☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » ביהמ"ד החדש דסאטמאר, ווילסאן

ביהמ"ד החדש דסאטמאר, ווילסאן

274 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4088
בלאט: 1 2 3 4 5 6

אבזערווירער » זונטאג יולי 7, 2013 7:27 pm

· #131231
יעצט ווארט מען אויפן גרויסן ביהמ''ד וואס וועט אראפקומען בנוי ומשוכלל מן השמים די בנין הבית השלישי וגדול יהיה כבוד הבית האחרון מן הראשון

ראדני_שדכן » זונטאג יולי 7, 2013 11:28 pm

· #131309
איך האב געהערט פון א נישט קראנטע מקור אז די אהרונים גייען גיין אין קארט די קומענדיגע טעג, איינער קען עס קונפירמען?

דעת תורה » מאנטאג יולי 8, 2013 12:56 am

· #131350
איך קען עס קאנפירמען. בעיסד אויף זייער מהלך אייביג צו געבן די קאורטס א שאנס, אז ס'געלונגט געלונגט עס אז נישט איז אויך גארנישט.

אבזערווירער » מאנטאג יולי 8, 2013 8:45 am

· #131402
די זיילונים בעייסן אויך זייער מהלך צו גיין אין קארט צו געבן א שאנס אויף די אלע חלקים וואס זיי באהערשן נישט כגון בתי החיים בקרית יואל ובניו דזשורזי, ווי אויך בית הרבנית ע"ה, און אויך א קעגן די עקזיסטענץ פונעם קריה קרית יואל מאנרא, אויב ס'געלונגט איז גוט און אויב נישט איז אויך גארנישט, סוי ככל אחינו בית ישראל בכל מקום שהם, חסידים ליטאים בלי שום יוצא מן הכלל, קיינער איז נישט מוותר אם כגובה ארזים גבהו.....

בעריש » מאנטאג יולי 8, 2013 12:09 pm

· #131434
דעת תורה
איך קען עס קאנפירמען. בעיסד אויף זייער מהלך אייביג צו געבן די קאורטס א שאנס, אז ס'געלונגט געלונגט עס אז נישט איז אויך גארנישט.


די זאגסט זייער גוט ליידער איז דאס דער מנהג און סאטמאר, איין פראקציע האט דאס געטאן און ווילי (כאטש מיט א שטיקל פנים און פארום פון 3 הזמנה'ס און א היתר בי"ד) ווידער די צווייטע פראקציע האט דאס געטאן און ב"פ,ב"ב, און אין ק"י אויף די בית החיים.
ליידער איז עס בושנו מכל עם וואס האבן זיך יא געשטעלט צי אן אינדעפענדענט בי"ד ווי קלויזענבארג קראסנע, באבוב.

גאלד » מאנטאג יולי 8, 2013 1:29 pm

· #131461
ביי יעדער סיכסוך ווי ס'דא א תובע און נתבע, איז אפי' דער תובע זאל האבן די שטערקסט טענות הייבט אלעמאל אן דער תובע ידו על התחתונה, דער נתבע זיצט אין די דרייווער סיט, ער איז מוחזק, צייט איז אויף זיין זייט, דער תובע דארף נאכלויפן דער נתבע ווי א לוזער, ס'איז עליו הראי' אז ס'געהער פאר איהם, ער דארף זיך בייגן און לעקן צו זיין צד שכנגד,
דאס איז אלעס ביי נארמאלע סיוויליזירטע מענטשן אבער ווען דער נתבע הייסט משה גבאי, איז עס על אחת כמה וכמה, דו האסט א זערא שאנס אז ער זאל קומען צו די"ת, דער מענטש איז דער קווינטעסענשל פון א "גבר אלים", אין וועבסטע"ר דיקשענערי ביי די ווארט "בולי" אדער "גענגסטער" שטייט "משה גבאי"
קוק פשוט אויף סטעטיסטיקס ממש יעדער מקום אין סאטמאר ווי די אהרונים זענען געווען די מוחזקים און די נתבעים, איז דער סיכסוך אנגעקומען צו א די"ת, בארא פארק, בני ברק, ברך משה'ס הויז און קרית יואל, וכדומה, ווידער קיין איינציג מקום ווי די זאליס זיצן ביים רידער איז עס אנגעקומען צו א די"ת, אין גם אחד, זערא, אלס האט מען געהאט הויפנס מיט תירוצים, ווי למשל דער רבי איז בעה"ב, תהלוכי הקהלה, וכו' וכו' קען זיין אז די זאליס וועלן האבן תירוצים אויף יעדע זאך אבער הלא דבר הוא, אז פונקט ווי די אהרונים זענען אין טשארדש האט מען זיך אויסגעגעליכן פאר א בי"ד, און קיין איין מקום ביי די זאליס
דאס ווייזט וואסערע לצים און קאראפטירטע מענטשן די חברה זענען, ממש רק אין יראת אלוקים במקום הזה,

blauvelt » מאנטאג יולי 8, 2013 1:42 pm

· #131465
hi gold,
i see you are busy with unrelated details tell me what is the status as of now with the new shul
do the zalis have it BY FINDING A LOOPHOLE in the system and aronim have to go to court
or is the whole thing a lie from the zalis and nothing changed

