☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » סאטמאר, איר מהות און איר אייגנארטיגקייט.

סאטמאר, איר מהות און איר אייגנארטיגקייט.

162 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4369
בלאט: 1 2 3 4

זופ מיט מאנדלען » פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 10:07 am

· #481889
קהל'ס נער
זעיט אויס אויס אז די ביסט געוועין פון די תמימות'דעגע בחורים, סתם זיך ארומשפילן זענען אסאך מער איך וואלט געזאגט ניינציג פראצענט, און מ"ז דאורייתא איז אויך דא אין ישיבות, נאר דעיס באהאלט מען אסאך מער וועיגן דעים ווייסטו נישט.

Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk

איך ווייס נישט אין וועלכע ישיבה די האסט געלערנט אבער ניינציג פראצענט זאלן זיך סתם ארומשפילן איז א הנחה אנע דעקונג, ברוך השם קיין תמים בין איך נישט געווען און כהאב אלעס מיטגעהאלטן און אפילו פופציג פראצענט איז א ריזיגע גוזמא, בנוגע מ"ז. אוודאי מאכט זיך דא דארט אבער ממש אויף א קליינער פארנעם, זעהט אויס אז די באגרייפסט נאך ניטאמאל וואס דאס מיינט אז די קענסט קלערן אז סאיז א שכיחדיגע זאך, סאיז כמעט אוממעגליך טעכניש פאר רוב בחורים עס אויסצופירן און אפילו ווען יא דארף מען עס ווילן בעת וואס איעדער נארמאלער בחור שטייט אוועק דערפון.

אזוי צו אזוי איז מיין עיקר טענה געווען אז נניח אז א בחור שפילט זיך ארום קומט עס על פי רוב מחוסר ברירה, נישט וויבאללד ער איז א הומוסעקסואל, אדרבה לויט דיר פארוואס כאפסטו אן דווקא ישיבות, א הומו בלייבט א הומו אפילו ווען ער האט חתונה.

קהל'ס נער » פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 11:46 am

· #481896
Re: סאטמאר, איר מהות און איר אייגנארטיגקייט.
1. עס איז בכלל נישט קיין פראבלעים צי זיין א תמים אפשר גאר א מעלה
2. פון זיך טענה'ן אויף די פראצענטן וועל איך זאגן איע און די אנא און מען וועט קיין ערגעץ נישט אנקומען הער איך שוין יעצט אויף זיך צי טענה'ן אויף דעים
3. כדי עפעס זאל הייסן מ"ז מוז עס נישט זיין כמכחול בשפופרת עי' רמב"ם אז מען איז שוין חייב מיתה אפילו דרך איברים
4. רוב אנשים אחרי החתונה אינם רודפים אחר זכרים בגלל שיש להם פת בסלו, זה עדיין לא מבטל מה שעשו בתור רווק.

Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 11:51 am

· #481897
די גאנצע ענין פון הומו קעגן סטרעיט איז הוילע דמיון, באמת זענען אלע מענטשן ביידע, איינער האט מער פון די הומו און איינער מער פון די סטרעיט, אבער נאר איין האט קיינער נישט. <a class="postlink" href="https://nypost.com/2018/03/14/new-research-finds-were-all-bisexual/">https://nypost.com/2018/03/14/new-resea ... -bisexual/</a>

בענדזשאמין פרענקלין » פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 1:09 pm

· #481898
אין א שכינותדיגע אשכול רעדט מען ארום פון פארדרייען אן אשכול, און איך לאך צו מיך, דא האט מען אן אשכול וואס האט זיך אנגעפאנגען מיט די מהות פון סאטמער און ענדיגט זיך צו בחורים אין ישיבה פארשטייען צו כמכחול בשפופרת ממש למטה מעשרה טפחים 😂

קהל'ס נער » פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 2:28 pm

· #481909
Re: סאטמאר, איר מהות און איר אייגנארטיגקייט.
אקעי איך וועל מיך נעמען האקן אויף סאטמאר, נאר יעצט איז נאך מאצעיעמקאדעש וועל איך ענדערש ציווארטן אויף ראשון לחשבון עוונות.[emoji3]

Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk

berlbalaguleh » מוצ"ש סעפטעמבער 18, 2021 9:37 pm

· #481939
קהל'ס נער: דער וואס האט מגיב געווען צו דיין תגובה/מאמר (בענדזשאמין פרענקלין) האט נישט געמיינט אז דו זאלסט זיך נעמען האקן אויף סאטמאר. ער האט נאר מעורר געווען אז די אשכול איז געזונט פארדרייט געווארן. בבחינת טענו בחיטים והודו לזכר קדשו...!

