סאטמאר, איר מהות און איר אייגנארטיגקייט.
162 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4369
גאלדהרב פרייליך, ווי עס שיינט גיימיר זיך נישט אזוי שנעל אויסגלייכן דא, כאף איר זענט ניט ברוגז, אבער איך מיין איך האב שוין גענוג געשריבן וואסי נוגע לענין, ועוד חזון,
אדרבה, ווען איר זענט גרייט ממשיך צו זיין העלן מיר מאכען גרייט צייט און געדילד צו הערן אייערע דברים הקילורין לעינים
יישר כוח אויף דיין טירחא ביז היצט
ובציפייתנו צפינו לשמוע עוד מעטך ה'זהב'
גאלד\
דער סאטמאר רבי זצ"ל האט מחבר געווען דעם ספר הק' ויואל משה, דער ספר ענהאלט 3 מאמרים,
א מענטש וואס האט קיינמאל געזעהן דעם ספר און הערט בלויז די שיטה פון סאטמאר לויט די הבנה פון א רביזיכרוינעברכע מענטש,
קען זיך ערנסט דאכטן אז די 3 מאמרים זענען ווי פאלגענד
מאמר בעלזא
מאמר ליבאוויטש
מאמר קלויזנבורג
אויף דעם האסטו באקומען מיין לייק.
@גאלד, ס'איז געשמאק צו ליינען דיינע מאמרים. אבער כ'מיין אז איראניש טענה'סטו פאר בנימין. דו ביסט מחלק צווישן סאקמיר רב און (א טייל פון) זיינע חסידים. כ'האלט אז די חילוק איז א וויכטיגע און ווארשיינליך אן אמת'ע (כ'האב נישט געקענט מיין נעימסעיק). אבער די אשכול האט זיך אנגעהויבן איבער סאטמאר, איר קערפערשאפט כהיום, נישט איבער איר מייסד פערזענליך.
אויב ווילסטו בלויז דורש זיין לכבודו של האדמו"ר הזקן, איז דיין פאוינט וועל טעיקן.
נאר,,פרייליךכ'וועל ברענגען בלויז א קליינער דוגמא מיט וואס מ'קען אביסעל פארשטיין די ווייטאג פין די שרייבעליך דא אויף סאטמאר ווי מען זעהט מכותלי מכתבם אז עפעס קענען זיי ניט פארגינען די סאקמארע
ס'יעצט געווען אין די נייעס איבער מיטעל מזרח אז די איחוד אירופאי די אייראפעאישער פארבאנד האקט אפ אלע אירע קשרים מיט די התנחליות
ווי א גרויסער טייל זאך קענער און אלס ווייסער און עטליכע נייעס קוועלער געבן אהן האט דאס א שטארקער שייכות צום עצרת מחאה אין הויפטשטאט בריסעל וואס האט געוויזען פאר די אומות דארט אז ס'פאראן א ריזען ציבור פין שומרי תורה וואס האבען דאס מינדעסטע צו מדינת ישראל און איז בכלל נישט נייגעריג אין אלע אירע פאליסיס
דאס האט זיי היפש געשטיפט פאראויס אפצוהאקען די באציאונגען מיט די אומלעגאלע אקופירטע שטחים וואס האט שוין ליידער אפגעקאסט פילע אומשילדיג יודיש בלוט זעהנדיג אז סייווי ווערט כלל ישראל נישט רעפעזענטירט לויט די פאליטיקאנטען און מדינת ישראל
What's your source?
לכבוד הרב בענדזשעמין:
ס'איז אינטערסאנט אז טראץ אייער לענגערע רייכע אין טיפער אנאליז איבער'ן מהות פינעם היינטיגען סאטמארען לעבנס שטייגער לכבוד די 34'סטע יומדה''ל פין סאטמאר רב
האסטו פאריגע וואך ביי דיין חמין במו''ש גאר שטארק געגרייזט, הערנדיג היצט ביידע רעקארדירונגען פין די דרשות פין די אחים הק' מ'סאטמאר די וואס פאריפען זיך אלס מ''מ וממשיכי דרכו וואס האבען געדרשנט לענגערע דרשות ביים עריכת השולחן ביומדה''ל ווידער זענען ביידע פארנימען מיט ''ניקס'' ביידע האבען פארשאלטען און פארדאמט דעם בני ברק'ער מרן און אלע קרייזען וואס ווילען פאר קיין שום פרייז ניט מאכען קיין רעש פינעם גזירת שמד וואס לויערט אויף אחינו בני ישראל בארה''ק, ס'זעהט דערווייל נישט אויס ווי נאך אלע אינערליכע רייבערייען אין מח' צווישען די אחים אז זיי זאלען אויפגעבן אויפען ''ניקס''
איינע פון די אחים איז געגאנגען גאר עקסטרעם מיטען'' ניקס'' מהלך אזש ער האט באפוילען אז אלע תלמידי סאטמאר זאלען ביישטייערן ארויסצוהעלפן די מוסדות עטה''ק מיט א סכום פון צוויי ''מיליאן'' דאלער
ס'זעהט אויס ווי דער ''ניקס'' ווי איר רופט עס איז געהעריג בתקפו ווי אין די כ' יארען טא ביטע געב עפעס א קראנטערע אנאליז איבער די היינטיגע סאטמארער פירערשאפט וואס זענען אירע מהות און אייגענשאפטען מיט וואס זיי ספעציעלירען זיך
א דאנק!
