ווען איך וואלט געווען א אהרוני...
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3023
ווען איך וואלט געווען א אהרוני...
ווען איך וואלט געווען א אהרוני ?
וואלט איך בשום אופן נישט געלאזט קויפן די בלאט,
וואלט איך געצאלט אלפים פאר ש.וו. זאל גיין צו די אנדערע זייט,
וואלט איך געפירט א מערכה מיט די בלאט ביז עס מאכט זיך צו,
אבער אזוי ווי כרגע איז דאס מיר נישט נוגע במילא בין איך פטור,
כלפי מה דברים אמורים ווי באקאנט איז רז"ל געפארן דעם ווינטער קיין א"י מיט די גאנצע פאראד און אלע לגיונות און שיטותי"ם, {מלשון שיטות}
עס איז נאך גאר געווען על טהרת הקאקאש, אבער פאקטיש איז עס געווען מיט א שטארקע סוקסעס.
אנגעהויבן מיט די שיינע צאתכם לשלום, און דאן די אלפים ורבבות ביים קבלת פנים מיט די גאנצע עדה וכו' וכו' דאן די חתונה וואס איז געווען גאר שיין, בקיצור ער האט זיך דערווארבן דאס געגארטע, דהיינו, אז יא ס'איז געלונגען פאר דעם באראפארקען בעלעבאס, צו ווערן א עכטע רבי, און אפי' די שוואכע באזוך אין בני ברק, איז אויך נישט געווען אזוי שוואך ווי די אהרונים וואלטן לכתחילה געוואלט, און זיך געווינטשן.
אבער דע ריכטיגער סוקסעס, איז הערשט געווען די וואך, אזא חודש נאך די נסיעה, ווייל ווי באקאנט איז דאך די עיקר סוקסעס ביי די צוויי פראקציעס, נישט צו די חסידים פארדינען עפעס פון די גאנצע פארטיי, אדער צו מען טוט עפעס אויף בכלל {איך רעדט שוין נישט לשם שמים נאר סתם}פאר די מענטשהייט, נאר דער עיקר איז צו דער אנדערער קראכט, שעלט, ווערט פארלוירן, ביי די זאלונים איז דאס מער ניכר אבער די אהרונים שפילן שוין די זעלבע געים,
און ווען מען קען מאכן דעם אנדערן קראכן דאן איז דאס געווען דער בעסטער סוקסעס.
נא! יעצט קוקט די בלאט די וואך, און זעהט וואספארא סוקסעס דער זאלי האט געהאט אין אר"י, די ארונים ווילן אים נאכאלץ נישט פארגעבן דעם הילכיגן "דורכפאל" וואס ער האט געהאט, און ווי עס גייט זיי ממש גארנישט אן די נסיעה, ניטאמאל די יוקאנס זענען זיי אים מוחל.
ליינט און האט הנאה
דאנקט דעם אייבערשטען אז איר פארמאגט אין אייער קעמערל העכער די אויגן, עפעס מער ווי די צוויי פראקציעס.
אפשר קענסטע זאגן עפעס וואס דארט שטייט? איך ליין אים נישט, א דאנק
מיין קאפ טוט מיר וויי נאר פון עס ליינען און די ווילסט נאך איך זאל עס איבערזאגן.
בקיצור איז עס פול מיט לאכערייען העצערייען פון די נסיעה קיין ארץ ישראל
און א ריזיגע קאריקאטור פון די יוקאנס מיט די געלטער פון ברינקס טראק ווי די ירושלימער אידן לויפן צום געלד.
א קינדער העפט בתפאתרה
אוי מיין גאט, לול.
נאך גוט איך שפאר מיר די קאפ ווייטאג.. און די 2 דאללער.
אויס מענטש ליין ווייניגער דער בלאט וועסטו נישט ווערן אזוי אויס מענטש.
דאס איז נישט צימעס!!!
דער פארשאלטענע אשכול מוז שוין ווערן פארשפארט!!
די אלע וואס זענען מגיב דא אפילו בלי ניצוץ כלשהוא פון לשה"ר ורכילות איז עתיד ליתן את הדין!!
איך מיין זאלסט לייגן די ה פון אהרוני פאר די א און נעם אוועק די אות ו וועלן דיינע פראבלעמן זיך אליינס אויסארטירן.