BTW WHATS UP WITH THE ARMORY ARE THE ARONIM GETTING THE WHOLE THING JUST ASKING

גאלד » מאנטאג יולי 8, 2013 3:26 pm

· #131478
why are you asking me? i never claimed to be an insider or a know all, my guess is as good as yours

blauvelt » מאנטאג יולי 8, 2013 3:30 pm

· #131484
Fair enough

ראדני_שדכן » דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:32 pm

· #132648
The Mortgage is done with cleaning on the Bais Hamedrish Hachudush & going to file for the Building permit. Aronim put lot of pressure not to allow permit before both sides give in papers review within 15 days. Possible the DOB will give them another chance.

יונגערמאנטשיק » דאנערשטאג יולי 11, 2013 2:54 pm

· #132707
הייסט מ'האט געענדיגט, נישט ריוואוקט, שטומט?

<a class="postlink" href="http://a810-bisweb.nyc.gov/bisweb/OverviewForComplaintServlet?requestid=2&vlcompdetlkey=0001648563">http://a810-bisweb.nyc.gov/bisweb/Overv ... 0001648563</a>

ראדני_שדכן » דאנערשטאג יולי 11, 2013 3:12 pm

· #132721
שטייט דא אז עס איז ריוואוקד? אדער אז ביז 15 טעג זאל מען אריינגעבן צעטלעך פארוואס עס נישט ווערן ריוואוקד?

נאטרוליסט » דאנערשטאג יולי 11, 2013 3:13 pm

· #132722
עפעס שרייבן זיי פונעם פסק דין פון סאטמאר בית דין אז די מארטגעדזש איז א פראוד.

ווער האט דעם פסק דין?

ראדני_שדכן » דאנערשטאג יולי 11, 2013 3:18 pm

· #132723
ווי שרייבן זיי עס?

יונגערמאנטשיק » דאנערשטאג יולי 11, 2013 3:23 pm

· #132725
ראדני_שדכן
שטייט דא אז עס איז ריוואוקד? אדער אז ביז 15 טעג זאל מען אריינגעבן צעטלעך פארוואס עס נישט ווערן ריוואוקד?



פאר מ'גייט אריין אין דעטאלן וואס ס'שטייט אויפן צעטיל, איז נישט די מעסידזש וואס דו האסט געברענגט פארפירעריש? דארט זעהט אויס ווי די ארבייט האט זיך געענדיגט, און פאר מ'גייט צו נעקסטן שטאפל פון בויען, האבן די ארוינים געבעטן נאך א טשאנס. איז דאס וואס דו זעהסט אינעם בריוו?

נאטרוליסט » דאנערשטאג יולי 11, 2013 3:37 pm

· #132730
דער בריוו פון די בילדינג דעפארמענט!

LETTER OF DOB 7/11/2013

גאלד » דאנערשטאג יולי 11, 2013 4:06 pm

· #132734
נעקסט טיים פאלגטס א עצה פון א קלוגן איד

ליינט דא פארזיכטיג

blauvelt » דאנערשטאג יולי 11, 2013 4:08 pm

· #132736
i think that everyone will admit that dob is a chosek
last week aronim need to go to court this week zalonim need to go to court
would anyone be suprised that next week sthey have a new letter
with something different

פיינע קאווע » דאנערשטאג יולי 11, 2013 4:19 pm

· #132740
סוי וואס איז מיטן סיין בורא עולם ? מיין עצה מען זאל עס ארויף דרייען ביז מען לאזט ווייטער בויען.

יונגערמאנטשיק » דאנערשטאג יולי 11, 2013 4:20 pm

· #132741
blauvelt
i think that everyone will admit that dob is a chosek
last week aronim need to go to court this week zalonim need to go to court
would anyone be suprised that next week sthey have a new letter
with something different



אפשר מעג איך וויסן דיין מקור אז מ'איז געגאנגען אין קאורט? א לינק?

זלמן זאפיר » דאנערשטאג יולי 11, 2013 4:28 pm

· #132746
איז דא אן אפדעיט וואס יעקב בער טייטלבוים האלט וועגן טאנצן די הקפות אינעם נייעם שול ?

