פארוואס קומט פאר אזויפיל סעפעראציעס / גיטין?
187 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4488
איש אשכולותרבי אביגדור האט אמאל געזאגט אז צומאל ווען א מענטש גט זיך ווארפט ער אוועק א מתנה וואס ער האט געקריגן פונעם אייבירשטען, מען שליידערט אוועק זיוגים במלוא מובן המולא. פארשטייט זיך אז דאס נעמט נישט אריין פעלער וואס זענען יוצאים מן הכלל.
וואס זאלן די מענטשן טוהן אז מ'האט זיי געגעבן די ראנג מתנה?
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/4794">viewtopic.php?f=24&t=4794</a><!-- l -->
געפילטע פישאיש אשכולותרבי אביגדור האט אמאל געזאגט אז צומאל ווען א מענטש גט זיך ווארפט ער אוועק א מתנה וואס ער האט געקריגן פונעם אייבירשטען, מען שליידערט אוועק זיוגים במלוא מובן המולא. פארשטייט זיך אז דאס נעמט נישט אריין פעלער וואס זענען יוצאים מן הכלל.
וואס זאלן די מענטשן טוהן אז מ'האט זיי געגעבן די ראנג מתנה?
אל תפתח פה לשטן!
געדענק! דו רעדסט ״כפלי שמיא״, געב אכט וואס דו רעדסט. עס קען זיין אפשר א געלונגענע דזשאק אויף ק״ש מיט מעגליך א לייק, אבער די נאכווייען זענען א דיסלייק. דו רעדסט נישט צו מיר! דו רעדסט כפלי שמיא! איך האב נאר ציטירט.
בין איך טאקע דער איינציגסטער פארהייראטער דא אין ק״ש? עס יאווענען זיך דא גיטין אשכולות, און גט ניקים ווי שוואמען נאך א רעגן. איך האב מורא אז איך ברויך באצייטענס אפטראגן.
דו , אפטראגן? גראדע יא! אבער פאר אסאך אנדערע סיבות.
איש אשכולותבין איך טאקע דער איינציגסטער פארהייראטער דא אין ק״ש? עס יאווענען זיך דא גיטין אשכולות, און גט ניקים ווי שוואמען נאך א רעגן. איך האב מורא אז איך ברויך באצייטענס אפטראגן.
די איינציגסטע פארהייראטער? לכאורה נישט, די איינציגסטע וואס האט גוט חתונה געהאט? גראדע אויך נישט, די איינציגסטע וואס זעט נאר זיך און נישט די מענטשען וואס ליידן ארום עם? דאס מסתמא יא! הער, דו שיינסט מיר צו זיין גאר יונג און נאיוו, וועל איך דיר מגלה סוד זיין, איינער פון די זאכן וואס קומען מיט אויפוואקסן איז די יכולת פון קענען זען נישט נאר זיך, נאר פארשטיין די ליידן פון זיינע ארומיגע, אזויווי ס'שטייט ביי משה, ויגדל משה --- וירא בסבלתם, איינמאל מ'וואקסט אויף, ערשט דעמאלס קען מען האבן די ריכטיגע סימפאטיע מיט די ארומיגע.
איש אשכולותגעפילטע פיש
וואס זאלן די מענטשן טוהן אז מ'האט זיי געגעבן די ראנג מתנה?
אל תפתח פה לשטן!
געדענק! דו רעדסט ״כפלי שמיא״, געב אכט וואס דו רעדסט. עס קען זיין אפשר א געלונגענע דזשאק אויף ק״ש מיט מעגליך א לייק, אבער די נאכווייען זענען א דיסלייק. דו רעדסט נישט צו מיר! דו רעדסט כפלי שמיא! איך האב נאר ציטירט.
וואו זעסטו א ביטיו כלפי מעלה? סך הכל א ביטוי אויפן שידוך סיסטעם. דו קענסט דאך אוודאי די מעשה מיט ר' יוסי בן חלפתא וואס יענע מטרונא האט עם געפרעגט וואס די אויבערשטער טוהט היינט איינמאל די וועלט איז שוין באשאפן געווארן און אלעס פארט מיט א סדר, האט ער איר געזאגט הקב"ה יושב ומזווג זיווגים, האט זי זיך אויסגעלאכט און געזאגט אז זי קען דאס אויך טוהן, האט זי גענומען אירע קנעכט און דינסט און זיי אנגעשדחנ'ט אינער צום צווייטן, די נעקסטע טאג האט זי זיי אלע געטראפן צוקלאפט און צוביילט, האט זי געזאגט לית אלוה כאלהכון, אמת היא תורתכון, נאה ומשובחת, יפה אמרת. אפשר איז די מעשה אויך גערעדט כלפי שמיא? די פסוק זאגט ראה חיים עם האשה אשר אהבת, נישט אשר אהבו הוריך ושדכניך, ווייל דעמאלס איז מער מאל ווי נישט, נישט קיין חיים, און נישט קיין אהבת. דאס אנטראגן א שידוך פאר א צווייטן און האפן אז ס'זאל זיך אויסארבעטן איז א געמבעל, יא! אמאל געלונגט די דזשאוק, אבער זיך צו שפילן און געמבלען מיט יענעמ'ס לעבן איז די ערגסטע מין אכזריות. וואו אין די תורה זעסטו בכלל דע מין אכזריות'דיגע מדה אז דו האלטסט אז איך רעד כלפי שמיא? ווערט דען די ווארט שידוך דערמאנט אין די תורה? ביי די פרשה פון כי יקח איש אשה, והיה אם לא תמצא חן בעיניו וכו', לויט דיר האט די פסוק אויך גערעדט כלפי שמיא, ס'הייסט? וויאזוי קענסטו זיין א כפוי טובה אינעם מתנה? חוץ מזה זעט מען אז ביים כי יקח איש אשה איז די מציאת חן געווען זעלבסט פארשטענדליך, און איינמאל מ'טרעפט שוין נישט קיין חן דעמאלסט גט מען זיך, אבער וואלט די פסוק דען געזאגט מ'זאל חתונה האבן מיט א מיידל אשר לא מצתה חן בעיניו? ווייסן דען אונזערע 18-19 יעריגע בחורים וואס חן מיינט?
