☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קעטסקילס נייעס

קעטסקילס נייעס

227 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4168
בלאט: 1 2 3 4 5

מ. גליקמאן » דאנערשטאג יוני 27, 2013 12:41 pm

· #128581
קעטסקילס נייעס
איך עפן אן אשכול פאר נייעס און אפדעיטס פונעם זומער און אלעס ארום (סתם אינטערעסאנטע בילדער פון די קעטסקילס איז אויך וועלקאם דא)

ויה"ר עס זאל זיין נאר בשורות טובות, און אינטערעסאנטע נייעס.
[שנאפס פון איי וועלט.]

אין סוואן לעיק האט א גוי פרובירט צו פארכאפן א אידיש מיידל, ב'ה עס האט זיך געענדיגט ביים פרובירן.
BNofbdECcAAczMX.jpg

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:18 pm

· #128594
וואס האט דער בילד מיט די מעשה וואס איר פארציילט?...
איך זעה נישט דא קיין מיידל

מ. גליקמאן » דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:24 pm

· #128598
די מיידל האט געבעטן נישט צו זיין אויפן בילד..

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:30 pm

· #128600
מ. גליקמאן
די מיידל האט געבעטן נישט צו זיין אויפן בילד..

און די מיידל פון דיין אוואטער האט יא געגעבן רשות?

מ. גליקמאן » דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:33 pm

· #128601
דאס איז א אינגל מיט זיסע הארעלעך.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:43 pm

· #128604
מ. גליקמאן
דאס איז א אינגל מיט זיסע הארעלעך.

זאל די זיסקייט נישט זיך אפטוהן פון אים.
צוריק צום נושא, וואס איז נייעס אין די "קאנטרי"..

מ. גליקמאן » דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:55 pm

· #128605
אין איינע פון די קעמפס.
1002971_10151668177647487_373062514_n.jpg

מ. גליקמאן » דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:57 pm

· #128607
אן אלטע אבער זיסע בילד.
1170_355869351208048_1840479623_n.jpg

מ. גליקמאן » דאנערשטאג יוני 27, 2013 2:06 pm

· #128613
ווי לאנג פלעגט איר שטיין ביי די טעלעפאנען..?
CampPhones.jpg

איך אויך » דאנערשטאג יוני 27, 2013 2:21 pm

· #128618
קאווע טרינקער
מ. גליקמאן
די מיידל האט געבעטן נישט צו זיין אויפן בילד..

און די מיידל פון דיין אוואטער האט יא געגעבן רשות?

פאני אז פונקט דו זאלסט עס זאגן.

מ. גליקמאן » דאנערשטאג יוני 27, 2013 2:23 pm

· #128621
מיטאג צייט אין מחנה רב טוב.
lunch.jpg

מ. גליקמאן » דאנערשטאג יוני 27, 2013 2:26 pm

· #128622
א בער האט באזוכט אין סאן-רענטש קאנטרי.
sr.jpg

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 27, 2013 2:35 pm

· #128630
קאווע טרינקער
וואס האט דער בילד מיט די מעשה וואס איר פארציילט?...
איך זעה נישט דא קיין מיידל

דו דערמאנסט מיך א מעשה. ס'געווען א מוהל וועלכער האט אריינגעמופט אין א סטאר אויף ניו יוטרעכט. ער האט ארויסגעלייגט א גרויסן טאשן-זייגער אין די ווינדאו. איז איינער אדורכגעגאנגען און האט איהם געפרעגט: "וואס איז דיין באשעפטיגונג"? האט ער איהם געענטפערט. "כ'בין א מוהל". נו פארוואס לייגסטו ארויס א זייגער"?..... איך לאז דעם עולם צו ענדיגן די מעשה...

טישו באקס » דאנערשטאג יוני 27, 2013 3:17 pm

· #128637
מ. גליקמאן
ווי לאנג פלעגט איר שטיין ביי די טעלעפאנען..?