שעפטל » דאנערשטאג יולי 11, 2013 4:59 pm

· #132751
גזילה פון ביהמ"ד החדש אין וויליאמסבורג אפגעשטעלט ב"ה


אין די לעצטע מינוטן איז אנגעקומען די בשורה טובה אז נאך עטליכע וואכן וואס דער כת וואס באזיצט בגזילה עטליכע נכסי הקהלה אין וויליאמסבורג האבן מיט פארשידענע דריידלעך פרובירט צו פארכאפן נכסים פון קהלתינו הק' אין ווילאמסבורג, מיט'ן ארויסנעמען פערמיטן צו רייניגן דעם ביהמ"ד הגדול אויף בעדפארד עוו. קארנער ראסס סט., און דורך דעם פרובירן צו פארכאפן דאס גאנצע בעלות אויפן בית המדרש החדש, זענען די שטאטישע באאמטע אויפגעקומען אויף די פרעכע מעשי הגזילה פון די ריכטיגע בעלים, און האבן געשיקט א אומצוויידייטיגן בריוו צו די ראשי הכת, אז זיי זאלן זאפארט אפשטעלן די כלומר'שטע רייניגונג-ארבעט, און א פולע "ריוואק" (אפשטעל) וועט נאכפאלגן ביז פופצן טעג.

מיט צוויי וואכן צוריק, אינעם ביטערן טאג שבעה עשר בתמוז - יום גבר האויב ותבקע העיר - זענען אנשי שלומינו געכאפט געווארן אין שאק ווען ס'איז באקאנט געווארן די פרעכע גזילה לעיני השמש, דורך פרובירן צו בא'גזל'ען אזא טייערן פארמעגן נכסי הקהלה, ובפרט ווען מ'נעמט אין באטראכט אז אין דעם ביהמ"ד החדש ליגט באגראבן שווערע מיליאנען דאללארן בלויז פון אנשי שלומינו וועלכע האבן אין יענע יארן געזוכט צו קויפן א זיץ בצל קורתו פון רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע, אויף וועלכן עס גילט נישט קיין שום טענות ומענות צו פארכאפן דעם בעלות בשאט נפש.

אין לויף פון די צוויי וואכן האט מען געפייערט און גע'יובל'ט, מ'האט געהאנגן ריזיגע פלאקאטן בחוצות וויליאמסבורג און לאנגע צייטונגס ארטיקלען, צו פארפעסטיגן די מעשי גזילה לעיני השמש.

היינט, דאנערשטאג פר' דברים לס' "אנחנו נעלה ונלחמנו ככל אשר צונו ה' אלקינו" איז דאס אלעס געקומען צו א אפשטעל!!!

אינעם בריוו שרייבן די העכסטע אינסטאנצן פון די בילדונג דעפארטמענט, אז דער "סטאפ ארדער" גייט זאפארט אריין אין קראפט, דער פערמיט איז בטל ומבוטל כעפרא דארעא, און קיין שום ארבעט קען נישט געטוהן ווערן אינעם ביהמ"ד החדש. זיי ווידערהאלן קלאר און דייטלעך, אז דער גאנצער "מארגעדזש שפיל" איז בלויז געווען א אונטערגעשטעלטע גזילה דורך אייגענע מענטשן, און דאס ווערט פולקאם צוריקגעשטעלט צו איר פריערדיגן סטאטוס. דער איינציגער וועג צו עפענען דעם ביהמ"ד החדש איז בלויז דורך קלארשטעלן ווער ס'זענען די ריכטיגע בעלים, וואס דער העכסטער אפעלאט געריכט אין ניו יארק סטעיט האט שוין גע'פסק'עט אז דאס קען קומען בלויז דורך א דין תורה בישראל!

ס'איז צו האפן אין די יעצטיגע טעג פון חורבן בית מקדשינו וואס איז געקומען צוליב שנאת חנם, אז ס'וועט נתעורר ווערן א רוח טהרה ממרום צו שליכטן יעדן סכסוך ביי דין תורה בישראל, און ביז דאן האפט מען צו השי"ת אויך אויף ווייטער "שלא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים" עד ביאת גואל צדק במהרה בימינו אמן.

-ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם-


קרעדיט: בחצרות סאטמאר - <!-- e --><a href="mailto:BechatsrosSatmar@Gmail.com">BechatsrosSatmar@Gmail.com</a><!-- e -->

שרייבער » דאנערשטאג יולי 11, 2013 5:15 pm

· #132754
יעצט באקומען א אימעיל פון די זאליס <!-- e --><a href="mailto:talrab@aol.com">talrab@aol.com</a><!-- e --> <talrab@aol.com>

בשורה טובה תדשן עצם

ווי יעדער ווייסט האבן מיר דעם פארגאגענעם חודש ב"ה באקומען די נויטיגע פערמיטן צו רייניגן און אויפבויען דעם בית המדרש החדש אויף ווילסאן סטריט, און מיר האבן ב"ה געמאכט גרויס סייעתא דשמיא און געמאכט גאר פראגרעס אויף דעם געביט, און מיר קענען ב"ה מעלדן מיט גרויס פרייד אז מיר האבן געענדיגט די ערשטע פאזע פון פון רייניגן און פאררעכטן.

איצט גרייטן מיר זיך אי"ה צו די 2טע פאזע פון אויפבויען דעם בית המדרש הגדול אז מיר זאלן עס אי"ה שוין קענען באנייען אויף די ימים נוראים הבאים לקראתינו, און בנערינו ובזקינינו וועלן אי"ה רבבות אידן מסלתה ומשמנה קהילתינו הקדושה וועלן אי"ה טאנצן די הקפות אין דעם נייעם בית המדרש מיט כ"ק רבינו שליט"א בראשינו.

