ברעיקינג: שטיקל דיעל געשלאסן אין סאטמאר!
164 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4119
ברעיקינג: שטיקל דיעל געשלאסן אין סאטמאר!
ווי באקאנט איז געוועו א גאנצע געפעכט איבער די קעמפס, איז יעצט געשלאסן געווארן א דיעל ביי די וויזיט פון דזשאוסעף פערקאקא, דער טשיף אוו סטעף פון גאווערנער קאמאו ביי הגז"ל.
צד מהר"א געבן אויף די רעכטן פון די קעמפס, און באקומען דערפאר א 100 יעריגע שפאט ביליגע ליעס אויפן געגאנטישע בנין דער "ניו יארק סטעיט ארמארי" אויף מארסי אין וויליאמסבורג!!!
פרטים יבואו
פארוואס איז דאס א דיעל? דאס איז א פריוואטע דורכברוך צווישן די ארוינים מיט אלבעני. ווי קומען די זאליס אריין דא און בילד? האבן זיי דען געהאט אמאל דעם ארמארי?
וואס האט מען פין א ליעס מען קען עס פארקויפן ????קענסט מאכען א בית מדרש?? דאנט קאפרעינדע
האלאנדוואס האט מען פין א ליעס מען קען עס פארקויפן ????קענסט מאכען א בית מדרש?? דאנט קאפרעינדע
They can make a wedding hall ,a meneecho vesimcho hall ,a beis medresh & much more .
They can grow arizona wheat there and much more LOL
איך ווייס נישט וואס איז אמת און וואס נישט אבער לו יהא פארוואס איז עס נישט א גיטע דיל? ווען נישט די ארונים גיבן אויף די רעכטען אויף זייער בעלות אין די קעמפס און ווילסאן וואלט מען זיך געמיזט טיילן אינעם ארמארי מיט די זאליס. יעצט וועלן זיי האבן די ארמארי פאר נעקסט טו נאטינג אן קיין שותפים.
וואס מ וועט טוען מיטן ארמארי? די ארונים האבן א קלענערע דאגה וואס צו טוען דערמיט ווי די זאלונים מיטן ווילסאן שוהל. אז דו גלייבסט נישט גיי אריין שבת אין ראדני.
the zaly's will do evrything not to low there prestige amazing!!!wow or they dont know homuch the armory is worth
וואס פאר וואס...?
📎 marcy-1.jpg 📎 24.armory.harrison-300x225.jpg 📎 IMG-20130619-WA0002.jpg
ניו יארקוואס פאר וואס...?
יא און איך וואונדער זיך נאך וואס אפילו די פראגע איז דא געווען? 4 קעמפס מיט א אלטע מצה בעקערי מיט א ביהמ"ד אויף ראס סטריט, אויף די אנדערע זייט איז די ארמארי בילדינג. איך כאפ ווען אויך די ארמארי מיט ביידע הענט.
האט מען אפילו גערעדט פון ווילסאן ביהמ"ד ביים דיעל, אדער זר זהב דו ווארפסט דאס סתם אריין אלס א טאלקינג פאינט?
אזוי האב איך געהערט. איך נעם נישט אחריות, איך בין נישט אזוי אינטו איט.
קיין ראסס סט. (כ'האב עס פאראכטן) און קיין מצה בעקעריי. סך הכל די פערמיטן אויף די קעמפס
איך גלייב גארנישט. וואס עס וועט שטיין מארגען אין איד איז זיכער אן אמת. וועל מיר ווארטען ביז מארגען
פאר די וואס וואונדערן זיך וואסי פשט פון א "ליס",
להוי ידוע אזוי ארבעט עס מיט כמעט "אלע" רעגירונג בנינים וואס וווערן איבערגענומען פון פריוואטע קאמיוניטי ארגעניזעשנס,
איך מיין אז PS 16 (ברכה סימה מיידל סקול) איז נאך אלס אפציעל א "ליס", עכ"פ לכתחלה איז עס אזוי געווען
די בית רחל אין ב"פ אויך 14טע געדענק איך קלאר האט מען לכתחלה איבערגענומען מיט א 100 יאר ליס פון ניו יארק סיטי
לאמיר עפעס קלאר מאכן. עס איז נישט געווען קיין דיעל!! די היינטיגע רעזולטאטן זענען בלויז א פועל יוצא פון דאס וואס די גאוו. אפיס האט איינגעזעהן אז די זאליס האלטן נישט ביים פארהאנדלן אויף קיין כי הוא זה.
