סאו וואטמנשה'לע דער מעשה מיט'ן אז בעש"ט האט עים אנגערופן גנב, ווי איז דער ערשטע פלאץ וואס שרייבט דער מעשה?
קענסטו לערנען מאור עינים פופציג יאר, און וועסט נישט האבען קיין אנונג וואס דער צדיק וויל פון דיין לעבן האבען, און וואס ער זאגט דארט.
רעד מיר נישט אן אז דו לערנסט מאו"ע ווייל דו זוכסט חסידות, מ'לערנט עס דארט ווייל ס'איז א שטאט מיט ראבאטס, מאנקי סי מאנקי דא.
ווען זוכסטו ווען א ספר צו לערנען, נעמסטו ארויס א שיינע אונגארישע ספר (וואס דיינע זיידעס האבין גע'לערנט...) וואס האט שיינע ווערטער,
דברים השוה לכל נפש, און מעיין דארט, קיינער נעמט נישט ארויס א מאו"ע ווייל ס'איז א שיין ספר, א סקווערער דארף נאר פאנטשען דער
עמוד יומי מיט דעים, און דעטס איט, אן זיי זאלן אנהייבען וויסען בחייכות וביומייכון וואס וויל דער צדיק פון מיין לעבן האבען.
אגב, מנשה'לע, וואס טוט זיך מיט ייבי? רב ייבי איז אפשר נישט פון דו ערשטע כלי ראשונה פון חסידות (אזוי ווי אוחה"ק..)?
אז דו זאגסט מבינות אויף מיר, אז איך לערן עס וועגן דעם און יענעם זייטיגן טעם.
בין איך מגלה באמת מעומק לבבי, מיום עמדי על דעתי, האב איך שוין געלערנט מאור עינים, פון יונגל ווייז, און ס'האט מיר געצויגן שטארק, ווייל כ'האב געהאט א זיידע וואס איז נפטר געווארן ביי די 92 יאר, ער איז געווען פון די ערשטע תלמידים פון ר' אהר'לע ראטה, ווען זיי ביידע האבן צוזאמען געלערנט אין ישיבה קטנה אין איין כיתה, ר' אהר'לע האט עהם צוגעצויגן צו לערנען מאו''ע, זיי האבן זיך מער קיינמאל נישט געזען, זינט די ערשטע וועלט מלחמה אין תרע''ד, אבער מאור עינים האט ער מיט מיך געלערנט, וועןכ 'בין געווען קוים ניין יאר אלט, און דאס איז מיין ספר עד היום הזה, וואס כ'האב שוין געענדיגט איבער צוואנציג מאל.
אין סקווער איז איינגעפירט אז מ'לערנט מאור עינים, הערשט אין די עלטערע בחורישע יארן, ביז ישיבה גדולה לערנט מען מאור ושמש, פשוט ווייל ס'לייכטער.
איך האב אייביג געלערנט מאור עינים, און כ'האב אייביג געפילט ווי פרישע לעבהאפט שיינט מיר אין די אויגן דערפון, און קיינמאל האט מען אין מיינע צייטן עכ''פ נישט געהייסן צו קאנטראלירט אז מ'זאל לערנען מאו''ע.
ס'דא א לימוד קבוע דערויף יעדע ליל שישי אבער נישט מער פון דעם.
ממילא, מאור עינים איז פון די ספרי היסוד פון חסידות, איז נישט מיין מימרא, און כ'האב עס פשוט פארציילט דא. אויף חוזק מאכן און רעדן דברים של מה בכך, קענסטו זאגן אסאך ווערטער וואס משוגע שפראך האט אין איר לעקסיקאן, אבער איך האב דא געשריבן ערנסטע ווערטער, און כ'מיין אז די איבריגע עולם וויל אויך ערנסט דא. אזוי מיין איך.