☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » חינוך » די ישיבה פראבלעם

די ישיבה פראבלעם

56 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4297
בלאט: 1 2

boxcover » דינסטאג יולי 16, 2013 8:52 pm

· #134055
די ישיבה פראבלעם
האב @פריינדליך האט א וויילע צוריק געעפנט א אשכול בנוגע די נושא, אבער האט געלייגט תקנות אז:
פריינדליך
1}די אשכול איז נישט געמאכט פאר די וואס זענענן מקנא די אפגעפארענע און האבן נישט די קוראזאש זיי נאכצוטיען, פאר זיי איז נישט דא קיין עצה, די משנה זאגט שוין הקנאה התאווה מוצאין את האדם מן העולם,
2}פאר די אלע וואס ווילען רעדן בלשון גנאי אויף מענטשן אדער אויף רבנים, ביטע טוט עס נישט דא, עפענט א נייע אשכול און שרייבט אלע קללות וואס שמעקט אייך, דא זאלט איר רעדן בלשון כבוד,

איך שפיר אז די נושא דארף לאזן פלאץ פאר יעדעם צו ענטפערן; דיין וועג אדער די אנדערע. האב איך אפגעשריבן אפאר ווערטער, און עס געוואלט לייגען אויף א בלאג, אבער בעצת @יואב, שטעל איך דאס דא ארויף.

ווי אין יעדע פראבלעם, קען מען נישט אנהויבן צו פאררעכטן א פראבלעם פאר מען זעהט איין אז עס איז בכלל פארהאן א פראבלעם, און מען פארשטייט די שורש פון די פראבלעם.

אינמיטן שרייבן האב איך געוואלט טוישן די טיטל פון די ארטיקל צו די וועג פון ישיבה צו OTD, נאר כדי די המשך זאל זיך ציען צו די אנדערע ארטיקלען אין די סעריע האב איך עס געלאזט אזוי.

וואס איז דער פראבלעם

די ריכטיגע פראגע איז: וואס זענען די פראבלעמען? ווייל עס זענען ליידער פארהאן אסאך פראבלעמען מיט די ישיבות. לאמיר אנהייבן מיט עטליכע:

ארויסווארפן בחורים

פון וואו שטאמט דער פראבלעם אז בחורים ווערן נישט אנגענומען - אדער אפילו ארויסגעווארפן - על לא דבר? דער פראבלעם שטאמט מערסטנס פון די מהלך אז די ישיבה איז א זעלבסטשטענדיגע ביזנעס. אבער אנדערש ווי אין די אלגעמיינע עולם המסחר, ווי דער קאסטומער האט די ידו על העליונה, איז אין די עולם הישיבות דאס פארקערטע. די ישיבה פאַרוואַלטונג דרייט כפרות מיט דעם בחור און זיינע עלטערן אזש זיי געדענקען ניטאמאל פארוואס זיי זענען געקומען צו די אַדמיניסטראַציע אפיס.

אבער א שטיקל הסבר קען מען געבן. אפילו אין די ביזנעס וועלט, אויב די סופליי איז קנאַפּ און שיטער קעגען די פארלאנג, דאן קענען די סוחרים טוען וואס זיי ווילן. ס'הייסט זיי קענען פארלאנגן א העכערע פּרייז און גיבן א שוואכערע באַדינגונג (service). לאמיר אלזא א קוק טוהן אויף די סופליי און דימענד פון בחורים און ישיבות.

דער פארלאנג (Demand)

דער פראבלעם גייט בערך אזוי. יעדע בחור פון דרייצן ביז די חתונה איז ערווארטעט צו זיצן אין א ישיבה. עס איז היינט זייער שווער צו טוהן א שידוך פאר א בחור וואס איז ארויס פון די ישיבה, און ווער רעדט נאך אז ער איז געגאנגען ארבייטן. כאטש דער שכל זאגט אז אן ארבייטס בחור איז געווענליך מער ערצייטיגט (mature) און מיט מער מידות און פארשטאנד ווי א ישיבה בחור וואס לערנט נישט, און אוודאי מער ווי א בחור וואס פארברענגט די טעג אינדערהיים אדער אויף די גאס. אבער, די משוגעת אין קאפ שרייט אז ס'פאסט נישט און די באן פארט ווייטער.

קומען מיר אן צו די החלטה אז גיין אין א ישיבה איז קריטיש וויכטיג פאר די צוקונפט און וואוילזיין פון דעם בחור'ל.

די סופליי (Supply)

יעצט, דער דורכשניטליכער ראש ישיבה און הנהלת הישיבה וויל אז זייער ישיבה זאל זיין אויף א העכערע קוואליטעט. דאס קומט, נישט נאר ווייל יעדער שטרעבט פאר בעסער, נאר ווייל עס איז א ביזנעס. אזוי ווי איר הערט! א ביזנעס! אלעס טראכט נאר פון די געלד, און אלעס דרייט זיך ארום די פראפיט.

אפגעזעהן די מאָטיוו, איז אבער א פאקט אז די ישיבות ווארפן היינט ארויס גאנץ-גוטע בחורים וואס טאנצן נישט נאך די קאפריזן און שאַנאַניגאַנישע אנשיקענישן וואס ווערן פארלאנגט פון די בחורים. יעדע ישיבה בלאזט אויף א צווייטע דירעקציע, אבער אלע ווילן ווייזן אז זייערע תלמידים זענען פרומער ווי די אנדערע ישיבות. הצד השווה שבהם, אז דער בחור דארף ווערן אויסגעפארעמט צו די מאָלד וואס ס'איז פארלאנגט מטעם ה'איסטעבלישמענט.

עס גייט קיין משגיח און ראש הישיבה נישט אן דעם בחור'ס אמונה, בטחון, יראת שמים, טעם אין לערנען, כוונות ביים דאווענען, נאהנטשאפט מיט די עלטערן, מדות טובות, און בכלל די תוכן פונעם בחור. די עיקר איז די נאמען וואס די ישיבה טראגט אויפן גאס. טא וואספארא חינוך באקומט אזא בחור? גאנץ פשוט. אז דעם גאנץ לעבן דארף מען שטרעבן צו שפילן פאר די גאס און פאפן די גאס.

אבער דאס איז נאר איין חלק פון די מעשה. די דאזיגע דעמעדזש איז נאר נוגע פאר די בחורים וואס זענען אייגענטליך אנגעקומען אין די ישיבה. די בחורים וואס ווערן טאקע אנגענומען שפיל מען אבער טאבע (ball) מיט זיי בין ראש חודש ממש. מען לאזט זיי וויסן ערשט די לעצטע מינוט אויב זיי ווערן אנגענומען, אלעס כדי צו מאכן זיי דעם בחור און זיינע עלטערן שפירן ווי א שנארער וועם מען טוט א גאנצע טובה מיטן ארייננעמען.

עס זענען אבער פארהאן הונדערטער בחורים וואס ווערן בכלל נישט אנגענומען דורך די ישיבה צום נייעם זמן. אנדערע ווערן גאר ארויסגעווארפן. פארוואס?! ווייל מיר קענען זיך נישט אפגעבן מיט אזעלכע שוואכע בחורים. ווייל איין עפעלע קען פארדארבן אלע פירות. ווייל דו האסט שוואכע סחורה. וכהנה, נאך אזעלכע דערנידערנדע ווערטער וואס צורייסט די הרגשים פון א צובראכענע טאטע.

דער געדאנק פון ארויסווארפן א בחור וואס פירט זיך נישט אויף ווי עס באדארף צו זיין אדער קומט נישט בזמן, איז אייגענטליך אן אלטע. אבער אמאל האט דאס געמיינט א איין-טאג'יקע קנס וואס אדורך שטיל צווישן די ראשי הישיבה, פאטער און בחור. היינט ווערט די בחור א רידזשעקט (reject) וואס האט א טומאת נגע וצרעת. קיין אנדערע ישיבה וועט אים אויך נישט ארייננעמען, כאילו עס איז ארויף אויף זיין קרעדיט היסטארי.

די לימודים

וואס דארף א מוסד (חדר, ישיבה, מיידל שולע) לערנען מיט די קינדער? לכאורה איז די מוסד און דער מדריך א שליח פון דעם טאטן. אויב קוקט מען דאס מיט א רוחניות'דיגע אָביעקטיוו, דאן וואס די טאטע איז מחויב צו לערנען מיטן קינד, דאס איז די שליחות. ווידעראום מיט א גשמיות'דיגע אָביעקטיוו וואלט מען געזאגט אז סיי-וואס די טאטע וויל, דאס איז די שליחות.

וואס איז די טאטע מחויב צו לערנען מיט זיינע זוהן? די גמרא זאגט (קידושין, כט, א) אז האב חייב בבנו למולו ולפדותו וללמדו תורה ולהשיאו אשה וללמדו אומנות. די גמרא לערנט דאס שפעטער ארויס אז ער איז מחויב צו לערנען צו לערנען תורה מיט זיינע קינדער פון די פסוק וְלִמַּדְתֶּם אֹתָם אֶת בְּנֵיכֶם (דברים, יא, יט), א פסוק מפורשת. נאכדעם לערנט די גמרא ארויס אז דער טאטע דארף לערנען מיטן קינד א פאך, פון די פסוק רְאֵה חַיִּים עִם אִשָּׁה אֲשֶׁר אָהַבְתָּ (קהלת, ט, ט), דרש'נט די גמרא (קידושין, ל, ב) אם אשה ממש היא כשם שחייב להשיאו אשה כך חייב ללמדו אומנות, אם תורה היא כשם שחייב ללמדו תורה כך חייב ללמדו אומנות. די גמרא זעהט נישט קיין חילוק. אז מען דארף מיט אים לערנען תורה, דארף מען אים פונקט אזוי לערנען א פאך. אז מען דארף אים טרעפן א שידוך, דארף מען אים פונקט אזוי לערנען א פאך.

אפגעזעהן פון געוויסע עלטערן - און אויך גאנצע מוסדות - וואס טוען אינגאנצן גרינגשעצן אין די ענגלישע לימודים, און אפילו איבערהאפן די גאנצע שיעור. אבער די וואס לערנען יא, וואס לערנט מען? וויפיל קען מען בכלל לערנען אין א דריי-פערטל שעה, אדער א שעה? וואס קען מען לערנען פון א לערער וואס קען אליינס נישט?

(זעה נאך איבער די לימודים, שפעטער אין די שכ"ל טייל.)

די אייגענטומער

די רכושי ציבור האט נישט קיין איבערזיכט. די הנהלה גשמיות קען טוען מיט די געלט וואס זיי ווילן. אפילו אין פאבליק קאמפאניס איז פארהאן א באורד וואס האט איבערזיכט און זיי אליינס מוזן אפגעבן דין וחשבון פאר די שעירהאלדערס (מנדבים).

און - וזהו העיקר - ברוחניות זיצט א הנהלה שרוצים בעילום שמם, און זיי זענען דן דיני נפשות, און זיי באווייזן זיך קיינמאל נישט זייער פנים.

די פועל יוצא

וואס טוט דער פאטער נעקסט? ער קומט אהיים און רופט די מאמע אריין אין די חדרי חדרים, און רעדט זיך אויס אין וואספארא פלאנטער זיי געפינען זיך, און קומען צו די החלטה אז דער בחור'ל דער באנ'אק איז אויף אלעם שולדיג. ווען ער וואלט זיך מער צוגעפלייסט פאריגע זמן און אויפגעשטאנען פריער וואלטן מיר נישט געהאט דעם פראבלעם. די עלטערן הייבן ניטאמאל א צו פארשטיין אז אויב נישט די פארגרעבטע ראשי ישיבה זענען שולדיג, דאן זענען זיי אליינס - די עלטערן - גאר די שורש הפראבלעם. פארוואס? ווייל זיי האבן באשלאסן צו אריינלייגן זייערע קינדער אין אזא פאר'סמ'טע חינוך סיסטעם וואס איז מייעץ די נישט-בעסטע צו ווערן שוואכער און שוואכער עד הסוף.

יעצט לאמיר טאקע זעהן וואס פאסירט צו דעם בחור. צוערשט, וועט אים זיין טאטע אריינרופען אין קאר (אדער אנדערע בית המוכן לפורעניות), און אים געבן וואס ער האלט אז עס קומט אים. "קוק וואספארא צער און עגמת נפש דו ברענגסט אויף מיך אין מאמי. מיר גיבן זיך פאר דיר אוועק בלב ובנפש תרתי משמע, אלעס צו זעהן אביסל נחת, און דאס באצאלסטו אונז צוריק?!" דער מער איינגעהאלטענער פאטער וועט זאגן פאר די מוטער צו טון די עבודת הקודש (לייען: שמוציגע ארבייט). איך מיין אז דו זאלסט גיין רעדן צו אים, אז נישט - האב איך מורא - וועל איך אים צורייסן די ביינער.

איבריג צו זאגן אז דער בחור בלייבט די ענד-יוזער (end user), דער מקבל וואס האט שוין נישט פאר וועם ווייטער צו געבן די לחץ (חוץ אויב א יונגערער ברודער איז זוכה). נישט גענוג אז דער בהמה גסה פון א מחנך שטויסט אים ארויס אויף די גאס ווי א האומלעס, קומען די עלטערן, די לעצטע ליניע פון דיפענס, און גיבן אים מנה אחת אפיים. די זעלבסט-זיכערקייט איז צושמעטערט אפילו מיט די עלטערנ'ס חיזוק, אבער דא העלפן די אלטע נערנים גאר אים אינגאנצען צו אומברענגען ח"ו, היה לא תהיה.

די סוף, חלילה

וואס ווייטער? "מארגן גייסטו נישט צו שחרית! האסט אונז שוין געברענגט גענוג עגמ"נ און בושות. ניין, דו קומסט נישט צו די חתונה! וואס דארף יעדער וויסן אז דו דרייסט זיך ליידיג?!" אזוי וועט דער בחור בלייבן אן אַרעסטאַנט אין זיין אייגענע הויז, ביז מען טרעפט עפעס. איי, פארוואס איז דאס דיין בושה? די מחנך האט געטוהן די עוולה, נישט דער צובראכענער בחור'ל? אבער דער טאטע טראכט נאר פון זיך, און וואס וועלן אנדערע זאגן.

