shlomygאז סאיז אידיש קען זיין דא
אט איז די בריוו וואס איך האב אפגעשריבן:...
לכבוד XXXXX
צום אלעמען ערשטן וויל איך דיר קאנגראליגילירן און באגריסן דיין ריכטיגע שריט און החלטה, זיך צו שטעלן אויף די זייט פון יוסף הצדיק, צו זיין מיט אים אין איין מחיצה, ענדערש ווי אויף די זייט פון די רשעים און קאליע לייגן דיין לעבן מיט די לעבן פון דיין זיסע ווייב און קינדער. וואויל איז דיר און גוט איז פאר דיר, עס איז דיר זיכער שווער אנגעקומען צו פאסן דעם באשלוס און עס איז ווערד צו באגריסן.
טייערע XXXXXדא רעדט צו דיר א גוטע חבר, וואס טרעפט דיר אפט און שמועסט מיט דיר כסדר. איך האב שטארק הנאה צו פארברענגען מיט דיר און הנאה האבן פון דיין נאלידזש און געשמאקקייט. באיזה אופן האב איך זיך דערוויסט וואס עס גייט דורך אויף דיר און מיין הארץ איז אויסגעגאנגען פאר דיר, ווייל איך ווייס נישט ווי אזוי איך וואלט דורכגעמאכט אזעלכע נסיונות, אבער פארט האב איך נישט געקענט שלאפן אין די נעכט, וויסנדיג וואס עס טוט זיך ארום דיר. ביי א געוויסע פוינט בין איך אויפגעשטאנען פון בעט, זיך אנגעטאן, אריינגעגאנגען אין דיינינג-רום, ארויסגענומען א תהילים און אנגעהויבן זאגן קאפיטל נא, דאס וואס דוד המלך האט געזאגט אין אזא סעטואציע... פלוצלינג האב איך זיך דערזען מיט טרערן אין מיינע אויגן, איך האב פשוט זיך גענומען וויינען ווי א קליין קינד... איך האב געטראכט פון דיר, פון דיין זיסע ווייב, פון דיינע זיסע קינדערלעך... איך האב געטראכט וואס עס קען חלילה פאסירן, אין מיין מח האט אנגעהויבן דורכצולויפן בילדער, שרעקעדיגע בילדער, ווייטאגליכע מאמענטן, קארט-קעיסעס, בושות, שווערע מאמענטן וואס קענען חלילה דורכגיין אויף מיין טייערע חבר, צוליב א שווערע תקופה וואס איז זיך אים דורכגעלאפן.
חבר מיינער, דו קענסט מיר גוט און איך קען דיר גוט... איך וועל אבער קיינמאל נישט ארויסזאגן ווער איך בין, פשוט ווייל איך וויל נאכאלס קענען שמועסן און פארברענגען מיט דיר. איך האב דיר ליב און איך וויל ווייטער זיין גוט מיט דיר אן קיין בושות. מיין נישט, חבר מיינער, אז איך טראכט עפעס שלעכט אויף דיר, ווייל איך ווייס נישט ווי אזוי איך וואלט דורכגעגאנגען אזא נסיון, און לגבי דיר? - איך זעה אז דו האסט זיך געשטארקט, דו האסט געזאגט א ניין פאר דיין יצר-הרע און געזאגט א יא פאר דיין זיסע וואוילע ווייב מיט דיינע קינדערלעך, וואס קוקן אויף דיר מיט בעטנדיגע אויגן, זאגנדיג "טאטי, טוה עס נישט... זיי א גוטע טאטע פאר אונז... פארשעם אונז נישט". איך זאג דיר דעם אמת - איך ווייס נישט וואס איך וואלט געטאן אין אזא פאל.
XXXXX: לויט ווי עס שטייט אין די הייליגע ספרים, איז יעצט פאר דיר א גרויסער עת רצון, האסט זיך מתגבר געווען אויף א נסיון און דו ביזט יעצט אין די בחינה פון יוסף הצדיק, הייליג און ריין וואס מיר קענען זיך נישט פארשטעלן. דו קענסט יעצט בעטן פאר דיר, פאר מיר, פאר דיין משפחה, פאר דיין שלום בית און גוטע קינדער, פרנסה און אלעס. דו שטייסט יעצט אויף גאר א הויכע מדריגה וואס מלאכים און שרפים זענען דיר מקנא יעצט. נוץ אויס די דאזיגע מאמענטן אויסצו'פועל'ן אלעס גוט פאר גאנץ כלל ישראל. יעצט אין די ניין טעג, ווען משיח ווארט צו קומען, איז זיכער אז ער וועט אנווייזן אויף דיר און זאגן אז יא, דו, דו XXXXX האסט מקרב געווען די גאולה, און דער באשפער וועט דיר דערהייבן צו גאר הויכע מדריגות.
