☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » ווען מיין באבע וואלט געהאט רעדער...

ווען מיין באבע וואלט געהאט רעדער...

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4209

יין שרף » דינסטאג יולי 2, 2013 11:11 pm

· #130314
ווען מיין באבע וואלט געהאט רעדער...
אונז זעמיר באריכהאשעם אויפגעוואקסן מיט מיסטריעזע פראזן, וואס ווען מיר וואלטן עס פארשטאנען... און ווען עס וואלט געשעהן, וואלט....
כגון "ווען מיין באבע וואלט געהאט רעדער וואלט זי געפארן"... (ויש גורסים וואלט זי געווען א וואגן...) כא כא כא (זיי מירעס מסביר...)
ולכן איז די עולם געלאדענט צו לאזן זייער זכרונות פן אמאל און פון היינט, ווען זיי וואלטן ווען געהאט...
וזה החלי.
ווען מיין באבע וואלט געהאט רעדער וואלט זי געפארן...
ווען מיין באבע'ס קאפ וואלט געהאט א לאך וואלט עס געווען א פושקע...
ווען די רבי וואלט געשטארבן וואלט מען אויפגענומען א נייע... (חב"ד)
ווען די נער וואלט נישט געווען מיינס וואלט איך אויך געלאכט...
ווען וועלט וואלט געווען וועלט..?
ווען איך וואלט געהאט כח וואלט איך געלאפן אין די גאסן...
ווען איך וואלט געווען א אהרוני...וואלט איך בשו"א נישט געלאזט קויפן די בלאט!
ווען איך וואלט ווען געהאט געלט... המממ....
און וויזניץ זינגט מען עפעס אזא ניגון סוכות, ווען איך וואלט האבן גאלדענע יאסלן וואלט איך צו דיר געפליען...
ווען די גמרא וואלט דיר ווען אינטרעסירט, וואלסטו שוין לאנג פארשטאנען! (געווענטליך פאלגט עס נאך מיט א פראסק)
ווען העטעך וואלט געווען פעטעך... (אפשר איז ער...?)
ווען איך וואלט געטראכט אפי' נאר פאר איין מינוט, וואלט איך נישט געפענט די אשכול!
ווען איך וואלט ווען געוואוסט אז די אשכול אינטרעסירט דיר א בוידעם.. וואלט איך עס נאכאלץ געפענט!

זר זהב » דינסטאג יולי 2, 2013 11:13 pm

· #130315
ווען איך קען ווען לייקן מער פון איין מאל וואלטיך דיר געלייקט נאכאמאל

יין שרף » דינסטאג יולי 2, 2013 11:14 pm

· #130316
ווען איך וואלט ווען געוואוסט אז זייר זאהאב וועט מיר לייקן נישט קיין חילוק וועלכע שטוית איך שרייב...

סאשי פיש » דינסטאג יולי 2, 2013 11:16 pm

· #130317
שוין דא
איך מיין אז עס באלאנגט אין די אשכול

יין שרף » דינסטאג יולי 2, 2013 11:23 pm

· #130319
ווען איך וואלט געקענט עפענען די לינק וואלט איך געוואוסט וואס די ווילסט...
ווען איך וואלט ווען געוואוסט אז עס באלאנגט נישט דא...

סאשי פיש » דינסטאג יולי 2, 2013 11:28 pm

· #130322
עס ארבעט שוין

יין שרף » דינסטאג יולי 2, 2013 11:34 pm

· #130324
אחר הדברים האלה, מה שאלתיך וינתן לך...
וואס זאל איך יעצט טוהן?

סאשי פיש » דינסטאג יולי 2, 2013 11:37 pm

· #130326
@שמעקעדיג מיר זוכען דיך!!!

