וויכטיג!!! איז עס מיין אחריות אפצושטעלן?
234 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4249
מורינו הרבאיך וויל זיך האלטן צום נושא, אבער איך קען זיך נישט איינהאלטן מיט א שאלה צו קופערניקוס - נישט ווייל איך האב א מיינונג דערין, דירעקט נישט, נאר איך בין נייגעריג צו האבן קלארער זיין מהלך...
אויב ווייסטו אז דער מענטש גייט מארגן מאלעסטן אן אכט יעריגע יונגל, מעג מען אים אפהאלטן דורך שיקן אן אימעיל אדער זאגן זיין רב?
(ביטע זיך האלטן ווייטער צום נושא האשכול)
גייסט פארגלייכן צוויי קאנסענטינג אדאלטס צו מעשה רציחה?
יואליש
***
די ריכטיגע וועג צו שרייבן איז consider yourself forewarned
שלמה, שיק עם נאך א אימעיל מיט די ריכטיגע גרעמער.
מורינו הרבאיך וויל זיך האלטן צום נושא, אבער איך קען זיך נישט איינהאלטן מיט א שאלה צו קופערניקוס - נישט ווייל איך האב א מיינונג דערין, דירעקט נישט, נאר איך בין נייגעריג צו האבן קלארער זיין מהלך...
אויב ווייסטו אז דער מענטש גייט מארגן מאלעסטן אן אכט יעריגע יונגל, מעג מען אים אפהאלטן דורך שיקן אן אימעיל אדער זאגן זיין רב?
(ביטע זיך האלטן ווייטער צום נושא האשכול)
דא רעדט זיך פון צוויי עדאלטס וואס ווייסן וואס זיי ווילן טוען. מאלעסטן א יונג קינד איז נישט קיין פארגלייך.
לאמיר אלע פרובירן אריינטראכטן וואס רבינו לעיקוואד וועט זאגן צו דער אשכול.
איך ווייס נישט וואס, אבער קאלט ווערט מיר אין אלע ביינער פון וואס ס'ווארט אפ אונזער ר' שלמה.
א פעני אין דער פישקע פאר פודסטעפס אז אלעס זאל זיך ענדיגן בכי טוב.
MickyMouseדא רעדט זיך פון צוויי עדאלטס וואס ווייסן וואס זיי ווילן טוען. מאלעסטן א יונג קינד איז נישט קיין פארגלייך.
איין קינד ווערט מאלעסטערט? - צוויי גאנצע משפחות פון קינדער און זייערע קינד'ס קינדער...
צוויי משפחות בישראל, על נשיהם וטפם, איז ביי דיר א קלייניגקייט?
אמאל ווען איינער ווערט דערמאנט אז עס דרייצעך דא א וועלטעל וועקט ער זיך אויף ווי פון א טיפען שלאף
איך האף אז דער אינגערמאן איז נישט געלאפן צים וואשינגטאן בריק ווייל נעכטען האט עס שוין עימצער פראבירט און איז אדורך געפאלען
עס זאל זיין צו האפען אז דער אינגערמאן טיט איצט תשיבה און איז נישט איצט מחליט אז פוקר זיין עפענטליך איז דו וועי טו גא
אדער וועט מארגען דא קומען א תגובה ווי איינער וויינט זיך אויס אז ער האט פארלוירן זיין בחורה ווען סיז געווארן נתגלה עטרה
פאר דעם האב איך טאקע געשריבן אז מען דארף אים אויך מנחם זיין און זאגן אפאר גוטע ווערטער...
לעטס וועיט און סי..ענד האפ פאר גוד..
מורינו הרבMickyMouseדא רעדט זיך פון צוויי עדאלטס וואס ווייסן וואס זיי ווילן טוען. מאלעסטן א יונג קינד איז נישט קיין פארגלייך.
איין קינד ווערט מאלעסטערט? - צוויי גאנצע משפחות פון קינדער און זייערע קינד'ס קינדער...
צוויי משפחות בישראל, על נשיהם וטפם, איז ביי דיר א קלייניגקייט?
האסט א גיטע פונקט.
איך האלט אבער אז די רעדע דא איז צי ראטעווען די מאמענט. נישט די פאטענטשעל פיוטשאר.
