☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » המונקאטשער רב וברכותיו

המונקאטשער רב וברכותיו

99 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4347
בלאט: 1 2

סאו וואט » מיטוואך יולי 24, 2013 11:20 am

· #135852
המונקאטשער רב וברכותיו
ידוע העובדא ביים מנחת אלעזר, אז ער האט געקענט זאגן פארן מאכען קידוש, א שלאק זאל באטרעפען דו אלע רעביס, און זיך גענומען שרייען מיט באנומענע קולות יום הששי
ולכן ירדתי לגנים ללקוט בשושנים דו אלע ניקס וואס ער האט באשאנקען פאר גדולי ישראל, ועל המוסיף יוסיפון לו

הדעת סופר: א דעת סופר א טעות סופר

המהרי"ץ דושינסקי: דושינסקי- דא שטינק'סטו (לגבי האגודה בראשית ימיו)

השערי הישר מליסקא: א ספר תורה שכתבו מין.. (קרעדיט ליסקא, והשערי הישר ענו אותו על אתר נא נא מצא מין את מינו...)

אויפ'ן שטאט דעברעצין: דאס איז מדבר צין...
והמעשה שהיה כך היה, כן סיפר הרב שליט"א מחסידי מונקאטש שהתגורר בדעברעצין: דער מנחת אלעזר איז געקומען וויילען און דעברעצין, און איינמאל האט ער געהאלטן א דרשה, והגאון רבי שלמה צבי שטראססער זצ"ל המרא דאתרא ואבדק"ק דעברעצין האט זיך אנגערופן אונדערמיט, און געפרעגט א קשיא, והמנחת אלעזר האט כסדר מיט זיינע באקאנטע ניגון געזאגט: און מיטן דרשה פרעגט מען נישט אריין, בתנועה הידועה, ולכבודו של המרא דאתרא, זענען אלע יודען ארויס פון ביהמ"ד, חוץ הגאון הנ"ל, דעמאלס האט זיך המנחת אלעזר אזוי אנגערופן.

אגב אויפ'ן שטאט קאבא (באונטערלאנד אצל דעברעצען) , האט ער געהאט גוטע חסידים מיט געלט, האט ער געזאגט: מה אקוב לא קב"ה קל: קאבא גייט ער נישט שעלטען...

diff » מיטוואך יולי 24, 2013 12:08 pm

· #135872
מי האיש החפץ חיים

ידען » מיטוואך יולי 24, 2013 12:18 pm

· #135876
diff
מי האיש החפץ חיים

וואס האט ער געזאגט אויף די חפץ חיים?.....

diff » מיטוואך יולי 24, 2013 12:38 pm

· #135882
Who is he

קרעמער1 » מיטוואך יולי 24, 2013 1:46 pm

· #135910
שמעתי אז ער האט איהם גערופן דער משנה ארורה

אגב, דעם "ערוך השלחן" פלעגט ער אנרופן א פארקערטער שלחן ערוך. (לכאו' ווייל ער איז מתיר צו מאכן א ברכה קעגן אייגענע האר)

די וועלט טראגט ארום א מעשה אז ער האט געזאגט פאר א סאטמארער חסיד, נאך ווען דער דב"י איז געווארן רב אין סאטמאר, אז א'רשיווע ק'ראלע ס'אטמאר איז ר"ת אק"ס.
האט מען צוריקגעזאגט אז מונקאט"ש איז בגי' שו"ר.
איר קענט דאס אויסרעכענען: חושבנא דדין כחושבנא דדין... אהן קיין כולל'ס וכדו'

קינות גירושין » מיטוואך יולי 24, 2013 2:44 pm

· #135921
קלאצענבערגער
אוי סארי דער האט סאטמערער (נישט) געזאגט אויף קלויזנבורג
עקסטער אשכול פאר הרב מסטמר?

חלום » מיטוואך יולי 24, 2013 2:49 pm

· #135922
קינות גירושין
קלאצענבערגער
אוי סארי דער האט סאטמערער (נישט) געזאגט אויף קלויזנבורג
עקסטער אשכול פאר הרב מקלוזנבורג?

יכלה הזמן והם לא יכלו

משמרת » מיטוואך יולי 24, 2013 2:59 pm

· #135924
צוריק געעפנט. נאך בעראטונג מיט די אחראים.

איך אויך » מיטוואך יולי 24, 2013 6:28 pm

· #135970
קלוגע דיסיזשען ,און מען בעהט טאקע די חכמים ונבונים זיך צו האלטן מיט רעספעקט.

יעדער פון אונז ווייסט אז דער מנח"א איז געווען א שארפער טיפ און האט זיך געקרוגט מיט כל מה שזז ,מען קען דא פארציילן מעשיות אויף א נארמאלע אופן ,זיין כבוד וועט מיט גארנישט פארמינערט ווערן.

