפצוזיכען אפאר שווערע ווערטער וואס אונזער לעקסיקאן האט. זיי שוין אויסגעשפיגען מיט זייער מעגליכער אפטייטש;
1) אבאנירן?
2)אבצאס
3)אדעקלאן?
אבאנירן באדייט סובסקרייבן. כמו שכתוב: צו אבאנירן אין די מאמענט פילט אויס דיזע בויגן.
אבצאס און אדעקלאן מיינט אזויווי עכידכ און נביינג.
בן עזאיקאמענטירערכוועל פורבירען אויפצוזיכען אפאר שווערע ווערטער וואס אונזער לעקסיקאן האט. זיי שוין אויסגעשפיגען מיט זייער מעגליכער אפטייטש;
1) אבאנירן?
2)אבצאס
3)אדעקלאן?
אבאנירן באדייט סובסקרייבן. כמו שכתוב: צו אבאנירן אין די מאמענט פילט אויס דיזע בויגן.
אבצאס און אדעקלאן מיינט אזויווי עכידכ און נביינג.
דער ערשטער בן עזאי האט נישט געשריבן קיין נארישקייטן איבער ווערטער און זאכן וואס ער האט נישט געוואוסט זייער אפטייטש. איז לאמיר פרובירן טרעפן אן ענטפער צו #2 או #3.
אבצאס..מיין איך איז טייטש אייטער. אויף ענגליש הייסט עס...
Abscess:...אדעקאלאן...מייניך איז צוזאמגעשטעלט פון צוויי פראנצויזישע ווערטער...
Eau de Cologne...וואסער פון קעלן. א שטאט אין דייטשלאנד. פי' פערפיום...! כנלענ"ד...!
בערי, אינז מעג מיר אפלערנען פון דיר וויאזוי צו צונעמען א ווארט, אריינטראכטן דערין, און אזוי קלאהר פארטייטשן.
זיי מיר מוחל
@קאמענטירער פאר די פריערדיגע רייד, ס'איז געשריבן געווארן אין א שוואכע מינוט. וכשם שאפשר לקלקל כך אפשר לתקן. וזה החלי:
די ווארט "עכידכ" באדייט אזויווי די ענגלישע ווארט Acidc... שארפע זאכן וואס מ'קען טרעפן אין זייף וכדו'
"נביינג" באדייט nBeyng וואס איז א נאמען פון א שטעטל אין האנג קאנג. לכאו' איז נישט פארהאן דארט קיין אידיש רעדנדע, איז וואונדערליך וויאזוי די ווארט איז אריין אין אידישן שפראך.