א שטיקל סך הכל פון וואס מען ווייסט איצט:
די אונטערגעשריבענע דיעל האט געלויטעט ווי פאלגענד-
- די זאליס באקומען די קעמפס און די מצה בעקעריי. (ווערד בערך 10-15 מיליאן)
- די ארוינים באקומען האלב ארמארי פאר 17 מילליאן דאללער. (ווערד 100טער מיליאן)
- די זאליס באקומען האלב ארמארי פאר 10 מיליאן דאללער. (ווערד 100טער מיליאן)
- די זאליס דארפן צאהלן 7 מיליאן דאללער פאר די ארוינים.
די מעסיגע זאליס האבן מסכים געווען, די עקטרעמיסטן ובראשם מ"ג האט נישט. פארוואס? איינס, מען טאר נישט דערלאזן עפעס א קלייניגקייט נאכגעבן. צוויי, מען טאר נישט דערלאזן קיין באזע פאר די ארוינים אין ווילי.
אז די גאווערמענט האט געזעהן אז עס איז נישטא מיט וועם צו רעדן האבן זיי מחליט געווען ווי פאלגענד.
- די זאליס באקומען די קעמפס. (ווערד בערך 7-8 מיליאן)
- די ארוינים באקומען 'גאנץ' ארמארי פאר 17 מילליאן דאללער. (ווערד 100טער מיליאן)
ווער איז ארויס מיט ריוח? קלאר די זאליס! פארוואס? די ארונים האבן נישט קיין אהנוג וויפיל עס איז ווערד ביי די זאליס די פרעסטידזש פון נישט דארפן נאכגעבן!! דאס איז זייער גאנצע חיות!
(אגב, די זאליס זאגן אז די ארמארי וועט נאר אריבערגיין צו די ארונים אויב ביז צוויי וואכן איז נישטא קיין דיעל. אויב איז דאס אמת דאן לאמיר האפן אז זיי וועלן האבן שכל... און ווייטער שטיין פעסט נישט נאכצוגעבן!..)
איינס ס'איז נישט קיין קויפן פאר 17 מיליאן. ס'איז א 99 יעריגע ליעס פאר 1 דאלער א יאר.
צווייטענס זי האבן צייט צוריקצוגיין צו די אלטע דיעל ביז זינטאג ווען מ'גייט אין קעמפ. (כ'האף זיי אגריען נישט)
סך הכל די זאלי'ס האבן נישט דערלייגט אבער די אהרונים האבן שטארק געווינען!!!
לערי סילווערסטין וועלכער האט דעם ווארלד טרעיד צענטער האט דאס אויך נישט אויף אייביג נאר א 99 יאר ליעס
ברכה סימא איז אויך געווען אויף א 99 ליעס ביז זיי האבן דאס לעצטנס אפגעקויפט פאר שפאט ביליג.
די זאליס האבן נישט דערלייגט? אפילו די מעסיגע פון זיי האבן דערלייגט, סיי שווערע מיליאנען פון די האלבע ארמארי, און סיי א פארזיכערונג אויף די מצה בעקעריי, די עקסטערמיסטן - מ"ג וסייעתו - האבן נאכמער דערלייגט, די ארונים באקומען א מעכטיגע באזע אין וומ"ס! א זאך וואס זיי האבן געקעמפט דערפאר מיט ציין און נעגל פרובירנדיג מיט אלע כוחות אנצוהאלטן וומ"ס אז עס זאל באלאנגען אויסשליסליך פאר זיי.
אודאי, 'פרעסטידזש' האבן זיי נישט פארלוירן, אבער איינמאל די ארוינים וועלן לייגן די ערשטע טריט אינעם ארמארי פעסטונג איז דאס אויך געגאנגן, יעדער פארגעסט פון די קעמפס, און פאוקסט נאר אויף דעם.