מאטידו , אפטראגן? גראדע יא! אבער פאר אסאך אנדערע סיבות.
פארוואס, ווייל איך טראכט/האלט/זעט/שפיר אנדערש ווי דיר? דאס איז בלויז א געזונטע זאך, כשם שאין פרצופיהם אינן שוות כך דעתיהן.
@געפילטע פיש
הקב״ה יושב ומזווג זיווגים של ליטאים וזיווגים של אומות העולם מלבד זיוגים של חסידים (עפ״ל) הגה: כיון שזיוגים של ליטאים ואומות העולם נעשים בחפשי בלתי לא״וו לבדו, ומפני שמצאו זה וזה חן בעניהם הרי זה זיויג מן השמים. אבל בחסידים שנתזדוגו נגד רצונם בלי שום לא״וו הרי לא זה זיויג מן השמים.
אזוי וואלט געדארפט שטיין אין פסוק לויט דיין תגובה. למעשה האסטו נאר אנגערירט א קאנטערווערסיעל ויכוח, וועמענס סיסטעם עס ארבעט בעסער, און איך וויל נישט דערינען אריינגיין ווייל עס איז רחבה מני ים, און א ענדלאזער ויכוח. אבער עס מיינט נישט אז וויבאלד דו האסט פיינט אדער זיך אפגעבריהט פון די חסידישע סיסטעם, אז עס איז ״נישט גוט״, אדער ״געצווינגען״, ווייל א געמבעל פאסירט נישט ביי טויזענטער מענטשן. טויזענטער מענטשן האבן חתונה אויף די סיסטעם און זענען ״יא״ צופרידן. אז דו וועסט זיך קערן צו דו ליטווישער געמיינדע וועסטו זיך געוויס אויך באגעגנען מיט אסאך אפגעבריהטע, און שעלטן די סיסטעם, ווי: איך האב א אנונג אויף וואס צו קוקן? איך ווייס אויף וואס צו קוקן? איך קען זיך נישט אליין קלויבן. אלזא די אלע זאכן זענען ווערטער פון אפגעבריהטע, נישט ווערטער וואס רעפעזענטן פאקטן.
איך וויל נישט אריינגיין אין די נושא, ווייל יעדער איז בדעה לויט ווי ער איז אויפגעוואקסן, אויסער די אפגעבריהטע וואס גליסטן צו די ״אנדערע״ סיסטעם און מיינען אז יענס ארבעט בעסער.
ממילא אז ווען א שידוך פאלט דורך, און צו זאגן אז די שידוך איז נישט מן השמים איז עס נישט מער ווי קינדיש, נאריש, און קורצזיכטיג.
זעסט דאך אז מיין יארגאנג קענסטו נישט אנטשיידן, און דו ביסט אזוי זיכער אז איך בין א יונגער מענטש אזוי זיכער ווי דו מיינסט אז דו רעדסט אביעקטיוו.
עס איז מיר אויסגעקימען אמאל צי כאפען א שמיעס מיט א אלטע בעלזע חסיד פון דער "היים"
א איד וואס לעבט שוין נישט אסאך יארען, אבער ער האט נאך גיט געדענקט דעם מהרי"ד מבעלז!
ער האט אזוי געשמיעסט פון די "בעלזע יושבים", איבער זייערע מעשי תיתועים ואין כאן המקום לפורטם
האט עם איינער געפרעגט "זענען נישט די יושבים געווען הייליגע אידען?"
האט ער זיך צילאכט, "די יושבים זענען געווען א קיבוץ פון כאלערליי טיפ מענטשען, א גרויס חלק זענען געווען די "פליטים", פליטים פון שטיעב וואס האבען פשוט נישט געהאט קיין שלום בית און בדלית ברירה אחרת איז מען געקימען קיין בעלז כדי צי אננטלויפען פון די פראבלעמען אין שטיב, די אנדערע זענען געווען "פליטי החוק" אדער "פליטי חובות", אנדערע זענען געווען סתם אורחי פורחי, און א קליין חלק זענען געווען דערהויבענע אידען וואס זענען געקימען זיצען און שטייגען בעבודת השם"
מורי ורבותי, גייט און עפענט אויף די שאלות ותשובות ספרים פון די עגונות און די נושא פון עיגון, וויפיל יונגעלייט זענען אמאל אנטלאפען פון שטוב?? מאסן ממש! צי סתם אנטלאפען לשם אנטלויפען, צי חברה וואס זענען געגאנגען ווערען "מלמדים" אין דערפלעך פאר רוב יאר, צי אינטער די מאנטעל פון "סוחרים", וואס זענען געפארען מעבר לים און געטראפען אנדערע...