איך וויל זיך נישט אריינלאזן אין דער נושא דא, מען דארף דערויף רעדן אין א צווייטן אשכול, אבער איך וועל נאר איין מאל ענטפערן, און מער וויל איך נישט אריינקריכן אין דער נושא דא, נאר אין א באזוונדערן אשכול וואאס וועט געמאכט זיין פאר דעם.
איך פארשטיי נישט פונקטליך דער מאמענט און פיוטשער... סיי ביי מאלעסטעישן און סיי ביי טשידן, קומט ארויס דער פראבלעם אין דער פיוטשער. סיי ביי מאלעסטעישן און סיי ביי טשידן ווערט דער חטא אפגעטאן אויפן מאמענט. ואם תרצה לומר מן התורה, וועל איך דיר ענטפערן אז טשידן איז פיל א הארבערע איסור לפי התורה ווי מאלעסטעישן וואס איז אויך גאר א הארבע איסור (איך גיי נישט אריין אין די פועל יוצא - די היזיקות וואס ווערט אפגעטאן - וואס ביי טשידן ווערט עס אויך אפגעטאן פאר אלע קינדער, און אפשר נאך שטערקער).
אשר על כן פארשטיי איך נישט פארוואס מאלעסטעישן זאל זיין ארגער ווי טשידן. ממה-נפשך: אויב רעדסטו תורה'דיג - איסור אשת-איש איז פיל הארבער; אויב רעדסטו קבלה'דיג - דער פגם למעלה איז פיל שטערקער; אויב רעדסטו פראקטיש - גוי'איש גערעדט, נישט ווי א מאמין - איז די אפעקט ביי אשת איש פיל הארבער, נאך וואס עס שאדט פאר צוויי גאנצע משפחות בישראל און עס איז קרוב הדבר (הלוואי נישט), אז עס זאל זיך ענדיגן גוט...
ממילא פארשטיי איך נישט פארוואס מאלעסטעישן זאל הארבער זיין... אויסער איין סברה וואס מען קען יא זאגן - אז די ווינט פארט היינט אזוי...
און וויבאלד איך וויל נישט אוועקפירן די שמועס פון די רעלסן... וועל איך זיך פרייען צו דעבאטירן מיט דיר דעם נושא אין א צווייטן אשכול, נישט דא. דא וועל איך אי"ה מער נישט מגיב זיין בענין זה.
מורינו הרב אויב רעדסטו פראקטיש - גוי'איש גערעדט, נישט ווי א מאמין - איז די אפעקט ביי אשת איש פיל הארבער.
you're probably wrong
שלמה ג
דארפסט אים זאגן ביסט א יחיד און עס בלייבט ביי דיר, אויב טראכט ער אלע ווייסן קען זיין אומריכטיגע תוצאות מצדו. גיב א מקום אויף תשובה.
איך זע דו ביסט מזכיר שם שמים, אויב מיינסטו אמת׳דיג לשמה, שטייסטו לכאורה גוט.
ווידער, אויב איז דאס א מיטל צו דערשרעקן בשר ודם׳ס מאכסטו א גוטן דזשאב!!
א רחמנות אויף עני מענטש וואס גייט מארגן צופרי אויף די זעלבע זייט גאס ווי א פרעמדע פרוי...
בכלל עט זיך מארגן טון א פריע אויפגעשטייעכץ ביי די קאווע ליינער.. פאר פאזיטיוו צו פארקערט חלילה!!
איך בין היפש astounded פון די תגובות דא. נישט אז איך גלייב שלמה ג. (Kudos for an enjoyable eshkol, though), אבער לאמיר זאגן ס'איז אמת. וואס איז די סיבה אז די אימעיל דארף זיין אנאנים? ווער ס'טוט עפעס וואס איז נישט כשר וישר און וויל עס באהאלטן פון מענטשן, פרובירט געווענטליך צו בלייבן אנאנים (צוב"ש שרייבן אויף קאווע שטיבל). אבער דא זאגט דאך יעדער אז שלמה טוט א מצוה. נו, פארוואס קומט ער נישט ארויס אפן און שרייבט מיט זיין געהעריגע אימעיל צו די כמעט-בעל-עבירהניק?
זר זהבעפעס רינגט א בעלל ממש אזא סארט פראגע שוין געווען דא ערגעץ געשריבן? אפשר חלום איך נאר?