דא האט אירע פרישע שאקירענדע אויפדעקונגען לאור די פיר און דרייסיגסטער יארצייט
פינעם מרן שר צבא ד' רבן ומאורן של ישראל צדיק הדורות מרן קודש הקדשים מ'סאקמיר זצוק''ל
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/4434">viewtopic.php?f=3&t=4434</a><!-- l -->
נאר,,פרייליךדא האט אירע פרישע שאקירענדע אויפדעקונגען לאור די פיר און דרייסיגסטער יארצייט
פינעם מרן שר צבא ד' רבן ומאורן של ישראל צדיק הדורות מרן קודש הקדשים מ'סאקמיר זצוק''ל
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/4434">viewtopic.php?f=3&t=4434</a><!-- l -->
צוויי מאל "מרן" על שם מה?
על שום ששתו אבותינו דמים תרתי מ'הקאווע טרינקער'ס וכדומיו
לאמיר זעהן דיינע גרויסע טיטלען אויף ר קוק דערנאך העמיר ענטפערן איבער טיטלען
לגופו של ענין קוק ס'ארא כוח איין יחיד האט געהאט א צובראכענע צוקלאפטע הושענא ארויסגעקומען פין די נאצישע נעגל און ערווארבען דערנאך א הערליכער אידישער אימפעריע
עד כדי כך אז די ממשלת הציוני האט זיך געברויכט שטעלן אויף די פאדערשטע וויאזוי אים אומצוברענגען אשרינו שזכינו לכך
די גלייבסט די מעשה?
איך האב שוין לאנג די ספק צו רבינו זי״ע איז זיי בכלל געשטאנען אין וועג, אמת ער איז געווען דער אנטי ציוני וואס האט כסדר אנגעפירט פראטעסטן קעגן זיי און זיי באשמיצט,
אבער תכלית.. האט ער זיי עפעס שאדען געמאכט? און א יעדע ביזנעס שאצט מען די ריווח קעגן די הפסד, ריבנו זי״ע מול הציונים וואס האבן זיי באמת דערלייגט פון מלחמה? און וואס האבן זיי באמת פארדינט פון זיין אויפבויען דארט זיינע מוסדות שיקען כסדר געלט?! אזוי אויך האבן זיי אויסגעניצט זיין מלחמה אלץ א שטעקן ווי אזוי צו מאנעפלירען מיט די פרומע נאכלעפער, און למעשה איז מוסדות סאטמער פון די גרויסע אינוועסטירער אין מדינת ישראל זיי ברענגן אריין שווערע מיליאנען צי די עקאנעמי, איך מיין אז די באדעם ליין האבן זיי אים נישט פיינט געהאט עד כדי להמית וויל די הפסד איז נישט געווען גרעסער ווי די ריווח.
נאר,,פרייליךעל שום ששתו אבותינו דמים תרתי מ'הקאווע טרינקער'ס וכדומיו
לאמיר זעהן דיינע גרויסע טיטלען אויף ר קוק דערנאך העמיר ענטפערן איבער טיטלען
לגופו של ענין קוק ס'ארא כוח איין יחיד האט געהאט א צובראכענע צוקלאפטע הושענא ארויסגעקומען פין די נאצישע נעגל און ערווארבען דערנאך א הערליכער אידישער אימפעריע
עד כדי כך אז די ממשלת הציוני האט זיך געברויכט שטעלן אויף די פאדערשטע וויאזוי אים אומצוברענגען אשרינו שזכינו לכך
הרב קוק האט בפירוש געבעטן אז מ'זאל אים נישט באטיטלן, "הרב" - דאס מערסטע. וכן נהוג.
טאקע אזוי?
ווען האט ער דאס געזאגט, און צוליב וואס?
נאר,,פרייליךדא האט אירע פרישע שאקירענדע אויפדעקונגען לאור די פיר און דרייסיגסטער יארצייט
פינעם מרן שר צבא ד' רבן ומאורן של ישראל צדיק הדורות מרן קודש הקדשים מ'סאקמיר זצוק''ל
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/4434">viewtopic.php?f=3&t=4434</a><!-- l -->
דמיונות וחזיונות, לא היה ולא נברא.
בערישנאר,,פרייליךדא האט אירע פרישע שאקירענדע אויפדעקונגען לאור די פיר און דרייסיגסטער יארצייט
פינעם מרן שר צבא ד' רבן ומאורן של ישראל צדיק הדורות מרן קודש הקדשים מ'סאקמיר זצוק''ל
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/4434">viewtopic.php?f=3&t=4434</a><!-- l -->
דמיונות וחזיונות, לא היה ולא נברא.
ווער איז דער בעל דמיון דער שרייבער יאקאב אין בלאט אדער גרינבערגער דער בעל מספר???
קען מען אנפרעגן די סיקרעט סערוויס צו זיי האבן אזא געשיכטע אין זייערע רעקארדס? אינטערעסאנט ווי מ'האט אויסגעלאזט די פאליציי, די דיטעקטיוו, די עף בי איי, און געלאפן גלייך צום סיקרעט סערוויס..
אבי גערעדטקען מען אנפרעגן די סיקרעט סערוויס צו זיי האבן אזא געשיכטע אין זייערע רעקארדס? אינטערעסאנט ווי מ'האט אויסגעלאזט די פאליציי, די דיטעקטיוו, די עף בי איי, און געלאפן גלייך צום סיקרעט סערוויס..