אכן, גערעכט אז אמאל איז די מושג ]פון א "גט" געווען א פאביע, אבער ווער זאגט אז מען איז געווען העפי? נעם די ביכער נעם די ספרים וועסט משוגע ווערען פון די פאקטען פון אמאל, אנטשאט א גט האט מען פשוט מעגן געווען און פארטיג, משה גיי זיך מעך!
היינט איז מען מער מענטשליך, און במקום פון מעגן זיין פאר צענדליגע יארען, אדער גאר לעולם ועד, גייט מען מען גט זיך, און מען הייבט אן א נארמיילע נייע לעבען,
איך קען זייער אסאך "זיווג שני" אידען וואס לעבען א גיט און פיין לעבען מיט זייערע "שני" און נאך א מזל זיי האבען עס געטין! אמת זענען דא וואס זענען געפאלען מפח אל הפחת, פון איינ קלאפטע צי א ערגערע, אדער אמאל איז דא א מושג פון א קאפעל וואס האט שיין געקענט לעבען ציזאמען און ציליב רשעות פון עלטערען אדער קינאה פון געשוויסטער האט מען זיי געגעט, אבער דאס איז געווען אמאל אויך, גיי ליין ביכער און גיי ליין ספרים
סוף דבר, די וועלט איז געבליבען די זעלבע וועלט, נאר מיט אנדערע קאלירען, אמאל איז א טאמאטע געווען רויט און היינט איז עס ארעדזש, אבער ביידע האבען די זעלבע ברכה, און ביידע זענען "טאמאטע"
אלעס איז געווען די זעלבע, אלעס, אפגעפארענע, מוסרים, צדיקים, פעיקערס, גנבים, גזלנים, עובדי השם, עשירים, ארימעלייט, קאראפציע, יצר הרע, יצר טוב, אלעס די זעלבע, נאר פינקט ווי דער קאר פון יארע 1945 זעט אויס אנדערשט ווי דער קאר היינט יארע 2014, די זעלבע מיט אלעם
הערט אויף צי באוויינען די מצב
עס איז זייער גיט און זייט מתפלל אז עס זאל זיין בעסער
המשך...
אלזא ווען קומט אראפ די סוד, ידיעה, און אנטפעלקונג פון ״חן״ ביי מענטשן, ביי די 26? די תורה למעשה באפעלט אונז חתונה צו האבן ביי די אכצען, לויט דיר וואלטן חז״ל געדארפט זאגן י״ח לחופה רק לאנשים יודעי חן. און ווען די תורה שרייבט והיה אם לא ימצא וכו׳ איז דאס נישט אין קאנטראסט צו א געוויסע שידוך סיסטעם. יא! עס זענען פארהאנען מענטשן וואס פאלן אריין ביי שידוכים, עס זענען פארהאנען פארדארבענע מענער/פרויען (ערות דבר..) אדער מען פאלט אריין מיט אינו חן (די שאלה איז צו ער איז גענוג ערפארן צו וויסן וואס ״נישט חן״ מיינט, ווייל אויף זיך צו גט׳ן באקומט ער די חושי החן צו פארשטיין אז זי איז נישט גענוג בא׳חנ׳ט..) איז אזא מענטש האט אלע רעכטן לגרשה. אבער די תורה זאגט נישט אז והיה אם גרשה, קען ער גיין און בלעסטן די שידוך סיסטעם, און זיגלען אלע שידוכים אלס א געמבעל און נישט מן השמים. און עס מיינט נישט אז מען מעג זיך נישט גט׳ן. און נישט דאס איז די פאלגענדע אשכול צו מען ״מעג״ זיך גט׳ן. מען פרעגט דא ״פארוואס״ מען גט זיך אזויפיל.
מר. טיטאניק.
למעשה זאגן חז״ל אשתו ראשונה אדם אינו משכחת לעולם. און לויט די איינפאכע מעטאמאטיק לעבן מער מענשטן בשלום מיט די זיויג ראשונה ווי די זיוג שני. נישט אומזיסט האט די זיויג שני א באדינונג פון מזוגין לפי מעשיו. מען לערנט אונז אז מיין נישט אז וויבאלד דו גט׳ס זיך און דו מיינסט אז צום צווייטן מאל גייסטו זיין ״גליקלעך״, און ״צופרידן״. א נעכטיגער טאג! ״מזווגים לפי מעשיו״.
די תורה שרייבט ״עזר כנגדו״ זכה נעשה לו עזר לא זכה נעשה כנגדו. לויט איר איז דאס אין ווילדן קאנטראסט צו אייער בייאגראפיע.