עיין באשכול "זינדיגט מען אין קאנטרי"?
shlomygנישט אז ס'איז א גרויסע נפק"מ אבער זיי זענען נישט קיין חסידישע פאר דעם האב איך געשריבן בלויז (שתומ"צ)
די עשרת הדיברות זענען געגעבן געווארן נישט נאר פאר חסידים.
berlbalagulehזר זהבעפעס רינגט א בעלל ממש אזא סארט פראגע שוין געווען דא ערגעץ געשריבן? אפשר חלום איך נאר?
עיין באשכול "זינדיגט מען אין קאנטרי"?
מיר האט גערינגען
די אשכול, טאקע אויך אין פרגוד
זר זהבווער זאגט זיי וויל טון איסורי כריתות? ס'דא גענוג צו טין ביז דארט
נעה. זיי ווילן האבן א שיעור אין ראשית חכמה אדער צאינה וראינה... 😃
פידלעראיך בין היפש astounded פון די תגובות דא. נישט אז איך גלייב שלמה ג. (Kudos for an enjoyable eshkol, though), אבער לאמיר זאגן ס'איז אמת. וואס איז די סיבה אז די אימעיל דארף זיין אנאנים? ווער ס'טוט עפעס וואס איז נישט כשר וישר און וויל עס באהאלטן פון מענטשן, פרובירט געווענטליך צו בלייבן אנאנים (צוב"ש שרייבן אויף קאווע שטיבל). אבער דא זאגט דאך יעדער אז שלמה טוט א מצוה. נו, פארוואס קומט ער נישט ארויס אפן און שרייבט מיט זיין געהעריגע אימעיל צו די כמעט-בעל-עבירהניק?
קודם דארף דאך קיינער נישט וויסן אז ער ליינט אימעילס, צווייטענס איז מוסר זאגן שוין נישט א פליכט וואס געהערט צו די ארבייט, דריטענס ער וויל נישט רויט ווערן יעדעם מאל ער באגעגענט אים, פערדנס ער וויל אים נישט פארשעמען, פיפטנס עס האט א גרעסערן אפעקט ווען מען ווייסט נישט פון וועם זיך אכטונג צו געבן וואו און עס איז דא נאך סיבות
שמעקעדיגכמה גדולים דברי חכמים! אפילו פשוט'ע אימעיל קען פארדארבן אידישע קינדער רח"ל. מי מילל ומי פילל.
און ביז אי-מעיל איז ארויסגעקומען האבן מענטשן נישט געטון קיין עבירות?! כ'מיין מ'דארף מגיה זיין די עשרת הדיברות. אין די 2013 עדיש'ן דארף שטיין לא תימעיל!
איך האלט בכלל אז ס'איז שוין צייט ארויסצוגעיבן א נייע עדיש'ן פון די עשרת הדיסרות. צוגעפאסט צו די היינטיגע צייטן.
אנוכי אדמורך
לא יהי' לך אדמור אחר על פני
זכור את יום הדינער
כבד את בנך ואת בתך (למען יאריכון ימיך על האדמה(
לא יהי' לך אינטערנעט
לא יהי' לך אייפון
לא יהי' לך אימעיל
לא יהי' לך קאמפיוטער (אפילו עם פילטער) בביתך
לא תגנוב?
לא תחמוד אשת רעיך וכל אשר לרעך
קאווע טרינקעראיך ווייס נישט אויב ס'קומט אהער, אפשר קען מיך איינער העלפן?
איך האב א פילינג אז מיין אימעיל איז געהעקט, איינער זעהט אלץ וואס כ'שרייב.
מער פרטים קען איך נישט ארויסגעבן.
איינער האט אן עצה?
וואס דו שרייבסט אויף קאווע שטיבל (נישט אין אישי) זעיט זיכער א יעדער
מאן דאמרפידלעראיך בין היפש astounded פון די תגובות דא. נישט אז איך גלייב שלמה ג. (Kudos for an enjoyable eshkol, though), אבער לאמיר זאגן ס'איז אמת. וואס איז די סיבה אז די אימעיל דארף זיין אנאנים? ווער ס'טוט עפעס וואס איז נישט כשר וישר און וויל עס באהאלטן פון מענטשן, פרובירט געווענטליך צו בלייבן אנאנים (צוב"ש שרייבן אויף קאווע שטיבל). אבער דא זאגט דאך יעדער אז שלמה טוט א מצוה. נו, פארוואס קומט ער נישט ארויס אפן און שרייבט מיט זיין געהעריגע אימעיל צו די כמעט-בעל-עבירהניק?