די מנהג איז אבער אין אלע טורמעס, אז די אַרעסטאַנטן פראבירן כסדר זיך ארויסצוכאפן. די בחור'ל'ס הויז-ארעסט איז גארנישט אנדערשט. א יונג 14/15-יעהריגע בחור מיט א פונקציאָנירנדע מוח גייט נישט זיצן פאר א גאנצע טאג איינגעשפארט אין א שטוב און קיין חברותא. ממילא דער בחור כאפט זיך ארויס, און די טאטע ווערט געוואר. די קומענדיגע קאפיטל וועל איך לאזן פאר אייער כח הדמיון צו ענדיגן, אבער דער בחור האלט שוין אצינד נאכמער צובראכן נעבעך, און די ווילן צו ארויסלויפן איז יעצט געדאפעלט. אבער וויאזוי גיבט ער זיך אן עצה? ער האט נישט קיין סאך פיינע בחורים וואס זענען יעצט עוועילעבל צו שמועסן ועוד, ווער בלייבט? איך לאז עס ווידער איבער פאר די כח הדמיון.

די פרטי המעשה קען זיך אויך פירן אביסל אנדערש, ווענדט זיך לויט די מהות פון די עלטערן און דעם בחור'ל, אבער די פועל יוצא, די עפילאג, איז געווענליך בערך די זעלבע: מיט א צוקלאפטע בחור, עלענד אין זיין הויפן ווייטאג.

צוויי וואכן שפעטער טרעפט דער זיידע פון דעם בחור'ל אן דעם ראש הישיבה ביי א טי פארטיי לטובת המוסד, און ער פרעגט אים "היתכן?! ווי ווארפט מען זיך ארום מיט מיין אייניקל?!". "דו ווייסט דאך אז מיר פירן א ערנסטע ישיבה, און דיין אייניקל איז - במחילת כבודך - א שוואכער בחור. ער איז א ליידיג-גייער וואס דרייט זיך אין די גאסן", ענטפערט דער אנגעפרעסטער מחטיא את הרבים. דער זיידע - א בן שמונים וואס האט שוין געזעהן דאס ארגסטע אין זיין לעבן - בלייבט פארפלעפט און ווייסט נישט וויאזוי צו ענטפערן דעם פרא אדם בדמות קוף. גיי זיי אים מסביר אז דער בחור איז גארנישט געווען א ליידיג-גייער ווען ער האט געהאט א ישיבה ווי צו לערנען, ער האט מיטגעהאלטן אלע שיעורים. וואס איז דען זיין שולד אז ער האט נישט די שארפסטע קאפ, ער האט נאכאלץ געקענט כמעשה, נאר נישט אזוי גוט ווי רבי יהונתן אייבשיץ.

איז דאס טאקע דער סוף?

ווענדט זיך לויט די מהות פונעם בחור'ל. די "גליקליכערע עלטערן" קענען דא זעהן די סוף, די rock bottom. אבער ביי אנדערע - מער יא ווי נישט - קייקעלט זיך די זאך ווייטער. דער בחור'ל אנטוויקלט א פאראיבל אקעגן די מחנכים, אפילו די געוועזענע. ער שפירט אויך אז זיינע עלטערן האבן אים אנטוישט און פארראטן אין זיינע שוואכסטע און שפּירעוודיק (vulnerable) מינוטן. ער הויבט אן צו שפירן א סארט גרינגשעצונג קעגן אלעס וואס מען האט אים געלערנט. א חטא איז מער נישט אזוי שרעקעדיג נאר ווייל די פאריעריגער מלמד האט געמאכט א מצב. פארוואס? ווייל ער מוז אזוי גלויבן. ווילאנג ער שעצט זיי, טוט מער וויי וואס מען טוט מיט זיי, אבער ווען מען קען זיי אוועקמאכן, שפירט עס אביסל גרינגער.

איינמאל אזעלכע מחשבות הייבן זיך אן צו אריינפרעסן אין דעם שוואכן מוח, הייבט מען אן צו פאלן, אדער אסאך אדער נאכמער רח"ל. דאן פאטשט זיך דער מנוול זיין בויך "כ'האב געהאט א געפיל אז עפעס איז נישט ריכטיג מיט אים. ס'איז א חוש". עפ"ל.

נאך דעם ראש הישיבה, קומט די גאנצע גאס פון בת היענה'ס און זינגען מיט ווי ריכטיגע פּאַטריאָטן, "וואס האסטו טענות? ברענגסט מיר ראיות פון א OTD? איך דארף פילן שלעכט פאר אזא איינעם?" יא! לאמיר עהרליך זאגן צוזאמען, ידינו שפכו את הדם!

אז מען רעדט שוין פון OTD'ס, האב איך געהערט נאכזאגן פון הרב בנציון טווערסקי (אנדערע זאגן אז עס קומט פון הרב מתתיהו סלומון שליט"א) אז אונזער קאמיוניטי האט נישט קיין דראפאוטס (ארויסגעפאלענע), נאר פושאוטס (ארויסגעשטופטע), ר"ל.

וועמענ'ס שולד?

די דיינים און בתי דינים האבען נישט קיין ווארט אין דעם ענין, אפילו אין זייערע אייגענע מוסדות. די שולדיגע פארברעכער זענען די ראשי הישיבות און די עסקנים (?) בעולם החינוך, פינטל. פארוואס?

די שרעק

דער פראבלעם ווערט נישט געבוירן איבערנאכט, נאר דאס ווערט צוביסלעך אויפגעבויט נאך פון אלס קליין קינד. די אידישקייט ווערט געבויט אויף שרעק נאך פון כיתה א'. קודם איז די שרעק פון די מלמד און די מנהל וואס גיבן שלעק. אנשטאט צו גיין פון יראה צו אהבה, גייט מען פון מורא צו אימה צו פחד צו יראה א.א.וו. נאך שרעק פון די פעטש קומט שרעק פון ישיבות, דערנאך שרעק פון א שידוך, שרעק פאר שלום בית, שרעק פאר די מוסדות צו אננעמען מיינע קינדער, שרעק פאר די ישיבות צו אננעמען מיינע בחורים, שרעק פאר מיינע קינדער'ס שידוכים, און די ראד דרייט זיך חוזר חלילה.

די קינד'ס נשמה גרינדעט קיינמאל נישט קיין קשר מיטן באשעפער אליינס. אלעס מיט די אשרי אדם מפחד תמיד.

די ליגענט

ווי געשמועסט אין די שרעק טייל, איז 'מורא' די טרייבקראפט פון אונזער חינוך סיסטעם. איינמאל די איינציגסטע סיבה ער איז א איד איז נאר ווייל ער האט כסדר מורא, מיינט ער גארנישט אמת'דיג. ווער ער שאקלט דעם דריי-הונדערט-דאללערדיגן לולב און עסט די ריזיגע כזית מרור, טראכט ער נישט פון קיום מצות בהידור נאר פון וואס יענער וועט טראכטן. וויאזוי דער ווייב\טאטע\שווער וועט אים ארויפקוקן.

שפעטער, ווען ס'קומט די צייט צו מחנך זיין די אייגענע קינדערלעך, רעדט ער מיט א דערהויבנקייט פון די רוחניות, און די ווארימקייט פון א מצוה, ווען ער מיינט נישט אמת'דיג א ווארט וואס קומט ארויס פון זיין מויל. די קינדער זענען היינט נישט אזעלכע קעלבעלעך ווי ער איז געווען (כידוע אז די קינדער ווערן אלץ מער סאפיסטיקירט און כיטרער), און זיי זענען עס מקבל כדברים היוצאים מן הישׁבן.

די רפואה

אין א עולם השלימה, וואלט מען געזעהן אז בחורים וואס האלטן נישט ביים לערנען זאלן גיין ארבייטן, און זאלן בכלל נישט אראפגעקוקט ווערן. אוודאי וועט זיך דער רייכער באלעבאטישער מחותן וועהלן דוקא א בחור א למדן וואס ער גייט אויסהאלטן פאר לאנגע יאהרן, אבער די אלגעמיינע כלה וועט ריכטיג הנאה האבן אז איר חתן האט זיך שוין אנטוויקעלט און ווייסט וואס עס מיינט פרנסה, און האט שוין אוועקגעלייגט אפאר טאללער.

וועט איר פרעגן אויב איז די פראבלעם ביי די מחנכים, וויאזוי איז די רפואה ביי די בחורים. דער אמת איז אז עס קען - און דארף - אויך ארבייטן ווען אלע בחורים בלייבן אין ישיבות נאר די ראשי הישיבות נעמען אן די בחורים מיט הארץ. עס האט טאקע געארבייט פאר לאנגע יאהרן פאר עס איז געווארן א ביזנעס. אבער ווען מען היילט די קענסער דארף מען נישט זוכן וועלכער עלטער-זיידע האט אריינגעגעבן די קענסער-דזשינס, נאר מען שניידט אפ די בלוט-סופליי פון די טומאר. והנמשל, אז מען וועט אפשניידן די קעש-פלוס פון די ישיבות, וועט אלעס ווערן אין ארדענונג.

א צייטווייליגע רפואה

לעצטענס שפראצן ארויס אסאך וועבזייטלעך וואס ברענגען ליסטעס פון חזירים און מאלעסטארס. אגב, פאר דעם אליינס וואלט די אינטערנעט כדאי געווען.

אפשר וואלט געווען א תועלת צו מאכן א וועבזייטל מיט א ליסטע פון ישיבות, ראשי ישיבות, מחנכים וכדומה וואס ווארפן ארויס נארמאלע בחורים על לא דבר?

בכלל וואלט אויסגעפעלט אביסל דורכזיכטיגקייט אין אלע ארגאניזאציעס וואס ווערן אויסגעהאלטן אין-טייל דורך צדקה, ובפרט די ישיבות. זאל איינער מפרסם זיין א ליסטע פון די הנהלת גשמיות ורוחניות פון יעדע ארגאניזאציע וואס לעבט אויף אונזערע נדיבי לב. (איינפאל קרעדיט: @בן זומא דא.)

די צד השני של המטבע

די חברת משמידים, רשעי ישיבות און אזוי-גערופענע מחנכים האבן דאך אויך עפעס צו זאגן. וואס זאגן זיי בנוגע די נושא?

ווען מען וויינט ביי זייער טיר ערב שבת נאכן מקוה (נאכן רופן צענדליגע מאל און נישט אויפהויבענדיג קיין טעלעפאן), האבן זיי נישט קיין פתחון פה, אבער אין מקוה האבן זיי א באקציין-פולע פיסק מיט הסברים וואס פאסט נישט פאר א מאירת עינים תלמיד. אלזא לאמיר דורכבלעטערן זייערע אנטשולדיקן, און זעהן אם יש דברים בגו.

מען קען דאך נישט פארדארבן א גאנצע ישיבה פאר א איינצעלנע בחור

און וויאזוי האבן אלע ראשי ישיבות פון אלע יאהרן, וואס האבן נישט גענומען אזא פעטע געהאלט און נישט חתונה געמאכט זייערע קינדער מיט לעמפלעך און א קרוין אויף די גאס, וויאזוי האבן זיי געקענט ארייננעמען אלע בחורים און נישט מורא געהאט? ווייל זיי האבן ליב געהאט די תורה! זיי האבן געלעבט מיט די מצוה פון לימוד התורה!

רעדט מען דען פון בחורים וואס זענען פארדארבן און קענען פארדארבן אנדערע? מען רעדט דאך פון וואוילע בחורים, ירא השם, וואס זענען פשוט נישט די גרעסטע מצוינים.

כדי צו קענען קלאר מאכען אויב די תירוץ איז אמת'דיג, כאטש אין די הארץ פון די וואס זאגען עס, וועלן מיר מאכען א פשוט'ע עקספערימענט. היכי תמצא אז דער אזוי-גערופענער שוואכער בחור האט זוכה געווען צו א רייכע פאטער, מה דינו? קען מען נישט פארדארבן א גאנצע ישיבה פאר איין בחור, או דילמא א טויזענט-דאללער'דיגע טשעק איז די בעסטע מעדעצין קעגען די פארדאבנקייט, און מען קען מקיל זיין.

אבער למען האמת, די ריכטיגע ענטפער איז, אז אויב א מחנך שפירט אז ער קען נישט פארוואלטן אויף א ישיבה וואס האט שוואכע בחורים (מען רעדט נישט פאר פארדארבענע), זאל ער מוחל זיין און זוכן א אנדערע פרנסה.

מיר קענען נישט אננעמען א בחור וואס קען נישט צאלן די גאנצע שכ"ל

ווידער ווילען מיר פרעגן, וויאזוי זענען די אמאליגע ישיבות אויסגעקומען מיט אלע ארימע בחורים, בעת עס זענען נאך בכלל נישט געווען וואוטשערס, וכדומה לה? ווייל ישיבות איז נאך דאן נישט געווען קיין ביזנעס!

ווען די פרייע יונגעלע גייט אין פובליק סקול, מען רעדט נישט פון זיך וואלגערן אויף די גאסן, קומט למען אחי און שלעפט צוזאם שכ"ל, אפילו די שטוב איז יענע מעשה, און די שאנסן אז ער זאל אויסוואקסן א גדול בישראל איז נישט אזוי גרויס. פאר א היימישע בחור'ל וואס מען קען אסאך מער אויפטוהן, קען מען דאס נישט באווייזן?!

א ישיבה איז ווי א ביזנעס, זי טוט וואס ס'לוינט איר

ליידער זענען פארהאן ישיבות ווי די מוריד הגשם איז איגאנצן אריינגעפרעסן אין די קולטור פון די פירער, עד כדי כך אז זיי שעמען זיך נישט צו זאגן אין פנים פון די טאטעס אז זיי זענען נישט מער ווי א ביזנעס, זעהט אויס עפעס א סארט נשמה-ריסייקלינג פעקטארי. טענה'ן זיי, די סי.אי.או. פון די נשמה פעקטארי אז זייענדיג א פרייוועט קאמפאני, טוען זיי וואס עס לוינט פאר די קאמפאני, און די שוואכערע בחורים זענען א לייעביליטי (liability) פאר די קאמפאני.

