☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » סאטמאר מהר"א עפענט מוסדות אין מאנסי

סאטמאר מהר"א עפענט מוסדות אין מאנסי

97 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4185
בלאט: 1 2

שרייבער » דינסטאג יולי 2, 2013 11:02 am

· #130051
אקעי, סאו די גאנצע חילוק איז וואס ס'שטייט אויפן לעדער העד פון קהל, צו בנשיאות כ"ק אדמו"ר צו בנשיאות כ"ק הגאב"ד, פיין, ב"ה אין מיין בלוט לויפט נישט קיין רבי'ש בלוט פארשטיי איך נישט די תאוה

דאס פון זיצן בראש פון א אויבן אן, זע איך נישט ווי ס'כאפט די נפק"מ צווישן מהר"א אין ב"פ און מהרז"ל אין מאנסי, ביי ביידע רעדן די רביס, ביי ביידע באקומען זיי א בענקל, וואס נאך? וואס האט ר' בעריש ווייניגער ביי א חומש סעודה אין ב"פ ווי ר' חיים יושע אין מאנסי?

שעפטל » דינסטאג יולי 2, 2013 1:01 pm

· #130081
גערעדט ביים גענעראל פארזאמלונג:
הרה"ח ר' שמחה בונם ברוין הי"ו, גבאי קהל יטב לב ד'סאטמאר - מאנסי, אלס יושב ראש

📎 ר' שמחה בונם ברוין.jpg
הרבני הנגיד ר' ישראל שיף הי"ו, מראשי קהילה קהל יטב לב ד'סאטמאר מאנסי,
📎 ר' ישראל שיף.jpg
הרבני הנגיד ר' מאיר הירש הי"ו, מנהל המוסדות והנהלת הקרי' ומראשי הקהילה בקרית יואל,
📎 ר' מאיר הירש.jpg
הרב הגאון רבי יעקב ווייס שליט"א, ממנהלי מתיבתא ד'סאטמאר -ק"י - סניף ברך משה, וחבר וועד החינוך דמוסדות תורה ויראה ד'סאטמאר מאנסי, וואס האט בין הדבריו געזאגט: מיר ווילן מיר זיך נישט שלאגען מיטן אלטע מוסד. ״מיר זענען זיי שילדיג אן הכרת הטוב״ ״מען וועט ארבעטן אינאיינעם מיט זיי״.
📎 הרב יעקס ווייס.jpg
אויפן בילד זעהט מען אויך זיצענדיג: פון רעכטס צו לינקס: הרבני הנגיד ר' יצחק ראזענבערג הי"ו, ס. ראה"ק וחבר הנהלת המוסדות סאטמאר וויליאמסבורג, הרבני הנגיד ר' אהרן וועלץ הי"ו, מנהל המוסדות סאטמאר בארא פארק, הרבני הנגיד ר' מאיר הירש הי"ו, מנהל המוסדות והנהלת הקרי' ומראשי הקהילה בקרית יואל, הרבני הנגיד ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי"ו, חבר הנהלת המוסדות סאטמאר וויליאמסבורג, הרבני הנגיד ר' משה יוסף הארטמאן הי"ו, ראש הקהל קהל יטב לב ד'סאטמאר מאנסי, הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו, חבר הנהלת המוסדות סאטמאר וויליאמסבורג, הרבני הנגיד ר' מרדכי אלעזר הירש הי"ו, מנהל כללי מוסדות סאטמאר וויליאמסבורג, הרבני הנגיד ר' גלי' סעגעדין הי"ו, ווילידזש אדמיניסטראטאר ומהנהלת הקרי' בקרית יואל, העסקן הגדול ר' יוסף הערש גראס הי"ו, ווילידזש טראסטי אוו ספרינג וועלי
📎 ר' שמחה בונם ברוין.jpg 📎 ר' ישראל שיף.jpg 📎 ר' מאיר הירש.jpg

