☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פארוואס קומט פאר אזויפיל סעפעראציעס / גיטין?

פארוואס קומט פאר אזויפיל סעפעראציעס / גיטין?

187 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4488
בלאט: 1 2 3 4

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 11, 2013 4:29 pm

· #140574
פארוואס קומט פאר אזויפיל סעפעראציעס / גיטין?
עס הערשט לעצטנס א מגיפה אין דעם הינזיכט אין אונזער מחנה. לויט איין מקור, איז די לעצטע וואך געווען איבער 20 סעפעראציעס ביים היימישן עולם. א זאך וואס האט נישט אירס גלייכן אין אונזער גלאררייכע היסטאריע. עפעס מוז זיין נישט-ריכטיג ביי אונז אז אזוינס פאסירט, און כדי צו קענען פארריכטן און פארמיידן דעם פראבלעם אינעם צוקונפט, דארף מען קודם דורש זיין בשל מי הרעה הזאת, וואס איז ראנג מיט אונז.

צווישן די שפאלטן פון אונזער שטיבל האט מען שוין כמה פעמים בארירט דעם נושא, אבער קיינמאל נישט מיט קיין קלארקייט. צי איז עס ווייל היינט זענען מיר אומגעדולדיג, עס איז נישט פאראן קיין סבלנות, די פרויען זענען מער געפיעטשעט ווי אמאל (ע"פ רוב זענען זיי די וועלכע אנטלויפן, וטעמא בעי, ראה להלן), מענער האבן נישט די אמאליגע קאמיטמענט אז איך האב חתונה געהאט און איך בין דא פאר מיין ווייב 24/7, נאכדעם זענען פאראן רוחניות אישוס, מענער זענען ע"פ רוב אינטערגעציפטע אויפגעקלערטע חברה, בשעת די מיידלעך זענען פיל מער תמימות'דיג און פארנעמען נישט די מהלכים און אדער קאלטקייט פון די מענער.

אלענפאלס, איז עס ממש א קריזיס, און אפגערעדט פון די אונאנגענעמע פינאנציעלע חלק דערפון, אז מען צאלט אויס צענדליגער אלפים פאר א חתונה בלויז אויף זיך צו קענען שפעטער גט'ן, איז עס בעצם א חורבן (הגם אסאך מאל איז עס א ישועה).

דער חורבן איז ביי אונז שייך נאך מער ווי ביי אנדערע, צוליב די עקלהאפטיגע "סטיגמא" וואס ווערט ארויפגעלעיבלט אויף א משפחה וואס האט א גרוש אדער גרושה, מען האט מורא זיך משדך צו זיין מיט זיי, און מען ווערט לשיחה בפי הבריות לבושה ולחרפה, די משוגע'נע מענטשן פארשטייען נישט אז עס קען זיך מאכן ביי די שענסטע, און בכלל פרובירט מען "אויסצוגעפינען" וואס איז פארגעגאנגען דארט? און ווען מען הערט א האלבע מעשה פון איין זייט מיינט מען שוין אז "מען האט ארויס די זאך" און מען האלט זיך שוין פאר דער וועלטס חכם, און מיט רחמנות "באנעבעכט" מען יענעם...

אבער לאמיר לאזן מענטשן און געלט - און אפילו דעם מזבח - אין א זייט פאר א וויילע. די עצם גט'ן איז זייער נישט בא'טעמ'ט פאר די פארפאלק אליינס, און דאס דארף בלייבן נאר אלס א לעצטע אויסוועג. טעראפיסטן שווימען לעצטנס ארויף ווי שוואמען נאכן רעגן, און עכ"ז קען מען נישט גענוג ארויסהעלפן די צובראכענע משפחות, און ליידער די בתי-דינים לעניני גיטין מאכן אסאך געלט און זענען אווער-בוקד.

צו דעם קומט נאך צו דעם פראבלעם, ווען אסאך מאל מיינט די קאפעל אז די איינציגסטע אויסוועג ארויס איז א גט, און נאכדעם וועט מען שוין טרעפן א צווייטע, א בעסערס, בשעת ליידער שטייען גרושים און גרושות הילפלאז, און ס'איז דאפעלט קריעת ים סוף ווי א ערשטע שידוך, צוליב פארשטענדליכע סיבות, ס'איז זייער שווער צו פיקן "דאס ריכטיגע" ביי דעם פונקט אין לעבן. ואשר על כן דרייען זיך הונדערטער און טויזענטער גרושים/וגרושות אין די גאסן, און דער מצב ווערט גארנישט בעסער.

ס'איז קלאר ווי דער טאג אז פארמיידן די אלע מצבים איז דער ריכטיגער אויסוועג. א אונץ פון פרעווענשאן איז גרינגער און טוט מער אויף. דאס טוט אינקלודען צו אטאקירן אלע שוואכקייטן וואס מיר האבן היינט צו טאג, ווי צב"ש עלטערן זאלן מער זוכן פאסיגע שידוכים פארן קינד ווי איידער קוקן אויפן שיינעם נאמען; חתן/כלה מדריכים זאלן בעסער צוגרייטן - און אפילו באגלייטן שפעטער - זייערע תלמידים/ות; פרויען זאלן נישט זיין אזוי סענסיטיוו און עקספעקטן אז מענער זענען נישט אזוי פרום און תמימות'דיג ווי זיי קוקן אויס פון אינדרויסן, און זיי זאלן נישט מאכן קיין אישו פון קיין טישו; און בכלל זאלן די פרויען /מיידלעך נישט אויפוואקסן זיך באדנדיג אין שוואוילטאג; ומצד שני מענער זאלן זיך מער קאמיטן מיט געטריישאפט פאר די פרויען אז זיי זאלן זעהן אז זיי זארגן זיך באמת פאר זייערע ווייבער'ס וואוילזיין, ס'זאל זיין פאר די ווייבלעך באקוועם דער טשעינדזש פון א געטרייע טאטע-מאמע ביז א פרעמדער מאן; מען זאל מער לערנען איבער סבלנות, אז סוף כל סוף וועלן זאכן פאלן אין פלאץ (ווי ביי רוב מערידזשעס), און מען זאל נישט מיינען אז מיטן לויפן צו א צווייטע זיווג דארט ליגט דער גליק; א.א.וו.