די קענטיגע פראגע: ווען האט איינער אמאל געהערט אז א פריוואטע קאמפאני אדער פאבריק וואס איז נידריג מיט זייער ריוח, זאלן מאכען א פאנדרעיזינג (אפיל, דינער, טיי אווענט, באנקעט, לאטארי, ושאר שמות נרדפים)?

אגב, שטעלט אייך פאר ווי די רבנים וואלטן געשפרינגען ווער א פריוואטע גרופע זאל מאכען א באנקעט, זיי וואלטן עס גערופן הוליערייען. אדער איינער א יחיד זאל מאכן א לאטארי, ס'ארא משחק בקוביא.

נו, ווער לאזט דיך נישט. גיי עפען אויף א ישיבה פאר שוואכע בחורים

די צינישקייט פון די חיות איז אומגלויבליך. קודם כל, זייט ווען איז איינער ווייניגער פון א פולקאמע מצוין א שוואכער בחור? אויב איינער וואס איז נישט קיין 100 בחור נאר א 99 איז אזוי שוואך אזש מען קען אים נישט בדיעבד פלאצירן אין די ישיבה, דאן - על אחת כמה וכמה - פאר יעדעס שטאפל אראפ דארף מען עקסטערע ישיבה. לאמיר זאגן אז א בחור וואס איז אונטער 80 געהערט נישט אין קיין ישיבה, דאן דארף יעדעס מוסד מאכן 20 ישיבות, איינס פאר די 100'ער איינס פאר די 99'ער און אזוי ווייטער. סאטמאר, באבוב און אלע וואס זענען היינט צוטיילט, וועלן דארפן מאכן 40 ישיבות.

צווייטענס, איז די פליכט אויף די ישיבות צו נעמען די בחורים; נישט די עלטערן צו גיין עפענען ישיבות ווען מען ווארפט זיך ארום מיט זייערע קינדער ווי די כף הקלע.

דריטענס, איז שוין געווען כמה פעמים וואס מען האט געעפענט א מוסד מיט אזא מטרה, און עס איז געווען פאשקעווילן וכדומה ווייל די ישיבה האט גאר שוואכע עלעמענטן. זינט איר האט אליינס ערקלערט אז איר קענט נישט קער נעמען פון שוואכערע בחורים, מי שמך לאיש צו מסיג זיין וועלכע עלעמענטן הייסן שוואך?

נאר אמאל. ס'איז שוין היינט אסאך בעסער

ווי שעמען זיי זיך נישט צו פארקויפן אזעלכע שקרים?! בעסער? אין וועלכע ישיבה איז היינט בעסער? אויף וועלכע גאס דרייען זיך היינט ווייניגער בחורים ווי פאר פינף יאהר צוריק?
אמת, אין די געביט פון אויפשטעלן א ישיבה אדער צוויי פאר די גאר-שוואכע, אזעלכע וואס געהערן טאקע נישט אין א רעגולער ישיבה, האט מען שוין עפעס אויפגעטוען, אבער דאס איז ממש די שפיץ גאפל. און דאס האט גארנישט קיין שייכות מיט די אלגעמיינע ראשי הישיבות, קיין כי הוא זה נישט. זיי האבען נישט געגעבן קיין שום הילף. ממילא אויב עס איז בעסער מיט א האלבע פראצענט, איז עס נישט א דאנק אייך, נאר טראץ אייך!

דער עולם פארשטייט נישט. מ'קען נישט מסביר זיין

דארף מען אזא טענה אפילו אפענטפערן?! סארא זאמד אין די אויגן.

די היימישע מוסדות האבן פאקטיש די ביליגסטע שכ"ל פון אלע פריוואטע שולעס אין גאנץ אמעריקע

קודם, קומט דאס בכלל נישט אריין איז די דעבאטע פון ארויסווארפן בחורים. אבער אז מער רעדט שוין, לאמיר טאקע אריינבליקן אין די ביליגע (סארא לצנות) שכר לימוד פון די היימישע מוסדות.

די מוסדות נעמען אריין יעדעס חודש ריזיגע סומעס געלט פון די רעגירונג, וואס דארף צו גיין אויסצולערנען געוויסע קענטעניסן און חכמות פאר אייער קינד. די מוסד וועט מיט אייער קינד בכלל נישט לערנען די פארלאנגטע קענטעניס, אבער שפעטער - ווען ער וועט דאס אליינס וועלן לערנען, וועט ער נישט קענען באקומען פינאנציעלע הילף ווייל די רעגירונג האט שוין איינמאל באצאלט פאר דעם. אין די מהלך, באראבעווען די מוסדות מיט שווערע טויזנטער דאללער, יעדעס קינד באזונדער. פאר א טאטע פון צען, וועט במשך די לעבנסשפאן פון אלע זיינע קינדער אין די מוסדות, ווערן באראבעוועט מיט איבער הונדערט טויזנט דאללער! געלד וואס ער וואלן ווען געקענט נוצן צו מקיים זיין די מצוה פון ללמדו אומנות.

ווי שוין אויבן (זעה לימודים טייל) אויסגעשמועסט, זענען די לימודי חול נאהנט צו זערא: גארנישט. און ניטאמאל האט דאס קינד די געלעגנהייט שפעטער צו אריינכאפען, ווייל די פאנדס זענען שוין אויסגעטרוקענט.

אז מען נעמט אין באטראכט די אלע געלטער וואס זיי באקומען אויף די נאמען פון די קינדער, אין צוגאב צו די שכ"ל, זעהט די שוין טואישאן גארנישט אויס ביליג. באמערקט אז מיר רעדן נישט פון געלט וואס זיי באקומען סתם - עניוועי - ווייל זיי זענען א חינוך ארגאניזאציע, נאר געלט וואס זיי באקומען ספּעציפיש פאר יעדעס קינד'ס וועגן; פארן קינד'ס וואוילזיין.

בעיקר, לאמיר זעהן די נומערן מיט וואס זיי שטאלצירן זיך. זיי זינגען א ליד פון גומלי חסדים ווי ביליג זיי זענען ווען מען פארגלייכט זיי צו די אלגעמיינע גוי'אישע שולעס.

אז מען קוקט מיט א ניכטערן בליק אויף די עלטערן וואס לייגן זייערע קינדער אין פריוואטע שולעס, זעהט מען א אינטרעסאנטע ערשיינונג. קודם כל רוב אמעריקאנע קינדער לערנען נישט אין קיין פריוואטע שולע נאר גייען אין עפנטלעכע שולעס (public schools). אין פאקט, בערך 90% פון אלע אמעריקאנער קינדער לערנען אין פובליק סקול. עלטערן מיט א נעט אייקונפט פון איבער $75,000, האבן 85% געלייגט אין פובליק סקול. אין אלגעמיין, די וואס לייגן קינדער אין פריוואטע שולעס זענען אדער פארמעגליך אדער פאר רעליגיעזע גרונדן. אסאך קריסטליכע עלטערן וואס קענען נישט באצאלן די טואישן, לייגן טאקע יא אריין אין די פובליק סקול סיסטעם, און העכסטענס שיקן זיי זייערע קינדער אין ספעציעל געמאכטע פראגראמען פאר אזעלכע קינדער נאכן סקול און זונטאג, ווי זיי לערנען רעליגיעזע שטודיעס. איך פראביר נישט צו אדוואקאטירן אז אונזערע קינדער זאלן גיין אין פובליק סקול, כאטש וואס אוזערע עלטערן אין אייראפע זענען וואויל אויסגעוואקסן טאקע אין פובליק סקולס, אבער עס איז נישט עק-וועלט.

די פריוואטע שולעס זענען, ווי געשמועסט, געווענליך פאר רייכע, ממילא איז שכ"ל קיינמאל קיין אישו דארט. אין די רעליגיעזע אינסטיטוציעס איז אויך פארהאן אביסל הילף פון די רעליגיעזע ארגאניזאציע, אבער ס'רוב שכ"ל פאלט אויך די עלטערן. אסאך מאך זעהט מען א בנין איז גאשאנקען געווארן (donated) דורך א פילאנטראפ, אבער זיי האבן נישט קיין יעהרליכע פארטיס, אפילס, דינערס, טיי אווענטן, לעידיס עקזיליריס, וכדומה, ווי אלע עלטערן זענען ערווארטעט צו באשטייערן מיט גרויס געלט.

מאראנצןזאפט » דינסטאג יולי 16, 2013 9:14 pm

· #134066
זייער שיין באקסקאווער, מ'עט נאך מאריך זיין, אבער יעצט מוז מען צואווארטן ביז דער עולם כאפט זיך די נשמה נאכדעם וועט מען זיך אריינלייגן לעומקה.

קאווע טרינקער » דינסטאג יולי 16, 2013 11:03 pm

· #134094
ווארפט מען דען בחורים פון ישיבות?
כמה הילכתא גבירתא, איר דעקט צופיל ענינים יסודיים אויף איין מאל, ווען יעדע איינס פון זיי איז אן אשכול פאר זיך.

איר חזר'ט כסדר איבער דעם הימל-געשריי-עולה פון ארויסווארפן בחורים. איך בין שוין כמה פעמים שיעור-נישט נסקל געווארן פארן טענה'ן אז דאס איז אן אויפגעבלאזענע ליגענט. ס'טוט זיך נישט קיין געווארפעריי. דאס יא, ס'איז אפשר שווער צו טרעפן א ישיבה (בפרט אויב מ'דערמאנט זיך שפעט; און/אדער עלטערן ווילן נישט עכט-קענען זייערע קינדער; און/אדער עלטערן פאר'עקשנ'ען זיך אויף א געוויסע ישיבה צוליב איזה נערישע סיבה שהוא), אבער אז א ישיבה זאל ארויסווארפן א בחור? יא, ס'מאכט זיך, אבער דאס איז נישט the פראבלעם.

הגע בעצמך, וואס וואלט געווען אויב א ישיבה פארלאנגט אז יעדע בחור מוז חתמ'נען א צעטל וואס דארט שטייט זייער קלאר געשריבן, אז אויב דער חותם-מטה גייט טוהן דאס-און-דאס, מוז ער פארלאזן די ישיבה. - ויהי היום און דער בחור איז באגאנגען יענע-און-יענע עולה, און די ישיבה דערמאנט דעם בחור אז ס'צייט ער זאל גיין! - הייסט דאס ארויסגעפארן דעם בחור? אוודאי נישט! מ'האט דאך אים אנגענומען מיט דעם תנאי, און על דעת זה האט ער אונטערגעשריבן דעם שטר. - די ישיבה ווארפט אים ארויס? ער שטופט זיך ארויס!

פערצופאל, אין אונזער ישיבות שרייבען די בחורים נישט אונטער קיין שטר, אבער ס'זעלבסט פארשטענדליך אז א ישיבה קען נישט האלטן קיין בחור וואס איז א שטער צו די ענינים אויף וואס די ישיבה שטייט. ס'דאך נישט מער ווי נארמאל, פונקט ווי א בעל-הבית מעג ווארפן א פוילע ארבעטער.

איי פארוואס אויף די חטאים פון דער זוהן פון פלוני הנגיד שפילט ער כאילו לא ידע, איז אויף איז דא א פשוט'ע תירוץ, לו יהא, אז פון די שכר-לימוד וואס אלע טאטע'ס צאלן וואלט געווען גענוג צו דעקן די הוצאת הישיבה, וואלט דאך דער ראש ישיבה געקענט זיצן רוהיג און עוסק זיין בהרבצת תורה, אן קיין זארג פון שנארן פאר געלט. אבער היות די שכר לימוד דעקט נישט גענוג, איז ער דאך א מצטרך לבריות, באקומט ער אינטערעסן צו חונף זיין לעשירים.

ישיבות זענען א פריוואטע אונטערנעמונג פון יחידים, און פונקט ווי אין מיין נאכט-כולל נעם איך נישט אריין מער פון 25 אינגעלייט, און נאר אינגעלייט וואס תורתם אומנתם, בעלי-בתים באצאל איך נישט. דאס זעלבע רעכט האט: ר' דניאל געלדצעהלער; ר' משה ווייס; ר' יעקב הורוויץ; ר' יוסף מייער; ר' אברהם חיים שטיינווארצעל; וכו'.

איר ווייסט וואס דער טאטע-פראבלעם איז, - דאס וואס איר זאגט בקיצור - אמאל זענען ישיבות געווען געמאכט פאר בחורים וואס ווילן לערנען, היינט זענען די ישיבות א פלאץ ווי א בחור דארף (אדער מ'פארלאנגט ער זאל) זיך געפינען בין כותליה מיום שנכנס לעול התורה והמצוות עד שיכנס לחופה. נו, וויאזוי קען א ישיבה-מסגרת זיין פאסיג פאר יעדע זכר בישראל פון גיל 13 ביז 20? ס'וועט קיינמאל נישט זיין אזא מציאות.

(נכתב על דעת שלא לקבל לייקס)

boxcover » דינסטאג יולי 16, 2013 11:30 pm

· #134108
קאווע טרינקער
הגע בעצמך, וואס וואלט געווען אויב א ישיבה פארלאנגט אז יעדע בחור מוז חתמ'נען א צעטל וואס דארט שטייט זייער קלאר געשריבן, אז אויב דער חותם-מטה גייט טוהן דאס-און-דאס, מוז ער פארלאזן די ישיבה. - ויהי היום און דער בחור איז באגאנגען יענע-און-יענע עולה, און די ישיבה דערמאנט דעם בחור אז ס'צייט ער זאל גיין! - הייסט דאס ארויסגעפארן דעם בחור? אוודאי נישט! מ'האט דאך אים אנגענומען מיט דעם תנאי, און על דעת זה האט ער אונטערגעשריבן דעם שטר. - די ישיבה ווארפט אים ארויס? ער שטופט זיך ארויס!

