ווערטער וואס ווערן גענוצט נישט-ריכטיג
65 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #443
ווערטער וואס ווערן גענוצט נישט-ריכטיג
איך האב דא צוויי דערווייל:
יאווען - ריכטיג: זיך באווייזן (ערשיינען)
נארהאפטיג - ריכטיג: נערנדיג (ס'גיט כח)
Re: ווערטער וואס ווערן גענוצט נישט-ריכטיג
ישובניקאיך האב דא צוויי דערווייל:
יאווען - ריכטיג: זיך באווייזן (ערשיינען)
נארהאפטיג - ריכטיג: נערנדיג (ס'גיט כח)
איך פארשטיי נישט. די צוויי ווערטער זענען נישט אמת'ע ווערטער, אדער זענען זיי אמת'דיג און זיי וערן געניצט נישט ריכטיג? אויב די צווייטע, ביטע ערקלערן די ריכטיגע באדייט פון די ווערטער.
Re: ווערטער וואס ווערן גענוצט נישט-ריכטיג
אז מע רעדט שוין פון נישט ריכטיג, וויל איך אויך אריינשטעקן מיין קליינע נאז, און פרעגן אויב סע לוינט זיך און סע שייך זיך צו לערנען א פערפעקט אידיש?
אגב ריהטא בינעך נישט אזוי מקפיד צו ספעלן פינקליש.
Re: ווערטער וואס ווערן גענוצט נישט-ריכטיג
יידלישובניקאיך האב דא צוויי דערווייל:
יאווען - ריכטיג: זיך באווייזן (ערשיינען)
נארהאפטיג - ריכטיג: נערנדיג (ס'גיט כח)
איך פארשטיי נישט. די צוויי ווערטער זענען נישט אמת'ע ווערטער, אדער זענען זיי אמת'דיג און זיי וערן געניצט נישט ריכטיג? אויב די צווייטע, ביטע ערקלערן די ריכטיגע באדייט פון די ווערטער.
זיי ווערן גענוצט נישט ריכטיג, און וואס איך האב געשריבן איז דער ריכטיגער באדייט.
Re: ווערטער וואס ווערן גענוצט נישט-ריכטיג
ידעןאז מע רעדט שוין פון נישט ריכטיג, וויל איך אויך אריינשטעקן מיין קליינע נאז, און פרעגן אויב סע לוינט זיך און סע שייך זיך צו לערנען א פערפעקט אידיש?
אגב ריהטא בינעך נישט אזוי מקפיד צו ספעלן פינקליש.
פארוואס נישט? ס'קומט אפשר נישט צופוס, אבער אז מ'לייענט גוטע זאכן, און מ'האט א נטי' דערצו, און מ'איז גרייט צו אינוועסטירן צייט און ווילן, און מ'זאמלט זיך אן פראקטיק, קומט מען מן-הסתם אן.
Re: ווערטער וואס ווערן גענוצט נישט-ריכטיג
לאמיר אריינלערנען פשט אין ישובניק.
ווי איך פארשטיי מיינט ער צו זאגן אז ״יאווען״ איז נישט ריכטיג און אנשטאט דארף מען נוצן ״זיך באווייזן״.
לויט ווי איך דענק איז יאווען: אפירגעקומען, אדער ארויסגעוואקסן. למעשה, ווענד זיך ווי מען נוצט עס.
און ר' ישובניק, ביטע ברענג א זאץ אדער צווי אז מיר זאלן אייך קענען בעסער פארשטיין.
אנאנים, מיט נארהאפטיג, נערונג, ביסטו מחולק מיט ישובניק, וואס האלט אז דאס זענען באזונדערע ווערטער.
Re: ווערטער וואס ווערן גענוצט נישט-ריכטיג
ישובניק ביידע זענען ריכטיגע ווערטער. און עס האט באזונדערע באדייטן.
נארהאפטיג טייטש- געשמאק אויפן צונג
און יאווען טייטש - ווען א באנדע האבן רוקן זיך אן אין א פלאץ. אדער ווען ס'הערשט א יאגעניש/כאפעניש צו א געוויסן ארטיקל, זאגט מען ס'יאווען זיך מענטשן. אלזא מיש נישט קיין טעפל.
Re: ווערטער וואס ווערן גענוצט נישט-ריכטיג
א גרויסן שקויעך, ישובניק, פאר נעמען די אינציאטיווע פון פארבעסערן אונזער גראמאטיק. מענטשן ווי דו זענען היינט א יקר המציאות. איך ווייס גענוג צו פארשטיין דיין ווערט...
Re: ווערטער וואס ווערן גענוצט נישט-ריכטיג
שלום עליכם ישובניק.
