☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » ענגליש ספעלינג און גראמאטיק

ענגליש ספעלינג און גראמאטיק

124 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4129
בלאט: 1 2 3

פידלער » דאנערשטאג יוני 20, 2013 9:31 pm

· #126848
ענגליש ספעלינג און גראמאטיק
די אשכול איז פאר פראגעס אדער באמערקונגען איבער די ספעלינג און ריכטיגע usage פון ענגלישע ווערטער. ס' איז דא היפש אפאר ניקס דא וואס האבן די עקספערטיז צו ענטפערן אויף די סארט פראגעס (אזוי ווי איך האב געזען אין די "לערנען ענגליש" אשכול.) ממילא -- פרעגטס!

אויף אנהייבן וועל איך אויסרעכענען אפאר common טעותים.

1. מ'ספעלט loose ווען מ'מיינט lose. די מיינונג פון lose איז צו פארלירן. Loose מיינט לויז אדער פריי, די פארקערטע פון tight.
2. מ'לייגט צו אן עקסטרע L ביי ווערטער וואס ענדיגן זיך אין ful, צוב"ש beautiful, wonderful, thoughtful, colorful
3. ס'איז דא א ווערטל: I before E, except after C אוודאי איז דא אויסנאם פעלער, אבער די כלל גייט אן ביי ווערטער ווי receive, believe, deceive און נאך.

Usage
Teach/Learn: די ווארט teach נוצט מען ווען איינער לערנט אויס פאר אן אנדערע. Learn איז ווען מ'לערנט פון אן אנדערע
I will teach you to do this. You will learn how to do this. You will teach me to write. I will learn how to write once you teach me the steps

Borrow/Lend: די ווארט borrow נוצט מען ווען מען בארגט פון יענעם. Lend איז ווען מ'בארגט צו יענעם.
May I borrow your book? Can you lend it to me? I will lend you my book. Feel free to borrow it anytime

איך האב געטראכט פון נאך אפאר, למשל farther/further, number/amount, realize/notice/recognize, אבער לאמיך ערשט זען אויב די עולם איז אינטערעסירט.

זר זהב » דאנערשטאג יוני 20, 2013 9:37 pm

· #126851
נאך א דוגמא וואו געוויסע לייגן צוויי L אנשטאט איין איז ביים ווארט altogether

יאיר » דאנערשטאג יוני 20, 2013 9:46 pm

· #126856
א גרויסן דאנק, פידלער, פאר'ן זיך נעמען די מיה צו אראפקומען פונעם הויכן דאך צו אונז פשוט'ע מענטשן וואס קענען נישט קיין ספעלינג און ערקלערן די אפט-געמאכטע גראמאטיק טעותים. איך צומיש מיך שטענדיג צווישן then (דעמאלט) און than (אויב אזוי) איינער האט עפעס א סימן?
אבער די כלל גייט אן ביי ווערטער ווי receive, believe, deceive און נאך.

און shtieble 🙂.

פידלער » דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:00 pm

· #126862
יאיר
א גרויסן דאנק, פידלער, פאר'ן זיך נעמען די מיה צו אראפקומען פונעם הויכן דאך צו אונז פשוט'ע מענטשן וואס קענען נישט קיין ספעלינג און ערקלערן די אפט-געמאכטע גראמאטיק טעותים. איך צומיש מיך שטענדיג צווישן then (דעמאלט) און than (אויב אזוי) איינער האט עפעס א סימן?
אבער די כלל גייט אן ביי ווערטער ווי receive, believe, deceive און נאך.

און shtieble 🙂.


Than/then איז טאקע פון די באקאנטסטע טעותים וואס מענטשן מאכן. אויף די מינוט קען איך נישט טראכטן פון א גוטע סימן זיי נישט צו פארמישן. הממ.. אפשר.. Than איז אלץ גענוצט פאר comparisons. די עיקר accent אין *comparison* איז אויף די A sound. איז ווען מ'וויל מאכן א comparison, נוצט מען than מיט אן A.

Re shtiebel. 😃

זר זהב » דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:02 pm

· #126863
וויאזוי ספעלט מען דעם נאמען 'פוקס' אין ענגליש, ס'א שטיקעל פראבלעם

יאיר » דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:03 pm

· #126865
fuchs מען פראונאונסט עס פיוקס.