די וואך האבן מיר ב"ה באקומען די נויטיגע פערמיטן פון די בילדינג דעפארמענט אנצהייבן דאס בויען דאס בית המדרש החדש, און תיכף נאך ט' באב וועט מען אי"ה אנהייבן בויען.

קליקט אויף דעם שיינעם בילד איבער דאס בויען דעם בית המדרש החדש



כיצד יתקיימו שניהם?

שרייבער » דאנערשטאג יולי 11, 2013 5:18 pm

· #132756
אקעי לכאורה איז עס חוזק, ווייל איך טשעק יעצט און איך זע ס'איז נישט די זעלבע אימעיל ווי געווענליך, געווענליך איז פון GMAIL און יעצט פון AOL איינער טרייבט קאטאוועס קוקט אויס

דעמאקראטיע » דאנערשטאג יולי 11, 2013 7:50 pm

· #132797
נאטרוליסט
דער בריוו פון די בילדינג דעפארמענט!

LETTER OF DOB 7/11/2013

דא שטייט אז BCR דארף ברענגען א אפידעיוויד פון קארט אז זיי זענען די מארטגעדזש האלדער'ס
די עיקר איז אז די ארונים. חלה דעקעלעך זענען העפי
בראווא דוד גרינפעלד עס קומט זיך דיר א מעדאל פארן מאכן די דעקעלעך העפי חיי שעה איז אויך געלעבט

איש צדיק תמים » דאנערשטאג יולי 11, 2013 8:01 pm

· #132800
דעמעקראטיע איך בין נישט קיין ארוני (פארקערט) אבער ענגליש קען איך און נאכען דורכליינען די פעיפערס זאג איך דיר אז עס איז נישט אזוי סימפל ווי די מאכסט עס.(ליידער)

דעמאקראטיע » דאנערשטאג יולי 11, 2013 8:17 pm

· #132807
קוקט נישט אז דו קענסט צו גיט ענגליש
דאס איז בערך די איבערטייטש די לעצטע פאר שורות פונעם בריוו:
אין ליכט פון די אומזיכערקייט טוט די DOB ריוואקן די פערמיטן חוץ אויב BCR ברענגט א בריוו פונעם געריכט אז זיי זענען די מארגעדזש האלטער POSSESION בלע''ז אין קען בויען דערויף אלס די בעליבאתים (אין ליכט פון דעם אז די מארטגעדזש איז אין דיפאלט)

איש צדיק תמים » דאנערשטאג יולי 11, 2013 8:43 pm

· #132812
פון דעם רעדט איך טאקע.
די ווייסט אז די איינציגסטע ״בעל הבית״ אויף א פראפערטי איז אויב די פראפערטי איז ״זיינס״ אוישליסלעך און נאר צו אים און There is no strings attached פון אן אנדערן וואס קען פיילן א קלעים פון פארטנערשיפ אפי׳ די פארטנערשיפ איז נאר אויף 1% פון די פראפערטי׳ס ווערט.

יעצט ווען זיי שרייבן ווען אז מען דארף ברענגען א בריוו אז זיי זענען In Possesion פון דעם מארגעדטש דאן איז פיין, אבער די ווערטער ״״and is entiteld to file this application as "owner" מאכט א פראבלעם ווייל זיי קענען זיין די מארגעדש האלדער פון היינט ביז מארגן, אבער די סיעף פון "and" שטעלט א תנאי כפול אז זיי מוזן אויך זיין די owner, יעצט קענען די ארונים ברענגן די קארט ארדער אז ״קיינער״ איז נישט די Owner, אדער אז זיי האבן עני פירכה אויף א פראצענט פון די ownership און די קארט נעמט עס אן דאן זענען די זאליס אויף צרות מיט געווינען די אפיעל פון די בילדינג דיפארטמעט.

נאכאמאל איך בין נישט קיין ארוני קענסט קוקן אויף מיין תגובה היסטאריע (פארקערט פון דעם) אבער דאס מאכט מיך נאך נישט פאר קיין בהמה און ווען איך לייען א פארפיר שווארץ אויף ווייס פון די DOB דאן קען יאסעלע פריעד טוויטן וואס ער וויל (הלוואי זאל ער זיין גערעכט) אבער די DOB פסק איז נאך אלץ גילטיג, די זעלבע איז ביי מיר ווען די ארונים פארליראון מארגן שרייבט דער בלאט אז זיי האבן געוויינען בלייבט ביי מיר אויך די פאקטן פאקטן.