יישר כוחך פארן טון אין דעם נושא. איך האף אז מיין גראמאטיק וועט זיך פארבעסערן ליינענדיג דיינע מאמרים.
איך בעט די וואס גלייכן דעם נושא פון גראמאטיק זאלן 'לייק'ן ישובניק און לאזן וויסן אז זיי האבן דערפון הנאה, אפילו אויב נישט אלעמאל קען מען צושרייבן א ווארט.
Re: ווערטער וואס ווערן גענוצט נישט-ריכטיג
איך זע דא אין דעם אשכול א שטיקל מחלוקת איבער די ווערטער וואס יישובניק האט צוגעברענגט, אפשר קען עמיצער אפירזוכן אין די אלטע ביכלעך אדער מאמרים אין צייטונגען (נישט די היינטיגע, וואס רוב שרייבער ווייסן נישט וואס דאס ווארט גראמאטיק מיינט...) און פון דארט ארויסלערנען וואס די ריכטיגע באדייט איז?
Re: ווערטער וואס ווערן גענוצט נישט-ריכטיג
געצללאמיר אריינלערנען פשט אין ישובניק.
ווי איך פארשטיי מיינט ער צו זאגן אז ״יאווען״ איז נישט ריכטיג און אנשטאט דארף מען נוצן ״זיך באווייזן״.
לויט ווי איך דענק איז יאווען: אפירגעקומען, אדער ארויסגעוואקסן. למעשה, ווענד זיך ווי מען נוצט עס.
און ר' ישובניק, ביטע ברענג א זאץ אדער צווי אז מיר זאלן אייך קענען בעסער פארשטיין.
אנאנים, מיט נארהאפטיג, נערונג, ביסטו מחולק מיט ישובניק, וואס האלט אז דאס זענען באזונדערע ווערטער.
געצל, איך בין אינגאנצן מסכים מיט דיין דעפיניציע פון יאווען זיך. פ.וו. זאל יאווען נישט זיין ריכטיג? איך מיין ס'איז יא.
איך בין נישט מחולק מיט יאנקל. איך האב געמיינט פינקטליך דאס וואס ער איז מסביר.
Re: ווערטער וואס ווערן גענוצט נישט-ריכטיג
טאמבל סאסי
שובניק ביידע זענען ריכטיגע ווערטער. און עס האט באזונדערע באדייטן.
איך האלט אויך אזוי.
נארהאפטיג טייטש- געשמאק אויפן צונג
איך מיין, ס'איז אזוי ווי אנאנים האט געשריבן - נערונג.
איך האב געקוקט אין א פאר ווערטערביכער, עס נישט געטראפן. מעגליך, עס ווערט גענוצט אין דייטש?
און יאווען טייטש - ווען א באנדע האבן רוקן זיך אן אין א פלאץ.
אמת.
אדער ווען ס'הערשט א יאגעניש/כאפעניש צו א געוויסן ארטיקל, זאגט מען ס'יאווען זיך מענטשן.
קען זיין. אויב זיי יאווען זיך טאקע.
אלזא מיש נישט קיין טעפל.
גוט, כ'וועל פרובירן זיך אפהאלטן פון מישן. אויב כ'פאל דורך, ביטע מעורר זיין.
Re: ווערטער וואס ווערן גענוצט נישט-ריכטיג
פשוט-קאמפליצירטא גרויסן שקויעך, ישובניק, פאר נעמען די אינציאטיווע פון פארבעסערן אונזער גראמאטיק.
יישר-כח פאר דיין חיזוק. לאמיך דיר באצאלן פאר דיין אפלאדיסמענט: דיינע הודעות זענען לענ"ד צווישן די העכסטע אין קוואליטעט אין "שטיבל". אין תוכן, ווי אין סטיל.
אזא איניציאטיווע וואלט געווען זייער א הויכע און כ'פרעטענדיר נישט אויף אזוי ווייט. אויב איך קען אביסל ביישטייערן, והיה זה שכרי. איך לערן דא אויך אסאך.
Re: ווערטער וואס ווערן גענוצט נישט-ריכטיג
אךשמחשלום עליכם ישובניק.
יישר כוחך פארן טון אין דעם נושא. איך האף אז מיין גראמאטיק וועט זיך פארבעסערן ליינענדיג דיינע מאמרים.
איך בעט די וואס גלייכן דעם נושא פון גראמאטיק זאלן 'לייק'ן ישובניק און לאזן וויסן אז זיי האבן דערפון הנאה, אפילו אויב נישט אלעמאל קען מען צושרייבן א ווארט.
יישר-כח פאר דיין רוף 😃 און חיזוק.