איך ווייס אז עס איז גרינגער געזאגט ווי געטון. מיר קענען אנהייבן ביי אונזערע אייגענע קינדער, און זיך נישט פארלאזן בלינדערהייט אויף די חתן מדריכים אדער כלה טיטשערס. ויפה שעה אחת קודם. מען מוז זיך אויפוועקן באצייטענס, ווייל מיר קענען ח"ו אלע ליידן צום סוף.

אויך מוזן מיר ענדיגן אריינקריכן אין יענעמ'ס קישקעס. ס'איז נישט תורה'דיג, נישט מענטשליך, און בכלל נישט דיינע געשעפטן. מיינד יואר אוהן ביזנעס. און אויך זאלסטו וויסן, אז וויפיל דו וועסט הערן און מיינען אז דו פארשטייסט, קען מען נישט אריינקריכן אין תוך תוכיות צו פארשטיין באמת וואס איז פארגעגאנגען צווישן די פארפאלק, ס'איז פשוט נישט מעגליך, נישט אלעס קען מען אויסשמועסן און נישט אלעס וואס מען זאגט איז אזוי פשוט, געווענליך ליגט טיפערס אונטער די ווערטער. בפרט אז דו הערסט נאר איין צד. וויפיל גיטין האב איך שוין געהערט די מיאוס'טע לשון הרע'ס אויפן אנדערן צד, און ווען כ'האב געטראפן איינעם מצד השני האב איך געהערט די מעשה פונקט קאפויער, ממש נישט צו גלייבן. ממילא אז דו הערסט איינער וואס האט זיך גע'גט, טאר דער ווארט "פארוואס" נישט אריינקומען אינעם שמועס. נאר זאגן: איך וואונטש אים/איר דאס בעסטע, מיט הצלחה אויף זיין דזשורני, און פארטיג!

אויב האט איר נאך סיבות פארוואס דאס פאסירט, אדער נאך עצות צו פארמיידן די אנשיקעניש, לאמיר הערן פון אייך אלע צדדים, ותשועה ברוב יועץ. כולי האי ואולי וועלן מיר ארויסקריכן פון די סעפעראציע סומאטוכע.

בדחן » זונטאג אוגוסט 11, 2013 4:56 pm

· #140580
לאמיר דיר פרעגן עטליכע אמת'ע אויפריכטיגע פראגע'ס,

1} וועלכע תקופה הייסט ביי דיר אמאל? ד. ה. ווי און ווען האסטע געהאט אזא ענליכע סעטיניג ביי כלל ישראל אז זאלסט קענענן צוגלעכען דאס היינט צו אמאל?

2} ווער זאגט אז גיטין איז היינט - פעצענטאול - מער ווי אמאל?

3} ווער זאגט אז גיטין איז א פראבלעם און מען דארף ארבייטען עס זאל נישט געשען? אפשר איז נאר די פועל יוצא די פראבלעם..? דאס הייסט לעולם איז גיטין א נערמאלע זאך און עס איז פון די טבע הבריאה אז אויב צוויי מענטשן פארשטייען זיך נישט און עס קליקט נישט דארף מען זיך געט'ען - ביי גוים און יודען צוגלייך - {אגב, אויף קיין שום יוד געווינטשען} מיר האבן נאר א פראבלעם אז מען האט עס געמאכט פאר אזא שאנדפולע זאך דערפאר איז עס אזא פראבלעם, לאמיר עס מאכן פאר די נארעום און עס אנקיקען פאר אזאך פון די טבע אוטעמאטיש וועט עס גרינגער ווערן.

לעיקוואד » זונטאג אוגוסט 11, 2013 4:57 pm

· #140581
פארוואס געשעהט אזויפיל מאל אז איינער קויפט א געוויסע קאר און נאך א יאר צוויי זעהט ער עס איז נישט קיין גוטע קאר ער פארקויפט עס און זוכט א נייע?

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 11, 2013 5:15 pm

· #140585
טייערער בדחן, איך ווער שוין מיד פון דיינע תירוצים, וועלכע זענען געווענליך - ווי א עכטער איד - נישט מער ווי (אירעלעווענט, כלשונך) פירכות און נייע קשיות אפצואווענדן וואס יעדער זאגט.
אז דו האסט נישט וואס צו ענטפערן, איז נישט. איך האב אלעס קלאר באשריבן, אלע תשובות אויף דיינע פירכות איז שיין מבואר אין מיינע ווערטער.

בקיצור נמרץ - כאטש עס איז נישט וויכטיג לענינינו - איך רעד פון אידן אין אמעריקע פון די צווייטע וועלט מלחמה ביז לעצטנס ממש, און צו דעם "אמאל" טוה איך עס קאמפערן.

בדחן » זונטאג אוגוסט 11, 2013 5:18 pm

· #140586
*** אויסגעמעקט די תגובה, נאכען זען אז די אשכול איז מער נישט מאחורי ***

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 11, 2013 5:20 pm

· #140587
בדחן
לאמיר דיר פרעגן עטליכע אמת'ע אויפריכטיגע פראגע'ס,
ווער זאגט אז גיטין איז א פראבלעם און מען דארף ארבייטען עס זאל נישט געשען?
די גמרא זאגט אז מזבח מוריד עליו דמעות, דאס דארף דיר זיין גענוג.
אפשר איז נאר די פועל יוצא די פראבלעם..?
איך פארשטיי נישט.
דאס הייסט לעולם איז גיטין א נערמאלע זאך און עס איז פון די טבע הבריאה אז אויב צוויי מענטשן פארשטייען זיך נישט און עס קליקט נישט דארף מען זיך גט'ען - ביי גוים און יודען צוגלייך - {אגב, אויף קיין שום יוד געווינטשען}
ס'איז א נארמאלע זאך, און תוך כדי דיבור וואונטשטו עס נישט פאר קיין איין איד? אתמהה.
מיר האבן נאר א פראבלעם אז מען האט עס געמאכט פאר אזא שאנדפולע זאך דערפאר איז עס אזא פראבלעם,
דאס איז נאר איינע פון די פראבלעמען, כמבואר לעיל.
לאמיר עס מאכן פאר די נארעום און עס אנקיקען פאר אזאך פון די טבע אוטעמאטיש וועט עס גרינגער ווערן
מיינסט עס ערענסט? געוואלד, ביזט זיך סותר מיניה וביה, כ'בין ספיעטשלעס.