קאווע טרינקער » מיטוואך יולי 24, 2013 7:28 pm

· #135984
איך האב געשריבן א תגובה, אבער ווען כ'האב געקליקט "שיק" איז שוין דער אשכול געווען פארשפארט.

וואס איך האב געוואלט זאגן, ווען א נייע ניקס' רוב תגובות זענען איבער איין נושא, איז דאס מעורר א חשד, אז ער איז דא מיט א מישען. ודוק.
ועוד, דער מונקאטשער רב איז געווען א ריז, זיין קנאות איז גראדע פון די שוואכע מעלות זיינע.
צו מאכן א ליקוט פון די סארט אויסדרוקען וואס זענען ווייניגער פון א פראצענט פון וואס דער מענטש האט גערעדט און געשריבן, איז א זלזול באדם גדול. בפרט ווען דער אשכול איז נישט אויפן מנחת אלעזר בכלל, נאר פאר די ענין בפרט.
יעצט איז נאר די שאלה, צו מעג מען מזלזל זיין אין א גדול בישראל?

סאשי פיש » מיטוואך יולי 24, 2013 7:32 pm

· #135986
ביי מיך איז ער אויך זייער פארדעכטיגט!!

נאר ארפצורייסען יעדע גדול בישראל!!

קרעמער1 » מיטוואך יולי 24, 2013 7:33 pm

· #135987
ס'אינטרעסירט מיר נישט דעם ניק'ס מאטיוון, אבער לפענ"ד הייסט דאס בכלל נישט קיין זלזול.
מונקאטשער רב איז געווען בשיטה גאר א שארפער קנאי. ס'איז נישט קיין סוד און בכלל נישט קיין פחיתת הכבוד.
מיין זיידע איז געקומען פון מונקאטש, און ער פלעגט כסדר נאכזאגן פון זיינע שארפע מאמרים

נאר אודאי דארף מען זעהן צו האלטן דעם אשכול אין די ראמען - ווי איבעראל

----

אז מ'רעדט פון מונקאטשער רב'ס ברכות, ווי קען מען נישט דערמאנען די באקאנטע פייערדיגע ברכה פאר די יודן אין אמעריקע

(אין דעם פאלגנדן קליפ, אנגעהויבן פון 1:00)

"שבת זאגט אבער תוס' פון מדרש, שבת איז נאר איינער, ס'האט נישט קיין דוגמא.
זאג איך ענק מיינע ברודער אין אמעריקע: עטס זאלטס האלטן שבת, וועט ענק גוט זיין!
מ'מיינט נישט שבת מיטן דאווענען. היטס אפ דעם שבת. עטס קאנטס האלטן שבת!
"

<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=N_f25XPm4G8">http://www.youtube.com/watch?v=N_f25XPm4G8</a>

סאשי פיש » מיטוואך יולי 24, 2013 7:45 pm

· #135994
דו ביסט נישט אנדערש ווי עם אז דו רייסט אראפ סאטמערע רבי!!!
ווי קומט ער בכלל אריין דא אין פיקטשער??

איך אויך » מיטוואך יולי 24, 2013 7:52 pm

· #135997
קרעמער1

אז מ'רעדט פון מונקאטשער רב'ס ברכות, ווי קען מען נישט דערמאנען די באקאנטע פייערדיגע ברכה פאר די יודן אין אמעריקע

(אין דעם פאלגנדן קליפ, אנגעהויבן פון 1:00)

"שבת זאגט אבער תוס' פון מדרש, שבת איז נאר איינער, ס'האט נישט קיין דוגמא.
זאג איך ענק מיינע ברודער אין אמעריקע: עטס זאלטס האלטן שבת, וועט ענק גוט זיין!
מ'מיינט נישט שבת מיטן דאווענען. היטס אפ דעם שבת. עטס קאנטס האלטן שבת!
"

<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=N_f25XPm4G8">http://www.youtube.com/watch?v=N_f25XPm4G8</a>

יא עם. גי. עם. אז עם געקומען דרייען א קאפ (און אריינגערוקט אפאר טאלער פאר וועם מען האט געדארפט) אז די אידן אן אמעריקא ווילן הערן א מעסעדש פון עם.. אן ער האט נעבעך געגלייבט. יא פונקט אויף שמירת שבת האבען זיי געוואלט הערן פון עם און פונקט דורך עם. גי. עם.

קאווע טרינקער » מיטוואך יולי 24, 2013 7:52 pm

· #135998
די סיבה פארוואס איך האב גענומען די מיה איבערצושרייבן מיין תגובה, איז ווייל איך האב געלייקט משמרת אויף זיין הודעה איבער פארמאכען דעם אשכול. - והנה, פלוצים זעה איך ווי קאווע טרינקער לייק'ט א נייע הודעה וואס מעלדט איבער דאס וויכטיגקייט פון דעם אשכול.. און ס'שטייט ניטאמאל אז דאס איז געווארן רעדאגירט (מטבע הדברים, ווייל קיינער האט נישט מגיב געווען פארן מגיה זיין). דאס איז ווי נעמען חתימות און דערנאך טוישן די קול קורא..
פארשטייט זיך אז די לייק האב איך אראפגענומען און אוועק געלייגט למשמר"ת למשמרת.

