☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » איבערטייטשן צווישן ענגליש אין יידיש

איבערטייטשן צווישן ענגליש אין יידיש

103 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4228
בלאט: 1 2 3

פילון » זונטאג יולי 7, 2013 10:08 pm

· #131262
איבערטייטשן צווישן ענגליש אין יידיש
טייערע יידן, איך בין גאנץ ניי דא און איך ווייס נישט צו עס איז שוין דא אין דעם ענין אן אשכול, דערפאר עפן איך אויף דא א נייע אשכול.

עס קומט מיר אסאך אויס צו איבערטייטשן פון יידיש צו ענגליש אדער פון ענגליש צו יידיש און איך בין אפט אין א פארגעלעגנהייט וויאזוי איבערצוטייטשן ריכטיג דאס ווארט. דאס איז דאך א היימישער יידישער סייט, אפשר וועלן די יידן דא מיר קענען העלפן.

אט זענען די ווערטער מיט וועלכע איך האב זיך לעצטנס געפלאגט, ביטע העלפט ארויס א ייד:

fellow Jew (איך האב געטראכט אז אפשר קען מען עס איבערטייטשן "קאלעגע ייד")
overalls
sanguine (די קאליר)
coarse (די עכטע טייטש איז פראסט, אבער אין די קאנטעקסט פון וואו איך ניץ עס שטימט עס נישט. שטומפיג איז אויך נישט גוט, ווייל דאס איז blunt).
surface (אויבערפלאך שטימט עפעס נישט)
depicted (אפגעמאלן איז נישט א פאסיגער איבערטייטש ווייל די רעדע איז פון א פאטאגראף)
lift-shaft
indoors

פילון » זונטאג יולי 7, 2013 10:52 pm

· #131290
גוט, איך וועל אראפברענגן די זאצן. די זאצן זענען מיינע אייגענע זאצן, אבער זיי האבן ענליכע קאנטעקסטן ווי די זאצן וואס איך פרוביר צו איבערטייטשן.

Love your fellow Jew, as you love yourself!
He wore blue and white stripped overalls and black rubber boots.
The soap was coarse, the razor blades blunt.
The surface of the wall was painted a pale yellow with a hint of green.
The photograph depicted the two sisters standing in front of a car.
In the morning rush, he almost fell down into the lift shaft before Gregory grabbed him by his shoulder.
The oversized-pool was out of place indoors.

מאראנצןזאפט » מאנטאג יולי 8, 2013 8:15 am

· #131399
זייער אסאך ווערטער האבן נישט אמת'דיג אן איבערטייטש אויף אידיש, און אפילו זיי האבן יא וואלטן זיי נישט געזאגט געווארן אויפ'ן זעלבן קאנטעקסט ווי מ'זאגט עס און ענגליש, פונקט אזויווי קיינער וועט נישט איבערטייטשן פיפיטי טרי צו פופציג און דריי נאר דרי און פופציג. אויך האט אידיש די מעלה אז זי בארגט פון איר גוטן חבר לשון הקודש ווען אימער ס'פעלט זיך אויס.
נעם דיין ערשטע זאץ דאס איז דאך אן איבערטייטש פון א פסוק חומש, אין אידיש וואלט מען געזאגט: און דו זאלסט ליב האבן (הגם ליב איז אויך א טאט ווערט עס אבער געווענליך נישט גענוצט אזוי, משא"כ דעם ענגלישן love) דיין 'חבר' פונקט ווי דיר אליין. ווילסט עס מער פארליבן שרייב טייערער חבר אדער ליבער חבר, ווילסט עס מער פאראידישן שרייב פריינט אנשטאט חבר.
אויף אידיש נוצט מען פראסט אלעס א נעגעטיוויטעט, פאר דער פשוט'ער אפטייטש וועט מען שרייבן 'פשוט', (אדער פלעין...) פשוט'ע אייער נישט פראסטע אייער.
דאס בילד האט 'אפגעכאפט' די צוויי שוועסטער.
עלעוועיטאר לאך.
פון אינעווייניג.
מיינע ווערטער זענען קלאר נישט קיין דעפיניציע, איך שרייב דעם וועג וויאזוי איך וואלט געזעצט די זאצן.