אין שולחן ערוך הלכות גירושין,
איין סעיף שטייט "אסור לגרש אשתו ראשונה"
די נעקסטע סעיף שטייט "אשה רעה מצוה לגרשה"
קענסט נישט בררענגן קיין ראי' פון די אלע גמרא'ס
אין אשה כורתת ברית אלא למי שעושה עושה כלי,
אין אדם מוצא נחת רוח אלא מאשתו ראשונה,
וווייל די אלע גמרא'ס זענען נאר געזאגט געווארן, ווען איינער גט זיין באשערטע און ער גייט אריין אין כלל פון "אסור לגררש אשתו ראשונה"
אדער ווען איינער פארלירט ל"ע די ווייב נאכן האבן אלע זיינע קינדער, און האט חתונה א צווייטע מאל, דזשאסט נישט צו לעבן אליינס, דעמאלט איז עס שוין נישט ווי די ערשטע,
עס שטייט פון ר' אורי מ'סטרעליסק, אז ארבעים יום קודם יצירת הולד בשעת ווען מ'רופט אויס "בת פלוני לפלוני" קומען צו גיין אסאך נשמות פון נשים און רייסן זיך אז מ'זאל זיי צוטיילן לפלוני, און מ'דארף דאס ממתיק זיין, אמאל איז גענוג ווען זיי ווערן אנגעטראגען צו יענעם און די שידוך ווערט נישט, אמאל דארף זי נתארס ווערן צו יענעם און נאכדעם זאל די שידוך ווערן אפגעלאזט, אסאך מאל אויב זי האט זייער שטארק איינגעריסן, דארף זי חתונה האבן צו יענעם און זיך גט'ן ביז יענער קומט אהן צו זיין באשערטע,
אין אזא פאל איז די צווייטע עכט זיין ערשטע, די ערשטע איז נאר א דורך גאנג אנצוקומען צום ריכטיגע,
עס איז דא אסאך אידן וואס האבן חתונה געהאט און זיך גע'גט און חתונה געהאט נאכאמאל און געהאט קינדער און אפילו שוין חתונה געמאכט, און בענטשן יעדן טאג דעם טאג וואס זיי האבן זיך גע'גט וואס דאס איז געווען די שליסל צו זייער גליקליך לעבן ב"ה
פאר ווער עס וויל קען איך געבן נעמען אין אישי
האלטס זיך אינאיין באציען צו די ״מיעוט המצוי״. לאמיר דיר קלארשטעלן, ״נישט דאס איז אונזער דיסקוסיע״. מען רעדט ״נישט״ פון די וואס זענען נעבעך אריינגעפאלן, און ״מוזן״ זיך גט׳ן צוליב אויסנאמע סיבות, פאר די מענטשן איז טאקע געזאגט געווארן מצוה לגרשה וכו׳ די מענטשן דארפן נעבעך אנקומען אויף ״אזא שווערע״ וועג צום ריכטיגן זיווג. ״אונז רעדן נישט פון די סארט מענטשן״.
אונז רעדן ׳יא׳ פון די מענטשן וואס גט׳ן זיך ״על לא דבר״, וואס ווארפן אוועק זייער זיווג מן השמים. מענטשן וואס גט׳ן זיך פאר שטותים והבלים, און אויב פארשטייסטו נישט וואס ״שטותים והבלים״ מיינט דאן ליין איבער טיטאניקס תגובה בסוגיא דנותן לשכוי בינה.
בן שמונה עשרה לחופה איז נישט קיין באפעל אז מ'מוז חתונה האבן ביי 18. פונקט ווי בן ארבעים לבינה איז נישט קיין באפעל אז מ'מוז באקומען בינה ביי די 40. די משנה זאגט בלויז שכל'דיגע ענינים וואס דעוועלעפט זיך לפי ערך די יארגאנג פונעם מענטש.
איש אשכולותהאלטס זיך אינאיין באציען צו די ״מיעוט המצוי״. לאמיר דיר קלארשטעלן, ״נישט דאס איז אונזער דיסקוסיע״. מען רעדט ״נישט״ פון די וואס זענען נעבעך אריינגעפאלן, און ״מוזן״ זיך גט׳ן צוליב אויסנאמע סיבות, פאר די מענטשן איז טאקע געזאגט געווארן מצוה לגרשה וכו׳ די מענטשן דארפן נעבעך אנקומען אויף ״אזא שווערע״ וועג צום ריכטיגן זיווג. ״אונז רעדן נישט פון די סארט מענטשן״.
אונז רעדן ׳יא׳ פון די מענטשן וואס גט׳ן זיך ״על לא דבר״, וואס ווארפן אוועק זייער זיווג מן השמים. מענטשן וואס גט׳ן זיך פאר שטותים והבלים, און אויב פארשטייסטו נישט וואס ״שטותים והבלים״ מיינט דאן ליין איבער טיטאניקס תגובה בסוגיא דנותן לשכוי בינה.
איך מעג אפשר וויסן פון וואו דו נעמסט דיינע פאקטן אז "מענטשן גט'ן זיך על לא דבר" דו האלטסט אפשר אז מענטשן קוויטן זשאבס על לא דבר? ווער ביסטו איינצוטיילן פאר די מענטשהייט וואס צופרידענקייט באדייט. זאג ווען די שטייסט אינעם ליין אין רעסטעראונט טיילסטו אויך דיעות וואספארא סארט עסן צו קויפן?
