☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קעטסקילס נייעס

קעטסקילס נייעס

227 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4168
בלאט: 1 2 3 4 5

קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 11, 2013 6:47 pm

· #140609
סתם אזוי, פארוואס שטייט אויפן שילד "חסדי ה' כי לא תמנו"?
דער רבי איז דורך אן אפעראציע?

סאשי פיש » זונטאג אוגוסט 11, 2013 6:49 pm

· #140611
אז מען האט געקענט עפענען די קעמפס --- דא איז נישט צימעס!

סאשי פיש » זונטאג אוגוסט 11, 2013 6:58 pm

· #140618
די עולם!
image.jpg

מאיר_וואלף » זונטאג אוגוסט 11, 2013 7:05 pm

· #140619
נו, דאס איז די גאנצע
--------------------------
צו רעדען מינות איז בכלל נישט קיין פראבלעם דא, צימעס דאס איז געפערליך

גאלד » זונטאג אוגוסט 11, 2013 7:39 pm

· #140623
מאיר_וואלף
נו, דאס איז די גאנצע

וואס הייסט? ס'האט עפעס א שיעור?

--------------------------
צו רעדען מינות איז בכלל נישט קיין פראבלעם דא, צימעס דאס איז געפערליך

פונקט פארקערט, די טאיערע הנהלה האט געגעבן ספעשל טריטמענט פאר חסידישע חאזעריי און מייסד געווען א דעזיגנירטע אפטיילונג הנקרא "צימעס" לשם ולתפארת, וואס קען דען זיין בעסער?

מאיר_וואלף » זונטאג אוגוסט 11, 2013 8:06 pm

· #140631
ענדיג צו די צווייטע העלפט, ווידעראום פאר מינות

מאיר_וואלף » זונטאג אוגוסט 11, 2013 8:15 pm

· #140637
סאשי פיש, איך האב פארפאסט צו זעהן דיין אוועקגענומענע הודעה, איך זעה אז דו לייקסט גאלד'ס הודעה, מן הסתם ביסטו זיך יוצא מוט אים

סאשי פיש » זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:56 pm

· #140819
ביים אנקומען
image.jpg

סאשי פיש » זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:57 pm

· #140820
נאך
image.jpg

פיינע קאווע » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 10:32 am

· #141374
אין אנדערע נייעס בהרי הקעטסקילס איז אדמו"ר מסאטמאר געווען באזיכען מחנה רב טוב במאנטיסעלוי. אן צענדליגער שווארצע קאריוואנען און גענצליך אן לעלוס. די מדובר ביי זיינע חסידים איז בעיקר מיט וויפיל קינדער די רבי האט פארברענגט אין לערנען.
דרך אגב ווען דער רבי איז אנגעקומען אין קעמפ האט ער זיך פאראינטערסירט אויפן אפוועזענהייט פונעם מנהל שפירא וואס איז דורך א סורדזעשערי נאך וואס א גוי האט אריינגעקלאפט אין א הערש פאריגע וואך און דער הערש איז געפלויגן אויפן מנהל און שטארק צובראכען די הענט. דער רבי האט דאן פארפירט א לענגערע שמועס לו יהא ווען עס וואלט געשעהן דורך א איד צו ער וואלט געווען חייב אלס גרמא בנזיקין. מען האט געברענגט שלחן ערוךס מיט מפרשים די מגי"ש און מנהלים האבן פארברענגט א לענגערע צייט איבער ספרים דורכצון טוען דעם ענין.
📎 x9q2_RebbeMRT73P123.jpg 📎 x9q2_RebbeMRT73P127.jpg 📎 x9q2_RebbeMRT73P131.jpg 📎 x9q2_RebbeMRT73P146.jpg

sefish » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 12:32 pm

· #141422
פיינע קאווע
אין אנדערע נייעס בהרי הקעטסקילס איז אדמו"ר מסאטמאר (אהרן) געווען באזיכען מחנה רב טוב במאנטיסעלוי. אן צענדליגער שווארצע קאריוואנען און גענצליך אן לעלוס.

