☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » ברעיקינג: שטיקל דיעל געשלאסן אין סאטמאר!

ברעיקינג: שטיקל דיעל געשלאסן אין סאטמאר!

164 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4119
בלאט: 1 2 3 4

בעריש » פרייטאג יוני 21, 2013 12:51 pm

· #127045
בדחן
עצה טובה, אויב איז דא א דיל און מען צוטיילט די ארמערי האלב אויף אויף האלב, זאל מען שוין אריינשרייבען אינעם דיל ווער עס גייט עס ניצען כ״א כסליו, אז נישט וועט די גאווענער׳ס אפיס דארפן זיין ביזי דערמיט פון סוכת ביז א וואך בעפאר כ״א כסליו.

דער בנין פארט אראפ נישט קיין חילוק צי מהאט דאס אליינס אדער בשותפות.

בעריש » פרייטאג יוני 21, 2013 12:55 pm

· #127047
למדן
א שטארקע פאטש יא, אבער אזוי איז דאך געווען אפגעמאכט הגם קיינער האט נישט געגלייבט אז זיי גייען גיין צום טיש.
לדעתי איז פאר די זאליס א דיעל א גרעסערע פאטש ווי פארלירן די ארמארי, די ארמארי איז נישט אויף זייער ליסט.
אזויווי יעצט זענען ביידע געווינערס, חצי חצי זענען ביידע לוזערס.

פאטש אהער פאטש אהין, צד מהר"א קומט דא ארויס מיט געניג ריוח צי קענען אויפבויען א ריזיג ביהמ"ד אזוי ווי אויף ראסס אדער נאך גרעסער, דאס איז אויב מקריגט דאס בשותפות.
אויב קריגען זיי דאס אליינס וועט נאך איבערבלייבן צענדליגער מיליאנען פאר קינוח נאכן ביהמ"ד.

שרייבער » פרייטאג יוני 21, 2013 1:07 pm

· #127049
איינער ווייסט ווי זר איז צו באקומען? אפשר זיצט ער ביים מיטינג?

שרייבער » פרייטאג יוני 21, 2013 1:09 pm

· #127050
למעשה די זאליס קענען נאר קומען צום טיש ווען ס'איז חרב חדה מונחת על צואריהם

די ספינערס פונעם פראטעסט שטייען גרייט צו ספינען, קודם יא פארהאנדלען נאכדעם נישט פארהאנדלען וחוזר חלילה יא פארהאנדלען

ווארט נאך, אינעם דיעל גייט שטיין אז די דיעל איז געפירט געווארן דורך התאחדות

עפל סדר » פרייטאג יוני 21, 2013 1:36 pm

· #127064
גאלד
אויב מוזן די אהרונים זיך טיילן מיט די ארמארי חצי חצי איז עס א שרעקליכע פאטש פאר די אהרונים, נאך די גאנצע הייפ די לעצטע 2 טעג, (חוץ אויב זיי באקומען עפעס אנדערש אנשטאט)


דאס איז ענקער פראבלעם מ'בויט בנינים אויף ליפט

האלאנד » פרייטאג יוני 21, 2013 1:42 pm

· #127070
כהאב באקומען פין איינעם אז סאיז נישט דא קיין שים אפוינטמענט היינט

גאלד » פרייטאג יוני 21, 2013 1:43 pm

· #127071
אבער זיי הענגען ארום דארט אין אלבעני, מעגליך זיי העלן מוזן פראווען דעם שבת דארט

מ גפני » פרייטאג יוני 21, 2013 2:10 pm

· #127089
שרייבער
איינער ווייסט ווי זר איז צו באקומען? אפשר זיצט ער ביים מיטינג?

ס'איז שוין שבת אין ציריך

נקודה » פרייטאג יוני 21, 2013 4:03 pm

· #127118
געהערט אז די דיעל איז צוריק צו די ארגיענעלע טערמס פון פאר פסח

נקודה » פרייטאג יוני 21, 2013 4:05 pm

· #127119
איב איז עס אמת דאן האבן ביידע זייטן געוואנען געלט און ביידע זייטן האבן פארלוירן פערסטידש...

רוזעוולט » פרייטאג יוני 21, 2013 7:39 pm

· #127156
עני אפדעיט'ס?? שוין שטיל דא דריי שעה...

שרייבער » זונטאג יוני 23, 2013 8:46 am

· #127229
סאו פאר איז אלעס ביים אלטן

פרייליך » זונטאג יוני 23, 2013 11:27 am

· #127255
ארמארי דיעל
איינער האט געהערט עפעס מער וועגען די מיטונג פרייטאג און אלבאני
וואס די זאליס זענען געלאפען צום גאוואנער זיך בעטן
געב אונז כאטש עפעס
אז אונז
זאלען נישט זיין קיין
לאזארס????

