וועלעכער חסידישער ספר לערנסטו בעיון
87 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4487
וועלעכער חסידישער ספר לערנסטו בעיון
ס'איז דא הונדעטער אדער טויזענטער חסידישע ספרים ... בכלל דארף מען וויסען וואס הייסט א חסידישער ספר . למשל דער ויגד יעקב -פאפא- וואס האט נישט געהייסען א רבי אבער א חסיד יא הייסט א חסידיש ספר אדער פין זיין זהון ויחי יוסף .
נאך אלעם ס'איז דא טויזענעטער טויזענטער חסידישע יונגעלייט . וויפיל לערנין א חסידיש ספר בכובד ראש ובעיון . נישט נאר בשעת מען זינגט לכה דודי . אדער אין מיטען דיא הויעכע שמונה עשרה .אין וויפיל פארשטייען אז דער ספר מאנט עפעס פין איהם .אז דער ספר -מחבר- רעדט ציא איהם .
כ'פלעג אסאך לערנען דעם תולדות בעיון, אויך אין מאור עינים. לעצטענס קוק איך מער אין באר מנחם
נארמאל איז כשם שאין פרצופיהם כך אין דעותיהם וכו', יעדער איינער וואס זוכט טרעפט זיך על פי רוב עפעס א ספר ווא סרעדט צו עם, יעדער תקופה לויט ווי ער האלט, דאכציך מ'האט שוין ארומגערעדט די נושא אין עפעס אן אשכול. אויב איינער קען לינקען תבוא עליו ברכה.
--
געטראפען
ספרי לומדות ומחשבה אין א גוטע סדר (קופערניקוס)
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/2293">viewtopic.php?f=13&t=2293</a><!-- l -->
סאטמאר רב האט געזאגט אז יעדער לערנט וואס רעדט צו אים. מ'קען נישט מאכן איין שיעור פאר אלע אינעם זעלבן ספר
דבי''ר קדשוס'איז דא הונדעטער אדער טויזענטער חסידישע ספרים ... בכלל דארף מען וויסען וואס הייסט א חסידישער ספר . למשל דער ויגד יעקב -פאפא- וואס האט נישט געהייסען א רבי אבער א חסיד יא הייסט א חסידיש ספר אדער פין זיין זהון ויחי יוסף .
נאך אלעם ס'איז דא טויזענעטער טויזענטער חסידישע יונגעלייט . וויפיל לערנין א חסידיש ספר בכובד ראש ובעיון . נישט נאר בשעת מען זינגט לכה דודי . אדער אין מיטען דיא הויעכע שמונה עשרה .אין וויפיל פארשטייען אז דער ספר מאנט עפעס פין איהם .אז דער ספר -מחבר- רעדט ציא איהם .
ויגד יעקב איז תורה'לך וואס תלמידים האבן געדענקט, נישט קיין לענגערע מאמרים, און זענען בדרך כלל, דברי מוסר על דרך החסידות, מתובל בדרוש.
ויחי יוסף האט שוין אביסעל לענגערע מאמרים, אבער אויך בדרך דרוש מוסר וחסידות.
ערוגת הבושם, האט גאנץ פיינע חסידישע שטיקלעך, טאקע אויך בדרך דרוש, אבער קען זיך אויך צולאזען מיט פייער בדרך החסידות.
אויב זיכט איר א חסידיש ספר וואס איז כל כולו מוקדש לחסידות, דארפט איר פארן קיין פולין.
כ'פלעג האבן א שיעור יארן אין ספר ברך משה, יענער האט אויפגעהערט קומען
חסידות איז נישט געמאכט צו לערנען בעיון, עס איז געמאכט אריינצוקוקן אמאל און זיך מחזק זיין מיט א גוט ווארט וואס מען זאל לאנג געדענקען.
הגם עס זענען געווען צדיקים וואס האבן מחולק געווען דערמיט, איז אזוי אבער געווען דעת רוב גדולי וקדושי חסידות.
דו מיינסט מסתמא די "נשתכח" קרייזן. "רוב" גדולי החסידות איז א גוזמא.
מורינו הרבחסידות איז נישט געמאכט צו לערנען בעיון, עס איז געמאכט אריינצוקוקן אמאל און זיך מחזק זיין מיט א גוט ווארט וואס מען זאל לאנג געדענקען.