שעפטל » דינסטאג יולי 2, 2013 1:05 pm

· #130082
הרבני הנגיד ר' אהרן וועלץ הי"ו, מנהל המוסדות סאטמאר בארא פארק,
📎 ר' אהרן וועלץ.jpg
הרבני הנגיד ר' יצחק ראזענבערג הי"ו, ס. ראה"ק וחבר הנהלת המוסדות סאטמאר וויליאמסבורג,
📎 ר' יצחק ראזענבערג1.jpg
הרבני הנגיד ר' מרדכי אלעזר הירש הי"ו, מנהל כללי מוסדות סאטמאר וויליאמסבורג,
און צום לעצט הרהגה"צ רבי אברהם הערש וואזנער שליט"א, אב"ד ור"מ קהל יטב לב ד'סאטמאר מאנסי
📎 ר' אהרן וועלץ.jpg 📎 ר' יצחק ראזענבערג1.jpg

אבזערווירער » דינסטאג יולי 2, 2013 3:23 pm

· #130110
עצה טובה פאר קהילת מהר"א מאנטריאל וכן אנטווערפן צו גיין אין די פוס טריט פון אנשי מאנסי ושלום על ישראל, קהלת מהרז"ל האט דאס שוין געטון איבעראל אויב איך מאך נישט קיין טעות

היסטאריקער » דינסטאג יולי 2, 2013 4:01 pm

· #130144
סאטמאר מהר״א האט עס שוין געטון איבעראל ווי זיי האבן אנערקענט אז זיי זענן די מיעוט, אדער די ראשי הקהלה זענן נישט מיט זיי, למשל ירושלים (ביהמ״ד ומוסדות), אנטווערפן (ביהמ״ד), מאנסי (ביהמ״ד יעצט מוסדות), מאנטריאל (ביהמ״ד)

משא״כ צד מהרז״ל שלאגט זיך שוין יארן אויף בני ברק ווי זיי זענען קלאר א מיעוטי דמיעוטי (עכ״פ ווייניגער ווי סאטמאר מהר״א אין ירושלים, און דאס זעלבע איז געווען אין ב״פ
דיין עצה טובה ווענד צו צד מהרז״ל

sefish » דינסטאג יולי 2, 2013 4:06 pm

· #130149
און בארע פארק זענען די זאליס נישט קיין מיעוט און זיכער נישט א מיעוט דמיעוטי. מער ווייניגער איז עס האלב אויף האלב. כ'בין אמאל ארימגעגאנגען צי ביידע שולן אינמיטן א ר'"ה תפילה סגעווען מער אידן און 52 ווי און 53 . איך ווייס די ארוינים האבן נאך שולן אבער די זאליס זענען אויך צושפרייט

אבזערווירער » דינסטאג יולי 2, 2013 4:19 pm

· #130162
היסטאריקער
סאטמאר מהר״א האט עס שוין געטון איבעראל ווי זיי האבן אנערקענט אז זיי זענן די מיעוט, אדער די ראשי הקהלה זענן נישט מיט זיי, למשל ירושלים (ביהמ״ד ומוסדות), אנטווערפן (ביהמ״ד), מאנסי (ביהמ״ד יעצט מוסדות), מאנטריאל (ביהמ״ד)

משא״כ צד מהרז״ל שלאגט זיך שוין יארן אויף בני ברק ווי זיי זענען קלאר א מיעוטי דמיעוטי (עכ״פ ווייניגער ווי סאטמאר מהר״א אין ירושלים, און דאס זעלבע איז געווען אין ב״פ
דיין עצה טובה ווענד צו צד מהרז״ל

לפי ידיעתי האט צד מהרז"ל אין בני ברק אפגעדונגען א שטאק אויף רחוב נחמיה פאר א בית המדרש, אויך האבן זיי שוין אנגעהויבן מיט אפאר כיתות פאר א מוסד, די זעלבע איז אין בארא פארק, א בית המדרש און לעצטענס אויך מוסדות, אזוי אויך אין קרית יואל,

היסטאריקער » דינסטאג יולי 2, 2013 4:42 pm

· #130178
נאכ׳ן שלאגן זיך יארן לאנג, און פארשווענדן מיליאנען דאלאר יודיש געלט, אין ב״ב האלטן זיי אפ נאך יעצט פון בויען דירות

