[ציטאט אראפגענומען]
Anche se nessuno sta per essere ubderstanding la conversazione?
may be maybeלדאבונינו קען איך נישט איטאליעניש, יאנקעל. מיר וועלען מיזען באגענוגען זיך מיט פארגרייזטע דייטש. 🙂
[אגב, ראיתי כתוב, אז די שורש פין 'טייטש חומש', איז 'דייטש חומש', מען האט מפרש געווען די חומש אויף מאמע לשון. אין פין דעם האט זיך דעוועלאפט אז 'טייטש' זאל מיינען מסביר זיין, פארטייטשען.]
וואס האט איר אלע צו קאמענטירען/אפפרעגען אויף וואס איך האב גשריבען [אין אידיש] ביז אהער?
פשוט-קאמפליצירטmay be maybeלדאבונינו קען איך נישט איטאליעניש, יאנקעל. מיר וועלען מיזען באגענוגען זיך מיט פארגרייזטע דייטש. 🙂
[אגב, ראיתי כתוב, אז די שורש פין 'טייטש חומש', איז 'דייטש חומש', מען האט מפרש געווען די חומש אויף מאמע לשון. אין פין דעם האט זיך דעוועלאפט אז 'טייטש' זאל מיינען מסביר זיין, פארטייטשען.]
וואס האט איר אלע צו קאמענטירען/אפפרעגען אויף וואס איך האב גשריבען [אין אידיש] ביז אהער?
איך האב הנאה געהאט צו לייענען דעם שמועס - הגם איך בעפארצוג אידיש צו ענגליש, און אפילו איטאליעניש.
איך פארשטיי וואס דו שרייבסט, ר' ספק-ספיקא, און טייל די פרוסטראציע פון דיין לעצטער ענגליש-איטאליענישער תגובה.
עמי אנוכי בצרה...
געפילטע פיש"So the explanation of space would
be ‘the time it takes to get
from point A to point B’. Go ahead and
try to explain it otherwise"
700 hydrogen atoms wide by 2 trillion plank lengths high.
וועסטו זאגן אז דאס איז פונקט ווי די יארד סטיק וואס איז ניץ א קלענערע מאס צו מעסטן א גרעסערע מרחק, אבער ס'איז אביסל אנדערש ווייל דאס זענען spatial measurements that occur in nature.
א היידראזשען אטאם ברייט איז א היידראזשען אטאם ברייט.
געפילטע פיש
וועסטו זאגן אז איך מוז נוצן צייט מסביר צו זיין פאר דעם באגרענעצטן ילוד אשה וואס דאס מיינט? סא וואט? ווער זאגט אז וויבאלד איך דארף בארגן א משל פון צייט דאס מסביר צו זיין מיינט אז ס'בעצם די זעלבע?
געפילטע פיש
נאך א זאך וואס כ'דער געוואלט פרעגן, דו האסט געזאגט א בלאט צוויי צוריק אז וויבאלד אונזער פערסעפשען, די נערוועס סיסטעם ארבעט אויף די ספיד אוו לייט, עלעקטראמאגנעטיק ספיד, וועגן דעם איז דאס די ספיד אוו די יוניווערס. איי בעג טו דיסאגרי, האלטסט אז ווען אונזער פערסעפשען וואלט געארבעט שטייטער וואלט די יוניווערס ביהעיווד אנדערש?
ברויןוויפיל שענער וואלט די שמועס געווען ווען ס'איז ווען אויף מאמע לשון
איך אויךגעלונגן, ער רעדט פון מאמע לשון נישט מענה לשון.
עד כאן ממה שכתבתי לעיל."די עיקר נקודה וואס איך האב געוואלט אנמערקן אין דעם גאנצען לאנגען שמועס איז אז מען דארף האבען א בעסערע אין טיעפערער באגריף אין די מושג פין מקום אין זמן כדי צו פארשטיין הגאון הגדול הרב אלבערט איינשטיין.
