המונקאטשער רב וברכותיו
99 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4347
איך וואלט מעורר געווען אז דער טאטע פון דער מנחת אלעזר איז נישט געווען דער שם שלמה, נאר וויבאלד דא אין שטיבעל איז גאנץ אנגענומען אז וואס פאר א גרייז בערעל מאכט איז אויסגעהאלטען, קען איך נישט.
זיין תשובות אויף טכנולוגיה זענען באקאנט, ווייל זיי האבען געברענגט דער בריסקער רב לידי גיחוך, וכידוע.
זיין חברים דער גאון הגאונים הרב יחיאל יעקב וויינברג מיט הרב אליפנדרי פון ירושלים דארפען אויך באשריבען ווערען.
איך בין נייגעריג וואס פאר א הצלחה ער האט געהאט אין זיין קעמפף קעגען ציונים. דאס ווערטלען האט עפעס אויפגעטוהן? און וואס וועגען זיין קעמפף פאר זיין רבנות, קעגען יעדער איינער וואס האט געקענט זיין א סכנה דערצו? פון בעלזא ביז זידיטשויב ועוד.
ר' חשוב'ער ליטוואק פון בודאפעסט שליט"א ס'קען זיין אז איך האב מיך טועה געווען און דער שם שלמה איז נישט געווען דער טאטע פונ'ם מנחת אלעזר. נאר דער דרכי תשובה. איך האב מיך פארלאזט אז אין פאל איך בין ראנג, איז דאך ב"ה דא דער ליטוואק פון בודאפעסט. און ער וועט מיך שוין כאפן ביי א גרייז... 😂
לגבי די גרויסע גיחוך וואס דעם מונקאטשער רב'ס תשובות איבער שאלות פון טעכנאלאגיע האבן גורם געווען פאר דעם בריסקער רב, דאס אליינס ברענגט איינעם לידי גיחוך. ווייל דער הייליגער בריסקר רב זצ"ל איז נישט געווען באוואוסט אלס גרויסער ענדזשיניר. אלס איידעלער איד. יא. אויך אלס גרויסער קנאי. אבער קיין ענדזשיניערינג דעגרי פון עם.איי.טי. אדער פון איישישאק'ער אוניווערזיטעט מייניך האט ער נישט געהאט. ווען דו קומסט מיר זאגן אז ר' שלמה זלמן אויערבאך ז"ל האט זיך אונטערגעשמייכלט פון דעם מונקאטשער רב'ס ידיעות אין טעכנאלאגיע, קען מען נאך גלייבן. דאס האט נאך עפעס א שוויות. אבער דער בריסקער רב איז ניט געווען באוואוסט אלס גרויסער ידען אין ענדזשיניערינג...!
פאר'ן בריסקער רב איז דער מנחת אלעזר געקומען לידי גיחוך. נישטא ווער ס'זאל לאכן.
ווי עקסטרעם דער מנחת אלעזר איז געווען, אבער אקעגן בריסקער רב לית דין צריך בשש
Re: המונקאטשער רב וברכותיו
נישט וועגען עקסטרעמקייט האט ער געלאכט נאר וועגען דער צושטעל זיינע
ער קלערט ווען איינער זאגט א נדר אין א טעיפ און דערנאך איז ער מתיר נדר און נאכדעם שפילט מען איבער דער טעיפ, צו ער איז מחוייב צו היטען דער נדר. איז עס דען נישט מביא לידי גיחוך?
און לגבי קנאות, דער בריסקער רב איז נישט דער וואס ווערט דערמאנט אין דער איד . זיין קנאות איז ווייט ווייט פון דאס וואס איז באקאנט פון מונקאטשער רב. זיין צונג האט זיך נישט גערינען אויף סיי וועמען. ער האט זיך אויסגעדרוקט שארף אויף געוויסע נושאים.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
די מנחת אלעזר זאגט דאס טאקע ? אקעי דאס איז באמת מאדנע.
לגבי בריסקער רב מיין איך נישט עקסטרעמיזים אין קנאות, איך רעד פון אויסטייטשן הלכה צו די אבסורד.
נהורא נפישא: ווי עסן פארברענטע מצה...וכדו'...!
לאמיר פארשטיין: מונקאטשער רב האט געגעבן פריסקיפשנס צום אפטייק און מען האט עס אנגענומען, וויבאלד ער איז געווען גרויס אין רפואה.
שטעלט אייך פאר ווען היינט זאל זיין א רבי וואס זאל געבן פריסקיפשנס, וויבאלד ער קען דעם פעלד פון רפואה, וואלט געווען איין אפטייק וואס וואלט דאס אנגענומען, אן קיין דיגרי און אן קיין שום רעגירונגס צעטיל אז ער איז באפולמעכטיגט דערויף? - אנדערע וועלטן געווארן!
Re: המונקאטשער רב וברכותיו
שמואל פרימולאמיר פארשטיין: מונקאטשער רב האט געגעבן פריסקיפשנס צום אפטייק און מען האט עס אנגענומען, וויבאלד ער איז געווען גרויס אין רפואה.
שטעלט אייך פאר ווען היינט זאל זיין א רבי וואס זאל געבן פריסקיפשנס, וויבאלד ער קען דעם פעלד פון רפואה, וואלט געווען איין אפטייק וואס וואלט דאס אנגענומען, אן קיין דיגרי און אן קיין שום רעגירונגס צעטיל אז ער איז באפולמעכטיגט דערויף? - אנדערע וועלטן געווארן!