בדחן » זונטאג אוגוסט 11, 2013 5:24 pm

· #140590
תגובות אין א אשכול וואס איז מאחורי ווערט געשריבען אנדערש ווי מען שרייבט עפענטליך, אויסגעמקט די תגובה וויבאלד מען האט געריקט די אשכול, עס איז נישט קיין יושר ארויסצוריקען קיין אשכולות פון מאחורי.

איך אויך » זונטאג אוגוסט 11, 2013 5:27 pm

· #140591
בדחן לעבן ,ביסט זייער אין א פייטינג מווד ,איז דא א רעד לייט ביי דיר אין בעדרום?

בדחן » זונטאג אוגוסט 11, 2013 5:35 pm

· #140594
תגובות אין א אשכול וואס איז מאחורי ווערט געשריבען אנדערש ווי מען שרייבט עפענטליך, אויסגעמקט די תגובה וויבאלד מען האט געריקט די אשכול, עס איז נישט קיין יושר ארויסצוריקען קיין אשכולות פון מאחורי.

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 11, 2013 5:47 pm

· #140598
א דאנק פאר מר. סאנדל וואס האט שוין קלארער געמאכט די מייק, בדחן קומט שוין אריין קלארער ב"ה 😉

יעצט, מען דארף נישט צופיל הסברים, עס איז פשוט פאר יעדן בר דעת אז א גט איז נישט קיין לכתחילה'דיגע זאך, ס'איז נשט קיין מהלך, און דאס איז נאר א לעצטער בדיעבד'דיגער וועג ארויס, לכתחילה דארף מען אננעמען אלע מיטלען אז 1) עס זאל זיין א פארשטאנדיגע פארפאלק זיי זאלן קענען לעבן בשלום עז מאטש עז פאסיבל, 2) אז אויב פאסירט יא עפעס א באמפ אויפן ראוד, זאל מען עס הענדלען מיט חכמה אז דער וואגן זאל ווייטער קענען פארן בשלום ובשלוה, און אויב דאס אלעס איז נאך אלץ אן ערפאלג, נאר דאן דארף מען מאכן א גט אויף א בשלומ'דיגע אופן און עס זאל זיין נארמאל פאר אנדערע מענטשן, מען זאל נישט לייגן קיין סטיגמא אויף זיי.

דו רעדסט פון דעם לעצטן חלק אז א גט קען אמאל זיין הילפבאר און עס זאל ווערן די נארם, איך הער, בלית ברירה ביסטו גערעכט, אבער איך רעד פון דעם אונץ אויף פרעווענשאן, ווייל אפילו אויב די גאס וועט עס אננעמען ווי א נארמאלע געשעעניש, איז עס נאך אלץ זייער ווייטאגליך פאר די פארפאלק, פאר די עלטערן, בפרט ובפרט אויב איז שוין דא קינדער, און די געלטער וואס גייט לטמיון איז אויך נישט קיין קינדער שפיל, און די יארן פון ווארטן אויף א צווייטע באשערטע איז אויך נישט קיין דזשאוק, און כו"ע מודי אז דאס איז א געפערליכע מצב ברוחניות ובגשמיות, און ליידער פילע ניקס ביי אונז קענען דאס באשטעטיגן ערשטהאנטיג מיט הארץ ווייטאג. ממילא אז גאט האט אונז געשאנקען חכמה, דארף מען זיך לערנען פון די מיסטעיקס און אנאליזירן פארוואס פאסירט דאס, און זעהן וואס קען מען טון אויף להבא אז דער מצב זאל זיך פארבעסערן.

איך האב שוין געשריבן את אשר נראה לענ"ד, לויט מיינע אויגעלעך זענען די פאר ענינים הנ"ל א שורש פארן פראבלעם, און איך וויל אויסשמועסן און הערן וואס נאך מען קען טון צו פארמיידן ווייטערדיגע גיטין, אויף דאס ווייניגסטע מעגליך. פארשטייסט?

גנדי » זונטאג אוגוסט 11, 2013 6:35 pm

· #140605
מר. שמעקעדיג.

אפשר איז די סיבה טאקע אינטערנעט? אפשר זענען די רבנים גערעכט?

איז דא א סעקשאן ׳סיבה׳ אויף די גט אפליקעשאן?

אויב נישט אפשר זאל מען צולייגן אין מאכן ריסערטש וואס צו פארעכטן.

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 11, 2013 6:39 pm

· #140607
גנדי, עס האט זיכער עפעס אמת אין זיך, אבער טאמער איז דאס (אפילו נאר א חלק פון) דער פראבלעם דארף מען נעמען שריט דערצו ASAP ווייל דער מצב גייט נאר ערגער ווערן, טראץ דעם משומר פילטער און טראץ דעם וואס טויזענטער אידן ווילן ממש נאר לטהרנו ולקדשינו.
למעשה מיין איך אז ס'איז נאר א חלק פון פראבלעם, און אויב מיינע עצות אויבן וועלן אויסגעפירט ווערן בשלימות, וועט זיכער ווערן א פארבעסערונג אין דעם הינזיכט.
אבער לו יהא כדבריך אז דער אינטערנעט איז דער פראבלעם, וואס קענען מיר טון דערצו? וואס ווילסטו טון אז דו און דיינע קינדער זאלן נישט אריינפאלן אין דעם שרעקעדיגן פראבלעם, אין די אומאיינגענעמע דורכגאנג?

זר זהב » זונטאג אוגוסט 11, 2013 6:48 pm

· #140610
לעיקוואד
פארוואס געשעהט אזויפיל מאל אז איינער קויפט א געוויסע קאר און נאך א יאר צוויי זעהט ער עס איז נישט קיין גוטע קאר ער פארקויפט עס און זוכט א נייע?