ווי שוין געשריבן אין אנדערע אשכולים, רעכט מיינט נישט גערעכט. דו האלסט טאקע אז א ישיבה איז גערעכט מיטן לייגן אויף א שטר אז מען מוז טוען קריוזע זאכען? אקעי איין קריוזע זאך, מילא, אבער א שטויס מיט שמוגעתן? (איך וויל נישט אריינגיין אין די פרטי המשוגעתן, ווייל אויף יעדע איינע קען מען טרעפן א פשעטל.)

קאווע טרינקער
ישיבות זענען א פריוואטע אונטערנעמונג פון יחידים

ס'האט עפעס נישט אזוי אויסגעקוקט ביים לעצטען דינער.

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 17, 2013 4:07 pm

· #134282
קאוועלע זיסער, איך בין סורפרייזט צו זעהן וועלכע שטעלונג דו נעמסט דא.

איך וועל פרובירן מסביר'ן מיט א משל. עס איז באקאנט דער עפיזאד, פעסטער רבי פארציילט דאס צומאל ווען ער איז משמח ביי שמחות, אז א פשוט'ער חברה'מאן איז איינגעשטאנען אין א רוסישן האטעל, און ער האט מורא געהאט אז די נ.ק.וו.ד. הערט זיך אונטער זיינע געשפרעכן, האט ער דעריבער באשלאסן אונטערצוזוכן דעם צימער בחורין ובסדקין פאר יעדע מעגליכע אונטערהער אפאראט, סיי וועלכע ווייער ער האט געזעהן האט ער זיכער געמאכט אז דאס איז נישט א אויסשפור אפאראט. ענדליך האט ער געפונען הונטערן קארפעט (דארט ווי אלע חסיד'ישע מאלעסטעישאנס זענען באהאלטן..) א ווייער/שטריק ארום א גראבן קלאץ וואס האט נישט געפירט אין ערגעץ (לפי ראות עיניו), און מיט א נצחון אויפן געזיכט אז ער האט געכאפט דעם טאטער, האט ער גענומען א שארפן שערל און היידא, איבערגעשניטן דעם דיקן שטריק! און דאן מיט א רואיגקייט ארלעדיגט זיינע געשעפטן.

צומארגנס קומט ער אראפ צום רעסעפשאניסט, וועלכע פרעגט אים מיט א שמייכל ווי אזוי איז געווען זיין נאכט? פיין געשלאפן? זאגט ער, יא, פיין געווען. זייער גוט, זאגט זי אים, ווייל דא האט נעכטן פאסירט אן אומגליק, און דער ריזיגער טשענדעליער האט פלוצים סכנה'דיג געטראסקעט מיט א שרעקליכן זעץ!

ערשט דאן האט דער חכם געכאפט וואס ער האט אפגעטון מיטן איבערשניידן דעם "ווייערל"/שטריקל פון זיין שטוב... שוין גארנישט געווען א אונטערהער מאשינדל, נאר דער דיקער שטריק האט געהאלטן דעם הונטערשטן טשענדעליער, און ער האט עס מיט זיין נארישע 'פקחות' איבערגעשניטן און שאדן געמאכט שווערע טויזענטערס.

דער נמשל: עס פארעמט זיך א עוורידזש כיתה אין חדר, פון מצויינים ביז גאר שוואכע. אינאיינעם איז עס א געווענליכע נארמאלע קלאס, און אלמלי די קלאס זאל אזוי פארן ביז די חתונה - גענוי ווי עס איז געווען אלע פארגאנגענע יארן ביז די ישיבה בראך האט זיך אנגעהויבן - באקומט יעדער א עוורידזש חינוך, דער מצוין וואלט אביסל צוגעלערנט אין די זייט, דער שוואכער וואלט אביסל אונטערגעפאנפעט, און די איבריגע 70% וואלטן שיין מצליח געווען.

עס פארשטייט יעדער אז די מצויינים האלטן די כיתה אין די ראמען, זיי זענען דאס שפיגעלע, זיי זענען די געלונגענע כח פון "קנאת סופרים תרבה חכמה", און דאדורך וואס דו נעמסט זיי ארויס פון די כיתה, טוסטו "איבערשניידן" דעם גאנצן טשענדעליער פון 25 קינדער, דו קענסט נישט טענה'ן "ס'איז מיין פריוואטע ישיבה און איך מעג טון ווי אזוי איך פארשטיי", ניין, האסט נישט נאר גענומען אפאר מצויינים און פארטיג, נאר האסט איבערגעלאזט די איבעריגע 20 כעפרא דארעא אן קיין רוקן-ביין, און די גאנצע איבריגע כיתה פון 20 נשמות, סיי וואס עס פאסירט מיט זיי, איז עליו ועל צווארו פון דעם הייליגן ראש ישיבה למצויינים.

ווען איינער גייט צו זיין חבר און שטעכט ארויס די אויגן - פון די וויכטיגסטע אברים פון א מענטש - און דער חבר שרייט און וויינט האסט מיר חרוב געמאכט מיין לעבן, קען נישט דער שטעכער טענה'ן, איך האב נאר גענומען די אויגן, די איבריגע רמ"ז אברים האב איך געלאזט גאנץ אומגעשעדיגט, וואס פארפירסטו אזוי! יעדער פארשטייט אז דער רעדט אזוינע הבלים אז ער באלאנגט אין משוגעים הויז, ווייל אז דו שטעכסט אויס די אויגן איז דער איבריגער מענטש חרוב און כמעט טוב מותו מחייו. דאס זעלבע זענען די מצויינים ווי די אויגן, דער ראש ישיבה נעמט נאר אריין די אויגן און די איבריגע נעמט ער נישט אריין און לאזט זיי פארפאלן גיין, און אז דו ווילסט עפן א ישיבה בלויז פאר שוואכע, ניין עס איז א פעקעדזש דיעל. וועט ער דעריבער אפגעבן דין וחשבון פאר אלע איבריגע אידישע קינדער וועלכע זענען חרוב געגאנגען א דאנק זיינע פאליסיס. וקל להבין אפילו........ (געפילטע, זאג ווער עס זאל אויספירן).

און דאס איז שוין חוץ פון דעם פאקט אז פון די איבריגע 70% זענען בלויז בערך 10-15% גאר שוואכע, די איבריגע עוורידזש בחורים - וועלכע פארעמען אויס רובא דרובא פון אונזערע בחורים - האבן אויך זייער א הארד-טיים צו ווערן אנגענומען, און ליידער פון עוורידזש קייקעלט מען זיך בארג אראפ, און דערנאך זאגט מען - ווי באקסקאווער האט שוין געשריבן - "זעהסט, קוק וואספארא באם יענער איז, נאכאמאזל כאב אים נישט אריינגענומען"....

קאווע טרינקער » מיטוואך יולי 17, 2013 4:38 pm

· #134292
שמעקעדיג, איך זעה נישט וואס דיינע ווערטער שייכות האט מיט מיינע.
איך בין דן צו מ'ווארפט טאקע אומ'יושרדיג בחורים, און איר רעדט אז די מהלך פון די ישיבות זענען ביסודם נישט צום זאך.

נאר,,פרייליך » מיטוואך יולי 17, 2013 4:59 pm

· #134296
דאס איז קלאר אז כל זמן ישיבות זענען פריוואטע אונטערנעמונגען און אפילו ביי די גרעסערע ישיבות וועלן אלס עטליכע יחידים אדער גאר אן איינצעלער יחיד מחליט זיין ענדגילטיגע החלטות
וועלן די מנהלים/ראשי ישיבות ווייטער טון ככל העולה על רוחם
די איינציגע וועג איז אהערצושטעלן ישיבות וואס דינען בלויז די אמת'ע אינטערעבן פין אירע תלמידים און נישט אינטערעסען פון עטליכע יחידים וואס ברויכען בויען זייער פערסטידזד און אנפילען זיך די טאשען

כנראה האט קאווע טרינקער נאך נישט מיטגעהאלטען איין טאג אין עזר לישיבות
זייט מוחל אין הערט אינטער איין שעה גישפרעכין אין עזר לישיבות וועסטו נישט דארפען קומען זיכען ביי די קאווע פעלער ווי מען טוט זיך ווארפען יעדע זמן מיט אהן א שיעור אומשילדיגע קרבנות
וואס דינען נישט די אינטערעסען פין די עטליכע משתלטים

געפילטע פיש » מיטוואך יולי 17, 2013 5:10 pm

· #134300
שמעקעדיג
וקל להבין אפילו........ (געפילטע, זאג ווער עס זאל אויספירן).

די ראשי הישיבות פירן אלעמאל אויס.

boxcover » מיטוואך יולי 17, 2013 6:11 pm

· #134316
boxcover
אפשר וואלט געווען א תועלת צו מאכן א וועבזייטל מיט א ליסטע פון ישיבות, ראשי ישיבות, מחנכים וכדומה וואס ווארפן ארויס נארמאלע בחורים על לא דבר?
בכלל וואלט אויסגעפעלט אביסל דורכזיכטיגקייט אין אלע ארגאניזאציעס וואס ווערן אויסגעהאלטן אין-טייל דורך צדקה, ובפרט די ישיבות. זאל איינער מפרסם זיין א ליסטע פון די הנהלת גשמיות ורוחניות פון יעדע ארגאניזאציע וואס לעבט אויף אונזערע נדיבי לב. (איינפאל קרעדיט: @בן זומא דא.)

אן אנדערע עצה קען זיין אז מען זאל ביאקאטירן (מיט נדבות) די ישיבות וואס דערקלערן זיך פריוואט אדער פירן זיך אויף ווי זיי זענען פריוואט. די חסרון פון די עצה איז אז כדי דאס זאל האבן אפילו דאס מינדעסטע אפעקט, פעלט זיך אויס א כח האבים, לא כן מיט די ערשטע עצות (ליסטע פון הנהלות בכלל און א ליסטע פון ארויסווארפערס). הרב אהרן קרויס שליט"א האט שוין אמאל אויפגעברענגט אזא פארשלאג ברבים (כ'מיין ביי א שלש סעודות תורה). הער עס דא.

מאן דאמר » מיטוואך יולי 17, 2013 6:13 pm

· #134317
איך האב געלערענט אין א געוויסע ישיבה וואס דער ראש הישיבה האט געהאט א מנהג אז א יעדע סוף זמן האט ער ארויסגעווארפן לפחות איין בחור, און רוב מאל איז עס געווען מער.
דער בחור האט נישט געמוזט זיין קיין בן סלוא, נאר טאמער איז ער געקומען אפאר מאל מער ווי 2 מינוט שפעט צו שחרית (בלי גוזמא!) אדער ער האט נישט געקענט ביים פארהער דאן איז ער געווען פערסאנא נאן גראטא
ווען איך האב דארט געלערענט, איז געווען א בחור וואס פלעגט פאפן ביז 12 לפחות בשעת 99% עולם אז געווען ביי שחרית 7:30, נאכער פלעגט ער מיטן פישקע ציגארעס און א פלעשאלע זיס געטראנק פארוויקעלט אין א בגד מרחץ זיצן אויפן גאניק וואו אין א קור ארט פאר עטליכע שטונדען, ואין פוצה פה ומצפצף! ווייל זיין טאטע האט געהאט אפאר פארשטינקענע גרינע.

boxcover » מיטוואך יולי 17, 2013 6:39 pm

· #134322
מאן דאמר
איך האב געלערענט אין א געוויסע ישיבה וואס דער ראש הישיבה האט געהאט א מנהג אז א יעדע סוף זמן האט ער ארויסגעווארפן לפחות איין בחור, און רוב מאל איז עס געווען מער.
דער בחור האט נישט געמוזט זיין קיין בן סלוא, נאר טאמער איז ער געקומען אפאר מאל מער ווי 2 מינוט שפעט צו שחרית (בלי גוזמא!) אדער ער האט נישט געקענט ביים פארהער דאן איז ער געווען פערסאנא נאן גראטא
ווען איך האב דארט געלערענט, איז געווען א בחור וואס פלעגט פאפן ביז 12 לפחות בשעת 99% עולם אז געווען ביי שחרית 7:30, נאכער פלעגט ער מיטן פישקע ציגארעס און א פלעשאלע זיס געטראנק פארוויקעלט אין א בגד מרחץ זיצן אויפן גאניק וואו אין א קור ארט פאר עטליכע שטונדען, ואין פוצה פה ומצפצף! ווייל זיין טאטע האט געהאט אפאר פארשטינקענע גרינע.

איך ליין דא גארנישט נייעס. וואס איז די טענות? וואס איז ראנג מיט דעם? ווי @קאווע טרינקער האט מסביר געווען בטיב טעם אז:
קאווע טרינקער
וואס וואלט געווען אויב א ישיבה פארלאנגט אז יעדע בחור מוז חתמ'נען א צעטל וואס דארט שטייט זייער קלאר געשריבן, אז אויב דער חותם-מטה גייט טוהן דאס-און-דאס [למשל: קומען 2 מינוט שפעט צו שחרית], מוז ער פארלאזן די ישיבה. - ויהי היום און דער בחור איז באגאנגען יענע-און-יענע עולה, און די ישיבה דערמאנט דעם בחור אז ס'צייט ער זאל גיין! - הייסט דאס ארויסגעפארן דעם בחור? אוודאי נישט! מ'האט דאך אים אנגענומען מיט דעם תנאי, און על דעת זה האט ער אונטערגעשריבן דעם שטר. - די ישיבה ווארפט אים ארויס? ער שטופט זיך ארויס!

די גרינע ווערטער זענען צוגעלייגטע.

מאן דאמר » מיטוואך יולי 17, 2013 6:49 pm

· #134324
וואו פארלאנגט מען א בחור פון 14 זאל חתמ'נען, זיין חתימה איז בכלל א חתימה? צו קענסטו פארלאנגן פון אפילו א 16 יעריגס ער זאל זיך אונטערנמען עפעס אז נישט גיי דיר, פארשטייט ער דען די קאנסעקווענסן? איז ער בכלל גענוג רייף פארדעם?

לאליפאפ » מיטוואך יולי 17, 2013 7:13 pm

· #134326
איר זענט אלע איינגערעדט. דאס וואס דארף א תקנה לדורות איז די אינטערנעט...