פילן לצורך רפואה וואלט איך גענומען אבער נישט קיין נערוון פילן.
ליטוואק פון בודאפעסט: ווי איז דער מנחת אלעזר דן איבער אזא שאלה ?
שמואל פרימולאמיר פארשטיין: מונקאטשער רב האט געגעבן פריסקיפשנס צום אפטייק און מען האט עס אנגענומען, וויבאלד ער איז געווען גרויס אין רפואה.
שטעלט אייך פאר ווען היינט זאל זיין א רבי וואס זאל געבן פריסקיפשנס, וויבאלד ער קען דעם פעלד פון רפואה, וואלט געווען איין אפטייק וואס וואלט דאס אנגענומען, אן קיין דיגרי און אן קיין שום רעגירונגס צעטיל אז ער איז באפולמעכטיגט דערויף? - אנדערע וועלטן געווארן!
און ווער זאגט דיר אז ס'זאגט עפעס אויפ'ן מנחת אלעזר? אפשר זאגט עס עפעס אויפ'ן אפטייק?
כ'האב איצט אריינגעקוקט אינעם תשובה, ס'איז באמת מגוחך און זייער מאדנע מצד'ן מנחת אלעזר צו קלערן אזוי. איך וואונדער זיך נאר צו וואס דארף מען בריסקער רב דערצו, דאס איז שוין א חסידישע שטיק צו דערמאנען א רבי'ן פאר דברים פשוטים. סיידן אויב אייער כוונה איז טאקע ארויסצוברענגן אז אפילו פארן בריסקער רב איז שוין אזא חידוש איבער די ליניע.
אגב, איז די מנחת אלעזר שטארק מפורסם אלס איינער וואס איז א שטיקל מבקר וואס איז עוקר אסאך חסידישע מנהגים כדאי זיך אראפצושטעלן על טהרת ההלכה. נאר ס'קומט ביי איך אסאך אויס אז זיין חוש הביקורת ענדיגט זיך אויף וואזשנע איינפאלן.
דער אמת איז, איך האב באמערקט די תשובה אלס יונגער בחור און געשמייכעלט ווייטער. אסאך שפעטער האב איך געהערט אז כבר קדמני הבריסקער רב. איך ווייס נאר אז ווען איך מאך סתם חוזק וואלט מען עס נישט געגליכענט.
אויף עמק התשובה קען מען לאכען נאך מער ווי אויף א מאמר פון יואב מיט א תגובה פון קטלא קניא. נאר מה אעשה אז מ'לאזט דא נישט לאכען הויך אויף איהם ווייל ער האט מתיר געווען טראגען אין גאס שבת אין ב.פ. וואס איז מכפר על כל חטא ושטות
Re: המונקאטשער רב וברכותיו
דער מנח"א - און אסאך אנדערע עמו - האבן נישט פארשטאנען די מציאות פון עלעקטריציטעט, הענס די אלע ספיקות צו מען קען יוצא זיין קידוש והבדלה און מגילה דורכן טעלעפאן / טעיפ (היינו הך כמובן).
פאר די אלע וואס לאכען פין מנח"א דא, כ'וויל נישט צושטערען טייער שמחה, אבער א קורצע בליק אין די תשובה ווייזט אהן אז ער וויל נאר ארויס ברענגען אז פונקט ווי עס איז א דבר פשוט אז א נדר ווערט נישט צוריק נדר דורך איבער שפילען די פאנאגראף, איז נישט קיין עוולה איבער שפילען ווי א חזן מאכט א ברכה בשם ומלכות.
כ'פארגין ענק די געלעכטער, אבער טאמער לאכען לאכטס בעסער פין בריסק, ווי די יודעי דבר זאגען אז חידושי ר' חיים אויף'ן רמב"ם איז דא צוויי סארט חידושים, איינס וואס שטייט שוין פין פריערדיגע און ער פראבירט עס קונה צו זיין דורך צולייגען זיינע גדרים, אדער טאמער איז עס באמת זיינס איז עס סתם געהאקט אין טשייניק.
אישתישבי יודעי דבר
ווער זענען דיינע יודעי דבר? איין זאך איז זיכער, אז דו בוסט א גראבע עם הארץ און ס'זעט נישט אויס ווי דו האסט אמאל דורך געלערנט א שטיקל ר' חיים.
אדער דער מנחת אלעזר אדער ר' חיים. אזוי גייט עס.
אינטרעסאנט אז די אונגארישע מאכען געווענדליך פיהל מער חוזק פון דעם מנחת אלעזר ווי די ליטווישע.
בן אדםאישתישבי יודעי דבר
ווער זענען דיינע יודעי דבר? איין זאך איז זיכער, אז דו בוסט א גראבע עם הארץ און ס'זעט נישט אויס ווי דו האסט אמאל דורך געלערנט א שטיקל ר' חיים.
דו האסט זיכער, ווייל האסט געקוקט ווי א האן אין בני אדם.
אגב, איך האב אדורך געלערנט היבש ר' חיים, ווי א סוגיא איז אייביג ר' חיים אויף'ן טיש, אדרבה פרעגט די וואס לערנען אדורך סוגיות צו עס איז נישט אפט אז ר' חיים זאגט "חידושים" וואס שטייען שוין פון פריערדיגע. אוודאי וועט ליטוואק טענה'ן אז ר' חיים זאגט דאך אינגאנצען אנדערש, ס'איז צוויי דינים וכו' מיט אלע באבקעס, אבער ווען מען נעמט די זאך אין די האנט זעהט מען עס קלאר.