אבאמא האט געמאכט א געזעץ אז קאר'ן און מיני ווענס טארן נישט האבן קינדער. דערפאר זעהט מען אז מענטשן זענען זייער גלייכגילטיג מיט אוועקווארפן אדער פארקויפן א קאר אויב ס'געפעלט אים עפעס נישט.

שרייבער » זונטאג אוגוסט 11, 2013 6:51 pm

· #140613
איינער האט געשריבן ערגעץ אז "די ארויפגעצוויגענע לבוש אויך א ריזיגע טייל פון די היינטיגע יונגעלייט האט א שייכות מיט די גיטין,
דאס הייסט מענער וואס זייערע ווייבער גייען מיט העטע'ס וואלטען געוואלט אינגאנצן אפן, טייל מענער די וואס די ווייב גייט נאר מיט א פראנט וואלטען געוואלט א פולע שייטעל, שפיצליך וואלוען געוואלט א שייטעל, אא"וו."


לענ"ד הייב איך נישט אן משיג צו זיין דעם קאנצעפט אז א ווייב מיט א שפיצל צו מיט א צוגעדעקט שייטל, איז נישט אזוי בא'טעמ'ט ווי א ווייב מיט א שיינע אפענע בלאנדע שייטל?
איך דערמאן מיך א ווערטל ווען ס'איז געווען די פרשה פון די אינדיאנע שייטלען, און ס'געווען רבנים וואס האבן געהאט אז ס'איז אסור בהנאה וועגן תקרובת עבודה זרה, האט מיר דאן א אינגערמאן געזאגט, איך האב נישט הנאה פון די עבודה זרה, ווען איך האב הנאה פון מיין ווייב גייט זי מיט א טורבאן....
לענינינו, דער באשעפער האט באשאפן א פרוי מיט א נאטורליכע שיינקייט (אוודאי איז די ארגינעלע האר א חלק פון די שיינקייט, אבער אין דעם גיי איך יעצט נישט אריינגיין), און ס'קען זיין א פרוי מיט א שפיצל אומגעדריוולט מיט שווארצע זאקן וואס זאל זיין תאוה היא לעינים, און ווידער א פרוי מיט א אפענע לאנגע שייטל און דורכזיכטיגע שטרימפ און ס'זאל ברעכן פון איר, פשוט א פארזעעניש
דאס איז בנוגע ווען מ'רעדט פון לבוש, אפגערעדט פון דעם אז אויב דער שייטל ציט דיך יא אזוי, מעגסטו לכתחלה עס האבן אינדערהיים, און אפילו דיין ווייב גייט אויפן גאס מיט א שפיצל קענסטו איר בעטן אינדערהיים זי זאל עס אנטון, און די אלע איסורים אויף פאה נכרית גייט נישט אן אויף אינדערהיים בד' אמות שלה.

אבער לפי האמת, די אלע גיטין האט "זיכער" נישט מיט דעם, ווייל ווער ס'גט זיך משום לבוש, דארף א גרויסע דאקטאר, די גיטין בדרך כלל האט צוויי סיבות

1) מען האט נישט גענומען פארן בחור/מיידל זיינס גלייכן, מען האט זיך נאר משדך געווען מחותן א' מיט מחותן ב', די מחותנים מעטשן, איי די בחור מיידל נישט, הו קעירס, די עיקר ס'איז א באמבע שידוך.
2) ס'איז היינט מער א געספויעלטע וועלט, און מען איז ווייניגער אימיונט צו פארנעמען שוועריקייטן, און ממילא יעדע באמפ וואס מאכט זיך גייט מען צוריק אהיים, דאס חתונה האבן קוקט אים אויס ווי א חברותא וואס ער האט גענומען אין כולל אדער זי אין סקול, און ס'האט עפעס נישט נושא חן געווען בעיניו אדער מצא אחרת נאה הימנו, און מ'גייט אהיים.

לעיקוואד » זונטאג אוגוסט 11, 2013 6:54 pm

· #140614
זר זהב
איך מיין נישט צוצוגלייכען די לייכטקייט אדער שוועריקייט פון טוישען א קאר ביז טוישען א בן זוג. נאר ארויססרענגען די נקודה אז די שאלה הייבט זיך נישט אן. א שידוך איז א געוויסע מעטש און נישט אלעמאל מעטשט עס, און עס איז נישטא קיין foolproof וועג צו וויסען פון פארויס וויאזוי עס וועט זיך אויסארבעטען. פונקט ווי א קאר. איז ברגע וואס מ'איז נישט קיין קאטולישער וואס האלט אז א חתונה מוז זיין איין מאל פאר אלעמאל, איז מסתבר אז א געוויסע פראצענט וועט זיך גט'ן. אדרבה, מען קען פרעגן א פארקערטע שאלה, וויפיל איז די הסתברות אז אלע מענטשען זאלן זיך אן עצה געבן מיט זייערע זיווגים? עס איז א סברא פשוטה אז נישט אלע.

זר זהב » זונטאג אוגוסט 11, 2013 6:57 pm

· #140616
ביזט גערעכט מיט דעם, אבער זיין שאלה איז פארוואס "לעצטענס איז דע מער גיטין מער ווי אמאל" איז א שאלה וואס הייבט זיך יא אן. ניין? פארוואס האבן די שידוכים אמאל געמעטשט מער ווי היינט? עפעס ליגט דא פארשטעקט

גנדי » זונטאג אוגוסט 11, 2013 6:57 pm

· #140617
איך האף אז מען טוישט די סיסטעם אז קינדער טרעפן זיך אליין שידוכים. און מאכן די החלטה אליין. און די עלטערן און די זייט זענען נאר דא צו געבן חיזוק און עצות.