זאל קלאר אויסגעשמועסט ווערן: איך מיין דיין גוט'ס, איך וועל דיר אויף קיין פאל נישט בא'עולה'ען, איך גיי אין מיין לעבן נישט דערציילן פאר קיינעם וואס איך ווייס, איך וויל באמת אז דו זאלסט מצליח זיין, מיט אן אמת'ע הצלחה, און נישט מיט אזעלכע הצלחות וואס קוקט אויס גוט אויפן מאמענט און לאזט זיך ליידער אויס אין רוב פעלער מיט דורכפעלער. איך וועל עס נישט דערציילן, און ווילאנג אלעס פארט אויף גוטע רעלסן האסטו נישט וואס זיך צו זארגן פון קיינעם. איך האב זיך דערוויסט פון די פאסירונג דורך א צופאל, איך האב עס אליין צוזאמענגעשטעלט - אויף אזויפיל קען איך דיר גאראנטירן אז קיינער ווייסט נישט דערפון, דער סוד האט נישט ארויסגערינען און איך וועל עס נישט דערציילן, אפילו נישט פאר דיר, כדאי דו זאלסט זיך נישט דארפן שעמען פון מיר.איך וואלט דיר פארט געראטן, פאר דיין טובה: אז דו זאלסט גיין נעמען הילף פון א פראפעשנל, עס איז פאראן גוטע ארגאניזאציעס דערפאר, עס איז פאראן גוטע וועב-סייטס וואו דו קענסט נעמען חיזוק אין דיינע שווערע מאמענטן, א שטייגער ווי הד"א און אנדערע (אויב מעגליך, ווייז אים צו עטליכע אדרעסן...). עס איז ענדערש צו זיין אויף די זיכערע זייט און נעמען די הילף, ווי ענדערש טראכטן אז מען וועט זיך אליין מסדר זיין און ווער ווייסט אויב אזא נסיון וועט נישט אונטערקומען נאכאמאל און דעמאלס וועט מען מיר פון הימל נישט מגלה זיין... איך בין זיכער אז דאס וואס איך האב זיך דערוויסט, איז אן אפענע נס פון הימל, א התגלות וואס דער אויבערשטער האט געשיקט ספעציעל פאר דיר, כדי דיר צוריקהאלטן פון אן עבירה. ווען מען האט פון הימל אפגעשריבן דעם נסיון פאר דיר, האט מען גע'פסק'ענט אויבן אין הימל אז מען זאל מיטשיקן א רעטונגס ברעט וואס זאל דיר ראטעווען, און אפשר איז דאס געווען מיר. אבער ווער ווייסט וואס עס קען נאך אלס פאסירן, און מען פארלאזט זיך נישט אויף ניסים. דעריבער ראט איך דיר אלס גוטע חבר, "נעם הילף", אפילו פאר א ספק, און עס וועט דיר גוט זיין.
איידער איך ענדיג, וויל איך דיר נאר קלארשטעלן, אז דו קענסט מיר צוריקשיקן שאלות אויף אימעיל, אלס גוטע חבר בין איך גרייט דיר צו העלפן און צושטעלן הילף מיט וואס נאר מעגליך, איך וועל דיר ענטפערן דיינע אימעילס און דיר העלפן. און אויב וועסטו אויסקלויבן מיר נישט צוריקצושרייבן, וועל איך אויך זיין צופרידן און דאס אננעמען מיט פארשטענדעניש.
איך לייג דא צו אן אינטערעסאנטע מאמר וואס איך האב אמאל באקומען פון איינעם, איך האלט אז עס קען דיר זיין אינטערעסאנט. (שיק אים די לאנגע מאמר וואס איינער האט דא נעכטן ארויפגעשטעלט).
מיט ליבע און אמת'ע שעצונג פאר דיין העראאישע אקטאנאנאמיס