☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פארוואס קומט פאר אזויפיל סעפעראציעס / גיטין?

פארוואס קומט פאר אזויפיל סעפעראציעס / גיטין?

187 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4488
בלאט: 1 2 3 4

gergele » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 9:06 am

· #141352
פארשטייט זיך איך רעד אלץ אן קינדער, ווייל איינמאל מ'האט קינדער איטס עי דיפרענט באללגעים
.


NOW YOU ARE TALKIN period.............

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 9:58 am

· #141361
נאך א וויכטיגע הנהגה וואס דארף ווערן איינגעפירט שטארק ביי אונז כדי צו פארמיידן אזויפיל פראבלעמען, איז אז יעדע פארפאלק נאך די חתונה מוזן גיין צו שיעורים וועלכע שטעלן אראפ יסודות הבית. די שיעורים בעפאר די חתונה איז קלאר נישט גענוג, ווען מען לערנט אן אפרוח שלא נפתחו עיניו אינסטרוקציעס ווי אזוי זיך צו באפארען אין די גרויסע וועלט איז די דרשה ווערד א רעטעך - למחצה ולשליש ולרביע. אבער בשעת מען איז שוין אינעם פעקל, מען זעהט מיט די אייגענע אויגן מיט וועמען - און מיט וואס - מען האט צו טון, מען אנערקענט פירסט-הענד די שוועריגקייטן, דאן איז יעדע ווארט הילף און אדווייס כמים קרים על נפש עייפה, און מען קען פאקטיש פראקטיצירן די אלע עצות און אדווייס.

ממילא דארף מען מאכן סיי צענטראלע דרשות איבעראל ווי סיי די מענער און סיי די פרויען זאלן ערשיינען, און אויך זאל מען קענען פריוואט פרעגן פראגעס, און אפשר זאל מען טיילן בוכלעך אין קורצן די יסודות און כללים, און דאן קען מען האפן צו פארשפארן אסאך עגמת נפש אינעם צוקונפט בעז"ה.

(אין קרית יואל איז דא איינער פריעדמאן - א חתן מדריך - וועלכער שטעלט צו שיעורים פון צייט צו צייט, ער אדווערטייזט אין די צייטונגען. ממנו ילמדו וכן יעשו).

גיבור » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 10:47 am

· #141377
סאו וואט
איך האלט מ'דארף טוישען אז נאר רעבעצינ'ס זענען כלה טיטשערס, זיי דארף מען ווי אמשנעלסטן דאמפען.
אריינברענגען בעל בתיש'ע כלה טיטשערס... וואס זענען עושין רצון בעלה... און זיי זאלען מחנך זיין דו נעקסטע דור
אויף קלערן ווי גוט ס'איז... און אויסלערנען ברחל בתך הקטנה וואס מ'מעג יא... און אז אלעס מעג מען טוען כדי צופרידנצושטעלען א מאן...
און נישט דערמאנען א ווארט נישט וואס מ'טאר נישט... ווייל עפ"י הרמב"ם ז"ל מען מעג אלעס....
ויהא אתה שלום וביתך שלום וכל אשר לך שלום....ווייל פון דעם פאנגט זיך עפ"י רוב אלעס אן.

👍 👍 👍 👍 👍 👍
גוט געזאגט !

רויטע וואנצעס » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 11:30 am

· #141386
שמעקעדיג
נאך א וויכטיגע הנהגה וואס דארף ווערן איינגעפירט שטארק ביי אונז כדי צו פארמיידן אזויפיל פראבלעמען, איז אז יעדע פארפאלק נאך די חתונה מוזן גיין צו שיעורים וועלכע שטעלן אראפ יסודות הבית. די שיעורים בעפאר די חתונה איז קלאר נישט גענוג, ווען מען לערנט אן אפרוח שלא נפתחו עיניו אינסטרוקציעס ווי אזוי זיך צו באפארען אין די גרויסע וועלט איז די דרשה ווערד א רעטעך - למחצה ולשליש ולרביע. אבער בשעת מען איז שוין אינעם פעקל, מען זעהט מיט די אייגענע מיט וועמען - און מיט וואס - מען האט צו טון, מען אנערקענט פירסט-הענד די שוועריגקייטן, דאן איז יעדע ווארט הילף און אדווייס כמים קרים על נפש עייפה, און מען קען פאקטיש פראקטיצירן די אלע עצות און אדווייס.

ממילא דארף מען מאכן סיי צענטראלע דרשות איבעראל ווי סיי די מענער און סיי די פרויען זאלן ערשיינען, און אויך זאל מען קענען פריוואט פרעגן פראגעס, און אפשר זאל מען טיילן בוכלעך אין קורצן די יסודות און כללים, און דאן קען מען האפן צו פארשפארן אסאך עגמת נפש אינעם צוקונפט בעז"ה.

(אין קרית יואל איז דא איינער פריעדמאן - א חתן מדריך - וועלכער שטעלט צו שיעורים פון צייט צו צייט, ער אדווערטייזט אין די צייטונגען. ממנו ילמדו וכן יעשו).


די זאגסט זייער גוט, איך וויל נאר אביסל צולייגן און מפרט זיין וואסערע subjects מ'זאל מיט אונזערע חתנים און כלות לערנען.

ליידער לערנט מען היינט בדרך כלל נאר 2 ענינים, די ערשטע איז הלכות נדה וטהרה, די צווייטע איז הלכות קדושה וטהרה.