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 9, 2013 1:01 am

· #131716
פעלאו דזשו איז די פאסיגסטע "געטרייער איד". ניין?

הוגה » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 8:26 pm

· #163495
ווי אזוי שרייבט מען "The Louvre" אין אידיש. איינער האט מציע געווען "די לואוו" איז דאס ריכטיג?


@פידלער, @שלום בערגער

דער (פינטעל) איד » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 8:38 pm

· #163499
שמעקעדיג
פעלאו דזשו איז די פאסיגסטע "געטרייער איד". ניין?

ניין

שלום בערגער » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 9:23 pm

· #163509
דער לואװר
דער לואװר.

*שמייכלט מיסטעריעז מעשה מאנא ליזא*

הוגה » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 9:48 pm

· #163514
שלום בערגער
דער לואװר.

*שמייכלט מיסטעריעז מעשה מאנא ליזא*


איז אנגענומען צו שרייבן אזעלכע ווערטער אין אידיש, מיט די silent בוכשטאבן? קענט איר געבן נאך דוגמאות?

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 12:09 pm

· #167654
איך האב ליב אז אין אידיש - אנדערש ווי אנדערע שפראכן - קען מען מיט איין אות באצייכענען צי א זאך איז קליין/קיוט.
ווען איך זאג באקס - ווייסטו עס איז א באקס. לייג אבער צו א ל' צום סוף - "באקסל" - ווייסטו אז עס איז א קליינע באקס.

גראדע ביי נעמען איז עס אויכעט אזוי, ביי יעדע שפראך איז די נאמען ככתבו וכלשונו, נאר ביי אידיש (בפרט ביי קלענערע קינדער) וועט מען אנרופן א לשון חיבה, יעקב/יאנקי/יאנקעלע - משה/מושי/משה'לע - נחמה/חמי - אסתר/אסתי - רחל/רחי - א.א.וו.

אבער ביי "זאכן" קומט עס מער אויס צו נוצן, צב"ש א בענקעלע, א טישעלע, א הייזקעלע, שיכעלע, טעלערל, טאמעטעלע, פעטשעלע, צעטעלע, שטעקעלע, קארעלע.... רוב זאכן אויב לייגסטו צו א ל' אדער א 'לע' צום סוף, באקומט עס א חן אז ס'איז קליין, קיוט, זיס.

אברמי פון בארא פארק » פרייטאג יאנואר 17, 2014 1:03 am

· #177090
כ׳האב ממש יעצט געוואלט עפענען אזא אשכול. בשעת׳ן שרייבן עסייען קומט מיר גאר אסאך אויס צו דארפן איבערטייטשן ווערטער פון אידיש צו ענגליש וכן איפכא.
דא האט איר צוויי ווערטער אויף וואס כ׳האב מיך היינט זייער געמוטשעט.
וויאזוי זאגט מען אריינגעטראכט אין ענגליש? למשל איך וויל שרייבן אזא זאץ
At first glance, what Moshe did looked wrong, but upon _________, we see that this was indeed the right thing to do
איך וויל ארויסברענגען אז נאכן אריינטראכטן טיפער זעט מען אז ס׳איז יא ריכטיג.

נאך א ווארט, וויאזוי זאגט מען די וויפילטע אין ענגליש? למשל איינער האט געהאט א קינד און איך וויל אים פרעגן ״נו די וויפילטע קינד איז דאס ביי דיר״? וויאזוי פרעגט מען דאס אויף ענגליש?
איך וויל אים נישט פרעגן How many children do you have.

יואב » פרייטאג יאנואר 17, 2014 2:40 am

· #177103
אברמי פון בארא פארק
כ׳האב ממש יעצט געוואלט עפענען אזא אשכול. בשעת׳ן שרייבן עסייען קומט מיר גאר אסאך אויס צו דארפן איבערטייטשן ווערטער פון אידיש צו ענגליש וכן איפכא.
דא האט איר צוויי ווערטער אויף וואס כ׳האב מיך היינט זייער געמוטשעט.
וויאזוי זאגט מען אריינגעטראכט אין ענגליש? למשל איך וויל שרייבן אזא זאץ
At first glance, what Moshe did looked wrong, but upon _________, we see that this was indeed the right thing to do
איך וויל ארויסברענגען אז נאכן אריינטראכטן טיפער זעט מען אז ס׳איז יא ריכטיג.