זכר לדבר, קוק נאך די גאר באקאנטע חידוש אויף תשביתו און פראביר אויסצורעכענען וואס איז אנדערש פון דעם מנחת חינוך.
ווען ביסט פערטיג קוועטשען און דורך טוהן די נפק"מ ווייל ער גנב'ט דאך נישט, גיי אדורך די סוגיא פין אין בגידין און טוה אדורך דער געוואלדיגע קנאק פון ר' חיים.
ליטוואק פון בודאפעסט
ליטוואק פון בודאפעסט: ייש"כ פאר צו ברענגען דעם פונקטליכן מראה מקום. יעצט אז דער עולם (נישט איך. איך בין דאך אן עם הארץ, א בעל עגלה.) זעה איך נישט מיט וואס די שקלא וטריא איבער די אמת'דיג מאדנע שאלה איז מער מגוחך ווי די שקלא וטריא (ווען ס'קומט הלכה למעשה) צו די יונגלעך נזירים וועלכע זענען געבוירן אין די עיר הטעירעה ו--- לעיקוואוד, יצ"ו. וואס זיי גייען (טעארעטיש) ארום מיט גרויסע טשופס, וועלכע זענען אקעיגן די הלכה (יא, א קלוגער לוטוואק קענזיך דינגען איבער דעם אויך.) און זענען פארבאטן צו טרינקען וויין פון קידוש והבדלה. ווער ס'איז אויפגעקומען מיט אט די וואנזיניגע טעאריעס שטעלט זיך אויס לידי גיחוך...איי. די גמרא אין מסכת נדרים...מיר וועיסן איבער די גמ' אבער ווען סקומט צו דעם פראקטישן זין איז עס א גרויס געלעכטער...ס'שטימט נישט מיט שכל הישר...קעיס קלאוז'ד... 🙄
יא. איין זאך האט די טיפשות ושטות אויפגעטאן. דער בלאט, וועלכער זוכט אייביג אט די שטיקלעך נייעס, האט געהאט גוטע סחורה. ער האט געשריבן אז גאנץ לעיקוואוד גייט אויף רעדער. און דאס איז דער שמועס פונ'ם טאג ביי די תלמידי חכמים...! זייער שרייבער ווייסט אפשר נישט. אדער וויל ער נישט וויסן אז די גאנצע וואנזיניגע, געמאכטער קריזיס איז געבוירן געווארן אין בית הכסא אין בעיסמענטו פון במ"ג. אין קאבינע ...#3
אין מיין עקספיריענס מיט ר' חיים, איינער וואס לערנט א גמרא מיט די רמב"ם און נאכדעם דער ר' חיים, ווערט אינגאנצען איבערגענומען פון זיין סברא און מהלך. ווען ער לערנט אבער פארשידענע מראה מקומות אין די סוגיא, הייבט ער אן צו צווייפלען אויף זיין התפעלות פון ר' חיים. אנדערע זאגען עס שוין, ער מאכט זיך נישט וויסענדיג פון אנדערע שיטות וכו'. ווען אבער מ'לערנט דער סוגיא אינגאנצן מיט די הבנה פון די שיטות און די נפקא מינות, דעמאלס איז מען שוין אסאך מער איבערגענומען פון ר' חיים. מ'זעט שוין וואס און וועמען ער האט געמיינט און אין וועלכע שיטות האט ער געהאנדעלט.
בערעלע, דיר מיינט מען נישט. פאר'ן חוזק מאכען פון א גע'פסקנ'טע הלכה פון שלחן ערוך ביסטו נישט קיין אפיקורס. נאר פונקט אזוי אומוויסענד ווי פריער. פון דיר פאדערט מען גארנישט מער.
ליטוואק פון בודאפעסט: ייש"כ... איך אליינס האב אויכעט אזוי פארשטאנען... די שקלא וטריא איבער ר' חיים'ס איז העכער מיינע השגות און פעי גרעיד. איך וויל מיך בעסער קאנצענטרירן אויף די טאג טעגליכע הלכות פון שולחן ערוך...און נישט אויף קיין שטותים, וועלכע קומען ארויס פון א גאנצע געאגראפישע געגנט אין מזרח אייראפע...ווען די אייבישטער האט געגעבן די תורה, ביניך זיכער אז ער האט נישט מיט געגעבן די אלע פאררוקטע חקירות און טעאריעס און חששות פון די ליטא, אלס הלכה למשה מסיני... 😂 🙄
כמו"ש למעלה, דיר האט מען נישט געמיינט. אז דו ביסט מקבל נזירות איז עס נישט חל. ביסט ניטאמאל א מופלא סמוך לאיש. הר סיני איז דיר נישט אזוי וויכטיג. רבית מאוחרת מיינט, פאר דיר, צוצאלען פאר א מוכר פאר'ן ווארטען אויף זיין געלט. פאר דיר איז אלס גוט.
@berlbalaguleh @ליטוואק פון בודאפעסטאז מען קען זיך קריגן, פארוואס דארף מען זיך שלאגן.
מ'דארף וויסן וויאזוי אפצולערנען א שטיקל פון מנחת אלעזר און טאמער האט מען דעם יסוד ווערן אסאך קשיות פארענטפערט.
