☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » ווערטער וואס ווערן גענוצט נישט-ריכטיג

ווערטער וואס ווערן גענוצט נישט-ריכטיג

65 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #443
בלאט: 1 2

ישובניק » דאנערשטאג מאי 17, 2012 1:27 am

· #12857
ניין. נאכמער (נאך מער?): מ'דארף אויך נישט קיין פאס צווישן צו טאג, נאר איך שטעל עס ווען איך שרייב "טאגס" (טאגס אן דעם "צו" איז דאך פשוט נישט קיין ווארט), און אזוי אויך שרייב איך פרייטאג צו-נאכטס.

ישובניק » דאנערשטאג מאי 17, 2012 3:42 pm

· #13087
איך פארשטיי נישט, וואספארא שיטה? איך זאג בלויז אז ווען איך שרייב יא מיט א סמך מאך איך א פאס צווישן "צו" און "טאגס". איך זאג אבער נישט אז "מ'דארף" טאקע שרייבן מיט א סמך. (איך האב אויך גארנישט דערקעגן אויב מ'שטעלט נישט קיין פאס צווישן די צוויי ווערטער ווען מ'שרייבט יא מיט א סמך.)

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 26, 2012 8:48 pm

· #29114
וואס מיינט "פרייע איבערזעצונג"
ישובניק
[ציטאט אראפגענומען]


איך פערזענליך האב גראדע קיינמאל נישט ליב געהאט דעם נעאלאגיזם, און נישט דווקא ווייל ס'איז נישט קיין אפטייטש פון SITE. איך שרייב דערפאר וועבסייט.

איבער דעם שקלא וטריא צו וועבזייטל איז א ריכטיגע איבערטייטש פון ענגלישן וועבסייט אדער נישט. ס'ווענדט זיך וויאזוי מען קוקט אן דעם ענין. לכאורה איז "זייט/ל נישט דער ריכטיגער אפטייטש פון'ם ענגלישן ווארט סייט. אבער אין פרייע איבערזעצונג קען מען עס יא אננעמען. ד.מ. אז מען טייטשט נישט אפ איין ווארט פאר זיך. און לויט'ן קאנטעקסט פון'ם ענין איז עס יא ריכטיג.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 26, 2012 9:02 pm

· #29122
חילוק פון און מיט אין
איך האב א "פעט פיוו. א זאך וואס באדערט מיך פאר א לאנגע צייט. טייל שרייבער קענען נישט אדער ווילן נישט מבחין זיין צווישן און "גם" מיט אין "בתוך". אפילו פראפעשיאנאל שרייבער פארטוישן דעם מייו פון די צוויי ווערטער. אדער דעם חילוק פון דער און די. לשון זכר און לשון נקיבה. נאר די אמת'ע פראפעסיאנאלע שרייבער אין געוויסע אידישע צייטונגען זענען יא מדייק..

געפילטע פיש » דאנערשטאג יולי 26, 2012 9:07 pm

· #29123
פראפעשענאל שרייבער? מיינסט צו זאגן פסעוודא-פראפעשענאל.
איך קען נישט די כללים אבער ווען איך שרייב און ס'פאלט אריין א ספק טראכט איך אין ליטווישע אידיש, ווי מ'קען גרינג הערען די חילוק ציווישן און און אין, דו די, צו צי, אבער נישט אלעמאל ארבעט עס, און איך מאך טעותים אויך, מ'מעג מיר מעורר זיין, כ'ווער נישט באליידיגט, פארקערט, כ'העל מיך צולערנען אביסל.

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 27, 2012 2:43 pm

· #29323
חילוק פון שרייבער וואס זענען פראפסיאנאל און די וואס זענען ני
געפילטע פיש
פראפעשענאל שרייבער? מיינסט צו זאגן פסעוודא-פראפעשענאל.
איך קען נישט די כללים אבער ווען איך שרייב און ס'פאלט אריין א ספק טראכט איך אין ליטווישע אידיש, ווי מ'קען גרינג הערען די חילוק ציווישן און און אין, דו די, צו צי, אבער נישט אלעמאל ארבעט עס, און איך מאך טעותים אויך, מ'מעג מיר מעורר זיין, כ'ווער נישט באליידיגט, פארקערט, כ'העל מיך צולערנען אביסל.

ניין. כ'מיין דוקא שרייבער וואס זענען מומחים אין אידישער גראמאטיק און ס'דערקענט זיך אין זייער שרייבן. נאר קיין נעמען וועל איך בל"נ נישט ארויסשרייבן. נישט פון די שרייבער אדער די צייטונג וואו זיי שרייבן. ווייל דאס קען ווערן אויסגעטייטשט ווי א הסכמה אויך אויפ'ן תוכן פון זייער שרייבן.

פינטאו » פרייטאג יולי 27, 2012 5:18 pm

· #29347
berlbalaguleh
אפילו פראפעשיאנאל שרייבער פארטוישן דעם מייו פון די צוויי ווערטער

אפשר בטעות. איך האב נאכנישט געזען א פראפעסיאנאלער שרייבער זאל עמטליך פארטוישן 'און' מיט 'אין'.

שמואל הלוי » פרייטאג יולי 27, 2012 5:21 pm

· #29348
ווער ס'פארטוישט עמטליך 'און' מיט 'אין' וכן להיפך, קען זיך נישט רופן א 'פראפעסיאנאלע שרייבער' במחילת כבודו הגדול והרמה.