חסדי ה' אז מ"ג שטייט נאך דארט ביים שפיץ.
השמיםאבער איינמאל די ארוינים וועלן לייגן די ערשטע טריט אינעם ארמארי פעסטונג פארגעסט יעדער פון די קעמפס, און פאוקסט נאר אויף דעם.
😂 😂
זר זהב
😂 😂
😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂
בעסער? קאווע שטיבל איז ברייטהארציג, ער לאזט נעמען וויפיל סמייליס דו ווילסט.
??
.SatmarHQ: Chasdei Hashem the Camp Permits are resolved with out any deal and no one is getting the New York State Armory it will go for an open bid.
איך זע עס ווי א מעכטיגע זיג פאר די ארונים, עס גלייבט זיך נישט עס זאל זיין אמת,
די עיקר זיג אז עס נעמט נישט אריין די ביעם׳ס פון בעדפארד עוו. און אויף יענטץ וועט מען זיך עקסטער שלאגען און די זאליס וועלן שוין - לענ״ד - פון יעצט און ווייטער האבן א שווערער פעלד ווי ביז יעצט, איינמאל די סטעיט האט ארקענט און די ארונים אלץ שותפים אינעם סכסוך..
***זר האקט***
ווי עס שיינט איז דער גאנצער ארמארי דיעל א חלום. קיינער באקומט נישט דעם ארמארי, נאר עס גייט פאר א ביד. (מקור: סאטמאר ה. ק. אין א טוויט. בערך אזוי קראנט ווי סאטמאר לייוו).
איבריג צו זאגן אז ליעסן דעם ארמארי איז סייווי נישט קיין מציאה, ווייל מען קען דאך גארנישט טוישן דערין. סאו כמות שהוא איז עס אפשר א הכנסה פאר די מוסדות, אז מען קען עס פארדינגען פאר די פילם אינדוסטריע. און מען קען פראווען דערין מעמד כ״א כסליו א. א. וו.
ווי אויך איז בכלל נישט גלאטיג דער עסק, פשטות קען נישט קאומא פארליעסן ווען די זאליס זענען גרייט צו צאלן דערפאר מיליאנען. (ער קען, אבער עס קען תיכף אנטשטיין סקאנדאלן און די גאנצע פרעסע וועט אים באפאלן פארן אוועקגעבן דעם בנין פאר א דאלאר אנשטאט 27 מיליאן).
בכלל איז שווער דער לשון פון סאטמאר לייוו, אז זיי האבן [נאר] היי יאר מוותר געווען אויף די פערמיטן.
ובנוגע די קעמפ פערמיטס, די זאליס שרייבן אז די פערמיטן סענען געשריבן צו קארפארעישאן מחנה רב טוב, מאכט נישט קיין סענס, ווען איז עס אריבער צו מחנה רב טוב מען האלט דאך נאך אינמיטן א קאורט.
@SatmarNation: So far the deal is unilateral between Satmar Aronim and the State, due the stubbornness of the Zalis to directly negotiate with their own brothers, as a result the Zalis lost a guarantee on the Matzo bakery and half the Armory
גאלד@SatmarNation: So far the deal is unilateral between Satmar Aronim and the State, due the stubbornness of the Zalis to directly negotiate with their own brothers, as a result the Zalis lost a guarantee on the Matzo bakery and half the Armory
דעת תורהווי אויך איז בכלל נישט גלאטיג דער עסק, פשטות קען נישט קאומא פארליעסן ווען די זאליס זענען גרייט צו צאלן דערפאר מיליאנען. (ער קען, אבער עס קען תיכף אנטשטיין סקאנדאלן און די גאנצע פרעסע וועט אים באפאלן פארן אוועקגעבן דעם בנין פאר א דאלאר אנשטאט 27 מיליאן דאלער.