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג אוגוסט 11, 2013 7:57 pm

· #140629
פארוואס, פרעגסטו. איז אזוי, עס ווענדט זיך, אויב איז דער מאן איז דער וואס לאזט איבער די פרוי איז עס בדרך כלל ווייל זי לויפט צו איר מאמע און וויינט ווי א בעבי א גאנצע טאג, אדער ווייל זי איז טויט משוגע און איז אויף פילן, ווידעראום אויב איז עס די פרוי וואס לאזט איבער די מאן איז עס ברדך כלל ווייל ער גרייט נישט אן קיין נעגל וואסער, און בענטש אן א היט, שגץ וואס ער איז.
למען האמת דער עולם טריפעלט זיך ממילא טריפעלט זיך די גיטין געב עס צוויי דריי דורות אין עס וועט זיין אזויפיל גיטין א וואך אז מען וועט מאכן גאנצטע ביזנעסער פון גיטין אליינס, סופרים, רבנים, עדים, מגרשים, מגרשות, באגלייטער, כיבודים און וואס נישט, לוח יומית וועט האבן א ספעציאלע אפטיילונג ווער אלס האט זיך ג'גט היינט, און אין יעדע געז סטעישן וועט זיין עוועיליבעל גיטין טא גא.

איך אויך » זונטאג אוגוסט 11, 2013 8:14 pm

· #140636
די חלק הביזנעס איז שוין דא.

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג אוגוסט 11, 2013 8:24 pm

· #140639
אמת, איך האב א קרוב וואס גייט אריבער א גט יעצט, זאגט ער מיר אז עס קוקט אויס גענוי ווי א דין תורה, קודם לויפט מען כאפן א טוען גטני (תורני) מען לייגט אראפ צען טויזנט דאללער קעש אז ער זאל דיר גיידען דורך אויס דעם גט. יעצט פונקט ווי ביי טוענים, איז אויך דא דא געלונגענע וואס יעדע צד פרובירט צו כאפן קודם, פארציילט ער מיר אז ער האט געצאלט צען טויזנט טבלין ותקילין פאר איינעם, נאך א פאר וואכן האט יענער אנגעפאנגען מאכן קינצן; ער האט נישט אויפגעהויבן קיין טעלעפאון, ביז ער איז געוואור געווארן אז דער יעניגער האט פשוט באקומען צוואנציג טויזענט פונעם אנדערן צד.
ווען איך ווייס ווען סארא גאלד גרוב דאס איז, גיי איך ווען אריין אין דיעם ליין.

איך אויך » זונטאג אוגוסט 11, 2013 8:31 pm

· #140640
וואלסט געווען גוט דערפאר מיט דיינע זיסע מליצות עסטו פלארן עני בי"ד ,אבער ביסט צו א גראדע מעכל פאר די פאוני ביזנעס.

קינות גירושין » זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:30 pm

· #140804
בנימין: חוץ שמואל פריעד איז נישט באקאנט נאך איינער אין די אינדאסטרי זאל אזוי טאן אויב יא ביטע זיי דא מפרסם
כמיין אמאל האט אויך אסאך מערידזשעס געפעלט, נאר היינט האט דער עולם די שכל און די שטארקייט צו טון צום זאך אז מזעהט אז סאיז נישט קייין מעטש און צוליב דעם פילט מען נישט באקוועם מיט די מערידזש, לאט מען עס לויפען.

רויטע וואנצעס » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 12:44 am

· #140851
די ענין פונעם שלאף ציממער איז נישט אויפגעברענגט געווארן. איי געס ס'איז אסור מלפני הפרגוד, אבער ס'איז זייער צענטראל צו דעם שמועס. שוין איך וועל נישט מארין זיין...

נארמאלער » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:13 am

· #140884
BOTTOM LINE!
......Its a Digital Easy world the not educated HOW to handle suffering, challenging, accepting

טעפל » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 2:48 am

· #140913
שרייבער
2) ס'איז היינט מער א געספויעלטע וועלט, און מען איז ווייניגער אימיונט צו פארנעמען שוועריקייטן, און ממילא יעדע באמפ וואס מאכט זיך גייט מען צוריק אהיים, דאס חתונה האבן קוקט אים אויס ווי א חברותא וואס ער האט גענומען אין כולל אדער זי אין סקול, און ס'האט עפעס נישט נושא חן געווען בעיניו אדער מצא אחרת נאה הימנו, און מ'גייט אהיים.

כ'מיין דא ליגט די הינט באגראבען, אמאהל האט מען חתונה געהאט און אזוי געלעבט צו ס'איז גוט אדער נישט, צו ס'איז שווער אדער נישט, און היינט אז מ'זעהט אז מ'מוטשעט זיך צוגייט מען זיך און מ'הייבט אהן פון פריש, וואס דאס איז צומאהל א גוטע זאך, די שאלה מיט וויפל ווייטאג און וויפיל לעבעדיגע יתומים נעבעך,ה"י..

איינער » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 9:26 am

· #140938
אויב עס איז אמת, אז עס קומט פאר מער גיטין, איז עס גאר גוטע נייעס.
עס איז ווייטאג צו זעהן א גט ווען קינדער זענען אינוואלוועד, עס קומט מיר אסאך מאל צי וויינען ווען איך הער און זע די פיין וואס קומט ארויס פון די גיטין, אבער עס איז צייט פאר א ״טויש״ אין אונזער שידוכים סיסטעם. דאס אז א ריזיגער ציבור איז אומצופרידען חתונה געהאט און גייט אדורך א גהינם אויף די וועלט, דאס אינגאנצען נישט קיין סיבה פאר טויש לויט די פארטיידיגער פון אונזער סיסטעם, לויט זיי וויבאלד מיר האבן די קלענסטע גיטין ראטע איז א סימן אז דאס איז דער בעסטער סיסטעם, איז דער איינציגער האפענונג פאר טויש מער גיטין, עס איז טאקע א זייער ווייטאגליכע רפואה אבער עס פעלט זייער וויכטיג אויס.