איש צדיק תמים » מאנטאג יוני 24, 2013 10:58 am

· #127441
פרייליך איז זעה אז די ווייסט פונקטליך וואס דארט איז געוועזן, ניווזשע פרעגסטו?

blauvelt » מאנטאג יוני 24, 2013 1:25 pm

· #127459
nu...... so when is the big day of the officall takeover of the armory for satmar maru

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 24, 2013 2:19 pm

· #127468
שרייבער
איינער ווייסט ווי זר איז צו באקומען? אפשר זיצט ער ביים מיטינג?

און וואו איז זלמן זאפיר, ווייסטו יא? לאמיר זיי זוכן ביי פארשוואונדענע ניקס אשכול...

ווען טראכט אריין, זעהט מען אז עס איז זה לעומת זה,
זר זהב מצד אחד
זלמן זאפיר מצד השני.

בדחן » דינסטאג יוני 25, 2013 12:08 am

· #127616
מה היום מיומיים? פארוואס עטליכע טעג צירוק האט די נושא געטריבען דעם עוולם און יעדער האט געזיכעט פרטים און געוואלט וויסען ווי עס האלט, אבער יעצט אינטערסירט עס מער קיינעם נישט..?!

האלאנד » דינסטאג יוני 25, 2013 7:53 am

· #127649
בדחן די זאליס האבן. פון פארגאנגענעם מיטוואך צען טאג. צוריק צוגיין צום פאריגען דיעל סוי די פאר טעג האפט מען נישט צו הערן קיין טשענשעס..

דעת תורה » דינסטאג יוני 25, 2013 11:20 am

· #127677
מען הערט נישט ווייל די געווענליכע טומל מאכער האבן אנגענומען א מויל פיל מיט וואסער נאכן איינזען אז זייער חלום פון באקומען דעם גאנצן ארמארי איז געגאנגען פייפן.

אבזערווירער » דינסטאג יוני 25, 2013 11:46 am

· #127689
דעת תורה
מען הערט נישט ווייל די געווענליכע טומל מאכער האבן אנגענומען א מויל פיל מיט וואסער נאכן איינזען אז זייער חלום פון באקומען דעם גאנצן ארמארי איז געגאנגען פייפן.

מען פארגינט זיי נישט אפילו די האלבע חלק אויך נישט. און ווי לאנג מען וועט קענען שלעפן די אלטע דיל וועט מען דאס אויסציען ווי מעגליך. כאילו כפאו שד

גאלד » דינסטאג יוני 25, 2013 2:22 pm

· #127771
דעת תורה
מען הערט נישט ווייל די געווענליכע טומל מאכער האבן אנגענומען א מויל פיל מיט וואסער נאכן איינזען אז זייער חלום פון באקומען דעם גאנצן ארמארי איז געגאנגען פייפן.


איז עס? אפשר קענט איר מרחיב זיין הדיבור כפי יכלתך, דערוילעם איז הינגעריק פאר פרישע אנטוויקלונגען, וויזוי איז עס איז געגאנגען פייפען? וואס האט פאסירט, וכו' וכו'

יין שרף » מיטוואך יוני 26, 2013 12:46 am

· #128024
email פון תלמידי רבינו
ב"ה דער עולם אין די קאנטרי איז שוין מער ווייניגער אויסגעפאקט, און דער עולם אין די שטאט איז שוין אויף וואקאציע מיט ברייטע לופטיגע גאסן און מער ווי גענוג פארקינג, קען מען שוין אביסל אפאטעמען און זיך אביסל צוזאמנעמען און צוריק קוקן מיט א קלארן בליק אויף די געשעענישן פון די פארגאנגענע וואך.



עס דרייען זיך ארום אסאך פון אונזער עולם מיט אראפגעלאזטע נעזער און פרעגן די נארישע קשיא, הלמאי? די ארונים גייען באקומען דעם ארמארי? דער עולם כאפט זיך נישט אז ווען מ'איז צוגעבינדן צו די אלע נארישע מעסעזשעס און טוויטער גרופס פון דעם צד שכנגד פאנגען אן די ברעינוואשינג טאקטיקן פון דעם לץ און משכיל שמואל ווידער צו האבן אן אפעקט אויך אויף אונזערע מענטשן, און פרישע ספינס קומען צו יעדע פאר סעקונדעס אזש מען קען גרינג צומישט ווערן און זיך פארלירן, און אומוועלנדיג אנפאנגען צו נוצן דעם מהלך המחשבה ווי א חלה דעקל.



דער עולם ברויך צו וויסן אז די ארונים געבן אויס אסאך צייט, כח, און געלט צו ברעינוואשן זייער ציבור אז זייער עולם זאל זיך נישט כאפן אז זיי זענען טיף אין דער ערד און אנהייבן פרעגן קשיות און רעוואלטירן אויף די רבית'טווע מיט די ווערטשאפט וואס ווערט געפירט מיט א מאדנעם קינדערישן צוגאנג כדי צו זעטיגן דעם פירער'ס "קיין ריקצוג" און "אני ואפסי" טענטראמס, ווען זייער עולם איז ווען נאר האלב ביים באוואוסטזיין זענען ווען זאכן היינט אינגאנצן אנדערש.