פאר חתנים:
1.מדות בין איש לאשתו, פשוט מענשליכקייט און סענסעטיוועטי צו א מיידל. פארשטיין געבן א מיידל'ס מהלך המחשבה.
2.הלכות נדה וטהרה
3.הלכות עונה למטה מעשרה טפחים, פשוט וואס ווען און ווי. און איר ציל פון אהבה, שמחה, שלום והיו לבשר אחד.
4.השקפת החיים ויסודות הבית, ברוחניות ובגשמיות.
5.הדרכה בנוגע חמיו וחמותו אביו ואמו.
6.סטריט מדות, מענשליכקייט וואס מ'מוז האבן אין די גרויסע וועלט.
7.געלט זאכן, בודזשעט, קרעדיט, טעקס'ס וכדומה. און אויך אביסל מסחר אויב ער גייט גלייך ארבייטען.
8.שטאטישע פראגראמען והמתעסף

פאר כלות:
1.מדות בין איש לאשתו, פשוט מענשליכקייט און סענסעטיוועטי צו א בחור. פארשטיין געבן א בחור'ס מהלך המחשבה.
2.הלכות נדה וטהרה
3.הלכות עונה, פארשטיין געבן די needs פון א מאן, און זיין קאפ דרייעניש בפרטיות אין דעם נושא. און די תוצאות פון אהבה, שמחה, שלום והי לבשר א'.
4.השקפת החיים ויסודות הבית, ברוחניות ובגשמיות. און קלאר מאכן וואס צניעות מיינט פארן גאס, און וואס עס מיינט פארן מאן.
5.הדרכה בנוגע טאטע, מאמע, שווער, שוויגער.
6.געלט זאכן והמתעסף, shopping and spending.

חינוך הבנים והבנות איז א אלטע דיבעיט צו מ'זאל חתן און כלה פאדרייען די קאפ מיט דעם. אבער ס'איז כדי אז בשנה ראשונה זאל מאן און ווייב ליינען און הערן וועגן די נושא.

שמו יגער » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 12:41 pm

· #141427
שמעקעדיג האט א שטארקע נקודה. אבער איך מיין אז דאס איז בעיקר וואס מען דארף צו לערנען טאקע פאר די חתונה פשוט כדי נאס צו מאכן די פיס, צו וויסן ״ בערך״ וואס צו ערווארטן לאחר החתונה. נאכדעם וואס מען האט שוין אביסל טועם געווען דאס געשעפט.....דאן הייבן די קשיות אן צו פלאגן די מח ״ אוי! וואס האט מען געזאגט ביים שיעור טוט מען אין אזא פאל?? די נקודה האט מען נישט גענוג אויסגעשמועסט...וכו׳..״ דעריבער דאס צו לעזן, איז דא חתנים מדריכים ( הלוואי אויף אלע געזאגט) וואס זענען בקשר מיט׳ן יונגערמאן לאחר החתונה באופן אישי כדי לשמוע מער פרטיות זיינע קשיות בנוגע כל הענינים אין קענען געבן שטיצע,חיזוק אין עצות בנוגע דעם יונגערמאנ׳ס ״אייגענע״ מצב.

נאכאמאל אוודאי שיעורים נאך די חתונה איז זייער וויכטיג, אבער עס קומט נישט צו צו דעם ווי האבן א פרייוועט מדריך צו פרעגן בכל עת מצוא

outspoken » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 12:58 pm

· #141439
ביי די ליטווישע איז דא א''ג קאפעל מדריכים, ד''מ אז די מאן לערענט מיט די חתנים און זי מיט די כלות. און אזוי נאך די חתונה ארבייטען זיי צוזאם, די מעלה דערפון איז אז יעדער שפירט זיך באקוועם צו רעדען (אפגערעט, די מעלה פון צניעות) און ס'דא גוטע קומאניקאציע.

שמו יגער » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 1:08 pm

· #141444
איך קען אזא חסידישע חתן/כלה מדריך/ה אבער ביי זיי איז דא מער

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 1:25 pm

· #141450
א דאנק, רויטע וואנצעס, פארן אזוי שיין צונעמען די נושא.
היינט איז שוין דא קלאסן פאר רוב פון די ענינים, כ'האב עס שוין ערגעץ געשריבן. יעדן בין הזמנים זעהט מען אדווערטייזמענטס אין די שוהלן. כ'מיין עס קאסט א טויזענטער.

גיבור » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 1:59 pm

· #141466
אבער וואס האבן מיר פון דעם אויב די עלטערן שיקן נישט די קינדער ?
מען דארף אויפקלערן די עלטערע דור די פראבלעם .

בדחן » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 7:10 pm

· #141605
@רויטע וואנצעס דעתי העניה אז עס איז צי שפעט צי לערנען מידות ביי די 19 יאר דורוך עטליכע שיעורים אין די פיר חדשים פון א חתן ווערן ביז די חתונה,

מען דארף טאקע ארבייטען אויף די מידות יעדן טאג אנגעהויבן פון אלץ קליין קינד ביז די הינדערט און צוואנציג,
אבער א מענטש פארעמט זיך אויס מיט זיינע מידות בעיקר פון די 11 יאר ביז די 16 יאר, פון דארט אין ווייטער איז נאר טאטש-אפס עליות אין ירידות, איינער וואס גייט אריין אלץ חתן ווערען מיט שלעכטע מידות איז שוין צי שפעט אז פיר פינף שיעורים זאל אים טוישען.

דיין עצה פון ארבייטען אז די יונגעלייט זאלן האבן גיטע מידות איז גאר גוט, אבער מען דארף לייגען דגוש דערויף ביי די צוועלף דרייצען פערצען פופצען זעכצען יאר, אמת אז מען זעט אמאל אויסנאמען יונגעלייט ווי זיי טוישען זיך, אבער דארפאר זעט מען עס טאקע ווייל זיי זענענן אויסנאמען.