סאשי פיש » מיטוואך יולי 17, 2013 7:17 pm

· #134327
מאראנצןזאפט
זייער שיין באקסקאווער, מ'עט נאך מאריך זיין, אבער יעצט מוז מען צואווארטן ביז דער עולם כאפט זיך די נשמה נאכדעם וועט מען זיך אריינלייגן לעומקה.

@מאראנצןזאפט אונז ווארטען!

דעת תורה » דאנערשטאג יולי 18, 2013 1:14 am

· #134441
שמעקעדיג, דו ביסט נישט אינגאנצן גערעכט. א ישיבה איז נישט קיין חדר, מימות עולם איז א ישיבה געווען געמאכט פאר מצוינים מיט גוטע כשרונות און / אדער געוואלדיגע מתמידים. דאס איז דער תכלית און ציל פון א ישיבה, א כאילו קאלעזש צי גאר אוניווערזיטעט פאר לימוד התורה. נישט קיין עלעמענטרי שולע, וואס דעם צוועק דינט דער חדר.

עס איז באגריסנסווערד אז כהיום איז נאך דא אזא באגריף ווי די ישיבות אמאל, נעמליך א ישיבה למצויינים. דער מצויין מיט א מעגליכקייט אויסצושטייגן איז בכלל נישט משועבד אדער מחויב זיך צו רעכענען מיטן פארהעלטניסמעסיגן תכלית פון די בינונים. עס איז נישט בכוחם ארויף צו צווינגען אויף די מצויינים וואס צו טון, מוותר צו זיין פון זייער פאטענציעל כדאי דער בינוני זאל האבן א גוטן נאמען ביי שידוכים.

עס איז נאר דא א גרויסער פראבלעם, וואס מיר ווייסן נישט וויאזוי צו עסן. וואס טוט מען מיט די טויזנטער יוגנטליכע במחנינו וואס זענען נישט קיין מצוינים? אמאל האבן די אלע געהאלפן דעם טאטן אין דער ארבעט. היינט ווען דער טאטע וויל זיצן אויפן אינטערנעט אנע דעם וואס דער בחור'ל זאל זיך דרייען אונטער די פיס, איז דאס נישט קיין אפציע.

אלזא, וואס יא? מיין איך אז די חכמי כעלם זאלן זיך צוזאם קומען אויף א מיטינג, און נאך לאנגע וויכוחים און טענות וועט לכאורה די מסקנא זיין, אז דער היינטיגער סיסטעם, דער אנשטאלט ווי מען האלט אויף די יוגענטליכע פאר די צענערלינג יארן, איז נאך די בעסטע. מען ברויך נאר טון אזויפיל, זיכער מאכן אז עס איז דא גענוג א ברייטע אויסוואל פון פאסיגע אנשטאלטן פאר יעדן איינעם, מאכן א פילטער דרייוו צווישן די בחורים, און אויפהערן פייניגן בעפאר און נאך יעדן סעמעסטער היתכן דער בחור'ל איז נישט נאכגעקומען דעם סטאנדארט וואס איז נישט געמאכט פאר אים אין פירסט פלעיס.

ליתר שאת, ברויך מען זען אויפצוקומען מיט עפעס א פאסיגע זאך, עפעס נוצליך מיט וואס די בחורים זאלן אנפילן די טעג אין די ישיבה. אפשר לערנען אביסל פון די תורה? א עין יעקב שיעור, שיינע דרשות, חינוך, תנ"ך, אגדה, עס איז דא אסאך. אזוי אויך וויכטיגע נוצליכע ידיעות בעניני דעלמא, אינטערעסאנטע ביכער, קערפערליכע אקטיוויטעטן, עסן מאלצייטן, שפילן געימס, ללמדו אומנות וואלט נישט שלעכט געווען א.א.וו.

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג יולי 18, 2013 10:49 am

· #134501
לאליפאפ
איר זענט אלע איינגערעדט. דאס וואס דארף א תקנה לדורות איז די אינטערנעט...


ווען מען זאל ווען מאכען עטוואס א שינוי בנוגע די ישיבות פראבלעם וואלט שוין לאנג די מערכה איבער'ן אינטערנעט געהאלטען א שטאפעל פאראויס
מה יעשה הבן שלא יחטא ווען די יצרא דאינטערנעט ברענט און די ישיבות געבן זיך נישט ריכטיג אפ מיט זיין יודיש נפש

diff » דאנערשטאג יולי 18, 2013 3:09 pm

· #134587
מימות עולם איז א ישיבה געווען געמאכט פאר מצוינים מיט גוטע כשרונות
Just tell it to the rhoshim. They won't agree. You are ruining their whole buissness

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג יולי 18, 2013 3:16 pm

· #134591
diff
מימות עולם איז א ישיבה געווען געמאכט פאר מצוינים מיט גוטע כשרונות
Just tell it to the rhoshim. They won't agree. You are ruining their whole buissness



מהיכן דנתני????
פון ווי זענען אויסגעשטיגען די פשוטע בעלי בתים און ערליכע יונגעלייט פון גאס?
דאס איז אן עלילה פין די היינטיגע סארט הנהגה וואס דוקטירט רוב ישיבות ליידער

boxcover » מאנטאג יולי 22, 2013 9:52 am

· #135181
[ציטאט אראפגענומען]

נאך א פיצינקע נקודה. אויב מאכט מען איבער א ישיבה אלס א ביזנעס, דארף מען אויך איבערמאכן אלסדיג ארום. ווען א ראש הישיבה קומט צו א חתונה קומט אים נישט קיין כיבוד אדער אויבן-אן, גארנישט מער ווי סיי וועליכער ווענדער. ווען די פלאריסט קומט גיבן מזל טוב, גיבט מען איר אויך נישט קיין כיבודים. ווען ס׳קומט אריין די מקוה יוד, וואס האט סופלייד די ווייל און ברויפן פאר די שמחה, שטעלט זיך קיינעם נישט אויף.

נאך א נקודה. ווען אייער גראסערי-מאן דארף חתונה מאכן, שפירט איר א פליכט זיך ווארעם אנצורופן? איר זאגט דען אז מען דארף ארויסהעלפן, דען ער האט א חלק ניכר אז דיינע פיצעלעך האבן געגעסן גרינצייג יעדן טאג? ניין. אויב א ראש הישיבה איז א ביזנעסמאן, איז ער גארנישט אנדערשט.

אפילו נישט אלס ווענדער. פארוואס גייט מען נאך געלד פאר אזא יוד? זייט ווען איז ער א בן תורה? תורתו אומנתו? ער האט א ביזנעס! וואס שטייט ווען איינער מאכט אזא ביזנעס?
"רַבִּי צָדוֹק אוֹמֵר, אַל תַּעֲשֵׂם עֲטָרָה לְהִתְגַּדֵּל בָּהֶם, וְלֹא קַרְדֹּם לַחְפּוֹר בָּהֶם." (משנה אבות ד ה). ר' עובדיה מברטנורא מפרש "ולא תלמוד תורה כדי לעשות ממנה מלאכה שתתפרנס בה, כמו קרדום לחפור בה, שהעושה כן מועל בקדושתה של תורה..." (ברטנורא על אבות ד).

אביגדור » מאנטאג יולי 22, 2013 10:59 am

· #135190
וק"ל.

קאך_לעפל » מאנטאג יולי 22, 2013 12:12 pm

· #135203
די ישיבה פראבלעם איז זייער פארצווייגט, און עס איז עכט נישטא קיין ענגילטיגער לייזונג דערצו.

איז אזוי:

דער פיינער בחור האט דאך נישט קיין פראבלעם, עם צוכאפט מען מיט ביידער הענט.

דער שוואכער בחור, אויב מען קען אים נישט טרעפן א ישיבה, זאל ער גיין זיך לערנען עפעס א פאך, וואס וועט אים ציניץ קימען א גאנץ לעבן, ער וועט ע''פ רוב בעסער אפשניידן און לעבן וואו דער אזוי געריפענער פיינער בחור.
ער זאל זיך אבער נישט בעטן אז מען זאל אים אריין נעמען און ישיבה, ווייל די הנהלת פון די ישיבות וואס קלויבט זיך, זענען ע''פ רוב הארטנעקיגע באשעפענישען, וואס האלטן אז אויב א בחור האט נישט דעם ראגאטשאווערס מוח, דארף מען אים ווארפן פאר די הינט, און די נאכאנאנדיגע אפזאגאינגען ווען אים נאך נאך מען צוברעכן, און אראפקלאפן, דער מהלך דארף זיין ווילסט מיך נישט אריין אריין נעמען, איז נישט, איך גיי מיר ארבייטן.

פארשטייט זיך אז אויב א יונגער בחוור גייט ארבייטן גייט ער דירוך פארשידענע נסיונות, וואס איז אים שווער איבערציקימען, און עס וועט נישט נעמען צולאנג, ביז די אלע הייליגע צדיקי דורינו, וועלן אנפאנגען מאכן א געוואלד, געוואלד עס ברענט א פייער, עס פאלט שטיקער פון כלל ישראל, און דעמאלס דארף מען זיי זאגן, די האסט דיר פארשטאפט די אוירען ווען מעט האט מיך נישט אריין גענימען און ישיבה, דאן פארמאך דיר דאס פיסק, איצט איז שוין צו שפעט צו וויינען:

אויב דער שוואכער בחור איז שוין און א ישיבה, נאר די רעדע איז פון ארויסווארפן, דאס איז שוין א אנדערע מעשה, יעדער פארשטייט אז מען קען נישט ארויס ווארפן א בחור אויפן גאס, וואו א זאק מיסט, די ישיבה וואס ווארפט אים ארויס האט אן אחריות אים צו צי שטעלען א צווייטע ישיבה, מען קען פארשטיין דער געדאנק, אז מען מיז צומאל אוועק שיקן א בחור.

די עיקר פראבלעם איז ביי די מיטלגארטיגע בחורים, מיט זיי ווארפט מען זיך ארום וואו הינט, זיי זענען די גרעסטע רחמנות, זייער א סאך פון זיי פאלן נעבאך פון מיטלגארטיג, צו שוואך, א דאנק די רשעות און רציחה פון די ברענד נעם ישיבות, עס איז שוין העכטס צייט אז ווען א ישיבה אדוועטייזט זיך, ישיבה למציינים, זאל מען זיי נישט געבן קיין רויטע גרייצער, און מען זאל טאן אלע פעילות זיי צו פארמאכן, אריינגערעכנט מסירה, דאס איז דער איינציגסטער וועג, וואו אזוי די רשעות און רציחה וועט זיך אויפהערן.

איך בין נייגעריג צו און די ישיבות, וואו נהארדעה, סורא, פמפדיתא, איז אויך אנגעגאנגען די רשעות פון זיך קלויבען, מן הסתם נישט, ווייל אויב ווען יא, וואלט ווען געווען התורה נשכחת מישראל, סארא שאנדע!

דעת תורה » מאנטאג יולי 22, 2013 2:27 pm

· #135237
דער רשעות פון זיך קלויבן, ווערט דאך געברענגט אין די גמרא די מחלוקה פון רבן גמליאל און ר' אלעזר בן עזריה. די גמרא איז משמע האלט מער מיט שיטת ראב"ע מען זאל יא אריין נעמען יעדן.

רשעות קומט אבער נישט אריין דארט, ווייל נאר ווער עס האט געהאלטן ביים לערנען איז געקומען אין ישיבה אין פירסט פלעיס. די רעדע איז נישט געווען איבער א שעלטער פאר איגנטליכע ביז זיי גייען ארבעטן.

אגב אין די ישיבות איז אויך אנגעגאנגען א סיסיטעם,מיט מושיבי בית מדרש און מעמידים, און אפילו דיסציפלינארע שריט - כלפי עלטערע פארהייראטע תלמידים - זענען אנגעווענדעט געווארן לעת הצורך ווי מען זעט אין ערכין ביי ר' עקיבא און ר' יוחנן בן נורי.

נאר,,פרייליך » מאנטאג יולי 22, 2013 2:36 pm

· #135242
דעת תורה
דער רשעות פון זיך קלויבן, ווערט דאך געברענגט אין די גמרא די מחלוקה פון רבן גמליאל און ר' אלעזר בן עזריה. די גמרא איז משמע האלט מער מיט שיטת ראב"ע מען זאל יא אריין נעמען יעדן.

רשעות קומט אבער נישט אריין דארט, ווייל נאר ווער עס האט געהאלטן ביים לערנען איז געקומען אין ישיבה אין פירסט פלעיס. די רעדע איז נישט געווען איבער א שעלטער פאר איגנטליכע ביז זיי גייען ארבעטן.

אגב אין די ישיבות איז אויך אנגעגאנגען א סיסיטעם,מיט מושיבי בית מדרש און מעמידים, און אפילו דיסציפלינארע שריט - כלפי עלטערע פארהייראטע תלמידים - זענען אנגעווענדעט געווארן לעת הצורך ווי מען זעט אין ערכין ביי ר' עקיבא און ר' יוחנן בן נורי.



בימי חז''ל האט מען זיך געקליבען לויט אנדערע מושגים נישט בנוגע די היינטיגע סיסטעמען פין זמנים וכדומה
היינט איז דאך בכלל נישט פאראן מער אזא מושג ווי ישיבות פון אמאל ווען א אדם גדול און גברא רבא איז געשטאנען בראש פון א ישיבה און אנגעפירט מיט יעדן פרט ופרט

diff » מאנטאג יולי 22, 2013 2:57 pm

· #135251
קאווע טרינקער
.

אז פון די שכר-לימוד וואס אלע טאטע'ס צאלן וואלט געווען גענוג צו דעקן די הוצאת הישיבה, וואלט דאך דער ראש ישיבה געקענט זיצן רוהיג און עוסק זיין בהרבצת תורה, אן קיין זארג פון שנארן פאר געלט. אבער היות די שכר לימוד דעקט נישט גענוג, איז ער דאך א מצטרך לבריות, באקומט ער אינטערעסן צו חונף זיין לעשירים.