זייער מח וואשן סטראטעגיע ארבעט ווי א קאמבינאציע פון פסיכאלאגיע מיט אנטי דעפרעסענטס אויפאמאל, צום ביישפיל: א וואך צוריק איז דער דיון געווען אויף די קעמפס, און די ארונים האבן זיך געשוואוירן ביי דעם בארד פון זייער מנהיג אז אונז גיימער נישט "באקומען" די קעמפס (מען קען באלד מיינען אז א צווייטער דארף אונז דאס געבן) ווייל דער גאווערנאר האלט עס צוריק סיידן אונז זעץ מיר זיך מיט זיי פארהאנדלען, ביני לביני זענען די פערמיטס אנגעקומען אן קיין פראבלעם, אן קיין גאווערנאר, און אן קיין פארהאנדלונגען, פלוצלינג הערט מען א נייע ווערסיע: אונז דארף מיר דען די אלטע פארפוילטע קעמפס?! אונז ברויך מיר עס בכלל נישט, די מלחמה איז אויפן ארמארי, איי וואס איז געשען מיט די קעמפס מיט די דיעלס מיטן גאווערנאר און מיט די פארהאנדלונגען? תיקו! הצד השוה שבהם: נייע שול עוואקואציע, מצה בעקעריי, חומותיך, פראטעסט מיטוואך, וכו, וכו, וכו, ואין קץ לדברי הרוח.



און אזוי דרייט מען מיט די קעלבלעך יעדן שני וחמישי, און זיי אלע דרייען זיך נעבעך ארום מיט אויסגעפלאגטע מוחות און ווערן געפירט דורך רעמאוט קאנטראל פון דעם לץ שמואל ווידער און זיי זינגען נאך וואס מען פיטערט זיי אין בלאט, אודאי זענען זיי פרייליך, אז דער קאפ איז אזוי פארטעמפט און אויסגעשאלטערט, אז מען נוצט נישט דעם שכל, אז מען איז אויף אינטערווינעס צום בלאט אז מען זעט נישט קיין פאקטן שווארץ אויף ווייס און מען כאפט זיך אפילו נישט ווי אין דער ערד מ'איז, פארוואס נישט זיין אויפגעלייגט? ס'איז דאך איין געווינס נאכ'ן צווייטן, גיי טענה זיך אויף א בפירוש'ן בלאט.....



איינע פון די הויפט זאכן מיט וואס שמואל ווידער צייכנט זיך אויס איז: פאבריצירן, ער וועט פאבריצירן אלעס וואס פעלט זיך אויס כדי צו האלטן די שעפעלעך אין ראם, זאל דאס זיין סתם א נייעס, צו אן מ'כלומרשטע אימעיל, צו אפילו אפיציעלע בריוו, און דאס גייט אפילו ביזן פאבריצירן אייגענע געזעצן און פארשריפטן פון די רעגירונג.



די אלע פאבריצירטע זאכן פארקויפט ער פאר זיין סטאדע אויף צענדליגער אופנים, ווי למשל: טעקסט, בחצרות סאטמאר אימעיל, קול סאטמאר, טוויטער גרופס, דער בלאט, דער מעסעזש אויף יעדער פון די טשאנעלן איז אויסגעארבעט צו צילן פארן אודיענץ וואס ליינט זיי, מער מילד פאר די עלטערע ציגן, און אביסל ווילדער פאר די אינגערע שאף, אזוי אז יעדער באקומט זיין ריכטיגע דאזע פסיכאלאגיע מיט אנטי דעפרעסיע צו דער באשטימטער צייט און עס ארבעט ווי א שווייצער זייגערל.



לאמיר נעמען דעם ריקארדינג וואס זיי האבן געהאט מיטוואך נאכט אויף קול סאטמאר און אנאליזירן:



ברעיקינג נויס: היסטארישע אנטוויקלונג, הרחבת גבולי הקדושה, הנהלת קהילתינו האלט אט ביים אונטערשרייבן א ליעס אויפן גאנצן שטח פונעם ארמארי,

דער דורכברוך קומט נאך אכט חדשים פארהאנדלונגען איבער די פיר קעמפס וואס ווערן באנוצט דורך אנדערע שלא ברשות, נאכדעם וואס די לעגאלע מעגליכקייטן פונעם צד שכנגד זענען טאטאל איינגעשרינקען און זיי האבן נישט געקענט באקומען קיין פערמיטס אן די צושטימונג פון קהילתינו,

נאכדעם וואס אלע פארהאנדלונגען למען השלום איז אפגעווארפן געווארן דורכ'ן צד שכנגד, איז יעצט ביינאכט באשטעטיגט געווארן דורך ראשי קהילתינו אז מען שטימט צו און מען גיבט רשות אז די רעגירונג זאל היי יאר יא שענקען די פערמיטס פאר די וואס האבן עס גענוצט די לעצטע יאר,

אין די זעלבע צייט וועט ערמעליכט ווערן פאר קהילתינו צו שליסן א לאנגיעריגע ליעס אויפן ארמארי בנין,

הנהלת הקהלה טוט שוין מאכן די נויטיגע פלענער און צוגרייטונגען וויאזוי צו נוצן דעם בנין.