רויטע וואנצעס » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 10:28 pm

· #141659
בדחן טייערע איך בין מסכים מיט דיינע דברים של טעם.

מיין נקודה איז: "מדות בין איש לאשתו, פשוט מענשליכקייט און סענסעטיוועטי צו א בחור/מיידל. פארשטיין געבן א בחור'ס/מיידל'ס מהלך המחשבה."
די נקודה מאכט סענס צו לערנען ערשט פאר די חתונה.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 2:51 am

· #141993
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/141992">viewtopic.php?p=141992#p141992</a><!-- l -->

רויטע וואנצעס » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 7:14 pm

· #142526
יו זאגט ער גוט!
<a class="postlink" href="http://shabbosblettel.files.wordpress.com/2012/06/shabbos-blettel-10-internet.pdf">http://shabbosblettel.files.wordpress.c ... ternet.pdf</a>

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 6:32 pm

· #145452
אינטרעסאנט

<a class="postlink" href="http://5tjt.com/a-jewish-wifes-rights/">http://5tjt.com/a-jewish-wifes-rights/</a>

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 7:57 pm

· #145463
רויטע וואנצעס
יו זאגט ער גוט!
<a class="postlink" href="http://shabbosblettel.files.wordpress.com/2012/06/shabbos-blettel-10-internet.pdf">http://shabbosblettel.files.wordpress.c ... ternet.pdf</a>

זייער גוט געשריבן. ער שפיגלט אפ אויפ'ן האר דעם לעבנסוועג פון שלום דיען. (דער עכטער. נישט דער וואס שרייבט דא אין קאווע שטיבל.(

בדחן » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 9:38 pm

· #145501
שמעקעדיג
אינטרעסאנט

<a class="postlink" href="http://5tjt.com/a-jewish-wifes-rights/">http://5tjt.com/a-jewish-wifes-rights/</a>


איך האב געליינט נאר די ערשטע האלב ארטיקעל, ער מאכט מיר נערוועז, עס זעט שטארק אויס אז זיין צוגאנג צו א גט איז אז די מאן איז ע"פ רוב שולדיג און די פרוי איז ע״פ רוב גערעכט, די פאר גיטין איך האב מיט געהאלטען זענענן די פרויען געווען 50% אדער מער שולדיג,

בנוגע אפהאלטן א גט, אויב וואלטן רוב פרויען נאכן גט זיך נישט אויפגעפירט אזוי אכזר׳יש מיטען סטראשען יעדע צווייטע וואך דעם מאן מיטען נישט לאזען זען די קינדער, וואלט - מעגליך - די גיטין געגאנגענן שנעלער, דאס אז מען שפילט זיך אזוי ארום מיט די טאטעס מיט נישט לאזען זען די קינדער נאך א גט אדער נאך א סעפערעשין, האט - לדעתי - א השפעה אז די גיטין זאלען אנקימען שווערער.

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 10:43 pm

· #145529
בדחן. א שטארקע נקודה.
אויף VIN ברענגט ער נאך די ארטיקל, און אסאך קאמענטירער שרייבן דיין טענה, און מיט רעכט.

קינות גירושין » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 3:35 am

· #145588
בדחן
שמעקעדיג
אינטרעסאנט

<a class="postlink" href="http://5tjt.com/a-jewish-wifes-rights/">http://5tjt.com/a-jewish-wifes-rights/</a>


איך האב געליינט נאר די ערשטע האלב ארטיקעל, ער מאכט מיר נערוועז, עס זעט שטארק אויס אז זיין צוגאנג צו א גט איז אז די מאן איז ע"פ רוב שולדיג און די פרוי איז ע״פ רוב גערעכט, די פאר גיטין איך האב מיט געהאלטען זענענן די פרויען געווען 50% אדער מער שולדיג,

בנוגע אפהאלטן א גט, אויב וואלטן רוב פרויען נאכן גט זיך נישט אויפגעפירט אזוי אכזר׳יש מיטען סטראשען יעדע צווייטע וואך דעם מאן מיטען נישט לאזען זען די קינדער, וואלט - מעגליך - די גיטין געגאנגענן שנעלער, דאס אז מען שפילט זיך אזוי ארום מיט די טאטעס מיט נישט לאזען זען די קינדער נאך א גט אדער נאך א סעפערעשין, האט - לדעתי - א השפעה אז די גיטין זאלען אנקימען שווערער.

בדחן איך אגרי מיט דיך א הונדרעט פערסענט!
(כמיין סאיז די ערשטע מאל און היסטארי)

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 8:52 am

· #145608
נו, ווי אזוי זאגט די וועלט: א בדחן זאגט אויך אמאל א גוט ווארט....

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 12:56 pm

· #157147
דאס איז אמת...
📎 Stay Together!.jpg

its me » דינסטאג פעברואר 4, 2014 1:19 am

· #181482
סאו וואט
איך האלט מ'דארף טוישען אז נאר רעבעצינ'ס זענען כלה טיטשערס, זיי דארף מען ווי אמשנעלסטן דאמפען.
אריינברענגען בעל בתיש'ע כלה טיטשערס... וואס זענען עושין רצון בעלה... און זיי זאלען מחנך זיין דו נעקסטע דור
אויף קלערן ווי גוט ס'איז... און אויסלערנען ברחל בתך הקטנה וואס מ'מעג יא... און אז אלעס מעג מען טוען כדי צופרידנצושטעלען א מאן...
און נישט דערמאנען א ווארט נישט וואס מ'טאר נישט... ווייל עפ"י הרמב"ם ז"ל מען מעג אלעס....
ויהא אתה שלום וביתך שלום וכל אשר לך שלום....ווייל פון דעם פאנגט זיך עפ"י רוב אלעס אן.