ישיבות זענען א פריוואטע אונטערנעמונג פון יחידים,


Please decide, if learning torah is b4 all, then why need money
, פַּת בַּמֶּלַח תֹּאכֵל וּמַיִם בַּמְּשׂוּרָה תִּשְׁתֶּה וְעַל הָאָרֶץ תִּישָׁן וְחַיֵּי צַעַר תִּחְיֶה
,י אמרו חכמים, כל הנהנה מדברי תורה, נטל חייו מן העולם. ועוד ציוו ואמרו, לא תעשם עטרה להתגדל בהם, ולא קורדום לחפור בהם
If not, Why did you open a yeshiva.

Daas, If the rosh feels that yeshivoth are only for bnei levi, than he must state it in every tora shmues, and not fool us around.

boxcover » מאנטאג יולי 22, 2013 3:58 pm

· #135278
קאך_לעפל
איך בין נייגעריג צו און די ישיבות, וואו נהארדעה, סורא, פמפדיתא, איז אויך אנגעגאנגען די רשעות פון זיך קלויבען, מן הסתם נישט, ווייל אויב ווען יא, וואלט ווען געווען התורה נשכחת מישראל, סארא שאנדע!

אלטע מחלוקת התנאים:
מסכתות קטנות מסכת אבות דרבי נתן נוסחא א פרק ג
[והעמידו תלמידים הרבה] שבית שמאי אומרים אל ישנה אדם אלא למי שהוא חכם ועניו ובן אבות ועשיר ובית הלל אומרים לכל אדם ישנה שהרבה פושעים היו בהם בישראל ונתקרבו לתלמוד תורה ויצאו מהם צדיקים חסידים וכשרים

ואפשר לומר אז אפילו די בית שמאי האט זיך אויך נאר ערלויבט צו פסק'נען אזויף וויסענדיג אז די בית הלל נעמט אן יעדעם.

boxcover » מאנטאג יולי 22, 2013 3:59 pm

· #135280
[ציטאט אראפגענומען]

👍 😂

נאר,,פרייליך » מאנטאג יולי 22, 2013 6:15 pm

· #135341
אצינד באקימען אין אישי אז פרישע 'פינף' בחורים דרייען זיך אויפן גאס א דאנק די רשעות'דיגע הנהגה פינעם סיסטעם הישיבות
י.ד. פין מאנסי
ל.א.ג. פון קרית יואל
י.ע. פון קרית יואל
מ.מ.ל. פון ב.פ.
ט.מ. פון מאנסי
מי יודע ס'ארא פרייז כלל ישראל וועט נאך אויף זיי ארויפצאלען

דעת תורה » מאנטאג יולי 22, 2013 7:59 pm

· #135378
[quote="זאלץוואסעראויף אייוועלט"]אין שאטן פון די אנגייענדע ויכוחים אין די נושא פון "בחורים אין ישיבה" ווי יעדער מאן דהוא זאגט א מיינונג, צו די ישיבות טוען ריכטיג מיטן מהלך פון יא אדער נישט אננעמען בחורים אין ישיבה, און פארשטייט זיך אז יעדנ'ס מיינונג קומט פון אן אנדערן ריכטונג, און האט אלס צו טוהן מיט די היסטאריע פונעם דיעה זאגער, און וואו ער האט אויפגעבויט זיין מיינונג. וואס אין רוב פעלער איז עס א דיעה יחידי געבויט אויף א מעשה יחידי וואס האט פאסירט אמאל. האב איך געזעהן פאר וויכטיג צו רעדן צום צד השני פון די נושא, און געבעטן דעם חשוב'ן ראש ישיבה מיר צו שענקען א אינטערוויו אין די נושא.

איך וועל נישט מגלה זיין בפה מלא ווער דער ראש ישיבה איז, אבער אז איר וועט אליינס ארויסנעמען פון מיינע ווערטער בעט איך אייך נישט צו טראגן ווייטער.

זאלץוואסער: א גוטן אייך

ראש ישיבה: א גוטן, מיט וואס קען איך אייך העלפן?

ז"וו: קודם וויל איך זיך באדאנקען פארן אראפנעמען פון אייער טייערע צייט, און מיר שענקען דעם רשות צו שרייבן אונזער שמועס, לטובת הרבים.

איך וועל גראד צוטרעטן צום ענין העומד על הפרק, אין די נושא פון ארויס ווארפן בחורים פון ישיבה און נישט אננעמען בחורים אין די ישיבות היינטיגע צייטן, וואס וואו מאנכע זאגן איז עס ארויס פון יעדן פראפארץ און אסאך בחורים וואס וואלטן ווען געדארפט קענען שטייגן עכ"פ צו ווערן פיינע בינונים, ווערן אפגעזאגט אנע דעם וואס מ'זאל זיי געבן א געלעגנהייט אפילו צו פרובירן. וואס איז אייער ענטפער צום עצם כלליות'דיגן טענה?

ר"י: לאמיך מקדים זיין מיט א שטיקל הקדמה, און דיר מסביר זיין וויאזוי עס גייט היינט צו דער ענין פון אננעמען א בחור, און די חילוקים פון ישיבה צו ישיבה, און בחור צו בחור.

קודם לכל דארפסטו פארשטיין, אז עס זענען פארהאן 2 סארט ישיבות, דאס ערשטע, איז א ישיבה וואס געהער צו א קהלה, אדער מוסד מיט א רבי'ן אדער א רב, וואס אין די ישיבה געוויינליך וועט מען אננעמען יעדן וואס קומט פונעם סיסטעם אינעם מוסד, און מ'וועט נישט מאכן קיין פראבלעמען, נאר אויב דער בחור האט א רעקארד פון פראבלעמען וואס שטערן נישט נאר די מגידי שיעור און ראשי ישיבה, אבער אויך דאס שטייגן פון אנדערע בחורים.

דערנאך קומט די ישיבה, וואס איז געעפנט געווארן אויף א פריוואטן שטייגער, וואס האבן נישט קיין שייכות צו קיין שום מוסד, און נישט קיין התחייבות צו קיינעם. די וועג וויאזוי א בחור גייט דארט אריין, איז דורך א פארהער, און אסאך אינפארמאציע זאמלען איבער דעם בחור, צו וויסן אויב ער איז ראוי פאר דעם ישיבה, און צו ער איז פאסיג פאר די אטמאספערע אין וועלכע די ישיבה איז. סיי אויב מ'רעדט פון א ישיבה למצויינים, סיי די נידריגערע ראנגען, אלס האט דער ראש ישיבה, זיין ספעציפישן וועג וויאזוי ער וויל פירן די ישיבה, און אויף דעם אינטערסירט ער זיך און מאכט זיכער נישט דורכצופאלן, ווי ווייט מעגליך.

דער ראש ישיבה פון א קליינע אומאפהענגיקע ישיבה (איך רוף עס קליין, נישט ווייל עס איז בכמות קליין, נאר צוליב די פריוואטע באנעמונג פון גרינדונג ביזן פירן די תהלוכי ישיבה וואס גייט אויף א יחידיש'ן אופן) איז קיינעם גארנישט שולדיג, און איז בארעכטיגט צו וועלן שטייגן אויף וועלכן לייטער ער שפירט זיך פאסיג, אדער ראוי צו שטייגן, און דערפאר ווענדט ער אן אלע זיינע כוחות נישט צו פארקריכן.

דא ווערט אבער א פראבלעם, ווען א בחור פון א מוסד, וויל פאר סיי וועלכע סיבה גיין צו א קליינע (ווי אויבנדערמאנט) ישיבה, איז דא צוויי סארט בחורים. איינס איז דער מצויין וואס דער טאטע האט פאר סיי וועלכע סיבה באשטימט אז אין דעם ישיבה פון זיין מוסד איז נישט גענוג גוט פאר זיין בחור'ל, און דערנאך זענען דא די בחורים, וואס מ'האט ארויסגעשטעלט פון די גרויסע ישיבה און ער דארף זוכן וואו צו גיין.

פארשטייט זיך אז די ישיבה למצויינים, וועט נאר אננעמען א בחור מיט כלים וואס זענען געאייגנט פאר מצויינים, און בארעכטיגט אזוי.

אבער די ישיבה וואס איז פאר בינונים און אראפ, דארף זיך אסאך נאכפרעגן איבער די סחורה, צו וויסן אויב אפילו עס איז אמת אז די ישיבה איז פאר אזוינע סארט בחורים, דהיינו א נידריגערע דרגא פונעם מצויין, מוז מען וויסן ווי נידריג? און אויך "וויאזוי נידריג"

ז"וו: וואס הייסט "וויאזוי נידריג"?

ר"י: עס איז דא פארשידענע נידריגע דרגות, ווי למשל דער בחור וואס האט א שוואכן קאפ, און מ'דארף זיך ספעציעל אפגעבן מיט אים, און לעומת זה דער בחור וואס האט א גוטן קאפ אדער איז הייפערעקטיוו וכו', און מ'דארף זיך אויך מיט אים אפגעבן. מוז דער ר"י באשטימען וואו זיינע טאלאנטן און זיין ישיבה איז געשטעלט און וואס ער קען יא אדער נישט.

דאריבער ווען דער ראש ישיבה זאגט אפ א בחור, איז עס נישט ווייל ער וויל זיך סתם גרינגער מאכן, נאר פשוט ווייל ער האלט נישט אז ער קען די פאך צו העלפן דעם בחור.

ז"וו: איז נישטא אמאל א פאל ווען א בחור ווערט סתם אזוי צוטרעטן ווייל מ'האט פאלשע אינפארמאציע? און די אנדערע זייט איז נישטא אמאל א בחור וואס וואלט באמת נישט געדארפט אנגענומען ווערן און נאר ווייל די טאטע אדער זיידע איז איינפלוסבאר נעמט מען אים בעל כרחך אריין? און אויב יא אין סיי פון וועלכע אויבנדערמאנטע, איז דאס יושר?

ר"י: אזוי ווי אין יעדען פעלד, ווערט אמאל געטוהן א אומרעכט, צו מחמת פארבלענדעניש פון געלט, אדער צוליב א לשה"ר אדער רכילות, איז זיכער אז ישיבות זענען נישט אויסגעשלאסן, אבער עס איז זיכער נישט דער אנגענומענער וועג פון באהאנדלען.

ז"וו:לאמיר צוריקגיין צו די אזוי גערופענע גרויסע ישיבות, פארוואס זעהט מען אזויפיל בחורים וואס מ'נעמט נישט אן אין זייערע אייגענע מוסדות?

ר"י: לאמיך דיר קודם מסביר זיין א מציאות וואס האט זיך ארויסגעשטעלט דורך די צייט:

פאר צוואנציג דרייסיג יאר צוריק ווען יעדער בחור האט געקענט לערנען אין א ישיבה, איז געווען די פראבלעם פאר ישיבות אז די גרויסע ישיבות האבן געהאט פיעל צו ליידן, און מ'האט פארלוירן די סמעטענע צו די קלענערע ישיבות פשוט ווייל די גרעסערע ישיבות זענען געווען פארנומען מיט באהאנדלען די פראבלעמען. זענען געבליבן צוויי סארט בחורים פאר די ישיבות, איינס דער בחור וואס איז געשטיגן אליינס, און נישט געקוקט וואס טוט זיך ארום אים, און דערנאך דער בחור וואס איז געווען אין ישיבה נאר ווייל דארט איז זיין "חדר" געגאנגען נעקסט...

היינט ווען די בחורים זענען ראשי בית אב, און מאנכע פון זיי זענען אין די ישיבה ביזנעס, און געדענקען קלאר וואס דעמאלס איז פארגעקומען, זוכן זיין צו פארמינערן דעם פראבלעם, און עס איז א שטארקע סברא, אז אויב וועט א בחור שאדן צום שטייגן פון אנדערע בחורים, דארף מען אים נישט אננעמען און פארקערט, די סברא איז אז דער בחור טאר נישט ווערן אנגענומען.

פארשריי מיך נישט פאר איך ענדיג (ווייל דא האב איך אריינגעאטעמט טיעף, האט דער ר"י געמיינט איך גיי שרייען...)

דער פראבלעם ווערט ווען מ'דארף באשלוסן, וועלכער בחור איז טאקע א סכנה און וועלכער איז סתם א שווערער בחור.

ווען עס וואלט געווען א קלארע ליניע צו וויסן אט דאס, וואלט מען קלאר אריינגענומען יעדן בחור אפילו ווער עס איז שווער, ביז צום בחור וואס איז א סכנה. אבער דער קלארער ליניע איז נישטא, און עס זענען דא אסאך מניעות צו וויסן דעם אמת, דעריבער דארף די הנהלה אליינס ציען מסקנות, און דערפאר איז אמאל די מסקנא אפשר נישט די ריכטיגע.

ז"וו: וויאזוי נעמט מען אויף א ראש ישיבה? אדער א מגיד שיעור? וואלט מען נישט געדארפט מער זיך אפגעבן מיט טרעפן מענטשן וואס פארשטייען נישט נאר א שטיקל גמרא אבער אויך דעם מהלך מחשבה און מהלך החיים פון א בחור? איז נישטא קיין פראבלעם אין דעם נושא?

ר"י: ר' זאלץ! איך וויל דיר נאר קודם צוריק ברענגען צום פריערדיקן נושא און זאגן עפעס שטילערהייט: די שאלה פארוואס עס זענען דא אזויפיל וואס פאלן ארויס פונעם גרויסן ישיבה איז באמת קיין שאלה נישט, ווייל עס איז א פשוטער מציאות אז ווי מער דער ציבור וואקסט, און דער דור פאלט, איז עס נעבעך א מציאות. און אז דו וועסט קוקן פראצענטועל איז נישטא קיין גאר גרויסע חילוקים פון היינט און אמאל, עס איז נאר א חילוק אין די נומערן, וואס האבן זיך פילפאכיג געמערט.

לאמיך דיר מסביר זיין וויאזוי מ'נעמט אויף א ראש ישיבה אדער א מגיד שיעור.