חסידי סאטמאר תושבי וומ"ס זענען פרייליך, הרחיבי מקום אהלך, ורוח הקודש אמרת כן יפרוץ.....



ווען מען כאפט א ברייטערן בליק אויף די לעצטע וואך מיט אלע געשעענישן, און ווען מ'שטעלט דאס נאכדעם צוזאם מיט זייערע פאבריצירטע פאקטן און אנטי דעפרעסיע מעסעזשעס פאר זייער ציבור, קען זיך פאר א פרעמדן מענטש דאכטן די פאלגנדע:



אז די מחנות רב טוב זענען אונטער פולן קאנטראל טאג צו טאג ווערטשאפט פון די ארונים.

אז זיי "געבן רשות" יעדעס יאר צו נוצן די קעמפס.

אז דער גאווערנאר מיט די סטעיט רעדן זיך טעגליך דורך, און נעמען דירעקציעס מיט אנווייזונגען פון די ארונים.

אז דער גאווערנאר קען צונעמען און טיילן פראפערטיס פון יחידים און קארפארעישנס פאר וועם ער וויל, געוואנדן וויאזוי זיין פרישטאג איז געלונגען.

אז דער גאווערנאר טיילט די פערמיטס פון די העלט דעפט פאר אלע אפליקאנטן, ועל פיו יבאו.

אז דער גאווערנאר קען צווינגען מענטשן צו קומען מאכן פשרות אויף סיי וואסערע נושא לויט זיין גוסטע.

אז דער ארמארי באלאנגט פאר אונזער קהל.

אז אונזער קהל נוצט יעצט דעם ארמארי און דער גאווערנאר גייט אונז ארויסווארפן ווייל אונז האב מיר זיך נישט מפשר געווען מיט די ארונים.

אז דער גאווערנאר וויל פארדינגען די ארמארי פאר די ארונים.

אז דער ארמארי איז א סטראשע שטעקן פאר אונזער קהלה.

וכהנה, וכהנה.



חוץ מזה שטעלט זיך די פאלגנדע שווערע קשיות אויף דעם ריקארדינג:

איין מאל זאגט ער אז מיר נוצן עס שלא ברשות, און א צווייט מאל זאגט ער אז זיי געבן יא רשות, ווען און פארוועם האט מען געגעבן דעם רשות?

פארוואס האבן זיי פאראיאר נישט געקענט הייסן דעם גאווערנאר אז ער זאל נישט געבן קיין רשות?

וויאזוי איז מעגליך אז דער גאווערנאר האט אונז געלאזט נוצן דעם קעמפ פאראיאר שלא ברשות?

אויב איז דער גאווערנאר שולדיג אין אלעם פארוואס האבן זיי גענומען דעם קאונטי עקזעקיוטיוו מייק היין אויפן צימבל?

אפשר האבן זיי גאר יא געגעבן רשות פאראיאר, מיר האבן פשוט נישט געוואוסט דערפון?

זענען אונזערע לעגאלע מעגליכקייטן מער איינגעשרינקען היי יאר פון פאראיאר?

זייט ווען איז דער ארמארי דער סטראשע שטעקן? האמיר אונז דאס נישט געוואלט פאר זיי סייווי אוועקגעבן למען השלום און אפילו באצאלן דערפאר אנשטאט זיי זאלן דאס דארפן באצאלן?

וכהנה, וכהנה.



דער מציאות איז אז אט די אלע דערמאנטע זאכן זענען פאבריצירט געווארן דורך די פסיכאלאגיע אפטיילונג פון שמואל ווידער, און קיין איינע פון די זאכן זענען נישט ריכטיג, אפילו אויב שמואל ווידער פרובירט דאס צו פארקויפן אויפן יעדן אופן פאר יעדן פרייז,

יעדער קען זיך קען זיך היינט אליינס איבערצייגן פון די קלארע פאקטן וואס זענען ידוע לכל.



אונז האב מיר בעזר השם באקומען די פערמיטס אן דעם גאווערנאר, און אן קיין פארהאנדלונגען, און נישט דער גאווערנאר און אפילו נישט דער פרעזידענט יר"ה קענען איינטיילן פארוועם עס באלאנגט סיי וואספארא בנין, ווייל אויב יא וואלט דער מצב געווען גאר אנדערש נאכדעם וואס די ארונים האבן אויסגענוצט די גרעסטע פאליטישע כוחות און פראטעקציע מיט השתדלות וואס זיי האבן אויפן גאווערנארס אפיס, עד כדי כך אז דער איש המעש, רודף צדקה וחסד, שטוב איז אפן, הארץ פון פוטער, דיפלאמאט, פיינער מענטש, נישט אינוואלווד, נאר א שליח, לעים דאק, ווייסט נישט וויאזוי מען טשעפעט א פליג: אברהם ווידער איז געווען 3 מאל אין אלבאני זייט שבועות שתד'לען און סטראשען אז אונז זאל מיר נישט באקומען די קעמפס, און מיט דעם אלעם איז עס זיי נישט געלונגען.