בעסער געפרעגט, וויפל טרערן האב פארגאסן ביי דעם טעלעפאון?

אבגד » דאנערשטאג יוני 27, 2013 3:25 pm

· #128638
מ. גליקמאן
ווי לאנג פלעגט איר שטיין ביי די טעלעפאנען..?

מילא שטיין ביי די טעלעפאן, אבער דורכגיין דעם דורכגאנג רחמנא ליצלן!!
עס קומט מיר אויף קאשמארן נאר פון טראכטען פון דעם

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 27, 2013 3:26 pm

· #128639
טישו באקס
בעסער געפרעגט, וויפל טרערן האב איך פארגאסן ביי דעם טעלעפאון?


אריין אין טרערן אשכול:
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/4134">viewtopic.php?f=4&t=4134</a><!-- l -->

מ גפני » דאנערשטאג יוני 27, 2013 5:44 pm

· #128683
מ. גליקמאן
א בער האט באזוכט אין סאן-רענטש קאנטרי.

וואס איז די עקסטענשאן אויף די באנגעלוי? האט מען ארויסגעבויט א בעבי רום?

געפילטע פיש » פרייטאג יוני 28, 2013 1:33 am

· #128798
berlbalaguleh

דו דערמאנסט מיך א מעשה. ס'געווען א מוהל וועלכער האט אריינגעמופט אין א סטאר אויף ניו יוטרעכט. ער האט ארויסגעלייגט א גרויסן טאשן-זייגער אין די ווינדאו. איז איינער אדורכגעגאנגען און האט איהם געפרעגט: "וואס איז דיין באשעפטיגונג"? האט ער איהם געענטפערט. "כ'בין א מוהל". נו פארוואס לייגסטו ארויס א זייגער"?..... איך לאז דעם עולם צו ענדיגן די מעשה...

חזרה איז גאר א וויכטיגע זאך!

בדחן » פרייטאג יוני 28, 2013 1:44 am

· #128804
berlbalaguleh
וואס האט דדו דערמאנסט מיך א מעשה. ס'געווען א מוהל וועלכער האט אריינגעמופט אין א סטאר אויף ניו יוטרעכט. ער האט ארויסגעלייגט א גרויסן טאשן-זייגער אין די ווינדאו. איז איינער אדורכגעגאנגען און האט איהם געפרעגט: "וואס איז דיין באשעפטיגונג"? האט ער איהם געענטפערט. "כ'בין א מוהל". נו פארוואס לייגסטו ארויס א זייגער"?......איך לאז דעם עולם צו ענדיגן די מעשה.....


האט ער געענפערט, איך לייג א זייגער צו ווייזען אז איך בין א שנעלע מוהל און איך טו מיין ארבייט בזריזות און צייטליך..

הכלל, וואס האט עס מיט די אשכול?? 😛





וואס דען זאל איך לייגען?

זר זהב » פרייטאג יוני 28, 2013 1:37 pm

· #128890
d3600922740f84bb61a1db7aaeac0319.jpg

berlbalaguleh » פרייטאג יוני 28, 2013 6:31 pm

· #128966
בדחן
berlbalaguleh
וואס האט דדו דערמאנסט מיך א מעשה. ס'געווען א מוהל וועלכער האט אריינגעמופט אין א סטאר אויף ניו יוטרעכט. ער האט ארויסגעלייגט א גרויסן טאשן-זייגער אין די ווינדאו. איז איינער אדורכגעגאנגען און האט איהם געפרעגט: "וואס איז דיין באשעפטיגונג"? האט ער איהם געענטפערט. "כ'בין א מוהל". נו פארוואס לייגסטו ארויס א זייגער"?......איך לאז דעם עולם צו ענדיגן די מעשה.....


האט ער געענפערט, איך לייג א זייגער צו ווייזען אז איך בין א שנעלע מוהל און איך טו מיין ארבייט בזריזות און צייטליך..