Re: ווערטער וואס ווערן גענוצט נישט-ריכטיג
אךשמחאיך זע דא אין דעם אשכול א שטיקל מחלוקת איבער די ווערטער וואס יישובניק האט צוגעברענגט, אפשר קען עמיצער אפירזוכן אין די אלטע ביכלעך אדער מאמרים אין צייטונגען (נישט די היינטיגע, וואס רוב שרייבער ווייסן נישט וואס דאס ווארט גראמאטיק מיינט...) און פון דארט ארויסלערנען וואס די ריכטיגע באדייט איז?
נישט קיין שלעכטער געדאנק. כ'בין אבער מסופק צי מ'וועט זיך אנשטויסן אין ארכיוון אויף "נארהאפטיג". אפשר-אפשר יא? איך זע דא יעצט דאס ווארט דערמאנט ביי דובראווסקי ע"ה, איינער פון די געבענטשטע שרייבער מדור הקודם, פון רוסישן אפשטאם. אבער ער ניצט עס ווי אן אפטייטש פאר א רוסישן באגריף... ער לייגט אויס דאס ווארט מיט א קוף: נארהאפטיקע, לויט דער ארטאגראפיע צו וועלכער ער האט זיך געהאלטן.
www.algemeiner.net/generic.asp?ID=3086איך האב אויך א זוך געטון אויף דייטש און באקומען אויף נארהאפטיגקייט דעם אפטייטש:
nutritiousness
אויף
nutritious
טייטשט מען אין דייטש: נארהאפט. דאס איז דאס זעלבע ווי נארהאפטיג.
Re: ווערטער וואס ווערן גענוצט נישט-ריכטיג
איך האב שוין געשריבן אין "אמעראצעס"-"אשכול" (אגב, וואס עפעס? פ.וו. נישט טעמע?) וועגן געאייגנט/געאייניגט.
נאך א ווארט: רעאליזירן. אין אידיש ווערט עס גענוצט מיט'ן באדייט פון פארווירקליכן, אויספירן מכח אל הפועל, נישט אין זין ווי מ'ניצט עס אין ענגליש (ער האט רעאליזירט אז...), וואס אויף אידיש זאגט מען אין אזא פאל - איינזען, אנערקענען.
Re: ווערטער וואס ווערן גענוצט נישט-ריכטיג
"אין פאקט".
דאס איז נישט קיין ווארט וואס ווערט גענוצט נישט-ריכטיג, נאר ס'איז בכלל נישט דער ריכטיגער אויסדרוק אין אידיש.
ריכטיג: פאקטיש (אדער למעשה).
Re: ווערטער וואס ווערן גענוצט נישט-ריכטיג
ישובניק"אין פאקט".
דאס איז נישט קיין ווארט וואס ווערט גענוצט נישט-ריכטיג, נאר ס'איז בכלל נישט דער ריכטיגער אויסדרוק אין אידיש.
ריכטיג: פאקטיש (אדער למעשה).
איי עגרי, אבער אין פאקט (סארי, פאקטיש) באניצט זיך דערמיט יעדע איינציגע היימישע צייטונג און אויסגאבע, אנגעהויבן פון דער בלאט, איד, צייטונג און בליץ, ביז דער שטערן, שפאקטיוו, גאזעט און אזוי ווייטער, אויסער די איינציגע כמעט-הונדערט-פראצענטיג-אויסגעהאלטענע "מעלות".
דאס איז א גוטער ביישפיל ווי למעשה ווערט מען נשפע פון דער אמעריקאנער שפראך, אפילו ווען מיר האבן גענוי דעם זעלבן ווארט אין אידיש. דאס גייט זיך אבער לכ' סייווי נישט טוישן און קיינער האט דערווייל נישט קיין אינטערעסע עס זאל זיך טוישן.
Re: ווערטער וואס ווערן גענוצט נישט-ריכטיג
סיי-ווי זענען מיר אינגאנצן באנקראט קוקנדיג אויף דעם אידיש אין די מערסטע פון די אויסגערעכנטע צייטונגען און זשורנאלן.
Re: ווערטער וואס ווערן גענוצט נישט-ריכטיג
ישובניקסיי-ווי זענען מיר אינגאנצן באנקראט קוקנדיג אויף דעם אידיש אין די מערסטע פון די אויסגערעכנטע צייטונגען און זשורנאלן.
און אט דאס האט מען געשריבן אויף אונזער לשון מיט הונדערט און 2 יאר צוריק. ס'איז אן אויסצוג פון א צייטשריפט וואס איז ארויס אין אמעריקע אין 1910. ס'האט עפעס טעותים, ווייל ס'איז ארויסקאפירט.