(די נעקסטע ספין גייט זיין אז דער גאווערנאר קען באמת יא געבן די קעמפס, נאר ער מיט זיין שטאב, אייזנער, וכו, זענען קארופטירט און אונטערגעקויפט פון ר' אליעזר קעסטנבוים און ווערן געפירט דורך דעם מאפיא באס משה גבאי)



צוריק צום ארמארי, דער ארמארי בנין איז א פעט שטיקל ריעל עסטעיט וואס די שטאט גייט נישט פארקויפן אונטער נארמאלע אומשטענדן פאר א רויטן צענט אונטער 50 מיליאן טאלער, ס'איז דא מער ווי גענוג אידישע און נישט אידישע קונים וואס זענען עס גרייט צו נעמען פאר דעם פרייז, צו פאר בויען דירות, צו פאר סטודיא ספעיס, און די פרייז גייט זיך נאך הייבן ווען עס גייט ארויס אויף פובליק אוקשן.



אפאר ביזנעסלייט זענען אויפגעקומען מיט א געדאנק וואס עס וועט זיין שוה לכל, מען גייט פארקויפן די ארמארי בנין פאר "גאנץ סאטמאר" פאר האלב פרייז, און די זאלונים גייען באצאלן דעם האלבן חלק פון די ארונים, דער גאווערנאר וועט פארדינען, ביידע קהילות וועלן פארדינען, און די ביזנעסלייט וועלן פארדינען, דער איינציגער וואס וועט נישט פארדינען איז די סטעיט, אבער מיט א גוטן פארשטענדליכן הסבר.



דער גאווערנאר וועט פארדינען א געוואלד פאזיטיווע פובליסיטי מיט א לענדסלייד וואל סעזאן, ער וועט אריינגיין אין די היסטאריע ביכער אלס דער וואס האט גאמאכט ארדענונג אין סאטמאר.

די ארונים וועל פארדינען ריעל עסטעיט פאר זייערע מוסדות בחינם.

די זאלונים וועלן פארדינען מנוחה ושלוה, און ביליג(ערע) ריעל עסטעיט פאר זייערע מוסדות.

די ביזנעסלייט וועלן פארדינען א פראצענט אלס בראוקערעזש.



די פארמיטלער האבן פארגעשטעלט דעם פלאן פארן גאווערנאר און עס איז אים שטארק געפאלן, זיי זענען נאכדעם אריין צו רבינו שליט"א אפאר וואכן פאר פסח און פארגעלייגט דעם ענין, רבינו שליט"א האט אויסגעשמועסט דעם ענין און זיך פארשטענדיגט מיט די הנהלה און מען האט דאן געגעבן די הסכמה צו גיין ווייטער, די פארמיטלער זענען דאן אריבער צו די ארונים.



די ארונים האבן אנגעפאנגען מיט זייערע שטיק, אז נאר די בית החיים מיט די מצה בעקערי זאלן זיין אינעם פארהאנדלונג, א זאך וואס לייגט זיך נישט אויפן שכל, ווייל אז מען פארהאנדלט דארפן אלע נכסים זיין אין דעם פארהאדלונג ובתוכם די ישיבה גדולה אין ק"י ווי אויך דער הויז פונעם בעל ב"מ זי"ע אין ק"י, און נאכדערצו ווען זיי זענען אומשטאנד צו מאכן מהומות אין ביהמ"ד שוין נאכן פארהאנדלען מיטן ציל ארויסצופרעסן נאך געלט, אונזער צד האט פארשטייט זיך נישט מסכים געווען, די ארונים זענען דאן געגאנגען פארפירן און העצן ביים גאווערנאר דורך צענדליגער אופנים אז אונזער צד מאכט שווער און שטעלט זיך נישט צו, דער גאווערנאר האט זיך אינטרעסירט הלמאי די פארהאנדלונגען גייען נישט ווייטער און האט אראפגעשיקט זיין פערזענליכן טשיף אוו סטעף זשאו פערקאקא נעכטן מיטוואך אל ביתו נאוה קודש הערן וויאזוי מען קען זען אז די זאך זאל פארן ווייטער, דער רבי שליט"א מיט די ראה"ק האבן אים דאן נאכאמאל קלאר געמאכט און פארזיכערט אז פון אונזער צד איז נישטא קיין שום אפהאלט כל זמן מען רעדט פון א יושר'דיגן געשעפט און אלע נכסים זענען אויפן טיש, א זאך וואס ווי דער עולם ווייסט וועט ביי אהרן ט"ב אב"ד ור"מ קהל אני ואפסי קיינמאל נישט דורכגיין, ווייל זיי זוכן נישט קיין שלום זיי זוכן נאר ווי מען קען אלץ אפטון און שלעכט טון פאר אונזער ציבור, און ווי אויך ווייל ביי זייער מנהיג איז דאך ביי אונז בכלל נישט דא קיין ציבור, און ווייל ער ווייסט נאר פון די "קיין ריקצוג" סטראטעגיע, אין זיין ווערטער בוך זענען נישט פארהאן די ווערטער און טערמינען ווי: נאכגעבן, קאמפראמיסן, פארהאנדלען. ביי אים איז דא נאר: איך! מיך! זיך!



