☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » ענגליש ספעלינג און גראמאטיק

ענגליש ספעלינג און גראמאטיק

124 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4129
בלאט: 1 2 3

ישמעאל הכהן » מאנטאג מאי 11, 2015 8:54 pm

· #274210
Wheat = ווייץ

Weed = דראגס

נהורא נפישא » מאנטאג מאי 11, 2015 8:57 pm

· #274212
וויאזוי זאגט מען אויף ענגליש "גיב מיר סיי מילך און סיי ברויט" און איך דארף דוקא די גענויע איבערטייטש.

ישמעאל הכהן » מאנטאג מאי 11, 2015 8:59 pm

· #274213
גיוו מי סעי (סיי מיט א סגול, פענסי) מילק ענד סעי ברעד

פידלער » מאנטאג מאי 11, 2015 9:02 pm

· #274215
נהורא נפישא
וויאזוי זאגט מען אויף ענגליש "גיב מיר סיי מילך און סיי ברויט" און איך דארף דוקא די גענויע איבערטייטש.


Give me both milk and bread.

נהורא נפישא » מאנטאג מאי 11, 2015 9:06 pm

· #274220
יא איך ווייס, איך וויל אבער "סיי דאס און סיי דאס"

פרייוויליג » דינסטאג מאי 12, 2015 12:23 am

· #274294
נהורא נפישא
יא איך ווייס, איך וויל אבער "סיי דאס און סיי דאס"

נישטא קיין ווארט פאר דעם.

פידלער » דינסטאג מאי 12, 2015 1:27 am

· #274308
נהורא נפישא
יא איך ווייס, איך וויל אבער "סיי דאס און סיי דאס"


That's what the word *both* is for. It substitutes the
סיי.

שמעון וואלף » זונטאג מאי 17, 2015 2:10 am

· #275724
מאראנצןזאפט
פארוואס זאגן טייל aks אנשטאט ask ?


כ'האב געטראפן די תוספות יו"ט מס' אבות פ"ה מ"ד זאגט אז צוויי אותיות אין איין ווארט זענען זיך מתחלף אזויווי כשב-כבש אדער שמלה-שלמה

בעל מדות » זונטאג מאי 17, 2015 3:15 am

· #275740
וויזוי ספעלט מען "ירמי" אין ענגליש?

ונבנתה העיר » מאנטאג מאי 18, 2015 1:23 am

· #276172
Jeremiah.

עדיאל » מאנטאג מאי 18, 2015 2:16 am

· #276178
שמעון וואלף
מאראנצןזאפט
פארוואס זאגן טייל aks אנשטאט ask ?


כ'האב געטראפן די תוספות יו"ט מס' אבות פ"ה מ"ד זאגט אז צוויי אותיות אין איין ווארט זענען זיך מתחלף אזויווי כשב-כבש אדער שמלה-שלמה

ווייל דאס איז זייער דיאלעקט.

מאטי » מאנטאג מאי 18, 2015 8:06 am

· #276196
Lest - כדי צו פארמיידן א קאנסעקווענץ

Last - לעצטע

קול דודי » מאנטאג מאי 18, 2015 4:48 pm

· #276372
פרייוויליג
נהורא נפישא
יא איך ווייס, איך וויל אבער "סיי דאס און סיי דאס"

נישטא קיין ווארט פאר דעם.

אינטערעסאנט אבער אז פאר ׳סיי נישט׳ אז יא דא.
I'll have neither milk nor bread.

פרייוויליג » מאנטאג מאי 18, 2015 5:19 pm

· #276383
קול דודי
פרייוויליג
נהורא נפישא
יא איך ווייס, איך וויל אבער "סיי דאס און סיי דאס"

נישטא קיין ווארט פאר דעם.

אינטערעסאנט אבער אז פאר ׳סיי נישט׳ אז יא דא.
I'll have neither milk nor bread.

נישט ממש די אפטייטש. דאס איז די פארקערטע פון Either or וואס דו קענסט נישט נוצען ביי סיי ברויט און סיי מילך.