נו, זאגט עס עפעס וועגן אונזער שפראך? ס'זאגט, אז מיר רירן זיך נישט פון דער מסורה. און אז מיר וואלטן מקבל געווען אידיש נאך אין די צייטן פון אונזערע אבות-אבותינו מיט טויזנטער יארן צוריק, וואלט מען שוין מן-הסתם דעמאלט אויך גערעדט מיט גרייזן. מיר זענען א פאלק וואס טוישט זיך נישט. וואס מ'זאגט אויף אונז היינט, האט מען געשריבן אויף אונז שוין מיט א יארהונדערט צוריק. וואס וועט זיין מיט אידיש אין 100 יאר ארום? די מער געבילדעטע פון אונזערע אייניקלעך וועלן אויפהייבן א געוואלד, פארוואס מ'שרייבט מיט גרייזן. אנדערע וועלן טענה'ן, וועמען גייט עס אן; אידיש האט נישט קיין גראמאטיק. און אז מ'וועט דעמאלט צוריקבלעטערן צו דער תקופה פון די מחאות קעגן דעם "שטערן" און כינוסים וועגן טעכנאלאגיע און אפירזוכן אויסשניטן פון די "אלטע צייטונגען" אין יענע פרימיטיווע יארן ווען די מענטשהייט האט נאך גענוצט קאמפיוטערס, וועט מען זען אז אויך דעמאלט, אין יענעם אוראלטן דור האבן אידן שוין געפירט וועגן אידיש די זעלבע סארט געשפרעכן אינעם עלעקטראנישן "קאווע שטיבל".
While some writers of Yiddish
claim that the language has a gram
mar, the vast majority do not pay
the slichteet attention to grammat-ical rules, and construct their sen
tences just as fancy seizes them.
And talk about phonetic spelling!
The Yiddish has Roosevelt's plan
beaten many a mile. Here are a
few English words, names and oth
ers taken at random from a Yiddish
newspaper:
Wright—Rayt.
Cook—Kuk.
Pictures—piktschers.
Record—reckon!.
Building—bilding.
Coupon—kupon.
Chili—Tshili.
Box —baks.
Fight—fay t.
Headquarters—hedkworters.
Roosevelt —Ruzwelt.
Woodruff—Wudrof.
Wall street—Wol strit.
Kansas City—Kenzes Sili.
Island —ayland.
Country—kontry.
Ballinger—Ralindzsher.
Cousin —kozln,
Experience—ekspiriens.
Jobber —dzshaher.
Factory^—fektori. >
Re: ווערטער וואס ווערן גענוצט נישט-ריכטיג
דאס ווארט וועב זייטל נעמט זיך לכאורה פונעם ענגלישען WEBSITE, למעשה איז דער ווארט זייטל נישט דער אפטטייטש פון SITE, נאר פון SIDE.
Re: ווערטער וואס ווערן גענוצט נישט-ריכטיג
[ציטאט אראפגענומען]
איך פערזענליך האב גראדע קיינמאל נישט ליב געהאט דעם נעאלאגיזם, און נישט דווקא ווייל ס'איז נישט קיין אפטייטש פון SITE. איך שרייב דערפאר וועבסייט.
Re: ווערטער וואס ווערן גענוצט נישט-ריכטיג
[ציטאט אראפגענומען]
וואס דען? געוועב-ארט? געוועב-פלאץ?
לעבהאפט איז אן אדיעקטיוו (שם תואר). ס'איז פונקט ווי מ'זאגט לעבהאפטיג.
צוליב דעם קען מען נישט זאגן א חיות און א לעבהאפט, וכדומה. ס'איז אזוי ווי מ'זאגט "און א לעבהאפטיג".
אויב מ'וויל נישט זאגן לעבן, קען מען כאטש זאגן לעבהאפטיגקייט.
בושעווען.
נישט בוזשעווען.
לעזן (לייענען) אן ארטיקל.
לייזן א פראבלעם.
[ציטאט אראפגענומען]
געפערליך? חלילה. אבער דאס ווארט איז פשוט לייזן.
אבער אפשר קען מען טאקע מחלק זיין: לעזן פאר גשמיות'דיגע פראבלעמען, און לייזן - פון היינט אן - פאר תורה'דיגע פראבלעמען? 🙂
[ציטאט אראפגענומען]
אינטערעסאנט אויך די האמאנימען:
לייזן א פראבלעם
לייזן טרויבן (איך האב געמיינט אז ס'קומט מיט אן עין, ווער איך געוואויער פון די ווערטערביכער אז נישט)
לייזן א מטבע (אדער געבן צו לייזן)
דיקטאטאר און דיקטאטור זענען צוויי ווערטער.
דער ערשטער מיינט דער מענטש, דער מושל.
דער צווייטער איז דער רעזשים.
ווען מ'ניצט דאס ווארט אלס אדיעקטיוו, זאגט מען דיקטאטאריש, נישט דיקטאטוריש.