Totally agree. Bottom line, teach the boys that you don't have to ask for a ..........2 weeks after the chasunah, and teach the girls that its good and whatever he asks is allowed.

איש אשכולות » מיטוואך פעברואר 5, 2014 12:58 am

· #181679
די נושא איז רחבה מני ים, און דאס שליסט אויך איין די געביט פון אונזער שידוך סיסטעם. עס איז אין קץ לדברי שידוכים, וועלכע סיסטעם איז בעסער, די חסידישע אדער ליטווישע? דאס איז א קאנטערווערסיעל פלאטפארמע, און די נושא גייט אנגיין אהין און צוריק עד שיבא שולא. אבער אונזער נושא איז, ״למה מתרחשים כל כך גיטין״, איך וועל פראבירן עס צו ענטפערן אין א טאמבנעל.

א רב בעפאר די מלחמה האט געשריבן, אז ער איז שוין רב אין די שטאט פאר העכער פיפציג יאר, און ער האט געהאט ״איין איינציגער״ געשיכטע מיט א גט, ווען עמיצער איז געווען קראנק.. אמאל איז זיכער געווען א גט א זעלטענע זאך. אמאל מיינט מען נישט צו לאנג פאר די מלחמה. און אמאל מיינט מען פאר 20 יאר צוריק ביילייפיג.

קיינער וועט קיינמאל נישט קענען מצליח זיין אראפצולייגן די פינגער אויף די ריכטיגע זאך, למה יצא הקצף, פארוואס פאסירן אזויפיל גיטין. יעדער האט אנדערע השערות און מיינונגען. און עס איז נישט פארהאנען א געמיינזאמע שיטה איבער א דבר פרטי.

איך וויל נישט דא קיינעם אפענדען, און איך מיין קיינעם נישט, און איך גיי זאגן עפעס באופן כללי, און עס איז אלס דא יוצאים מן הכלל. ״כמעט יעדער גרוש (אדער גרושה, רוב מאל נישט) איז עפעס איז מיט אים״. דאס איז נישט קיין נאסע לאלעך. מען דארף אים נישט אראפ קוקען, ער קען זיין חשוב און טייער, אבער ״יש דברים בגו״. ״יעדער געזונטער מענטש קען לעבן מיט יעדן געזונטער מענטש״. והא ראיה מיליאנען מענטשן האבן טעגליך חתונה מיט א פרעמדן און מען לעבט בשלום ובשלוה. אויב וואלט נישט צוויי פרעמדע נארמאלע מענשטן געקענט לעבן געהעריג, וואלטן געווען א קומץ אנשים פארהייראט. הכלל, יעדער קען לעבן מיט יעדעם, במדה נכונה ובמדה מסויימת. אלס איז פארהאנען אויסנאמס.

אלזא פארוואס גט מען זיך? איך קען דאס נישט ענטפערן, און קיינער קען נישט. אבער דאס איז אמאל זיכער אז אונז פעלט די מערסט פאדומענטעל יסודות איבער מערידזש. איך גיי עס נישט געבן, ווייל לא לדרשה קא אתינא, און מי אנכי. און די רעטעניש צו לייזן די יסודות קען מען נישט אנטאפן ווי ערווענט. אבער דאס אז זיכער אז דאס פעלט אונז. וואס מיר קענען פראבירן איז צו זוכן וואס איז די גורם אויף די שוואכע יסודות, און דאס איז וואס יעדער איינער פראבירט צו לייזן.

אלס א עדות צו מיינע רייד, קענט איר זען אז יעדער גט האט זיך זיין געשיכטע, און אויב וואלט גט געהאט א דבר מסוים וואלטן נישט געווען אזויפיל געשיכטעס. אלא מאי איז דא צענדליגער פאקטארס וואס שפילן צו צום גט. און עס איז שווער אנצוטאפן. און די שאלה איז וועלכע?

דאס איז אמאל זיכער אז די סאסייעטי אין וועלכע מיר לעבן טראגט א גרויסע געוויכט אויף די אלע גיטין. מיר זענען באקוועמע מענטשן, אלעס מוז קלאפן טיק טאק, מיר זענען געספוילט, מיר האבן הייצוג און עיר קאנדישען. די מינדערסטע מנועה שטערט אונזער לעבנסגאנג. אונז האבן נישט געגעסן טעג אין ישיבה, אלעס איז פאר אונז געווען אנגעגרייט כערוך השלחן. מיר האבן נישט אויפגעבויט אז די לעבן איז א קייט פון שווערעקייטן. נישט אלעס גייט געשמירט, מען דארף שוויצען, שווייגען און שווימען. מען דארף נאכגעבן, און פארקוקן. עס איז קלאר אז אונזערע באקוועמליכקייט האט אונז דאס גורם געווען. מערידזש פארקניפט למעשה גוטע און שלעכטע מידות פון צוויי מענטשן און מען דארף עס קענען באלעבן. ווייל רוב גיטין היינט זענען וועגן ״מידות״.

אז איר וועט קוקן וועט איר זען אז רוב חלק גיטין קומט וועגן מידות.

דאס איז איין פוינט וויאזוי מען קען אנקוקען פארוואס אונז זענען מחליש די יסודות הבית.

