ברעיקינג: שטיקל דיעל געשלאסן אין סאטמאר!
164 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4119
From all indications it sure looks like the zalis overplayed there hand
איך פארשטיי נישט דיין תאוה און אומפאראשעמטקייט פון פשוט און פראסט ''באקן מעשיות''.
קיין איין ווארט וואס דו האסט געשריבן האט אין זיך עפעס אמת.
טיפיקעל ארויני
שרייבער
למעשה דער סך הכל:
היות ס'איז קיין דיעל נישט געווען, האבן די ארונים נישט אויפגעגעבן זייער טענה אויף די קעמפס, און נעקסטע יאר איז חוזר חלילה די גאנצע מעשה (איך מיין אז נעקסטע יאר באקומען די ארונים די קראון הייטס ארמארי....)
נעווער!!
קלאר: אויב די אהרונים באקומען די ארמארי, זענען די קעמפס "פערמענענטלי" פאר די זאליס, די סטייט איז נישט משוגע,
זר זהבאיך פארשטיי נישט דיין תאוה און אומפאראשעמטקייט פון פשוט און פראסט ''באקן מעשיות''.
קיין איין ווארט וואס דו האסט געשריבן האט אין זיך עפעס אמת.
טיפיקעל ארויני
זר'לע! שריי נישט אזוי!
איך האב דא אפגעשריבן וואס איך האב געהערט פון איינעם וואס ווייסט געווענליך וואס ער רעדט, יעצט זאג דו מיר וואס פונקטליך איז נישט אמת?
איז ער נישט געווען ביי רז"ל?
ס'איז נישט געווען אונטערגעשריבן פאר פסח?
רז"ל האט נישט געזאגט ס'איז געווען א טעות?
די זאליס פארלאנגען נישט די ביה"ח וואנט?
די זאליס פארלאנגען נישט די ביהמ"ד החדש?
ער האט זיך נישט אויפגערעגט?
ער האט נישט געזאגט אז די ארונים באקומען די ארמארי?
די ארונים באקומען נישט נעקסטע יאר די קראון הייטס ארמארי?....
וואס??????????????????????????
אגב דיין כעס מאכט דיך אויסקוקן ווי א זאלי.... (ביסט דאך באמת נאר א
זאב
ליטובער)
גאלדשרייבער
למעשה דער סך הכל:
היות ס'איז קיין דיעל נישט געווען, האבן די ארונים נישט אויפגעגעבן זייער טענה אויף די קעמפס, און נעקסטע יאר איז חוזר חלילה די גאנצע מעשה (איך מיין אז נעקסטע יאר באקומען די ארונים די קראון הייטס ארמארי....)
נעווער!!
קלאר: אויב די אהרונים באקומען די ארמארי, זענען די קעמפס "פערמענענטלי" פאר די זאליס, די סטייט איז נישט משוגע,
ס'קען זיין ביסט גערעכט, אבער איז דאס נישט געגאנגען באופן דיעל וואס גייט אפהאלטן די ארונים צו שרייען נעקסטע יאר ס'איז מיינס?
אין כעס? דו באקסט מעשיות צי דו פארציילסט וואס אנדערע זאגן כאילו פאקטן. ס'העלפט נישט קיינעם צו, ס'דא ארוינים וואס שרייבן דא מער פאקטועל, סוי האלט דיר איין פאר די שיקסט עפעס אין די וועלט אריין. ס'אדווענסט נישט קיינעם'ס קאוז. שרייבן האלב געצייטיגטע זאכן איז גוט פאר הייד פארק
און פון מיין זייט קענסטע האבן דאס גאנצע ארמארי
נמחק - ביטע נישט אטאקירן ניקס
וואס ס'גייט טאקע זיין, וועלן מיר דזשאוסט מיזן ווארטן ווילאנג אזא פראסעס גייט אדורך.
אינטערסאנט איז נאר אז נעכטן תיכף ווען ס'איז ארויסגעקומען די נייעס איז נאך די ארמארי געווען אויפן ליסט די ארמארי אלס אלץ אוועילעביל פראפערטי📎 געווען.jpgהיינט איז דאס שוין נישט דא!!!