גאלד » דאנערשטאג יולי 11, 2013 8:44 pm

· #132813
איך בין גראדע יא א אהרוני סימפאטיקער, ס'נישט קיין סוד, אבער מיט דעם אלעם קבל את האמת ממי שאמרו, האמנתי כי אדבר, דער "מארטגעדש האלדער" שפיל איז אראפגעשאסן א טויטער, לויט דעם בריוו, די DOB זאגט קלאר אז זיי געבן גארנישט נאר מיט א קלארע קארט פסק וואס שרייבט קלאר ווער דער בעה"ב איז, און פון קארט גייט קיינער ע"פ דרך הטבע גארנישט באקומען, מ'קום מיר שוין פון דארט, מ'האלט מיר שוין לאנג נאכדעם,

דעמאקראטיע » דאנערשטאג יולי 11, 2013 8:53 pm

· #132815
צדיק.
די מארגעדזש האלדער ווערט די ''אוענער'' אויף די פראפערטי איינמאל די מארגעדזש גייט אריין אין דיפאלט
די פרידמאן פראקציע טענה'ט אז די מארגעדזש איז קיינמאל אריין אין דיפאלט ממילא איז BCR נישט די אוענער
משא''כ די מארגעדזש האלדער BCR טענה'ט אז עס איז יא אין דיפאלט, אין זיי זענען יעצט די בעלי בתים, אין אויף דעים ארויף האבן זיי לכתחילה באקומען די פערמיטן.
גאלד.
די קארט איז נישט איבער ווער עס איז קהל יטב לב די קארט איז צו די מארגעדזש האלדער איז יעצט בעל בית אויף די פראפערטי צו נישט

גאלד » דאנערשטאג יולי 11, 2013 8:58 pm

· #132817
דערווייל איז נאך נישטא קיין קארט איבער דעם ספעסיפיק עסק, די זאליס דארפן עפענען א פרישע קעיס, גוד לאק!

דעמאקראטיע » דאנערשטאג יולי 11, 2013 9:00 pm

· #132819
מען דארף נישט קיין שום קעיס
די גאנצע זאך איז חיי שעה די ארונים האבן נישט קיין שום זאכליכע טענה קעגן BCR

האלאנד » דאנערשטאג יולי 11, 2013 10:53 pm

· #132854
דעמעקרטיע. דיין נאמען שטייט דיך זייער גוט. איך טענה שוין לאנג אז די ארונים זענען צוגעגלעכנט צו די רופאבליקענס זיי דארפען א פירער אין א קאנטראל אין די זאליס צו דעמקראטן איש אשר טוב בעיניו יעשה צוריק צום ענין זאגסטו אז די זאליס האבן עס. און וואס זאגט @אנאנים תורה..

דעת תורה » פרייטאג יולי 12, 2013 1:50 am

· #132904
איך זע נישט וויאזוי א אומשולדיגע אינוועסטמענט גרופע זאל דארפן ליידן, און נישט קענען איינמאנען זייער געלט וואס קומט זיי בצדק וביושר, מיליאנען דאלארן וואס זיי האבן אינוועסטעט. ולא עוד, זיי שטייען במקום דעם באנק, היעלה על הדעת אז דער באנק קען נישט צוכאפן א נכס וואס כו"ע מודי עס איז פארמארטגעזשט פאר זיי? פארוואס זאלן זיי זיך דארפן אריין מישן אין אזא סכסוך? דער מארטגעזש אויפן ביהמ"ד האט מען גענומען יארן בעפאר די מחלוקה, בערל פריעדמאן איז לכאורה געשטאנען אונטערן מארטגעזש פונקט ווי יאנקל כהנא, און BCR קומט דא ווי א אינוועסטמענט גרופע במקום די באנק.

די איינציגסטע זאך וואס די אהרונים קענען טענה'ן איז אז די איצטיגע מארטגעזש טערמינען וואס זענען אויס געארבעט געווארן מיטן אינוועסטמענט פירמע BCR איז נישט געווען מיט זייער הסכמה און רשות. נאר דער אמת איז אז די מארטגעזש אפקויף איז פארגעקומען בעת ווען די קהל יטב לב סכסוך איז געווען ביי באראש, און איינס איך מיין די אהרונים האבן שוין דעמאלטס פרובירט צו טשאלענזשען דעם עסק אבער דער קאורט (באראש, אדער האבן זיי געעפנט א נייעם קעיס) האט עס אפגעווארפן. איך בין אבער נישט זיכער מיט דעם. אבער חוץ מזה, די פוינט איז אז בימים ההם האבן די זאלי'ס געהאט די קלארע מאנדאט פון ריכטער באראש אז זיי זענען קהל, מילא האבן די באנק און BCR נאר געקענט דיעלן מיט די זאלי'ס.

(די מעשה מיט די טערמינען איז, אז ס'איז אויסגעארבעט אויף א וועג עס זאל זיין משוגע'נע אינטערעסט וואס די אהרונים קענען ביי זייער בעסטן ווילן נישט באצאלן, עטליעסט עס לוינט זיך נישט).

בקיצור ס'איז ביי מיר קלאר אז די זאלי'ס גייען עס האבן דורך די מארטגעזש האלדער'ס, די שאלה איז נאר ווי לאנג עס וועט דויערן און צי עס וועט דארפן זיין געריכטליכע פראצעדורן אין דעם ענין.