זייער א אמת'ער דערהער,
אבער איין קריטיש וויכטיגער פרט האסטו אויסגעלאזט, אז די אלע לצנות פון וואס מרעדט דא ליגט אינעם יערליכן אפגעטייטלטע "פורים" ביילאגע,
איך מיין אז איין מאל א יאר זענען זיי ענטייטלד צו חוזק מאכן פון די זאליס, פערצופאל היי יאר איז פונקט דאס געווען אויף די אגענדע,
טראץ וואס איך האב שוין גענוג קריטקירט דער בלאט וואלט איך זיי געגעבן פאר דעם א פעסס,
גם אני מצטרף לדברי גאלד
נישט קיין ספק אז דער בלאט האט אסאך שטותים, איך האב עס שוין געשריבן דא, (כאטש דער איד איז שוין היינט נישט קיין סאך אינטערשטעליג) אבער אין די הינזיכט קומט זיך זיי קרעדיט זייער איגנארירן די צד מהרז״ל, (דער איד לעצטענס מאכט דאס שוין אויך נאך אביסל)
במשך די גאנצע מסע המלכות ווען די הרגשים זענן געווען הויך, דעמאלס וואלט געדארפט באדערן, האבן זיי קיין ווארט נישט געשריבן דערוועגן, און יעדער האט זייער הנאה געהאט דערפון,
במילא איז עס געווען זייער דיסעפאינטיג אז זיי האבן זיך אזוי צולאזט, ווייל די לעצטע פאר יאר האבן זיי אפילו פורים נישט געשריבן דערוועגן
אבער עס איז דאך פורים, איך האף אז עס וועט נישט פאסירן מער
גם אני מצרף
דער גאנצע פורים בלאט איז נאריש. פאר א סאטמארן חסיד און א בלאט לייענער גייט הגזל"ס נסיעה פונקט אזוי ווייניג אן ווי זיינע אייגענע חסידים גייט עס אן. איך האב עס אריין געווארפן אין מיסט.
די נסיעה פון א גשמיות'דיגן שטאנדפונקט איז געווען העכסט געלונגען. מען האט אינוועסטעט אפאר מיליאן דאללאר און אלעס תיכף איינגעקעשט. וועם מען האט אנגעשמירט האט גראד צוריקגעשמירט און צוריק געלעקט.
די קינדער הערן נישט אויף צו רעדן פון די 50 קאר קאראוואן מיט לעמפלעך. די גרויסע האבן געהאט ביליגע טיקעטס קיין ארץ ישראל און מקומה"ק. צו דער זעלבער צייט האט מען אהרן טב גיט צוגעפיקסט.
אז פין אזא קארטאן מאכט מען אזא געשריי
וואס דארף שוין דער זאלי טראכטן אז וואך איין וואך אויס שרייבט א טראק דרייווער מעכיל אינדיג איבער איסורי כריתות
גאנצטע בייאלגעס אין דער איד
אין ס'איז שטול אין זייער לאגער
אלא מאי הרג'טס נישט קיין מענטשן קיין איין אהרוני גייט נישט אן דעם קארטן
איך זעה נאר דעם זאלי עסט עס אויף ווי דער אהרוני לאכט א גיטס אז דער גאנצער נסיעה איז ביליג אין קינדישע פראפגאנדע
זלמן ווען דער איד שרייבט טוט ער דאך זיין אויפגאבע. זייט איך געדענק שימפען זיי יעדע יאר צוויי קעגען א אנדערע חסידות. איך מיין אז יעדע אדמו"ר און חסידות פון כדור הארץ האט שוין באקומען א פארציע פון דער איד. יעצט איז סאטמאר אויף די ראיה. דאס איז נישט מיין דאגה איך ליין עס נישט ב"ה. אבער פון דער בלאט האב איך בעסער ערווארטעט.
לאמיר רעדן צווישן מיר אין דיר, איז דען נישט די גאנצע נסיעה געווען א ביליגע סטעידשד שאו, הוילע בעלאני בלאף, הערסט א מעשה, מ'טוט אלעס אין די וועלט צו מאכן די גרעסטע טראסק און פראפעגאנדע, שווענדט עפרות זהב פאר פי.אר. און דער זעלבער פראפגאנדירער פארגלייזט זיך די אויגן "קידוש השם", איך גאראנטיר דיר אז אויב דער גרעסטער שטאטס משוגענער זאלט קומען מיט 2000 מענטשן, 10 מיליאן דאלאר, און זיך אנגעבן אלס סאטמאר רבי, איך זאג דיר צו ער האט אקוראט דער זעלבער קבלת פנים, קיין טראפ ווייניגער, און די אידן און ארץ ישראל ווייסן עס גוט און די אידן אין ניו יארק ווייסן עס בעסער איבערהויפט די זאליס, וועם פאפט מען דא?