📎 ארמארי אראפ!.jpgוואווווו.... זיי פארלאזן שוין ס'פלאץ..................... 😂 😉 🙂 😃
📎 ארמיי פארלאזט שוין.....jpg
איך מיין אז די גרעסטע געווינס פאר די אהרונים איז די פשוטע פאקט אז די זאליס האבו זיך איינגעקויפט שונאים ביי די העכסטע פענסטער אינעם גאווענערס אפיס
גאלדווי נאר די ארמארי גייט אריבער בידי הארונים, ווערן די דיד'ס פון די 4 קעמפס געטרענספערט צו די זאלונישע קערפערשאפט MRT (מחנה רב טוב)
ניין, די דיעד בלייבט נאך אלץ אויף קאנג. יטב לב, נאר די אהרונים וועלן דארפן צוזאגן (און כ'שטעל מיך פטא אז אפילו אינטערשרייבן) אז זיי לאזן עס אפ. אינעם דיעל איז אויך קלאר אז אויב (אקעי הער אויף חלומ'ן...) די סאטמארע מחלוקה קומט נאך אמאל אן צו דין תורה (אדער ערכעות ח"ו) גייט די קעמפס זיין אינעם געפעכט/פסק.
גאלדאון מיט דעם ענדיגט זיך די קעמפ סאמוטאכע
אויף דערווייל ווי געשריבן
שטאנגאויב באקומט צד מהרז"ל די דיעדס פון די קעמפס איז דאס זיי א שטארקע געווינס, וויבאלד זיי האבן גארנישט אוועקגעבן פון זייער זייט כדי דאס צו באקומען. לעומת זה איז דאס א מאראלישע קלאפ אז זייער בעלי פלוגתא באקומען אזא גרויסן בנין אין צענטער פון שטאט.
צד מהר"א האט טאקע אויך א שטארק געווינס אז זיי באקומען דעם מעכטיגן בנין, לעומת זה איז עס פאר זיי אויך א שווערע פיל אז זיי דארפן אויפגעבן אויף די קעפמס אין די צייט וואס זייער בעלי פלוגתא האבן גארנישט געדארפט אויפגעבן פון זייער זייט.
לויט ווי דו שרייבסט דא זענען ביידע גלייך לגבי מאראל, ביידע האבן א גוטע און שלעכטע חלק. דאס איז א נארמאלע זאך ביי יעדע פארהאנדלונג, ביידע פארדינען און ביידע מוזן שלונגען. (א זאך וואס די זאליס האבן נישט געוואלט) די איינציגסטע חילוק (אויב אלעס גייט אדורך) צווישן די זאליס און ארונים איז 50 ביז 100 מילאון דאללער. נישט אזא שלעכטן נאכט געווען.
גאלדשרייבער
למעשה דער סך הכל:
היות ס'איז קיין דיעל נישט געווען, האבן די ארונים נישט אויפגעגעבן זייער טענה אויף די קעמפס, און נעקסטע יאר איז חוזר חלילה די גאנצע מעשה (איך מיין אז נעקסטע יאר באקומען די ארונים די קראון הייטס ארמארי....)
נעווער!!
קלאר: אויב די אהרונים באקומען די ארמארי, זענען די קעמפס "פערמענענטלי" פאר די זאליס, די סטייט איז נישט משוגע,
די סטייט איז נישט משוגע, אבער זינט די זאליס זענען יא משוגע מוז מען טוהן משוגענע זאכן ווען מ'האנדעלט מיט זיי. און איך זעה טאקע אז שעפטל -וואס שטעלט זיך אויס צו זיין גאנץ א קראנטע מקור- שרייבט אויך אזוי. די זאליס באקומען נישט דעם דיעד.
אקעי כעל נאכגעבן אז גאנץ מעגליך דער דיעד ווערט נישט געטוישט,
אבער דאס זעה איך עגריט יא יעדער, אז אויסער די הבטחה וואס זיי געבן די סטעיט אז זיי גייען מער נישט פארלאנגען די קעמפ פערמיטס, וועלן די ארונים פשוט נישט האבן די העזה עס צו טאן, אויב באקומען זיי די ארמארי, דאס איז פשוט לאגיק
די סטייט איז נישט משוגע, אבער זינט די זאליס זענען יא משוגע מוז מען טוהן משוגענע זאכן ווען מ'האנדעלט מיט זיי.