דער מנח"א איז געווען א גרויסער שרייבער און אליינס געשריבן זיינע ספרים, נישט געהאט קיין כותב, מגיהים וכו'. ס'איז אים בייגעפאלן א חידוש אדער א טייטש האט ער עס פארשריבן, און ווען ס'האט זיך אנגעזאמעלט גענוג האט ער עס געלאזט דריקן. אזוי איז ארויסגעקומען זיין ספר דברי תורה.
די זעלבע איז מיט זיינע תשובות. אודאי זענען דא אזעלכע וואס ער האט אויסגעארבעט און גוט דורכגעטון פאר ער האט עס געשריבן, אבער אסאך האט ער אפגעשריבן באלד נאכ'ן ערהאלטן די שאלה און ער האט אפגעשריבן וואס איז אים דורכגעלאפן אין מחשבה בשעת מעשה. ליטוואק לייגט עס אראפ כאילו ער האט זיך ארומגעדרייט מיט די ספק פאר וואכן לאנג און זיך געבראכן קאפ אויף דעם.
דער מנחת אלעזר האט גוט צוגעפיקסט ר' אהרן, און די בעלזער קענען אים נישט מוחל זיין.
ווען ר' אהרן האט געוואוינט אין מונקאטש, האבן זיינע חסידים געמאכט פיל עגמת נפש פאר דער מנחת אלעזר, האט ער גערופען ר' אהרן צו דין תורה, פארשטייט זיך אז ער האט איגנארירט כדרכו, צו ווייל ער האט נישט געקענט ליינען אדער פארשטיין, אדער ווייל ער האט געליינט פון לינקס אויף רעכטס.
איז דער מנחת אלעזר וואס איז געווען נאנט מיט דער מושל ערלעדיגט אז עס איז ארויס א באפעל אז ר' אהרן מוז פארלאזען גאנץ אונגארן ביז פיר און צוואנציג שעה.
די בעלזער וואלטען זיך געוואונטשן צו האבן א רב מיט פערטל די כשרונות פין מנחת אלעזר. דערווייל האבן זיי, שוין, גענוג גערעדט.
איך האב נישט געגלייבט אז איז וועל אמאל שרייבן אויף'ן איש תשבי "עפרא לפימיה"
און טאקע כך הווה. דער בעלזער רב איז נאכאמאל אין לעבען נישט אריינגעגאנגען אין אונגארען און דער מונקאטשער רב האט איבערגעלעבט דער קריג מיט גליק. וואופס.... דער קריג איז דאך קיינמאל נישט געשען און דער בעלזער רב איז נישט אנטלאפען וכו' וכו', כמבואר במקום אחר
איינע פון די סימנים פון א **** איז א לן בבית הקברות. פארצייטישע מחלוקות, וואס האבען קיין שום אינטעלעקטועלע ווירדע, קיין שום שכל צו יסודות ליגען דארט, נאר פערזענליכע מחלוקות איז דער טייטש לן בבית הקברות.
[ציטאט אראפגענומען]
דרך אגב, בעלז, בריסק, און מונקאטש אין א זייט, איז דברי תורה גאנץ א געשמאק ספר'ל. מונקאטשער רב'ס ספרים זענען אויסגעשטעלט דוגמת זיין זיידע דער בני יששכר'ס און דברי תורה איז כעין אגרא דפרקא, טשיקאווע ענינים על דא ועל הא.
ליטוואק פון בודאפעסטאיינע פון די סימנים פון א **** איז א לן בבית הקברות. פארצייטישע מחלוקות, וואס האבען קיין שום אינטעלעקטועלע ווירדע, קיין שום שכל צו יסודות ליגען דארט, נאר פערזענליכע מחלוקות איז דער טייטש לן בבית הקברות.
געזען א טייטש פון א פארצייטישע יודישע שרייבער אויף די וואכאדיגע סדרה, אז די אלע מחלוקת'ן ביז אהער אברהם און לוט, יעקב און עשו, יעקב און לבן, האט נאך געהאט אביסעל פשט. ס'געווען good guys אקעגען די bad guys. אבער פון די וואך און ווייטער וואס איז שוין היימישע אינערליכע מחלוקת האט מען עס געדארפט תולה זיין אין חלומות און איינגערעדטע אידיאלאגישע דמיונות.
אישתישבידער מנחת אלעזר האט גוט צוגעפיקסט ר' אהרן, און די בעלזער קענען אים נישט מוחל זיין.
ווען ר' אהרן האט געוואוינט אין מונקאטש, האבן זיינע חסידים געמאכט פיל עגמת נפש פאר דער מנחת אלעזר, האט ער גערופען ר' אהרן צו דין תורה, פארשטייט זיך אז ער האט איגנארירט כדרכו, צו ווייל ער האט נישט געקענט ליינען אדער פארשטיין, אדער ווייל ער האט געליינט פון לינקס אויף רעכטס.
איז דער מנחת אלעזר וואס איז געווען נאנט מיט דער מושל ערלעדיגט אז עס איז ארויס א באפעל אז ר' אהרן מוז פארלאזען גאנץ אונגארן ביז פיר און צוואנציג שעה.
די בעלזער וואלטען זיך געוואונטשן צו האבן א רב מיט פערטל די כשרונות פין מנחת אלעזר. דערווייל האבן זיי, שוין, גענוג גערעדט.