איינער האט ליב סעלמאן א צווייטער האט ליב אימיטעישן קרעב. האסטו געזען אזאנס? א אינגערמאן האט באשלאסן דורך צו גיין א פראצעדור וואס כולי עלמא מודי אז ס'איז קיין גרינגע פראצעדור. זיצט זיך איינער מיט א סמארט פאון און דזשאדזשד .....פאר שטותים! פאר הבלים! וואס ווייסטו וואס טוט זיך ביי יענעם? ער האט נאך תורות מיט חזל'ן פערפעקטלי געגאסן צו זיין אגענדע. סארא מין ביגאטרי קעגן גרושים..
סא נישט פאר יעדע גרוש פעלט עפעס, נאר פאר די עטליכע וואס גט'ן זיך על לא דבר,
אה
דעמאלט ווי קומט אריין דאס זיך גט'ן אין בילד?
עס איז אזויווי זאלסט זאגן אז אלע וואס ווארפן אריין 10 טויזענט דאלער קעש אין בית כיסא און פלאשן עס אראפ פעלט עפעס,
זאגסט סך הכל אז איינער וואס ברענגט זיך א צרה בידים אוואו אוועק ווארפן געלט,
הרג'נען א קינד,
אוועקווארפון א נארמאלע ווייב,
פעלט עפעס
גוט מארגען, אויסגעטראפן אמעריקע,
סא אין אנדערע ווערטער האסטו געמאלן וואסער, איא?
מאטיאיש אשכולותהאלטס זיך אינאיין באציען צו די ״מיעוט המצוי״. לאמיר דיר קלארשטעלן, ״נישט דאס איז אונזער דיסקוסיע״. מען רעדט ״נישט״ פון די וואס זענען נעבעך אריינגעפאלן, און ״מוזן״ זיך גט׳ן צוליב אויסנאמע סיבות, פאר די מענטשן איז טאקע געזאגט געווארן מצוה לגרשה וכו׳ די מענטשן דארפן נעבעך אנקומען אויף ״אזא שווערע״ וועג צום ריכטיגן זיווג. ״אונז רעדן נישט פון די סארט מענטשן״.
אונז רעדן ׳יא׳ פון די מענטשן וואס גט׳ן זיך ״על לא דבר״, וואס ווארפן אוועק זייער זיווג מן השמים. מענטשן וואס גט׳ן זיך פאר שטותים והבלים, און אויב פארשטייסטו נישט וואס ״שטותים והבלים״ מיינט דאן ליין איבער טיטאניקס תגובה בסוגיא דנותן לשכוי בינה.
איך מעג אפשר וויסן פון וואו דו נעמסט דיינע פאקטן אז "מענטשן גט'ן זיך על לא דבר" דו האלטסט אפשר אז מענטשן קוויטן זשאבס על לא דבר? ווער ביסטו איינצוטיילן פאר די מענטשהייט וואס צופרידענקייט באדייט. זאג ווען די שטייסט אינעם ליין אין רעסטעראונט טיילסטו אויך דיעות וואספארא סארט עסן צו קויפן?
איינער האט ליב סעלמאן א צווייטער האט ליב אימיטעישן קרעב. האסטו געזען אזאנס? א אינגערמאן האט באשלאסן דורך צו גיין א פראצעדור וואס כולי עלמא מודי אז ס'איז קיין גרינגע פראצעדור. זיצט זיך איינער מיט א סמארט פאון און דזשאדזשד .....פאר שטותים! פאר הבלים! וואס ווייסטו וואס טוט זיך ביי יענעם? ער האט נאך תורות מיט חזל'ן פערפעקטלי געגאסן צו זיין אגענדע. סארא מין ביגאטרי קעגן גרושים..
נישטא קיינער אזוי ווי דו וואס פארשטייט אזוי גוט וואס איך מיין 👍
בדרך אגב, די לאקשן קוגל וואס דו האסט געמאכט פון י״ח לחופה איז אווערנייט?
איך וואלט גערן ווייטער געפירט ויכוח מיט דיר. דו מיזט מיר אבער צוזאגן אז ווען דו וועסט אריינגיין אינעם גינוס ווארלד רעקארד פארן זיין דער בלאגער מיטן מערסטן צאל Logical fallacies פער געשריבענע אותיות זאלסטו געדענקן דעם ארימער מאטי וואס האט עטוואס געהאט א יד דערין.
מאטיאיך וואלט גערן ווייטער געפירט ויכוח מיט דיר. דו מיזט מיר אבער צוזאגן אז ווען דו וועסט אריינגיין אינעם גינוס ווארלד רעקארד פארן זיין דער בלאגער מיטן מערסטן צאל Logical fallacies פער געשריבענע אותיות זאלסטו געדענקן דעם ארימער מאטי וואס האט עטוואס געהאט א יד דערין.
איך בין נייגעריג ווער עס האט דיר אמאל געזאגט אט די פראזע.
תיובתא ד"איש אשכולות תיובתא"
נעקסט
איש אשכולותמר. טיטאניק.
למעשה זאגן חז״ל אשתו ראשונה אדם אינו משכחת לעולם. און לויט די איינפאכע מעטאמאטיק לעבן מער מענשטן בשלום מיט די זיויג ראשונה ווי די זיוג שני. נישט אומזיסט האט די זיויג שני א באדינונג פון מזוגין לפי מעשיו. מען לערנט אונז אז מיין נישט אז וויבאלד דו גט׳ס זיך און דו מיינסט אז צום צווייטן מאל גייסטו זיין ״גליקלעך״, און ״צופרידן״. א נעכטיגער טאג! ״מזווגים לפי מעשיו״.