פידלער » דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:03 pm

· #126867
זר זהב
וויאזוי ספעלט מען דעם נאמען 'פוקס' אין ענגליש, ס'א שטיקעל פראבלעם


Fuchs. וואס איז די פראבלעם?

זר זהב » דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:04 pm

· #126868
אה, ס'מיר איינמאל אויסגעקומען עס צו דארפן ספעלן און וויזוי כאנאר פרובירט צו דרייען ביניך אלץ געווען אין פרגוד.
שכח

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:15 pm

· #126871
זר, ביזט א מאמע פוקס.
נחזור לענינינו' שכויעח פידלער פאר'ן בארייכן אונזער אשכול מיט עפעס וואס ווייניג וואלט געקענט אהערשטעלן, בכלל גיט איר צו פראפעסיאנאליזם און קלעס צו אונזער שטיבל.
מדי דברו בו, געדענק איך אז יוסי געשטעטענער האט זיך אמאל מחי' געווען ווערן ער האט געכאפט דעם ניו יארק פאוסט מיט א גרייז שרייבנדיג then אנשטאט than.

פידלער » דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:23 pm

· #126880
מאראנצןזאפט
זר, ביזט א מאמע פוקס.
נחזור לענינינו' שכויעח פידלער פאר'ן בארייכן אונזער אשכול מיט עפעס וואס ווייניג וואלט געקענט אהערשטעלן, בכלל גיט איר צו פראפעסיאנאליזם און קלעס צו אונזער שטיבל.
מדי דברו בו, געדענק איך אז יוסי געשטעטענער האט זיך אמאל מחי' געווען ווערן ער האט געכאפט דעם ניו יארק פאוסט מיט א גרייז שרייבנדיג then אנשטאט than.


וואס איז די גרויסע מחי'? אז ער כאפט די New Yorker אדער די Times, מילא. אבער אזא piece of trash ווי די Post -- וואס קען מען שוין ערווארטן פון זיי?

זר זהב » דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:25 pm

· #126882
מאראנצןזאפט
זר, ביזט א מאמע פוקס

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:25 pm

· #126883
אין ספעלינג און גראמאטיק זענען זיי אויך טרעש?

פידלער » דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:28 pm

· #126886
מאראנצןזאפט
אין ספעלינג און גראמאטיק זענען זיי אויך טרעש?


הא! א גוטע פראגע. ס'פאסט מיר נישט צו לייענען די צייטונג, סאו ווייס איך נישט.

זר זהב » דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:30 pm

· #126890
דער ענטפער איז ניין. אבער ווען איינער וויל זיך פרייען ווען ער טרעפט א ספעלינג מיסטעיק וואלט עס געמאכט סענס ווען מ'רעדט פונעם טיימס

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:31 pm

· #126893
א דאנק פידלער, איך האב מיך שוין אויסגעלערנט אפאר נייע כללים.

THEN מיינט דאן.
If you want to have it then you have to come to me
THAN מיינט "ווי איידער".
I would rather choose ices than milk shake

א גוטע עצה איידער מען שרייבט עפעס סיי וואו, שרייבט עס אפ אין WORD און נוצט דעם ספעל און גראמער טשעקער.

shtiebel is the opposite of receive
the i is before the e

זר זהב » דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:33 pm

· #126894
ניין! ביזט ראנג דאכט זיך!

If you want to have it THAN you have to come to me

THEN מיינט , און דעמאלטס בין איך געגאנגען THEN i went

דבילה » דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:35 pm

· #126896
פידלער
יאיר
איך צומיש מיך שטענדיג צווישן then (דעמאלט) און than (אויב אזוי) איינער האט עפעס א סימן?


Than/then איז טאקע פון די באקאנטסטע טעותים וואס מענטשן מאכן. אויף די מינוט קען איך נישט טראכטן פון א גוטע סימן זיי נישט צו פארמישן. הממ.. אפשר.. Than איז אלץ גענוצט פאר comparisons. די עיקר accent אין *comparison* איז אויף די A sound. איז ווען מ'וויל מאכן א comparison, נוצט מען than מיט אן A.