באמת איז דא פילע אזעלכע עפיזאדען אין ס'נישט אזוי ידוע ביים ציבור ווי למשל דער פרשת יאסעלע שוכמאכער איז אויך געווען פילע סודות'פילע געשעהנישען וואס האבען זיך געדרייט ארום סאטמאר רב וכידוע האט ער אנגעזאגט פאר זיינע ארומיגע אז מ'זאל אים בשום אופן נישט מודיע זיין קיין פרטים איבער די באהעלטענישען אויס מורא פין די פארשער וואס האבען נאכשפיאנירט ביים אים אין שטוב
וכהנה וכהנה איז פארגעקומען אזעלכע סארט פאסירונגען
מי לנו גדול פין דר. דעהאן וואס איז געפאלען פאר א קרבן צו די רוצחים פאר'ן בלויזען חטא פין זיי שטיין אין וועג
טא וואס איז די גרויסע ווינדער אז סאטמאר רב זאל נחרץ ווערן דינו ווי דעהאן הי''ד?
ביסלעכווייז ווער דא א,, פרייליכער צימעס אשכול
א ספעציעלער אשכול געפענט אויף די אויווענדערמאנטער נייעס
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/4446">viewtopic.php?f=24&t=4446</a><!-- l -->
אבי גערעדטקען מען אנפרעגן די סיקרעט סערוויס צו זיי האבן אזא געשיכטע אין זייערע רעקארדס? אינטערעסאנט ווי מ'האט אויסגעלאזט די פאליציי, די דיטעקטיוו, די עף בי איי, און געלאפן גלייך צום סיקרעט סערוויס..
איך ווייס נישט צו די מעשה איז אמת אדער נישט. אבער איך ווייס פון א פארקערטע מעשה. אז בן גוריון האט צוגעשטעלט פאר'ן סאטמאר רבי זי"ע א שומר ראש (באדי גארד) ווען ער איז געווען אין ארץ ישראל אין יאר תשט"ו. ס'איז דא א באוואוסט בילד ווען האדמו"ר מסאטמאר קומט אראפ פון די שיף. גייט אונטער איהם א מאדערנער איד מיט א הוט. און די רביצין גייט נאך איהם. ווייל בן גוריון האט מורא געהאט אז א היציגער יונג פון די מזרחי וועט איהם ח"ו פוגע זיין. ס' איז דאן געווען אן עידן ריתחא.
די רבי האט אינז געלערענט נישט צו גלייבן קיין מעשות.
בדחן: דו זאגסט עפעס. אבער דא זענען ביידע פאנטאזירער. סיי מענדל גרינבערג המכונה מענדל טשיקאגא. און סיי יוסף לייב יאקאב. לדוגמא. ער האט געברענגט א נייעס באריכט אז מ'האט ארעסטירט א פויגל פון מדינת ישראל אין מצרים אלס שפיאן. אפשר ווייסט אאינער וויאזוי מ'ארעסטירט א פויגל. אדער, צו דער פויגל האטצעך שטארק דערשראקן. ר'האט אנגערופן זיין לאיער, וועלכער איז געקומען אין קאורט און איינגעלייגט בעיל פאר איהם (אדער איהר(. 😂
לכבוד הרבנים הגאונים דולים ומשקים מבאר קאווע חיים
לדעתי איז די גאנצע שמועס בלויז א קאלטע קאווע
פשוט טאקע דער סאטמער רב שהיה יודע לטהר השרץ בק''נ טעמים מיט זיין גאונות איז מובן שהיה יודע לטמאה הטהור וכ''ש ספק טהור בק''נ טעמים ו
סאטמאר רב איז באמת געווען א הייסער ציוני און געהאלטן אז מען דארף שטיצן די מדינה און דער ראיון הציונות. פארקערט; ער איז גאר געווען פון די הויפט פלאנירער פון די מדינה. ער איז געווען א באהאלטענער אגענט צו האלטן די קנאים אין די ראמען, דורך דעם וואס ער וועט זיי פירן און זיי עטוואס צוריקהאלטן.
דאס זעלבע איז געווען מיט די רביצין ע"ה. זי האט באמת געוואלט אז דער ברך משה זאל זיין רבי און באהאלטענערהייט האט זי אים געשטיפט, נאר זי האט געוואלט האלטן די מתנגדים אין די ראמען, האט זי זיך געמאכט...
מורינו הרבסאטמאר רב איז באמת געווען א הייסער ציוני און געהאלטן אז מען דארף שטיצן די מדינה און דער ראיון הציונות. פארקערט; ער איז גאר געווען פון די הויפט פלאנירער פון די מדינה. ער איז געווען א באהאלטענער אגענט צו האלטן די קנאים אין די ראמען, דורך דעם וואס ער וועט זיי פירן און זיי עטוואס צוריקהאלטן.
דאס זעלבע איז געווען מיט די רביצין ע"ה. זי האט באמת געוואלט אז דער ברך משה זאל זיין רבי און באהאלטענערהייט האט זי אים געשטיפט, נאר זי האט געוואלט האלטן די מתנגדים אין די ראמען, האט זי זיך געמאכט...
כ''מיין אז די מיינסט דאס אויך פארקערט.....
מורינו הרבסאטמאר רב איז באמת געווען א הייסער ציוני און געהאלטן אז מען דארף שטיצן די מדינה און דער ראיון הציונות. פארקערט; ער איז גאר געווען פון די הויפט פלאנירער פון די מדינה. ער איז געווען א באהאלטענער אגענט צו האלטן די קנאים אין די ראמען, דורך דעם וואס ער וועט זיי פירן און זיי עטוואס צוריקהאלטן.