די תורה שרייבט ״עזר כנגדו״ זכה נעשה לו עזר לא זכה נעשה כנגדו. לויט איר איז דאס אין ווילדן קאנטראסט צו אייער בייאגראפיע.
ארויסגעזויגן א חז"ל פון פינגער "אשתו ראשונה אדם אינו משכחת לעולם"
וואס זאגסטו צו די העלבראנז שידוכים?
אסאך מאמרי חז״ל וואלט איך נישט געוואלט עס זאל שטיין.. ווען מען ווייסט נישט קיין מקור, פרעגט מען ״וואו שטייט עס״, נישט מען זאגט ארויסגעזויגן.. כשאזדמן אציין מקורו. איך האב עס שוין געהערט כמה פעמים.
צו פארשטיין אויב העלבראנץ שידוכים גייט אריין אין גדר פון אשתו ראשונה, דארפסטו איבער לערנען טיטאניקס הסבר פון הנותן לשכוי בינה.
אשתו ראשונה מיינט א ווייב וועם מ'האט ליב געהאט אדער געלעבט נארמאל
לאפוקי די אלע וואס ביי זיי איז עס נאר א דורך גאנג אנצוקומען צום ריכטיגן,
אין בן יהוידע דארט אין סנהדרין איז ער מסביר אז די מעלה פון אשת נעורים איז אז זי קען זיך אויס מיט זיינע תאוות און זי ווייסט וויאזוי עס ממלא צו זיין, משא"כ א נייע ווייב נעמט לאנג צו איינטרעינען
גרושאשתו ראשונה מיינט א ווייב וועם מ'האט ליב געהאט אדער געלעבט נארמאל
לאפוקי די אלע וואס ביי זיי איז עס נאר א דורך גאנג אנצוקומען צום ריכטיגן,
דאן וואלטן חז״ל געדארפט זאגן ״אשתו ראשונה וזהו אם הוא אהב אותה אינו משכחת לעולם״.
אזוי אויך וואלט געדארפט שטיין "אשתו ראשונה והוא אם היא בחיים, ויש לה מוח בקדקדה, וראשונה בגילגול זה ולא בגילגול אחר..." וואס נאך וואלטן זיי געדארפט שרייבן?
געפילטע פישאזוי אויך וואלט געדארפט שטיין "אשתו ראשונה והוא אם היא בחיים, ויש לה מוח בקדקדה, וראשונה בגילגול זה ולא בגילגול אחר..." וואס נאך וואלטן זיי געדארפט שרייבן?
יישר כח פארן מיך צוהעלפן. את זאת התכוונתי.
נישט אלעס ש/טייט ארויס אין גמרא,
אויף דעם זענען געווען די ראשונים ואחרונים
און געזאגט וואס די גמרא מיינט
און עס איז א מילתא דמסתבר,
די אלע וואס גט'ן זיך גלייך נאך די חתונה אדער אפילו נאך א קינד צוויי, און האבן חתונה נאכאמאל, ווילן נישט הערן און געדענקן, פון די ערשטע
איך געד'ענק שוין יעצט נישט מיין ערשטע, זי קומט ניטאמאל ארויף אין מיין געדאנק, חוץ ווען איינער פרעגט מיר,
כ'האב געוואוינט מיט איר סך הכל 5 חדשים,
און עס איז שוין מער ווי 6 יאר, פון ווען כ'האב איר די לעצטע מאל געזעהן,
יעצט שרייב איך פון איר עס צו ברענגען פאר א משל,
טאקע וויבאלד מענטשן ״ווילן דאס נישט געדענקן״ זאגן חז״ל אינו משכחת, און דאס איז טאקע די ריבותא. ווייל אויב דו ווילסט עס יא געדענקן האבן זיי גארנישט מחדש געווען. און ברענג נישט א ראיה פון דיר, ווייל קיינער נישט אזויווי דיר ווייסן וואס טוט זיך במצפוני לבך.
אזוי צו אזוי וואונטש איך דיר הצלחה בכל אשר תלך. דורות ישרים ומבורכים, מיט א געבענטשטע שטוב.
און איך זאג דיר אז מיין רבי אין כיתה א' געדענק איך בעסער,
איך בין איבערצייגט אז חז"ל רעדן נישט פון דעם,
זיי רעדן פון אזא איד ווי ר' לייבוש וויינפעלד, ר' אשר אנשיל גאנדעל, ר' ישכר בער הירש, ר' יצחק דוד לאנדא, ר' מענדל בער ווידער, ר' יעקב אהרן לעווי, ועוד
ביי זיי איז אשתו ראשונה אינו משכחת לעולם
אויף דעם האב איך דיר שוין גע׳ענטפערט אז חז״ל האבן נישט געמאכט קיין אפוקי און קיין גדרים. און אז עס מאכט דיר בעסער שפירן דאמאלטס טראכט אזוי. אבער עס האט גארנישט מיט די מציאות.
