☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » איבערטייטשן צווישן ענגליש אין יידיש

איבערטייטשן צווישן ענגליש אין יידיש

103 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4228
בלאט: 1 2 3

ברסלבער » מיטוואך יאנואר 22, 2014 2:40 pm

· #178486
אפטעמיסט
"איך בין א ברסלבער" איז לכאורה דאס בעסטע איבערטייטש.

גוט.
אבער איך וויל טאקע וויסן. וואו זענען די אלצווייסערס?

אפטעמיסט » מיטוואך יאנואר 22, 2014 2:42 pm

· #178487
איך וואלט געטייטשט "גוטמוטיג"

טעפל » מיטוואך יאנואר 22, 2014 3:21 pm

· #178518
איך בין גוט געלוינט, ער איז אין די גוסטע

ישובניק » זונטאג פעברואר 2, 2014 10:19 pm

· #181078
אפטעמיסט
איך וואלט געטייטשט "גוטמוטיג"


יא, גוטמוטיג איז גוט.
אויך - אין א גוטער שטימונג
אזוי אויך גוט אויפגעלייגט און גוט אויפגערוימט

שמעקעדיג » זונטאג פעברואר 2, 2014 10:46 pm

· #181089
אין ענגליש, כמעט יעדע תשובה אויף א שאלה (בפרט אויף די מיליאנען פובליק אינטערוויאוס) הייבט זיך אן מיט א אויסגעצויגענעם Well....

ווי אזוי איז געווען דיין שבת?
Well, ביינאכט אקעי, צופרי בעסער...

וואס מיינט די ווארט? ווי א צושטימונג אז עס איז א גוטע שאלה? קען מען דאס פארטייטשן אויף אידיש?

דער (פינטעל) איד » זונטאג פעברואר 2, 2014 10:49 pm

· #181092
ס'איז מער א אויסדרוק וואס זאל געבן צייט צו טראכטן. ס'מיינט נישט אז יענער האט גוט געפרעגט. אין אידיש זאגט מען עס אאאאאאם אדער עעעעם אדער ''וואס האט איר געפרעגט?''

מאטי » זונטאג פעברואר 2, 2014 11:05 pm

· #181098
Well,basically, apparently actually

געפילטע פיש » זונטאג פעברואר 2, 2014 11:32 pm

· #181104
דער (פינטעל) איד
ס'איז מער א אויסדרוק וואס זאל געבן צייט צו טראכטן. ס'מיינט נישט אז יענער האט גוט געפרעגט. אין אידיש זאגט מען עס אאאאאאם אדער עעעעם אדער ''וואס האט איר געפרעגט?''

אין לינגוויסטיקס ווערן די ווערטער אנגערופן fillers, און יעדע שפראך און קולטור האט זיך זייער אייגענע וועגן אריינצולייגן א pause צו געבן צייט צו טראכטן וואס מ'וויל זאגן, אדער טרעפן די ריכטיגע ווארט. אין ענגליש איז עס oh, uh, um,like, well, וכדו', אין אידיש איז דא אמממ, כ'מיין, עההה, ס'הייסט, פשוט, און נאך. סתם אזוי איז עס א חלק פון שפראך און מ'באמערקט נישט ווי סאך ס'ווערט באנוצט ביז מ'גייט צו א צווייטע לאנד און א צווייטע שפראך ווען ס'זעט זיך שטארק אן די איבעריגע ווערטער וואס זיי לייגן אריין, כדוגמת די עההה אין ארץ ישראל.

Josh » מאנטאג פעברואר 24, 2014 6:04 pm

· #186141
איז דא א רעגעלמעסיגע ווארט פאר "רוקן", א חוץ back?

געפילטע פיש » מאנטאג פעברואר 24, 2014 6:13 pm

· #186144
נישט ממש, אבער געוואנדן אין קאנטעקסט, קען מען אמאל נוצן hind אדער rear.

Josh » מאנטאג פעברואר 24, 2014 6:19 pm

· #186146
געפילטע פיש
נישט ממש, אבער געוואנדן אין קאנטעקסט, קען מען אמאל נוצן hind אדער rear.

Let's say I wanna tell a doctor, that I have some wart on my back.

דער (פינטעל) איד » מאנטאג פעברואר 24, 2014 8:40 pm

· #186182
וויאזוי זאגט מען אין ענגליש "דער (פינטעל) איד האט שוין 808 לייקס" ?

געפילטע פיש » מאנטאג פעברואר 24, 2014 8:55 pm

· #186190
Josh
געפילטע פיש
נישט ממש, אבער געוואנדן אין קאנטעקסט, קען מען אמאל נוצן hind אדער rear.

Let's say I wanna tell a doctor, that I have some wart on my back.