נאך א ווארט, וויאזוי זאגט מען די וויפילטע אין ענגליש? למשל איינער האט געהאט א קינד און איך וויל אים פרעגן ״נו די וויפילטע קינד איז דאס ביי דיר״? וויאזוי פרעגט מען דאס אויף ענגליש?
איך וויל אים נישט פרעגן How many children do you have.

איך בין א קנאפער עקספערט אין גראמאטיק. נאר ביז פידלער צו הערשי גיסן זיך אפ נעגל וואסער, וועל איך אפשר פראבירן.


איך גלייב עס ווענד זיך וואס די סטעיטמענט וויל דערגיין.
איך מצידי וואלט מתחילה געלייגט א היבש אנדערן אויסשטעל, און אויך געטוישט די פאנקטשועישן.
.
צו דיין נוסח, אויב שרייבסטו upon, דאן קען זיין קומט.
(Upon a closer. (inspection, or other synonyms

(Upon further. (investigations, review, or other matching words.

אפשר קען מען שרייבן:
But then, on second thought, etc.

דער (פינטעל) איד » פרייטאג יאנואר 17, 2014 2:54 am

· #177104
בדרך צחוק אפשר איז נישט דא א וועג פון פרעגן דאס וויפילטע קינד ווייל אין אמעריקע האט מען געווענליך נישט מער פון צוויי קינדער מיט א הינטל. דארף מען נישט מער ווי פרעגן ''איז דיס יור פערסט אר סעקאנד ?''
...

ונבנתה העיר » פרייטאג יאנואר 17, 2014 3:12 am

· #177105
איך בין נאך א גרעסערער ע"ה, אבער looked wrong זעהט מיר עפעס אויס מאדנע, אפשר דארף מען שרייבן seemed wrong?

איש עברי » פרייטאג יאנואר 17, 2014 3:13 am

· #177106
וויאזוי וואלט איר געטייטשט passion

יואב » פרייטאג יאנואר 17, 2014 3:29 am

· #177107
ונבנתה העיר
איך בין נאך א גרעסערער ע"ה, אבער looked wrong זעהט מיר עפעס אויס מאדנע, אפשר דארף מען שרייבן seemed wrong?

דערפאר האב איך געשריבן אז איך וואלט געמאכט אן אנדערן נוסח. מאדנע איז דאס געוויס, די שאלה איז צו ס'איז אויסגעהאלטן גראמאטיש.

יואב » פרייטאג יאנואר 17, 2014 3:31 am

· #177108
איש עברי
וויאזוי וואלט איר געטייטשט passion

ס'ווענד זיך די קאנטעקסט.
איך גלייב מ'קען דאס נוצן פאר: געפיל, ליידנשאפט, געמיט, סימפאטיע, שטימונג, שטארקע אינטערעסע ועוד.

אברמי פון בארא פארק » פרייטאג יאנואר 17, 2014 4:29 am

· #177111
יואב

איך בין א קנאפער עקספערט אין גראמאטיק. נאר ביז פידלער צו הערשי גיסן זיך אפ נעגל וואסער, וועל איך אפשר פראבירן.


איך גלייב עס ווענד זיך וואס די סטעיטמענט וויל דערגיין.
איך מצידי וואלט מתחילה געלייגט א היבש אנדערן אויסשטעל, און אויך געטוישט די פאנקטשועישן.
.
צו דיין נוסח, אויב שרייבסטו upon, דאן קען זיין קומט.
(Upon a closer. (inspection, or other synonyms

(Upon further. (investigations, review, or other matching words.

אפשר קען מען שרייבן:
But then, on second thought, etc.

Thanks for your input guys


@ונבנתה העיר @יואב
To all the grammar police out there, this isn't the actual sentence I used in my essay. On my essays, I'm much more careful about grammar and punctuation, than what you've seen here. I just typed up a random sentence in which I can correctly illustrate the word that I'm trying to get.
Yoav, your words all mean something else. I'm looking for a word that means thinking deeper and harder about something. Not investigating, inspecting, or reviewing anything

Maybe 'on second thought' will work, but it's also not exactly what I'm looking for, because it isn't on second thought that I realized etc., it's only because of deeper more concentrated thought

The word I used at the end was, 'reflection
Which according to the dictionary means "Mental concentration; careful consideration; a fixing of the thoughts on something".
That's the best word I could come up with

פידלער » פרייטאג יאנואר 17, 2014 8:47 am

· #177115
יא, יואב'ס פארשלאג, upon closer inspection, קען ארבעטן, נאר לאז אויס די *a*.