ידען » מיטוואך יולי 24, 2013 10:04 pm

· #136022
ווער איז משה אלי עסטרייכער וואס האט ליעב ספרים?

בדרך אגב, עפעס א פרשה איז געוועהן מיט מונקאטש און בעלז.

קאווע טרינקער » מיטוואך יולי 24, 2013 10:21 pm

· #136028
ידען
ווער איז משה אלי עסטרייכער וואס האט ליעב ספרים?

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/114118">viewtopic.php?p=114118#p114118</a><!-- l -->
ידען
בדרך אגב, עפעס א פרשה איז געוועהן מיט מונקאטש און בעלז.

דו פרעגסט? אהרונים/זאלונים, [/tag]/45, לויפער/אריזאונע, קענען זיך פארשטעקען פאר בעלזא/מונקאטש.

אביגדור » מיטוואך יולי 24, 2013 10:32 pm

· #136032
פרשה הידועה. ראה באוצר החכמה.

ידען » מיטוואך יולי 24, 2013 11:06 pm

· #136044
איך ווייס נישט וויזוי צו זוכען

קאווע טרינקער » מיטוואך יולי 24, 2013 11:38 pm

· #136057
עולמו של אבא, האט איר שוין געליינט?

משה געציל » דאנערשטאג יולי 25, 2013 12:02 am

· #136070
די רבי' זי'"ע האט כמה פעמים געזאגט אז עולמו של אבא מיט בעמח"ס יואל ב' איז געקנאטן פונעם זעלבן טייג. בפירוש'ע מושיען של ישראל.

סאו וואט » דאנערשטאג יולי 25, 2013 12:03 am

· #136071
אגב לענין הקליף הידוע של שמירת שבת אצל חתונת בתו מסר לי החסיד הנ"ל מחסידי מונקאטש שהתגורר בדעברעצין,:
אז דער גאנצע קליף איז צו פאר דאנקען ר' יחזקאל שליססעל שהוא היה בן הדומ"ץ במונקאטש הגאון רבי דוד שליססעל זצ"ל
וואס ער איז געוועהן א בעה"ב מיט אפאר דאללער, און נאנט מיטן מנחת אלעזר, און ער האט עים צוגרעד דערפאר,.

אגב סיפר לי הנ"ל אז דער קליף וואלט געדארפט זיין סאך לענגער, נאר ס'פארברענט געווארן א טייל או נאבד

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יולי 25, 2013 12:14 am

· #136074
זאג, איר קענט נאך רעדאגירן דעם אשכולס' נאמען?

דעת תורה » דאנערשטאג יולי 25, 2013 12:44 am

· #136087
[ציטאט אראפגענומען]


אפשר איבערגעדרוקט. לפי זכרוני איז ער נישט געווען דער אריגינעלער מוציא לאור. (איך ווייס, ס'איז א קליק אוועק. מען קען עס זייער גרינג נאכקוקן. איך בין אבער פויל אריין צו קלאפן אין גוגל און אויפמישן דעם שער בלאט. אוי, ווען וועט שוין ארויסקומען עפעס א טעכנאלאגיע צו פארגרינגערן אזא שווערע טעסק? 🙂 )

דעת תורה » דאנערשטאג יולי 25, 2013 12:46 am

· #136088
סאו וואט
אגב לענין הקליף הידוע של שמירת שבת אצל חתונת בתו מסר לי החסיד הנ"ל מחסידי מונקאטש שהתגורר בדעברעצין,:
אז דער גאנצע קליף איז צו פאר דאנקען ר' יחזקאל שליססעל שהוא היה בן הדומ"ץ במונקאטש הגאון רבי דוד שליססעל זצ"ל
וואס ער איז געוועהן א בעה"ב מיט אפאר דאללער, און נאנט מיטן מנחת אלעזר, און ער האט עים צוגרעד דערפאר,.

אגב סיפר לי הנ"ל אז דער קליף וואלט געדארפט זיין סאך לענגער, נאר ס'פארברענט געווארן א טייל או נאבד


די לאנגע ווערסיע וואס דעקט די גאנצע שטאט מונקאטש על כל פלגיה וזרמיה, איז מצוי ביו טיוב. אדער מיינט ער אז עס וואלט געדארפט זיין נאך לענגער.

לאליפאפ » דאנערשטאג יולי 25, 2013 1:44 am

· #136106
דו האלטסט טאקע אז דער מונקאטשער רב איז נישט געקומען צו אן אייביגע רוה וועגן דעם קליפ?
אדער עכ״פ ר׳ מאטעלע וויזשניצער האלט אזוי?