.I have a wart on my back

לאליפאפ » מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:22 pm

· #186234
ווי אזוי פארטייטשט מען דאס ווארט פאלגן אויף ענגליש?

למשל: פאלג דיין מאמע

ונבנתה העיר » דינסטאג פעברואר 25, 2014 12:30 am

· #186302
listen.

געפילטע פיש » דינסטאג פעברואר 25, 2014 1:15 am

· #186317
.Or heed, harken

אפטעמיסט » מיטוואך מערץ 12, 2014 9:53 pm

· #190390
וויאזוי זאגט מען די ווארט 'spelling' אין אידיש? גוגל טרענסלעיט זאגט "אויסלייג"; איז דא עפעס א בעסערע ווארט?

איחוד פעלד » מיטוואך מערץ 12, 2014 10:24 pm

· #190395
אפשר בוכשטאבען?

לאליפאפ » מיטוואך מערץ 12, 2014 10:35 pm

· #190398
אפטעמיסט
וויאזוי זאגט מען די ווארט 'spelling' אין אידיש? גוגל טרענסלעיט זאגט "אויסלייג"; איז דא עפעס א בעסערע ווארט?

זייער גוט געזאגט! וויאזוי לייגט מען אויס דעי ווארט. פערפעקט.

מאראנצןזאפט » מיטוואך מערץ 12, 2014 10:45 pm

· #190399
איך שרייב אויסלאגע.

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 12:48 am

· #241957
אפטעמיסט
איין זאך זעה איך, ענגליש איז נישט אזא רייכע שפראך ווי מ'מאכט עס. ס'דא אסאך מאל וואס אונזער א.ג. ארימע אידיש איז רייכער ווי ענגליש, למשל, אין אידיש זאגט מען "פארציילן" א מעשה, און אין ענגליש איז נישט דא קיין באזינדערע ווארט פאר "פארציילן" נאר מ'זאגט "I told a story" וואס מיינט בעצם "איך האב געזאגט א מעשה".

אין ענגליש איז יא דא א ווארט ואס די בעסערע מענטשן נוצן. געבארגט פון פראנצויזיש...Raconteur. א מעשיות פארציילער...!

ישראל קאפקע » מאנטאג מערץ 23, 2015 6:19 pm

· #260886
וויאזוי זאגט מען אויף ענגליש 'שווייג' (נישט זיי שטיל, נאר 'רעד נישט')?

פרייוויליג » מאנטאג מערץ 23, 2015 6:23 pm

· #260889
ישראל קאפקע
וויאזוי זאגט מען אויף ענגליש 'שווייג' (נישט זיי שטיל, נאר 'רעד נישט')?

Shut up

Stay silent

יואב » מאנטאג מערץ 23, 2015 6:38 pm

· #260896
Re: איבערטייטשן צווישן ענגליש אין יידיש
ישראל קאפקע
וויאזוי זאגט מען אויף ענגליש 'שווייג' (נישט זיי שטיל, נאר 'רעד נישט')?

אויב מיינסטו מ'זאל נישט רעדן איבער א געוויסן ענין, דאן וואלט מען לכאורה גענוצט עפעס פון:

Keep mum, dummy up, hold tongue, stay silent and more.

שמעון וואלף » מאנטאג פעברואר 1, 2016 7:52 am

· #319718
וויאזוי זאגט מען "צאן קדשים" אויף ענגליש?

Holy cow

רויטע וואנצעס » זונטאג יאנואר 15, 2017 11:21 pm

· #359813
וואס איז "דער דיכט" אין ענגליש?

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 15, 2017 11:34 pm

· #359815
Thigh...!

שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 7:57 pm

· #523078
איך קלאפ מיך כסדר אָן אין ענגלישע ווערטער וואס איך קען נישט איבערטיישטן אויף אידיש. און דער גוגל-איבערזעצער האט אויך געווענטליך נישט קיין ענטפער, זאל ער מיר געזונט זיין, מיט זיין ייִוואָ-יידיש אינאיינעם… איך וויל וויסן וויאזוי שרייבט מען עס היינטיגע-צייטן לויט די “חסידישע-אידיש” נישט אין פולין 300 צוריק.

איז דא עפעס א אלטערנעטיוו צו גוגל טראנסאלט?

למשל:

וויאזוי זאגט מען compelling אין אידיש?

אזויווי compelling evidence


וויאזוי זאגט מען circumference אין אידיש?
גוגל זאגט’ארומנעם’ איז דא א בעסערע אפטייטש?

אפשר צירקעל/ צירקול/סירקול?

רבינו הבעל עגלה שליט”א?

וואלווי » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:10 pm

· #523083
שבת אחים
וויאזוי זאגט מען circumference אין אידיש?
גוגל זאגט’ארומנעם’ איז דא א בעסערע אפטייטש?