יעצט אויב איינער וויל זאגן איך פלאץ, געזונטערהייט איך לאז, זאל זיין אזוי, אבער אויף אזויפיל זענען נאך די אהרונים ענטייטלד צו עכ"פ איין מאל א יאר און די פורים ביילאגע צו ארויסברענגען די גאנצע מעשה ילדות פון די א"ג "קידוש השם"
די אשכול האט זיך אנגעהויבן מיט "ווען איך וואלט געווען א אהרוני", די לעצטע פאר תגובות ענדיגן עס צו "ווייל איך בין א אהרוני"
מיר קוקט אויס ווי די זאלונים ווילן זייער שטארק קענען זאגען אז די ארונים זענען ביזי מיט די נסיעה, אין אויף דעם בויט מען אשכולות
גראדע בין איך מער ארויני געשטימט לעצטענס, אבער נישט צוליב די נארישע מאטריאל דא. איך האמיר מיינע אייגענע ריזענס. ומי שאמר לשמן וידליק וכו'
ס'דא מענטשן וואס ענדשויען ספארטס, אנדערע ענדשויען פילמס, ווידער איז דא וואס זענען איינגעטינקען ערב ובוקר וצהרים און רעגירונג פאליטיק, דאס איז אזוי זייט וועלט איז וועלט, מענטשן האבן האביס פון כלערליי שטותים והבלים, וואס מאכט בעצם קיין שום חילוק און זייער לעבנסשטייגער,
די זעלביגע מיט די ארוני זאלויני פאליטיק, די פאקט איז ס'איז אינטערסאנט, ס'האט אסאך דיטעלס, קנייטשן, איראניע, קאמיק, היסטאריע, נו וואס איז דען אז א מענטש ענדשויט עס, דאס איז אזאך וואס אין לדבר סוף, זאל זיין טויזנט יאר, אז איינער גלייכט עס נישט זאל ער זיך זוכן א אנדערע גרופע,
איך פערזענליך ציעט נישט צו קיין ספארטס, מיינט נישט אז איך זאל פארפירן יעדעס מאל איינער רעדט פון די יענקיס צו ווער, געזונטערהייט
איך האב געטראכט צו עפענען א אשכול ''ווען איך וואלט געווען א זאלי....'' צו דיסקאסירן די נעכטיגע שושן פורים פין מהרז''ל ווי מען האט חוזק געמאכט פין מהר''א אין פין נאך רבנים, אבער אין ליכט פין ממי שאמרו'ס תגובה וויל איך אים נישט מער פארעקלען, אבער ערנסט גערעדט וואס דער בלאט טוט ביי מהר''א טוט מען אויפן טיש ביי מהרז''ל
Re: ווען איך וואלט געווען א אהרוני...
אין ראדני איז מען אויך נעכטען נאך ביזי געווען מיטן נסיעה קיין א'י
Sent from my SPH-M580BST Using ForumTouch for Android
אוי וויי זיירעלע ווער האט דאך איבערגעמאכט
יאנקל פאר דיך
📎 photo (2).JPG
איך זע יעצט דעם קארטאן דאס ערשטע מאל
פארפאלן, גוט איז גוט, לכבוד פורים שאדט נישט
ס'קומט נאכנישט צו צו די קללות נמרצות וואס די זאליס (פלעגן?) באשמוצן יעדן ערליכן איד וואס איז נישט געגאנגען מיט זיי אין שפאן, אפגעזען צו דער דאטום האט געקלאפט פורים צו ערב יום כיפור
זיי האבן איין טענה, איך מעג אלעס דו טארסט גארנישט
גראדע וואלט איך יא געוואלט הערן דיינע קאמענטארן דערויף
איך אויךאיך מיין זאלסט לייגן די ה פון אהרוני פאר די א און נעם אוועק די אות ו וועלן דיינע פראבלעמן זיך אליינס אויסארטירן.
איך בין אן אונגערישער. ס'האט מיר גענומען צוויי (מינוט) וואכן צו כאפן דעם פשט. 😳 😂
צוויי מינוט? צוויי וואכן?
שוין באלד 2 חדשים! 😂 😂 😳 😛 😞 😉 😈 😈 💡 😁 🤓