[ציטאט אראפגענומען]
ווי אויך ווערט דאס ווארט אביוזד און איבערגענוצט אין פלעצער ווי ס'קומט נישט אריין. מ'זעט עס ווערט גענוצט דא אויך דורך געוויסע וואס ווייסן לכאורה נישט די דעפיניציע דערפון.
[ציטאט אראפגענומען]
אויך נישט היפאקריזיע.
דאס ווארט איז היפאקריטסווע.
היפאקריטסטווע.
[ציטאט אראפגענומען]
כמעט אָן ספק, אז ס'איז א דרוק-פעלער דארט.
ככל הידוע לי, האבן אלע די ווערטער מיט אט-דעם סופיקס, וואס שטאמט אפ פון סלאווישע לשונות, א טית נאכגעפאלגט פון דעם סמך.
צום ביישפיל: רביסטווע, נאכאלסטווע, אידיאטסטווע, הולטאַיסטווע.
עס זענען דא היינט וואס שרייבן קאטאסטראפיש, אבסורדע / אבסורדישע, און אויך אויפ'ן אדיעקטיוו פון קאפריז איז דא עפעס א קאפריזנער אויסלייג וואס ליגט מיר איצט נישט אויפ'ן זינען.
דער אריגינעלער אויסלייג פון די ווערטער איז: קאטאסטראפאל, אבסורדאל (אבסורדאלע/ר, אבסורדאלן), קאפריזנע.
ס'איז דא א אידיש פאלק און דאס אידישע פאלק.
נישטא אזא פאלק ווי דאס אידיש פאלק.
אז מ'שרייבט דאס, קומט צו דער עין-סופיקס צום אדיעקטיוו: אידישע.
באטייליגטע
נישט באטייליגער
ישובניק, כ'האב געזען סיי דא און סיי אויף אייוועלט א קוואנדראם וויאזוי מ'שרייבט "באניצער" באנוצער", לשון רבים, לשון יחיד. וואס איז דיין מיינונג?
לאדיך אפישובניק, כ'האב געזען סיי דא און סיי אויף אייוועלט א קוואנדראם וויאזוי מ'שרייבט "באניצער" באנוצער", לשון רבים, לשון יחיד. וואס איז דיין מיינונג?
איך פערזענליך בין נוטה צו באנוצער.
ווי מ'זאל עס נישט אויסלייגן, איז אבער נישטא אין דעם קיין חילוק צווישן לשון יחיד און לשון רבים. דער איינציגער חילוק צווישן לשון יחיד און רבים איז אויב מ'וויל צולייגן בלשון רבים א ס' צום סוף.
[ציטאט אראפגענומען]
אמת. ס'איז פון די זאכן פון אים וואס איך האב נישט ליב.
אגב, ב
אפארצ
וגט.
[ציטאט אראפגענומען]
אינטערעסאנט, און ביי אנדערע ווערטער ווי אזוי וואלטסטו געשריבן - צום ביישפיל, באזוכן, באוואוסט, באדאנקען, וכדומה - אויך מיט אן עין?
[ציטאט אראפגענומען]
דארט וועסטו עס נישט טרעפן. פרוביר אין אונטערבאוואוסטזיין.
מיר געשיקט זיך אז דאס גאנצע ווארט קלינגט דייטשמעריש, ובכן קלעבט זיך דיר בעסער דער בע-.
[ציטאט אראפגענומען]
דער באוואוסטזיין געפינט זיך אין ערגעץ נישט. 😉
וואס שייך "דאס איבעריגע", איז וואו עס זאל נאר נישט ליגן פיזיאלאגיש (ליגט עס ערגעץ בכלל?), איז עס אבער פילאלאגיש (?) דערווייל אין אונטערבאוואוסטזיין, אין אידיש, ווי אין דייטש.
ישובניק[ציטאט אראפגענומען]
דער באוואוסטזיין געפינט זיך אין ערגעץ נישט. 😉
וואס שייך "דאס איבעריגע", איז וואו עס זאל נאר נישט ליגן פיזיאלאגיש (ליגט עס ערגעץ בכלל?), איז עס אבער פילאלאגיש (?) דערווייל אין אונטערבאוואוסטזיין, אין אידיש, ווי אין דייטש.
"אונטער" באציט זיך לכאורה נישט צו אן ארט (ביאלאגיש אדער קאנצעפטועל), נאר ווי עס זעט מיר אויס, איז עס דער באדייט פון "סוב", אזוי ווי אויף ענגליש הייסט עס
subconscious
און אויף העברעאיש תת-מודע.