כ' זעה נאכנישט פארוואס די סטעיט איז משועבד אוועק צו געבן א אייגן חפץ ווען צוויי משוגעים שלאגן זיך
אבער דאס זעה איך עגריט יא יעדער, אז אויסער די הבטחה וואס זיי געבן די סטעיט אז זיי גייען מער נישט פארלאנגען די קעמפ פערמיטס, וועלן די ארונים פשוט נישט האבן די העזה עס צו טאן, אויב באקומען זיי די ארמארי, דאס איז פשוט לאגיק
לאגיק איז געשטארבן, פוק חזי
זר זהב.SatmarHQ: Chasdei Hashem the Camp Permits are resolved with out any deal and no one is getting the New York State Armory it will go for an open bid.
זייט ווען דארף עס גיין פאר א ביד? ברכה סימא בילדינג/בית רחל העריסען/טרופ עוו./סענדז סט./פעטשן עוו./דעגרוי סט. ועוד. האט מען קיינמאל נישט בייקימען (ליעס/געקויפט) דארעך א ביד, אלעס איז געגאנגען דארעך קאנעקשאנס.
זר זהבאין כעס? דו באקסט מעשיות צי דו פארציילסט וואס אנדערע זאגן כאילו פאקטן. ס'העלפט נישט קיינעם צו, ס'דא ארוינים וואס שרייבן דא מער פאקטועל, סוי האלט דיר איין פאר די שיקסט עפעס אין די וועלט אריין. ס'אדווענסט נישט קיינעם'ס קאוז. שרייבן האלב געצייטיגטע זאכן איז גוט פאר הייד פארק
און פון מיין זייט קענסטע האבן דאס גאנצע ארמארי
זר האסט מיר נאכאלץ נישט געענטפערט וואס איך האב ראונג געשריבן, און וואס איז דא אומגעצייטיגט (חוץ די איינע זאך אז די ארמארי איז נאך נישט 100 פראצענט דורך)
green sundayזר זהב.SatmarHQ: Chasdei Hashem the Camp Permits are resolved with out any deal and no one is getting the New York State Armory it will go for an open bid.
זייט ווען דארף עס גיין פאר א ביד? ברכה סימא בילדינג/בית רחל העריסען/טרופ עוו./סענדז סט./פעטשן עוו./דעגרוי סט. ועוד. האט מען קיינמאל נישט בייקימען (ליעס/געקויפט) דארעך א ביד, אלעס איז געגאנגען דארעך קאנעקשאנס.
שאל אביך! די מעשה ביי ברכה סימא און בית רחל העריסאן ביד און די פשרה מיט פאפא!
לויט וויפיל איך האב זיך נאכגעפרעגט איז קיין ביד נישט געווען בכלל אינוואלווד ביי יענע פייט, מען האט זיך געפייט ווער עס זאל באקימען די מארסי בילדינג (ברכה סימא), און מען האט געמאכט א פשרה 50/50 אויף די העריסאן בילדינג.
ווי עס שטעלט זיך ארויס איז די מצב ווי פאלגענד:
די זאליס האבן באקומען פערמיטס 'בלויז אויף היי יאר' אהן קיין שום התחייבות מצד די ארונים אויף נעקסטע יאר, קיין שום דעיל, הסכם, אפמאך, איז נישט געשלאסן געווארן.
אויף נעקסטע יאר האלט מען ווידער ביי א'.
די ארמארי האבן די ארונים באקומען פון די סטעיט בלויז אלס זייער נקמה אין די זאליס פאר זייער אויפירונג ביים פארהאנדלן, נישט צוליב אז מען זאל אפטרעטן פונעם קעמפ.
סך הכל, צוליב זייער פרעסטידש האבן די זאליס דערלייגט:
- א פערמענאנטע לעזונג צו די קעמפס.