אבזערווירער » דינסטאג יולי 2, 2013 5:19 pm

· #130202
דאס אפהאלטן פון בויען דירות דאס איז שוין א צווייטע זאך, דא אין וויליאמסבורג נאכן מאכן א עקסטערע ביהמ"ד און בויען נייע מוסדות האלט מען אויך צוריק פון בויען נייעם ביהמ"ד

היסטאריקער » דינסטאג יולי 2, 2013 5:32 pm

· #130207
וויליאמסבורג איז דער הויכפונקט פון די מחלוקה, יעדער טענהט עס איז זיינס, אבער אין די אנדערע פלעצער איז געווען אזוי ווי געשריבן אויבן

אבזערווירער » דינסטאג יולי 2, 2013 5:48 pm

· #130212
אין בני ברק שרייט וואלערשטיין פון ירושלים אז ער איז באלעבאס, און הרב משה חיים ווייס שרייט אז ער איז אלעמאל געווען באלעבאס, אבי ס'איז אין א דין תורה

היסטאריקער » דינסטאג יולי 2, 2013 5:56 pm

· #130214
יעדער ווייסט ווער עס פירט די מוסדות אלע יארן, און ווי רוב ציבר דארט באלאנגט

פארוואס האט ר׳ אנשיל שווארץ ע״ה וועלעכער האט איבערגענומען און געפירט די ירושלימע מוסדות יארן לאנג נישט מערער געווען אויף די מוסדות דארט?

בד״וו די דירות בויען האט די בג״צ אפגעשטעלט נישט קיין ב״ד

תם ונשלם הוויכוח, צוריק קיין מאנסי

גאלד » דינסטאג יולי 2, 2013 6:05 pm

· #130218
ר' בעריש מייזליש פון ב"פ איז אינגאנצן א אנדערע באשעפעניש ווי ר' חיים יושע, ער האט נישט די סארט תאות וואס ר' חיים יושע האט, ער פארשטייט נישט צו דעם ביזנעס פון זיין א אדמו"ר, צו מאכן ר' בעריש פאר א רבי איז ווי די זאלסט אנטאן א קוה א גאטשע, דאס האט נישט דוקא מיט קיין עניות אדער צידקות, דאס האט ענדערש מיט זיין א מייזליש ווי אלע זיינע ברודער, דאס זענען זייער לעיד- בעק באשעפענישן, און גראדע דאס איז פון זיינע גרויס חסרונות ער איז אביסל א פוילער מענטש, פאר איהם איז פערפעקט צו האבן א אדמו"ר העכער זיך, בעצם פאר זיך איז זייער א געלונגענער מענטש, א ארענטליכער, א געוואלדיגע גוטער לערנער, א מורא'דיגער בעל חסד, אבער איך וועל מודה זיין אז רבנות והנהגה איבערהויפט אויף א גרעסערע פארנעם איז לעולם נישט זיין ליין, די אהרונים וועלן עס אויך מודה, דער ס"ה איז אז ווי ר' בעריש שטייט איז ווי ער דארף צו שטיין, ער זוכט נישט בעסער און ער טויג נישט פאר בעסער,

דעת תורה » דינסטאג יולי 2, 2013 7:52 pm

· #130251
שרייבער

דאס פון זיצן בראש פון א אויבן אן, זע איך נישט ווי ס'כאפט די נפק"מ צווישן מהר"א אין ב"פ און מהרז"ל אין מאנסי, ביי ביידע רעדן די רביס, ביי ביידע באקומען זיי א בענקל, וואס נאך? וואס האט ר' בעריש ווייניגער ביי א חומש סעודה אין ב"פ ווי ר' חיים יושע אין מאנסי?


ליסען, אויב כאפסטו נישט די חילוק פון זיצן בראש - זיין דער פיינעל אויטאריטי און זיין אונטער א צווייטן, קען איך דיר עס נישט מסביר זיין. מען דארף בכלל נישט זיין קיין רבי'ש קינד דאס צו כאפן.

ביי די חומש סעודה אין מאנסי קומט רז"ל בכלל נישט.