איך זעה דאך אבער שווארץ אויף ווייס אז די מציאות איז אנדערש,
איך זעה גענוג וואס האלטן ביים צווייטן ווייב, וואס געדענקן נישט פון די ערשטע וויייב גארנישט,
און איך זעה גענוג מיטן צווייטן ווייב (אזעלכע וואס האבן פארלוירן די ווייבער באמצע ימיהם און חתונה געהאט נאכאמאל)
וואס זייער ערשטע ווייב גייט זיי נישט ארויס פון קאפ
די חילוק פון א גרוש\גרושה אין אלמן\אלמנה איז, דער גער דרוש\גרושה וועט אלס זיין צופרידען פונעם צוויטן ווייל נישט קיין חילוק וואס איז ער אלס בעסער ווי די ערשטע
דער אלמן\אלמנה וועט האלטן אין איין טראכטן וואס האט דער ערשטער געטוהן\אויפגעפירט
איך האב געהערט פון מיין ידיד וואס איז ליידער דורך שבעה מדורה גיהנום (די דריטע וועלט קריג)
א מעשה וואס האט זיך אפגעשפיעלט נאך די צוויטע וועלט קריג ל"ע
ר' חיים הערש יאקאבאוויטש ז"ל האט חתונה געהאט נאכאמאל נאכן קריג דעם ערשטען שבת אינמיטן שלום עליכם נעמט זי זיך וויינען מיט ביטערע טרערן אזש ביזן זעך שטיקן ל"ע
ר' חיים הערש ווערט דערשראקן און ער טרייט איר צו בארואיגען וואס איז געשעהן נעמט זי זיך ווייטער כליפענען מיין ערשטע מאן פלעגט אראפ לייגן א שלום עליכם אז אפילו די מלאכים האבן מיטגעזינגען, ער האט איר נישט וואס צו ענטפערן בלייבט ער שטיל זינגט זיך ווייטער ביני לביני בארואיגט זי זיך אין ער מאכט קידוש ביז.... די פיש ווערט געסערווט ר' חיים הערש נעמט זיך וויינען בכיות עצומות........ וואס גייט פאר חיים הערש פרעגט זי מיט שרעק ??
רופט ער זיך אן צווישן איין כליפע אין צווייטן מיין ערשטע פלעגט מאכן אזא פיש אז אפילו די מלאכים האבן עס אויסגעווארט........
מער האט ער נישט געהערט פון איר ערשטע.....
דאס איז די חילוק..
מודה אני יהא בואך לברכה
איש אשכולותגעפילטע פישאזוי אויך וואלט געדארפט שטיין "אשתו ראשונה והוא אם היא בחיים, ויש לה מוח בקדקדה, וראשונה בגילגול זה ולא בגילגול אחר..." וואס נאך וואלטן זיי געדארפט שרייבן?
יישר כח פארן מיך צוהעלפן. את זאת התכוונתי.
איך מיין אז אין ר"ן אויפן פלאץ שטייט "אשתו ראשונה זה אינו אלא כפי מה שהחליט איש אשכולות. ונקוט כללי זה בידך, כל מקום שהפליג חז"ל בדיבור ויש משמעות לפרש הדיבור בכמה פנים ומשמעות. כלך אצל האיש אשכולות ותו לא. וכל הפירושים האחרים יהא חשוב בעיניך כלאקש"ן קוג"ל או אווע"ר ניי"ט קוג"ל
איך מיין לאו דוקא גרוש/אלמן,
איך מיין צצוזאגן אז אשתו ראשונה מיינט אז די מענטש פילט אז דאס איז אשתו ראשונה,
נישט אז עס איז נאר געווען א דורך גאנג
איש עברימודה אני יהא בואך לברכה
מאטיאיש אשכולותגעפילטע פישאזוי אויך וואלט געדארפט שטיין "אשתו ראשונה והוא אם היא בחיים, ויש לה מוח בקדקדה, וראשונה בגילגול זה ולא בגילגול אחר..." וואס נאך וואלטן זיי געדארפט שרייבן?
יישר כח פארן מיך צוהעלפן. את זאת התכוונתי.
איך מיין אז אין ר"ן אויפן פלאץ שטייט "אשתו ראשונה זה אינו אלא כפי מה שהחליט איש אשכולות. ונקוט כללי זה בידך, כל מקום שהפליג חז"ל בדיבור ויש משמעות לפרש הדיבור בכמה פנים ומשמעות. כלך אצל האיש אשכולות ותו לא. וכל הפירושים האחרים יהא חשוב בעיניך כלאקש"ן קוג"ל או אווע"ר ניי"ט קוג"ל
גראדע איז עס די סמ״ע און עס איז נישט אויפן פלאץ נאר אפאר שורות ארויפציר, און ער זאגט גראדע נישט דאס נאר עפעס אנדערש.. זאג, וואס עס טייטשט ׳מודה אני לפניך מל חי קים׳ ווייסטו? איך מיין מען דארף עס נישט מסביר זיין. דאן פארוואס דארף מען מסביר זיין אשתו ראשונה? די פירוש איז אזוי קלאר ווי מודה אני לפניך, עס איז ׳קיין משמעות׳ עס איז בלויז פשוט די בושטעבליכן טייטש פון ווארט.
איש עברימודה אני יהא בואך לברכה
לרומם קרן התורה והחסידות.