פליז סטאפ די נאנסענס.
בעלזע חסידים האבן געהאט גאנץ פיינע רבי'ס, נישט דאס איז זייער פראבלעם. די סיבה פארוואס זיי זענען אזוי גערעגט אויפ'ן מנח"א איז ווייל ער האט געבראכן די אייז און נישט מורא געהאט ארויסצוקומען קעגן די הנהגה פון בעלז ווען ס'איז געווען נגד התורה לשיטתו.
בעלזע חסידים האבן געהאלטן אז זייער דינאסטיע איז עפעס מער ווי עני אנדערע רבי און ווער ס'דערוואגט זיך צו זאגן א קרום ווארט אדער פרעגן קשיות וועט מען יורד זיין לחייו עד הסוף. זיי זענען אויפגעקומען מיט די סלאגאן פון "כבוד בית בעלז" כאילו די נאמען בעלז פאר זיך טראגט עפעס הויכע ענינים. די סאטמערע מענטעליטי (פון די למ"ד, מ"ם יארן) ווי מ'סטעמפלט אפ אלץ אפיקורס עניבאדי וואס שרייט נישט קדוש קדוש, רשכבה"ג אויף זייער רבי, איז נאר א מעין דמעין פון וואס איז פארגעגאנגן אין בעלז פאר די מלחמה.
די מנח"א איז געווען א תקיף און זיך נישט געשראקן פאר גארנישט. צו ער איז געווען גערעכט צו נישט, קען מען דן זיין, אבער ווען ער האט געהאלטן אז ס'פעלט זיך אויס, זאל עס זיין קעגן בעלז אדער גור אפילו ער האט געוויסט אז ער לייגט זיך אריין אין לייבן גרוב.
בנוסף לזה, אפגעזען אין די די אמת'ע מעלות פון די צוויי צדדים, דארף מען אייביג נעמען אין באטראכט ביי דעם פרשה אז קיין איין גרויסער מנהיג וואס איז א מרא דאתרא דארף נישט א צוויטען גרויסע רבי ביי זיך אין שטאט
[ציטאט אראפגענומען]
האסט שוין אמאל אריינגעקוקט אין דעם ספר? א ווערטל דארף האבן עפעס סאבסטענס, אז נישט זאגט מען עס נישט נאך.
איינער וואס האלט זיך פאר אן היסטאריקער איבער די בעלז-מונקאטש מחלוקת זאגט מיר אמאל אז אין בעלז זאגט מען נישט ד' מלך ביי של"ס, פלעגן די מונקאטשע זאגן "ב'בעלז אין ד' מלך"... האב איך אים אויפמערקזאם געמאכט אז אין מונקאטש זאגט מען דאך אויך נישט ד' מלך? האט ער נישט געוויסט וואס צו זאגן.
אזא פנים האבן די ווערטליך
שמעון וואלףדי סאטמערע מענטעליטי (פון די למ"ד, מ"ם יארן) ווי מ'סטעמפלט אפ אלץ אפיקורס עניבאדי וואס שרייט נישט קדוש קדוש, רשכבה"ג אויף זייער רבי, איז נאר א מעין דמעין פון וואס איז פארגעגאנגן אין בעלז פאר די מלחמה.
אזוי ווי יענער האט געזאגט אז מ'מיינט אז ווען סאטמאר רייסט זיך צווישען זיך זענען זיי די ערשטע קיען צו עסען זייער אייגען שטרוי, ס'האט האט זיך גאר אנגעהויבען ווען בעלז האט אין די מ' יארן געגעסען סאטמארע שטרוי וואס בעלז האט זיך זעלבסט אנגעפלאנצט אינדערהיים
דער מנחת אלעזר איז געווען גראדע א ספרא רבה, א פאלעמיקער, ליב געהאט זיך משלים צו זיין אין פארשידענע מקצועות. שטארקע סענס אוו הומער, אבער מיט א ביטערניש ביים צוזעהן הצלחה ביי שוואכערע בעלי כשרון, א שטייגער ווי ר' איציקל וואדריטשער, אויך געהאט א שוואכקייט צו דמיון אריינגערעכענט משיחישע דמיונות.
דרך אגב אז ליטוואק האט דערמאנט ר' וועלוול בריסקער, וואלט איך דערמאנט א וויכטיגע נקודה אז ר' וועלוול'ס צושטייער צו שיטת בריסק איז געקומען איראניש צוליב זיין עצם מהות, דאס האט נישט דוקא מיט עול מלכות שמים, ער פלעגט איבערקוקן צו די טיר זיינער איז פארשפארט ביינאכט - מערערע מאל, היינט ווייסט מען וויאזוי דאס צו רופן ביים נאמען. עכ"פ זיי האבן נעבעך געמאכט דערפון א תורה שלמה.
Re: המונקאטשער רב וברכותיו
אמאל האב איך געהאט מיט איינעם א שמועס אין אישי, ווי איך האב געטענה'ט אז ס'איז געווען א פיהרערשאפט פעלער פון דער ברך משה אז ער האט זיך נישט קיין עצה געגעבען מיט די בני יואל, נאר מיט שלאגען און פארדאמען און אזוי איז איהם ארויס העגל הזה, מיט די געוואלדיגע מחלוקת ה'ארמאריס' לש"ש. האט מיר יענער געזאגט אז אין אלע דורות האט מען זיך אזוי געפיהרט מיט עזות פנימ'ער. דאס האט געזאלט זיין עפעס א תירוץ.