קרעקער » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 10:02 am

· #140942
איך האב מיטגעהאלטען מיט 2 וואכען צוריק א גט פון מיין נאהנטע חבר'ס טאכטער
קודם כל די גט איז אקשועלי ניישט געווען א ווייטאג נאר א שמחה אז די צרות האט זיך גענדיגט
צווייטענס סאיז קיינמאל נישט געוועהן קיין מעטש, די מיידעל איז נארמאל און די בחור איז א קראנקער משוגענער מיט וועם מקען נישט לעבען קיין איין טאג, סאיז אפילו נישט שייך געוועהן קיין טערעפי ווייל סאיז נישט געוועהן קיין מדות אישו און מקען נישט איבערמאכען קיין מהות פון א מענטש, איי פארוואס האט מיין חבר געטוהן די שידוך? ווייל עס איז א בחור פון א "שיינע שטוב" מיט געלט, א שעה בעפאר די ווארט ווען ער האט מיר געקאלט לאדענען האב איך עם געזאגט אין פנים אריין אז ער איז א רשע פארען דאס טוהן צו זיין טאכטער
נאך א גרעסערע רשע איז דער רב וואס האט געטרייט צו ארבעטען אויף זייער שלום בית פון א טאג נאך די חתונה און איר געהייסען האבען א קינד געזאגט אז מיטען אייבישטענס הילף וועט דעמאלס אוועקגיין אלע פראבלעמען, ער איז דעך אזא רשע מרושע וואס וועט קיינמאל פון גיהנום נישט ארויסגיין, כשטעל זיך פאהר אז ער האט זיך אונטערגעלאכט א גוטס פוון די יונגע פרויס טרערען און גלייך דערנאך געגאנגען כאפען זיין טעגליכע שינת צהרים און ווען ער איז אויפגעשטאנען איז ער ארומגעגאנגען טאנצען די 6טע הקפה ניגון ביי אפאהר חתונות, ער האט זיך ניטאמאל צוקראצט פון די צרות און יסורים וואס דאס קליין קינד גייט מיטמאכען אויף דע וועלט אלס געגעט קינד
יאפס סאיז צייט פאר א טויש

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 11:40 am

· #140987
קינות גירושין
כמיין אמאל האט אויך אסאך מערידזשעס געפעלט, נאר היינט האט דער עולם די שכל און די שטארקייט צו טון צום זאך אז מזעהט אז סאיז נישט קייין מעטש און צוליב דעם פילט מען נישט באקוועם מיט די מערידזש, לאט מען עס לויפען.

נארמאלער
BOTTOM LINE!
......Its a Digital Easy world the not educated HOW to handle suffering, challenging, accepting

טעפל
כ'מיין דא ליגט די הינט באגראבען, אמאהל האט מען חתונה געהאט און אזוי געלעבט צו ס'איז גוט אדער נישט, צו ס'איז שווער אדער נישט, און היינט אז מ'זעהט אז מ'מוטשעט זיך צוגייט מען זיך און מ'הייבט אהן פון פריש, וואס דאס איז צומאהל א גוטע זאך, די שאלה מיט וויפל ווייטאג און וויפיל לעבעדיגע יתומים נעבעך,ה"י..

גערעכט, דאס איז א שטארקע פאקטאר, די היינטיגע מיטל עידזש אידן האבן געהאט סאך ווייניגער שלום בית ווי די אינגע דור. נארוואדען? מ'האט חתונה געהאט, ער איז געגאנגען ארבעטן א גאנצע טאג, אהיימגעקומען צובייסן עפעס און געגאנגען א שעה צוויי דריי אין סמעדרעש פארברענגען מיט די חבירים. זי האט געהאט א שטארקע קשר מיט די פריינדינעס, געגאנגען שאפינג יעדע וויקענד צוזאמען, קיין מיאמי מיט די חבר'טעס צוויי מאל א יאר, אבער קיין אמת'ע קשר צווישן מאן און ווייב איז נישט געווען. יא, מ'האט אויסגעהאלטן איינער פונעם צווייטן, צוזאמען מיטגעמאכט שווערע צייטן, אבער פון אמת'ע רילעישענשיפ, ראמאנ'ס, מאן דכר שמיה? גיי פרעג א זעכציג יעריגע אויב ער האט א ראמאנטישע קשר מיט זיין ווייב אמאל געהאט, ער וועט דיר אויסלאכן פאר'ן קומען מיט די גוי'שע מושגים.

אבער היינט איז אן אנדערע וועלט, דער עולם וויל א אמת'ע קשר, מ'וויל זיין קאמפטיבעל, קענען האבן טיפע שמועסן צוזאמען, און נישט דארפן אנטלויפן צו די חברים\טעס ווייל מ'איז באורד אינדערהיים. און דערפאר הייבט אן ארויסצוקומען די נאמבערס, וויפיל זענען באמת נישט צופרידן, און דאס איז נאר א קליינע פראצענט, נאר די גאר שטאקע קוראזשפולע האבן די ביצים זיך אפצושטעלן און זאגן עד כאן, דאס ארבעט נישט.

לאמיר האפן אז דאס וועט מאכן א אויפוואכונג פאר עלטערן נישט צו לאזן זייער קינדער חתונה האבן מיט דעם פאררוקטן שידוכים סיסטעם.

קינות גירושין » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 11:49 am

· #140989
איינער, האט אט געשריבען: עס איז טאקע א זייער ווייטאגליכע רפואה אבער עס פעלט זייער וויכטיג אויס.
איי עגרי! איך בין מקבל מיינע פעין מיט ליבשאפט, ווייל איך ווייס אז כבין א חלק פון דיע וואס מאכען די וועלט פאר א בעסערע פלאץ! סאיז אלס ווערד ווייל עס מאכט די ריכטיגע טשענדזש!

לבי במזרח » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 11:51 am

· #140993
געפילטע פיש


לאמיר האפן אז דאס וועט מאכן א אויפוואכונג פאר עלטערן נישט צו לאזן זייער קינדער חתונה האבן מיט דעם פארריקטן שידוכים סיסטעם.

איך עגרי מיט דיר טאטעלי, די שאלה איז, וויאזוי? וויאזוי יא? איינער וואס געהערט צו א חסידישע קאמיוניטי און איז נישט גרייט צו הייסן א אויפגעקלערטע אויבערחכם אבער ער וויל נישט צו לאזן זיינע קינדער חתונה האבן מיט דעם פארריקטן שידוכים סיסטעם, וואס זענען זיינע אפשענס?

David » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 11:59 am

· #140998
ווער זאגט אז גיטין איז א פראבלעם? אפשר איז דער פראבלעם דאס וואס מען פראבירט צו העלפען און ביזדערווייל ווערט א קינד?