קודם דארף דאך קיינער נישט וויסן אז ער ליינט אימעילס, צווייטענס איז מוסר זאגן שוין נישט א פליכט וואס געהערט צו די ארבייט, דריטענס ער וויל נישט רויט ווערן יעדעם מאל ער באגעגענט אים, פערדנס ער וויל אים נישט פארשעמען, פיפטנס עס האט א גרעסערן אפעקט ווען מען ווייסט נישט פון וועם זיך אכטונג צו געבן וואו און עס איז דא נאך סיבות
Precisely my point. אזוי ווי קאווע טרינקער האט פריער געזאגט, דאס איז נישט א מאראליש דזשאב. וואסערע מין ארבעט און ארבעט-פלאץ איז דאס? א panopticon? שלמה ווייסט גאר גוט אז צו קוקן יענעם'ס אימעילס און צו שיקן אזעלכע בריוון זענען זאכן מיט וואס ער דארף זיך שעמען. און יעדער דא ווייסט די זעלבע. And that's precisely why everyone is advising him to remain anonymous.
מאראנצןזאפטלאמיר אלע פרובירן אריינטראכטן וואס רבינו לעיקוואד וועט זאגן צו דער אשכול.
איך ווייס נישט וואס, אבער קאלט ווערט מיר אין אלע ביינער פון וואס ס'ווארט אפ אונזער ר' שלמה.
א פעני אין דער פישקע פאר פודסטעפס אז אלעס זאל זיך ענדיגן בכי טוב.
מאראנצןזאפטלאמיר אלע פרובירן אריינטראכטן וואס רבינו לעיקוואד וועט זאגן צו דער אשכול.
איך ווייס נישט וואס, אבער קאלט ווערט מיר אין אלע ביינער פון וואס ס'ווארט אפ אונזער ר' שלמה.
א פעני אין דער פישקע פאר פודסטעפס אז אלעס זאל זיך ענדיגן בכי טוב.
לעיקוואד איז פארנומען וועל איך נעמען ס׳ווארט, כ׳האב דאך שוין פרודיקטעט לעיקוואד׳ן אין די פארגאנגענהייט אלזא! א ווארט צו די אלע וואס זענען מקנא קנאות ה׳ ועושין מעשה פנחס ומבקשים שכר.
זאל יעדער ביי זיך טראכטן וויאזוי ער אליין וואלט ריעקטעד אויב ער וואלט געשטאנען פאר אזא נסיון! און נאר אויב זענט איר שוין טאקע געשטאנען פאר אזא נסיון, הלכה למעשה. און איר האט מיטן אייגענעם רצון געשריגען״ וימאן״!! מיט א שלשלת! אבער א שלשלת פון א נהג חדש (נייער בעל קורא ) וואס פארשלינגט נישט דער דריטער מאהל. אויב זענט איר נאך נישט געווען אין אזא מצב, אדער ערגער שוין יא געווען און זייטיגע עיכובים האבן אייך צוריק געהאלטן . איז דאך פשט! אז איר וואלט אנגעקוקט דעם היראו שלמה ווי א שלעכטער וואס פארוואסערט אייערע פלענער אם כן מאי חזית דדמי דהאי סומקא טפי.. איי דער עבירה ?
און ביי דיר פרעגסטו אויך איי דער עבירה?
אבער ס׳שטייט דאך הוכח תוכיח את עמיתך ?
יא אבער ס׳שטייט ולא תשא עליו חטא.
אבער כל ישראל ערבים זה לזה?
יא זה לזה. מה דעלך סני לחברך לא תעשה ...
דעריבער איז מיין הצעה אזוי : מן יימר ער גייט טון דאורייתא׳ס ? לשיטת הרבה ראשונים ווילאנג מטינקט נישט דער מוציא אין האניג, איז דאס נאר דרבנן, אפילו שוין יא איז דאך תצא מזה ומזה נאר בעדים. בצירוף וואס ס׳איז נישט זיכער אז דער קומענדיגע מאהל וועט ער זיין מער קערפול האסטו סך הכל אפגעשטופט די עבירה פאר איין וואך אם כן הנך לו! ער איז א בר דעת מיט א בחירה. קענסט יעדע נאכט שטיין ביים טיר פון. די זשענטלמענס קלובס און כאפן היימישע אינגעלייט אויב דו ווילסט. ביסט נישט זיין מחנך הער אים אויף נאכקוקן און זיי אים דן לכף זכות אז ער׳ט זיך אליינס בארעכענען.