- א פערמענאנטע לעזונג צו די מצה בעקעריי.
- מיליאנען פון א האלבע ארמארי.
- זייער צד שכנגד באקומט א מעכטיגע באזע אין וומ"ס.
- א אוזן קשבת אין אלבעני.
די ארונים האבן דערלייגט:
- איין יעריגע מאראלישע חיזוק פון פארמאכן די קעמפ.
די זאליס האבן זיך אויך ארויסגעשטעלט צו זיין פשוטע ליגנער'ס און קעפ-דרייער, סיי ביים פארהאנדלן און סיי ביים ארויסלאזן אומגעשטויגענע נייעס.
השמיםדי ארמארי האבן די ארונים באקומען פון די סטעיט
BS
זר, דער עולם איז הינגעריק פאר אינפאו, וואס מיינסטו מיט BS, איז דאס א השערה אדער אינסייד סחורה
קיינער האט נישט די ארמארי עז אוו נאו
שכוח, דאס ווייס איך אויך, די שאלה איז צו איינער האט באקומען א הבטחה, איז דאס BS לויט דיינע קוועלער?
כ'כאפ נישט. כאמיר דאך באצויגען צו א קוואוט פון השמים, ער זאגט אז די ארוינים האבן די ארמארי.
אקעי, שכוח פארן קלעריפייען, ס'אלעס בסדר,
א חידוש נפלא......... מהנדלט דא וועלעכע תגובה עס איז מער מסבר אל האוזן. וועל איך קוואטון וואס איך האב געהערט פון איינעם וואס איז און אלבעני מצד די ארונים פאר די לעצטע פאר חדשים.
קוואט
"אינז גיי מיר זיי געבן נאך א יאר די פערמיטן ווייל מיר קענען נישט לאזן די קעמפ פארמאכט. אבער קלאר נאר פאר איין יאר דערנאך וועט די גאווענערס אפיס זיין פאלי אינוואלווד במשך די יאר צו פרויבירן צו סעטלען דעי אישו. בשכר זאת וועלען די ארונים באקומען די גאנצע ארמערי פאר א שפאט ביליגע ליעס פרייז א יאר (געווענדליך א דאללער א יאר) אבער מער וועט מען זיי דאס נישט געבען"
ענד קוואט
עס קען זיין אז עס ציפט. טאקע איך האלט אויך אז עס ציפט אבער דער גאווענער האט געזען מיט וועם ער דיעלט דא.
פון איין זייט די ארונים וואס נאכן אינטערשרייבן א דיעל זענען זיי גרייט איינצוהאלטן וואס מהאט זיך אינטערגענומען.
פון די צווייטע זייט זאליס וואס נאך די חתימות פארלאנגען זיי נייע זאכן.
און א שטארקע חיזוק פאר די ארונים איז געווען ווען דער גאווענערס אפיס האט מודיע געווען דעם סטעיטמענט פאר די ארונים האבן זיי צוגעלייגט אז עטס האטס געהאנדלט פראפעשענאל (ווער פון ענק וואס ארבעט אין א פראפעשענאל ביזנעס אזוי ווי B&H אדער עני אנדערע אזא מין קאמפעני ווייסט אז דאס מיינט מער ווי אקאמפלימענט. דאס מיינט מיר זענען גרייט צו טון נאך ביזנעס מיט אייך)
יעצט הרב זר. איך ווייס נישט אויב עס מאכט סענדס אין דיינע אויגן אבער ווילאנג די ביזט נישט גאווענער נאר קאמא איז, אינטערעסירט מיך נישט וואס די טראכסט, נאר וואס קאמא טראכט.......
דערווייל האבן די ארונים אויף ווס צו טאנצען, אויב וועט זיין עני טשענזעס וועט מען עס דארפן ריעוועליועטען.
אבער איך האב געהערט אז קאומא געט ענק אויך די צווייטע העלפט פון די ברוקלין ברידזש, פון אינמיטן די איסט ריווער ביז מאנהעטטען. עלמיר זעהן וויאזוי ס'וועט זיך אויסקאכן. ס'קען גאר זיין אז קריסטי וועט אויך צואווארפן עפעס א ביינדל.