קינות גירושין » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 12:05 pm

· #141000
נא זאל זיך שוין איינער מרחם זיין אויף דעם אשכול און זאגען אז דער ביז היינטיגע סיסטעם איז יא גוט
באלד ווערט שוין דער אשכול פארשלאפן

איינער » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 12:06 pm

· #141001
לִבִּי בְמִזְרָח
געפילטע פיש


לאמיר האפן אז דאס וועט מאכן א אויפוואכונג פאר עלטערן נישט צו לאזן זייער קינדער חתונה האבן מיט דעם פארריקטן שידוכים סיסטעם.

איך עגרי מיט דיר טאטעלי, די שאלה איז, וויאזוי? וויאזוי יא? איינער וואס געהערט צו א חסידישע קאמיוניטי און איז נישט גרייט צו הייסן א אויפגעקלערטע אויבערחכם אבער ער וויל נישט צו לאזן זיינע קינדער חתונה האבן מיט דעם פארריקטן שידוכים סיסטעם, וואס זענען זיינע אפשענס?


ווי מער גיטין אלעס מער אפשענס! א טאטע וואס האט נישט לאנג צוריק ארויסגעווארפן $50,000 פאר א באמבע שידוך פון אזא שיינע משפחה, וואס האט זיך גענדיגט מיט א גט וואס האט אים געקאסט נאך געלט, וועט שוין טראכט 100 מאל פאר די נעקסטע באמבע שידוך.

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 12:08 pm

· #141003
וואס מיינט א שידוך מעטשט נישט? ער וויל רעדן פון ספארטס און זי נאר פון נאוועלס? וויזוי וויל מען אז זאכן זאלן זיך אויסגראדן שנעל? ס'נעמט צייט

קינות גירושין » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 12:13 pm

· #141008
סנעמט א משך פון 6-7 וואכען און א 20-30 שעה אז די מאן און פרוי זאלען פילן צו זיי אינדזשען צוצשמוסען איינער מיטן צווייטען , דאס איז ביי STA ) secnd time around), ווען מאיז שוין עלטער און מהאט שוין עקספריענס, צא ולמד וויפיל סדארף צו נעמען ביי פרישע שטיקענס

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 12:14 pm

· #141010
איך פארשטיי עס דאך נישט. אז מרעדט פון א טאפיק וואס ביידע האבן ליעב צו רעדן פון וועט מען עס נארמאל אינדזשויען, ניין?

קינות גירושין » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 12:30 pm

· #141021
זר די האסט ליב צו רעדן מיט יעדעם אין בהמ״ד ? צו געוויסע מענטשען וועסטו זאגען נאך 2-3 שעה איט וואס נייס מיטינג יא באט דו בוזט נישט פאר מיר, רייט?
פון די אנדערע זייט איז דא מענטשען וואס נאך שמוסען מיט זיי 20 שעה חלשסטו צו רעדן נאך, א ווייב נעמט ווייל מהאט ליב צו פארברענגן מיט איר, פון צוויי שעה קען מען גארנישט וויסען 

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 12:34 pm

· #141024
פארוואס ביי א ווייב קען מען נישט וויסן נאך 2 שעה און אין ביהמ"ד יא?

קינות גירושין » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 12:45 pm

· #141040
סארי כהאב נישט גוט עקספלענט
פון 2-3 שעה קען מען קיינמאל גארנישט וויסען (וועל אסאך מאל קען מען וויסען נאך 2 מינוט אז די ווילסט נישט זיין די מענטשעס חבר) אסאך מאל קען מען וויסען נאך 5 שעה אז דער מענטש איז נישט דיין טייפ, אסאך מאל נעמט עס 7-10 אדער 15 שעה צו וויסען אז סאיז נישט פאר דיר
אבער גווענליך נאך א 30 -40 שעה קען מען וויסען אז דער מענטש איז דער וואס איך בין גרייט צו פארברענגן די רעסט אף מיי לייף (אוודאי ביי דעטען איז אלעס פאלטש, און אוודאי דארף מען שווער ארבעטן צו האלטען די רילעטנשיפ גוט,נאך אלס דארף מען זעהן צו מקען מיט די פרוי האבען לאנגע גוטע שמוסען) 

No_name » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:15 pm

· #141061
ס'איז אפשר אביסל אף טאפיק

כ'האב מחדש געווען א מורא'דיגער חידוש אינעם ענין פון "אינטערנעט מאכט אן טויזנטער גיטין", און אז "רוב גיטין וואס קומט היינט פאר, איז א תוצאה פונעם אינטערנעט"

איך האב מיטגעהאלטן א מעשה לעצטנס ווי קאפל וואס האט געהאט פראבלעמען איז אריין צו א רב זיך דורכרעדן, איינע פון די זאכן וואס זיי האבן געוואלט אדורכטוהן איז געווען אז ער האט אן אייפאון, ווי נאר דער רב האט דאס געהערט, האט ער זיך אויפגעשטעלט און "אן אייפאון? איך קען נישט רעדן מיט דיר ווילאנג דו האסט אן אייפאון, גיי ארויס"...

איבריג צו זאגן אז דאס ביסל סטאקס וואס ער האט נאך געהאט ביי איר איז צובלאזן געווארן, וואס איז געווארן ווייטער איז נישט רעלעוואנט, אזויפיל יא אז ס'האט אנגעמאכט גרויסע חרבנות.

יעצט האב איך אנגעהויבן צו פארשטיין פארוואס דער אינטערנעט מאכט אזויפיל חורבנות, ווייל די מקנאי ה' צבאות, די לוחמי מלחמי ה' מאכן זיכער אנצודרייען און אפצוטיילן איינער וואס האט אינטערנעט (א פראבלעם וואס זיי אליין האבן באשאפן)...