'ך באמערק אז דער פראבלעם פון then/than האט בעיקר מיט אינגעלייט וואס רעדן ענגליש מיט א שטארקע היימישע אקצענט, און דאס נעמט ביי זיי גענצליך ארויס די סענסיוויטעט פאר די ענגלישע Short a וואקאל. די וואקאל איז אזוי ווייט ארויס פון די קייט פון וואקאלן וואס א געווענליכע היימישע אינגערמאן נוצט, אז ווען זיי פרובירן צו רעדן ענגליש באמערקן זיי ניטאמאל וואו זיי פארפאסן דעם וואקאל, און דער אינגערמאן וואס נוצט יא דעם וואקאל ריכטיג קען באקומען צינישע בליקן כאילו ווי ער איז עפעס א אינגערמאן וואס האלט זיך פעסט... נאך א באווייז אויף דעם איז ווען ענגלישע ווערטער ווערן געשריבן אין אידיש, ווערט דער "short a" צומאל איבערגעשריבן מיט אן "ע". למשל, "גרענד" ארמי "פלעזע".

אינגעלייט וואס ווילן זיך לערנען ענגליש געהעריג דארפן ארבעטן אויף צו קענען "הערן" דעם "short a" און דערנאך וועט זיי זיין אסאך גרינגער צו דערקענען וועלכע ווערטער קומען מיט אן "a" און וועלכע מיט אן "e".

געפילטע פיש » דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:36 pm

· #126898
נאך א סימן פאר then/than איז אז then איז א תירוץ פאר when.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:37 pm

· #126899
זר זהב
ניין! ביזט ראנג דאכט זיך!

If you want to have it THAN you have to come to me

THEN מיינט , און דעמאלטס בין איך געגאנגען THEN i went

איך גלייב אז איך בין גערעכט.
יבא הכתוב הפידלער ויכריע בינינו.

געפילטע פיש » דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:38 pm

· #126900
אויב מעג הכתוב הפישל אויך קומען גיב איך דיר אויך גערעכט.

זר זהב » דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:40 pm

· #126901
אקעי ביניך ראנג

פידלער » דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:46 pm

· #126902
דבילה
פידלער
יאיר
איך צומיש מיך שטענדיג צווישן then (דעמאלט) און than (אויב אזוי) איינער האט עפעס א סימן?


Than/then איז טאקע פון די באקאנטסטע טעותים וואס מענטשן מאכן. אויף די מינוט קען איך נישט טראכטן פון א גוטע סימן זיי נישט צו פארמישן. הממ.. אפשר.. Than איז אלץ גענוצט פאר comparisons. די עיקר accent אין *comparison* איז אויף די A sound. איז ווען מ'וויל מאכן א comparison, נוצט מען than מיט אן A.


'ך באמערק אז דער פראבלעם פון then/than האט בעיקר מיט אינגעלייט וואס רעדן ענגליש מיט א שטארקע היימישע אקצענט, און דאס נעמט ביי זיי גענצליך ארויס די סענסיוויטעט פאר די ענגלישע Short a וואקאל. די וואקאל איז אזוי ווייט ארויס פון די קייט פון וואקאלן וואס א געווענליכע היימישע אינגערמאן נוצט, אז ווען זיי פרובירן צו רעדן ענגליש באמערקן זיי ניטאמאל וואו זיי פארפאסן דעם וואקאל, און דער אינגערמאן וואס נוצט יא דעם וואקאל ריכטיג קען באקומען צינישע בליקן כאילו ווי ער איז עפעס א אינגערמאן וואס האלט זיך פעסט... נאך א באווייז אויף דעם איז ווען ענגלישע ווערטער ווערן געשריבן אין אידיש, ווערט דער "short a" צומאל איבערגעשריבן מיט אן "ע". למשל, "גרענד" ארמי "פלעזע".

אינגעלייט וואס ווילן זיך לערנען ענגליש געהעריג דארפן ארבעטן אויף צו קענען "הערן" דעם "short a" און דערנאך וועט זיי זיין אסאך גרינגער צו דערקענען וועלכע ווערטער קומען מיט אן "a" און וועלכע מיט אן "e".


You'd be surprised וויפיל גוים מאכן דעם טעות.

יאיר » דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:50 pm

· #126906
ענגליש קענער, דער דיפערענץ צווישן affect און effect, ביטע. (איך בין פויל צו גוגל'ען).

געפילטע פיש » דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:58 pm

· #126917
affect איז די פעולה\משפיע, effect איז די תוצאה\השפעה.

.Learning to spell right will affect your writing, in effect your writing will improve

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:02 pm

· #126919
געפילטע, אלעס קענסטו, ממש כל רז לא אנוס לי', אויסער אידיש.
וואס איז ער שולדיג, דאס לערנט מען אין ערגעץ נישט אפילו נישט ביי אונז.