ווען רז"ל מסאטמאר פארט ווען צי עפעס א נייעם קעמפ, וואס ער האט געמוזט אפקויפן צוליב דעם וואס זיין ברודער האט געווינען דע ארגינעלע 4 קעמפעס, וואלט ער אויך געפארן אן לעלוס. א לוזער פארט נישט מיט לעלוס

פיינע קאווע » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 1:02 pm

· #141440
די קעמפ איז אלט פינף צו זעקס יאר. אלענספאלס א שיינע הסבר ווען עס פעלט זיך יא צו נישט אויס לעלוס. איך הער

sefish » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 1:04 pm

· #141442
ניין דע הסבר איז מער פארוואס נישט לעלוס. אויף פארוואס יא דארף מען נאך פרעגן דעם ברך משה

מאיר_וואלף » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 1:12 pm

· #141445
מען קען זעהן ווי די פנים שטראלט פאר שמחה

גאלד » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 1:32 pm

· #141452
sefish
פיינע קאווע
אין אנדערע נייעס בהרי הקעטסקילס איז אדמו"ר מסאטמאר (אהרן) געווען באזיכען מחנה רב טוב במאנטיסעלוי. אן צענדליגער שווארצע קאריוואנען און גענצליך אן לעלוס.

ווען רז"ל מסאטמאר פארט ווען צי עפעס א נייעם קעמפ, וואס ער האט געמוזט אפקויפן צוליב דעם וואס זיין ברודער האט געווינען דע ארגינעלע 4 קעמפעס, וואלט ער אויך געפארן אן לעלוס. א לוזער פארט נישט מיט לעלוס


פארוואס נישט?

פיינע קאווע » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 1:33 pm

· #141453
אהא פרעג דעם ברך משה. ער איז טאקע נישט געפארן אין קעמפ אן דעם וואס מען האט אים פארזיכערט אז 20 שווארצע לעלו קארס פארן מיט

sefish » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 1:34 pm

· #141454
ווייל פאר רז"ל האט מען עס פארזיכערט... אזוי האט דיין טעקסט גרופ אליינס געשריבן

מ. גליקמאן » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 1:37 pm

· #141456
דיזע אשכול געפינט זיך אין 'אידישע און אלגעמיינע נייעס' פאר דער וואס ווייסט נישט.

טעפל » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 1:37 pm

· #141457
חברה, ס'איז נישט ברוין דא, ס'איז אין די נייעס אפטיילונג, צימעס איז אראונד די קארנער..

sefish » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 1:38 pm

· #141458
מ. גליקמאן
דיזע אשכול געפינט זיך אין 'אידישע און אלגעמיינע נייעס' פאר דער וואס ווייסט נישט.

אמת , פיינע קאווע האט עס אראפגעפירט פין דע שינעס

מאיר_וואלף » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 1:48 pm

· #141461
מאיר_וואלף

--------------------------
צו רעדען מינות איז בכלל נישט קיין פראבלעם דא, צימעס דאס איז געפערליך

דולה ומשקה » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 2:34 pm

· #141480
א כתה ב' יונגעל איז נעכטן געווארען אראפגעקלאפט דורך א באס, אין מחנה בני צאנז וואודבערן, הצלה איז באלד אנגעקומען, מ'האט דאס קינד געדארפט אוועק פירען מיט א העליקאפטער.
דאס קינד איז ארויס געלאפען פון דער געיט בשעת מ'האט געווארט פאר דער אנדערע באס, דער היטער זאל היטען, TONY דער באס דרייוןער איז איבער געפארען דאס קינד'ס פיס.
לרפואה שלימה

סאשי פיש » מיטוואך אוגוסט 14, 2013 7:30 pm

· #141935
הצלה מיט atvs זענען ארויסגערופען געווארען אין וואדראזש וואלד נאכדעם וואס א בחור וואס איז געווען אויף א הייק האט זיך אנגעהויבען שלעכט שפירען
די atvs
image.jpg
ביים די סצענע
image.jpg
image.jpg

סאשי פיש » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 1:34 am

· #144492
: סאוט פאלסבורג: די גאנצע געגנט איז איינגעהילט אין א קורצשלוס אריינגערעכנט די היימישע 'ראלי האטעל' און ארומיגע קאנטרי'ס מיטשען זיך מיטן טינקל

טעפל » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 3:03 am

· #144525
סאשי פיש
: סאוט פאלסבורג: די גאנצע געגנט איז איינגעהילט אין א קורצשלוס אריינגערעכנט די היימישע 'ראלי האטעל' און ארומיגע קאנטרי'ס מיטשען זיך מיטן טינקל

וואס איז געשעהן טאקע דאס יאר אז ס'איז געוועהן אזוי ווייניג קורצשלוסען?

קאווע טרינקער » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 9:01 am

· #144553
קול מבשר איז שוין פשוט נמאס געווארן צו באריכטען יעדע קורצשלוס.

סאשי פיש » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 10:37 am

· #144575
קאווע, זאגסט נישט גוט
איך בין נמאס געווארען צו באריכטען
בלאט: 1 2 3 4 5