אליצפן » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 5:10 pm

· #141216
איך האבא ביסל אן אנדערע מיינונג אין דעם נושא לאמי'ר זען וואס דער עולם דא זאגט דערצו
איך האלט אז נישט נאר איז זיך גט'ן נישט א שלעכטער זאך, נאר ס'איז א מתנה פון גאט פאר די מענטשהייט, און אז מענטשן וואלטן געהאט שכל וואלט מען עס אויסגענוצט ביז צו א מאקסימאם אזוי וואלטן אלע פראבלעמען אוועק געפאלן.
דהיינו?
שטעלט אייך פאר אז 25% פראצענט פון אונזערע קאפל'ס גט'ן זיך, איז אוטאמאטיש וואלטן די צווי גרעסטער פראבלעמען פון גרושים אוועקגעפאלן.
ראשית כל וואלט דער סטיגמא פון זיין א גרוש אינגאנצן אוועקגעפאלן, ווייל ס'דאך א נארמאלע זאך וואס א ריזן עולם טוט.
ושנית והיא העיקר, וואלט דער זיווג שני געווען טויזענט מאל גרינגער צו געפינען, סיי ווייל ס'וועט זיין א גרעסערע אויסוואל, און אויך איינמאל ס'שוין נישט אזא סטיגמא וועט מען נישט אזויפיל זיך נאכפרעגן און אריינקריכן ביי יעדן גרוש אין די קישקעס.
איז לאמי'ר אנהייבן די מערכה דא, רבותי אז מ'איז נישט העפי, זאל מען זיך גט' !!
דער חסידישער וועלט וואלט פיל בעסער אויסגעזען ווען ס'איז ווען דא א %20-30 דיווארס רעיט, סיי די מצב פון חתונה געהאטע וועלן זיין בעסער ווייל יעדער וועט האבן גוטער שלום בית, און סיי די מצב פון גרושים כנ''ל.
די מזבח וועט זיך שוין אן עצה געבן מיט זיינע דמעות.
פארשטייט זיך איך רעד אלץ אן קינדער, ווייל איינמאל מ'האט קינדער איטס עי דיפרענט באללגעים.

חזקיהו המלך » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 7:58 pm

· #141261
כ'האב אויך געהערט אז ס'געווען לעצטענס אסאך סעפערעישען'ס אין גיטין,

אבער חאטשיג ס'דא פראבלעמען וואס אנדערע האבען שוין פריער געשריבען, דאך אז ס'קומט א ווינט פין גיטין ווייזט עס אויף עפעס א נייע פראבלעם, וואס איז היינט אנדרעש פין לעצטע יאר, וואסי די ווינט פונקט יעצט,

סאו וואט » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 8:57 pm

· #141270
איך האלט מ'דארף טוישען אז נאר רעבעצינ'ס זענען כלה טיטשערס, זיי דארף מען ווי אמשנעלסטן דאמפען.
אריינברענגען בעל בתיש'ע כלה טיטשערס... וואס זענען עושין רצון בעלה... און זיי זאלען מחנך זיין דו נעקסטע דור
אויף קלערן ווי גוט ס'איז... און אויסלערנען ברחל בתך הקטנה וואס מ'מעג יא... און אז אלעס מעג מען טוען כדי צופרידנצושטעלען א מאן...
און נישט דערמאנען א ווארט נישט וואס מ'טאר נישט... ווייל עפ"י הרמב"ם ז"ל מען מעג אלעס....
ויהא אתה שלום וביתך שלום וכל אשר לך שלום....ווייל פון דעם פאנגט זיך עפ"י רוב אלעס אן.

gergele » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 10:07 pm

· #141278
But not if they have allready childern
]פארשטייט זיך איך רעד אלץ אן קינדער, ווייל איינמאל מ'האט קינדער איטס עי דיפרענט באללגעים





And how exactly do you DO THAT.......Most young couples have a CHILD whithin 12 monthts....

קאווע טרינקער » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 10:13 pm

· #141281
just DO NOT do it

gergele » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 10:19 pm

· #141283
& You will not drink KAVE...C'mon, folg mich agang.. nor FASTEN ven yeder esst..

קאווע טרינקער » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 10:23 pm

· #141285
gergele
& You will not drink KAVE...C'mon, folg mich agang.. nor FASTEN ven yeder esst..

midrash peliah

אליצפן » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 11:25 pm

· #141303
gergele

And how exactly do you DO THAT.......Most young couples have a CHILD whithin 12 monthts....

Well, the right way to do it, is to make it so that until there is a steady shalim bayos, one should take precautions not to have children.
How many cases do we need to hear of people who divorce with children, and basically ruin their children's lives, before we come to this common sense conclusion?
Now of course the rabbonim won't allow it to happen, but if we're talking about the right way, then this is it.

מאטי » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 12:34 am

· #141319
האט אימיצער אפשר באמערקט אז ס דא אסאך מער חתונות ווי אמאל?

טעפל » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 2:49 am

· #141343
No_name
ס'איז אפשר אביסל אף טאפיק

כ'האב מחדש געווען א מורא'דיגער חידוש אינעם ענין פון "אינטערנעט מאכט אן טויזנטער גיטין", און אז "רוב גיטין וואס קומט היינט פאר, איז א תוצאה פונעם אינטערנעט"

איך האב מיטגעהאלטן א מעשה לעצטנס ווי קאפל וואס האט געהאט פראבלעמען איז אריין צו א רב זיך דורכרעדן, איינע פון די זאכן וואס זיי האבן געוואלט אדורכטוהן איז געווען אז ער האט אן אייפאון, ווי נאר דער רב האט דאס געהערט, האט ער זיך אויפגעשטעלט און "אן אייפאון? איך קען נישט רעדן מיט דיר ווילאנג דו האסט אן אייפאון, גיי ארויס"...

איבריג צו זאגן אז דאס ביסל סטאקס וואס ער האט נאך געהאט ביי איר איז צובלאזן געווארן, וואס איז געווארן ווייטער איז נישט רעלעוואנט, אזויפיל יא אז ס'האט אנגעמאכט גרויסע חרבנות.

יעצט האב איך אנגעהויבן צו פארשטיין פארוואס דער אינטערנעט מאכט אזויפיל חורבנות, ווייל די מקנאי ה' צבאות, די לוחמי מלחמי ה' מאכן זיכער אנצודרייען און אפצוטיילן איינער וואס האט אינטערנעט (א פראבלעם וואס זיי אליין האבן באשאפן)...

דערמאנסט מיך פונעם טאטען וואס די מנהל האט איהם גערופען פרעגען צו ס'איז אמת אז ס'איז דא אינטערנעט אין די ארבייט, זאגט ער אינטערנעט איז דא אבער ארבייט נישט, שוין צוריק צום נושא..
בלאט: 1 2 3 4