כ׳ווייס אז די אשכול איז מאסטלי וועגן די ״ארויסווארפען״ אישו, איך טרעף אבער נישט די אנדערע ״ישיבה פראבלעם״ אשכול, עלעכעס דא לייגן.
יעצט באקומען פון א נאנטן:
״ר' יעקב שלמה מייזליש (לימנוב) פארציילט ער איז געפארן אפאר וואכן ציריק אויף א נסיעה צי די מקומות הקדושים, איז דארט מיטגעפארן א פיפצען יעריג בחור, פרעגט ער דעם בחור פארוואס פארסטי, אפשר איינער אין די משפחה איז נישט געזונט, זאגט עם דער בחור, מיין טאטע האט מיך איינגעשריבען אין דריי ישיבות אין האט באקימען דריי "לא נתקבל", איך וויל זייער שטארק אנקימען אין א גיטע ישיבה אין לערנען, האב איך געמאכט קאפיס פין די "לא נתקבל בריוו" אין איך ברענג עס מיט צי די צדיקים אז זיין זאלן מתפלל זיין אז איך זאל ווערן אנגענימען אין א ישיבה, אין אויב חלילה איך וועל נישט אנגענימען ווערן וועל איך אי"ה נאך מיין 120 יאר מיטנעמען דע "לא נתקבל בריוו" אין ווען דער בית דין של מעלה וועט מיך פרעגן פארוואס כהאב נישט געלערנט אדער פארוואס כהאב גזינדיגט וועל איך ארויסנעמען דע בריווען אין ווייזען אז איך האב געוואלט אין די ראשי ישיבות האבן מיך נישט געלאזט.״
ודפח״ח.