דאס זעלבע איז געווען מיט די רביצין ע"ה. זי האט באמת געוואלט אז דער ברך משה זאל זיין רבי און באהאלטענערהייט האט זי אים געשטיפט, נאר זי האט געוואלט האלטן די מתנגדים אין די ראמען, האט זי זיך געמאכט...
און באותה מידה זענען די בני יואל עכט חסידים פון ברך משה און פון ר' אהרן. נאר מחמת חשש פון אן עין הרע ח"ו, מאכן זיי זעך ווי זיי זענען שטענדיג מקטרג אויף זיי. עכט זענען די קיטרוגים און קנטרים לימודי זכות און מעשים טובים וד"ל וצ"צ ודפח"ח ואכמ"ל. 🙄 😳 😈 😂
איינער שטויבער איז יעצט אויף זאב ברענער, פארסמאקעוועט זיך מיט סאטמערע אלד טיים פאליטיק... נייס.
קאווע טרינקערשמעקעדיג, ווי גרעסער א קהילה אלץ מער דיינים און שקצים. והוא מחוקי הטבע.
בנוגע חסד, הצלה דורך דער סקולענע חסיד ר' הערשל וועבער , און שומרים דורך ר' משה האפמאן, א פאפא חסיד.. נישט קיין נפק"מ. אבער כ'האב שוין אמאל געשריבן דא, אז די איין קליינע ביקור חולים באס קען נישט דעקן די פעסער בלוט וואס סאטמאר האט פארגאסן.
שוין, א גוטע נאכט.
לויב דעם באשעפער אז דו ביזט נאך קיינמאל נישט געווען א פאציענט אין שפיטאל. ווען יא ח״ו, וואלסטו נישט געזאגט
איין קליינע ביקור חולים באס.
ב"ה.
ווען כ'וואלט ווען יא הנאה געהאט פון זיי, וואלט איך געווארן א סאטמארע חסיד, ע"ד כוח הפועל בנפעל.
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=GbXqOOPYYrg&list=PL5FE12511BB75EE97&index=1">http://www.youtube.com/watch?v=GbXqOOPY ... 97&index=1</a>
די נאבעלע חסד פון סאטמאר.
בנימין, א לייק האסטו געקריגן פארן מיך מאכן לאכן. אן קיין בושה דיסאגרי איך מיט געוויסע זאכן.
ס'דא אסאך צו ענטפערן אבער דאס וועט שוין מיזן זיין אין א אשכול אין צימעס...
בדרך כלל, נישטא וואס צו רעדן אז סאטמאר האט דאמענירט וויליאמסבורג, און ס'איז גאנץ פשוט, סאטמאר זאל זיך צוטיילן צווישן אלע קינדער פונעם ברך משה בלייבן זיי איינציגווייז נאך אלע באלד טאפעלט פון די נעקסטע קהילה. יעצט אפגערעדט אז זיי זענען געווען איינס.
איבערן סאטמאר'ן "נישט" איז ניטאמאל אינטערסאנט פריש איבערצוקייען אז אין פאקט זענען כמעט אלע חסד ארגענעזאציעס געגרינדערט געווארן, אדער קא-פאונדעד ביי סאטמארע. דאס וועט דיר כמעט יעדע מוסד צו יחיד באשטעטיגן אז טאקע פון די נעגעטיווע סאטמארע גייען ארויס די מערסטע צדקה.
וואס דארפסטו מער? קוק ביי די מחלוקות פון כמעט אלע אנדערע חסידות'ן, וואס האבן די אנדערע מענטשן מרוויח געווען? נאדא! זילטש! זערא! פון די אנדערע זייט, נעם אפילו די לעצטע פאר יאר און קוק ארום וואס סאטמאר האט דערליווערט, צו איז דאס חתונה תקנות, צו איז דאס בר מצוה תקנות וואס הייבט אן צו שלאגן ווארצלן ביי אנדערע אויך. דער אלגעמיינער ציבור האט כאטש נהנה געווען. גיי א שטאפל ווייטער און נעם אריין די קאנטערוועשאל זאכן ווי ווייץ, שחיטה מונחת, שחיטה מהודרת, אא"וו וואס געוויסע קהילות און פריוואטע מענטשן (כ'רעד נישט סאטמארע) האבן דאס אקצעפטירט.
איבערן אפטייטלען אז אין סאטמאר לערענט מען נישט וכו', איי מין קאממאן, סאטמאר ב"ה האט זיך נישט צו שעהמען מיט זייערע גדולים, זייערע דיינים זענען גאנץ פיין אנגענומען איבעראל, זייערע בעלי בעתים האבן נאך אזא שיעור (ספעציעל מיטן חבורת רבינו-יסודי התורה), זייערע כולל אינגעלייט געבן נאך ארויס אזעלכע שיינע ספרים ווי אנדערע קהילות, פון זייערע ישיבות קומען נאך ארויס אזעלכע בחורים ווי פון אנדערע ישיבות ענדענדיג יורה דעה ח"א צו הלכות שבת צו אריבער טויזענט בלאט גמרא, אז מ'רעדט שוין, פערצופאל ביי די נייע מסגרת תורתך שעשועי (א שטייגער ווי דרשו) זענען אפילו זאלי'ס אנגעשלאסן, און ביי די ערשטע בחינה האבן זיי ס'ערשטע מאל געזעהן 14 הופפער...