אין עס קען זייער צוניץ קימען די פארשטאנד אז מקום אין זמן זענען נישט בעצם הבריאה, וכמו שכתבתי לעיל "מקום און זמן [ובתוכם מהירות-ספיד] זענען אונזערע מושגים וואס מיר מיט אונזערע חושים ווארפען ארויף אויף די בריאה דערמיט צו קענען געבען עס א שטיקל סדר [עיין עמנועל קאנט ועוד ועוד] מיר וועלן דעריבער אוודאי געוויס מאכען דעם סדר מיט אונזער כעמיקאלע רעאקציעס ווייל דאס איז אלעס וואס מיר פארמאגען"
אויב בין איך מיך נישט טועה העט איך געזאגט אז א גרויסע יסוד פין אונזער וויכוח איז טאקע צו מקום אין זמן זענען אונזערע מושגים וואס מיר האבען פשוט ארויפגעווארפען אויף די בריאה אדער צו עס איז וואו די שרייבסט אויף מקום
“ It is a fundamental property of our universe”.
הפילוספים למיניהם האבען ביי דיר נישט קיין האפט, דעריבער האט נישט געהאלפען מיין ציטירין פין קאנט.
לערי פעיג אין סערעגי בין אין זייער ספר המפתח הגדול האבען מיר יעצט צוגעוויזען אט די מימרא פין הגאון בכבודו ובעצמו
"[Space and time are modes by which we think, not conditions under which we live. [Albert Einstein
may be maybeעס איז שווער צו שרייבען קלארער אזי איך בין נוטה ממש להיפך צו וואס די זאגסט נאך אין מיין נאמען.
עס קוקט מיר אויס אז די האלטסט אז מיין שאלה איז נישט גילטיג לויט דעי שיטה. פליז עקספלעין פארוואס.
may be maybeשרגא,
כ'פארשטיי נישט. די בעטסט מיך איך זאל אפלאזען די נושא פין עלעקטראמאגנעטיקס. נו, איך האב דאך שוין דאס לאנג געטוהן [פאר דע טיים ביענג]. איך האלט אין איין פרעגען די פשוטע שאלה "וואס איז ספעיס"? אין איך לייג פאר אז עס איז זייער תלוי אין דעם אז עס נעמט צייט אנצוקןמען פין פוינט א' צו פוינט ב'. [עיין לעיל]
אזוי אויך סטרעסס איך א גאנצן צייט, עס איז נישט קיין קונץ סתם צו זאגען 'איך האלט נישט ווי דיר' [אדער 'די פיזיקערס האלטען נישט ווי דיר']. צו ענטפערען די שאלה 'וואס ספעיס איז', דארף מען עס פשוט ענטפערען. פליז אין יאאר און וואורדס [אין דיין אייגענע ווערטער] זאג מיר וואס ספעיס איז.
שרגאאפילו אויב זאל מען אויף אן אופן ארויסזייגן יעדע איינציגע אטאם און פארטיקל פון א באשטימטע פלאץ אין ספעיס, וועט עס נישט ווערן "אויס", עס וועט נאך אלץ בלייבן א יש, און עס וועט זיין א טייל פון "ספעיס", פון "מציאות" (ווי לגבי אז אנדערע קוואנטום כוחות, ווי "דארק ענערדזשי" וועלן דארט ווייטער פונקציאנירן).
"עס איז פשוט א מציאות וואס איז אנוועזנד איבער די גאנצע בריאה, פונקט ווי צייט. און ניין, מיר קענען נישט רעדן דערפון אן דעם וואס עס זאל האבן א שייכות מיט עפעס אן אנדערע זאך אין די מציאות, פונקט ווי קענסט נישט רעדן פון צייט אן דעם וואס זאלסט רעדן כלפי עפעס אנדערש, ווייל אלעס איז געקניפט און געבינדן. יא, מיר ניצן ספעיס אויך צו מעסטן די צייט וואס עס נעמט אנצוקומען פון איין פלאץ צום אנדערן"
may be maybeשטעלט זיך די שאלה [ווי איך האב געשריבען אין איינע פין מיינע גאנץ ערשטע תגובות] עס איז א מדידה בנוגע די צייט וואס עס געדויערט אנצוקומען פאר וועם? עס ווענדט זיך דאך ווי שנעל מען פארט. מען מיז בעל כרחך רעדן פין א ספעציפישען ספיד. נעם למשל די היינטיגע מדידה פין א מעטער. די אפיציעלע מעסטונג איז די מרחק וואס א שטראל פין ליכט פארט אין די צייט פין 299,792,458\1 פין א סעקונדע. פארשטייט מען אליינס אז אויב מען ספעציפירט נישט אז מען רעדט פין א שטראל פין ליכט איז דאך לא אמר כלום. איז לענינינו די שאלה וואספארא ספיד רעדט מען דא? ספעיס איז טאקע די צייט וואס עס געדויערט צו עקספיריענסן עקיזסטענס א' ביז עקזיסטענס ב', אבער מיר דארפען קובע זיין פין וועלכע טרעוולער מיר רעדן דא.