דער צווייטער דא האט א גיטע פוינט, וואס איז זיכער איז זיכער די זאליס האבן די קעמפס,
בנוגע די ארמערי וועט מען זיך שפעטער זארגען און מען וועט טיען מיט די ארמערי דאס וואס א מאן דהו האט געטיען - (ח״ו נישט די זאליס, איך גלייב נישט אז איד וועט אזוי באגראבן א צווייטען איד) - מיט ר׳ בעריש פרייליך אדער ארי לייב גלאנץ דורוך די נ״י פאוסט.
דאס איז נישט די ערשטע מאל וואס די סטעיט אדער די סיטי געבט אוועק זייערער ריטייערדטע בנינים פאר סאטמאר, פאר חצי בחנם - (אויב איז אמת די דיעל)
גאלדדאס איז נישט די ערשטע מאל וואס די סטעיט אדער די סיטי געבט אוועק זייערער ריטייערדטע בנינים פאר סאטמאר, פאר חצי בחנם.
גערעכט, אבער יעצט גיבען זיי עס נישט פאר סאטמער... 🙄
זר זהב.SatmarHQ: Chasdei Hashem the Camp Permits are resolved with out any deal and no one is getting the New York State Armory it will go for an open bid.
"@SatmarHQ: Update: As of now isn't R'Aron Teitelbaum ready to go with Hisachdus Hurabonim for a protest, so there's no date yet. DTF"
באקומען אין אימעיל פון בחצרות (דערווייל האבן זיי א בעסערע היסטאריע ווי סאטמארHQ
ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה!
מיט א אויסטערלישע פרייד און שמחה דקדושה ווערט היינט אויפגענומען ביי אנ"ש תלמידי וחסידי סאטמאר די שטורעמישע אנטוויקלונג איבער א גאר היסטארישער הרחבת גבולי הקדושה בעיר ואם בישראל וויליאמסבורג, אז בסייעתא דשמיא וועט די ריזיגע גיגאנטישע ניו יארק סטעיט ארמארי געביידע אין וויליאמסבורג בקרוב ווערן א טייל פון די סאטמארע אימפעריע בנשיאות מרן רבינו הגה"ק שליט"א, ווען דער שטח הענקי פון א גאנצע סקווער בלאק וועט אי"ה קענען ווערן באנוצט לטובת קהלתינו הקדושה קהל יטב לב דסאטמאר ומוסדותי', וואס וועט בעזהשי"ת דראמאטיש לינדערן די גרויסע געברויך פון אונזער הייליגע וואקסנדע קהילה קדושה סאטמאר אין וומסב"ג.
די אומשאצבארער דערגרייכונג ווערט אויפגענומען מיט א גרויס פרייד ביי תלמידי וחסידי סאטמאר בכלל און ביי תושבי וומסב"ג בפרט, און בקרוב וועט מען האפנטליך קענען מעלדן גרויסצוקיגע פלענער פארן עתיד פון קהלתינו הקדושה מיט א הרחבת גבולי הקדושה אויפן גרעסטן פארנעם בס"ד.
-חסדי ה' כי לא תמנו- ואחריתך ישגה מאוד-
ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ!
מיר שיינט צו זיין אמת, אז די זאליס באקומען פערמיטס, און תמורת זה באקומען די ארונים די גאנצע ארמארי, אויב ס'איז נישטא קיין דיעל ביז נעקסטע וואך
יעצט די זאליס ווי געשמועסט, איז זייער פרעסטיזדש העכער אלעם, נו צו גיין זאגן אז די ארונים זענען אנערקענט ביים גאווערנער און באקומען א ארמארי קען מען דאך נישט, זאגן זיי אז מען לייגט עס פאר א ביד, און ביז נעקסטע וואך אויב (בעז"ה) וועט זייער עקשנות אנהאלטן און די ארונים וועלן באקומען די ארמארי וועלן זיי זאגן אז די ארונים האבן גענומען די ביד און זיי וועלן האבן א מיליאן תירוצים פארוואס ס'האט זיך אפילו נישט געלוינט פאר זיי עס צו נעמען, און אפשר אפילו אנהייבן מיט א מערכה ארטיסטן פילם'ס וכו'
וועיט ענד סי
ליעוו איט פאר די פראפעשענעלס
רבותי. לא נביא ולא בן נביא אנכי. וואס ווען זיין בעתיד ווייס איך נישט. איך וויל נאר זאגן א מציאות וואס איך ווייס פון זייער גיטע מקורות. כהיום יום ה' בלק ע"ג ווען דער איד שרייבט אז זיי גייען בויען דעם שוהל אין ווילסאן. איז א שקר. שקר אין אידיש מיינט ליגענט. עס איז פשוט און פראסט א העד ליין צו בארואיגען זיינע קעלבלעך. עס האט זיך גארנישט גערוקט פאראויס מיט זייער בעלות אויפן ביהמ"ד אין ווילסאן.