איך האב גארנישט שפאקולירט.
זר זהבאבער איך האב געהערט אז קאומא געט ענק אויך די צווייטע העלפט פון די ברוקלין ברידזש, פון אינמיטן די איסט ריווער ביז מאנהעטטען. עלמיר זעהן וויאזוי ס'וועט זיך אויסקאכן. ס'קען גאר זיין אז קריסטי וועט אויך צואווארפן עפעס א ביינדל.
איך האב גארנישט שפאקולירט.
אבער די פארשטייסט אז דאס איז אן ענטפער פון טענו בחיטים והודו בשאורים......
די האסט מיר גארנישט גענפערט, איך האב דיר געזאגט די רעזאלטס פון נעכטען אין שוין...
עס ציפט!!!!!!!! אבער נאך ווי עס ציפט פאר די זאליס. אבאמא ווען ער האט געהאט זיינע פראבלעמען די לעצטע פאר וואכן איז ער נישט געווען צום האבן. איך רעקעמאנדיר דיר די זעלבע...
מיר ציפט נאר א קאלט גלעזעל סעלצער. איך ווייס נישט וואס דו הערסט אדער וואס אנדערע הערן, און איך ווייס נישט וועם איך מוז גלייבן. לע"ע האלט עס נישט אין ערגעץ. און דאס איז סך הכל וואס איך זאג.
איך וועל נישט פארלירן איין רגע שלאף אויב דו האסט די ארמארי, איך פארשטיי נישט די באזע איינרעדעניש. דו מיינסט אז די זאליס זענען בת היענה'ס און ווילאנג די ארוינים זענען אין הופער רעדן זיי זיך איין אז ענק עקזיסטירן נישט?
וואס דו זאגסט מיר יעצט אז זיי זענען נישט קיין בת היענה'ניקעס..... אויף דעם ענטפער איך איין זאך, וועק אפ ענד סמעל די קאפי....
די גאנצע לעצטע וואך איז געווען א שטיק בת היענה שפיל.
אויב איז אמת אז די דיעל איז נישט קיין פארטיגע זאך ביז נעקסטע זונטאג דאן איז די זאלי פלאן זייער פשוט, קודם פארזיכערט מען די קעמפס אויף היי יאר און נאכדעם לאזט מען ארויס א שטינק אין די פרעסע איבער די ארמארי דיעל און די גאנצע געשעפט איז אויס,
די ארוינים וועלן זיין די גרעסטע לוזער פאר די הייפ וואס זיי האבן געמאכט
sorry
קעגן די נעט, אייזענע זשאב!!!
אבער אפאר קליינע (ממש פיצעלע) קשיות!
1) אויב ביסטו ווען א זאלי וואלסטו דאס נישט ארויפגעלייגט ווייל דאס מאכט דאך פורים פון ר׳ זלמן לייב און זיין גאנצע פארטיי/זיינע אלע קאפ מענטשען.
2) אהא סוי די ביסט א אנדערקאווער ארוני און דיין בעסטע חבר (אויפן שמיעס זעהט מען אז דער איז נישט סתם איינער וואס ווען די טרעפסט אים אופן גאס זאגסטו אים גיט מארגן און די גייסט ווייטער, דיין נאוועלע שפינט אים אפ ווי א נאנטע חבר) ווייסט נישט אז די ביסט אן ארווני ווייל נניח אז די ביסט אן ארוני וואלט ער דיר קיינמאל נישט געגעבן די גאנצע אינפארמאציע....
3) דיין נאנטע חבר וואס האט א סעלפאון, ווייסט אלע הייסע נייעס, האט טעקסט מעסידש (לכאורה וואטס עפפ אויך) און עס איז פעיר צו זאגן אז ער האט אינטערנעט אויך, און די גייסט און די לייגסט דא ארויף די גאנצע שמועס און די ריסקט אז דיין חבר ליינט דאס היינט נאכט און האקט אפ מיט דיר פארעווער און די פארלירסט א מעכטיגע אינסייד ניוס סארס. (די ריסקס איז עי ביט טו ביג...)