דער (פינטעל) איד » מיטוואך פעברואר 5, 2014 2:52 am

· #181686
יעדן טאג האבן מיליאנען חתונה מיט פרעמדע? נישט ממש. ביי נישט אידן האט מען נישט חתונה מיט פרעמדע

איש אשכולות » מיטוואך פעברואר 5, 2014 6:45 am

· #181693
דער (פינטעל) איד
יעדן טאג האבן מיליאנען חתונה מיט פרעמדע? נישט ממש. ביי נישט אידן האט מען נישט חתונה מיט פרעמדע

פרעמדע מיין איך ״בשורש״ פרעמדע. יעדער מענטש איז בשורש אפגעפרעמדעט צו די געזעלשאפט.

קינות גירושין » מיטוואך פעברואר 5, 2014 8:26 am

· #181704
אבי גרעדט, רוב גרושים איז נישט עפעס מיט זיי,
סאך הכל זיי האבען געהאט אסאך self estean וואס די און אנדערע לאזערס האבען נישט און וועלן ענדערשט ליידען אין א field marriage
סאיז נאר דורך אזאלכע ווי דיר, וואס מאכען אזא סטיגמע אויף אונזער ״ שטערקסטע און אויספערביסטע״

איש אשכולות » מיטוואך פעברואר 5, 2014 8:46 am

· #181705
קינות גירושין
אבי גרעדט, רוב גרושים איז נישט עפעס מיט זיי,
סאך הכל זיי האבען געהאט אסאך self estean וואס די און אנדערע לאזערס האבען נישט און וועלן ענדערשט ליידען אין א field marriage
סאיז נאר דורך אזאלכע ווי דיר, וואס מאכען אזא סטיגמע אויף אונזער ״ שטערקסטע און אויספערביסטע״

למשל אזוי ווי אלע בחורים וואס מען האט ארויסגעווארפן פון ישיבה האבן אויך עפעס אזא self estean וואס זיי קענען פשוט נישט לעבן אין א פעלירהאפטע ישיבה..

פיש כאפער » מיטוואך פעברואר 5, 2014 8:59 am

· #181708
ביודעי ובמכירי, איך האב צוויי גאר נאענטע פריינט וואס זענען גע׳גט. צו זאגן אז ״כמעט יעדע גרוש איז עפעס מיט אים״ איז אפענסיוו (אפילו מען זאגט פארדעם ״איך וויל קיינעם נישט אפענדען״) אפגערעדט אז עס איז א פשוט׳ער ליגנט, און איר האט יא ארויפעגלייגט א נאסע ליילעך אויף צענדליגע, אויב נישט הונדערטער פערפעקטע נארמאלע מענטשן. און ניין, נישט יעדער געזונטער מענטש קען וואוינען מיט any אנדערע געזונטער מענטש. און יא, מען קען יא ענטפערן כמעט יעדער גט, אלעס האט א מעשה.
יעצט צו העלפן א פראבלעם קענסטו זאגן ״לא לדרשה קא אתינא״ אבער צו באוואשן א גאנצער עדה פון אידן און אידענעס האסטו שוין איינמאל א דרשה צו ברענגן.

איש אשכולות » מיטוואך פעברואר 5, 2014 10:05 am

· #181740
איך זיך די אפציע פון א לייק באטאן אין עדווענסט. עס איז דא אזעלכע וואס ביי יעדע שמיעס וואס איז שלא לפי רוחם, ווארטן זיי מיט שפאנונג אויף דער וואס וועט זאגן דאס פארקערטע, און וואלטן אפילו געגעבן א לייק למפרע פאר דער מאן דאמר.. אבי סאיז פארקערט.

לא לאפענסיע באתי, אבער עס איז ליידער א ביטערע פאקט, א מציאות. און דאס זאגן דאס פארקערטע איז נישט אן אטאקע אויף מיינע רייד, ווייל מיר גייט דאס נישט אן. עס איז בלויז א אטאקע אויף די מציאות, און אויך די הרגשה אז דאס איז נישט די מציאות הדברים, ממילא באפרידיגט דאס די געוויסנביסן. איים סארי, דאס איז א פאקט. אסאך אזעלכע פאקטן וואלט איך געוואלט אוועק שטופן מיט יעדן אויסדרוק וואס איז נאר פארהאנען. אבער עס ארבעט נישט, די מציאות איז אסאך שטערקער. יעצט קענסטו ווייטער רעדן.

איש עברי » מיטוואך פעברואר 5, 2014 10:10 am

· #181742
וויפיל מאהל דו וועסט שרייען "ליידער א ביטערע פאקט" וועט עס נישט מאכן פאר א פאקט!
איך וואלט ענדערש געזאגט רוב גרושים זענען עבאוו עווערעדש

דער (פינטעל) איד » מיטוואך פעברואר 5, 2014 10:14 am

· #181745
'עבאוו עוורעדזש' קען גיין צוזאמען מיט 'אביסל קו קו'


.

געפילטע פיש » מיטוואך פעברואר 5, 2014 10:14 am

· #181746
איש אשכולות
איך וויל נישט דא קיינעם אפענדען, און איך מיין קיינעם נישט, און איך גיי זאגן עפעס באופן כללי, און עס איז אלס דא יוצאים מן הכלל. ״כמעט יעדער גרוש (אדער גרושה, רוב מאל נישט) איז עפעס איז מיט אים״. דאס איז נישט קיין נאסע לאלעך. מען דארף אים נישט אראפ קוקען, ער קען זיין חשוב און טייער, אבער ״יש דברים בגו״. ״יעדער געזונטער מענטש קען לעבן מיט יעדן געזונטער מענטש״. והא ראיה מיליאנען מענטשן האבן טעגליך חתונה מיט א פרעמדן און מען לעבט בשלום ובשלוה. אויב וואלט נישט צוויי פרעמדע נארמאלע מענשטן געקענט לעבן געהעריג, וואלטן געווען א קומץ אנשים פארהייראט. הכלל, יעדער קען לעבן מיט יעדעם, במדה נכונה ובמדה מסויימת. אלס איז פארהאנען אויסנאמס.