אנדערע וועגן:
but upon pondering the matter
but once we mulled it over (more casual than the above) a

פאר די צווייטע פראגע:
Which number child is this?

פידלער » פרייטאג יאנואר 17, 2014 8:51 am

· #177116
Upon closer inspection ארבעט בעיקר אויב די נוצט "looked wrong," אבער אויב די טוישט עס צו "seemed wrong," זענען די אנדערע "options, including "upon further reflection בעסער.

אפטעמיסט » פרייטאג יאנואר 17, 2014 8:59 am

· #177117
איין זאך זעה איך, ענגליש איז נישט אזא רייכע שפראך ווי מ'מאכט עס. ס'דא אסאך מאל וואס אונזער א.ג. ארימע אידיש איז רייכער ווי ענגליש, למשל, אין אידיש זאגט מען "פארציילן" א מעשה, און אין ענגליש איז נישט דא קיין באזינדערע ווארט פאר "פארציילן" נאר מ'זאגט "I told a story" וואס מיינט בעצם "איך האב געזאגט א מעשה".

געפילטע פיש » פרייטאג יאנואר 17, 2014 9:40 am

· #177119
אפטעמיסט, הער וואס באשעוויס זינגער האט צו זאגן איבער יידיש ווס. ענגליש.

יואב » פרייטאג יאנואר 17, 2014 9:46 am

· #177120
אפטעמיסט
איין זאך זעה איך, ענגליש איז נישט אזא רייכע שפראך ווי מ'מאכט עס. ס'דא אסאך מאל וואס אונזער א.ג. ארימע אידיש איז רייכער ווי ענגליש, למשל, אין אידיש זאגט מען "פארציילן" א מעשה, און אין ענגליש איז נישט דא קיין באזינדערע ווארט פאר "פארציילן" נאר מ'זאגט "I told a story" וואס מיינט בעצם "איך האב געזאגט א מעשה".

קודם כל, ענגליש קען מען זאגן אין יעדן ספעציפשן פאל, א צווייטע ווארט. (Narrate, delineate, enumerate, depict, disclose and more) און אין יעדעס פאל, ווען דו טרעפסט א ווארט וואס אידיש האט מער איבער ענגליש, ווערט נאך נישט די שפראך ארימער. און איראניש איז, Tell a story קען מען זאגן טויזנט מאל מער, ווי פארציילן א מעשה. וויפיל אידישע בוכער איז דא, און וויפיל אין ענגליש. ווארט נאר אויף הערשי און פידלער, פאר אזא האפנלאזע דערקלערונג. און יעצט זאל איינער ברענגן יצחק באשוויס זינגער'ס קליפ צום הונדערטסטן מאל.

יואב » פרייטאג יאנואר 17, 2014 9:48 am

· #177121
כא! געפילטע, איך זאג דיך צו כ'האב דאס געשריבן בעפאר כ'האב דאס געזען!

געפילטע פיש » פרייטאג יאנואר 17, 2014 9:57 am

· #177123
יואב, פארשטייט זיך אז די ענגלישע לעקסיקאן איז רייכער ווי אידיש, פאר יעדע ווארט וואס איז רייכער אין אידיש, קענסטו טרעפן צען ווערטער וואס זענען רייכער אין ענגליש. כ'גלייב אז באשעוויס זינגער אליין מיינט עס נישט ממש ערענסט, נאר אלס א גוטע דזשאוק, נאסטאלגיע צום אידיש. נאר אז איינער זאגט אזעלכע ווערטער זעט אויס ער האט נאכנישט געזעהן דעם קליפ, סאו אלס אל תמנע טוב מבועליו, וכו'.

אפטעמיסט » פרייטאג יאנואר 17, 2014 10:00 am

· #177124
כ'האב טאקע קיינמאל געזעהן דעם קליפ ביפאר. שכויח געפילטע.
(גראדע, וויאזוי זאגט מען "געפילטע פיש" אין ענגליש?! וואס דארף איך מער ווי דעם?)