הגם עס זענען געווען צדיקים וואס האבן מחולק געווען דערמיט, איז אזוי אבער געווען דעת רוב גדולי וקדושי חסידות.
כידוע, חסידות איז בעיקר געגרינדעט געווארן אויף סיפורי מאחורי.
קדושת לוי
איך האב שוין נישט געפנט א חסידש ספר פאר בערך 13 יאר
קינות גירושיןאיך האב שוין נישט געפנט א חסידש ספר פאר בערך 13 יאר
סאו וויאזוי ווייסטו וויאזוי צו דינען דעם אייבישטער?
מורינו הרבחסידות איז נישט געמאכט צו לערנען בעיון, עס איז געמאכט אריינצוקוקן אמאל און זיך מחזק זיין מיט א גוט ווארט וואס מען זאל לאנג געדענקען.
הגם עס זענען געווען צדיקים וואס האבן מחולק געווען דערמיט, איז אזוי אבער געווען דעת רוב גדולי וקדושי חסידות.
האסט גענומען איין וואט אז דוא ווייסט דעם דעת ''''הרוב'''''
קאווע טרינקערקינות גירושיןאיך האב שוין נישט געפנט א חסידש ספר פאר בערך 13 יאר
סאו וויאזוי ווייסטו וויאזוי צו דינען דעם אייבישטער?
איך האב א שיעור קבוע אין ק״ש יעדען טאג, חודש אלול לערן איך אויך אייוועלט
קינות גירושין - איך געדענק נישט אין מיין לעבן ווען כאב אזוי געלאכט אום חודש אלול!
זר זהבכ'פלעג אסאך לערנען דעם תולדות בעיון, אויך אין מאור עינים. לעצטענס קוק איך מער אין באר מנחם
א געוואלדיקער דזשאמף . וואטש זאלסט דיך נישט צוקלאפען
שמעקעדיגקינות גירושין - איך געדענק נישט אין מיין לעבן וועלן כאב אזוי געלאכט אום חודש אלול!
לאכען מעג מען/דארף מען אפי יום כיפור, לצינות טאר מען נישט אפי פורים!
אויב עפעס, מי השילוח.
געפילטע פישאויב עפעס, מי השילוח.
וויא קענסטו פשט אין מי השילוח . אהן דעם בית יעקב
אזוי וויא דוא האסט שוין דערמאנט דעם מי השילוח . וויל איך דיר רעקאמענדירען דעם ספה''ק סוד ישרים לנכדו
בעל התכלת אויף דיא ימים נוראים . וועסט דיר באלעקען דיא פינגער דוא וועסט האבען איין אנדערען דערהער אין דיא ימים טובים
טריי איט יו לייק עט 👍
אויב פארשטיי איך פאלש פשט איז א סימן אז דאס איז רצון השם, נישט אזוי?
ס'פארהאן אין בתי מדרשים אדער כ'דארף עס קויפן?
צ"ל סוד ישרים
<a class="postlink" href="http://www.hebrewbooks.org/20080">http://www.hebrewbooks.org/20080</a>
לעיקוואדצ"ל סוד ישרים
<a class="postlink" href="http://www.hebrewbooks.org/20080">http://www.hebrewbooks.org/20080</a>
אמת נכון הדבר --- טעיתי בהקלטה אך לא במכוון
איך זיך א ספר וואס קען מיך לערנען בעיון.
רויטע וואנצעסאיך זיך א ספר וואס קען מיך לערנען בעיון.
עשרה מאמרות להרמ"ע מפאנו זצוקללה"ה.
רויטע וואנצעסאיך זיך א ספר וואס קען מיך לערנען בעיון.
ס'איז תלוי אין וואס פארא מצב . וואס איז דיין בעק ראנד .וואס האסטו שוין געלערנט . וואס פארא יסודות האסט דו שוין איין געקויפט .אין דער עיקר אין וואס האסטו א געשמאק .
נפש החיים
דעת תורהדו מיינסט מסתמא די "נשתכח" קרייזן. "רוב" גדולי החסידות איז א גוזמא.
גראדע ביי אונז האט מען אויך געלערנט חסידות אויפן שפיץ גאפל. טאפס פופצן מינוט. מ'האט נישט געלערנט ווי אין חב''ד בקביעות, שעות אויף שעות בכלל, און אפילו נישט מער ווי אביסל, און יעדעס מאל ארויסגענומען א פרישע קבלה פון וואס מ'האט געלערנט.