מיין תגובה (אויך נישט ריכטיג) איז כאטש געווען לענין. ווייל דער פריער'דיגער בעל מימרא (קאווע טרינקער) האט זיך אויסגעדרוקט אז סאטמאר זענען מומחים אין פארגיסן פעסער מיט בלוט...לאל. האביך איהם געזאגט אז דער צד שכנגד קען (לכה"פ) פונקט אזוי גוט פארגיסן פעסער מיט בלוט. נאר זיי שפילן נאך..."וויקטים"... אויך...!

אבער דאס אלעס איז שטותים...אונז זעמיר אלע איין פאלק... ויטו שכם אחד לעבדיך...לאמיר נישט (ח"ו) דארפן אנקומען צו דעם אז אונזערע נישט ברידערליכע שכנים זאללן אונז דערמאנען דערפון...!

קהל'ס נער » מוצ"ש סעפטעמבער 18, 2021 9:59 pm

· #481940
Re: סאטמאר, איר מהות און איר אייגנארטיגקייט.
בערעלע בעל השטערצליך: עס איז געוועין בבחינת ובדחו השותים איך האב נישט געפלאנט צי האקן אויף סאטמאר ווייל עס איז שוין א אויסגעדראשענע נושא, האב איך יעצט טאקע ציגעלייגט א שמייכלי.
אגב ביטע פארעקספלעינער וויאזוי די נרדפים פון סאטמאר שפילן קרבן.

Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk

berlbalaguleh » מוצ"ש סעפטעמבער 18, 2021 10:31 pm

· #481942
קהל'ס נער: ס'איז בעצם פילפולים של הבל. און מ'קען דא מקיים זיין א פסוק. אבער מפני הכבוד וועלל איך ענטפערן. נישט סאטמאר שפילט דא וויקטים. לשיטת דעם וואס האט באשולדיגט סאטמאר אין פארגיסן פעסער מיט בלוט..לאל. האביך איהם געענטפערט (כאיוולתו) אז זיין גרופ/חסידות קען פונקט אזוי גוט פארגיסן (אומשולדיג) בלוט. און זיי שפיעללן נאך וויקטים אויך...!

קהל'ס נער » מוצ"ש סעפטעמבער 18, 2021 10:47 pm

· #481945
Re: סאטמאר, איר מהות און איר אייגנארטיגקייט.
גאטשיו, וואס זענען שטערצליך?
איך מיין אז מען ברויך עפענען א אשכול פון די אלע ווערטער, כדי די ווערטער זאלן נישט נשתכח ווערען מזרעו של אברהם

Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 20, 2021 3:54 pm

· #482032
א חבר מיינער האט מיר געזאגט א שטיקל נקודה למחשבה, איך בין נישט זיכער יעדער דא וועט עס וועלן מקבל זיין באהבה, אבער איך גיי עס אויסלופטערן (און אביסל מוסיף נופך זיין משלי) ווייל איך האלט עס האט א שטיקל אמת אין זיך...

ער זאגט מיר אז סאטמאר איז שטארק דומה צו אמעריקע. אמעריקע איז א שטארקע – אויב נישט די סאמע שטערקסטע – מלוכה אין די וועלט. כמעט יעדער רעספעקטירט זיי (מאנכע מאהבה און מאנכע מיראה...). זיי האבן די מאכטפולסטע מיליטער, פון די שטארקסטע עקאנאמיעס, זיי זענען אלץ גרייט צו העלפן אנדערע און ווארפן געלט ווי אימער עס לאזט זיך אפילו ווען אין לאנד אליין איז מען מצומצם. אמעריקע קוקט זיך אן ווי די וועלטס פאליציי וואס קימערט זיך שטארק מיט אנדערע אומבאהאלפענע לענדער/באקריוודעטע בירגער און איז גאר ברוגז אקעגן די וואס פייניגן שלא ביושר די אייגענע בירגער אדער פרעמדע לענדער (א ביישפיל ווי ווען איראק האט געוואלט אינוואדירן קואוועיט, אדער רוסלאנד קריימיע).