(בענין די אויפטוהן פון די זאלי'ס זאל איינער שרייבן, איך בין פשוט נישט באהאווענט)
נישט אז כ'דארף פארענטפערן די טויזענטע אידן, נאר פשוט אויסצוקלארן געוויסע פאקטן און אראפנעמען דעם פלעק וואס מע"כ האט פרובירט זיי אפצושטעמפלן.
און נאר א קלייניקייט צו דיר
@נאר,,פרייליך, כ'ווייס נישט ווי דו באלאנגסט, און ס'אונטערסירט מיך נישט, אבער שטעקן צו בלייבן ביי די בעלזא פרשה, ווען מ'האט פונעם בעלזא'ן רבי'ון געבעטן ער זאל מפייס זיין און ער האט עס געטוהן, איז די פראוו פאר בנימין'ן אויף זיין באשרייבונג!
דאווענען אין א חב"ד שוהל, אן קיין מאטיוון פון חב"ד איז קיין עוולה נישט! כ'דענק נישט אז דער אדמו"ר הזקן זי"ע זאל זיך האבן אויסגדריקט דערקעגן.
האדמו"ר מהר"א גייט נאך אזוי אין לעבן די ציונות אישו (עכ"פ ער שפילט א גוטן געים...) טראץ וואס ער איז א איידעם ביי וויזניץ, מהר"א האט נאך אזויפיל גערעדט קעגן ציונות, האט נאך אזויפיל פראטעסטירט, ער (אפפס סאכדעס..) האט נאך געמאכט אזא געלונגענע פראטעסט. שיקט נאך אזויפיל געלט אהין, און זיינע מוסדות נעמען נישט קיין געלט פון די מדינה און גייען נישט אין בג"ץ!
דעריבער האק נישט קיין טשייניק מיטן דיינע איצטיגע פארווייטאגטע אתרא קדישא גארביטש, ווי דו האסט נאכנישט געהערט קיין ווארט פון האדמו"ר מהר"א, פוו איינע פון זיינע דיינים, צו אפילו א ווארט זאגער, אפילו נישט דער בלאט! (פון דיינע געהיימע אינפארמאציע ווייסעך נישט, ואתך המחילה)
ביזסט יעצט אבסעסט מיט עפעס א מערכה מיט דעקונג אויף ביידע צדדים און זעהסט נאר סקאלפס ווען דו שרייבסט.
שעפטל'ע ב''ה אז די קענסט נאכניש די מנהיגי ה'בלאט אבער גיי פרעג ווער אימער ס'קען זיי נאר וויפיל מאל זיי האבען שוין געשריבען מאמרים פיל מיט גיפט איבער די עדה החרדית מיטען בייזוויליגען ציל איר צו עלימינירען לגמרי היל''ת
אז איר ווילט געבן גערעכט פאר בנימין קענסט אים געבן רעכט און קענסט האסען אויף סאטמאר ווי יעדער ווי אימער האסט איר ס'העט גארניש פאסירען פאר סאטמאר אז נאך איינער העט ווערן א שונא צו סאטמאר
אבער עז אף נאו איז כ''ק אדמו''ר מהר''א ליידער מוקף מיט שלענג וואס זיכען צו בויען דאס הויף אויף זייער נארישע אינטערעסן
געדענקט איר דען ניש פאר ניש זויפיל יארען צוריק איז דער פריערדיגער אדמו''ר האמצעי נעבעך אויך אויסגעשטאנען ביטערע צרות און רדיפות פון זיינע שרייבערליך נעבעך וואס האבען אים דערנידערט עד שאול תחתי' ס'חזר'ט זיך סך הכל איבער דאס זעלבע
מה שאירע ליעקב אירע ליוסף
ר' נאר (אדער גאר, מיט א דזשיממ'ל) פרייליך. ווי ס'זעיט אויס האסטו קיינמאל נישט געליינט דעם בלאט. אדער דו מאכסטעך נישט וויסנדיג אז דער בלאט, אלס דער אפיציעלער ארגאן פון מהר"א שליט"א איז געוועין פון די ערשטע און גרעסטע שטיצער פונ'ם גאב"ד און געמאכט א גרויס'ן צימעס פון זיין הכתרה. נאר דער תירוץ איז אז מהר"א שליט"א האט אין זעך מענטשליכקייט און איז נישט קיין היפאקריט אזוי ווי... כ'וויל נישט זאגן וער. וועלכער שטייט אין שפיץ פון מבזה זיין תלמידי חכמים גאוני ארץ און שלעפן זיי אין די בלאטע דורך פאשקווילן וועלכע וערן געווארפן בראש כל חוצות. ואין פוצה פה ומצפצף. יענער אדמו"ר ניצט דעם אלטן תירוץ פון ר' סענדער זכתו יגון עלייו אז "ס'נאר א פאר עזות-פנים'ער". כ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א איז מחנך זיינע תלמידים וחסידים צו תורה און יראת שמים. נישט זיין ביזי יומם ולילה וואספארא שייגעץ א יעדער רב און רבי איז. דו וועסט אוודאי זאגן אז א פאר שרייבערלעך אין קאווע שטיבל האלטן אזוי. אבער דער אמת איז אז רוב מנין ובנין פונ'ם ארטאדאקסישן , חסידיש'ן עולם האלט אזוי. ס'טוט זיי שטארק וויי דער בזיון ת"ח וואס ס'גייט פאר אין דיין פארטיי. 😳 🙄
ווייטער האקסטו אויפן צד מהר"א אן קיין שום דעקונג! כ'בעהט דיך צום הונדערטסטן מאל, דעקונג ביטע! ברענג פראף איבער אלע מיטונגס און באשרייבונגן וואס דו ווייסט, ביז דאן איז דיין געשריי אומזינסט און אן קיין האפט.