זשאו פערקאקא איז אין די לעצטע טעג געווארן מער ווייניגער באהאווענט מיט וועם מ'האט דא צוטאן און ווער עס זענען די שטערער פונעם דיעל, ער האט זייער קלאר געמאכט אז עס גייט פאר דעם גאווערנאר אין לעבן צו האבן א דיעל מסודר פאר די הייליגע טעג,



פערקאקא האט אויך קלאר געמאכט פאר ביידע צדדים אז דער ארמארי שטייט נאר צום פארקויפן פאר א "פאראייניגטע סאטמאר" פאר האלב פרייז, און האט בתוך הדברים מרמז געווען אז ס'וועט זיך פאר ביידע צדדים נישט לוינען אויב מען וועט דא ארומצעגערן מיט שטותים, ער האט מיט וואס צו האלטן ביידע צדדים ביים גענאק, די ארונים מיט'ן פייפליין, טעפ, סטעיט גרענטס פאר די וויליזש, און א האלבן ארמארי. די זאלונים מיט טעפ, און א האלבע ארמארי.



ער האט זייער קלאר ארויסגעברענגט אז די גאווערמענט "טיילט נישט קיין ארמארי'ס פאר 100 יאר", ווי אויך פארקויפט מען נישט קיין ריעל עסטעיט פאר האלב פרייז נאר ווען ס'איז דא אן אקעגנזייטיגער בענעפיט פאר אלע צדדים און ווי פארשטענדליך דאס מערסטע פארן גאווערנאר, און קיין איין צד זאל ניטאמאל קלערן פון באקומען זייער חלק פון די ארמארי אויב איז נישטא קיין דיעל.



דאס זענען די פאקטן כמות שהם, יעצט האט יעדער בר דעת און בעל בחירה א ברירה וואס ער וויל טון, אדער קען מען ווייטער ליינען שמואל ווידער'ס טוויטער גרופס און ווערן היפנאטייזד און דעפרעסד פון זייערע טעגליכע נצחונות, און מיטהאלטן וויאזוי זיי זיצן שוין אין זייער פאנטאזיע אינעם ארמארי, אדער קען מען נוצן דעם אלטן אויספרובירטן מיטל מיט וואס אונז זעמער אלע וואויל באקאנט, עס רופט זיך: ונזכה, ונחי', ונראה! ובשם השם נעשה ונצליח

יין שרף » מיטוואך יוני 26, 2013 1:09 am

· #128036
יעצט באמערקט אז מ'האט עס שוין געלייגט דא, ולמה "אשכול" גם שניכם יום אחד...?
אבער ס'אויך נוגע אין די אשכול לאז איך עס.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 27, 2013 4:47 pm

· #128654
יין שרף
ולמה "אשכול" גם שניכם יום אחד...?

👍 👍 👍

ראדני_שדכן » דאנערשטאג יוני 27, 2013 4:57 pm

· #128660
אין פאריגע וואכיגע בלאט איז געשטאנען אויפן העדליינס אז די קומענדיגע וואך וועט נאכפאלגן א אויספירליכע באריכט איבער די היסטארישע נייעס פון די געשפרעכן אויפן ארמארי, ווייסט איינער וואס זיי שרייבן היינט?

למדן » דאנערשטאג יוני 27, 2013 5:12 pm

· #128669
שמעקעדיג
יין שרף
ולמה "אשכול" גם שניכם יום אחד...?

👍 👍 👍

בין אריינגעקומען צו זעהן וואס שמעקעדיג האט צו שרייבן אין צימעס...

blauvelt » דינסטאג יולי 2, 2013 8:19 pm

· #130260
Nu whats going on

אבזערווירער » דאנערשטאג יולי 4, 2013 2:06 pm

· #130757
האט מען נישט געשמועסט אז ביז יולי 15 ריקט זיך גארנישט?

אבזערווירער » זונטאג יולי 14, 2013 8:29 pm

· #133499
האומר דבר בשם אומרו מביא ''גאולה'' לעולם....

ראדני_שדכן » מאנטאג יולי 15, 2013 10:07 am

· #133678
היינט איז יולי די פיפצנטער, עני אפדעיט?