[ציטאט אראפגענומען]
אהא, איז דא אויף וואס צו ווארטן פון היינטיגן דור שפראכקענער וואס ברענגען פאראויס די שפראך, נייע טערמינען אין איינקלאנג מיט'ן פארשריט פון דער וויסנשאפט (פסיכאלאגיע, למשל), און מינים פאר ווערטער לויט'ן איינזען, און אפשר לויט דער אנטוויקלונג פון אידיש. איך טראכט אז די סיבה פארוואס באוואוסטזיין איז אנגענומען אלס א דאס - אויסער די געווענליכע הסברים, און אפשר טאקע צוזאמען מיט זיי, רעכענענדיג זיך מיט'ן מין פונעם ווארט אין דער שפראך פון וועלכער אידיש האט איבערגענומען דאס ווארט גרייט צוזאמען מיט'ן מין - איז צוליב דעם וואס עס באשטייט פון "באוואוסט און זיין", און "זיין" איז א דאס (אינפיניטיוו - הווה-ווערב - וואס ווערט גענוצט ווי א שם-עצם), כאטש פאקטיש איז עס שוין געווארן אן אבסטראקטע-זאך באגריף.
ואם קבלה היא נקבל.
נישט קיין קבלה, בלויז א סברא. כ'האב נישט אונטערזוכט אין ערגעץ צי ס'איז טאקע אזוי.
אגב, אויב מ'זאל זיך רעכענען מיט'ן פראגרעס פון פסיכאלאגיע, און "הינטער'ן באוואוסטזיין" ווערט לויט היינטיגע וויסנשאפטלער באטראכט אלס פסיכאלאגיש ריכטיגער ווי אונטערבאוואוסטזיין, און מ'זאל דערפאר וועלן אזוי אנרופן דאס ווארט וואס דריקט אויס דעם באגריף, וואלט געווען אפשר ריכטיג "הינטערבאוואוסטזיין" (אפשר, ווייל איך בין נישט זיכער אז הינטער שמעלצט זיך אין אידיש מיט א זאכווארט אזוי לייכט ווי "אונטער-"), אבער נישט "הינטערן-באוואוסטזיין" (מיט אן ענדע-נון), ווייל אין דעם פאל בלייבט דער "הינטערן" אן אדיעקטיוו וואס ווערט נישט גענוצט ווי א זאכווארט (ס'איז אזוי ווי: הינטער דעם), און אויך קען דעריבער אין דעם פאל נישט קומען דער פאס וואס נעמט צוזאמען די צוויי ווערטער.
די שאלה האט מיר געעגבערט אין קאפ די לעצטע טעג, פארוואס טאקע בעפארצוג און נישט באפארצוג?
ביז כ'האב געטראכט, פשוט, ווייל מען זאגט בעפאר און נישט באפאר. בעפארצוג מיינט דאך א פריערע פרעפערענץ, א העכערע פריאריטעט, דאס הייסט, איך וויל איין זאך בעפאר די צווייטע זאך, איז דאך נישט מער ווי גערעכט אז מען זאגט בעפארצוג. פונקט ווי מען זאגט בעפארגרייטונג (אדער בעפארברייטונג).
(היינט איז שוין דאס ווארט בעפאר, כמעט ארויס פון לעקסיקאן. דעריבער וועט מען אפשר מער זען פארצוג, פארגרייטונג, אא"וו.)
פינטאודי שאלה האט מיר געעגבערט אין קאפ די לעצטע טעג, פארוואס טאקע בעפארצוג און נישט באפארצוג?
ביז כ'האב געטראכט, פשוט, ווייל מען זאגט בעפאר און נישט באפאר. בעפארצוג מיינט דאך א פריערע פרעפערענץ, א העכערע פריאריטעט, דאס הייסט, איך וויל איין זאך בעפאר די צווייטע זאך, איז דאך נישט מער ווי גערעכט אז מען זאגט בעפארצוג. פונקט ווי מען זאגט בעפארגרייטונג (אדער בעפארברייטונג).
(היינט איז שוין דאס ווארט בעפאר, כמעט ארויס פון לעקסיקאן. דעריבער וועט מען אפשר מער זען פארצוג, פארגרייטונג, אא"וו.)
ס'איז אן אינטערעסאנטע סברה. אין אנדערע ווערטער, אז דער בע- איז לויט דעם נישט קיין פרעפיקס (צוגעגעבענער פאָרטייל), נאר א טייל פונעם שורש פון ווארט, וואס זאל זיין בעפארצוג, און עס קומט בלויז צו אן ענדע-נון ביים ווערב.
איך בין נישט באקאנט אין דער עטימאלאגיע פון דער דייטשער שפראך, אבער די אויבנדערמאנטע השערה איז פאקטיש נישט ריכטיג, ווייל אין דייטש זאגט מען פארצוג, און נאר פאר'ן ווערב זאגט מען בעפארצוגן; דאס הייסט, אז דער בע- איז יא א פרעפיקס.