איש צדיק תמים » מיטוואך יולי 3, 2013 12:18 am

· #130351
פאר ווער עס האלט אז ר׳ אהרן לאזט פונקט אזוי ר׳ בעריש פראווענען רעביסטעווע ווי ר׳ זלמן לייב לאזט ר׳ חיים יושע פראווענען רביסטעווע דאן גוט א בליק אויף דעם בילד ווי ר׳ חיים יושע שטייט מיט די זילבערנע בעקיטשע ביי זיין טאכטער׳ס חתונה און ר׳ זלמן לייב גייט מיט א פשוטער שווארצער בעקטישע אזוי איך און די גייען ביי אונזער שוואגער׳ס שמחות.

ברענגט מיר א בילד ווי דאס פאסירט ביי ר׳ אהרן ווען בעריש מאכט חתונה...
image.jpg

איש צדיק תמים » מיטוואך יולי 3, 2013 12:23 am

· #130354
דאן ווער עס וועט זאגן אז ר׳ זלמן לייב האט גארנישט צו פארלירן אז ר׳ חיים יושע פירט א רעביסטעווע ווייל ער איז אויסגעשפיעלט דאן לייג איך צו סתם בילדער פון מסיבות וכדומה בחצר סאטמאר און מאנסי ווי איר וועט זיך זעלבסט איבערצייגן אז ר׳ חיים יושע האט א הערליכער ציבור און א שיינע חסידות, טאקע נישט אזוי גרויס לפי ערך ווען מען רעדט פון סאטמאר אבער אסאך רבי׳ס וואלטן זיך געווינטשן דאס צו האבן.
image.jpg

איש צדיק תמים » מיטוואך יולי 3, 2013 12:26 am

· #130356
בילד 2
image.jpg

איש צדיק תמים » מיטוואך יולי 3, 2013 12:29 am

· #130358
3
image.jpg

איש צדיק תמים » מיטוואך יולי 3, 2013 12:31 am

· #130359
דרשת התעוררת
image.jpg

איש צדיק תמים » מיטוואך יולי 3, 2013 12:32 am

· #130362
חתונה
image.jpg

איש צדיק תמים » מיטוואך יולי 3, 2013 12:36 am

· #130363
נאך איינס
image.jpg

איש צדיק תמים » מיטוואך יולי 3, 2013 12:38 am

· #130364
עולם
image.jpg

איש צדיק תמים » מיטוואך יולי 3, 2013 12:41 am

· #130365
און פאר ווער עס זאגט אז ר׳ חיים יושע איז זאלי געשטימט ווייל אזוי שמעקט אים און נישט ווייל ר׳ אהרן האט אים געשטויסן קען נישט די היסטאריע פון סאטמאר און מאנסי בכלל.

יין שרף » מיטוואך יולי 3, 2013 1:00 am

· #130368
איש צדיק תמים
און פאר ווער עס זאגט אז ר׳ חיים יושע איז זאלי געשטימט ווייל אזוי שמעקט אים און נישט ווייל ר׳ אהרן האט אים געשטויסן קען נישט די היסטאריע פון סאטמאר און מאנסי בכלל.

אדרבה לאמיר הערן וואס איז פארגעגאנגען צווישן די צוויי...
אגב כ'בין שוין כמעט געווארן א חסיד פון ר' חיים שיע'לע פון אזויפיל בילדער...

הדד בן בדד » מיטוואך יולי 3, 2013 2:05 am

· #130374
נו, צוריק צום נושא האשכול. וואס גייט מען מאכן, א ת"ת, מיידל סקול, ישיבה? ווי גייט עס זיין, וויפיל כיתות, ווער גייט זיין מנהל, מלמדים, אדמיניסטראטאר, וכו'.

איש צדיק תמים » מיטוואך יולי 3, 2013 3:12 am

· #130378
איינער פאנגט אן אפצופרעגן די ״שיטה״...
נו שנעל צוריק צום נושה....
חס וחלילה הערן וואס די ״מתנגדים״ (יא איך האב שוין אויך פארגעסן די ווארט ביז איך האב געהערט ווי צוויי פון מיינע פעטער׳ס ארונים רעדן פון די זאליס) האבן צו זאגן...