שמעקעדיגshlomygער איז ארויסגעלאפן פין אפיס ווי א שלאנג געביסענער....
ער האט נישט קיין ניק אויף קאווע שטיבל? אויב יא איז עס ריכטיג גילוי פאר דיר...
זר זהבביזט זיכער האסט איר נישט געשיקט? ווייל כזעה א פרוי לויפן דא אויף מיין גאס ווי א וואנזיניג קראקאדיל געביסענער..
אפשר ווייל ער האט איר געפארווערד דעם מעסעדזש און פארציילט די נייעס.
ס'איז נישט סתם גילוי, נאר גילוי ע---!
שקויעך מאטי! שפתים ישק!
איך קלער אז זיי גייען דאך אוודאי נישט אין שאוער צוליב די ניין טעג, סא לאז נאר דעם פלאן גיין ס'וועט לכאורה עניוועי גארנישט געשעהן.
זר זהבאיך הער אז סיז אווער. סשוין דא נייעס, און שלמה באקומט סנדקאות דזשאסט פארן פרובירן.
פאר סאם ריזען גלייך איך נישט דעם אשכול סוי פארגיוו מיי סארקאזם
נאך זעקס בלעטער פון תגובות דערמאנסטו דיך?. דו דערמאנסט מיך א מעשה. ביי אונז אין ביהמ"ד איז דא א (רוסישער) איד (ע"ה). ביי א יעדן קידוש פלעיגט ער אריינרוקן מכל הבא ליד. איין שבת, נאכ'ן אריינרוקן דריי טעלערס טשאלנט רופט ער זיך אן כהאי לישנא. "ער איז נישט גוט". פרעיג איך איהם ווער איז נישט גוט? זאגט ער, דער טשאלנט. האביך עים געזאגט ר' ע--- מ--- איר האט געדארפט עסן דריי טעלערס טשאלנט כדי צו וויסן אז ס'איז נישט גוט?.... 😂
😂 😂
"ביי אונז אין
ביהמ"ד איז דא א (רוסישער) איד(ע"ה.)"
ר' בערניו, ביי איך אין שול דרייט זיך א בר מינן?
זעהט אויס ער האט עס ארויסגענימען פון זיינע ארכיוון און געדארפט צולייגן א ע"ה און געלאזט די קאנטענט ארגינעל
בערל, כסדר דערמאנט איר זיך מעשיות, יעדע 10'טע אשכול שרייבסטו "עס דערמאנט מיך א מעשה", קע"ה האסטו א זכרון, מלא זיו ותוכן, בור סיד שאינו מאבד טיפה, זקן מלא טעם...
שמעקעדיגבערל, כסדר דערמאנט איר זיך מעשיות, יעדע 10'טע אשכול שרייבסטו "עס דערמאנט מיך א מעשה", קע"ה האסטו א זכרון, מלא זיו ותוכן, בור סיד שאינו מאבד טיפה, זקן מלא טעם...
אקוארט דאס געקלערט! כסדר קליינע זיסע אנעקדאטעלעך...
געפילטע פיש"ביי אונז אין
ביהמ"ד איז דא א (רוסישער) איד(ע"ה.)"
ר' בערניו, ביי איך אין שול דרייט זיך א בר מינן?
ער האטצעך געדרייט אין ביהמ"ד איידער ר'איז געווארן א בר מינן. ר'האט געחיי'ט און געקייעט אויף צוויי באקן.
זר זהבשמעקעדיגבערל, כסדר דערמאנט איר זיך מעשיות, יעדע 10'טע אשכול שרייבסטו "עס דערמאנט מיך א מעשה", קע"ה האסטו א זכרון, מלא זיו ותוכן, בור סיד שאינו מאבד טיפה, זקן מלא טעם...
אקוארט דאס געקלערט! כסדר קליינע זיסע אנעקדאטעלעך...
האסטו שוין ווער ס'זאל פארציילן מעשיות ביי מלוה מלכה.
מאטי, וויאזוי זאגט נאר געלונגען אין אזא פאל: עלאועל!
איך רייס מיך פאר געלעכטער.
👍 יו מעיד מיי דעי.