אפשר צירקול/סירקול?
אונזער חרידישע יודיש רופט עס "די היקף"...

Circle איז א shape, און circumference איז די מעז'ורמענט, כגון די "circumference פון די circle"

שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:13 pm

· #523084
די היקף איז גאנץ גוט

אפשר ‘די ארום און ארום’?

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:16 pm

· #523086
רויטע וואנצעס
וואס איז "דער דיכט" אין ענגליש?
רויטע וואנצעס, (ע"ה)...א דיכט (ירך) איז אין ענגליש...Thigh...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:18 pm

· #523087
שבת אחים
די היקף איז גאנץ גוט

אפשר ‘די ארום און ארום’?
קרייז איז א מער פונקטליכע דעסקריפציע...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:22 pm

· #523090
גוגל טרענסלעיט האט זייער א קליינעם און שוואכן "רעפערטואר"...פון אידישע ווערטער. ספעציעל די נישט געוויינליכע און שווערע.

זיי האבן זיך געגעבן אן עצה. א ווארט וואס זיי ווייסן נישט דעם אפטייטש וועלן זיי איבער זאגן מיט אידישע אותיות. אויף די ענגלישע שפראך.

מחונך » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:24 pm

· #523091
שבת אחים

וויאזוי זאגט מען compelling אין אידיש?

אזויווי compelling evidence

מאמין באמונה שלימה, גזירת הכתוב, הלכהדיגער מציאות...

שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:29 pm

· #523093
Compelling טראכט איך אפשר ‘איבערצייגטע’?

וואלווי » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:35 pm

· #523095
שבת אחים
די היקף איז גאנץ גוט

אפשר ‘די ארום און ארום’?
ארום און ארום איז בעסיקלי ווי זאגן all the way around, אזוי ווי "אינגאנצען" ארום גענומען.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:35 pm

· #523097
שבת אחים
איך קלאפ מיך כסדר אָן אין ענגלישע ווערטער וואס איך קען נישט איבערטיישטן אויף אידיש. און דער גוגל-איבערזעצער האט אויך געווענטליך נישט קיין ענטפער, זאל ער מיר געזונט זיין, מיט זיין ייִוואָ-יידיש אינאיינעם… איך וויל וויסן וויאזוי שרייבט מען עס היינטיגע-צייטן לויט די “חסידישע-אידיש” נישט אין פולין 300 צוריק.

איז דא עפעס א אלטערנעטיוו צו גוגל טראנסאלט?

למשל:

וויאזוי זאגט מען compelling אין אידיש?

אזויווי compelling evidence


וויאזוי זאגט מען circumference אין אידיש?
גוגל זאגט’ארומנעם’ איז דא א בעסערע אפטייטש?

אפשר צירקעל/ צירקול/סירקול?

רבינו הבעל עגלה שליט”א?
שבת אחים: Compelling evidence...אומשטרייטבארע אדער אומ-אפפרעגבארע באווייזן...!

Circumference...קענמען אפשר אפטייטשן..."קרייז"...!

וואלווי » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:39 pm

· #523098
שבת אחים
Compelling טראכט איך אפשר ‘איבערצייגטע’?
פרוביר טרענסלעיטן א גאנצע סענטענס, ווי אזוי וואלסטו דאס געטייטשט אין יודיש?

Compelling evidence proved the case

שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:41 pm

· #523099
וואלווי
שבת אחים
Compelling טראכט איך אפשר ‘איבערצייגטע’?
פרוביר טרענסלעיטן א גאנצע סענטענס, ווי אזוי וואלסטו דאס געטייטשט אין יודיש?

Compelling evidence proved the case
איבערגעצייגטע עדות האט אויפגעוויזן די קעיס.

קעיס- איז היינטיגע אידיש, יא?

וואלווי » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:43 pm

· #523100
berlbalaguleh
שבת אחים: Compelling evidence...אומשטרייטבארע אדער אומ-אפפרעגבארע
Compell ביי דעפענישאן איז force אדער oblige, נישט unquestionable

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:44 pm

· #523101
די אומאפפרעגבארע באווייזן האבן אויפגעוויזן די גערעכטיגקייט (פון דעם מענטש)...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:46 pm

· #523103
וואלווי
berlbalaguleh
שבת אחים: Compelling evidence...אומשטרייטבארע אדער אומ-אפפרעגבארע
Compell ביי דעפענישאן איז force אדער oblige, נישט unquestionable
ווען מ'רעדט פון "עווידענס"/באווייזן מיינט עס יא אומ-אפפרעגבאר

וואלווי » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:47 pm

· #523104
שבת אחים
וואלווי
שבת אחים
Compelling טראכט איך אפשר ‘איבערצייגטע’?
פרוביר טרענסלעיטן א גאנצע סענטענס, ווי אזוי וואלסטו דאס געטייטשט אין יודיש?