שרייבער » מיטוואך יולי 3, 2013 8:26 am

· #130387
איש צדיק תמים

מיר קענען זייער גוט די היסטאריע פון סאטמאר מאנסי, און מצד מהר"א האט מען גארנישט געטון בעפאר ער האט נישט אויסגעדרייט דעם דאשיק
אפילו נאכן נישט האבן א בעבי סיטער פאר זיינע מיידעלעך ווען זיין שוואגער האט בר מצוה געמאכט די ערשטע אייניקל, און די זעלבע ביי חתונות
און אפילו נאכדעם וואס ער האט געמאכט א מסיבה פאר סאסמאן כולל פון קרית יואל וואס איז געשטעלט געווארן קעגן זיין שוואגער

און איך וועל דיר זאגן, ביסט גערעכט, נישט ער איז געווען דער וואס האט זיך געשטעלט אזוי איינזייטיג, נאר זיין ווייב כידוע לי"ח

שוין צוריק צום נושא

היסטאריקער » מיטוואך יולי 3, 2013 1:17 pm

· #130439
איש צדיק תמים
פאר ווער עס האלט אז ר׳ אהרן לאזט פונקט אזוי ר׳ בעריש פראווענען רעביסטעווע ווי ר׳ זלמן לייב לאזט ר׳ חיים יושע פראווענען רביסטעווע דאן גוט א בליק אויף דעם בילד ווי ר׳ חיים יושע שטייט מיט די זילבערנע בעקיטשע ביי זיין טאכטער׳ס חתונה און ר׳ זלמן לייב גייט מיט א פשוטער שווארצער בעקטישע אזוי איך און די גייען ביי אונזער שוואגער׳ס שמחות.

ברענגט מיר א בילד ווי דאס פאסירט ביי ר׳ אהרן ווען בעריש מאכט חתונה...



פאר ווער עס וויל וויסן די אמת
1) ר׳ בעריש און ר׳ שלום אליעזר ווילן אז מהר״א זאל פראווען ביי זייערע חתונות, והא ראי׳ ביי ר׳ דוד פון מאנטריאל קומט ער מיט א שווארצע בעקיטשע, און קומט און גייט ווי אזוי זיין שוואגער בעט אים

2) ווען ר׳ חיים יושע האט געפענט א ישיבה, האט ער זיך געוועלט נאר גיטע בחורים, פארשטייט זיך אז דאס האט געקלאפט די קר״י ישיבה, האט מהר״א געטענהט אויב רופסט דיך סאטמארע ישיבה דארפסטו נעמען יעדע סאטמארער בחור, אז נישט מאך א פרייוואטע ישיבה, נישט לאז איבער אלע שוואכע פאר קר״י, איז רח״י ארום געלאפן וויינען אז מהר״א צוברעכט זיין ישיבה, ווען עס האט פאסירט די טיילונג מצא בעל חוב לגבות את חובו.
חוץ מזה אזוי ווי עס האט אים געשמעקט (און ער טויג) צו רביסטעווע, האט ער געמאכט דעם חשבון אז מהר״א׳ס מענטשן זענין חסידים, פון זיי וועט ער גארנישט האבן, משא״כ מהרז״ל

עוד יש להאריך, ווען צייט וועט ערלויבן

דעת תורה » מיטוואך יולי 3, 2013 2:54 pm

· #130460
היסטאריקער



פאר ווער עס וויל וויסן די אמת
1) ר׳ בעריש און ר׳ שלום אליעזר מוזן מסכים זיין אז מהר״א זאל פראווען ביי זייערע חתונות, ווייל זיי זענען דאך משועבד צו אים, והא ראי׳ ביי ר׳ דוד פון מאנטריאל - וואס איז נישט משועבד צו קיינעם - קומט ער מיט א שווארצע בעקיטשע, און קומט און גייט ווי אזוי זיין שוואגער בעט אים

ן

גאלד » מיטוואך יולי 3, 2013 4:29 pm

· #130497
פארוואס זאל ר' בעריש און ר' שלום אליעזר זיין מער משועבד ווי ר' דוד מייזליש? וכי משא פנים יש בדבר?