יא וואלסט ווען שטארק געוואלט אז דער בלאט זאל זיך צולאזן מיט א לענגס און א ברייטס, איך האב אויך געוואלט, אבער לדאבונינו (דו מיט מיר מיט אנדערע רעזאלטאטן) האט דאס נישט פארסירט. וועסטו אראפלייגן דיין געווער פון א גאנצע וואך? וואס עפעס? לאמיר מאכן אז אלע בלאט שרייבערס שרייבן דא אויף ק"ש, לאמיר פראקעלעמירן געהיימע זיצונגן, און לאמיר פארקויפן צואה רותחת פאר די שטירן און מיט דעם אילי ואילי וועט אתרא געווינען...
עניוועיס, דעס איז נאר געווען אן ענטפער אויף דיין זינלאזע תגובה וואס האסט תיכף אריינגעהאקט מיט קברים און ציונות.
מיין פריינט, דו ווייסט אז ספה"ק ויואל משה איז איין באנד? על הגאולה אויך נאר איינס, אבער די ספה"ק דברי יואל עה"ת, מועדים, שו"ת, סיגיות זענען צענדליגע בענדער, מיינסט טאקע אז די איין איינציגסטע אישו פון רבי'ן ז"ל איז נאר געווען ציונות? ער האט מער געארבייט אז מ'זאל לערנען, דאווענען און טוהן חסד כידוע די אלע מעשיות. זעה נישט קיין ביינער (וואס קיינער האט נאכנישט געזעהן) און נעם דיך צו דיינע ביינער.
שעפטל ווען ניש איך האב רחמנות אויף פילע פון מיינע טייערע פריינט משפחה ידידים שכנים וואס געהערן פאלי צו דעי קהלה נאה וחסידה וואלט איך ארויפגעלייגט עטליכע רעקארדירונגען וואס כ'האב געקריגען די לעצטע יאר צוויי איבער די פינסטערע פארשוינען בבחי' סביב רשעים.. די האר פון קאפ העלן זיך דיר אויפשטעלן פין וועלכע מאנסטער'ס מ'רעדט דא
גלייב מיר בנאמנות וסהדי במרומים אז כ'וואלט מיר ניש מטפל געווען בכלל מיט די נושא אין די ימי האלול ווען ניש מיין הארץ גייט אויס פאר רחמנות אויף די טויזענטער אלפי תשב''ר און חסידים ואנשי מעשה וואס ווערן נתגדל אין אזא הייליגע קהילה
און ווערן נעבעך געניצט ווי קאנאנען פלייש פאר עטליכע טינקעלע פארברעכער וואס זענען אלעס מוכן צו פארברענען פאר כבוד תאוה ושררה
די בוכ''ע זאל געבן אסאך כוחות און שטארקייט פאר'ן רבי שליט''א צו פירען ווייטער די קהילה ע''ד המסורה און די אלע בייזע נחשים ועקרבים זאלען זיך אפשאקלען פון די הייליגע קהילה ווי אמשנעלסטן בלי שום צער ונזק ליהודים
שוואך שוואך! פינטל! כ'פארשטיי מיט א ליידיגן פיסטל קען מען נישט שיסן
שעפטלשוואך שוואך! פינטל! כ'פארשטיי מיט א ליידיגן פיסטל קען מען נישט שיסן
ברענג מיר א היתר פון איינע פון די רבני ק''ק דאס ארויפצולייגען העל איך דיר צוליב טון
דערווייל באגנוג כ'מיר מיט די תגובות ווער ס'גלייבט גלייבט און ווער ניש זאל עס אליין כאפען מיט נאך עטליכע יאר שפעטער ווען ער העט ניש ברויכען צוקומען צו מיין דעקונג און דאקומענטן און הארד סטאף.
דער השוכן איז צו פלאך אז איך זאל זיך אפגעבן מיט עהם, אבער דאך פליסן אריין גוטע תגובות אין מיין אימייל, ווי איינער האט מיך געשריבן מיט א נאטורליך פרייד.
מנשה כ'האב מיך ממש באלעקט די פינגערס, כ'ווייס אז ס'נישט דיינס, אבער יענער האט גוט מכוון געווען, ס'צייט פארן באלאן צו צייגן איר אינהאלט..
נאר,,פרייליךשעפטלשוואך שוואך! פינטל! כ'פארשטיי מיט א ליידיגן פיסטל קען מען נישט שיסן
ברענג מיר א היתר פון איינע פון די רבני ק''ק דאס ארויפצולייגען העל איך דיר צוליב טון
דערווייל באגנוג כ'מיר מיט די תגובות ווער ס'גלייבט גלייבט און ווער ניש זאל עס אליין כאפען מיט נאך עטליכע יאר שפעטער ווען ער העט ניש ברויכען צוקומען צו מיין דעקונג און דאקומענטן און הארד סטאף.
פון שוואך צו שוואכער! ניטאמאל א וואסער גאן פארמאגסטו?