Compelling evidence proved the case


איבערגעצייגטע עדות האט אויפגעוויזן די קעיס.

קעיס- איז היינטיגע אידיש, יא?
דעמאלט שטימט עס גוט, איבערצייג(ען), איבערצייגענגע.

נאר אלס '"קאמפעל" מיינט עס "שטארק" איבערצייגענדיג.

Evidence איז לכאורה "באווייזן". Proof איז "אויפווייזן". ווייטער אויף ווייזען מיט א דגוש פון שטארקייט, דאס מיינט proof

שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:48 pm

· #523105
berlbalaguleh
שבת אחים
איך קלאפ מיך כסדר אָן אין ענגלישע ווערטער וואס איך קען נישט איבערטיישטן אויף אידיש. און דער גוגל-איבערזעצער האט אויך געווענטליך נישט קיין ענטפער, זאל ער מיר געזונט זיין, מיט זיין ייִוואָ-יידיש אינאיינעם… איך וויל וויסן וויאזוי שרייבט מען עס היינטיגע-צייטן לויט די “חסידישע-אידיש” נישט אין פולין 300 צוריק.

איז דא עפעס א אלטערנעטיוו צו גוגל טראנסאלט?

למשל:

וויאזוי זאגט מען compelling אין אידיש?

אזויווי compelling evidence


וויאזוי זאגט מען circumference אין אידיש?
גוגל זאגט’ארומנעם’ איז דא א בעסערע אפטייטש?

אפשר צירקעל/ צירקול/סירקול?

רבינו הבעל עגלה שליט”א?
שבת אחים: Compelling evidence...אומשטרייטבארע אדער אומ-אפפרעגבארע באווייזן...!

Circumference...קענמען אפשר אפטייטשן..."קרייז"...!
אומ-אפפרעגבארע איז גאנץ גוט.

אומשטרייטבארע גלייב איך נישט אז מ׳באנוצט זיך היינטיגע צייטן מיט די ווארט, איך האב עס נאך קיינמאל נישט באגעגענט.

אבער ס׳איז זייער גוט דיינע אפטייטשן.

אפשר וואלסטו אויפן באס אהיים געדארפט לערנען מיט די קינדער שפראך…

וואלווי » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:48 pm

· #523106
berlbalaguleh
וואלווי
berlbalaguleh
שבת אחים: Compelling evidence...אומשטרייטבארע אדער אומ-אפפרעגבארע
Compell ביי דעפענישאן איז force אדער oblige, נישט unquestionable
ווען מ'רעדט פון "עווידענס"/באווייזן מיינט עס יא אומ-אפפרעגבאר
דאס איז שוין א תוצאה (שימוש) אבער נישט פירוש המילות בעצם

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:54 pm

· #523108
וואלווי: מ'רעדט דא פראקטיש גערעדט אין טאג טעגליכן לעבן. נישט אין א שפראך לאבאראטאריע אין עפעס א קאלעדזש...!

וואלווי » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:56 pm

· #523111
berlbalaguleh
וואלווי: מ'רעדט דא פראקטיש גערעדט אין טאג טעגליכן לעבן. נישט אין א שפראך לאבאראטאריע אין עפעס א קאלעדזש...!
כ'האב דאך אלס געמיינט איר זענט א הויך שטודירטער אינטעלעקט..?

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:59 pm

· #523112
שבת אחים: ייש"כ. איך פיהר טאקע אן פארשידענע קאנטעסטן מיט די קינדער אויף מיין באס. אין וועלטליכע סאבדזשעקטס ווי שפראכ/ן און אנדערע וועלטליכע סאבדזשעקטס. און להבדיל אין תורה.

דו וועסט זיין סורפרייזט (איבערראשט) וויפיהל ידיעות די קינדער האבן אפילו אין זאכן וואס זענען העכער זייער עידזש...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 9:02 pm

· #523114
וואלווי
berlbalaguleh
וואלווי: מ'רעדט דא פראקטיש גערעדט אין טאג טעגליכן לעבן. נישט אין א שפראך לאבאראטאריע אין עפעס א קאלעדזש...!
כ'האב דאך אלס געמיינט איר זענט א הויך שטודירטער אינטעלעקט..?
און איך האב געענדיגט אלס בעל עגלה. ב"ה פאר דעים...!

זיצער » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 9:08 pm

· #523115
קרייז, טייטשט א סירקל. אין אלטע אידישע ביכער ניצט מען די ווארט אומקרייז פאר circumference.
בלאט: 1 2 3