פרישער » דינסטאג יולי 2, 2013 11:47 pm

· #130332
ווען איך וואלט וועין געהאט פליגלען

וואלט איך וועין נישט געקענט פליען

ווייל איך וועיג ציפיל

ווען איך וולט וועין געהאט גאץ

האבען וועין עטליכע מער נישט קיין ציין

איך אויך » דינסטאג יולי 2, 2013 11:59 pm

· #130338
סאשי פיש
איך מיין אז עס באלאנגט אין די אשכול

אבגד » מיטוואך יולי 3, 2013 12:12 am

· #130346
איך אויך!!
דיין תגובה באלאנגט אין די אשכול

יואב » מיטוואך יולי 3, 2013 4:34 am

· #130382
יין שרף
אונז זעמיר באריכהאשעם אויפגעוואקסן מיט מיסטריעזע פראזן, וואס ווען מיר וואלטן עס פארשטאנען... און ווען עס וואלט געשעהן, וואלט....
כגון "ווען מיין באבע וואלט געהאט רעדער וואלט זי געפארן"... (ויש גורסים וואלט זי געווען א וואגן...) כא כא כא (זיי מירעס מסביר...)
ולכן איז די עולם געלאדענט צו לאזן זייער זכרונות פן אמאל און פון היינט, ווען זיי וואלטן ווען געהאט...
וזה החלי.
ווען מיין באבע וואלט געהאט רעדער וואלט זי געפארן...
ווען מיין באבע'ס קאפ וואלט געהאט א לאך וואלט עס געווען א פושקע...
ווען די רבי וואלט געשטארבן וואלט מען אויפגענומען א נייע... (חב"ד)
ווען די נער וואלט נישט געווען מיינס וואלט איך אויך געלאכט...
ווען וועלט וואלט געווען וועלט..?
ווען איך וואלט געהאט כח וואלט איך געלאפן אין די גאסן...
ווען איך וואלט געווען א אהרוני...וואלט איך בשו"א נישט געלאזט קויפן די בלאט!
ווען איך וואלט ווען געהאט געלט... המממ....
און וויזניץ זינגט מען עפעס אזא ניגון סוכות, ווען איך וואלט האבן גאלדענע יאסלן וואלט איך צו דיר געפליען...
ווען די גמרא וואלט דיר ווען אינטרעסירט, וואלסטו שוין לאנג פארשטאנען! (געווענטליך פאלגט עס נאך מיט א פראסק)
ווען העטעך וואלט געווען פעטעך... (אפשר איז ער...?)
ווען איך וואלט געטראכט אפי' נאר פאר איין מינוט, וואלט איך נישט געפענט די אשכול!
ווען איך וואלט ווען געוואוסט אז די אשכול אינטרעסירט דיר א בוידעם.. וואלט איך עס נאכאלץ געפענט!


אלס איינער מיט געפיהל צו ציטאטן און פראזן וועלעכע האבן ווי פון א קוואל חכמה געטוהן שפראצן פון א גראנדיעזן דור וועלעכע האט געשטעלט די דור דעה בפרט, און דאס עם נבון וחכם בכלל אונטער א קנאת סופרים'דיגן שאטן, וועל איך פראבירן מסביר זיין כפי יכלתי.
כידוע האט זיך עפעס א צדיק אויסגעדריקט (קאווע'לע ביסט דא?) " זאל ווען יעדער איינער האבן אן IQ פון אונטער 60 אנשטאט אן עוקר הרים'דיגן 70, וואלטן מיר געהאט נישט נאר איין גולם ווי אין פראג, נאר גולמים וואלטן זיך באשאפן שנעלער ווי ס'נעמט צו פארדייען קוגל אויף א פארענטשע, און וואלטן זיך געוואלגערט און ארומגעטאנצן תחת כנפי בינה ווי כל רמש האדמה אויף א טויטן קערפער".

קיין צייט האב איך נישט, איך וועל ענטפערן עטליכע, און אנדערע וועלן ענטפערן די אבריגע.


ווען העטעך וואלט געווען פעטעך...

דאס איז ממש א צווילינג פראז מיטן באקאנטע אפפרעג פון מטיל זיין א "ש" אין ערזאץ צו סיי וואספארא ווארט.
למשל, אתם אומרים "העטעך" והנבון אומר "שמעטעך". דאס זענען בדוק ומנוסה'דיגן אפפרעג טאקטיקן מ'וואלט ללא ספק גענוצט היינצוטאגס ביי ווכיחים מיט גלחים. (אנשטאט דעם קאמפלעצירטן "איני יודע" מ'פלעגט נוצן, און דערביי געמאכט די יעניגע ערלים וועלעכע זענען געשטאנען אין שפיץ פון די בלוט בילבולים צו שאנד און צו שפאט).