בעפארברייטונג איז אויך נישט ריכטיג. דאס ווארט איז פארבערייטונג. בעפארגרייטונג איז גלאט נישט קיין ווארט, און אויך נישט פארגרייטונג, נאר צוגרייטונג.
איך הער וואס איר זאגט וועגן דייטש. אריינרעדן וועל איך נישט, איך קען דאס נישט. הארקאווי, און אידיש ווערטער אוצר, שרייבן פארצוג. אין וויינרייך טרעף איך דאס בכלל נישט.
ס'איז זייער אינטערעסאנט וואס איר זאגט אז ביים ווערב זאגט מען בעפארצוגן, אפילו ארגינעל איז דאס בלויז פארצוג. איך וואלט פארשטאנען אז מען זאגט בלויז פארצוגן, אנעם בע-, און נאר די וואס זאגן בעפאר אנשטאט פאר וועלן זאגן בעפארצוג און בעפארצוגן. איך וועל אייך מוזן גלייבן אויפ'ן ווארט. איר זעט אויס צו זיין בעסער באהאווענט אין די ענינים ווי מיר.
בעפארברייטונג איז ווארשיינליך א פארגרייזטע ווערסיע פון פארבערייטונג, און בעפארגרייטונג א גרייז פונעם ערשטן גרייז. (ביידע קען מען טרעפן ביי היימישע שרייבער).
איבערמידליך
ריכטיג: אומערמידליך.
נישט ווערנדיג מיד.
[ציטאט אראפגענומען]
כ'האב זיך אפגעהאלטן פון דערמאנען די טעמע, ווייל ס'איז קאנטראווערסאל, אבער די וואס ניצן אלעמאל דעם ד' ניצן עס טאקע דא אויך. היינטיגע צייטן איז זעלטן צו טרעפן די וואס ניצן א ד' אין אזעלכע ווערטער ווי דערשטוינט, דערלויבט, וכדומה. עס זענען דא ווערטער וואס מ'טרעפט אפטער מיט א ד' און זיי קלינגען נישט אזוי פרעמד, ווי למשל, דערהאלטן, דערוואקסן, וכדומה. אנדערע ווערטער זענען א פשטות אז ס'קומט מיט א ד' לכל הדעות - דערפרייען, דערנענטערן, דערמאנען, דערלאנגען, און נאך און נאך; פאקטיש רוב פון די ווערטער פון דעם סארט. עס זענען אבער אויך דא וואס האבן נישט קיין געהעריגן מהלך און זענען פול מיט סתירות. אמאל ניצן זיי אזוי, אמאל אנדערש; טייל ווערטער מיט און אנדערע ווערטער אן א ד'.
איך שרייב דערווארט, אבער נישט דערווארטעט.
איך שרייב אפט מאל א ד' ביי ווערטער וואו מ'קען עס אויסלאזן, צוליב דעם וואס רוב ווערטער זענען מיט א ד', אבער אין אזעלכע ווערטער ווי ערלויבט, ערשטוינט, וכדומה, האלט איך זיך אפט אפ, צוליב דעם וואס ס'קלינגט פרעמד. איך האלט אבער אז די וואס ניצן אן א ד' וואלט געווען כדאי אז זיי האלטן זיך צו א ג עוויסן סטאנדארד, כאטש אין די מערסטע פעלער, נישט אמאל אזוי און אמאל אנדערש.
עס זענען אויך דא ווערטער וואס א ד' קלעבט זיך פשוט נישט צו זיי, געווענליך דייטשמעריזמען מובהקים, למשל, ערלעדיגן (אנדערע שרייבן גאר דערליידיקן...), ערהאבן בילד, ערהאלן.
ישובניקכ'האב זיך אפגעהאלטן פון דערמאנען די טעמע, ווייל ס'איז קאנטראווערסאל, אבער די וואס ניצן אלעמאל דעם ד' ניצן עס טאקע דא אויך. היינטיגע צייטן איז זעלטן צו טרעפן די וואס ניצן א ד' אין אזעלכע ווערטער ווי דערשטוינט, דערלויבט, וכדומה. עס זענען דא ווערטער וואס מ'טרעפט אפטער מיט א ד' און זיי קלינגען נישט אזוי פרעמד, ווי למשל, דערהאלטן, דערוואקסן, וכדומה. אנדערע ווערטער זענען א פשטות אז ס'קומט מיט א ד' לכל הדעות - דערפרייען, דערנענטערן, דערמאנען, דערלאנגען, און נאך און נאך; פאקטיש רוב פון די ווערטער פון דעם סארט. עס זענען אבער אויך דא וואס האבן נישט קיין געהעריגן מהלך און זענען פול מיט סתירות. אמאל ניצן זיי אזוי, אמאל אנדערש; טייל ווערטער מיט און אנדערע ווערטער אן א ד'.