די ארמארי גייט פאר די ארונים אויב אלעס גייט ווי געפלאנט. בעזהשי"ת.
"דער איד" איז שוין מוחזק שקרן, זיי האבן שוין געשריבן תשנ"ו אז אויף ימים נוראים תשנ"ח איז די שול פערטיג, ס'איז שוין דא א נייע דור זייט דעמאלטס און מען האלט נישט אין ערגעץ
וואס איך נעם ארויס דערווייל, איז אזוי,
די סטייט איז דא אויסן צו פארזיכערן אז 2013 איז די לעצטע יאר וואס עס איז דא א קעמפ געפעכט,
די זאליס זוכן אויף אלע קאסטן נישט צו מאכן קיין שום דיל דירעקט מיט די ארונים, פארוואס? ווענד זיך וועם די פרעגסט
היות קיין דירעקטע דיל קומט נישט לידי מעשה, גייען די ארונים לכאורה איבערנעמען די ארמארי,
ווי נאר די ארמארי גייט אריבער בידי הארונים, ווערן די דיד'ס פון די 4 קעמפס געטרענספערט צו די זאלונישע קערפערשאפט MRT (מחנה רב טוב)
און מיט דעם ענדיגט זיך די קעמפ סאמוטאכע
אויב דאס פאסירט איז די נעט ריזאלט אזוי:
די ארונים האבן אין פראקטיק קיינמאל נישט געהאט די 4 קעמפס זייט די מחלוקה,
זיי האבן שוין לאנגע יארן אייגענע קעמפס,
זיי האבן ממש לעצנטס אפגעקויפט נאך א ריזיגע שטח אין מאנטעסלא,
איך גלייב נישט אז איין ארונישע פירער האט דא גע'חלומ'ט פון פיזיש אריינגיין אין די 4 קעמפס,
וואס יא, זענען זיי איבערנאכט רייכער געווארן מיט א גינגאטישע בנין סמעק אין מידל וומ"ב און די ווערד פון 100'טער מיליאנען
אנשטאט דעם "בלייבן" די זאליס מיט זייערע קעמפס וואס זיי האבן אלס געהאט, און זיי ווערן נישט ארויסגעווארפן נאקעט אויפן גאס
ווער ס'האלט אביסל מיט ווייסט און געדענקט, אז יעדע מאל עפעס גייט נישט ווי געפלאנט ביי פארטיי של מהרי"י גייט יענע וואך אריין אין איד א שיינע בילד פונעם ביהמ"ד החדש
אויב דער דיעד ווערט געטרענספערט, פארלירט צד מהר"א זייער שטעקן וואס זאל זעצן צד מהרז"ל צום פארהאנגלונגס טיש
קוק, אויב פאר די קעמפס האבן מיר באקומען די ארמארי, דאן וואס וועלן מיר שוין באקומען פאר ווילסאן.
און היות עס איז נישט געווען קיין דיל, מאכט עס נישט קיין סענס אז די דיד זאל ווערן אריבערגעשריבן, דאס דארף א שופט טוהן און נישט דער גאווענער און אפילו נישט דער פרעזידענט בכבודו ובעצמו. און היות דאס איז אין געריכט, קען זיי דאס נישט טוהן.