לויט רוזוועלט האבן די זאלי'ס שוין מילא אזא קאורט אפידעיוויט און זיי ברויכן עס נאר אריין שיקן צום בילדינג דעפט.

יונגערמאנטשיק » פרייטאג יולי 12, 2013 2:37 am

· #132910
דעת תורה
איך זע נישט וויאזוי א אומשולדיגע אינוועסטמענט גרופע זאל דארפן ליידן,

בקיצור ס'איז ביי מיר קלאר אז די זאלי'ס גייען עס האבן דורך די מארטגעזש האלדער'ס, די שאלה איז נאר ווי לאנג עס וועט דויערן און צי עס וועט דארפן זיין געריכטליכע פראצעדורן אין דעם ענין.




איך וויל נאר מאכן זיכער אז איך האב ארויס דיין תגובה, ס'איז ביי דיר קלאר "אז די זאליס גייען עס האבן דורך די מארטגעזש האלדער", ווייל דו זעהסט נישט "וויאזוי א אומשולדיגע אינוועסטמענט גרופע זאל דארפן ליידן".

שטומט?

דעת תורה » פרייטאג יולי 12, 2013 2:46 am

· #132913
איך ליין יעצט איבער די בריוו פון בילדינג דעפט. און די עפידעיוויד'ס, און איך ווארף מיך פאר געלעכטער... ס'איז גרויסע בזיונות פאר די בילדינג דעפט. צו שרייבן אזא נארישן בריוו. א בי"ד? העלא, איינער וויל מיך רופן צו דין תורה צו די בי"ד? ווער זענען די דיינים? די רבנים? וואו איז. שטרי בירורין? BCR איז אפשר באיזה אופן רחוק פארבינדו מיט די כהנא פראקציע, און דערפאר האט דער הויך באשפריצטער בי"ד גע'פסל'ט די מארטגעזש, אבער די בילדינג דעפט. האט נישט באמערקט אז דער בי"ד איז סטאנציאנירט אינעם סאמע אפיס פון די פריעדמאן פראקציע, און דער מזכיר הבי"ד איז פערצופאל אויך דער גזבר הקהילה.... וואט עי זשאוק.

פריוואט האב איך א נגיעה אז דער באשלוס פון בילדינג דעפט. זאל בלייבן שטיין, ווייל איך האב שוין אפגעשמועסט מיט שלום לעיזער אז די בי"ד שטעלט מיר אהער אזא בריוו פאר מיין מארטגעזש אויך, און דער באנק קען גיין פייפן... א בפירוש'ע פסק דין פון פרענקל'ס בי"ד אז די באנק'ס מארטגעזש איז נאלל און וואויד, און א גוטן טאג. איי די באנק האט אויסגעלייגט אפאר מיליאן דאלער? נו, האסט דאך אבער פארלוירן ביי פרענקל. טריי ביי גאלדשטיין אפשר ביי אים וועסטו עפעס קענען פועל'ן.

אונז ווייס מיר דאך אבער יא וואס דער תכלית פון דעם פורים שפיל איז. יולי 15 קומט צוגיין מיט גרויסע טריט, און די קינדערלעך ווארטן איבערצונעמען דעם ארמארי... נו שוין, פאר די קומענדיגע 15 טאג רעדסט פון די געלונגענע נייע שול, און ווען די פערמיט וועט ווערן צוריקגעשטעלט על מכונו, וועט מען שוין לאנג האבן פארגעסן פון די ארמארי און פון יולי 15, והכל על מקומו יבוא בשלום...

דעת תורה » פרייטאג יולי 12, 2013 3:32 am

· #132923
יונגערמאנטשיק
דעת תורה
איך זע נישט וויאזוי א אומשולדיגע אינוועסטמענט גרופע זאל דארפן ליידן,

בקיצור ס'איז ביי מיר קלאר אז די זאלי'ס גייען עס האבן דורך די מארטגעזש האלדער'ס, די שאלה איז נאר ווי לאנג עס וועט דויערן און צי עס וועט דארפן זיין געריכטליכע פראצעדורן אין דעם ענין.




איך וויל נאר מאכן זיכער אז איך האב ארויס דיין תגובה, ס'איז ביי דיר קלאר "אז די זאליס גייען עס האבן דורך די מארטגעזש האלדער", ווייל דו זעהסט נישט "וויאזוי א אומשולדיגע אינוועסטמענט גרופע זאל דארפן ליידן".

שטומט?


זייער גוט פארשטאנען.