הכלל, וואס האט עס מיט די אשכול?? 😛

עיין בתגובה (הראשונה( של קאווע טרינקער שליט"א



וואס דען זאל איך לייגען?

אט דאאאס איז די מסקנא!!!

קאווע טרינקער » פרייטאג יוני 28, 2013 7:59 pm

· #129006
Update
נישטא קיין עלעקטעריק
נישטא קיין וואסער

פונקטליך וואו און ווען
וועלן נאכפאלגען...

סאשי פיש » מאנטאג יולי 1, 2013 11:17 am

· #129663
א אינגעל אין קאנטרי......אויף דער יאגד......
image.jpg

טעפל » מאנטאג יולי 1, 2013 11:24 am

· #129666
ער גייט מאכען פון דעם סאשי פיש??
אוי דערמאנט מיך דאס גוטע צייטען..

מ. גליקמאן » מאנטאג יולי 1, 2013 12:38 pm

· #129698
אין אנדערע נייעס, מ'האמער געהאט די זכיה דעם וויקענד צו דאווענען אין די קעטסקילס מיט @זר זהב'ס רבי, איי אידאס געווען א דאווענען..

הדד בן בדד » מאנטאג יולי 1, 2013 12:41 pm

· #129699
מ. גליקמאן
אין אנדערע נייעס, מ'האמער געהאט די זכיה דעם וויקענד צו דאווענען אין די קעטסקילס מיט @זר זהב'ס רבי, איי אידאס געווען א דאווענען..


ווער איז זר זהב'ס רבי? (כ'האב געמיינט ער איז אליינס א רבי)

זר זהב » מאנטאג יולי 1, 2013 12:48 pm

· #129702
מאן רבי גייט נישט ארויס פון אר"י

מ. גליקמאן » מאנטאג יולי 1, 2013 12:50 pm

· #129704
זייט ווען וואוינט דער זאבליטובער אין ארץ ישראל?

זר זהב » מאנטאג יולי 1, 2013 12:51 pm

· #129705
אה ער איז מיין רב נישט מיין רבי

מ. גליקמאן » מאנטאג יולי 1, 2013 1:31 pm

· #129721
נעכטן איז געווען אין די קעטסקילס שווערע שטורעמען באגלייט מיט פארפלייצונגען.
proxy (1).jpg

מ. גליקמאן » מאנטאג יולי 1, 2013 1:32 pm

· #129722
א געפאלענע בוים בלאקירט א ראוד.
BOCzM8QCYAACsGp.jpg

מ. גליקמאן » מאנטאג יולי 1, 2013 1:33 pm

· #129723
ווער זאגט ס'איז אזוי שלעכט..?
BOCpwqpCIAAnt2P.jpg

atmybest » מאנטאג יולי 1, 2013 2:58 pm

· #129753
הדד בן בדד
מ. גליקמאן
אין אנדערע נייעס, מ'האמער געהאט די זכיה דעם וויקענד צו דאווענען אין די קעטסקילס מיט @זר זהב'ס רבי, איי אידאס געווען א דאווענען..


ווער איז זר זהב'ס רבי? (כ'האב געמיינט ער איז אליינס א רבי)


ער מיינט לכאורה הרה'ח ר' משה פרידמאן נ'י משב'ק אצל הברך משה זצ'ל.

אבגד » מאנטאג יולי 1, 2013 3:01 pm

· #129754
זר זהב
אה ער איז מיין רב נישט מיין רבי

זר, דו האסט אים גע׳הרג׳ט!! פאר דעם מאכט ער זיך נאריש? אז דו זאלסט אים רופן רב?

מ. גליקמאן » מאנטאג יולי 1, 2013 3:03 pm

· #129757
א היטש צוריק צום נושא עניוואן?