בעפאר מען איז עובר אויף די שלש חמורות צו פארדרייען דעם אשכול (קרעדיט: שרגא) צו ר' בערל'ן און זיינע מעשיות, לאמיר נאר זאגן מיין מיינונג. שלמה במחכ"ת האט לכאורה נישט געהאט קיין רעכט צו ליינען פריוואטע אימעילס. דער בעל הנסיון ווידער איז א טיפש פאר נוצן א קאמפעני אימעיל פאר אזוינע פריוואטע ענינים. נו, אז יענער איז א טיפש און שלמה שנופט אין די אימעילס האט זיך ארויסגעשטעלט אזא מצב ווי שלמה שטייט אין פארגעלענגהייט צו ער זאל זיך מישן מיט יענעם'ס ענינים צו נישט. אויף דעם פאל וועל איך נישט זאגן גארנישט ווייל אימעילס זענען שוין געשיקט געווארן און what's done was done. אבער קומענדיגע מאל: ליינטס נישט קיין אימעילס אדער בריוון אדער טעקסטס וואס באלאנגן נישט צו אייך! און שרייבטס נישט קיין פריוואטע ענינים פון אן אימעיל וואס אנדערע האבן אדער קענען האבן צוטריט דערצו!! Consider yourself forewarned.
יידל, זייט איר זענט געווארן אן אלטע זיידע שלאפט איר ס'רוב פונעם טאג, און איר קומט אן לאחר המעשה..
מאכט אייך יונג. ייש"כ.
קאווע טרינקעריידל, זייט איר זענט געווארן אן אלטע זיידע שלאפט איר ס'רוב פונעם טאג, און איר קומט אן לאחר המעשה..
מאכט אייך יונג. ייש"כ.
מבית רבינו נמסר שכ"ק מרן אדומו"ר נעתר לבקשת שותה קפה, ושינה את עבטרו. אנו תקוה שבעקת השינוי ישתנה סדר יומו של כ"ק מרן אדומ"ר לטובה, ויגיע בזמן לכל אירוע אליו הזמינו.
הגבאים
@יידל, דער איד איז טאקע א מעגא טיפש פארן נוצן קאמפאני אימעיל פאר פריוואטע זאכן, אבער שלוימיג (אדער שלוימידזש? וויאזוי לייענט מען עס?) זאגט דאך אז דאס איז זיין דזשאב, ס'דא אסאך קאמפאניס וואס קוקן דורך אימעילס, הערן אויס טעלעפאון געשפרעכן, און נוצן מאניטארינג סאפטווער נאכצוקוקן ארבייטער, פאר קוואליטי קאנטראל, סעקיוריטי, זיכער מאכן אז קאסטומערס ווערן באהאנדעלט שיין וכדו'. אבער איך מיין אז לעגאל דארף מען מודיע זיין פארן ארבעטער אז מ'טוט דאס, און אסאך קאמפאניס זאגן עס טאקע אן.
יידלבעפאר מען איז עובר אויף די שלש חמורות צו פארדרייען דעם אשכול (קרעדיט: שרגא) צו ר' בערל'ן און זיינע מעשיות, לאמיר נאר זאגן מיין מיינונג. שלמה במחכ"ת האט לכאורה נישט געהאט קיין רעכט צו ליינען פריוואטע אימעילס. דער בעל הנסיון ווידער איז א טיפש פאר נוצן א קאמפעני אימעיל פאר אזוינע פריוואטע ענינים. נו, אז יענער איז א טיפש און שלמה שנופט אין די אימעילס האט זיך ארויסגעשטעלט אזא מצב ווי שלמה שטייט אין פארגעלענגהייט צו ער זאל זיך מישן מיט יענעם'ס ענינים צו נישט. אויף דעם פאל וועל איך נישט זאגן גארנישט ווייל אימעילס זענען שוין געשיקט געווארן און what's done was done. אבער קומענדיגע מאל: ליינטס נישט קיין אימעילס אדער בריוון אדער טעקסטס וואס באלאנגן נישט צו אייך! און שרייבטס נישט קיין פריוואטע ענינים פון אן אימעיל וואס אנדערע האבן אדער קענען האבן צוטריט דערצו!! Consider yourself forewarned.
כ'מעג מחולק זיין? איך בין אויך א הויעך באשפריצטער סופערווייזער און איך פארשטיי זייער גוט ר' שלמה'נען, איך אודיט רענדאמלי אלע מיינע אונטערטעניגע אימעיל'ס און איך הער אונטער זייער טעלעפאן'ס, איך מוז עס טוען אלס סעלף פראטעקשאן ווייל אין קעיס עפעס געשעהט אין ביזנעס טראג 'איך' דער אחריות און נישט דער ארבעטער! פאר מיין באלעבאס וועט נישט העלפן קיין תירוץ אז כאב נישט געוואוסט וויבאלד איך קען נישט אריינקוקן אין זיין/איר אימעיל, ווייל איך האב יא געמוזט...