קלאר אז מ'קוקט אויף עטליכע קאטאגאריעס

1. ער מוז זיין א גרויסער תלמיד חכם

2. ער מוז זיין א גרויסער ירא שמים

3. ער מוז זיין פארשטענדליך

4. ער מוז פארשטיין צו א בחור

ווען אבער דו וועסט נעמען אלע קאטאגאריעס און זיי קאטאגערירן אין סדר פון וויכטיגקייט, וועסטו דאך מיר אודאי מודה זיין אז א ירא שמים, און תלמיד חכם איז די ערשטע און וויכטיגסטע, ווייל קיינער וויל נישט אז דער בחור'ל זאל זיך דרייען אין א סביבה ווי דער מגי"ש איז נישט די ביידע זאכן.

דעריבער ווען מ'עלימינירט קאנדידאטן צוליב די ערשטע צוויי קאטאגאריעס בלייבט נאר איבער א קליינע צאל פון וועלכע מ'קען ווייטער גיין, קען אמאל זיין אז אין קאטאגאריע 3 און 4 דארפן נאך אמאל דער מגיד שיעור זיך צולערנען און קענען בעסער. אבער האמת ניתן להאמר אז צו פארשטיין צו א בחור, וויפיל מ'פארשטייט איז אלס נישט אזוי גוט ווי א מגיד שיעור אדער ר"מ וואס טוט דאס שוין פאר יארן, און אלע פאנגען אן אמאל...

ז"וו: וואס זאגט איר בכלל צום גאנצן נושא פון ארויסנעמען א בחור'ל פון ישיבה אלס קליין בחור'ל ווייל דער טאטע וויל ער זאל שטייגן צו זיין א מצויין?

ר"י: באמת איז דאס אן ענין וואס האט נישט קיין כלליות'דיגן ענטפער, ווייל עס איז זיכער דא אמאל א בחור'ל וואס דארף א שינוי מקום צו קענען שטייגן. אבער בדרך כלל איז עס א איבערגעטריבענע שטאלץ פון עלטערן, און עס איז א שטארקער ריסק פאר א דורכפאל. איך וואלט נישט געראטן קיינעם אזוי צו טוהן. ענדערש לערנט מען צו אין די זייט, און מ'טוט פעולות מיטן בחור'ל צו שטייגן העכער, ווי איידער אים ארויסצונעמען פון זיין סביבה און אנהייבן פון ניי. אבער דאס איז נישט אן ענטפער אויפן כלל.

ז"וו: איך וויל אייך פרעגן צו איך קען מפרסם זיין דעם שמועס, און אויך הערן נאך שאלות וואס צו פרעגן? און צו איר וועט זיך קענען נאכאמאל אראפנעמען צייט צו ענטפערן?
ר"י: זייער גערן אי"ה

ז"וו: אויף ווידערזעהן...


אויב איינער וויל אריינשיקן שאלות צום ראש ישיבה, ביטע מיר שיקן פערזענליך, און אזוי וועט מען האבן א קלארערן דיאלאג[/quote]

boxcover » מאנטאג יולי 22, 2013 11:02 pm

· #135404
[quote="זאלץוואסעראויף אייוועלט"]איך וועל נישט מגלה זיין בפה מלא ווער דער ראש ישיבה איז, אבער אז איר וועט אליינס ארויסנעמען פון מיינע ווערטער בעט איך אייך נישט צו טראגן ווייטער.[/quote]
איך האב טאקע אליינס ארויסנעמען פון זיינע ווערטער און איך וועל יא טראגן ווייטער! די ראש הישיבה איז מוהר"ר ים המלך שליט"א.

קאווע טרינקער » דינסטאג יולי 23, 2013 12:43 am

· #135422
נאר,,פרייליך
אצינד באקימען אין אישי אז פרישע 'פינף' בחורים דרייען זיך אויפן גאס א דאנק די רשעות'דיגע הנהגה פינעם סיסטעם הישיבות
י.ד. פין מאנסי
ל.א.ג. פון קרית יואל
י.ע. פון קרית יואל
מ.מ.ל. פון ב.פ.
ט.מ. פון מאנסי
מי יודע ס'ארא פרייז כלל ישראל וועט נאך אויף זיי ארויפצאלען

פינף בחורים? Wow.
כ'בין סתם נייגעריג.. זאג, וואס האלט איר וועגן מציצה בפה?
5 בעביס איז גענוג? אדער יעדע פון די פינף קען מען פאר ענטפערען מיט א מעשה?

נולד מאוחר » דינסטאג יולי 23, 2013 1:31 am

· #135431
ר יואל ראטה נעמט נישט אריין יעדעם אדער כמעט יעדעם?

נאר,,פרייליך » דינסטאג יולי 23, 2013 10:34 am

· #135464
נולד מאוחר
ר יואל ראטה נעמט נישט אריין יעדעם אדער כמעט יעדעם?


מ'קען נישט מחייב זיין כלל ישראל צו ווערן ברעסלעב מהרא''ש
די אלגעמיינע ישיבות ברויכען מאכען א תיקון מיטען קענען האלטען אין זייערע ישיבות די בחורים

אביגדור » דינסטאג יולי 23, 2013 11:04 am

· #135470
מצויינים.

shem-tov » דינסטאג יולי 23, 2013 11:58 am

· #135484
טאקע הערלעך באשריבן וואס ס'טוט זיך אפ אין ישיבות - הגם ס'דערקענט זיך נישט קיין עקספיריענס אין די ריאליטי - אבער לאמיך מיט דיר רעספעקטפולי דיסאגריען. אזוי ווי קאווע טרינקער האט שוין געשריבן איז דער פראבלע פון ארויסווארפן נארמאלע בחורים פון ישיבות היבש איבערגעטריבן. מ'ווארפט ארויס איין בחור און מען זאגט הונדערט אא"וו ... אין אן אנדערן אשכול האב איך מיך געבעטן צו דיסקאסען אפילו איין בחור וואס מ'האט ארויסגעווארפן און קיינער האט נישט געקענט אנכאפן אפי' איין מעשה אין וואס מ'קען בלעימן דעם ראש ישיבה, אבער יעדער האט נאר געוויסט פון טויזענטער בחורים וואס זענען אויף די גאס. אויך פארשטיי איך נישט פארוואס די זאגסט אז די ישיבות פאר גאר שוואכע - א שטייגער ווי ר' יואל ראטה און פראג וכדו' - האבן נאר געלעזט איין פראצענט פון די פראבלעם. וואס לענ"ד האט דאס געלעזט אכציג פראצענט פונעם פראבלעם. אמת ער איז א ברסלאווער און ס'איז א בעיבי סיטינג סערוויס אבער כ'רעד בכלליות די מיני ישיבות וואס בויען זיך נישט אלץ ביזנעס נאר נעמען אריין נארמאלע בחורים ואס האלטן פשוט נישט, אדער קענען נישט לרנען, וואס ברויכסטו מער פון דעם. דער פראבלעם ווערט נאר מיט סאסייעטי אז מען קוקט געפערליך אראפ אויף שוואכע בחורים און אויף שוואכע ישיבות און דער פראבלעם איז אז ס'איז דא גאר אסאך פון די עסקנים וואס דארפן צו העלפן בחורים וואס ווילן נישט די סארט ישיבות צוליב זייערע ענגע אינטערעסן. און ליידער וועלן זיי מסכים זיין צו לאזן בחורים אויף די גאסן ווי איידער שיקן א בחור אין א שוואכע ישיבה און ווער רעדט נאך מחזק זיין א בחור וואס לערנט דארטן.

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 23, 2013 12:20 pm

· #135495
[quote="boxcover"][quote="זאלץוואסעראויף אייוועלט"]איך וועל נישט מגלה זיין בפה מלא ווער דער ראש ישיבה איז, אבער אז איר וועט אליינס ארויסנעמען פון מיינע ווערטער בעט איך אייך נישט צו טראגן ווייטער.[/quote]
איך האב טאקע אליינס ארויסנעמען פון זיינע ווערטער און איך וועל יא טראגן ווייטער! די ראש הישיבה איז מוהר"ר ים המלך שליט"א.[/quote]
מיינסט "ים המלח", מיט א ח'?

סארי, באט דער ר"י רעדט זייער נישט צום דבר.
און כ'וועל מחולק זיין מיט דעם פונקט, אז א תלמיד חכם איז וויכטיגער ווי איינער וואס פארשטייט צום תורת הנפש פונעם בחור. א נייע מעשה!
אודאי איז תורה דער עיקר, אבער אין ישיבה פארעמט מען אויס די גאנצע צוקונפט פון דעם בחור, און דאס פארשטיין צו אים איז גענוי אזוי וויכטיג - אויב נישט וויכטיגער - ווי זיין א גרויסער ת"ח. א קליינער ת"ח איז אויך גענוג.
אדער, לצאת ידי שניהם, קען מען נעמען א ת"ח צום פארלערנען, און א זייטיגער משגיח וועלכער פארשטייט יא צו בחורים.

און וועגן די אויסרייד אז ס'איז א פריוואטע ישיבה און מען קען טון וואס מען וויל האב איך שוין אפגעענטפערט אויבן מיט א משל, ותדרשנו משם.

נעקסט קעיס?

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 23, 2013 12:52 pm

· #135503
קאווע: אינס פון די נעמען וועלכע דו האסט אויסגערעכנט ווער ס'פיהרט אלס אן כוללים קען איך פערזענליך און ער האט א רעכט צו גיין נעמען געלט פונ'ם עולם פאר זיין כולל, ווייל ער איז בכלל נישט א חלק פונ'ם פראבלעם וואס דער פותח האשכול האט גערעדט. א חוץ וואס בעלי בתים קומען אריין אין זיין ביהמ"ד פאר א פאר שעה א יעדן טאג ווען זיי האבן פרייע צייט נעמט ער אויף בחורים וועלכע זענען שוין אויסגעוואקסן ישיבות און האבן נאכנישט געטראפן א שידוך בסבר פנים יפות. בד"וו. דער רב איז אויך א פוסק פון ערנסטע מעדיקל און טעכנישע שאלות (בהלכות שבת ויו"ט). א חוץ וואס ער לערנט פאר עטליכע טעגליכע שיעורים אין זיין בית המדרש איז ער פארנומען צו דעקן די הוצאות פון זיינע מוסדות. ווען די אנדערע רעשי ישיבות וואלטן געהאט אזא מהלך ווי ער וואלט בכלל נישט געווען קיין פראבלעם. אבער ער איז (ליידער) כמעט א יחיד.

לאליפאפ » דינסטאג יולי 23, 2013 12:59 pm

· #135504
און איך האב געמאכט א אינטערוויו מיט עפעס א ניק פון אייוועלט, איך וועל באלד אהערברענגען דעם שמועס, אפילו מ׳ווייסט ווער זאל מען נישט טראגן ווייטער...

ז״וו - בי עס!

נאר,,פרייליך » דינסטאג יולי 23, 2013 5:13 pm

· #135611
ווען די אלע קהילות און מוסדות וואס מאכען גרויסע פארזאלונגען איבער טעכנעלאגיע וואס רייסט ריזיגע שטיקער מכרם בית ד'
זאלען הארכען דעם איד, וואלט מען געהאלטען עטוואס פאראויס אין די מערכה
שטייצעך אז מ'דארף צוגרייטען אין די ישיבה די אלע בחורים זיך צו לערנען ווי אזוי צי פייטען די אינטערנעט פראבלעם
גענוי ווי מען לערנט יעצט אויס אלע בחורים אין אר''י הל' מסי''נ

Ungarisher Yid » דינסטאג יולי 23, 2013 5:41 pm

· #135627
איך בין נאך ניי דא ווי אויך האב איך נישט אזא עקספיריענסד שפראך ווי ענק אלע אבער איך וויל פרעגן איין קשיא וואס קיינער האט נאך נישט בארירט.
די גאנצע צייט באשמיסט מען דא צוויי קאטעגאריע בחורים, די פון די מצוין ישיבות און די פון די אזוי גערופענע גרויסע ישיבות וואס זענען מער ווייניגער אין ניו יארק והגלילות. וואס קיינער רעדט נישט וועגן זענען די בחורים פון אנדערע פלעצער וואס האבן נישט א ישיבה ווי אלע גייען אריבער נעקסט... א שטייגער מאנטריאך, טאראנטא, און אפילו אין ניו יארק אליין איז דא קליינע מוסדות וואס האבן נישט קיין ישיבות העכער ישיבה קטנה און אויב א טאטע האט א בחור וואס איז נאך נישט א וועלטס גאון ווי דארף ער אים שיקן עס איז דא טאקע אסאך וואס שיקן קיין לעיקוואד אבער נישט אלע געפינען זיך זייער פלאץ דארט.

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 23, 2013 6:38 pm

· #135642
שלום עליכם, אונגארישער אידל! נעמט א פאטעל און זעצט אייך.

מיר זענען רובא דרובא פון ניו יארק, ממילא רעדט מען נישט פון מאנטריאל און אונגארן, אבער מיר זענען גרייט צו הערן!

קאך_לעפל » דינסטאג יולי 23, 2013 6:44 pm

· #135643
וועלקאם מיסטער אונגארישער מיר ווארטן שוין אויף אייך יארן,

ביטע טיט א גענאדע מיט די קאווע טרינקער, און זאגט אינז אויס די סודות וואו אזוי מען שטעלט אהער א גיטן טשאלאמאדא, גולאש, ראנטאטוש אד''ג. מיר זאלן זיך קענען עטוואס שטילן דעם הינגער אביסל.

Ungarisher Yid » דינסטאג יולי 23, 2013 6:52 pm

· #135644
קעסענעם סעיפען...

איך האף מיט די צייט זיך אביסל צולערנען די מלאכה פון שרייבן...

איך אויך » דינסטאג יולי 23, 2013 6:53 pm

· #135645
שלום לעיכעם מיסטער מאגיאר, זענט איר א קרוב מיטן ליטוואק פון בודאפעסט?