אזוי פארשטייט מען די נויטיגקייט פון וויסען פון די אלע פארצייטישע שלעגערייען.....
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
א איד@berlbalaguleh @ליטוואק פון בודאפעסטאז מען קען זיך קריגן, פארוואס דארף מען זיך שלאגן.
א איד: ייש"כ. ער איז עודנו עומד במרדו. מיט זיינע בזיונות און השפלות. נאר איך האב מחליט געווען אז איך ענטפער איהם שוין מער נישט, בלי"נ. כמו שקיבלתי על עצמי. איך קען איהם ב"ה אריינפליקן כיד ה' הטובה עלי. עד כדי כך אז ער איז שוין געווארן (ווי מ'זאגט אויף ענגליש..."אנ-נערוו'ד). נאר סוכ"ס וויל איך נישט פארוואנדלען די אשכולות דא אויף א באקסינג ארענא. און מאכן א צימעס בלאטע פונ'ם גאנצן קאווע שטיבל. איך האלט אז ער און זיינע געמיינע מידות זענען שוין לאחר יאוש. וועל איך מיך טאקע האלטן צו מיין קבלה, בלי"נ...ייש"כ...!"
ליטוואק פון בודאפעסטאון טאקע כך הווה. דער בעלזער רב איז נאכאמאל אין לעבען נישט אריינגעגאנגען אין אונגארען און דער מונקאטשער רב האט איבערגעלעבט דער קריג מיט גליק. וואופס.... דער קריג איז דאך קיינמאל נישט געשען און דער בעלזער רב איז נישט אנטלאפען וכו' וכו', כמבואר במקום אחר
איינע פון די סימנים פון א **** איז א לן בבית הקברות. פארצייטישע מחלוקות, וואס האבען קיין שום אינטעלעקטועלע ווירדע, קיין שום שכל צו יסודות ליגען דארט, נאר פערזענליכע מחלוקות איז דער טייטש לן בבית הקברות.
ביסט גערעכט, אלע אמאליגע מחלוקת זענען בבחינת בית הקברות, חוץ איין מחלוקת, דער ווילנער גאון מיט דער בעל התניא, דאס האלטסטו נאך אהן בכל מאודיך, ווייל ס'איז וויכטיג, אה, די מעתיקי השמועה בולשיט וואס די ליטווישע מאכער געדעילים רעדן זיך איין.
איך בין זיכער אז ווען די ווילסט ארויסברענגען פאר דיינע קינדער די גדלות פין משה רבינו, זאגסטו אז משה רבינו איז געוועהן אזוי גרויס, ער איז געוועהן גרעסער פין טאטי. כדרכם של ליטאים, מען רעדט זיך איין פעסטע שטותים, מען מאכט א גאנצע יש פין זיך, און ווען מען קוקט אריין אין א שטיקעל תורה פין מנחת אלעזר, און זיין קאפ ליגט אין צווישען די פיס, שפעט ער אפ, און אפילו ווען מען ווייזט אים אויף, ר' ליטוואק, האסט נישט פארשטאנען דער מנחת אלעזר, ער האט קיינמאל נישט געקלערט אז א טעיפ איז מחייב א נדר, איגנארירט ער כדרכו.
דיין גאווה איז אין גענוי די ליטווישע שטריכן ווי דיינע רביס האבן דיר אויסגעלערנט.
ירח בן יומואיך האב נישט געגלייבט אז איז וועל אמאל שרייבן אויף'ן איש תשבי "עפרא לפימיה"
מי יגלה עפר מעינך.
איך פיל מיר שוין ווי קאשויער רב. דער וואס פארשטייט פארשטייט.
מ'פארציילט אז נאכן קריג איז א איד אנגעקומען צוריק אין זיין שטעטל נאך דעם וואס כמעט יעדער איז געהרגעט געווארן, ער איז אריין אין די שטיבל וואס פארן קריג האט זיך דארט געלעבט, מ'האט זיך דארט ארומגעשלאגן אויף שטותים, פאליטיקלעך פון די פאזיציעס אין די שטעטלעך ארום, דער אידל האט זיך אזוי ארומגעקוקט מיט א טרויעריגע בליק אויפן ליידיגן בית מדרש, און אויסגעשריגן צו די סידורים, סידורים ווער וועט אין ענק דאווענען? שטענדערס שטענדערס! ווער וועט ענק ווארפן...?
איך לייען דעם אשכול און ס'קרעכטס זיך מיר, @ליטוואק פון בודאפעסט און @אישתישבי! פארוואס ווארפט עטס נישט קיין שטענדערס מער? ווי זענט עטס? מ'בענקט זיך צו ענקער שלעגערייען...
לעצם העניין, וועגן די אלע מאמרים וואס מ'פארציילט איבער פון די מנחת אלעזר, א חלק איז אמת און א חלק איז לכאורה סתם אויפגעמאכט און ארויפגעלייגט אויף זיין נאמען, אזוי ווי אלע זיסע מעשה'לעך פון גאונישע קינדער לייגט מען ארויף אויף ר' יונתן אייבשיצערס נאמען, די זעלבע זאך מיט די מעשיות אויפן מנחת אלעזר, היות ס'איז געווען זיין סטייל צו רעדן מיט אזא שארפקייט.