אלזא מיין מעסידזש דא בלייבט נאר צום ארעבטער "נוצט נישט די קאמפעני אימעיל אדער טעלעפאן פאר אייערע פערזענליכע צרכים..."!!! כ'בין בכלל נישט נייגעריג אויף אייער פערסאנעל שטותים, איר פארברענט סתם אונזער צייט.
ושו"ר אז געפילטע האקט די זעלבע וברוך שכוונתי
דו ביזט אחראי אויב ער הוקט אן מיט א פרוי? וואס גייט דאס דיין באלעבאס אן?
זר זהבדו ביזט אחראי אויב ער הוקט אן מיט א פרוי? וואס גייט דאס דיין באלעבאס אן?
איך בין אחראי ער זאל סערוויס'ן דעם קאסטומער און טהון זיין/איר דזשאב, ממילא מוז מען מאניטארן און אז מען מאניטארט זעהט מען אלעס פון פאליטיק ביז רעסעפיס מיט שידוכים, אגב ביי מיר ווייסט מען אז מען מאניטארט, אבער עס העלפט נישט קיין סאך.
אמת און אויב זעהסטו דאס וואס שלוימידז האט געזען, קוק אוועק
זר זהבאמת און אויב זעהסטו דאס וואס שלוימידז האט געזען, קוק אוועק
דאס איז שוין א צווייטע מעשה, איך האב נאר מגיב געווען אויך יידל'ס ווערטער אז מען זאל נישט קוקן...
אהא. שלומי האטאך קלאר געשריבן אז דאס איז זיין דזשאב. האביך פארשטאנען אז יידל מיינט עפעס אנדערש. קעי
כ'פארשטיי נישט. שלומי מוז אוועקקוקן?
מארגן קומט דער ארבעטער שפעט און דערציילט א באבע מעשה אז ער האט געהאט א לויה און א קינד האט געהאט א הצלה קאל און דעריבער מוז ער קומען שפעט... און שלומי מוז זיך מאכן אז ער גלויבט, ווייל ער טאר זיך נישט אריינמישן אין יענעמ'ס געשעפטן? - נאו-וועי...
שלומי'ס דזשאב איז זיכער צו מאכן אז די ארבעט ווערט געטאן, און אז די ארבעטער ווערן גוט סערווירט, און אויב ווייסט ער אז יענער גייט מארגן שפעט קומען צוליב א גוטן האקער און א געזונטן שכיבה... מוז ער קוקן די אנדערע זייט און זיך נישט וויסנדיג מאכן? - סארא מין איז דאס...
ער דארף אים לאזן זינדיגן אויף זיין בארד?
בעצם ווען עס זאל נישט זיין קיין עבירה אינוואלווד, איז קלאר ער זאל אוועק קוקן. דער ארבעטער וויל פעלן, ער וויל זאגן א באבע תירוץ, פערצופאל האסטו עס אויפגעכאפטנו. אלא מאי, ס'איז עפעס א ישיבה. קטנה דא וואס דו לויפסט קאלן דעם דענטיסט פרעגן צי ער איז טאקע דארט געווען? ער באקומט מילא נישט באצאלט פאר די צייט וואס ער פעלט.
יעצט אבער איז די רעדע אינגאנצן אנדערש, ער האט געטון די פראקטיש'סטע און מערסט ליבעראל'סטע וועג וואס איז שייך. נישט אינוואלווד קיינעם, קיינער - חוץ אונז דא... - גייט נישט מיטהאלטן די גאנצע מעשה, דעם איד'ס נאמען איז נישט פארפלעקט געווארן, ער איז נישט געווארן מבוזה, ער האט א געוואלדיגע זכיה און סייעתא דשמיא אז איינער האט אים אפגעהאלטן באצייטנס. ווען עס וואלט נישט געווען די ברירה פון שיקן א אנאנימע אימעיל וואלט שלמה ג געווען מחוייב צו טון ערגערע שריט אפצוהאלטן דעם אידן פון אזא הארבן זינד. נאר א דאנק די פארגעשריטענע טעכנאלאגיע האט ער סיי געקענט אויפכאפן דעם עסק און סיי עס - האפנטליך סוקסעספול - אפשטעלן.