און צו דיר לאמיך זאגן זייער קלאר, די שאצט זייער שטארק אינטער די קאליבאר פון קאווע שטיבל ליינער און שרייבער, ווייל אויב די מיינסט אז די קענסט פארקויפן שטותים און מעשיות וואס שטימט נישט מניה ובי און מען זאל עס דא אפקויפן דאן לעבסטו און א מעיזשער טעות מיין פריינט!
די חכמה פון שטעלן צוויי ארונים טעקסטן איינער מיטן צווייטן (למשל שמואל ווידער און יאסי בראך) און שפילן די ארוני זאלי געים איז שוין א אלטע אויסגעדראשענע מיטל צו פארקויפן שטותים!
גייטס זיכט אייך א פלאץ ווי עס איז דא מענטשען מיט א לוי איי קיא (עס דארף זיין ממש לוי ווייל אפילו א טראפ שכל איז שוין גענוג) אילי וועט עס דארט געלאנגען.
אה! און סתם ביזנעס עדווייז, און די קענסט שרייבן אזא נאוועלע ווי שלשה אחים ווייל דאס דארף נישט מאכן קיין סענס לכתחלה!
קלאר צו מאכן.....
דיין אלטס ווייסער איז פון די זאליס זייט וואס ספינען ווי משוגא אנגעהויבן פון א פערמיט וואס שטייט קלאר אז NO WORK SHELL BE DONE אז מרעדו דא פון א פערמיט צו בויען. אין אזוי ווייטער מיט די קעמפס וואס איז טעמפארערי פאר איין יאר טין נעקסטע יאר איז חוזר וניעור.
אין צד ארונים זאגן אז די ארמערי איז געשלאסען. אין פאקט איז שוין היינט געזיצען די לויער פונעם גאווענער מיט צד מהר״א לויער אויפן קאנטראקט
קיצור חיי שעה לפי שיטות מהרזל וואס ווערט אפילו נישט אפגעקויפט פון די אייגענע קיען הייסט אויך געלעבט
איך הער
אין נאך א פוינט אויב איינער קען מיר ענטפערען. פארוואס איז די בילדונג אראפ פון די סטעיט ליסט????
אוי ביטע באפאלטס מיר נישט איך זאג נישט אז יענער איז גערעכט אדער נישט אין איך זוך נישט קיינעם צי פארקויפן גארנישט. איך האב עס ארויפגעלייגט אזוי ווי סצוגעגאנגען, אבער מיר לאזטס אפ, איך וויל נישט ווייטאן קיינעם איז טוטס מיר נישט וויי
זר זהבאבער איך האב געהערט אז קאומא געט ענק אויך די צווייטע העלפט פון די ברוקלין ברידזש, פון אינמיטן די איסט ריווער ביז מאנהעטטען. עלמיר זעהן וויאזוי ס'וועט זיך אויסקאכן. ס'קען גאר זיין אז קריסטי וועט אויך צואווארפן עפעס א ביינדל.
איך האב גארנישט שפאקולירט.
L O L
קעגן, לייג עס צוריק, ווייל איינער האט חוזק געמאכט מיינט נאכנישט יעדער האלט אזוי. איך האלט דייקא אז דאס איז אן אמת'ע ז שמועס. אצינד, כ'ווייס נישט צו די פאקטן שטימען צו נישט, כ'גלייב שווער א סקול זאל קענען גייט אהן פערמיטן, אבער אפילו אויב יא איז דאס טיפיקעל ז ווערסיע, ווייל (כאילו) איך בין נישט דעספרעט פאר די קעמפס פערמיט און פאר א בילדונג, ממילא בין גרייט פאר מיין פרעסטידזש צו דערלייגן די מיליאנען פון די ארמארי און פון די פראגראמען...
שמים די האסט געהאט אן ארגע...ם יעדע מאל די האסט געליינט זיינע בויך (שלשה אחים סטייל) תגובה?
אויב איז דיר אזוי וויכטיג דאן גיי איך אויסמעקן מיינע קשיות און אים בעטן ברחמים ער זאל דאס שנעל צוריק ארויפלייגן.