מ'פארציילט אז ס'איז אנגעקומען אמאל א רב פון מזרחי צו א רב מיט א געפיל צו ציונות אין די שטאט מונקאטש, ער איז געווען אין מקווה די זעלבע צייט פון די מנחת אלעזר, ער האט זיך נישט גוט געשפירט און האט גע'חלישט, די מנחת אלעזר האט אים געהאלפן אויפשטיין און זיכער געמאכט אז ער איז מסודר, ווען ער איז שוין געקומען צו די כוחות, האט אים די מנחת אלעזר געפרעגט דו פילסט זיך שוין גוט? ווען ער האט געענטפערט אז יא, האט אים די מנחת אלעזר אנגעשייגעצט, שייגעץ גיי ארויס פון דא!
שמעון וואלףמ'דארף וויסן וויאזוי אפצולערנען א שטיקל פון מנחת אלעזר און טאמער האט מען דעם יסוד ווערן אסאך קשיות פארענטפערט.
דער מנח"א איז געווען א גרויסער שרייבער און אליינס געשריבן זיינע ספרים, נישט געהאט קיין כותב, מגיהים וכו'. ס'איז אים בייגעפאלן א חידוש אדער א טייטש האט ער עס פארשריבן, און ווען ס'האט זיך אנגעזאמעלט גענוג האט ער עס געלאזט דריקן. אזוי איז ארויסגעקומען זיין ספר דברי תורה.
די זעלבע איז מיט זיינע תשובות. אודאי זענען דא אזעלכע וואס ער האט אויסגעארבעט און גוט דורכגעטון פאר ער האט עס געשריבן, אבער אסאך האט ער אפגעשריבן באלד נאכ'ן ערהאלטן די שאלה און ער האט אפגעשריבן וואס איז אים דורכגעלאפן אין מחשבה בשעת מעשה. ליטוואק לייגט עס אראפ כאילו ער האט זיך ארומגעדרייט מיט די ספק פאר וואכן לאנג און זיך געבראכן קאפ אויף דעם.
אין אן ענליכע בחינה האט דער סאטמאר'ע רב, בעל דברי יואל, אמאל מסביר געווען (בדרך צחות) פארוואס די וועלט האלט ('שטייצעך, נישט א יעדער) אז ער איז א גרעסערע קנאי ווי דער מונקאטשער רב, בעל מנח"א. ער האט געזאגט...לאמור. "ווען מיר פאלט ביי א מחשבה פון קנאות, שרייב איך גלייך אפ א בריוו מיט א מחאה צו יענעם רב, און איך הייס פאר מיין גבאי, ליפא פריעדמאן, ער זאל עס אויפגעבן אויף די פאסט. שפעטער, ווען איך בארואיג מיך, פרעג איך ביי ליפא'ן, דו האסט נאך דעם בריוו, איך וויל עס צורייסן. נאר ליפא, זייענדיג א פונקטליכער מענטש, זאגט, איך האב עס שוין אוועקגעשיקט.
לעומת דער מונקאטשער רב, ווען ער שרייבט אפ א בריוו פון מחאה בעידן ריתחא, און ער געט עס פאר זיין גבאי ר' חיים בער, זאגנדיג ער זאל עס אוועקשיקן אויף די פאסט, וואס טוט ער? (רח"ב) ער לייגט עס אריין אין זיין רעקל און ער פארגעסט דערפון. שפעטער, ווען ער בארואיגט זיך אביסל (נאך א 2 וואכן) בעט ער פון זיין גבאי דעם בריעף, זאגט ער יא, איך האב דעם בריעף. ער ברענגט עס אריבער און דער רב צורייסט עס.
קומט אויס, פיהרט דער סאטמאר'ע רב אויס, אז די וועלט ווייסט פון מיינע מחאות אבער נישט פון זיינע. אבער למעשה איז ער א גרעסערער קנאי פון מיר.
גראדע, די וועלט דערציילט די מעשה (ווערטל) פונקט קאפויער, דהיינו ר' חיים בער איז געווען א תמימות'דיגע גבאי און אז די רב הייסט שיקן, שיקט מען. די סאטמערע שטוב מענטשן זענען געווען בעסערע פאליטיקאנטן און טאמער האט ער געשריבן עפעס וואס איז נישט אזוי פאסיג האט מען עס אויפגעהאלטן ביז כשך חמת המלך און דאן האט ער עס צוריקגעבעטן.
און בד"וו, ליפא פריעדמאן איז נישט געווען סאטמאר רב'ס גבאי
די מעשה קומט (נאר) צו ווייזן דעם קאנטראסט פון די צוויי מענטשן/גבאים.
פאר דהע רעקארד. ר' ליפא פריעדמאן איז נישט געווען דער "גבאי" פון סאטמאר'ע רב. ער איז אבער געווען זיין טשיעף אוו סטעף. און א יעדע זאך וואס סאטמר'ע רב האט געוואלט אדורכפיהרן האט ער עס דעלעגעיטעד צו ר' ליפא פריעדמאן. ר' יאסל אשכנזי איז געווען דער גבאי וועלכער האט באדינט דעם סאטמאר'ע רב.
berlbalagulehדי מעשה קומט (נאר) צו ווייזן דעם קאנטראסט פון די צוויי מענטשן/גבאים.