פרייוויליג » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 9:53 am

· #300016
claustrophobic

קען איינער געבן א קלארע הסבר וואס דאס מיינט?

ליפא » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 9:59 am

· #300019
ס'דא וואס האבן מורא צו זיין אין קליינע פארמאכטע פלעצער, אדער זיין ערגעץ וואו עס איז דא אסאך מענטשן און ס'וואלט געווען שווער זיך ארויס צוזען פון דארט. ס'איז א מענטאל אישו איך קען גראדע אזא איינער.

הקטן » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 10:06 am

· #300022
phobic = פחד
claustr = פארמאכט

פרייוויליג » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 10:07 am

· #300023
א דאנק אייך

לית דין בר נש » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 10:23 am

· #300025
איך בין א געליטענע אויף דעם וועסט מיר קיינמאל זעהן שטיין ביים דאוונען אינמיטן א טיש (צווישן מענטשן) איך דארף אלץ א קארנער פאר די ספעיס, אויב קום איך אריין ביי א מנין וואס איז פוהל וועל איך לייגן טלית און תפילין אין א לייזיגע שטיבל אויפן זייט און ארום שפאצירן א גאנצע דאוונען אין די שטיבל פון די מנין ווי עס איז דא אביסל פלאץ. עס איז א זאך אין די מח אז מען דארף ספעיס.
די ערשטע מאל איך בין געפארן אויף א פליגער האב איך געמיינט אז איך כאפ א ריק פון זיצן 10 שעה און א פארמאכטע שטוב איך האב מיר אפילו גיווערטלט מיט די סטאוד אויב ער קען מיר עפענען די טיר אינמיטן וועג ווייל איך מוז ארויס פון דער תפיסה.

פרייוויליג » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 10:39 am

· #300029
דאן וואו קומט דא אריין פחד? איז דאס אפשר א סארט מליצה, א פחד פון פארמאכטקייט?

פרייוויליג » דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 11:18 pm

· #308373
Rude - שלעכט, אוממענטשליך.
Ruth - רחמנות׳דיג.
(Ruthless - אכזריות׳דיג)

צוויי כמעט די זעלבע ווערטער מיט צוויי פארקערטע באדייטן.

Telegram » מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 5:50 am

· #308397
פרייוויליג
דאן וואו קומט דא אריין פחד? איז דאס אפשר א סארט מליצה, א פחד פון פארמאכטקייט?


איך לייד דערפון, איך ווער דיזי ווען איך בין צווישן אסאך מענטשן.

עס איז פחד, ביי מיר איז די פחד אז אויב עפעס גייט פאסירן ארום מיר וועט נישט זיין ווי צו לויפן.

עס איז גוט אז דער עולם זאל וויסן דערפון, ווייל ווען איך בין געווען א קינד האט מיר מיין טאטע געטראגן צו די גרויסע טישן פון די רבי און איך האב אייביג געזיכט צו שטיין אינדרויסן, מיין טאטע האט עס ממש נישט אויסגעהאלטן, ער האט געמיינט אז עס אינטרעסירט מיר נישט גארנישט, אבער די אמת איז געווען אז איך האב געהאט א פחד, און איך האב מיר געשעמט עס צו זאגן ווייל איך גיי אויסקוקן ווי א קליין קינד.

מאטי » מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 12:35 pm

· #308426
sanction

A threatened penalty for disobeying a law or rule.1

2. official permission or approval for an action.

גיי פארשטיי.

זיי זאגן אז בעצם איז דער שורש "אומצווייזייטיגע באאויפטראג" צו אויף יא צו אויף ניין ווענד זיך שוין וואו די ציגעלע שטייט איין.

פרייוויליג » דינסטאג יאנואר 12, 2016 9:04 pm

· #317215
צוויי (פיר) ווערטער וואס זענען זייער ענליך אבער האבן אנדערע מיינונגען.


‏Distinguished - צו קענען מחלק זיין.
‏Distinction - די חילוק. די צווישנשייד.
‏Extinguished - צו אויסלעשען.
‏Extinction - די פארניכטונג.
בלאט: 1 2 3