יואב » פרייטאג יאנואר 17, 2014 10:03 am

· #177125
אפטעמיסט
כ'האב טאקע קיינמאל געזעהן דעם קליפ ביפאר. שכויח געפילטע.
(גראדע, וויאזוי זאגט מען "געפילטע פיש" אין ענגליש?! וואס דארף איך מער ווי דעם?)

וויאזוי זאגט מען אפטעמיסט אין אידיש?

אפטעמיסט » פרייטאג יאנואר 17, 2014 10:11 am

· #177127
ביי אידן איז נישט דא קיין אפטעמיסטס. ס'נאר דא פעסימיסטס- "שווארץ קוקערס"...

פידלער » פרייטאג יאנואר 17, 2014 10:23 am

· #177130
@אפטעמיסט, אזוי ווי איך האב דיר יעצט געזאגט אין אישי, איז די ווארט regale גענוצט זייער אפט ווען מ'וויל זאגן "פארציילן א מעשה".

I will regale you with a story.
He regaled us with a tale.
We were regaled with that funny anecdote she told.

אויך @יואב'ס ווערטער זענען גענוצט אסאך, אבער מער אין שרייבן ווי אין רעדן (אויזער narrate, וואס איז גענוצט היפש אפט ווען מ'רעדט אויך).

@געפילטע פיש, איך האלט ווי די. זינגער האט זיכער עס געמיינט איראניש. ענגליש איז א רייכערע שפראך, אבער אידיש (אזוי ווי פיל אנדערע שפראכן) האט אפאר זאפטיגע ווערטער וואס האט נישט קיין פארגלייך אין אנדערע שפראכן.

געפילטע פיש » פרייטאג יאנואר 17, 2014 10:51 am

· #177139
אפטעמיסט
כ'האב טאקע קיינמאל געזעהן דעם קליפ ביפאר. שכויח געפילטע.
(גראדע, וויאזוי זאגט מען "געפילטע פיש" אין ענגליש?! וואס דארף איך מער ווי דעם?)

Gefilte fish? גוגל טענה'ט אז ס'טייטש פלעין fish.

הילל » פרייטאג יאנואר 17, 2014 11:02 am

· #177141
עס איז א געלעכטער צו וועלן זאגן אז אידיש איז א רייכערע שפראך ווי ענגליש. כ'רעד שוין נישט פון דעם אז יעדע דעטאל, יעדע חפץ, יעדע אקט, יעדע באוועגונג, האט א באזונדערע נאמען אדער טערמין, נאר יעדע זאך און געדאנק וואס מען וויל ארויסברענגען אויף ענגליש זענען דא אזויפיל מאל מער אופנים ווי אין אידיש. אדרבא, באטראכט סיי וועלכע גוטע ארטיקל, פיקשען צי נאן-פיקשען, און זע וויאזוי די מינדעסטע דעטאלן ווערן אראפגעלייגט און ווי געוואלדיג גוט (ווייסט וויפיל ווערטער וואלטן געקענט פיל בעסער ארויסברענגען דעם "געוואלדיג גוט" אויף ענגליש...) זיי קענען ארויסברענגען יעדע סארט געדאנק. איך וויל טרעפן איין מענטש וואס קען א הונדערט-פראצענטיגע ענגליש (א גוטע טעסט: פארשטיי די ווערטער אין א ענגלישע פאום...) וואס האלט נישט אזוי. נישט ווייל עס איז א קונץ פון ענגליש, נאר ווייל אזויפיל מענטשן רעדן דאס שוין אזויפיל יארן, איז עס די מערסטע אנטוויקלט, און אויך זיי נעמען אריין יעדע גוטע ווארט וואס עס פעלט זיך אויס אריינצונעמען פון אנדערע שפראכן (מיר האבן געהאט דעם כבוד זיי צו ארויסהעלפן מיט'ן ווארט "חוצפה"... און אנדערע).
דאס מיינט נישט אז אידיש איז נישט רייך פאר זיך, און אוודאי זענען אויך דא געוויסע פעלער ווי אידיש האט א ספעציעל בא'טעמ'טע ווארט וואס ענגליש האט נישט, אבער איך בין זיכער יעדע שפראך האט אזעלכע אויסנאמען וואו זיי האבן עפעס א טערמין וואס קיינער האט נישט אזוי גוט. קיינער קען נישט האבן פון יעדע איינציגע ווארט פוןנקט די בעסטע. אבער אין דזשענערעל איז ענגליש הונדערט מאל רייכער פון אידיש. אפילו נאך אלעם בין איך מודה אז אידיש האט ביי מיר א ספעציעלע חן און זאפטיקייט...