דו זעסט וויאזוי א באנק וואס האט אויסגעלייגט פערציג מיליאן דאלער אויף א מארטגעזש זאל דערלייגן זייער געלט ווייל עס איז שפעטער אנשטאנען א געפעכט צווישן די בארגער'ס? שיין וועט די באנק אויסקוקן אויב ביי יעדן מארטגעזש וועלן זיי דארפן זיך אויסקומען מיט יעדן איינעם מיט וועם דער לוה האט א סכסוך כדי צו באקומען פאסעשאן פונעם מארטגעזש. אלא מאי די באנק רעכנט זיך נישט מיט גארנישט, זיי שפאצירן אוועק מיט זייער עסעט און זאל דער לוה זיך ענדיגן אויסקריגן מיט וועם ער וויל. וכן הדין ווען א פריוואטע קאמפאני קויפט אפ די מארטגעזש פון דינבאנק, שטייען זיי במקום דעם באנק.

גאלד » פרייטאג יולי 12, 2013 9:23 am

· #132953
כעל דיר זאגן @דעת תורה, ווי איך פארשטיי פון די בריוו וואס דא גייט פאר, אז די אהרונים האבן somehow איבערצייגט די DOB אז דער BCR איז שוין גארנישט אזא אומשולדיגע איוועסטמענט פירמע, דאס איז א פאפעט פון די קאהאן פעקשען און א טריק צו אויסשפילן די סיסטעם, ממילא זאגט די DOB ידינו מסולקת אז עטס ווילטס גייטס געזונטערהייט און קארט, און זאל דער קארט מחליט זיין צו BCR איז טאקע אזוי אומשולדיג

דעת תורה » פרייטאג יולי 12, 2013 9:44 am

· #132957
זיי האבן נישט איבערצייגט, זיי האבן געוויזן א בריוו פון דעם פורים בי"ד, ס'איז ניטאמאל גוט פאר א זשאוק.

און אגב, לו יצוייר אז די פירמע איז פארבינדן מיט די כהנא פראקציע, וואס מאכט עס אויס? פאקטיש האבן זיי געזעצליך אפגקויפט די מארטגעזש פאר 10 יאר צוריק, נאך פאר די גאנצע קלעריפיקעישאן סומאטאכע. כהנא - לכל הדעות דער עקטינג ראה"ק דאן - מעג נישט בעטן א גרופע ידידים זאלן אים העלפן אז דער מארטגעזש זאל נישט גיין פייפן? קיינמאל נישט געהערט פון אזא זאך אז עס איז דא "קאנפליקט אוו אינטערעסט" ביים אפקויפן א מארטגעזש.

פרייליך » פרייטאג יולי 12, 2013 10:01 am

· #132959
וואס מיינט פורים בית דין
פאקטיש האט זיך די dob וויסענדיג געמאכט פון דעם
און די זאלונים קענען גיין פייפען.
אגב עפעס נייעס וועגען די ארמארי?

פרייליך » פרייטאג יולי 12, 2013 10:09 am

· #132960
דעת תורה
זיי האבן נישט איבערצייגט, זיי האבן געוויזן א בריוו פון דעם פורים בי"ד, ס'איז ניטאמאל גוט פאר א זשאוק.

און אגב, לו יצוייר אז די פירמע איז פארבינדן מיט די כהנא פראקציע, וואס מאכט עס אויס? פאקטיש האבן זיי געזעצליך אפגקויפט די מארטגעזש פאר 10 יאר צוריק, נאך פאר די גאנצע קלעריפיקעישאן סומאטאכע. כהנא - לכל הדעות דער עקטינג ראה"ק דאן - מעג נישט בעטן א גרופע ידידים זאלן אים העלפן אז דער מארטגעזש זאל נישט גיין פייפן? קיינמאל נישט געהערט פון אזא זאך אז עס איז דא "קאנפליקט אוו אינטערעסט" ביים אפקויפן א מארטגעזש.

?

בעריש » פרייטאג יולי 12, 2013 10:10 am

· #132961
הער אויס א וואך צירוק זענען עס געווען צד מהר"א וואס די קארט איז געווען זייער נעקסטע אפשען, דורעך א דריידעל האבן זיי דאס אזוי מסדר געווען אז דער צד שני אויב ווילען זיי עפעס איז עס נאר דורעכן קארט.
און איך וואלט עקספעקטעד אז א בר דעת נאך אזויפיל יארן און די מערכה זאל נישט מאכן אזא סטעיטמענט אז דאס איז נאר חי' שעה.
זינטן באראש פסק האט זיך נאך גארנישט גערירט דורעך די ערכעות ווער סאיז געווען מוחזק דער איז געווען ידו על העליונה.

דעת תורה » פרייטאג יולי 12, 2013 10:17 am

· #132963
נהרא נהרא ופשטי'. קהל יטב לב האט א פראבלעם אין קאורט צוליב א טעכניש - לעגאלע פראבלעם, מיינט דאס נאך נישט אז יעדע סאטמארע קארפארעישאן קען שוין נישט גיין אין קאורט. דוד עקשטיין האט יא געווינען דורך א קאורט ארויסצורוקן א מוחזק.

די בריוו שרייבט נישט אז זיי מוזן האבן דעם קאורט עפידעיוויד. נאר דאס איז זייער החלטה נאך די 15 טעג גייט אריבער. אין די 15 טעג קענסטו זיי אויפווייזן פארקערט.