הוילע פאנטאזיעס, קענסט פונקט אזוי זאגן אז יעדע יונגעמאן וואס דרייווט א מיני ווען איז "עפעס מיט עם", יעדער האט זיך זיינע משוגעת'ן, און גרושים זענען נישט עקזעמפט. די איינציגסטע חילוק איז אז דעם גרוש'ס פראבלעם ווערט אויסגעפויקט פאר'ן גאנצע שטאט.

די חילוק צווישן אמאל און היינט איז ריזיג, מ'קען אפילו נישט אנהויבן צוצוגלייכן. אמאל איז געווען א גרעסערע סטיגמע, ממילא האבן מענטשען מער געשלונגן, אזויווי מ'קען לייענען די מעשיות פון אמאל פון די מענטשען אפילו גלונגענע זענען געווארן איינגעמיירעט מיט א "אשה רעה", אדער פארקערט, א נארמאלע פרוי איז געווארן אנגעזאלצן מיט די שטאט'ס משוגענער, און מ'האט געשלונגען און געלעבט צוזאמען פאר אפאר סיבות, צו ווייל זיך גט'ן איז געווען אומדערהערט, און ווייל אמאל האט מען מער חתונה געהאט צו מאכן קינדער, און פאר מעמד האדם בקהילה, די גאנצע זאך פון זיך ליב האבן אין א מערידזש איז געווען אוועקגעלייגט פאר יחידי סגולה, די ווייב איז געווען א ביזנעס טראנזאקציע וואס ברענגט קינדער, פאר ליבע איז מעג געגאנגען פאשן אין פרעמדע פעלדער.

סאו זיך בענקען צום אמאל איז נישט אלעמאל גערעכט, אמאל איז נישט געווען בעסער אין דעם געביט ווי היינט.

איש עברי » מיטוואך פעברואר 5, 2014 10:34 am

· #181762
איש אשכולות
איך זיך די אפציע פון א לייק באטאן אין עדווענסט. עס איז דא אזעלכע וואס ביי יעדע שמיעס וואס איז שלא לפי רוחם, ווארטן זיי מיט שפאנונג אויף דער וואס וועט זאגן דאס פארקערטע, און וואלטן אפילו געגעבן א לייק למפרע פאר דער מאן דאמר.. אבי סאיז פארקערט.

לא לאפענסיע באתי, אבער עס איז ליידער א ביטערע פאקט, א מציאות. און דאס זאגן דאס פארקערטע איז נישט אן אטאקע אויף מיינע רייד, ווייל מיר גייט דאס נישט אן. עס איז בלויז א אטאקע אויף די מציאות, און אויך די הרגשה אז דאס איז נישט די מציאות הדברים, ממילא באפרידיגט דאס די געוויסנביסן. איים סארי, דאס איז א פאקט. אסאך אזעלכע פאקטן וואלט איך געוואלט אוועק שטופן מיט יעדן אויסדרוק וואס איז נאר פארהאנען. אבער עס ארבעט נישט, די מציאות איז אסאך שטערקער. יעצט קענסטו ווייטער רעדן.


איש אשכולות
דו ביזט טיף פארגלייבט אין סטיגמעס, דו גלייבסט מן הסתם אויך אז אלע פאפענע זענען טיפשים, און אז אלע רבי'ס זענען צדיקים, דאס אז גרושים זענען אנדערש ווי אלגעמיינע איז א פשוטע סטיגמע.
דו סטיגמע האט א סיבה צוליב צוויי זאכן
1) ווייל אסאך משוגעים וואס קענען בכלל נישט וואוינען מיט קיין פרויען אבער ביי אונז מאכט מען חתונה אבי ער זאך האבן א טלית מיט א שטריימל און פארשטייט זיך אז סלאזט זיך אויס א בוידעם ונמצא מוציא לעז אויף אלע גרושים
2)קוק מיך נישט אהן ווי א משוגענער איך האלט אז די עיקר סיבה פארוואס מענטשן זוכן צו קירטיקירן און צו לעיבלען א גרוש אלס מאדנע קומט פשוט פון קנאה, יא פון קנאה ווייל בערך 30 פראצענט מענטשן אדער מער האבן אונטערען באוואוסטזיין א רצון זיך צו גט'ן ממילא ווען איינער האט די עצים און ער גט זיך פלאצט ער פאר קנאה און זוכט זיך צו פארענטפערן אז יענער איז מאדנע, פאר די זעלבע סיבה וואס מענטשן האבן ליב אזוי צו זאגן אויף גבירים.


דאס ארויסשארן פון די ארבעל אז סאיז א פאקט א מציאות און אזוי ווייטער איז נישט נאר פאלש און שקר, נאר אויך זייער נישט סענסעטיוו און אויסגעהאלטן, דו ביזט שופך דם טייערע יונגעלייט על לא דבר

איש עברי » מיטוואך פעברואר 5, 2014 2:11 pm

· #181837
@קינות גירושין ענטפער אים עפעס

קינות גירושין » מיטוואך פעברואר 5, 2014 2:44 pm

· #181849
איש עברי
@קינות גירושין ענטפער אים עפעס

נישט דא וואס, ער קען נישט קיין פאקטען
ס״ה האט ער אביסעל הויך געגרעבסט
אבער ער איז א שופך דם פאר אסאך גירושים וואס איך ווייס אז זיי זענען דא

איש עברי » מיטוואך פעברואר 5, 2014 2:48 pm

· #181850
אגב קינות'ל דיין חתימה איז אויך עפעס משמע אנטי-גרושים

געפילטע פיש » מיטוואך פעברואר 5, 2014 4:34 pm

· #181881
דו האסט נישט מיטגעהאלטן די סומאטאכע מיט בדחן, דעס האט ער ארויסגעלייגט צו פארשעמען בדחן.