דער (פינטעל) איד » פרייטאג יאנואר 17, 2014 11:04 am

· #177142
ענגליש האט נישט א ווארט פאר ''ענק''

הילל » פרייטאג יאנואר 17, 2014 11:10 am

· #177143
געפילטע פיש
אפטעמיסט
כ'האב טאקע קיינמאל געזעהן דעם קליפ ביפאר. שכויח געפילטע.
(גראדע, וויאזוי זאגט מען "געפילטע פיש" אין ענגליש?! וואס דארף איך מער ווי דעם?)

Gefilte fish? גוגל טענה'ט אז ס'טייטש פלעין fish.


פלעין פיש מיינט פיש, ממילא וועט מען גארנישט וויסן אז עס האט ענדערש מיט געפילטע ווי סתם פיש.
געפילטע פיש בלייבט gefilte fish (גוגל ווייזט דעם ווארט כמעט א האלב מיליאן מאל, אריינגערעכנט עטליכע מאל אין דעם "נ.י. טיימס"), פונקט ווי חלה בלייבט Chalah (אדער Hallah).

רויטע וואנצעס » פרייטאג יאנואר 17, 2014 11:16 am

· #177145
דער (פינטעל) איד
ענגליש האט נישט א ווארט פאר ''ענק''


גערעכט. אסאך מענטשען ניצן די געבארגטע ווערטער.

you all
youse
you guys
y'all

דער (פינטעל) איד » פרייטאג יאנואר 17, 2014 11:20 am

· #177146
נישט אסאך אירע... יעדער! נישט דא א אנדערע ברירה. פרעג איך אייך אזא וויכטיגע ווארט האט דער רייכער ענגליש ארויסגעלאזט? YOU ALL איז אין אידיש ''דו אלע'' .. זייער שלעכט. אבער ווען דו ווילסט איינער זאל דיר מישן ארנדזשדזשוס מיט וואסער איז למען השם דא א באזונדער ווארט DILUTE ווייל ה' פארביט זאלסט זאגן MIX WITH WATER.

געפילטע פיש » פרייטאג יאנואר 17, 2014 12:07 pm

· #177152
You קען זיין לשון יחיד און אויך לשון רבים, ס'איז די plural you.
אויב זוכסטו דוקא אן אנדערע ווארט איז דא אכט וועגן צו מאכן you לשון רבים אין ענגליש.

דער (פינטעל) איד
אבער ווען דו ווילסט איינער זאל דיר מישן ארנדזשדזשוס מיט וואסער איז למען השם דא א באזונדער ווארט DILUTE ווייל ה' פארביט זאלסט זאגן MIX WITH WATER.

diluted איז שיטטער אדער שיטטערער אין אידיש.

הערשי » פרייטאג יאנואר 17, 2014 1:30 pm

· #177174
אברמי פון בארא פארק
.
וויאזוי זאגט מען אריינגעטראכט אין ענגליש? למשל איך וויל שרייבן אזא זאץ
At first glance, what Moshe did looked wrong, but upon _________, we see that this was indeed the right thing to do
איך וויל ארויסברענגען אז נאכן אריינטראכטן טיפער זעט מען אז ס׳איז יא ריכטיג.

Reconsideration

איש עברי
וויאזוי וואלט איר געטייטשט passion

התלהבות

מאטי » פרייטאג יאנואר 17, 2014 1:39 pm

· #177178
נישטא קיין ווארט אין ענגליש פאר "זאט". און יא .. ענגליש איז אסאך רייכער וואו אידיש, נידער מיט די "מעלות "..

הערשי » פרייטאג יאנואר 17, 2014 1:43 pm

· #177180
מאטי זיבענבערג
נישטא קיין ווארט אין ענגליש פאר "זאט". און יא .. ענגליש איז אסאך רייכער וואו אידיש, נידער מיט די "מעלות "..