פידלער » דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:15 pm

· #126931
געפילטע פיש
affect איז די פעולה\משפיע, effect איז די תוצאה\השפעה.

.Learning to spell right will affect your writing, in effect your writing will improve


אן אנדערע וועג דאס צו ערקלערן איז אז affect איז א verb און effect איז א noun.
Example: 1. Your misbehavior will affect your grade. 2. You got an F. You misbehaved; the bad grade is its effect

ס'איז דא איין אויסנאם. Effect איז א verb ווען ס'מיינט "to bring about."
Example: His presence at the meeting effected a change in the ambiance

געפילטע פיש » דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:38 pm

· #126949
מאראנצןזאפט
געפילטע, אלעס קענסטו, ממש כל רז לא אנוס לי', אויסער אידיש.
וואס איז ער שולדיג, דאס לערנט מען אין ערגעץ נישט אפילו נישט ביי אונז.

?Ouch

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:47 pm

· #126957
מאראנצןזאפט
געפילטע, אלעס קענסטו, ממש כל רז לא אנוס לי', אויסער אידיש.
וואס איז ער שולדיג, דאס לערנט מען אין ערגעץ נישט אפילו נישט ביי אונז.

אניס...

יואב » פרייטאג יוני 21, 2013 4:03 am

· #127003
יאיר
א גרויסן דאנק, פידלער, פאר'ן זיך נעמען די מיה צו אראפקומען פונעם הויכן דאך צו אונז פשוט'ע מענטשן וואס קענען נישט קיין ספעלינג און ערקלערן די אפט-געמאכטע גראמאטיק טעותים. איך צומיש מיך שטענדיג צווישן then (דעמאלט) און than (אויב אזוי) איינער האט עפעס א סימן?
אבער די כלל גייט אן ביי ווערטער ווי receive, believe, deceive און נאך.

און shtieble 🙂.


א גרינגע כלל צו געדענקן. Then פארמאגט אסאך טייטשן, בעת Than קען מען נוצן בלויז פאר 'ווי איידער' אדער 'פון/ווי - וואס ווערט גענוצט אין היינטיגע אידיש אלס ערזאץ צו 'ווי איידער'.
Then קען מיינען דאן, דערנאך, דעמאלט, , אין עטליכע סארט וועגן. בעסיקלי, ס'איז אלץ Then אחוץ ווען ס'איז 'ווי איידער'.

יואליש » פרייטאג יוני 21, 2013 1:10 pm

· #127052
Effect and affect is particularly confusing because both could be a verb and a noun.

There's a podcast on iTunes called Grammar Girl that gives you easy to remember hints on confusing words.

זר זהב » פרייטאג יוני 21, 2013 1:13 pm

· #127053

פידלער » פרייטאג יוני 21, 2013 2:25 pm

· #127093
יואליש
Effect and affect is particularly confusing because both could be a verb and a noun.

There's a podcast on iTunes called Grammar Girl that gives you easy to remember hints on confusing words.


גערעכט. איך האב טאקע פארגעסן פון affect גענוצט אלץ noun.

ודי למבין » פרייטאג יוני 21, 2013 3:27 pm

· #127113
עניבאדי, קענט איר ערקלערן ווען מען שרייבט I had אדער I have had?

יאיר » פרייטאג יוני 21, 2013 4:05 pm

· #127120
ודי למבין
עניבאדי, קענט איר ערקלערן ווען מען שרייבט I had אדער I have had?

i have had שרייבט מען נאר ווען מען רעדט וועגן א לענגערע צייט.

ודי למבין » פרייטאג יוני 21, 2013 4:14 pm

· #127123
וואס מיינט א לענגערע צייט? (פעסט פאריסאל)?

יאיר » פרייטאג יוני 21, 2013 4:22 pm

· #127127
ודי למבין
וואס מיינט א לענגערע צייט? (פעסט פאריסאל)?

איך מיין עס הייסט די פרעזענט פערפעקט. למשל, i have had a hard time during our stay in france. מען קען עס אויך נוצן ווען מען רעדט וועגן עפעס וואס האט פאסירט אין אן אומבאשטימטע צייט אין די עבר, למשל i have had this car a while ago.