מגן אברהם פון טריסקע מגיד איז א גוט ספר אויב איינער וויל אנהייבן צו פארשטיין תורת החסידות
For beginners
די עיקר דרך חסידות ליגט אין די ערשטע ספרים, מאור עינים, אור החיים הק' און תולדות יעקב יוסף.
זייט ווען איז אוהחה"ק א חסידיש ספר?
המחבר היה ספרדי טהור?
קודם כל, חסידות האט נישט מיט אשכנזים, און די שפראך און גאנג איז אין אור החיים הק' גענוי די חסידישע גאנג, טראץ וואס עס איז אפציעל א פירוש על התורה.
און בעיקר, די נאנטשאפט אין נשמות וואס האט געהערשט צווישן דעם הייליגן בעל שם און רבינו חיים בן עטר, איז די פאקט אז ס'איז א חלק פון חסידות, נאכדערצו נאך וואס דער הייליגער חיד''א האט זיך אויסגעדרוקט עטליכע דברי יסוד דערוועגן, ווי למשל, אז ווען ער וואלט געזען דער מאור עינים'ס ספר פריער, וואלט ער א שיינעם חלק פון זיינע ספרים נישט מחבר געווען.
און ביי אונז דארף עס נישט קיין הסבר באמת, ס'איז א מסורה, אז די דריי, מאו''ע אוה''ח און תולדות זענען כלי ראשון פון חסידות.
@מנשה לוסטיג, שיינע מעשיות ותו לא!!!!
דאס תורת (ובתוכו די דרך) החסידות האט די בעשט מחדש געווען
"נאנטשאפט פון נשמות" סארי כ'קויף נישט
מאו''ע איז נישט געווען קיין תלמיד פונעם בעשט
"און ביי אונז דארף עס נישט קיין הסבר באמת, ס'איז א מסורה" זיכער פארקויפט מען אין סקווירא אז די דריי עיקרים זענען מאו''ע אוה''ח און תולדות
ווער דען זענען די כלי ראשון ביי דיין מסורה
כלי ראשון איז נאר די מגיד מיט ר' צבי
די פאקט איז דאך אבער אז ס'נישט די עיקר לימוד אין די ספר וואס איז פארהאנען פון מגיד
מוז זיין א מסורה דערין, און מיר האבן דעם מסורה, האסטו א צווייטע, אדער סתם די 'קויפסט נישט'.
חב''ד פאר שוואכע מוחות (וואס מ'דארף אלעס מסביר זיין)
רוז'ין פאר די וואס זיכען א מסורה (טאטע זוהן) ביזן מגיד
קען מיר איינער ווייזן א שטיקל מאו''ע וואס איז מסביר חסידות מהי?
big joeחב''ד פאר שוואכע מוחות (וואס מ'דארף אלעס מסביר זיין)
די גוטע קעפ
כאפן אליין אז עס האט עפעס מיט תפילין בחוה"מ און מקוה בשבת... 😃
@ונבנתה העיר, די תפילין מיט מקוה ביישפילן זענען געווען פועל יוצא'ס פונעם דרך נישט די עיקר
די עיקר איז אז די בעש''ט האט געזעהן אז די אלטע סיסטעם ארבייט נישט פאר רוב ציבור האט ער עס געטוישט. די עצם שינוי איז די חידוש
מנשה לוסטיגדי עיקר דרך חסידות ליגט אין די ערשטע ספרים, מאור עינים, אור החיים הק' און תולדות יעקב יוסף.
האסט אויסגעלאזט ליקוטי מהר"ן.
big joeדי עיקר איז אז די בעש''ט האט געזעהן אז די אלטע סיסטעם ארבייט נישט פאר רוב ציבור האט ער עס געטוישט. די עצם שינוי איז די חידוש
געטוישט? יעצט איז שוין גוט?
big joeחב''ד פאר שוואכע מוחות (וואס מ'דארף אלעס מסביר זיין)
קען מיר איינער ווייזן א שטיקל מאו''ע וואס איז מסביר חסידות מהי?
אזעלכע שטותים צו רעדן ?!
מנשה לוסטיג נאכדערצו נאך וואס דער הייליגער חיד''א האט זיך אויסגעדרוקט עטליכע דברי יסוד דערוועגן, ווי למשל, אז ווען ער וואלט געזען דער מאור עינים'ס ספר פריער, וואלט ער א שיינעם חלק פון זיינע ספרים נישט מחבר געווען.