די שוטים און טיפשים - פארדאן מיי עקספרעשאן - וואס זענען מדמה מאלעסטעישאן צו א אשת איש, אדער גאר האלטן זיי עס נאך ערגער, קומט עס פשוט - נאכאמאל אנטשולדיגט פאר די שפראך - פון זיין ליכט יארן ווייט אפגעריסן פון די תורה, אירע שיעבודים, אירע חיובים און וויאזוי א שומר תורה דארף לעבן און טראכטן.
איך רעד שוין נישט פון דעם וואס מיט איין איבערגעאיילטע שריט פון א האלבע מינוט צוברעכט ער בפועל א אידישע שטוב, דער מאן ווערט מחוייב איר צו גט'ן און מעג נישט בלייבן וואוינען מיט איר - מן התורה. - וואס איז, אגב, לכאורה א טעות בידי הרב
@moti107 אז עס מוז זיין דוקא בהתראה - און אפילו עדים גמורים איז אויך נישט אזוי פשוט אז מען דארף, און דאס איז כלפי איר מאן, אבער זי אליין וועט דאך אויך עובר זיין אויפן איסור יעדן מאל זי וואוינט מיט איר מאן.
רבותי, בארואיגט אייך...
כ'אב מורא אז דאס איז א טריק פון די הנהלה, וואס וויל ארויסברענגען א רעקארד צאל ליינער וואס זאלן זיך מארגן אינדעפרי געפינען אויף קאווע שטיבל אום ניין אזייגער. דעריבער דרייט מען אן א גאנצע מעשה, און מען מאכט דעם עולם נייגעריג צו זען אויב ער וועט מארגן קומען צייטליך.
שלמה ג. דזשאסט קידינג... מיר זענען אלע נייגעריג צו הערן אויב דער ארבעטער האט זיך בכלל ארויסגלאגט נעכטן, און צי ער איז אנגעקומען צייטליך, און בכלל, ווי אזוי ענק האבן זיך געפעיסט היינט.
אדער קען זיין א לימוד זכות, אז דער ארבעטער האט געוואלט זיכער מאכן אז מען זעט טאקע אלעס וואס ער שרייבט, ער האט בכלל נישט געהאלטן ביים זינדיגן, כדרך די וואס כאפן אן די פעינט ווען דער סיין שרייט WET PAINT נאר אויף זיכער צו מאכן, האט ער ערלעדיגט מיט א באקאנטע זיינע [זיי זענען נאנטע קרובים] צו שפילן מיט אים דאס אויסצוטעסטן.
דעת תורה
די שוטים און טיפשים - פארדאן מיי עקספרעשאן - וואס זענען מדמה מאלעסטעישאן צו א אשת איש, אדער גאר האלטן זיי עס נאך ערגער, קומט עס פשוט - נאכאמאל אנטשולדיגט פאר די שפראך - פון זיין ליכט יארן ווייט אפגעריסן פון די תורה, אירע שיעבודים, אירע חיובים און וויאזוי א שומר תורה דארף לעבן און טראכטן.
אה, כ׳האב הנאה אז די האסט געשריבן, די ברענגסט עס זייער גוט ארויס, די דעת תורה.
איינער וואס האט נישט די זעלבע מיינונג ווי דיר איז א שוטה, טיפש, און בהמה (אויב גייט מען אין טעאטער).
מאלעסטעישאן איז שפוכות דם (רעדט צי די מענטשען וואס ׳לעבן׳ דערמיט) וואס איז אויף די זעלבע לעוועל ווי גילוי עריות און עבודה זרה.
איך פארוואסער נישט די גרויסקייט פון די זינד אדער די נאכפאלגן.
אבער ווי איך האב געזאגט אויבן, דא איז צוויי מענטשען וואס ווייסן וואס זיי ווילן, דארט איז אינוואלווד אן אומוויסנד אינאסענט קינד וואס איינער צווינגט זיך ארויף אויף אים.
דאס אז איך בין אפגעריקט ליכט יארן פון וואס איז דיין דעת תורה מיינט נישט אז די ביזט ערליכער פון מיר, עס מיינט יא אז די ביזט איגנארענט צי ריעל לייף. און לכאורה אלס א דעת תורה ביזסטו אליין א מאלעסטער אדער זיכער א פראטעקטאר פון זיי. מפ.