עס דארף נישט זיין קיין שום ספעציעלע טרעוולער, [מען וואלט געקענט למשל קובע זיין די מרחק פין א מעטער לויט די צייט וואס עס געדויערט פאר סאונד [קול] צו גיין. פאר געוויסע סיבות איז געווען באקוועמער פאר די אפיציעלע מודדים צו ניצען ליכט שטראל] די זעלבע בנוגע די טיפע הגדרה פין מקום וואו עס פארלאנגט זיך מען זאל רעדן פין איין געוויסע טרעוולער סיי וואסארא טרעוולער וואוד דא די טריק.
פאר סאם ריזען איז ליכט די לאקי טרעוולער. מען ניצט איר ווען מען רעדט פין די צייט וואס עס געדויערט פין פוינט א' צו פוינט ב'. ליהודים היתה אורה, מזל טוב מקודשת.
פשוט קאמפליצירטוואס האט געצוואונגען סייענס אויפצוקומען מיט דעם "איטהער", הגם קיינער האט אים נישט געזען אדער געוואוסט וואס ער איז? איז די סיבה, ווייל אין דער אילוסטראציע מיט דעם רייזנדן אין דער באן האבן מיר געזען אז די שנעלקייט מיט וואס א ריקנדע זאך פארט איז תמיד רעלאטיוו - עס ווענדט זיך פון וועלכן פערספעקטיוו. ס'איז אבער פאראן איין אויסנאם, איין בריאה וואס פליט שטענדיג מיט'ן זעלבן ספיד, אפגעזען פונעם מענטש/קוק-ווינקל וואס מעסט איר. די דאזיגע זאך איז ליכט. א ליכט-שטראל פליט אומגעהויער שנעל, 186,000 מייל פער סעקונדע. מיר זעען קיינמאל נישט א ליכט-שטראל אין עקשאן, ווייל אונזערע אויגן קענען נישט אויפכאפן אזעלכע דקות'דיגע שנעלקייטן. ווען עמיצער ריקט דעם סוויטש און צינדט אן א לעקטער, ווערט באלד ליכטיג. דאס איז אבער נישט אינגאנצן אזוי; עס געדויערט א כהרף עין פונעם ריקן דעם סוויטש ביז די ליכט פונעם באולב קומט אן צו אונזערע אויגן.
בן תמליוןאיר שרייבט אביסל קאמפליצירט, איך מיין אויף מאמע לשון קען מען מסביר זיין איינשטיינס רעלאטיוועטעט אביסל אנדערש: וואס איז צייט? צייט עקזיסטירט נישט. ווען איר קוקט אויפן זייגער און עס האט זיך גערוקט ווייסט איר עס איז אדורך צייט. א גראזל איז אן אינטש היינט אין א חודש איז זי צוויי; אט איז אדורך צייט.
צייט איז א בייאלאגישער פראצודור ווען זאכן עלטערן זיך. קוקט גוט אן דעם בר מצוה בחורל קומט צוריק ביי זיין חתונה, צייט לויפט הא?
איינשטיין האט מחדש געווען אז ווען א זאך רוקט זיך איז דער בייאלאגישער צייט זייגער שטייטער, דאס הייסט צייט איז נישט אבסאלוט נאר רעלאטיוו. דאס איז מיט דער צייט, און היינט מיט קאמפיוטערס אויפגעוויזן געווארן אלס א פאקט חאטש מיט די פליישיקע אויגן איז אוממעגליך צו זען אז איר בלייבט עטוואס אינגער ווען איר פארט אויף א באן אדער עראפלאן איז עס דאך א פאקט. איינשטיין האט אויסגערעכנט אז ווען זאכן לויפן ביים שנעלקייט פון ליכט, וואס איז לויט איינשטיין די שנעלסטע לויפענדע זאך אין די בריאה, בלייבט דער בייאלאגישער זייגער שטיין דאס הייסט זאכן עלטערן זיך נישט, צייט בלייבט שטיין!