אבזערווירער » מאנטאג יולי 15, 2013 10:22 am

· #133686
דאס איז א פראצעדאר פון טעג און וואכן לכן כאפט נישט קיין הייסע לאקשן

האלאנד » דינסטאג יולי 23, 2013 9:40 pm

· #135686
איך הער אז די ארונים דינגען ארויס די ארמערי פאר שמחות תורה הקפות נעילת החג .אלס הכנה פאר די מקח

פרייליך » מיטוואך יולי 24, 2013 9:14 am

· #135819
די זאלנים האבען שוין אנגעהויבען צו פילען זייער פלאפ און זיי שיקען שוין נישט קיין מעסידשעס און אימעלס
אגב איז אמת אז מגייט דינגען די ארמארי

שעפטל » מיטוואך יולי 24, 2013 1:18 pm

· #135898
ניין, מ'קען ניטאמאל. ס'איז נאך אונטערן ליעס קאנטראקט

למדן » מיטוואך יולי 24, 2013 1:28 pm

· #135904
וועלכער ליעס קאנטראקט און ווען לויפט עס אפ?

שעפטל » מיטוואך יולי 24, 2013 3:01 pm

· #135925
מיט די סדודיא
לויפט אפ נאך כ"א כסלו

blauvelt » מיטוואך יולי 24, 2013 3:13 pm

· #135930
sheftel
i see you are informed regarding the existing lease with the studio
can you give us any updates on the armory deal lease for aronim when
can we expect it to get done.. is evrything on track? just curious

גאלד » דאנערשטאג יולי 25, 2013 12:31 pm

· #136207
שמעתי אז ס'גייט נישט זיין קיין שום ענדגיליטיגע שליסונג פאר 2014, דאס איז נישט ווי מ'קויפט א פלאש מילך אין גראסערי, דערווייל קענען די זאליס פייערן זיג יעדן טאג,

blauvelt » דאנערשטאג יולי 25, 2013 12:41 pm

· #136209
גאלד
שמעתי אז ס'גייט נישט זיין קיין שום ענדגיליטיגע שליסונג פאר 2014, דאס איז נישט ווי מ'קויפט א פלאש מילך אין גראסערי, דערווייל קענען די זאליס פייערן זיג יעדן טאג,


gold
is this because there is a snag in the deal or was this expected to take that long when the blatt
made the breaking headline and while i am talking to you do you think the zalis can still make
the old deal or has that ship sailed and aronim are getting the whole thing

גאלד » דאנערשטאג יולי 25, 2013 1:02 pm

· #136212
regardless, NOBODY expected the aronim will walk in the armory the next morning,
and realistically, not in the next weeks or months, that's even in the best case scenario,
i know that the aronim had a clear understanding from the state for the whole armory,
,as of now, i have not heard anything that the state told the aronim that they changed plans

נאר,,פרייליך » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 3:55 pm

· #138692
ס'פארראן רומער'ס מצד מהרז''ל אז מען האט באנייט די געשפרעכן צווישען די אחים התמרים קען איינער דא באשטעטיגען צו ס'אמת
אויב יא פ''וו האט זיך עס צוריק באנייט???? ווער איז גרייט צו מוותר זיין???

I'm back » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 3:59 pm

· #138695
@blauvelt, when were the 15 days over?

נאר,,פרייליך » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 4:00 pm

· #138697
Some sources say the talks about the Armory have resumed, we will sit back and see if anything changes.1:17pm - 5 Aug 13

sent by satmardeal

גאנצל » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 1:53 pm

· #145339
שוין לאנג נישט געהערט וואס טוט זיך מיט'ן ארמערי דיל איינער זאגט מיר זעהט אויס אז דער מצב טויג נישט פאר צד מהר"א הראי' מהר"א נעמט אונטער א נסיעה קיין לאנדאן

אמת? אדער נישט

dovi » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 1:37 am

· #145574
אויך טראכט ער פון פארן קיין א''י.........

אבער דאס ווענדט זיך שוין ווי גרויס זיין דרוכפאל גייט זיין אין די עדה...........

שרייבער » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 8:32 am

· #145603
ער טראכט פון פארן קיין א"י ווייל ס'איז דא א חתונה אי"ה דעם ווינטער, ער געט נישט קיין דעם פאר די עדה, וועט ער זיין אין ירושלים וועט ער מן הסתם גיין באזוכן, און אז נישט וועט ער נישט גיין, פונקט ווי ער וועט נישט באזוכן תולדות אברהם יצחק רבי ווען ער איז אין בני ברק

אבי גערעדט » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 9:06 am

· #145611
עס איז מעגליך אז ער וועט דאס מאל באזוכן ירושלים לכבוד א מעמד חנוכת הבית פארן נייעם תלמוד תורה דארט, אין אז ער וועט דארט זיין וועט ער גיין באזוכן אלע חברי בד"ץ ובראשם הגאב"ד, לדאבוו לב הסיקרוקים והזאליס, וואס זענען העכסט פרייליך אז זיי קענען איינרעדן דעם גאב"ד ושאר חברי הבית דין אז דער פון קרית יואל וויל אים נישט קענען אין האט אים פיינט