סאשי פיש » דינסטאג יולי 9, 2013 2:07 am

· #131740
די צעטעל האט מען ארומגעשיקט פאר אלע טאטעס
image.jpg

זר זהב » דינסטאג יולי 9, 2013 2:10 am

· #131743
ב"ה נאר אזוי. קאמפעטישן קאמפעטישן קאמפעטישן

שעפטל » דינסטאג יולי 9, 2013 11:47 am

· #131806
איש צדיק תמים
און פאר ווער עס זאגט אז ר׳ חיים יושע איז זאלי געשטימט ווייל אזוי שמעקט אים און נישט ווייל ר׳ אהרן האט אים געשטויסן קען נישט די היסטאריע פון סאטמאר און מאנסי בכלל.

@איש צדיק תמים, כ'ווארט אויף דיין שטיקל היסטאריע

פרייליך » מאנטאג יולי 15, 2013 3:42 pm

· #133807
אליעזר קעסטענבוים האט נעכטען צוגעזאגט 1.25 מיליון דאלער פאר ישיבה קטנה פון חיים יהושע פאר די נייע בנין

שעפטל » מאנטאג יולי 15, 2013 4:36 pm

· #133825
פרייליך
אליעזר קעסטענבוים האט נעכטען צוגעזאגט 1.25 מיליון דאלער פאר ישיבה קטנה פון חיים יהושע פאר די נייע בנין

ער האט לעת עתה א ישיבה...?

אבזערווירער » מאנטאג יולי 15, 2013 4:40 pm

· #133827
מעולם לא פסקה ישיבה מעל שולחנו. אמאל במתי מעט אבער פארט א ישיבה

שעפטל » מאנטאג יולי 22, 2013 1:05 pm

· #135211
📎 MonseyBulletin1.jpg
📎 MonseyBulletin1.pdf

שעפטל » מאנטאג יולי 22, 2013 1:06 pm

· #135212
📎 MonseyBulletin2.jpg
📎 MonseyBulletin2.pdf

פיינע קאווע » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 10:56 am

· #137746
פארוואס למשל מאכט ר' חיים יושע שבת פאר זיך היינט ביים יארצייט?

בדחן » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 12:05 pm

· #137768
פארוואס דען נישט? ער איז ווייניגער אייניקיל פון בעל הילולא ווי רז"ל אז ער זאל דארפן פארען ביז קאנטרי צו אים?

פיינע קאווע » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 12:55 pm

· #137782
ווייל כא כסליו אויך אנדערע יומא דפגראס ווען מען דארף האבן א ציבור פאר די בילדער שטעלט ער זיך יא אהער צום שוואגער און קומט

I'm back » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 7:13 pm

· #137886
בדחן
פארוואס דען נישט? ער איז ווייניגער אייניקיל פון בעל הילולא ווי רז"ל אז ער זאל דארפן פארען ביז קאנטרי צו אים?


רז'ל איז א אייניקל דורך זיין זייט, אדער דורך זיין רביצין?

אבזערווירער » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 8:05 pm

· #137892
תלמידים קרויין בנים

הדד בן בדד » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 8:44 pm

· #137898
און וואס פונקטליך האט דאס מיט די ניייע ארונישע מוסדות אין מאנסי?

I'm back » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 10:05 pm

· #137921
הדד בן בדד
און וואס פונקטליך האט דאס מיט די ניייע ארונישע מוסדות אין מאנסי?


פונקטליך, דאס ווייס איך נישט.
בערך, אז אין דיזע אשכול האט מען גערעדט וועגן די פאקט אז חסידי מהר'א מאכן אויף מוסדות דארט ווי עס איז ביז היינט געווען נאר הגרח'י.. .

סאשי פיש » פרייטאג אוגוסט 2, 2013 12:11 am

· #137947
מען גייט שוין נאך געלט פאר די מוסדות
יעצט ביים ציון
image.jpg

שעפטל » מיטוואך אוגוסט 6, 2014 4:43 pm

· #215700
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/215335">viewtopic.php?p=215335#p215335</a><!-- l -->
בלאט: 1 2