איך אויך » דאנערשטאג יולי 25, 2013 8:59 am

· #136128
עס איז פשוט ביותר ער האט זיך געפילט אפגענארט. ווער עס פארשטייט נישט די אבסורדקייט אז 'מונקאטשער רב' זאל שיקען א מעסעדש קיין אמעריקא דורך די 'טעלעוויזיע' איז דאך נישט שייך צו עם צו רעדן.

לאליפאפ » דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:17 am

· #136155
אהה! כ׳האגעמיינט אז ער האט געהאט א פראבלעם אז מ׳האט אפגעכאפט זיין צורה, ווייל טאמער ביסטו גערעכט אז זיין פראבלעם איז געווען די אבסורדקייט פון די שפיצל, דאן וואס העלפט אז ער באקומט דעם קליפ? בד״וו מיין איך אז עס איז נישט געווען קיין טעלעוויזיע נאר א פריוואטע קאמפאני וואס האט געוואלט מאכן ווידיו פונעם אידישן לעבן, און זיי האבן געפיקט דעם טאג וואס׳ע רב מאכט חתונה. כמיין.

diff » דאנערשטאג יולי 25, 2013 12:09 pm

· #136199
קרעמער1
.
אז מ'רעדט פון מונקאטשער רב'ס ברכות, ווי קען מען נישט דערמאנען די באקאנטע פייערדיגע ברכה פאר די יודן אין אמעריקע

(אין דעם פאלגנדן קליפ, אנגעהויבן פון 1:00)

"שבת זאגט אבער תוס' פון מדרש, שבת איז נאר איינער, ס'האט נישט קיין דוגמא.
זאג איך ענק מיינע ברודער אין אמעריקע: עטס זאלטס האלטן שבת, וועט ענק גוט זיין!
מ'מיינט נישט שבת מיטן דאווענען. היטס אפ דעם שבת. עטס קאנטס האלטן שבת!
"

<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=N_f25XPm4G8">http://www.youtube.com/watch?v=N_f25XPm4G8</a>



This video is a big siyata dishmaya. It shows how fardorben munkatch city was, when he sent letters to all rabbis telling them how to be mechanech

דולה ומשקה » דאנערשטאג יולי 25, 2013 12:42 pm

· #136210
סאו וואט
המהרי"ץ דושינסקי: דושינסקי- דא שטינק'סטו (לגבי האגודה בראשית ימיו)


די מעשה איז געוועהן: איידער די חתונה פון זיין טאכטער איז ער אריבער בעטן מחילה פון עטליכע רבנים אויף וועמען ער האט גערעדט אביסל שארף, בתוכם המהרי"ץ דושינסקי וועמען דער מונקאטשער רב האט שטארק אראפגעריסען נאכדעם וואס ער האט איהם געבעטן זיך אפצוזאגען פון זיין א מיטגלידער פון דער אגודת ישראל. ווען דער מנחת אלעזר איז יעצט געקומען בעטן מחילה, האט איהם הגרי"ץ דושינסקי צוריקגענפערט "איהר גייט יעצט מאכען א לופט רייזע?", דהיינו דו האסט א וועלט מיט רבנים פון וועמען צו גיין בעטן מחילה... דער מנחת אלעזר האט זיך געפילט שטארק געטראפען פון אזא אנטווארט, כאילו מ'מאכט דא חוזק פון איהם, האט ער זיך געגעבען א שטעל אויף און געזאגט "דא שטינקסטו", כלשון נופל על לשון, און ער איז ארויס פון דעם שטוב.

דעת תורה » דאנערשטאג יולי 25, 2013 2:48 pm

· #136257
איך אויך
עס איז פשוט ביותר ער האט זיך געפילט אפגענארט. ווער עס פארשטייט נישט די אבסורדקייט אז 'מונקאטשער רב' זאל שיקען א מעסעדש קיין אמעריקא דורך די 'טעלעוויזיע' איז דאך נישט שייך צו עם צו רעדן.


איך פארשטיי נישט די אבסורד. ער האט קלאר געמיינט - לויט די לעגענדע - אז בשעת ער רעדט הערן און זעהען אים אידן אין אמעריקע. טעלעוויזיע האט נאך נישט געקענט זיין אסור דעמאלטס, ווייל א איסור איז נישט חל אויף א דשלב"ע. טעלעוויזיע האט נאך דאן נישט עקזיסטירט.

שמו יגער » דאנערשטאג יולי 25, 2013 5:09 pm

· #136347
דעת תורה
איך אויך
עס איז פשוט ביותר ער האט זיך געפילט אפגענארט. ווער עס פארשטייט נישט די אבסורדקייט אז 'מונקאטשער רב' זאל שיקען א מעסעדש קיין אמעריקא דורך די 'טעלעוויזיע' איז דאך נישט שייך צו עם צו רעדן.