כגון "ווען מיין באבע וואלט געהאט רעדער וואלט זי געפארן"... (ויש גורסים וואלט זי געווען א וואגן...) כא כא כא (זיי מירעס מסביר...)


דאס מיינט אז די באבעס - נעבעך איבערגעלעבט א קריג, און פון אידישקייט ליידער קנאפ געוויסט, פלעגן זיך ר"ל פוצן ווי א קינד דאס נאז.
פראבירענדיג צו מאכן אזא ליצנותא דעבודה זרה (ב"ה היינט האבן מיר ממש מיט ניסים זיך ארויפגעכאפט אויף די רעלסן) האט זיך א וויצלער געוויצלט מיט רשות פון חיים מענדל "לייג נאר ארויף רעדער, און דאס באבע הנודע לפיצעריי וואלט טראנספארמירט געווארן אין א קעדילעק". (וכאן נוהגים לשחוק).


ווען די גמרא וואלט דיר ווען אינטרעסירט, וואלסטו שוין לאנג פארשטאנען! (געווענטליך פאלגט עס נאך מיט א פראסק)

די דאזיגער פראז קומט ווארשיינדליך פון די צייטן ווען קוקן אויף א קאמפיוטער האט געקענט אורזאכן צו ווערן א גערילא. (זעה דא) געוויס באלאנגט דאס אויסשליסליך צו מלמדים, און לויט סיינטיפישע באווייזן איז דאס צוזאמגעשטעלט פון שארפע הומאר געמישט מיט בלוטיגע קלעפ המשתמשין בערבוביה. זיי זאגן אז ווען מ'הערט אזנע סלאגאנען הייבן אותיות אן צו טאנצן פייערדיגע טענץ, און די גאנצע ארום דרייט זיך אזש מ'שפירט זיך ווי אין חדר. דער פראז קומט ווארשיינדליך פון די זעלבע משפחה ווי: ווען ס'זאל ווען זיין א טריפ וואלסטו געועזן באצייטנס הא? דו קענסט; דו ווילסט נאר נישט אא"וו. (פאר מער קוקט אינעם אויסגעדראשענע זאצן אשכול)


ווען וועלט וואלט געווען וועלט..?

דער פראז קומט נאך פון די צייטן ווען גוים פלעגן פרעגן קינדער וואס זיי האבן געלערנט אין חדר.
דער ווארט מיינט בערך: ווען דער אלוועלטליכע גייסט וואלט זיך ווען צוגעשטעלט צו מיינע יעצטיגע ווילדע מחשבות, דאן וואלט זיך עס פארדינט דעם נאמען וועלט. יעצט אבער אז די וועלט קאקט אויף מיר, אדער איך בין פויל צו ארבעטן, הרי כאילו מיר שוועבן יעצט אין מאדים והגלילות, און וויפיל מאל דארף איך זאגן אז דא לאכט מען ווי א קינד מ'קוועטשט אינעם בויך.

gehlungen » מיטוואך יולי 3, 2013 10:09 am

· #130399
זר זהב
ווען איך קען ווען לייקן מער פון איין מאל וואלטיך דיר געלייקט נאכאמאל

LOL

דעת תורה » מיטוואך יולי 3, 2013 3:02 pm

· #130465
העטעך פעטעך שיינט מיר צו שטאמען פון הייפאטעטיקל

אבזערווירער » דאנערשטאג יולי 4, 2013 10:21 am

· #130696
אן עלטערער איד האט מיר אנומעלט געזאגט,
ווען איך וואלט געהאט אן אויער גרויס ווי א טעלער וואלט איך אפשר געהערט וואס די זאגסט

טעפל » דאנערשטאג יולי 4, 2013 10:32 am

· #130697
ווען געלט איז געוועהן געלט!

פרישער » דאנערשטאג יולי 4, 2013 1:50 pm

· #130750
ווען א בעט איז א בעט

איז א קבר א קבר

ווען א בעט איז א קבר

איז א קבר א בעקאפ