אויב גיין אין קאורט, גייט עס לכאורה נישט זיין צו באקומען אן אפידעיוויד, נאר צו סוען דעם בילדינג דעפט אויף שווערע געלטער אז צוליב פאליטישע דרוק שרייבן זיי אזאלכע נארישע בריוו און מאכן שאדן געלט פאר די מארטגעזש האלדער'ס.

האלאנד » פרייטאג יולי 12, 2013 10:40 am

· #132968
וואס סאיז זיכער. די ארונים האבן אויפגעבויט א שטארקען פאליטשען כח הן אין ווילעמסבארג הן אין בורו פארק ווילסען שול יוכיח ארמערי בקרוב יוכיח. און עס געט שטארק חיזוק פאר די ארונים ארויס צוקומען און די מאסן צו וואוטען פאר די קאנדידאט וואס די קהלה שטעלט ארויס און נישט בלייבן אינדערהיים ...

יונגערמאנטשיק » פרייטאג יולי 12, 2013 11:05 am

· #132974
דעת תורה, אויב איז דיין גאנצע טעאריע געבויט אויף "איך זעה נישט" און "פארוואס זאלן זיי דען" און נאך אנדערע אייגענע השערות, זיי גרייט אויף סורפרייזעס. און ס'איז גוט דו זאלסט וויסן אז אפקויפן א מארטגידזש מיט א קאנפליקט אוו אינטערעס איז יא א פראבלעם.

אבזערווירער » פרייטאג יולי 12, 2013 2:07 pm

· #133040
איך פארשטיי נישט איין זאך. איז דען נישטא א באגריף פון מניח מעותיו על קרן הצבי.. .. אדר. אומרין לו נסחפה שדיך.. .. ווייל זיי האבן אריינגעשטיפט די נאז אין א קראנקע בעט. איז וואס? אסאך מענטשן האבן שוין שאדן געהאט מאכענדיג שלעכטע אינוועסטמענטס. דאס מאכט זיי נאכנישט באלעבאס צו פאסקענען ווער ס'זאל בויען די שול און פארדינגען זיצן. חומר למחשבה. איך מיין די מארגעדזש האלדערס

פרייליך » פרייטאג יולי 12, 2013 2:48 pm

· #133050
סכאפט שוין גארנישט קיין נפק״מ די עיקר איז אז די זאלונים האבען פארלוירען

signout » פרייטאג יולי 12, 2013 3:47 pm

· #133076
האלאנד
וואס סאיז זיכער. די ארונים האבן אויפגעבויט א שטארקען פאליטשען כח הן אין ווילעמסבארג הן אין בורו פארק ווילסען שול יוכיח ארמערי בקרוב יוכיח. און עס געט שטארק חיזוק פאר די ארונים ארויס צוקומען און די מאסן צו וואוטען פאר די קאנדידאט וואס די קהלה שטעלט ארויס און נישט בלייבן אינדערהיים ...

די זאלונים האבען אויך א שטארקע כח, דאס אז זיי האבען געקענט 'באקומען' א פערמיט, ווייזט אסאך שטערקער אז זיי האבען פאליטישע POWER

דעמאקראטיע » פרייטאג יולי 12, 2013 3:57 pm

· #133081
די ארוינים האבן פאר 9 יאר צוריק גענומען BCR אין קארט אבער למעשה האט די קארט באשטעיטיגט דעם מארגעדזש טרענספער

דעמאקראטיע » פרייטאג יולי 12, 2013 4:03 pm

· #133084
אבזערווירער
איך פארשטיי נישט איין זאך. איז דען נישטא א באגריף פון מניח מעותיו על קרן הצבי.. .. אדר. אומרין לו נסחפה שדיך.. .. ווייל זיי האבן אריינגעשטיפט די נאז אין א קראנקע בעט. איז וואס? אסאך מענטשן האבן שוין שאדן געהאט מאכענדיג שלעכטע אינוועסטמענטס. דאס מאכט זיי נאכנישט באלעבאס צו פאסקענען ווער ס'זאל בויען די שול און פארדינגען זיצן. חומר למחשבה. איך מיין די מארגעדזש האלדערס

שעפעלע!!! די מארגידזש האלדערס שרייען טאקע דאס ''עס איז א קראנקע מארגעדזש די לוה באצאלט נישט, איז אהער מיט די פראפערטי אין איך קען טוהן דערמיט וואס איך וויל'''
דאס איז א ב ווען מען נעמט ארויס א מארגעדזש
ווען דו נעמסט א ליעס אויף דיין קאר אין דו באצאלסט נישט וועט די באנק פון דיר אוועקנעמען די קאר. איי קענסט אויך שרייען אז די באנק האט געמאכט א שלעכטע אינוועסמענט .....
עס גייט נישט אזוי, אז מען צאלט נישט נעמט מען אוועק
די זעלבע זאך איז דא געשעהן
בלאט: 1 2 3 4 5 6