איך פארשטיי נישט די אבסורד. ער האט קלאר געמיינט - לויט די לעגענדע - אז בשעת ער רעדט הערן און זעהען אים אידן אין אמעריקע. טעלעוויזיע האט נאך נישט געקענט זיין אסור דעמאלטס, ווייל א איסור איז נישט חל אויף א דשלב"ע. טעלעוויזיע האט נאך דאן נישט עקזיסטירט.

נאך נישט עקזיסטירט????אפשר איז עס נאך נישט געווען אין באנוץ אין גרויסען אבער א כלי האט מען שוין דעמאלסט געקענט קויפןjust to set the fact and history staight

איך אויך » דאנערשטאג יולי 25, 2013 6:35 pm

· #136377
דולה ומשקה
סאו וואט
המהרי"ץ דושינסקי: דושינסקי- דא שטינק'סטו (לגבי האגודה בראשית ימיו)


דער מעשה איז געוועהן: איידער דער חתונה פון זיין טאכטער איז ער אריבער בעטן מחילה פון עטליכע רבנים אויף וועמן ער האט גערעדט אביסל שארף, בתוכם המהרי"ץ דושינסקי וועמען דער מונקאטשער רב האט שטארק אראפגעריסען נאכדעם וואס ער האט איהם געבעטן זיך אפצוזאגען פון זיין א מיטגלידער פון דער אגודת ישראל. ווען דער מנחת אלעזר איז יעצט געקומען בעטן מחילה, האט איהם הגרי"ץ דושינסקי צוריקגענפערט "איהר גייט יעצט מאכען א לופט רייזע?", דהיינו די האסט א וועלט מיט רבנים פון וועמען ער קען גיין בעטען מחילה. דער מנחת אלעזר האט זיך געפילט שטארק געטראפען פון אזא אנטווארט, כאילו מ'מאכט דא חוזק פון איהם, האט ער זיך געגעבען א שטעל אויף אין געזאגט "דא שטינקסטו", כלשון נופל על לשון, אין ער איז ארויס פון דער שטוב.

ואני שמעתי הסיפור כך: דער מנח"א האט כמעט קיינמאל נישט איבערגעבעטן אבער צו איין רב [מונח בזכרוני אז דאס איז געווען דעם לבושי מרדכי אבער כ'בינישט הונדערט פראצענט זיכער] האט ער אמאל געשיקט צוויי שליחים ,פרעגט דער רב די שליחים זאגטס איר פארט אזוי ארום מעיר לעיר ומכפר לכפר?

דעת תורה » דאנערשטאג יולי 25, 2013 7:19 pm

· #136387
שמו יגער
דעת תורה
איך אויך
עס איז פשוט ביותר ער האט זיך געפילט אפגענארט. ווער עס פארשטייט נישט די אבסורדקייט אז 'מונקאטשער רב' זאל שיקען א מעסעדש קיין אמעריקא דורך די 'טעלעוויזיע' איז דאך נישט שייך צו עם צו רעדן.


איך פארשטיי נישט די אבסורד. ער האט קלאר געמיינט - לויט די לעגענדע - אז בשעת ער רעדט הערן און זעהען אים אידן אין אמעריקע. טעלעוויזיע האט נאך נישט געקענט זיין אסור דעמאלטס, ווייל א איסור איז נישט חל אויף א דשלב"ע. טעלעוויזיע האט נאך דאן נישט עקזיסטירט.

נאך נישט עקזיסטירט????אפשר איז עס נאך נישט געווען אין באנוץ אין גרויסען אבער א כלי האט מען שוין דעמאלסט געקענט קויפןjust to set the fact and history staight


איר רעדט מסתמא פון ווידיא, וואס די טעכנאלאגיע האט שוין עקזיסטירט אינגרויסן פאר לאנגע יארן. טעלעוויזיע דהיינו לייוו בראדקעסטינג פון נייעס און שוי'ס איז דאן נאך נישט געווען. טשעק אוט יור סטרעיט פעקטס.

געפילטע פיש » דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:42 pm

· #136431
גערעכט, די חתונה איז פארגעקומען אין יאר 1933, צוויי יאר פאר טעלעוויזיע איז אריין אין באנוץ, אום 1935. ביי די 1936 אולימפיקס אין בערלין, האט מען געקענט מיטהאלטן לייוו אין בערלין און אין לייפציג. און שפעטער יענע יאר, האט די BBC, די ערשטע פובליק TV סטאנציע אנגעהויבן צו בראודקאסטן זייער סטעישען.

ס'מיר טאקע אינטערעסאנט, ווייל ס'איז אנגענומען אין די גאס אז דאס איז געווען אויף טעלעוויזיע, און איז געוויזן געווארן אין אמעריקע. איי געס מ'קען נישט אלעס גלייבן.