בנוגע ק''ק מהר''א ואשריך שעטך כ''כ מפואר ומרווה נפשות ישראל
פריוואטע שמועס מיט שמועס
@נאר,,פרייליךאיך בין עס פשוט מפיץ ווייל ס'מיר נישט ווערד געווען די ענערגיע צו רעאגירן אויף זיינע פראגעס אויב מיין אדיענס איז נאר איין מענטש (איך געב נישט קיין שיעור פאר בלויז איין מענטש)
גאלדנאר,,פרייליךגאלדנאר,,פרייליךגאלד:
ביטע ערקלער מיר חוו'ד אין די פאלגענדע
חטוטי שכבי וואס גייט פאר מיט די שטיצע פאר די קעגנער פן אתר''ק
כבר אמרתי אין לי שום ידיעה ומושג בעסק זה,
און טאקע פארדעם אינטערסירט מיך נישט דער עסק ווייל איך זעה לגמרי נישט די שייכות צו מגין זיין א פאלנער ארגנזציה געפירט דורך בשר ודם צו שיטת סאטמאר, איז עפעס אתרא קדישא אימיונד פון קריטיק, זענען זיי עפעס מלאכי השרת, לאן הגענו?
פ''ו חנפע'ט מען חב''ד
ווי זעהט איר "חנופה"? (פאר איר ענטפערט זייט אייך מתבונן אינעם פירוש המלה פון די ווארט "חנופה")
ספרדישער ש''ס פארטיי
אין לי מושג מה זה?
בעלז ווי אימער מ'קען נאר
מהיכי תיתי ווי אימער "מ'קען" אפשר איז עס ווי אימער "מ'דארף", ולכו נא ונוכחה
עס טוט מיר באמת וויי פון טיפען הארץ היות איר זענט א גאר געראטענער שכל הישר המשתייך יותר לקהילת מהר''א
און עס טוט מיר באמת וויי אז ס'זענען פארהאן אין סאטמאר מענטשן מיט פארקרומטע קעפ, וואס בלי ספק דער רבי ז"ל וואלט זיי פארשענדעט בכל חומר,
אנא שאו ידיכם שרייבט מיר עפעס אן ערקלערונג אויף א זאך וואס באדערט מיר באמת מעומק הלב איך געהער דירעקט ניש אהן צו די שונאים פינעם אדמו''ר מהר''א איך בין פון די וואס גייען מפעם לפעם צו א ברכה און קוויטעל להאדמו''ר איך ווייז מיינע קינדער זיינע טישען און איך לערן פילע מאל בבית מדרשם של הקהילה
ביטע טו מיר א טובה ערקלער עפעס פון די אויווענדערמאנטע ענינים
שכוח ושכרך הרבה מאוד
מיין שאלה איבער די קברים איז צווואס פירט מען אהן ביליגע ליצנות הן אין די בלאט א לענגערע צייט ביז'ן פרשת בית שמש גאר גאר נידריגע ליצנות און זלזול באתר''ק הגם ניש מגין זיין אבער לכה''פ ניש טון וואס די אלע שונאי כל טהרה בארה''ק טיען
הן די מערכת פון קול סאטמאר האט געהאט א גרויסע יד בליצנות של אתר''ק און דער קונטרס בשם די קונים קעגן אתר''ק האבען זיי מחבר געווען די טעיפ'ס דערפון האבען געהערט עטליכע ממחנינו
נאכאמאל: סאטמאר האט קיין שום שעובד צו אתרא קדישא! זערא! ביי מיר זענען זיי פונקט ווי משביע אין בארא פארק,.................
ובנוגע חונף זיין חב''ד מ'האט עד היום אין ערגעץ ניש געמאכט א אויפנאמע און וויזיט פון חב''ד פארטרעטער אזעלכע סארט שריט קוקט אויס ווי חנפענען די גאס היפוך מ'דעת ה'דבר''י
זעהסט האסט מיך נישט געפאלגט, איך בין ברוגז אויף דיך, זיי מוחל גיי און זיי חוקר וואס די ווארט "חנופה" מיינט,
ווען ס'דיר קלאר וועסטו קומען צו די הכרה מעצמך אז דיין קשיא איז קיין קשיא..........
בנוגע ספרדים האט מען פון די גבאי'שע הענט דעליווערט פאר די אינטערנעט א קאפי פון רב עובדי' און זיי האבען געמאכט דערפון צימעס צו וואס פעלט אויס אזעלכע שטיק פאר סאטמארע אידען
יו גאט דו בי קידינג מי!!!! דאס האסטו געמיינט מיט "ש"ס פארטיי"??? א פיקטשער פון א חתימה אויף די וועב??? ס'טוט מיר באמת וויי אז א ערוואקסענע מענטש קען אפי' קאנסידרן אזא שטות ווי א אישו.................
מה שנוגע ל'בעלז האב איך געהערט פון אדמו''ר מהר''א די דרשה איבער א באזיך וואס דאס האט א פנים פארוואס
וה''ה רבי ש''ש האט עס מסביר געווען אז עס מיינט נישט שלום.
אבער צו וואס פעלט אויס אזא קירוב ווי מהאט געטון אין לאנדאן מאכען גאנצעטע כיבודים פאר זיי און דער בעלזער הייסט זיין ציבור קומען צום טיש.
כ'מיין וויפיל איז דער שיעור פון מ'דארף?