נו, חיים אדם לומר בלשון רבו! "דער
אזולאי ברענגט בשם דעם טאטן זכרונו לברכה.."
און בד"וו, וואו שרייבט דער אזולאי אזעלכע שטותים ?
מנשה לוסטיג
און ביי אונז דארף עס נישט קיין הסבר באמת.
😂 😂
קאווע טרינקערbig joeחב''ד פאר שוואכע מוחות (וואס מ'דארף אלעס מסביר זיין)
קען מיר איינער ווייזן א שטיקל מאו''ע וואס איז מסביר חסידות מהי?
אזעלכע שטותים צו רעדן ?!
פארוואס שטותים????
מאו''ע איז א חסידיש ספר, אבער ער איז נישט מסביר די דרך החסידות אשר ילכו בו
קאווע טרינקערbig joeדי עיקר איז אז די בעש''ט האט געזעהן אז די אלטע סיסטעם ארבייט נישט פאר רוב ציבור האט ער עס געטוישט. די עצם שינוי איז די חידוש
געטוישט? יעצט איז שוין גוט?
עס איז געווען גוט, יעצט ווארט מען אויף א נייע בעש''ט
פארן בעש''ט האבן רוב אידן געמיינט אז אידישקייט איז נאר פאר די יחידי סגולה און נאר פון זיי שעפט גאט נחת. די בעש''ט האט דאס געטוישט דהיינו "די נחת רוח וואס גאט האט פון א פראסטע דארפס אידס שמחה איז גרעסער ווי...''
יעצט איז געקומען די צייט פאר א נייע בעש''ט צו טוישען די סיסטעם נאכאמאהל
big joeקאווע טרינקערbig joeחב''ד פאר שוואכע מוחות (וואס מ'דארף אלעס מסביר זיין)
קען מיר איינער ווייזן א שטיקל מאו''ע וואס איז מסביר חסידות מהי?
אזעלכע שטותים צו רעדן ?!
פארוואס שטותים????
מאו''ע איז א חסידיש ספר, אבער ער איז נישט מסביר די דרך החסידות אשר ילכו בו
BIG שטותים
וואס ווילסטו זאל שטיין דארט?
הולכים לטיש, חוטפים שיריים, זורקים פאשקעווילים, זורקים מתנגדים, תורמים לקרן הבנין, סוגרים הישיבה לשבעת ימי המשתה, אין עובדים אלא מתפרנסים מן החסידים, רוכבים ב'קעדי'ס, וואס נאך?
big joeקאווע טרינקערbig joeדי עיקר איז אז די בעש''ט האט געזעהן אז די אלטע סיסטעם ארבייט נישט פאר רוב ציבור האט ער עס געטוישט. די עצם שינוי איז די חידוש
געטוישט? יעצט איז שוין גוט?
עס איז געווען גוט, יעצט ווארט מען אויף א נייע בעש''ט
פארן בעש''ט האבן רוב אידן געמיינט אז אידישקייט איז נאר פאר די יחידי סגולה און נאר פון זיי שעפט גאט נחת. די בעש''ט האט דאס געטוישט דהיינו "די נחת רוח וואס גאט האט פון א פראסטע דארפס אידס שמחה איז גרעסער ווי...''
יעצט איז געקומען די צייט פאר א נייע בעש''ט צו טוישען די סיסטעם נאכאמאהל
דו שפירסט אז איר זענט טאקע אראפ געקומען אויף די וועלט צוליב דעם?
ס'האט נישט מיט מיר אדער מיט מיין תפקיד גארנישט.
און אויב ווילסטו אויפלעבן דאס אשכול קענסטו אריין ווארפן די צוויי ווערטער
יואליש ראטה
(פארוואס איך בין אראפ געקומען מעג מען נישט שרייבן דא עס איז קעגן די תקנות)
מנשה'לע כ'האב גרויס מיטלייד מיט דיר, אבער ביסט אריין און א תחום וואס געהערט נישט פאר אייך
סקווירא האט אויף קיים שום זאך א מסורה, ס'איז בלאני וואס מ'פארקויפט דארט, רבי יעקב יוסף פון סקווירא איז אלט געוועהן קוים צוואנציג
ווען זיין פאטער איז אוועק, וואס איז אגב אויך געוועהן דער יונגסטער פון זיין טאטע, און דער הייליגער צדיק פון ספרינג וועלי יאריך ימים על
ממלכתו הוא ובניו בקרב ישראל איז אויך געוועהן קנאפ יונג ווען זיין פאטער איז אוועק, אבער געדענקען, געדענקט ער זאכען וואס איז נישט
געשטויגען און נישט געפלויגען, דמיון אן א שיעור שפילט ביי עים א גרויסע ראלע, באקט מעשיות ועובדות לאורך ימים ושנים טובים ארוכים.