קרעקער » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 9:12 am

· #145612
ער טראכט פון פארן קיין א"י ווייל ס'איז דא א חתונה אי"ה דעם ווינטער, ער געט נישט קיין דעם פאר די עדה, וועט ער זיין אין ירושלים וועט ער מן הסתם גיין באזוכן, און אז נישט וועט ער נישט גיין, פונקט ווי ער וועט נישט באזוכן תולדות אברהם יצחק רבי ווען ער איז אין בני ברק


ער האט נישט געגעבן קיין דעם פאר קאשוי רב, ר"א לייטנער, טאהש, סקלען, און נאך הונדעטער רבנים און פרייוועט מענטשען
געס וואט, דע אלע געבען קיין אויך נישט קיין דעם פאר עם

יעצט עלעך עס איבערטייטשען אין די יודישע שפראך ווי נתן יוסף האט אמאל געזאגט פאר א בחור וואס האט געזאגט איך קטן אויף דע וועלט
האטער עם געענפערט ווען דו קטנסט אויף דע וועלט וויפיל קומט שוין אויס פאר יעדען מענטש? קוים א טראפ
אבער ווען דע וועלט קטנ'ט אויף דיר ווערסטו דערטראנקען

כמיין נישט דוקא ר' אהרן, כמיין יעדע רבי וואס רעדט זיך איין אז ער קטנסט אויף דעם און יענעם

א שוויצער » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 9:13 am

· #145613
שרייבער
ער טראכט פון פארן קיין א"י ווייל ס'איז דא א חתונה אי"ה דעם ווינטער, ער געט נישט קיין דעם פאר די עדה, וועט ער זיין אין ירושלים וועט ער מן הסתם גיין באזוכן, און אז נישט וועט ער נישט גיין, פונקט ווי ער וועט נישט באזוכן תולדות אברהם יצחק רבי ווען ער איז אין בני ברק

שרייבער דאס איז שקר וכזב גראדע בין איך גאר נאנט צו איינע פון די משמשי רבינו שליט''א

און ער זאגט אז דאס איז א פוסטער דמיון פון אפאר נארישע פאליטיק שפילער, כאילו דער רבי זאל זיין געזינט האט איבערגעלאזט די עדה און איז נישט נייגעריג מער תומך צו זיין אין די בי''ד וואס זיין הייליג פעטער האט זיך אוועק געגעבן בדם לבבו פאר'ן קיום העדה טראץ וואס ער האט פילע מאל געהאט דערמיט חילוקי דיעות ווי באקאנט,

דעס איינרעדן דעם ציבור כאילו מיר זענען העכער פון דעם און מיר ברויכען נישט די עדה איז נאריש און זינלאז

שרייבער » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 10:59 am

· #145630
איך זע עטץ האט מיר נישט גוט פארשטאנען
איך האב נישט געשריבן אז ער פייפט אויף די עדה, איך האב געשריבן ער געט נישט קיין דעם, ביי מיר איז דאס אפגעטייטשט (קען זיין איך טייטש עס נישט גוט) אז ער גייט נישט ארויס פון זיין וועג פאר זיי, ס'איז דא רבנים וואס ער וועט ארויסגיין פון זיין וועג זיי מכבד צו זיין אדער צו טון זייער רצון מאיזה סיבה שיהי', און ס'איז דא ווער נישט.
איך וועל געבן א משל, ווען דער רבי איז געווען אין מאנטרעאל, איז ער צוגעפארן קיין טאהש באזוכן טאהשער רבי, הגם ער האט נישט געהאט קיין שום זאך וואס צו זוכן דארט, ער האט נישט געמאכט קיין שום מסיבה דארט, עכ"ז לכבודו פון טאהשער רבין איז ער געפארן א וועג פון א האלבע שעה בערך אים צו גיין באזוכן ווייל ער איז אים מעריץ (ושמעתי אז דער רבי האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אז ער איז דער איינציגער רבי חוץ דער פעטער צו וועם זיין טאטע האט אים געשיקט, ער זאל זען זיין עבודת התפלה) ווידער די עדה, אויב איז ער אין ירושלים וועט ער זיי גיין באזוכן, אוודאי פארוואס נישט, ער איז נישט אין קאמפ מיט זיי, פונקט ווי ער גייט באזוכן יעדע רבי'לע אין ירושלים, אבער ספעציעל קומען פון בני ברק קיין ירושלים צוליב דעם? וואס עפעס? כבוד העדה? זיי אליין שוינען נישט אזוי אויף זייער כבוד אז ער זאל שוינען דערויף

פארשטייסטו קרעקער, ער קטנ'ט נישט אויף קיינעם, ער ווישט פשוט נישט אפ זייער שמוץ ווען זיי זענען שמוציג, ער לאזט עס פאר אנדערע, הבנת?
בלאט: 1 2 3 4