פאר דהע רעקארד. ר' ליפא פריעדמאן איז נישט געווען דער "גבאי" פון סאטמאר'ע רב. ער איז אבער געווען זיין טשיעף אוו סטעף. און א יעדע זאך וואס סאטמר'ע רב האט געוואלט אדורכפיהרן האט ער עס דעלעגעיטעד צו ר' ליפא פריעדמאן. ר' יאסל אשכנזי איז געווען דער גבאי וועלכער האט באדינט דעם סאטמאר'ע רב.
ר' בערל, פאר סאטמארע אידן זאלסטו נישט אויסלערנען ווער עס האט געשיקט זיינע בריוון. ליפא פרידמאן איז געווען ראש הקהל, אבער בריוון פון סאטמאר רב האט געשיקט דער גבאי. און אגב די מעשה גייט אז סאטמאר רב האט דאס נאך געזאגט אינדערהיים אויף די טאטע פון ר' יוסל, דהיינו ר' פייביש אשכנזי.
אינטרעסאנטער: קלו ו'קלו דברי אלוקים חיים.נאר ווער ס'איז באקאנט ווייסט אז דער סאטמאר'ע רב זצ"ל האט געהאט 2 זייער טויגליכע מענטשן וועלכע האבן געהאנדלט מיט די פראקטישע געלעגנהייטן פון אזא גרויסע אפעראציע ווי די סאטמאר'ע קהילה איז שוין דאמאלס געווען. ר' סענדער דייטש און ר' ליפא פריעדמאן. ר' סענדער איז געווען דער "אויסערן מיניסטער". ער האט גערעדט פאר די מידיא און די פאליטישנס.און ר' ליפא איז געווען דער "עקזעקיוטיוו דיירעקטאר". ער האט געהאנדלט מיט די בענק און פארהאנדלט איבער די בניינים וואס סאטמאר האט (דאמאלס) געקויפט. אזוי ווי די געוועזענע "נעפ מענשאן". וואו די סאטמאר'ע ביהמ"ד איז געווען. אויך איז געווען אויף די אויבערשטע שטאקן כיתות פאר בחורים.
אבער אין די וועלט איז שטארק באקאנט די גירסא פון שמעון וואלף, און אזוי איז שטארק מסתבר אז דער מנח"א זאל עס האבען געזאגט דעם חילוק צווישן עם מיטן ס"ר. אבער מיט די היינטיגע סאטמארע זייפנים ושקרנים ידועים בין איך כלל נישט סורפרייזט אז זיי האבען געבאקן א שקר און אויסגעדרייט די מעשה אויף פונקט פארקערט.
ליטוואק פון בודאפעסטנישט וועגען עקסטרעמקייט האט ער געלאכט נאר וועגען דער צושטעל זיינע
ער קלערט ווען איינער זאגט א נדר אין א טעיפ און דערנאך איז ער מתיר נדר און נאכדעם שפילט מען איבער דער טעיפ, צו ער איז מחוייב צו היטען דער נדר. איז עס דען נישט מביא לידי גיחוך?
און לגבי קנאות, דער בריסקער רב איז נישט דער וואס ווערט דערמאנט אין דער איד . זיין קנאות איז ווייט ווייט פון דאס וואס איז באקאנט פון מונקאטשער רב. זיין צונג האט זיך נישט גערינען אויף סיי וועמען. ער האט זיך אויסגעדרוקט שארף אויף געוויסע נושאים.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
א מראה מקום װאו ער זאגט עס ? און װען יא - איז נישט מביא לידי גיחוך װער סאיז מכיר בקטנות ערכו און בגדלות בעל הסברה
Re:
וואלווי #
בנוסף לזה, אפגעזען אין די די אמת'ע מעלות פון די צוויי צדדים, דארף מען אייביג נעמען אין באטראכט ביי דעם פרשה אז קיין איין גרויסער מנהיג וואס איז א מרא דאתרא דארף נישט א צוויטען גרויסע רבי ביי זיך אין שטאט
אײן גדול און גרױסער רבי װאס האבן דאס יא באװיזן איז טשעבינער רב זצל מיטן קדושת ציון היד מבאבוב
Re: Re:
אמאהלגעקעננט #
וואלווי #
בנוסף לזה, אפגעזען אין די די אמת'ע מעלות פון די צוויי צדדים, דארף מען אייביג נעמען אין באטראכט ביי דעם פרשה אז קיין איין גרויסער מנהיג וואס איז א מרא דאתרא דארף נישט א צוויטען גרויסע רבי ביי זיך אין שטאט
אײן גדול און גרױסער רבי װאס האבן דאס יא באװיזן איז טשעבינער רב זצל מיטן קדושת ציון היד מבאבוב
נע, דער משל וואלט ווען בעסער געווען מיט צוויי רבי׳ס.
Re: המונקאטשער רב וברכותיו
דער מנחת אלעזר זצ"ל איז געווען א גאון עולם, איך האב שוין אדורך געלערנט א פאר מאל זיין ספר דברי תורה 9 חלקים, מען קען דארט זעהן אז ער האט געקענט כל התורה פון די גרויסע אותיות ביז די קליינע אותיות! ער איז אבער געווען פון נאטור א זייער שארפער מענטש און האט נישט מורא געהאט זיך צו קריגן בהלכה מיט פוסקים וואס האבן געלעבט אסאך פאר עם, למשל ער שרייבט אין עטליכע פלעצער אין די תשובות אין אויך אין נמוקי אורח חיים שארף אקעגן די דעת קדושים פון בוטשאטש וואס האט געלעבט הונדערט יאהר פאר אים!!