איש האשכולות, איך זסאג נישט קיין אייגענע זאכן,
איך זאג נאך פון די ראשונים ואחרונים,
אידן וואס האבן געקענט כל התורה כולו
האבן אזוי געזאגט,
עס איז דא אסאך גמרות וואס מ'פארטייטש לפי המציאות
גרושאיש האשכולות, איך זסאג נישט קיין אייגענע זאכן,
איך זאג נאך פון די ראשונים ואחרונים,
אידן וואס האבן געקענט כל התורה כולו
האבן אזוי געזאגט,
עס איז דא אסאך גמרות וואס מ'פארטייטש לפי המציאות
אז וואס?
דברים פרק כד
א כִּי-יִקַּח אִישׁ אִשָּׁה, וּבְעָלָהּ; וְהָיָה אִם-לֹא תִמְצָא-חֵן בְּעֵינָיו, כִּי-מָצָא בָהּ עֶרְוַת דָּבָר--וְכָתַב לָהּ סֵפֶר כְּרִיתֻת וְנָתַן בְּיָדָהּ, וְשִׁלְּחָהּ מִבֵּיתוֹ.
יישר כח @מודה אני, ״אותיות מחכימות״, אויב עמיצער האט נישט געוויסט אז גט איז יסודתו בהררי קודש, און איז א פסוק אין חומש זאל מתעיין זיין דא אויבן. אויב איז נישט שווער ברענג אויך אראפ די פסוק פון ״עזר כנגדו״, און וואס רשי׳ זאגט, און אויך מיט רויטע אויתיות. שכוח.
איך וועל מיך נישט זוימען.
📎 image.jpg
איך ווייס נישט וואס דו האקסט אין קאפ אריין. שוין אפאר טעג וואס דו קייסט איבער דיינע זעלבע שטותים נאכאמאל און נאכאמאל און דו הערסט ניטאמאל וואס מען רעדט צו דיר. א יעדער איינער דא זאגט דיר אז די גרושים וואס זיי קענען זענען געווען נארמאלע געזונטע מענטשן אן קיין שום פראבלעמען (עכ"פ זיכער נישט מער ווי דו פארמאגסט) און דאך האבן זיי זיך "געמוזט" גט'ן ווייל די שידוך איז נישט געווען מסוגל, ס'האט זיך נישט אויסגעארבייט וזהו. איז אנשטאט לעבן א גאנץ לעבן מלאים חרטות האבן זיי גענומען די ביצים אין די הענט און זיי האבן זיך פינאדערגעשיידט. זיי האבן נישט קיין שום חרטות, זיי וועלן קיינמאל בענקן נאך זייער ערשטע טעות, גוד ביי וזהו!
קומסטו זיך טענה'ן מיט "פאקטן" ווייל רש"י זאגט דאס, חז"ל זאגן יענץ. רש"י מיט חז"ל זענען נישט קיין פאקטן, מענטשן און לעבעדיגע ביישפילן זענען פאקטן. די פאקט זעהט מען אנדערש און יעצט דארף מען פארשטיין וויאזוי מען קען פארשטיין רש"י מיט די "פאקט" וואס מיר ווייסן. אויף דעם ארויף זענען שוין געווען גענוג מפרשים וואס זענען נישט געווען עגאואיסטישע רשעים, נאר זיי האבן גוט פארשטאנען אנדערע מענטשן און זיי האבן שוין שיין מפרש געווען רש"י און די חז"ל'ס. הער שוין אויף טאנצן אויף די בלוט פון אומשולדיגע מענטשן, און נעקסטע מאל כאפ די מעסעדזש באצייטענס כדי מען זאל נישט דארפן שרייבן ברחל בתך הקטנה.
.
הוגה פארשטייט וואס איך זאג,
כ'האב נאר נישט אזויפיל געדולד לעיצטענס אריין צו גיין אין הסברה
👍 👍 הוגה דו ביסט קעש!! ממש די ווערטער וואס ליגט מיר אויפן צונג.
מתני' בית שמאי אומרים לא יגרש אדם את אשתו אלא אם כן מצא בה דבר ערוה שנאמר (דברים כד, א) כי מצא בה ערות דבר ובית הלל אומרים אפילו הקדיחה תבשילו שנאמר כי מצא בה ערות דבר ר' עקיבא אומר אפי' מצא אחרת נאה הימנה שנאמ' (דברים כד, א) והיה אם לא תמצא חן בעיניו
הוגה פארוואס זאל איך אינווייטן דיינע מאמרים צו מיינע מחשבה צעלן, ווייל דו האסט עס געשריבן ״אין צענטער״? פיין אבער דיינע סטעיטמענטס זענען פאריקט. די באשעפער האט געבויעט די וועלט לויט די תורה, און נישט לויט די אייערשפייז פון קאווע שרייבערס וואס זענען הוגה בדעה. חז״ל און די מפרשים זענען געבויעט לויט די נאטורן פון די מענטש, און אויב עפעס געפעלט דיר נישט דאן גיי אריבער צו די קאראן. איך צאפ נישט קיינעמס בלוט, איך זאג נאר זאכן וואס יעדער פארשטייט, אויסער די וואס ווילן נישט און הענגען דאס אן אלס בלוט צאפעריי.
אליצפן:like 👍 הוגה דו ביסט קעש!! ממש די ווערטער וואס ליגט מיר אויפן צונג.
ענדערש א Bitcoin ווי קעש, ווייל זיינע שטותים ווערן גראד דיפאזיט אין דיין אקאונט.