בדחן » דינסטאג יולי 23, 2013 7:48 pm

· #135656
מודעה, בשורה טובה

די ראשי ישיבות האבן דערהערט די געשריי פון חברי הקאווע וואס זארגען זיך איבער די קליינע צאל - אומשולדיגע - בחורים וואס פאלען ארויס פון האבן א ישיבה,

מען האט איינגעזען אז כאטש אז רוב פון די בחורים וואס זענענן אידנרויסען פון א ישיבה זענענן נאר די ריבעליען וואס ווילען ווייטער האבן א פעיסבוק אקאונט אויף זייער סעלפאון און זיי ווילען עס נישט אויפגעבן פאר קיין געלט אפילו פאר די פרייז פון זיין אינדרויסען פון א ישיבה,

מען האט איינגעזען אז די עלטערן זענענן ביי א טייל פעלער שולדיג וויבאלד זיי פירען זיך אויף לגבי די ישיבה אויפן זעלבן אויפן ווי זיי פירען זיך אויף ביים זיכען א שידוך, דאס הייסט זיי ווילען נישט ארקענענן די מעלות און חסקונות פין זייער קינד,

מען האט אבער איינגעזען אז כדי צו לעזען די פראבלעם פון די בחורים וואס ווערען ארויסגעווארפן מיט אומרעכט, מוז קודם זיין אז מהלך וואס צי טיען מיט די בחורים וואס מען ווארפט ארויס מיט רעכט, דאס הייסט די בחורים וואס פאלעגן נישט די תקנות, ווערן נעלם פאר גאנצטע נעכט, דרייווען טראץ אז עס איז פארבאטען, האבן מיט זיך א אינטערנעט וואס האט אויף זיך א סעלפאון, און האלטן נישט מיט קיין שום סדר הישיבה, און נאכדעם וואס מען וועט איינפעדערען א געהעריגע מהלך וואס צו טיען מיט די ריבעליען בחורים, דאן איז שייך צו קיקען אויב עס איז נישט דא צווישען זיי עטליכע וואס איז דארט בטעות אריינגעפאלען און מען דארף אים צוריק נעמען און ישיבה.

ביים ערשטען מיטינוג האט מען גערעדט אינער וועמענס בעלות א בחור באלאנגט אז מען זאל וויסען ווער עס דארף זיך זארגען פאר אים, און ווער עס האט די אחרוית אויפן בחור וואס האלט נישט ביים לערנענן אז ער זאל נישט גיין ליידיג אז ער זאל האבן א דשאב און ער זאל זיין א מענטש, עס איז געווען מיינוגען לכאן ולכאן, איינער האט געזאגט אז עס באלאנגט אויף די עלטערן, א צווייטער האט געזאגט אז עס באלאנגט פאר די ראשי ישיבות, האט זיך אנגעהויבן א דיון לן יהא אז עס באלאנגט פאר די ראשי ישיבות וועלכע ראש ישיבה איז אחראי אויף וועלכע בחור? ווי אזוי ווערט א ראש ישיבה א אחראי אויף א פרעמעדן בחור?

נישט וויסענדיג וואס צו טיען האט מען באשלאסן אז מען גייט פרעגען חברי הקאווע וואס צו טיען, זיי האבן זיך געוואנדען צו מענטשן וואס האבן די אינטערנעט זיי זאלען אפיר זיכען אין קאווע שטיבעל כדת מה לעשות, די געטרייע מענטשן האבן געטיען דא זייעריגע און זיי זענענן צירוק געקימען מיט א ענטפער אז רוב רובם מעמבערס זענענן ביי די מיינוג אז א מנהל פון א קינד האט נישט קיין שום בעלות אויפן קינד מער ווי פון די שעות וואס ער איז אין חדר, און א א הנהלה פון א תלמוד תורה האט נישט קיין שום רעכט צו מאכען קיין תקנות אויפן לבוש פינען קינד, גלעזער, קאמפויטער אינדערהיים, אא"וו, די ראשי ישיבות האבן עס אנגענימען מיט פארשטענדעניש אז די אחרוית פינעם קינד ליגט נאר אויפן טאטען און נישט אויפן ראש ישיבה,

יעצט איז די שאלה, אויב עס איז דא א טאטע וואס איז נישט געאייניגט צו זיכען א ארבייט פאר זיין ריבעליען בחור, און ער איז נישט קעפעבעיל אים צו שיקען ארבייטען, ווער זאל זיך אריינמישען און העלפן דעם טאטען מיט זיין אייגען פראבלעם? צווייטענס, ווי זאל אזא בחור גיין ארבייטען?

די ראשי ישבות ווענדען זיך ווייטער צי די מעמבערס דא אז זיי זאלען אויפקימען מיט א סעלשון איבער די צוויי פראבלעמען,
זיי זאגען אז זיי פראבירען צו ווארפן נאר ריבעליען בחורים וואס מאכען שאדען אנדערע בחורים, אבער שגיעות מי יבון און מענטש קען מאכען א טעות, און ווי נאר די ערשטע חלק גייט זיין מסודר און מען וועט נישט מאכען קיין ערבוב טוב ורע צווישען די ריבעליען בחןרים און די בלורים וואס זענענן געפלויען בטעות, גייט די זאך ווערען מסודר על צד היותר הטוב.

ווער עס ווילען ארויסהעלפן זאל ביטע עס דא אראפשרייבען און מען וועט עס זיי איבערגעבן.

chosen people » דינסטאג יולי 23, 2013 10:12 pm

· #135694
ישיבת הר' משה אליעזר בלום
איך ווייס נישט ווי עס באלאנגט, צו אין דער אשכול אדער מען דארף מאכן א נייע אשכול פארדעם.
אבער איך האב זיך היינט אנגעטראפן מיט די בלאג, נאך וואס א חבר וואס האט געלערנט דארט, האט מיך פארציילט ענליכע מעשיות וואס ער האט געהאט דארט.
אינטערסאנט אז ביז היינט האב איך קיינמאל נישט געהערט וועגן די ישיבה, אין וואס עס איז דארט פאר געגאנגן. מיין חבר האט געזעהן די בלאג, און ער האט געזאגט אלעס איז אמת אין עס איז דא נאך סאך מער. גיי ווער געוואר פארוואס מען האט זיי נאך נישט איינגעזעצט.

boxcover » מיטוואך יולי 24, 2013 11:15 am

· #135849
בדחן
מודעה, בשורה טובה...

היינו טעמא דישיבות, היינו טעמא דאיטערנעט, והיינו טעמא דכל עניני תחת השטיח.

boxcover » מיטוואך יולי 24, 2013 11:39 am

· #135860
chosen people
איך ווייס נישט ווי עס באלאנגט, צו אין דער אשכול אדער מען דארף מאכן א נייע אשכול פארדעם.
אבער איך האב זיך היינט אנגעטראפן מיט די בלאג, נאך וואס א חבר וואס האט געלערנט דארט, האט מיך פארציילט ענליכע מעשיות וואס ער האט געהאט דארט.
אינטערסאנט אז ביז היינט האב איך קיינמאל נישט געהערט וועגן די ישיבה, אין וואס עס איז דארט פאר געגאנגן. מיין חבר האט געזעהן די בלאג, און ער האט געזאגט אלעס איז אמת אין עס איז דא נאך סאך מער. גיי ווער געוואר פארוואס מען האט זיי נאך נישט איינגעזעצט.

קודם מוז איך באמערקן אז דער שרייבער קען א פיינעם ענגליש, ספעציעל נעמענדיג אין באטראכט אז ער איז א תלמיד פון די ישיבה.

איך האב נאר אפאר פראגעס:
ער האט געלערנט אין די ישיבה פאר די בר מצוה?
מען האט אריינגעשלעפט א 12-יעהריגער אין די פלענער?
פארוואס זענען אלע באַמערקונגען וואס דערציילן די זעלבע געשיכטעס, אַנאָנימע באַנוצערס?
litzrac@yahoo.com

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 24, 2013 11:59 am

· #135866
boxcover
די לימודים

וואס דארף א מוסד (חדר, ישיבה, מיידל שולע) לערנען מיט די קינדער? לכאורה איז די מוסד און דער מדריך א שליח פון דעם טאטן. אויב קוקט מען דאס מיט א רוחניות'דיגע אָביעקטיוו, דאן וואס די טאטע איז מחויב צו לערנען מיטן קינד, דאס איז די שליחות. ווידעראום מיט א גשמיות'דיגע אָביעקטיוו וואלט מען געזאגט אז סיי-וואס די טאטע וויל, דאס איז די שליחות.

וואס איז די טאטע מחויב צו לערנען מיט זיינע זוהן? די גמרא זאגט (קידושין, כט, א) אז האב חייב בבנו למולו ולפדותו וללמדו תורה ולהשיאו אשה וללמדו אומנות. די גמרא לערנט דאס שפעטער ארויס אז ער איז מחויב צו לערנען צו לערנען תורה מיט זיינע קינדער פון די פסוק וְלִמַּדְתֶּם אֹתָם אֶת בְּנֵיכֶם (דברים, יא, יט), א פסוק מפורשת. נאכדעם לערנט די גמרא ארויס אז דער טאטע דארף לערנען מיטן קינד א פאך, פון די פסוק רְאֵה חַיִּים עִם אִשָּׁה אֲשֶׁר אָהַבְתָּ (קהלת, ט, ט), דרש'נט די גמרא (קידושין, ל, ב) אם אשה ממש היא כשם שחייב להשיאו אשה כך חייב ללמדו אומנות, אם תורה היא כשם שחייב ללמדו תורה כך חייב ללמדו אומנות. די גמרא זעהט נישט קיין חילוק. אז מען דארף מיט אים לערנען תורה, דארף מען אים פונקט אזוי לערנען א פאך. אז מען דארף אים טרעפן א שידוך, דארף מען אים פונקט אזוי לערנען א פאך.

אפגעזעהן פון געוויסע עלטערן - און אויך גאנצע מוסדות - וואס טוען אינגאנצן גרינגשעצן אין די ענגלישע לימודים, און אפילו איבערהאפן די גאנצע שיעור. אבער די וואס לערנען יא, וואס לערנט מען? וויפיל קען מען בכלל לערנען אין א דריי-פערטל שעה, אדער א שעה? וואס קען מען לערנען פון א לערער וואס קען אליינס נישט?

(זעה נאך איבער די לימודים, שפעטער אין די שכ"ל טייל.)


א מערקווירדיגע ארטיקל האב איך געטראפן לעצטע וואך אין "דער איד":
📎 chas.jpg

chosen people » מיטוואך יולי 24, 2013 12:03 pm

· #135868
boxcover
chosen people
איך ווייס נישט ווי עס באלאנגט, צו אין דער אשכול אדער מען דארף מאכן א נייע אשכול פארדעם.
אבער איך האב זיך היינט אנגעטראפן מיט די בלאג, נאך וואס א חבר וואס האט געלערנט דארט, האט מיך פארציילט ענליכע מעשיות וואס ער האט געהאט דארט.
אינטערסאנט אז ביז היינט האב איך קיינמאל נישט געהערט וועגן די ישיבה, אין וואס עס איז דארט פאר געגאנגן. מיין חבר האט געזעהן די בלאג, און ער האט געזאגט אלעס איז אמת אין עס איז דא נאך סאך מער. גיי ווער געוואר פארוואס מען האט זיי נאך נישט איינגעזעצט.

קודם מוז איך באמערקן אז דער שרייבער קען א פיינעם ענגליש, ספעציעל נעמענדיג אין באטראכט אז ער איז א תלמיד פון די ישיבה.

איך האב נאר אפאר פראגעס:
ער האט געלערנט אין די ישיבה פאר די בר מצוה?
מען האט אריינגעשלעפט א 12-יעהריגער אין די פלענער?
פארוואס זענען אלע באַמערקונגען וואס דערציילן די זעלבע געשיכטעס, אַנאָנימע באַנוצערס?
litzrac@yahoo.com

האסט א גוטע קשיא, ספעציעל לויט ווי אזוי עס שטייט אין די בלאג זענען די שרייבערס היינט או. טי. די., און וואס שעמען זיי זיך מיט די נאמען?

אבער וועגן דעם האב איך געשריבן אז איך האב עס געהערט פון א אינגערמאן פון ווילימסבורג גראדע אסאך מענטשן קענען איהם אלס זיין ביזנעס, איך בין זיין חבר שוין א שיינע פאר יאר, און ער האט מיך עס ערשט יעצט פארציילט, נאכדעם וואס ער האט מיך שוין געזאגט אסאך מער פריוואטע זאכן לאנג צוריק, און ער זאגט מיך אז די אלע מעשיות איז געווען טעגליך. לכאורה פארוואס ער האט מיך עס נישט פארציילט ווייל ער האט נאכדעם אסאך געליטן און שעמט זיך עכט דערמיט וואס ער האט געטוהן נאכדעם..

און מיין חבר האט מיך נעכטן געזאגט אז איינע פון די קאמענטס איז זיינע.

לאמיר הערן, די האלסט אז דער שרייבער האט זיך אריין געסיינט 20 מאל מיט אנאנעמיס? אדער 20 מענטשן האבן זיך אריין געשריבן אנאנעמיס און שרייבן שקר?

אדרבה ווען עס וואלט געשעהן מיט דיך און די טרעפסט אזא בלאג וואלסטו געשריבן דיין נאמען אויב די שרייבסט אנאנעמיס?

בקיצור האסט אפשר א קשיא, אבער דעס מאכט נישט עס אמת אדער נישט. די איינציגסטע וועג ווי אזוי די קענסט געוואר ווערן צו עס איז טאקע נישט אמת, אויב די פרעגסט איינער וואס האט דארט געלערנט און שרייט חי וקיים, עס איז קיינמאל נישט געשעהן אפילו ענליך צו אזעלעכע זאכן.

בדחן » מיטוואך יולי 24, 2013 12:56 pm

· #135889
גיעב נישט אויף, ווילאנג דו וועסט זען אז מענטשן צווייפלען אין דיין לשון הרע וואס האסט געברענגט פון א אפגעריסענעם או טו די,
זאלסטע ברענגן חברים, ברידערס, שוועסטערס, פרענדס, ווי יעדער זאל מעיד זיין אז דיין לשון הרע איז יא ריכטיג, און דאס וועט דיר מאכען גליקליך.
בלאט: 1 2