שטאנגאויב דער דיעד ווערט געטרענספערט, פארלירט צד מהר"א זייער שטעקן וואס זאל זעצן צד מהרז"ל צום פארהאנגלונגס טיש
שתי תשובות בדבר, איינס קען זיין אז דער ארמארי פרייז איז ווערד אלעס צו אויפגעבן די שטעקן, צווייטנס זיי האבן נאך אסאך שטעקענעס גרייט, קודם האט מען געהאט די ביה"ח שטעקן, נאכדעם די קעמפס, די איביריגע נכסי קהל יטב לב, זענען נאך אלס תלוים ועומדים, און שטייען גרייט צו זיין פאטענשל שטעקענס,
שטאנגאויב דער דיעד ווערט געטרענספערט, פארלירט צד מהר"א זייער שטעקן וואס זאל זעצן צד מהרז"ל צום פארהאנגלונגס טיש
וואס עפעס? פונקט פארקערט, ווען די דיעל גייט דורך וואלטן די זאליס געקענט פארלאנגען לאז דיך אפ פון דעם און פון דעם, אבער יעצט? עני פראבלעם ס'געשעט אין ראדני הייבט זיך אן די זעלבע סומאטאכע, בקיצור די זאליס קענען א נייע נאמען געבן פאר זייער קהלה
קהל ייטב לב דספק ספיקאגאלד האקט, ועוד לקרא
די זאליס קענען נישט טון די זעלבע טריק און מאנרא?
מהנשתנהקוק, אויב פאר די קעמפס האבן מיר באקומען די ארמארי, דאן וואס וועלן מיר שוין באקומען פאר ווילסאן.
און היות עס איז נישט געווען קיין דיל, מאכט עס נישט קיין סענס אז די דיד זאל ווערן אריבערגעשריבן, דאס דארף א שופט טוהן און נישט דער גאווענער און אפילו נישט דער פרעזידענט בכבודו ובעצמו. און היות דאס איז אין געריכט, קען זיי דאס נישט טוהן.
אויב ס'איז דיספיוטעד אז ס'דא איינער וואס טשעלענדשט עס קען עס דער שופט אויך נישט טאן, אויב ס'מיט יעדנס הסכמה וועט עס דער שופט טאן, און איך קען דיר גאראנטירן אויב די ארונים באקומען די ארמארי גייט די סטייט זיכער מאכן אז די קעמפ געפעך איז געשלאסן פאר גוד כתוב וחתום, און דאס גייט לכאורה נאר פאסירן אויב די ארונים שרייבן אונטער אז זיי זענען מסכים צום דיד טרענספער
לכאורה ווי איך פארשטיי
קודם לאמיר האבן דעם ארמארי כתוב וחתום נאכדעם וועט מען זעהן.
לעמילדי זאליס קענען נישט טון די זעלבע טריק און מאנרא?
ניין, ווייל זיי האבן קיינמאל נישט לעגאל געטשעלענדש די אייגנטומערשאפט פון די מאנרא נכסים, ס'איז נישט אפציעל אנדער דיספיוט,
און עט דיס פוינט איז עס לכאורה צו שפעט פאר זיי צו טשעלענדשן, און אפי' אויב זיי טוען עס יא קען עס געדארן א מינימום פון 4 יאר אז ס'זאל זיי אפשר געלונגען צו באקומען אזא מין "מיר מישן זיך נישט" פסק,
לעמילדי זאליס קענען נישט טון די זעלבע טריק און מאנרא?
איך גלייב ווען זיי קענען וואלטן זיי עס שוין לאנג געטון
קינדערלעך פרייט אייך ווילאנג דער חלום גייט אן... (חי שעה הייסט אויך געלעבט ניין?)
באקומען
The aroinim are looking for for heimishe actors and people understanding to movie production since they have the armory they might go in to films
אויב באקומט צד מהרז"ל די דיעדס פון די קעמפס איז דאס זיי א שטארקע געווינס, וויבאלד זיי האבן גארנישט אוועקגעבן פון זייער זייט כדי דאס צו באקומען. לעומת זה איז דאס א מאראלישע קלאפ אז זייער בעלי פלוגתא באקומען אזא גרויסן בנין אין צענטער פון שטאט.