דעת תורה » פרייטאג יולי 26, 2013 1:14 am

· #136473
ס'איז אינטערעסאנט וואס דו שרייבסט וועגן BBC, באמת זיי זענען (אויך?) א ראדיא סטאנציע, אפשר ראדיא באריכטן האבן זיי דעמאלטס אנגעהויבן. ווייל לפי מיטב ידיעתי איז טעלעוויזיע אריין אין באנוץ - אמווייניגסטנס דאהי אין אמעריקע - ערשט אין טרומאן'ס צייטן. (הגם עס איז מעגליך אז די אלימפיקס זענען געווארן לייוו בראדקעסט קיין בערלין דורך די טעכנאלאגיע, אבער קיין אפיציעלע סטאנציעס מיט צוהערער איז נאך נישט געווען). איי געס מען וועט ברויכן א גוגל טאן.

לאליפאפ » פרייטאג יולי 26, 2013 6:41 pm

· #136576
געפילטע, זאג כאטש ווער סאיז גערעכט... דזשאסט קידינג

געפילטע פיש » זונטאג יולי 28, 2013 12:44 am

· #136623
די ערשטע קאמערציאלע ראדיא בראדקאסט איז פארגעקומען אין יאר 1920, הערשט צוויי יאר שפעטער האט זיך די BBC געגרינדעט, און אנגעהויבן בראודקאסטען אין 1922.

אבער דעת תורה איז גערעכט, אז די ברייט באנוץ ביים אלגעמיינע באפעלקערונג האט זיך ערשט אנגעהויבן אין די טרומאן צייטן, צירקע '48. אין 1946 האט נאר א האלבע פראצענט פון אמעריקע געהאט TV'ס אינדערהיים, אבער אכט יאר שפעטער, אין 1954 האט שוין 55% געהאט, און אכט יאר דערנאך האט שוין 90 פראצענט געהאט.

איך אויך » זונטאג יולי 28, 2013 12:56 am

· #136633
איינער האט דען געזאגט עס איז געווען לייוו? לאמיר זאגן מען האט עס געוויזן אין אמעריקא צוויי וואכן שפעטער ,יעצט איז שוין גוט?

שמו יגער » מאנטאג יולי 29, 2013 4:55 pm

· #137139
קאווע טרינקער
עולמו של אבא, האט איר שוין געליינט?

אמאל האט מען גערופן דעם ספר עולמו של באבע כידוע האט ער דארט שיינע טעותים אין פאקטן, יחוס של רבנים, ועוד אבער אז ער האט אפאר בלעטער אויף די מחלוקת מיינט אז לעבעדיג איז געווען... איז עס אזוי ווי א מראה מקום אז מ׳דארף נאכקוקען ערגעץ אנדערש מה היה בדיוק שם

אשכולות אויפוועקער » פרייטאג מאי 30, 2014 10:03 am

· #203549
אויפגעוועקט
צום יארצייט
זכותו יגן עלינו

יהודי פשוט » מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 3:10 pm

· #357047
בנוגע די ווידיאו פון די חתונה ווי די הייליגן מנחת אלעזר זצוק״ל רעדט צו די אידן פון אמעריקא, מען האט פארן מנחת אלעזר נישט געזאגט אז דאס איז ווידיאו און אויך נישט אז דאס איז לייוו, מען האט איהם געזאגט אז דאס איז א אוידיאו און די אמעריקא׳נער אידן וועלן דאס שפעטער קענען הערן, שפעטער ווען ער איז געוואויר געווארן אז דאס איז געוועהן ווידיאו האט עס איהם גאר שטארק וויי געטוהן, כידוע איז ער געוועהן א מתנגד צו בילדער, עס זענען דא אפאר בילדער ווי מ׳זעהט אז ער פארדעקט זיך ס׳פנים

שבת אחים » מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 3:42 pm

· #357053
אויפן אהבת ישראל זצוק״ל האט דער מנחת אלעזר קיינמאל קיין שלעכט ווארט גערעדט! פארקערט ער האט אים זייער מחשיב געועהן, און ער האט אים יעדע וואך שבת געמאכט א עקסטערע מי שבירך.

סאיז באוויסט די ווארט וואס ער האט געזאגט ווען מ׳האט אים געפרעגט פארוואס ער רייסט אינטער אלע אגודה רבנים אויסער דער אהבת ישראל , האט ער גענטפערט ״ישראל אע״פ שחטא ישראל הוא!״...

זיי זענען ביידע נסתלק געווארן ב׳ סוין, דער מנחת אלעזר א יאר שפעטער ווי דער אהבת ישראל.

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 9:02 pm

· #357095
דעת תורה ויהודי פשוט: עטץ דערמאנטס עטליכע מאל דאס ווארט ווידיאו. דאס איז א טעות. ווייל די טעכנאלאגיע פון ווידיא האט נאך דאמאלס נישט עקזיסטירט. ס'איז ערשט אריינגעקומען אין באנוץ ארום דעם יאר 1980. די רעקארדינג טעכנאלאגיע פון יענע יארן איז באשטאנען פון 16 מילימעטער און שפעטער 24 מילימעטער פילם. די חכמה פון די טעכנאלאגיע איז אז דאס מענטשליכע אויג קען אויפכאפן א בילד אין אן אכטל 1/8 פון א סעקונדע. און אויב עטליכע בילדער (אימידזשעס) לויפן שנעלער ווי אכט אין איין סעקאנד, זעהט עס אויס ווי ס'איז לעבעדיג. ס'רירט זיך...!