דאכט זיך (אדער דוכט זיך; נאר דאכט זיך אז ביידע זענען כשר) ווען עס קומט שוין צו רעדן אויב ווערטער "קלינגען נישט פרעמד", האט עס שוין פשוט צו וויאזוי מען איז געוואוינט. איינער וואס לייענט נאר אידיש אין די היינטיגע היימישע צייטונגען, וועט זיכער זאגן "פעך! עס קלינגט מאדנע!", ווידער א צווייטער, מסתמא טאקע ווי אונזער ישובניק, וואס האט אויך אסאך געלייענט אנדערע לייען-מאטעריאל, וועט זאגן אז עס קלינגט שיין.
ווילסט עס טעסטן? מאך דא אן אנקעטע וויפיל עס האלטן אז "איך האב דערהאלטן אייער תגובה" קלינגט
נישט פרעמד...
שרגאישובניקכ'האב זיך אפגעהאלטן פון דערמאנען די טעמע, ווייל ס'איז קאנטראווערסאל, אבער די וואס ניצן אלעמאל דעם ד' ניצן עס טאקע דא אויך. היינטיגע צייטן איז זעלטן צו טרעפן די וואס ניצן א ד' אין אזעלכע ווערטער ווי דערשטוינט, דערלויבט, וכדומה. עס זענען דא ווערטער וואס מ'טרעפט אפטער מיט א ד' און זיי קלינגען נישט אזוי פרעמד, ווי למשל, דערהאלטן, דערוואקסן, וכדומה. אנדערע ווערטער זענען א פשטות אז ס'קומט מיט א ד' לכל הדעות - דערפרייען, דערנענטערן, דערמאנען, דערלאנגען, און נאך און נאך; פאקטיש רוב פון די ווערטער פון דעם סארט. עס זענען אבער אויך דא וואס האבן נישט קיין געהעריגן מהלך און זענען פול מיט סתירות. אמאל ניצן זיי אזוי, אמאל אנדערש; טייל ווערטער מיט און אנדערע ווערטער אן א ד'.
דאכט זיך (אדער דוכט זיך; נאר דאכט זיך אז ביידע זענען כשר) ווען עס קומט שוין צו רעדן אויב ווערטער "קלינגען נישט פרעמד", האט עס שוין פשוט צו וויאזוי מען איז געוואוינט. איינער וואס לייענט נאר אידיש אין די היינטיגע היימישע צייטונגען, וועט זיכער זאגן "פעך! עס קלינגט מאדנע!", ווידער א צווייטער, מסתמא טאקע ווי אונזער ישובניק, וואס האט אויך אסאך געלייענט אנדערע לייען-מאטעריאל, וועט זאגן אז עס קלינגט שיין.
ווילסט עס טעסטן? מאך דא אן אנקעטע וויפיל עס האלטן אז "איך האב דערהאלטן אייער תגובה" קלינגט
נישט פרעמד...
מן-הסתם האב איך זיך נישט קלאר אויסגעדריקט. מיר זענען נישט פרעמד נאך אסאך ווערטער און אויסלייג-פארמען. מיין כוונה איז געווען, וואס זענען נישט פרעמד אויך פאר פיל אנדערע לייענער (ווי איך האב געשריבן "היינטיגע צייטן..."), ווייל אזוינס קען מען טרעפן אפטער אין אזעלכע אויסגאבעס ווי "מעלות", למשל (איך האב בשעתו צוליב א סיבה ספעציעל אכט געלייגט דערויף ווען איך האב עס באמערקט). היינט צו-טאגס ממש ווייס איך נישט, אבער א יאר-צוויי צוריק איז עס געווען אזוי. איך האב געזען אט-די צוויי ווערטער, און אויך א צאל אנדערע, אויך אין אנדערע פון "היינטיגע היימישע צייטונגען", נאר איך געדענק נישט קיין ביישפילן, אבער אויב איך וועל באגעגענען אין דער צוקונפט וועל איך עס אפשר דערמאנען. איך בין זיכער אז אויך אנדערע טרעפן זיך אן אויף אזעלכעס.
אנדערש האט טאקע נישט קיין פשט וואס איך האב געשריבן.
און אגב, מיר קלינגט נישט דווקא "שיין" אזא אדער אנדער ווארט מיט א ד' ביים אנהייב; ס'זענען דא וואס קלינגען ביי מיר נישט אזוי אנגענעם, נאר אויב איך ניץ עס איז עס צוליב די סיבות וואס כ'האב דערמאנט.