ודי למבין » פרייטאג יוני 21, 2013 4:51 pm

· #127130
א גרויסע ענגליש פראפעסער האט מיר אמאל געזאגט אז ער האלט אז דאס איז די שווערסטע כלל אין ענגליש

זר זהב » פרייטאג יוני 21, 2013 5:19 pm

· #127132
דער ווארט מעטראפאליטען metropolitan זאגט וועבסטער איז ערשט גענוצט געווארן אנגעהויבן פון די 14'טע סענטורי. אבער רש"י נוצט די ווארט די וואך פסוק לו קאפיטאל כב "אל עיר מואב" זאגט רש"י אל מטרפולין שלו

געפילטע פיש » פרייטאג יוני 21, 2013 5:47 pm

· #127137
First known use אין ענגליש איז אין 14'טע סענטורי, אבער די ווארט שטאמט פון די גריכישע ווארט mētropolis וואס איז סאך עלטער.

פידלער » פרייטאג יוני 21, 2013 7:11 pm

· #127147
יאיר
ודי למבין
וואס מיינט א לענגערע צייט? (פעסט פאריסאל)?

איך מיין עס הייסט די פרעזענט פערפעקט. למשל, i have had a hard time during our stay in france. מען קען עס אויך נוצן ווען מען רעדט וועגן עפעס וואס האט פאסירט אין אן אומבאשטימטע צייט אין די עבר, למשל i have had this car a while ago.


גערעכט. Have had איז אין פרעזענט פערפעקט tense. דאס מיינט אז מען באהעפט עבר מיט הוה -- עפעס פון די פארגענגענהייט וואס איז נאך שייך יעצט. דיין צווייטע example, יאיר, דארף א שנוי, ווייל ס'רעדט זיך נאר פון די פארגאנגענהייט. א בעסערע example איז:
I have had this car for a while
דאס ווייזט אז איך האב געהאט די קאר אין די פארגענגענהייט (נישט קיין חילוק צו לעצטע חודש צו לעצטע יאר) און איך האב עס נאך אלץ יעצט.

@ודי למבין. Had איז פאר past tense, סתם צו זאגן אז מ'האט עפעס געהאט אין די פארגאנגענהייט.
I had that car. OR I had a good time

פידלער » דאנערשטאג יוני 27, 2013 7:24 pm

· #128701
א טעות וואס זייער אסאך מענטשן מאכן איז צו נוצן it's אנשטאט its. איך האב יעצט געזען די טעות ביי א גאר גוטע שרייבער, האב איך מיך דערמאנט.

It's מיינט it is. אויב מ'קען זאגן it is, קען מען שרייבן it's. מ'קען עס אויך אמאל נוצן אלס it has, ספעציעל אויב מ'רעדט אומפארמאל.
Its נוצט מען ווען מ'וויל ווייזן אז עפעס באלאנגט צו איינעם אדער צו א זאך. Its איז די gender-neutral ווערזיע פון his אדער her.

Examples: It's a beautiful day today. (it is). It's been a great year (it has). This machine comes with its own case. The cat dug a pit with its paws. I know that the company has many branches, but where is its main headquarters?

הערשי » פרייטאג יוני 28, 2013 3:38 pm

· #128927
דבילה

'ך באמערק אז דער פראבלעם פון then/than האט בעיקר מיט אינגעלייט וואס רעדן ענגליש מיט א שטארקע היימישע אקצענט, און דאס נעמט ביי זיי גענצליך ארויס די סענסיוויטעט פאר די ענגלישע Short a וואקאל. די וואקאל איז אזוי ווייט ארויס פון די קייט פון וואקאלן וואס א געווענליכע היימישע אינגערמאן נוצט, אז ווען זיי פרובירן צו רעדן ענגליש באמערקן זיי ניטאמאל וואו זיי פארפאסן דעם וואקאל, און דער אינגערמאן וואס נוצט יא דעם וואקאל ריכטיג קען באקומען צינישע בליקן כאילו ווי ער איז עפעס א אינגערמאן וואס האלט זיך פעסט... נאך א באווייז אויף דעם איז ווען ענגלישע ווערטער ווערן געשריבן אין אידיש, ווערט דער "short a" צומאל איבערגעשריבן מיט אן "ע". למשל, "גרענד" ארמי "פלעזע".
אינגעלייט וואס ווילן זיך לערנען ענגליש געהעריג דארפן ארבעטן אויף צו קענען "הערן" דעם "short a" און דערנאך וועט זיי זיין אסאך גרינגער צו דערקענען וועלכע ווערטער קומען מיט אן "a" און וועלכע מיט אן "e".