ליפא » מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 9:09 pm

· #357097
ווידיא איז זיכער שוין געווען פאר 1980

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 9:16 pm

· #357099
ליפא: איך האב נאכגעקוקט אויף גוגל. און ער/זי פסק'נט אז ווידיא איז ארויסגעקומען אין סוף 1976 אדער אנפאנג 1977. האב איך מיך נישט מיט קיין סך טועה געווען. נאר ס'קען זיין אז ס'איז דא אנדערע פוסקים וועלכע האלטן אנדערש... 😂 😎

דעת תורה » מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 11:36 pm

· #357112
Re: המונקאטשער רב וברכותיו
רבי בערל - כמובן איז די כוונה צו די קאנצעפט פון 'מואווינג אימעדזשעס', וואס פאר די וואס זענען געבוירן נאך 1976 איז דער סינאנים דערפאר ווידיא.

פאר אייער דור דארף מען עס טאקע רופן מואווי אדער פילם.

מיר'ער בחור » דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 7:43 am

· #357117
שבת אחים
אויפן אהבת ישראל זצוק״ל האט דער מנחת אלעזר קיינמאל קיין שלעכט ווארט גערעדט! פארקערט ער האט אים זייער מחשיב געועהן, און ער האט אים יעדע וואך שבת געמאכט א עקסטערע מי שבירך.

סאיז באוויסט די ווארט וואס ער האט געזאגט ווען מ׳האט אים געפרעגט פארוואס ער רייסט אינטער אלע אגודה רבנים אויסער דער אהבת ישראל , האט ער גענטפערט ״ישראל אע״פ שחטא ישראל הוא!״...

זיי זענען ביידע נסתלק געווארן ב׳ סוין, דער מנחת אלעזר א יאר שפעטער ווי דער אהבת ישראל.
פארוואס פארציילט איר נאר א האלבע מעשה ?, די מעשה איז געווען אז די מנחת אלעזר'ס רעבעצין איז געווען אויף אפרוה, אין דארטן איז אויך געווען די אהבת ישראל, אין ערב שבת איז אנגעקומען א הודעה צו די רעבעצין אז די טאכטער די בת יחידה איז זעהר קראנק, איז זי געגאנגען פרייטאג'ס צונאכט'ס צום טיש פונעם אהבת ישראל, אין פארפירט אז זי דארף א ישועה, אין ער האט טאקע צוגעזאגט אז זי וועט געהאלפען ווערן, און נאך שבת ווען זי איז אהיים געקומען האט זי געווארט ביז די טאכטער איז געווארן געזונט, אין ערשט דערנאך האט זי דאס פארציילט פאר'ן מנחת אלעזר, אין נאך די מעשה האט ער אנגעפאנגען צו מאכן יעדע וואך א מי שברך פאר עם די ערשטע, דאס הייסט אז ער פלעגט מאכן יעדע וואך פאר אסאך רבנים מי שברך'ס, אבער די אהבת ישראל איז אייביג געווען די ערשטע, אין די וואך וואס די אהבת ישראל איז אוועק האט ער נישט געהייסן מאכן א מי שברך, אין דערנאך האט מען אויסגעפונען אז בשעת מעשה איזער שוין נישט געווען בין החיים, ( די מעשה ווייסעך נישט ווי אזוי ס'שטימט, וויל כידוע אידאך די אהבת ישראל אוועק מוצ"ש נאך פאר די ר"ת - פארדעם האלט טאקע מהר"א די יארצייט א' סיון - אין א מי שברך האט מען לכאורה געמאכט שבת צופרי ביים ליינען ??? ) אין כידוע אז נאך וואס די אהבת ישראל איז אוועק ביום ב' סיון, האט די מנחת אלעזר געזאגט אז " ער האט זיך אויסגעקליבען א גוטע טאג אין נאכדעם איז ער טאקע אליין אוועק באותו יום , אבער פאר די גאנצע מעשה איז די אהבת ישראל גארנישט געווען בעסער ווי אלע אנדערע אגודה רבנים.

שבת אחים » דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 8:20 am

· #357120
דער אהבת ישראל איז אוועק פרייטיג נאכמיטאג בין השמשות, נישט מוצאי שבת. איך האב קיינמאל נישט געהערט די מעשה מיט זיין טאכטער, ס'איז זיכער אז ער איז געווען זייער נאנט מיטן אהבת ישראל און אים שטארק געלויבט און "קיינמאל" גערעדט א שלעכט ווארט אויף אים, כ'האב עס געהערט פון א "מקור ראשון", מיין טאטע זז"ג האט נאך זיין חתונה געוואוינט טיר ביי טיר אין ווילאמסבורג מיט ר' חיים בער די באוויסטע מונקאטשע גבאי, און ער פלעגט אסאך מאל דאווענען מיט אים אין די דערנעבענדיגע שול און אסאך פארברענגט מיט אים, און פון אים האט ער געהערט ווי דער מנחת אלעזר זאגט אויפן אהבת ישראל "ישראל אע"פ שחטא ישראל הוא". די מעשה מיט ב' סיון גייט אזוי לויט ר' חיים בער וואס איז דארט געווען.

