☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » ביהמ"ד החדש דסאטמאר, ווילסאן

ביהמ"ד החדש דסאטמאר, ווילסאן

274 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4088
בלאט: 1 2 3 4 5 6

רוזעוולט » פרייטאג יוני 28, 2013 1:42 pm

· #128898
ווייל איך האב עס נישט געטשארדזשט...

גאלד » פרייטאג יוני 28, 2013 1:48 pm

· #128905
טעקניקלי קען מען דעם מארטגעדש האלדער ארויסשטעלן אין איין מינוט, צאל אפ די גאנצע loan עד פ"א איז נישטא מער קיין מארטגעדש, אז ס'נישטא קיין מארדגעדש איז נישטא קיין מארטגעדש האלדער, אבער די אהרונים קענען און וועלן עס קיינמאל טאן סיידן זיי זענען גאראנטירט אז דאס געבט זיי די ביהמ"ד עקסקלוסיוולי, כ'ווייס נישט פונקטליך ווי גרויס דער מארטגעדש איז אבער ווי איך פארשטיי איז עס גאר אסטראנאמישע סומע

blauvelt » פרייטאג יוני 28, 2013 1:58 pm

· #128906
Gold. You are right but as of now are the aronim a bit in a pickle regarding the
New shul just asking

פרייליך » פרייטאג יוני 28, 2013 2:34 pm

· #128911
U/d as now
Breaking Armory; Today was Negotiations both sides with gov. Rep's in secret place in Brooklyn For 3 Hours Looks like there is an agreement  2) armory price 18M 70/30 split 70% for Zalis & Aronist 30% & give up all rights to challenge any Wmsbg buildings, Camps + 1/2 of cemetery 3) Deed to Zalis & Zalis pay 16M, Aroynim pay 2M Must b signed by July 15 By Both Rabbis & both boards if not no1 gets it &goes for full RFP  אזוי פארקויפען היינט די זאלאנים 
אלעס קען זיין   

רוזעוולט » פרייטאג יוני 28, 2013 2:38 pm

· #128913
אויב אזוי פארקויפן שוין די זאליס, שטיי מיר גוט!

קאמענטירער » פרייטאג יוני 28, 2013 3:23 pm

· #128922
פרייליך
Breaking Armory; Today was Negotiations both sides with gov. Rep's in secret place in Brooklyn For 3 Hours Looks like there is an agreement  2) armory price 18M 70/30 split 70% for Zalis & Aronist 30% & give up all rights to challenge any Wmsbg buildings, Camps + 1/2 of cemetery 3) Deed to Zalis & Zalis pay 16M, Aroynim pay 2M Must b signed by July 15 By Both Rabbis & both boards if not no1 gets it &goes for full RFP  אזוי פארקויפען היינט די זאלאנים 
אלעס קען זיין   

דאכט זיך מיר אז ״דיעל״ זאגט מען אין לה״ק ״פשרה״, יעדער איינער ווייסט אז א פשרה איז פשט אז עס באפרידיגט און עס לוינט זיך פאר ביידע צדדים, ממילא מאכט נישט אויס ווי באגלייבט און קראנט די מקור- פון די נייעס- איז, אויב עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז עס זאל זיך לוינען די דיעל פאר ביידע צדדים איז די נייעס פאלש. יעצט זיי מסביר פ״וו די א.ד. דיעל זאל זיך לוינען פאר ביידע צדדים!

יונגערמאנטשיק » פרייטאג יוני 28, 2013 6:18 pm

· #128963
בדחן
פארשטיי די נקודה, אויב זיי האבן די מארגיטיש איז עס זייער'ס,
מען קען מיט פאליטיקעל קאנעקשענס שלעפן נאך עטליכע חדשים אז זיי זאלן נישט באקימען קיין פערמיט, אבער עס איז א האפונגלאזע קאמף, פון יעצו און ווייטער איז די סאטמער מחלוקה אינדרויסן פינעם בילד, עס איז א קאמף צווישן א אינדעווידשעל וואס האט אפעגעקויפט א פארקלוישער פראפעטי צווישן די סיטי וואס וויל אים עס נישט לאזן איבערנעמן, אז ער גייט אין קארט האט ער עס אין א אויגן בליק.


אוי ביסטו א בדחן. דו מאכסט ליצנות פונעם עולם. ביז יעצט האב איך געמיינט אז דו מיינסט עס ערענסט אז די זאליס האבן דעם ביהמ"ד, יעצט זעה איך אז דו מאכט פלעין א וויץ, דו זאגסט אז זיי גייען עס האבן.