ס'אלץ נאר אין די ווערטערבוך. איך וואוין שוין אין ניו יארק א שיינע פאר יאר איך דענק אז ניו-יארקער מאכן נישט קיין באמערקבארער צווישנשייד.

ודי למבין
עניבאדי, קענט איר ערקלערן ווען מען שרייבט I had אדער I have had?

אנדערע באנוצער האבן ערקלערט די כללים. איך וויל מוסיף זיין אז די כללים אין ענגליש זענען ענדליך צו אידיש. ווען זאגט מען "איך האב" און ווען זאגט מען "איך האב געהאט"? דער ענטפער ווייסטו דאך נאטורליך, איז אט אזוי איז מיט had / have had.

לגבי effect / affect, פיל ווערטער אין ענגליש "קענען" זיין ביידע, זאך און טאט, אבער צומאל, און אזוי איז אין דעם פאל, נוצט מען געווענטליך נאר איין חלק-הלשון.

boxcover » זונטאג יוני 30, 2013 1:50 am

· #129136
אויך אסאך פארטוישט איז advice מיט advise. advice איז די שם דבר, און advise איז די מעשה. מען זאגט איך זיך advice און I advise you.

א וועג צו געדענקען, איז ווען מען רעדט פונעם עבור מאכט נישט קיין סענס I adviced you, נאר I advised you.

boxcover » דינסטאג יולי 2, 2013 4:07 pm

· #130152
פונקטואציעס
כ'האב יעצט געענטפערט בנוגע פונקטואציעס אין די זאכן וואס כ'וויל וויסן אשכול.

סאשי פיש » דינסטאג יולי 2, 2013 4:19 pm

· #130163
ווען זאגט מען talk ?
און ווען זאגט מען speak ?

boxcover » דינסטאג יולי 2, 2013 4:35 pm

· #130171
סאשי פיש
ווען זאגט מען talk ?
און ווען זאגט מען speak ?

כ'בין נישט 100% זיכער, אבער - ווי איל פארשטיי - איז עס נישט קיין גרויסע חילוק. ד.ה., מען מעג עס פארטוישען. אזויפיל יא, טאלק איז מער פאר עמך און speak איז מער פראפעשענאל אדער פארמעל.

אבער בלשון עבר, איז - מיין איך - נישט שייך צו זאגן I talked to you. וצ"ע.

פידלער » דינסטאג יולי 2, 2013 4:39 pm

· #130175
סאשי פיש
ווען זאגט מען talk ?
און ווען זאגט מען speak ?


ס'איז נישט דא א גרויסע חילוק צווישן די צוויי. *Speak* האט א געדאנק מער א פארמאלע tone, אבער מערסטנס קען מען נוצן ביידע ווערטער interchangeably. ס'איז דא ספעציפיש צייטן ווען נאר איינס ארבעט, למשל ביי שפראכן וועסטו זאגן She speaks English, נישט She talks English.

אגב, איך האב מיך דערמאנט פון אן אנדערע common טעות. די ווארט a lot (א סאך) איז צוויי ווערטער, נישט alot.

מאראנצןזאפט » דינסטאג יולי 2, 2013 9:12 pm

· #130270
פארוואס זאגן טייל aks אנשטאט ask ?

זר זהב » דינסטאג יולי 2, 2013 9:14 pm

· #130272
די זעלבע וואס שרייבן ניטש אנשטאט נישט, ס'איז א משוגעת.. אדער איז יענער אן אינדיאנער אפשטאמיגער אבסעסט מיט'ן אלבום aks

דבילה » דאנערשטאג יולי 4, 2013 1:04 am

· #130630
זר זהב
די זעלבע וואס שרייבן ניטש אנשטאט נישט, ס'איז א משוגעת..


נישט ריכטיג. די מקור פון aks שיינט צו זיין פון ebonic English, אדער אויף אידיש גערעדט, שווארצע ענגליש. ס'בערך אזוי נישט ריכטיג ווי וואס יוצאי ארץ הגר 'עלען רופן א פולקע א "צאמבי". ס'איז פשוט אן אנדערע דיאלעקט פון ענגליש.

פאר מער פרטים קוק דא:
<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/African_American_Vernacular_English">http://en.wikipedia.org/wiki/African_Am ... ar_English</a>
בלאט: 1 2 3