אמעריקע האט א "שיטה הקדושה" פון דעמאקראטיע און קאפיטאליזם. זיי פארנעמען נישט די דעות כוזבות פון די קאמוניסטן און דיקטאטורן. נישט יעדער האלט אז זיי זענען גערעכט, אבער זיי וועלן פאמפן די שיטה ווי אימער ס'מעגליך און קעמפן עד כדי מלחמה אקעגן די פארקרומטע שיטות. און דעריבער האבן זיי אסאך שונאים, פארשידענע פעלקער וואס קוקן אויף אמעריקע מיט א בייז אויג און האלטן אז אמעריקע איז פארדארבן און מישט זיך אריין וואו זי דארף נישט....

אמעריקע זעלבסט איז א "פרי קאנטרי", כמעט נישטא קיין רעספעקט פאר'ן קעניג, אדרבה, די דעמאקראטן מאכן חוזק פון די רעפובליקאנע מנהיגים וכן להיפוך. יעדער שווערט זיך אז זיין שיטה איז ריכטיג.

אמעריקע איז טאקע שיין דיפלאמאטיש צו אנדערע לענדער, האט די מערסטע (אדער כמעט) צאל פון אימיגראנטן, זיי זענען מקרב אלע סארט אויסלענדישע (זיי זענען דאך אליינס צוזאמענגעשטעלט מכל המינים), און העלפן אויך די אייגענע בירגער ווען זיי בעטן זיך, צי הוצאות הרפואה אדער הוצאות פון עסן. אבער מצד שני קענען זיי זיין היבש אכזריות'דיג צו די אייגענע בירגער, צי מיט די פארפוילטע יוסטיץ סיסטעם, מיט די משוגע'נע געזעצן וואס האט צומאל נישט קיין שום זין, און די אייגענע בירגער זענען אנגעווייטאגט אויפ'ן סיסטעם. אבער פארט אויב וועט א פרעמדער בארעדן אמעריקע וועט מען געווענליך פאטריאטיש דעפענדן דאס לאנד, און מען וועט שטיצן מלחמות אקעגן די וואס ווילן אונטערברענגען אמעריקע, און אמעריקאנע מענטשן וועלן הנאה האבן צו פארציילן די שטארקקייט און מעכטיגקייט פון אמעריקע, און כסדר רעדן פון די גלאררייכע אמאל, פון די פאונדינג פאטערס, וכו'.

ווי אימער אמעריקע וועט אריינקומען (א גוטע משל איז אפגאניסטאן די לעצטע 20 יאר) וועלן זיי מאכן ארדענונג, פאררעכטן די פראבלעמען ווי רפואות, עקאנאמיע, אינפראסטרוקטשור, עדיוקאציע, געזונטע עסנווארג און ריינע וואסער, א.א.וו.


איך מיין אז די נמשל איז זעלבסטפארשטענדליך, סאטמאר איז א קהלה נאה וחסודה מיט זייער שיטה וואס שפירט זיך אביסל ווי די וועלטס פאליציי, עס האט אסאך מעלות מצד אחד, אז וואו אימער סאטמאר שטעקט אריין א פוס ווערט געווענליך ארדענונג, זיי זענען מקרב אנדערע, עס איז דא חסד וצדקה מיט א ברייטע האנט, מען גיבט צו עסן כיד המלך, זיי אקצעפטירן אלע סארטן מענטשן פון חשוב'ע רבי'ס ביז שווארצע גרים, נישטא קיין ראסיזם, א איד איז א איד, סאטמאר זעלבסט איז צוזאמענגעשטעלט פון מערערע ראסעס און חסידות'ן, קענסט גיין וועלכע הוט אדער רעקל דו ווילסט, די חסידות (קהלה) וועט דיר נישט צווינגען ווי אזוי צו גיין אנגעטון.

זיי האבן א שיטה הקדושה וואס זיי האלטן אז דאס איז ריכטיג און דאס איז די ריכטיגע דעת תורה און רצון ה', און דאס דארף מען פארשפרייטן (פונקט ווי די יפוצו אין ליובאוויטש...) און די אלע וואס זענען דוגל אין די שיטה הקדושה באקומען געלטער און סופפארט, צי דורך קרן הצלה צי דורך שקל הקודש פון די רבי'ס, די אייגענע חסידים און איינוואוינער פון די געגנט זענען נהנה פון זייערע מעשי צדקה וחסד, און יעדער ווילד-פרעמדער מענטש וואס קומט אן (פארשטייט זיך ווילאנג ער טרעט נישט אויף די יסודות פון די חסידות) ווערט ענטפאנגען מיט ווארעמקייט, וויפיל מענטשן פון איבער די וועלט קומען אן קיין אמעריקע צי נאך געלט צי ליידער לצרכי רפואה, און אלעס ווערט זיי צוגעשטעלט מטה שלחן כסא ומנורה... קיין חסידות אויף דער וועלט קען זיך נישט פארמעסטן מיט די סומעס צדקה וואס גייט ארויס פון סאטמאר לאיזה צוועק שהוא...