צד מהר"א האט טאקע אויך א שטארק געווינס אז זיי באקומען דעם מעכטיגן בנין, לעומת זה איז עס פאר זיי אויך א שווערע פיל אז זיי דארפן אויפגעבן אויף די קעפמס אין די צייט וואס זייער בעלי פלוגתא האבן גארנישט געדארפט אויפגעבן פון זייער זייט.
די זאלונים האבן יא פארלוירן, זיי וואלטן באקומען א האלבע ארמארי, די ארונים וואלטן די קעמפס קיינמאל געהאט לכאורה, אויב עפעס וואלט עס געבליבן פיסטעווען עיין ביהמ"ד החדש, די ארונים האבן זיך ב"ה פיין אויפגעסעט מיט קעמפס
איך האב יעצט געהערט אביסל וואס נעכטן איז פארגעגאנגען
די דיעל איז שוין אונטערגעשריבן פון פאר פסח (פאר מען האט גערעדט פון א פראטעסט....), ס'האט געווארט דורכצוגיין ווען די זאליס לייגן אראפ די געלט, נעכטן איז דער פונעם גאווערנערס אפיס געקומען צו רז"ל אהיים און געבעטן מען זאל ענדיגן דעם דיעל, האט רז"ל געזאגט אז ס'איז געווארן בטעות אונטערגעשריבן און מען קען נישט גיין דערמיט נאר אז מען לייגט צו א סעיף
אדער נעמט מען אראפ דעם וואנט פונעם ביה"ח (און איך האב געמיינט אז ס'באדערט זיי נישט)
אדער געט מען זיי די ראסס שול
דער האט זיך אויפגערעגט אויף זיי, און זיך אויפגעשטעלט צו גיין, און זאגנדיג, מארגן באקומסטו א פערמיט פאר די קעמפס, אבער, דיין ברודער באקומט די ארמארי.
למעשה דער סך הכל:
היות ס'איז קיין דיעל נישט געווען, האבן די ארונים נישט אויפגעגעבן זייער טענה אויף די קעמפס, און נעקסטע יאר איז חוזר חלילה די גאנצע מעשה (איך מיין אז נעקסטע יאר באקומען די ארונים די קראון הייטס ארמארי....)
למעשה באקומען אבער די ארונים א ליעס פון 99 יאר פארן ארמארי, און זיי האבן ב"ה וואס צו טון מיט אזא בילדינג
סאו אינעם עצם פייט איז נישטא קיין ווינער און קיין לאזער, חוץ חיי שעה
און לעומת זה וואס האבן די ארונים באקומען פאר די חיי שעה לאוסט? א ארמארי וואס האבן די זאליס באקומען פאר די חיי שעה? א מאראלישע קלאפ אז זייער געגנער האט א ריזיגע באזע אין ווילי
שרייבערפיינע קאווערבותי. לא נביא ולא בן נביא אנכי. וואס ווען זיין בעתיד ווייס איך נישט. איך וויל נאר זאגן א מציאות וואס איך ווייס פון זייער גיטע מקורות. כהיום יום ה' בלק ע"ג ווען דער איד שרייבט אז זיי גייען בויען דעם שוהל אין ווילסאן. איז א שקר. שקר אין אידיש מיינט ליגענט. עס איז פשוט און פראסט א העד ליין צו בארואיגען זיינע קעלבלעך. עס האט זיך גארנישט גערוקט פאראויס מיט זייער בעלות אויפן ביהמ"ד אין ווילסאן.
די ארמארי גייט פאר די ארונים אויב אלעס גייט ווי געפלאנט. בעזהשי"ת.
"דער איד" איז שוין מוחזק שקרן, זיי האבן שוין געשריבן תשנ"ו אז אויף ימים נוראים תשנ"ח איז די שול פערטיג, ס'איז שוין דא א נייע דור זייט דעמאלטס און מען האלט נישט אין ערגעץ
דער איד. ווען אימער סי צרות שטייט אויפן פראנט פעידזש אז מהייבט אן בויען די נייע שוהל. עס איז שוין דאס דריטע אדער פערדע מאל.