Content, full, satisfied, slaked

מאטי » פרייטאג יאנואר 17, 2014 1:47 pm

· #177181
נו,... די אלע ווערטער זענען נישט. The dichotomy of hungry

הערשי » פרייטאג יאנואר 17, 2014 1:51 pm

· #177182
דער (פינטעל) איד
נישט אסאך אירע... יעדער! נישט דא א אנדערע ברירה. פרעג איך אייך אזא וויכטיגע ווארט האט דער רייכער ענגליש ארויסגעלאזט? YOU ALL איז אין אידיש ''דו אלע'' .. זייער שלעכט. אבער ווען דו ווילסט איינער זאל דיר מישן ארנדזשדזשוס מיט וואסער איז למען השם דא א באזונדער ווארט DILUTE ווייל ה' פארביט זאלסט זאגן MIX WITH WATER.


דיילוט און מישן זענען צוויי באזונדערע קאנצעפטן. דיילוט אויף אידיש איז "פארוואסערן". ווען מ'מישט מאראנצן זאפט מיט וואסער, איז די געמיש שיטערער אין זאפט ווי די ארגינעלע זאפט קאנצענטראציע, און געדעכטער ווי די ארגינעלע וואסער, אבער ביידע זענען אייניג געמישט.

הערשי » פרייטאג יאנואר 17, 2014 1:53 pm

· #177183
מאטי זיבענבערג
נו,... די אלע ווערטער זענען נישט. The dichotomy of hungry


איר מיינט צוזאגן די antonym? עטליכע זענען דייקא יא.

הילל » פרייטאג יאנואר 17, 2014 1:55 pm

· #177184
איך מיין אז דאס ווארט וואס מען ניצט געווענליך צו זאגן "איך בין זאט" איז I'm full, אדער i'm stuffed. אן אנדערע ווארט דערפאר איז satiate.

מאטי » פרייטאג יאנואר 17, 2014 2:18 pm

· #177186
קיין איינע זענען נישט עקסקלוסיוו פאר שטילן הונגער. הגם "זאט" קען גענוצט ווערן פאר אנדערע זאכן אויך, איז דאס נאר געבארגט.

קאווע טרינקער » פרייטאג יאנואר 17, 2014 2:20 pm

· #177188
מאטי... 107 איז אין אידיש זיבענבערג?

zurich » פרייטאג יאנואר 17, 2014 2:26 pm

· #177190
אויף "קוועטשן" איז נישט דא קיין ווארט!

פידלער » פרייטאג יאנואר 17, 2014 4:29 pm

· #177206
:זאט The most common word in prose for
sated

אדער ווי @הילל האט געזאגט: satiated

איחוד פעלד » זונטאג יאנואר 19, 2014 12:59 am

· #177265
zurich
אויף "קוועטשן" איז נישט דא קיין ווארט!


Whining

יואב » זונטאג יאנואר 19, 2014 2:30 am

· #177275
zurich
אויף "קוועטשן" איז נישט דא קיין ווארט!

קוועטשן קען זיין מלשון:
.Press, squeeze, clasp, crush and squash

קוועטשן -- זיך באקלאגן, איז אפשר אביסל א כללית'דיגע ווארט, ווייל ס'קען מיינען שטיין אויף די געהירן, זיפצן, קרעכצן אא"וו. ס'פארהאן אנע שיעור ווערטער אין ענגליש אויף אלע דריי. איחוד פעלד זאגט Whine, אויך קען מען זאגן:
,Grumble, complain, gripe, moan, grouse
.whimper and plaintive cry

אויב מיינסטו "קוועטשן" א באנק:
.Parasite, flunky ,chump and sucker

ברסלבער » מיטוואך יאנואר 22, 2014 2:38 pm

· #178480
וואס איז די ריכטיגע וועג צו שרייבן אז איינער איז אין א good mood?
אין א גוטע גיסטע/גוסטע, א גוטע שטימונג, א גוטע געמיט, ער איז גוט געלוינט, אדער עפעס אנדערש?

אפטעמיסט » מיטוואך יאנואר 22, 2014 2:39 pm

· #178484
"איך בין א ברסלבער" איז לכאורה דאס בעסטע איבערטייטש.
בלאט: 1 2 3