אלו דברים שאין להם שיעור, ווען א מענטש קומט צו דיר ווארפט מען איהם נישט ארויס, קיינמאל,ביטע ס'עגבערט מיר באמת זייט מסביר צו וואס רביה''ק האט'ס ניש גורס געווען אזעלכע דברים פשוטים
נאר,,פרייליךיישר כוח פאר'ן אוועק געבן פון אייער טייערע צייט עדיין לא הבנתי ווען די האסט עפעס קלארער און בעסערע רייד ביטע שיקט מיר עס אריין
תזכו למצוות
SKA מיידלעך.. האט איר שוין געהערט דערפון? איך אויך נישט. ביז די וואך האב איך געלייענט אין די "בינה" מאגאזין איבער זיי - זיי שטאמען פון א גאר מאדערנע בעקגראונד, און זיי האבן זיך לעצטנס ארויסגעלאזט אויף א "טור" פאר א 2-3 טאג איבער די היימישע אידישע צענטערן, סיי חסיד'ישע, ליטווישע, און נאך, און זיי געבן איבער א קורצן רעפארט פון יעדע פלאץ ווי זיי האבן באזוכט, און זייערע אימפרעשאנס.
דא האט איר דעם אויסשניט פון דעם באזוך אין סאטמאר, וומסב"ג:
.
📎 BINAH.jpg
נאר,,פרייליך
מי לנו גדול פין דר. דעהאן וואס איז געפאלען פאר א קרבן צו די רוצחים פאר'ן בלויזען חטא פין זיי שטיין אין וועג
טא וואס איז די גרויסע ווינדער אז סאטמאר רב זאל נחרץ ווערן דינו ווי דעהאן הי''ד?
די ציונים זענען טאקע באגאנגען רציחה (עי' הקמת המדינה ערך אלטלנה). אבער דעהאן (ריכטיגע אויסלייג: דע האאן) האט געהאט א דין ווי א מסור, און עס איז זיך אים געקומען.
ווי אויך איז זיך איהם געקומען מיתה ווייל ער געווען א הומו.
אויב דו גייסט אנהייבן צי הרג'ענען הומואים, קענסטו אויס'הרג'ענען פופציג פראצענט פון די בחורים.
@קהלס נער, אבי גערעדט, אויף וויפיל איך ווייס איז נישטא קיין מ"ז צווישן די בחורים, משא"כ דיהאן.
Re: סאטמאר, איר מהות און איר אייגנארטיגקייט.
ר' זופי: זעיט אויס אז די ביסט שוין ארויס פון ישיבה פאר דרייסיג יאר ציריק און/אדער ביסטו געוועין פון די תמימות'דיגע בחורים, איך בין נאך געוועין אין ישיבה פאר 5 יאר ציריק. (פיפציג פראצענט איז טאקע איבער געטריבען, אבער די תופעה איז קאי וקיים)
Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk
יאך בין געווען אין ישיבה נאך דיר..........
איך האב גערעדט פון געהריג מ"ז נישט סתם קינדערישע השגות.....חוץ מזה וואס א בחור וואס גיבט זיך אויס מיט א צווייטן ווערט נאכנישט קיין הומו, סאיז פשוט מחמת חוסר ברירה........
Re: סאטמאר, איר מהות און איר אייגנארטיגקייט.
זעיט אויס אויס אז די ביסט געוועין פון די תמימות'דעגע בחורים, סתם זיך ארומשפילן זענען אסאך מער איך וואלט געזאגט ניינציג פראצענט, און מ"ז דאורייתא איז אויך דא אין ישיבות, נאר דעיס באהאלט מען אסאך מער וועיגן דעים ווייסטו נישט.
Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk
קהל'ס נעראויב די גייסט אנהייבן צי הרגענען הומואים, קענסטו אויסהארגענען פופציג פראצענט פון די בחורים.
נאך צען פראצענט קען מען הארגענען וועגן מסירה, די איבעריגע קען מען לייגן אין חרם און דערנאך מקיים זיין מיט זיי דעם פסוק כל חרם אשר יחרם מן האדם לא יפדה מות יומת און פטור אן עסק.
אוי ביסטו גוט[emoji3][emoji3][emoji3][emoji3]
boxcoverקאווע טרינקערשמעקעדיג, ווי גרעסער א קהילה אלץ מער דיינים און שקצים. והוא מחוקי הטבע.
בנוגע חסד, הצלה דורך דער סקולענע חסיד ר' הערשל וועבער , און שומרים דורך ר' משה האפמאן, א פאפא חסיד.. נישט קיין נפק"מ. אבער כ'האב שוין אמאל געשריבן דא, אז די איין קליינע ביקור חולים באס קען נישט דעקן די פעסער בלוט וואס סאטמאר האט פארגאסן.
שוין, א גוטע נאכט.
לויב דעם באשעפער אז דו ביזט נאך קיינמאל נישט געווען א פאציענט אין שפיטאל. ווען יא ח״ו, וואלסטו נישט געזאגט
איין קליינע ביקור חולים באס.
קאווע טרינקער: די צד שכנגד (ולא כדאי לפורטם) האט אויך נישט ווייניג פעסער בלוט פארגאסן. און זיי קענען די מלאכה פונקט אזוי גוט. נאר זיי האבן אויכעט ליעב די..."וויקטים מענטאליטי"... נעבעך אונז שעפעלעך זעמיר די וויקטימ'ס פון סאטמאר...!
ומעשה שהיה. איך בין אמאל אריין אין א סטאר (וועלכע, איך האב שפעטער אויסגעפונען באלאנגט פאר א בעלזא'ער חסיד) און געוואלט קויפן ..."דער בלאט".. וואס ער האט .."פונקט"...נישט געהאט. רופט ער זיך אן צו זיין חבר וואס איז דארט געשטאנען..."סיי"... מיינענדיג מיך/סאטמאר...עפעס בלשו חוזק...דער נעבעכ'דיגער וויקטים איז א וויקטימייזער...!