איך האף אז איינער לייגט דא אוועק אלע תגובות פון זר זהב, למען יעמדו ימים רבים...
קעגן די נעטsorry
מיינע קשיות ענטפער מיר ביטע
שוין ווייטער דא נייעס...איינער ווייסט עפעס?
דאס פארט יעצט ארום:
מ'האט געמאכט אפאר חדשים צירוק אן אגרימענט מיט 7 מיליאן און ארמארי און אפאר אנדערע קלייניקייטן. די ערשטע מאל אין היסטאריע די זאליס ברעכן זיך און פארהאנדלן. יעצט ווען ס'געקומען למעשה האבן זיי זיך געהאלטן שטארק און נישט געוואלט סיינען. האט דער פראקאוקאו פאר כעס געזאגט 'די ווילסט נישט? איך געב די גאנצע ארמארי פאר די ארונים' און צוגעלייגט: יעצט אויב עטס ווילטס נאך יא סיינען דעם דיעל געביך ענק צייט ביז זינטאג מיר צו קאלן. גייט נישט דורך קיין צוויי מינוט קומט א מעסעטס פון זייערע טוויטער אז מ'האט די קעמפס אנע דיל און די ארמארי גייט פאר א ביד. די ארונים זענען לוזערס און זיי האבן ווייטער געזיגט.
ויהי ממחרת! די זאליס וועקן זיך אויף צו א ווילדע מציאות, די ארונים באקומען א סקווער בלאק אין ווילי און זיי קריגן אלטע קעמפס ווייניגער ווי האלב די ווערט פון די קעמפס, און אויך נאר אויף איין יאר אנע אגרימענט. ס'געווען א היפשע דילעמא זאל מען זיך ברעכן צו די ארונים צו זאל מען בלייבן שטאלץ?! אבער וואס א מינוט שפעטער האט די מציאות געפאטשט אין פנים, אדער פארהאנדלסטו מיט די ארונים ווי א נארמאלע מענטש אדער באקומט ער א סקווער בלאק אנע סיינען גארנישט. ס'האט נישט גענומען לאנג און יא, די אזוי געריפענע געווינער קאלן אן דעם גאווענער וויינען אז מ'האמער געמאכט א מיסטעיק, מ'ווילמיר יא האנדלן מיט די ארונים(די לוזערס וואס זענען קוים אפאר פראצענט פון ווילי) און מ'זעמער גרייט צו סיינען.
און דא האלט מען יעצט, היינט 1 האבן זיי א מיטונג מיטן גאווענער.
איך גלייב אז די ארונים ווילן שוין נישט קיין דיל זיי ענדישער די גאנצען בלאק ווי זיך צוטיילען
אויב מוזן די אהרונים זיך טיילן מיט די ארמארי חצי חצי איז עס א שרעקליכע פאטש פאר די אהרונים, נאך די גאנצע הייפ די לעצטע 2 טעג, (חוץ אויב זיי באקומען עפעס אנדערש אנשטאט)
עצה טובה, אויב איז דא א דיל און מען צוטיילט די ארמערי האלב אויף אויף האלב, זאל מען שוין אריינשרייבען אינעם דיל ווער עס גייט עס ניצען כ״א כסליו, אז נישט וועט די גאווענער׳ס אפיס דארפן זיין ביזי דערמיט פון סוכת ביז א וואך בעפאר כ״א כסליו.
א שטארקע פאטש יא, אבער אזוי איז דאך געווען אפגעמאכט הגם קיינער האט נישט געגלייבט אז זיי גייען גיין צום טיש.
לדעתי איז פאר די זאליס א דיעל א גרעסערע פאטש ווי פארלירן די ארמארי, די ארמארי איז נישט אויף זייער ליסט.
אזויווי יעצט זענען ביידע געווינערס, חצי חצי זענען ביידע לוזערס.
מען ספינט שוין ווייטער!
די אלע וואס האבן זיך שוין געפאטשט און בויך די לעצטע צוויי טעג אז זיי האבן די ״גאנצע״ ארמערי זענען שוין פליצלינג צעפרידן נאר מיט א האלבע.
קינדערלעך wake up מען מאכט פורים פון אייך!!!