גרוש » מיטוואך פעברואר 5, 2014 9:09 pm

· #181945
פארוואס מוז זיין אז יעדע גרוש איז א פראבלעם?
אויב א נארמאלע מענטש האט חתונה און שפעטער מאכט זיין ווייב אפ אוועק צוגיין מחמת איזה סיבה שיהיה ווערט ער א פראבלעם אדער ער באקומט נישט די נאמען גרוש?
אויב איינעמס ווייב כאפט א נערווען ברעיק 3 יאר נאך די חתונה און ער לאזט איר איבער ווערט ער א פראבלעם אדער ער באקומט נישט די נאמען גרוש?
מצא בה ערות דבר מיינט א משוגענער אדער ער האט נישט די נאמען גרוש?

קאם אן נוץ דיין שכל

איש אשכולות » מיטוואך פעברואר 5, 2014 10:55 pm

· #181954
גרוש
פארוואס מוז זיין אז יעדע גרוש איז א פראבלעם?
אויב א נארמאלע מענטש האט חתונה און שפעטער מאכט זיין ווייב אפ אוועק צוגיין מחמת איזה סיבה שיהיה ווערט ער א פראבלעם אדער ער באקומט נישט די נאמען גרוש?
אויב איינעמס ווייב כאפט א נערווען ברעיק 3 יאר נאך די חתונה און ער לאזט איר איבער ווערט ער א פראבלעם אדער ער באקומט נישט די נאמען גרוש?
מצא בה ערות דבר מיינט א משוגענער אדער ער האט נישט די נאמען גרוש?

קאם אן נוץ דיין שכל

אה! איך האב הנאה, דו האסט עס גוט ארויסגעברענגט, די אלע זאכן פון וואס דו רעדסט הייסן ״אויסנאם״, עס איז נישט קיין נארמאלע ערשיינונוגען. נישט יעדן טאג כאפט מען נערווען בראכ׳ס, און נישט יעדן טאג לאזט די ווייב איבער די מאן. מיר האבן גערעדט ״נישט פון די אויסנאמ׳ס״, פון ערשיינונוגען ווי די מאן איז פארדארבען געווארן, אדער מען האט זיך צוקריגט פאר שטותים והבלים. האסט עס גוט ארויס געברענגט, די זאכן וואס דו האסט דערמאנט זענען נישט אינטער די קאטעגאריע.

איש אשכולות » דאנערשטאג פעברואר 6, 2014 3:38 pm

· #182056
איש עברי

2)קוק מיך נישט אהן ווי א משוגענער איך האלט אז די עיקר סיבה פארוואס מענטשן זוכן צו קירטיקירן און צו לעיבלען א גרוש אלס מאדנע קומט פשוט פון קנאה, יא פון קנאה ווייל בערך 30 פראצענט מענטשן אדער מער האבן אונטערען באוואוסטזיין א רצון זיך צו גט'ן ממילא ווען איינער האט די עצים און ער גט זיך פלאצט ער פאר קנאה און זוכט זיך צו פארענטפערן אז יענער איז מאדנע, פאר די זעלבע סיבה וואס מענטשן האבן ליב אזוי צו זאגן אויף גבירים.

איך האב קיינמאל נישט געוויסט אז אין דמיון איז דא אילוסטראציע!! דמיון האט אויך א גרעניץ, אבער אזוי שטארק עס צו אילוסטרירן? ממש ״א גאונות אין דמיון״! איך וואלט זיך קיינמאל נישט געקענט אויס׳משל׳ן אזא פראזע אז מען ״איז מקנא גירושים״, שיינט פאר מיר ווי א טערי.

קיינער איז נישט שופך דם דא, און קיינער ווערט נישט דא נשפך. אויב איינער שפירט אז עס באדערט אים, איז עס ענדערש א באווייז אז ער ווייסט די ווארהייט בינו לבין עצמו. מען שמיעסט דא אויס פאקטן, זאכן וואס זענען בכלל נישט קיין חידושים, אויב עמיצער הערט דאס אלס אפענסיע האט ער עס מעגליך נישט פארשטאנען, און זאל נאכאמאל איבער ליינען וואס איך האב געשריבן.

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג פעברואר 6, 2014 3:47 pm

· #182059
אינטערסאנט אז דא האט עברי שלא במתכוון צוגעטראפען צו א ווערטל פון סאטמאר רב

אין די אנהייב יארען אין אמעריקא ווען מענטשען זענען נאך געווען א יקר המציאות ביים היימישער ציבור איז א גרוש געווען ממש א זעלטנהייט איינע פון די ערשטע גרושים נאכען קריג איז אריין פאר א חיזוק בקשה צום סאטמאר רב, האט אים סאטמאר רב געזאגט איר ברויך ניש זיין געפאלען
ווייל א גרויסער פראצענט קוקט מיט קנאה געפילען.
איך נעם ניש קיין אחריות אויפען ווערטל עס איז בלויז געשריבען געווארען אין איינע פון די אויסגאבעס
ביטע עס ניש איבערגעבן פאר'ן עקרת הבית.