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 27, 2012 5:58 pm

· #29355
שמואל הלוי
ווער ס'פארטוישט עמטליך 'און' מיט 'אין' וכן להיפך, קען זיך נישט רופן א 'פראפעסיאנאלע שרייבער' במחילת כבודו הגדול והרמה.

כבודי הרמה? מחול לך: אבער דער פאקט איז אז זיי שרייבן פאר גרויסע צייטונגען: כאמור. דער אנדערער "ארגאן פון אומאפהענגיגן ארטאדאקסישן אידנטום" האט יא אמת'ע פרפעסיאנאלע אידיש שרייבער און עדיטארס נאר איך בין מער נוטה מסכים צו זיין מיט די דיעות פון'ם ווייניגער פראפעסואנאלן וואכנבלאט ווייל ריהמען דעם אייגענעם רבין און ארויסברענגען זיין גדלות, אפילו ס'איז אביסל איבערגעטריבן, שטייט העכער פון אוועקמאכן אלץ און א יעדן. א גוטן שבת .

שמואל הלוי » פרייטאג יולי 27, 2012 6:09 pm

· #29357
נישט קיין חילוק פאר וועמען מען שרייבט, זאל עס זיין די גרעסטע צייטונג, אבער אויב פארטוישט מען 'און' מיט 'אין', איז מען ווייט פון 'פראפעסיאנאל'.

berlbalaguleh » זונטאג יולי 29, 2012 1:21 pm

· #29437
שמואל הלוי
נישט קיין חילוק פאר וועמען מען שרייבט, זאל עס זיין די גרעסטע צייטונג, אבער אויב פארטוישט מען 'און' מיט 'אין', איז מען ווייט פון 'פראפעסיאנאל'.

איך בין מסכים מיט דיין מיינונג. ווען איך האב גענוצט דעם נאמען "פראפעסיאנאל" האב איך נישט געמיינט אפצושאצן זייער פאכמאנישקייט, נאר ענדערש צו באצייכענען דעם פאקט אז ער טוט דאס באופן קבוע פאר א צייטונג וואס ווערט פארשפרייט אין די טויזנטער. די קשיא איז נאר פארוואס דער רעדאקטאר אין יענע צייטונג לאזט אדורך אזעלכע ערנסטע טעותים אין גראמאטיק.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 12:27 pm

· #153708
ווי אזוי איז ריכטיג צו זאגן "טרעטן" בלשון עבר?

געטרעטן?
געטראטן?
געטרויטן?

איך האב שוין געזעהן אלע 3, און איך ווייס נישט וועלכע איז די ריכטיגע.

נהורא נפישא » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 2:26 pm

· #153766
פון ווי שטאמט דאס אז א זייער א סאך מיטל יעריגע פארטוישן אדער מיט אבער און אזוי אויך פארקערט ס'מוז זיין איינער אינעם חינוך סיסטעם וואס האט פארשפרייט דעם טעות ושבשתא כיון דעל על.

קרעמער1 » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 11:37 am

· #155786
דער היינטיגער עולם נוצט דאס ווארט "אפשיי" אלס אויסדרוק פון גרויל און עקל.
און אינדער'אמת'ן איז עס נישט אינגאנצן אומריכטיג. ווייל דער באדייט פון דאס ווארט אזוי ווי זיך אפרוקן און קוקן מיט א דערווייטערונג אויף עמיצן.
אבער למעשה אין "אלע" פריערדיגע ביכער וואו כ'האב געזעהן דאס ווארט (מענדעלע, שלום עליכם, באשעוויס און גראדע) ווערט עס גענוצט אלס אויסדרוק פון עהרע און יראת הכבוד. ממילא קען מען רואיג זאגן אז דער עולם גרייזט.

("פארשייט" ווערט אויך גענוצט ווי: אויסגעלאסן און חוצפה'דיג).

-----

די "מעלות" פארגאנגענעם מאנאט, אין מיין באליבטן קאלום "מאמע לשון", האט געשריבן א זאך וואס איז פאר מיר געווען א חידוש.
נעמליך אז דאס ווארט "עווענטועל" באדייט אין ארגינעל יודיש ווי "אפשר", און דאס אז מ'נוצט עס היינט ווי "מיט-די-צייט" איז געשאפן פונעם ענגלישן "עווענטשעלי".

אנפרעגנדיג א פריינד מיינער, א יידישיסט, האט ער מיר עס באשטעטיגט.

הוגה » מוצ"ש אקטאבער 12, 2013 10:34 pm

· #155894
קרעמער1

די "מעלות" פארגאנגענעם מאנאט, אין מיין באליבטן קאלום "מאמע לשון", האט געשריבן א זאך וואס איז פאר מיר געווען א חידוש.
נעמליך אז דאס ווארט "עווענטועל" באדייט אין ארגינעל יודיש ווי "אפשר", און דאס אז מ'נוצט עס היינט ווי "מיט-די-צייט" איז געשאפן פונעם ענגלישן "עווענטשעלי".

אנפרעגנדיג א פריינד מיינער, א יידישיסט, האט ער מיר עס באשטעטיגט.


וויינרייך איז אויך מסכים. אין זיין יידיש-ענגליש ווערטערבוך טייטשט ער:
possible, contingent, possibly, perhaps

יישר כח פארן אויפמערקזאם מאכן.
בלאט: 1 2