אבגד » מאנטאג יולי 1, 2013 3:04 pm

· #129758
גיי צו שומרי שבת בעט הלל

סאשי פיש » מאנטאג יולי 1, 2013 3:45 pm

· #129783
אבגד
גיי צו שומרי שבת בעט הלל

נאך א דריי אוועק פון די נושא

מ. גליקמאן » מאנטאג יולי 1, 2013 3:52 pm

· #129790
עס איז יעצט ארויסגעגעבן געווארן א פלעש פלאד ווארענונג פאר סאליווען קאונטי ביז 6:30.

קאווע טרינקער » מאנטאג יולי 1, 2013 4:03 pm

· #129795
מ. גליקמאן
עס איז יעצט ארויסגעגעבן געווארן א פלעש פלאד ווארענונג פאר סאליווען קאונטי ביז 6:30.

א נייע אנשיקעניש.. פאר די קול-מבשר צייטן האט מען קיינמאל נישט געהערט פון אזלעכע ווארענונגען.

משה געציל » מאנטאג יולי 1, 2013 4:07 pm

· #129798
ממילא די פלעש פלאדס, זאל עס זיין גשמי ברכה. אבער די וואנדאלן אין פראנקרייך, און די כאליגאנעס אין האללאנד (אפשר פארקערט, איך געדענק נישט פונקטליך), ממש א פחד!

זר זהב » מאנטאג יולי 1, 2013 4:13 pm

· #129800
איך קען נישט די נומער פון ק"מ. גלייב עס אדער נישט

אבגד » מאנטאג יולי 1, 2013 4:17 pm

· #129801
דאס וואלט שוין אויך מיט געגאנגען, אבער די האקן קרייצן געפירקלעך... מיט די האסן פארברעכן.. מיט די פארדעכטיגטע פיקלעך.. און די קינדער פארכאפעכץ.. און די אנגעלייגטע טרעפיק.. און יאסעלע (מ׳זאל אפגעהיטן ווערן)... ועוד ועוד, דאס איז ממש א פחד
עניוועי ״גליקמאן״ קוקט זייער שטרענג אז מ׳פארקריכט פון די נושא...

אבגד » מאנטאג יולי 1, 2013 4:18 pm

· #129802
זר זהב
איך קען נישט די נומער פון ק"מ. גלייב עס אדער נישט

ווען איך זיץ ווען א גאנצן טאג און טרינק קאווע, וואלט איך אויך נישט געקענט די נומבער, (just joking)..

זר זהב » מאנטאג יולי 1, 2013 4:20 pm

· #129803
כ'האב עס קיינמאל נישט געקענט. קאווע איז נישט מער ווי א יאר אלט

אבגד » מאנטאג יולי 1, 2013 4:21 pm

· #129804
זר זהב
כ'האב עס קיינמאל נישט געקענט. קאווע איז נישט מער ווי א יאר אלט

אויב אזוי אשריך!!!!

זר זהב » מאנטאג יולי 1, 2013 4:24 pm

· #129805
ביג טיים!!

סאשי פיש » מאנטאג יולי 1, 2013 4:28 pm

· #129807
די האסט אינטערגעשריבען ביי דיין רבי' פורים ביים טיש נישט צו הערן???........

זר זהב » מאנטאג יולי 1, 2013 4:29 pm

· #129808
ניין, כאנאר באמערקט אז נאך א וואך זיך אנהערן מיט יעדעס פיצקע צרה פון ארום די וועלט איז צו מיר נישט אנגעקומען קיין טשעק'ל. איך דארף מיר נישט פארזויערן פאר זיין פרנסה

אבגד » מאנטאג יולי 1, 2013 4:31 pm

· #129809
ווער האט דיך דעמאלטס אויס געזאגט די נאמבער?
הא??
יזכר לך עתה מה שדברת

זר זהב » מאנטאג יולי 1, 2013 4:33 pm

· #129811
רעדסט פון יארן צוריק, כ'געדענק נישט. איך האב עס קיינמאל נישט אריינגעלייגט אין מיין פאון מילא געדענק איך עס נישט
בלאט: 1 2 3 4 5