און אלעס ווי אזוי זיין טאטע האט זיך אויס געדריקט, געקאכט,....
דער מאור עינים האט געזעהן דער בע"ש צוויי מאל, וזהו זה. נישט אלס תלמיד.
יעצט ברענגסו מיר אז חיד"א האט געזאגט אז אוה"ח הק' איז א חסידיש ספר, אהא. שני כתובים המכחישים זה את זה. ביידע פון זיי זענען ספרדי טהורים.
אויב ס'האט א חסידיש מהלך? נא דערפאר? של"ה רבינו יונה חתם סופר האט אויך א חסידיש מהלך, ס'ווערט נאך נישט א חסידישע ספר.
בעצם וואלט איך געקענט באשטיין איינע זאל מיר אויפקלערען וואס איז א חסידיש ספר?
יעצט בענין אויב וואלט דער הייליגע רבינו החיד"א זצ"ל ווי רוב באטיטיל עים, געזעהם דעים ספר מאור עינים וואלט ער נישט געדארפט שרייבען אפאר חיבורים.
וויל איך מאכען ש א שטיקעלע הקדמה.
יעדער ווייסט ס'געוועהן "צדיקים" וואס האבען נישט געזאגט קיין תורה, פארוואס? ווייל זיי האבען נאר געזאגט, ווען מ'האט זיי מגלה געוועהן פון אויבען (וואטעווער
איך בלעבעל נאר איבער...), אהב איך געהערט מגדול גאון אחד וואס האט מסביר געוועהן דער ענין, צו מיינסטו אז דער חכם צבי איז נישט פון הימל? צו מיינסטו אז רעק"א חתם סופר נודע ביהודה איז נישט פון הימעל? אוודאי און אוודאי האט השי"ת זיי חונן דעת געוועהן זייער פסק הלכה, נאר דיע "צדיקים" וואס זאגען נישט, איז וויבאלד דער אייבערשטער קוקט זיך נישט אים אויף זיי, ממילא איז מען זיי נישט חונן דעת צו קענען שרייבען א תשובה, חוץ אמאל א יובל א קליינע תורה'לע אויף דער וואך, אבער מ'קוקט זיך נישט אום אויף זיי....
לדוגמא, ווען וואלט השי"ת כביכול געוואלט אז מ'זאל קובע זיין להלכה אז מ'דארף מאכען א ברכה אויף הלל ווען מ'באקט מצות ערב פסח, וואלט ער געלאפען צום נודע ביהודה רעק"א חת"ס זיי זאלען מברר זיין אזוי להלכה, אלא מאי המאור עינים איז סתם א דמיון, דער גאנצע מסורה איז א ליגענט. פאלש. ואומרים ברכה לבטלה בלי שום פקפוק.
דערפאר הקב"ה ברוב רחמיו וחסדיו האט געוואלט אז דער הייליגע חיד"א זצ"ל זאל פארשאנען דער וועלט מיט זיין תורה, און אנפילען א ספרים שראנק מיט זיינע ספרים, איז געוועהן באשערט פאר אים נישט צו זעהן דער מאו"ע, ס'איז ענדערש פארן רבוש"ע ספרי חיד"א ווי ספרי המאו"ע. והבן היטב.
קוק נאר אריין ווי אזוי דוד אסף ברענגט קלארע פאקטן וועגן דעים טשערנובליר קינדער, וואספארא גרויסע צדיקים זיי זענען געוועהן.
עסטו אויסטרעפען שקרים וכזבים וואס מ'פיטערט און מ'וואשט דארט.דו אומשולדיגע אונגארישע מוחות
באטעם ליין: אור החיים הקדוש איז נישט קיין חסידיש ספר. וועזער יו לייק איט אר נאט, קענט העלף יו סיר.
פתגמין קדישין איז שוין מער חסידיש ווי אור החה"ק
דאס רבי אליינס וואלט נישט געקענט בעסער זאגן...
אאהה דברים של טעם