א באקאנטע משל האט איינשטיין פארגעלייגט: א צווילינג ברודער ביידע 13 יאר אלט, איינער נעמט א רייזע מיט א ראקעט וואס פליט מיט שנעלקייט פון ליכט, ווען ער קומט צוריק נאך א וויילע צום ערד קוגל, טרעפט ער דעם צווילינג ברודער אן אלטער איד מיט א ווייסע בארד אבער ער איז פארבליבן א 13 יעריקער בחורל.
טאמבל סאספשוט קאמפליצירטוואס האט געצוואונגען סייענס אויפצוקומען מיט דעם "איטהער", הגם קיינער האט אים נישט געזען אדער געוואוסט וואס ער איז? איז די סיבה, ווייל אין דער אילוסטראציע מיט דעם רייזנדן אין דער באן האבן מיר געזען אז די שנעלקייט מיט וואס א ריקנדע זאך פארט איז תמיד רעלאטיוו - עס ווענדט זיך פון וועלכן פערספעקטיוו. ס'איז אבער פאראן איין אויסנאם, איין בריאה וואס פליט שטענדיג מיט'ן זעלבן ספיד, אפגעזען פונעם מענטש/קוק-ווינקל וואס מעסט איר. די דאזיגע זאך איז ליכט. א ליכט-שטראל פליט אומגעהויער שנעל, 186,000 מייל פער סעקונדע. מיר זעען קיינמאל נישט א ליכט-שטראל אין עקשאן, ווייל אונזערע אויגן קענען נישט אויפכאפן אזעלכע דקות'דיגע שנעלקייטן. ווען עמיצער ריקט דעם סוויטש און צינדט אן א לעקטער, ווערט באלד ליכטיג. דאס איז אבער נישט אינגאנצן אזוי; עס געדויערט א כהרף עין פונעם ריקן דעם סוויטש ביז די ליכט פונעם באולב קומט אן צו אונזערע אויגן.
טאמבל סאסאון וויאזוי האט איינשטיין געוואוסט די פונקטליכע ספיד אף לייט? דורך מעטאמאטישע חשבונות איז דאס מעגליך צו וויסן?
געפילטע פיש
וועסטו זאגן אז איך מוז נוצן צייט מסביר צו זיין פאר דעם באגרענעצטן ילוד אשה וואס דאס מיינט? סא וואט? ווער זאגט אז וויבאלד איך דארף בארגן א משל פון צייט דאס מסביר צו זיין מיינט אז ס'בעצם די זעלבע?
עס איז נישט א אישו פין מסביר זיין, עס איז א אישו פין מגדיר זיין. די הגדרה פין א קאמפיוטער איז אז עס רעכענט אויס זאכען וכו' וכו'. דאס איז איר מהות, נישט א הסבר פאר א ילוד אשה. די הגדרה פין די זאך איז די זאך. אז עס רעכענט נישט אויס זאכען וכו' וכו' איז עס נישט קיין קאמפיוטער.
די אויבענדערמאנטע הגדרה פין מקום איז 'צוויי נקודות פין עקזיסטענץ [א' אין ב'] וואס עס דארף אדורך גיין א געוויסע מאס צייט פין ווען מען עקספיריענסט א' ביז ווען מען עקספיריענסט ב'.'
לו יציור אז עס דארף נישט דורך גיין קיין צייט פין ווען מען עקספיריענסט א' ביז ב', איז נישטא קיין שום אפטיילונג פין א' ביז ב'. דהיינו כלפי וואס איז עס מרוחק. אויב די הגדרה איז ריכטיג מיינט עס אז די גאנצע מהות פין מרחק\מקום איז די צייט אפלויף.
אויב האלטסט די אז דאס איז נישט איר הגדרה, ביטע זאגט וואס איז עס יא?