מצד שני האבן זיי זיך ערווארבן שונאים פון אסאך קהלות וחסידות וואס קריצן מיט די ציין, זיי לאכן פון סאטמאר און שפירן אז סאטמאר מישט זיך אריין וואו זי דארף נישט און זי זאל האלטן די נאז ביי זיך און אויפהערן זיין די וועלטס פאליציי, כאטש למעשה ווייסן זיי טיף אין הארצן אז סאטמאר בליעט כ"י און איז פון די גרעסטע חסידות'ן אין די וועלט. סאטמאר אליינס איז ליבעראל, דהיינו זיי האלטן נישט זייער רבי'ן פאר אזא קדוש וטהור ווי אנדערע חסידות'ן, זענען זיי אבער זייער ערליך און ע"פ רוב גוטהארציג, ביז ווען עס קומט א מלחמה לה' בעמלק און מען דארף ארויסגיין מקנא זיין קנאת ה' צבאות....

אינערהאלב סאטמאר זענען פאראן הויפט צוויי פראקציעס, איך ווייס נישט וועלכע זענען רעפובליקאנער און וועלכע דעמאקראטן, איך לאז יעדן מחליט זיין וואס ער וויל.... און די צוויי קומען זיך נישט אויס שווה בשוה, יעדער טענה'ט אז זיי זענען די עכטע סאטמאר און די אנדערע נישט, ממש ווי אין קאנגרעס... יעדער וויל דעם צווייטן זען אין דער'ערד...

סאטמאר זעלבסט איז העפליך צו די פרעמדע, און הגם די אייגענע בני הקהלה טוען אויך בענעפיטירן פון די אומצאליגע חסד און גמ"ח'ן און חברות הילף וואס זענען פאראן (ע"פ רוב אלעס פון סאטמאר אדער מיסודם פון סאטמאר) וועלן זיי אבער ליידן פון די אינערליכע געזעצן וואס האט ע"פ רוב נישט קיין זינען, די רוחניות תקנות איבער צניעות, פרויען דרייוון, פרויען לבוש בכלליות, עירוב, סמארטפאון (ס'ליגט מיר אין קאפ אז "סמארטפאון" איז די אותיות "סאטמר נואף"...) און טעכנאלאגיע, וואס איז אקעגן די רצון פון א ריזיגע חלק ציבור, און דער עולם איז אנגעווייטאגט דערויף, פארט אבער ווען עס קומט צו א מלחמה אקעגן די פרעמדע וועט די פאטריאטישע געפילן זיך אויפוועקן און מען וועט דעפענדן סאטמאר עד הסוף, מען וועט זיך אויפטון כסדר פאר די ארומיגע איבער סאטמאר בכלליות ובפרטיות, און בעיקר פון די פאונדינג פאטהערס, וכדומה...

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 26, 2021 1:14 am

· #482104
שמעקעדיג: איך בין מסכים מיט אלעס וואס דו זאגסט דא. נאר איבער די אישו פון סמארטפאונס, וואס איז לאו דוקא א סאטמאר'ע אישו האלט איך (לפענ"ד) אז ס'איז אזוי ווי רוב פון די אנדערע, פארגאנגענע אישוס א פאוני אישו. די וועלכע זענען די מערסטע דוגל אין די שיטה זענען די זעלבע מענטשן וועלכע וויללן אנהאלטן קאנטראל אויפ'ן ציבור. און אויף דעם דעת הקהל...!

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 26, 2021 1:19 am

· #482106
נאך א זאך: דיינע אויבן געזאגטע דיבורים (איבער סאטמאר) באציען זיך נישט אויף די בני יואל גרופ. זיי זענען (לפענ"ד) נישט קיין נארמאלע מענטשן. מילא. ארונים זאלונים קענמען זיך דינגען. זה אומר בכה. וזה אומר בכה. און דאס האלט שוין אויך ביי אויסוועפן. אבער אוועקצומאכן, און האלטן פאר שקצים און גויים גמורים רוב מנין ורוב בנין פון קהילת סאטמאר (אזוי ווי די כת בני יואל האלטן) איז נישט קיין נארמאלקייט און שכל הישר...!
בלאט: 1 2 3 4