שמעקעדיג » דאנערשטאג פעברואר 6, 2014 4:26 pm

· #182077
מיין עקרת הבית האט געלייענט און זי איז באליידיגט ביז די טיפענישן פון איר נשמה!

(נישט ממש)

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג פעברואר 6, 2014 6:09 pm

· #182106
שמעקעדיג
מיין עקרת הבית האט געלייענט און זי איז באליידיגט ביז די טיפענישן פון איר נשמה!

(נישט ממש)

ביי מיר האט פאסירט דאס זעלביגע

דערפאר האב איך מזהיר געווען אז דאס זאל זיך ניש אפשפילען ביי יעדן.

גרוש » דאנערשטאג פעברואר 6, 2014 6:51 pm

· #182120
דזשאסט פאר יור אינפא, רוב גרושים גייען די ווייבער אוועק פאר נאו ריזען,
אין אזא פאל איז זי א פראבלעם, און ער קען נאך אלץ זיין א נארמאלע מענטש,
און אויב די ווייב פארט אפ?

א גט איז א יוצא מן הכלל, רוב גט'ן זיך נישט, זייער אסאך נארמאלע אינגעלייט גט'ן זיך ווייל די ווייבער וואקן אוועק, אדער ווייל זיי זענען אריין געפאלן,
קומסטו נאך פון די מיעוט מאכן א גאנצע שאצונג?
אתמהה

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג פעברואר 6, 2014 8:02 pm

· #182131
ס'דא אזוי און ס'דא אזוי אסאך גרושים פעלט נישט גארנישט און אסאך פעלט זיי יא עפעס. אבער דאס איז אמאל זיכער אז רוב רוב פון דע וואס גט'ן זיך נישט פעלט אויך עפעס. דער 'עפעס' איז 'גאטס'

ברסלבער » דאנערשטאג פעברואר 6, 2014 9:41 pm

· #182150
שמעקעדיג
מיין עקרת הבית האט געלייענט און זי איז באליידיגט ביז די טיפענישן פון איר נשמה!
(נישט ממש)

איך האב אנגעזאגט אינדערהיים אז חזק איז נישט קיין מעלות, מען קען דאס נישט ליינען זיך אויסצולופטערן, און מען טאר עס נישט ליינען פארן שלאפן.

מאטי » דאנערשטאג פעברואר 6, 2014 9:58 pm

· #182151
ג אין רואין פני גיהנם אלו הן דיקדוקי עניות וחולי מעיין והרשות ויש אומרים אף מי שיש לו אשה רעה ואידך אשה רעה מצוה לגרשה ואידך זימנין דכתובתה מרובה אי נמי אית ליה בנים מינה ולא מצי מגרש לה.
עירובין מא עמוד ב

kliger » פרייטאג פעברואר 7, 2014 12:49 am

· #182177
אסאך גרושים טוישן אויך פונקט זשאבס יעדע האלבע יאר,
האבן אויך פערצופאל געטוישט חברותא'ס אין ישיבה יעדן שני וחמישי,
האלטן פון זיך עולם ומלואה, מיט א שטארקע איגא, קיינמאל צופרידן, סעלפיש
האלט יעדע זאך פארקערט, רעכנט זיך נישט מיט די צער פון אלע ארומיגע, אלעס מוז קלאפן 100 פערצענט

נאר א געוויסע פערצענט פארשטייט זיך

מאטי » פרייטאג פעברואר 7, 2014 1:55 am

· #182186
פארשטייט זיך. און געוויסע גרושים זענען געווען מיט ווייבער וואס האבן געהאט די פראבלעמען וואס דו רעכנסט אויס. א געוויסע פראצענט האבן זיך די עלטערן אריינגעמישט און פון א טישו איז געווארן אן אישו. ס' דא פארשידענע מיני גרושים.

איש עברי » פרייטאג פעברואר 7, 2014 7:15 am

· #182200
אסאך פארהייראטע טוישן זשאבס יעדע האלבע יאר,
האבן אויך פערצופאל געטוישט חברותא'ס אין ישיבה יעדן שני וחמישי,
האלטן פון זיך עולם ומלואה, מיט א שטארקע איגא, קיינמאל צופרידן, סעלפיש
האלט יעדע זאך פארקערט, רעכנט זיך נישט מיט די צער פון אלע ארומיגע, אלעס מוז קלאפן 100 פערצענט

נאר א געוויסע פערצענט פארשטייט זיך

אגב עס ווייזט נישט אויף קיין שלעכטע כאראכטער אדער אויף עגא, עס ווייזט אז דער מענטש וויל נישט שלום מאכן מיט קיין מצב און טאמער ער איז נישט צופרידן נעמט ער שריט

איש אשכולות » זונטאג פעברואר 9, 2014 2:18 am

· #182327
רבי אביגדור מיללער זצ״ל האט געזאגט אז די פארמערטע גיטין פראצעדור איז א גויאישער מושג. עס איז קיינמאל נישט געווען ביי אידן אין היסטאריע די וואקסענדע גיטין אזוי שטארק ווי היינט, מען גט זיך היינט שנעלער ווי עס דויערט צו טוישן אפאר שטרימפ. און צום באדויער האבן מיר דאס אדאפטירט פון די גויים. רבי אביגדור האט אמאל געזאגט אז צומאל ווען א מענטש גט זיך ווארפט ער אוועק א מתנה וואס ער האט געקריגן פונעם אייבירשטען, מען שליידערט אוועק זיוגים במלוא מובן המולא. פארשטייט זיך אז דאס נעמט נישט אריין פעלער וואס זענען יוצאים מן הכלל.
בלאט: 1 2 3 4