דער אהבת ישראל מיט'ן מנחת אלעזר זענען ביידע געוועהן אויף דאטשע (קארליסבאד לכאורה) און זיי זענען געגאנגען שפאצירן צוזאמען, ווען זיי האבן געדארפט צוריק אהיים גיין און ארויפגיין אויפן וואגן האבן זיי זיך גע'טענה'ט "ווער ס'זאל ארויפגיין ערשט" אויפן וואגן, ביז דער אהבת ישראל האט געזאגט איך וועל ארויפגיין ערשט און דו וועסט גלייך נאכקומען נאך מיר, דער אהבת ישראל'ס עלטסטע זוהן ר' מענדלע ווישעווער איז אויך דארט געוועהן און ער האט שפעטער אויסגעטייטשט אז ס'האט דעס געמיינט, אז זיי האבן זיך גע'טענה'ט ווער סגייט ארויפגיין צום בי"ד של מעלה ערשט.

דער מנחת אלעזר פלעגט מאכן א "עקסטערע" מי שבירך פארן אהבת ישראל, ס'האט גארנישט מיט קיין אנדערע רבנים.

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 12:23 pm

· #357142
אז מ'רעדט שוין פונ'ם מנחת אלעזר. דער מונקאטשער רב, ווער ביניך צו זאגן א מיינונג איבער זיין פערזענליכקייט. הלוואי וואלט איך געווען א מוריטשקע אין זיין חדר הלימוד...!

אבער אעפ"כ...! אז ער איז געווען א גאון עולם און געשריבן גאונ'ישע תשובות. אויך איבער די אנטוויקלענדע טעכנאלאגיע פון זיין צייט. ס'איז ידוע אז ער האט איבערגענומען דאס רבנות אין מונקאטש אפיציעל. דאס הייסט ביי די רעגירונג. נאך בחיי אביו. ווייל זיין טאטע דער שם שלמה האט נישט געקענט באקומען די פאפירן צו זיין דער רב אין מונקאטש.

אויסער זיין עקסטרעמיזם אין פארדאמען א יעדע זאך וואס האט נאר געשמעקט מיט ציונות, איז ער געווען זייער א שטארק צוגעלאזענער און פריינטליכער מענטש. נאר דאס ציונות וכל שום וחניכא דאית ליה האט ביי איהם אנגערירט א נערוו. ער האט איבעראל, סיי אין חומש און סיי אין די גמרא געטראפן רמזים איבער די ציונים און ציוניזם. א שטיקל הסבר קענמען געבן איבער זיין התנגדות. ווייל אין די שטאט מונקאטש זענען די ציוניסטישע ארגאניזאציעס געווען זייער שטארק. און זיי האבן טאקע מעביר געווען על הדת די יוגנט...! האט ער דאס באקעמפט מיט אלע כוחות ווייל ער האט ערשטהאנטיג געזעהן דעם שאדן...!

ס'איז באוואוסט אז דער מונקאטשער רב האט געגעבן פרעסקריפשנס פאר אידן וועלכע זענען געקומען צו איהם און זיך באקלאגט אויף א מחלה. און די אפטייק אין זיין שטאט האט אנגענומען זיינע פרעסקריפשאנס. איך האב גערעדט צו א מונקאטשער איד וועלכער האט נאך געהן דעם מנח"א. האט ער מיר פארציילט אז דער מנח"א האט אמאל געגעבן א פרעסקריפשן פאר א איד וועלכער האט געליטן אויף די אויגן. און דער אפטייקער האטציך געוואונדערט פון וואו דער רב ווייסט שוין פון די מעדעצין. דאס איז געווען א נייע מעדיצין וועלכע איז ערשט ארויסגעקומען אין ווין, עסטרייך...!

אמאל האט ער אליינס געדארפט גיין צו א דאקטער. האבן איהם זיינע מקורבים רעקאמענדירט א דאקטער. אבער יענער איז געווען א פרייער. האבן זיי אין אנפאנג מסופק געווען אז אפשר וועט ער זיי אנשרייען פאר הייסן גיין צו א דאקטער א פושע ישראל. (און אפשר א ציוני אויך.) ווען איינער האט איהם געפרעגט...צו דער רב וויל גיין צו איהם. ער איז דאך א פושע ישראל...? האט דער רב געענטפערט..."וויל איך מיך דען משדך זיין מיט איהם"...?!
בלאט: 1 2