בדחן, לאמער זיך קודם אויסגלייכן אויף וואס מיר ביידע עגריען. דו מיט מיר עגריען אז אויב איז די דיעד אויף קהל ייטב לב, קענען די זאליס נישט בויען. דו און איך עגריען אז אויב די דיעד איז אויף א פריוואטע מענטש'ס נאמען קען דער דיעד האלדער בויען.

די איינציגסטע זאך וואס מיר זענען מחולק איז צו די דיעד איז יעצט ביי CYL דעריבער קען קיינער נישט בויען דארט, אדער די דיעד איז שוין אדורך די foreclosure פראסעס, און די זאליס קענען שוין יעצט בויען.

לויט די בילד וואס רוזוועלט האט געברענגט, זעהט מען אז די דיעד איז נאך אלץ אונטער קהל ייטב לב, און ס'איז נאכנישט אריבער צום מארטגעדזש האלדער. דו ווייסט אנדערש?

פרייליך » פרייטאג יוני 28, 2013 7:48 pm

· #128995
די זאלונים האבען עס יעצט ארום געשיקט
Camp Update: The Judge said that Rosenberg Testimony over the Camps Rav Tov was Consistent, Berl Friedman testimony he Contradicting himself Judge Examined Berl Friedman and saw he didnt know how the camps was runs past 20 years, he had no clue even was the Lunches were, so the Judge said Aronim cannot Prove the Deed was False Transfer so the Camps will remain on "Machne Rav Tov" the Ruling will be out after Summer.

פרייליך » פרייטאג יוני 28, 2013 7:58 pm

· #129004
פhttps://o.twimg.com/1/proxy.jpg?t=FQQVAhgpaHR0cHM6Ly90d2l0cGljLmNvbS9zaG93L2xhcmdlL2N6YzdmYy5qcGcUAhYAEgA&s=X6W8WgfX7YwdT-34zvkJyUQ-G5PgGj41S9eYkpT9Mss

פרייליך » פרייטאג יוני 28, 2013 7:59 pm

· #129005
<a class="postlink" href="http://t.co/gToX0cMRmt">http://t.co/gToX0cMRmt</a>

פרייליך » פרייטאג יוני 28, 2013 8:01 pm

· #129007
Satmer is getting the armory for 14m failedmessiah.typepad.com/failed_messiah…

סאשי פיש » מוצ"ש יוני 29, 2013 10:01 pm

· #129015
[quote="פרייליך"]http://t.co/gToX0cMRmt[/]
ווי קומט דעס דא אריין??

רוזעוולט » מוצ"ש יוני 29, 2013 10:18 pm

· #129017
יונגערמאנטשיק
בדחן
פארשטיי די נקודה, אויב זיי האבן די מארגיטיש איז עס זייער'ס,
מען קען מיט פאליטיקעל קאנעקשענס שלעפן נאך עטליכע חדשים אז זיי זאלן נישט באקימען קיין פערמיט, אבער עס איז א האפונגלאזע קאמף, פון יעצו און ווייטער איז די סאטמער מחלוקה אינדרויסן פינעם בילד, עס איז א קאמף צווישן א אינדעווידשעל וואס האט אפעגעקויפט א פארקלוישער פראפעטי צווישן די סיטי וואס וויל אים עס נישט לאזן איבערנעמן, אז ער גייט אין קארט האט ער עס אין א אויגן בליק.


אוי ביסטו א בדחן. דו מאכסט ליצנות פונעם עולם. ביז יעצט האב איך געמיינט אז דו מיינסט עס ערענסט אז די זאליס האבן דעם ביהמ"ד, יעצט זעה איך אז דו מאכט פלעין א וויץ, דו זאגסט אז זיי גייען עס האבן.

בדחן, לאמער זיך קודם אויסגלייכן אויף וואס מיר ביידע עגריען. דו מיט מיר עגריען אז אויב איז די דיעד אויף קהל ייטב לב, קענען די זאליס נישט בויען. דו און איך עגריען אז אויב די דיעד איז אויף א פריוואטע מענטש'ס נאמען קען דער דיעד האלדער בויען.

די איינציגסטע זאך וואס מיר זענען מחולק איז צו די דיעד איז יעצט ביי CYL דעריבער קען קיינער נישט בויען דארט, אדער די דיעד איז שוין אדורך די foreclosure פראסעס, און די זאליס קענען שוין יעצט בויען.

לויט די בילד וואס רוזוועלט האט געברענגט, זעהט מען אז די דיעד איז נאך אלץ אונטער קהל ייטב לב, און ס'איז נאכנישט אריבער צום מארטגעדזש האלדער. דו ווייסט אנדערש?

אינגערמאן, דו האסט אויסגעלאזט אפאר פוינטס, א', ס'געווען א קאורט צוויי יאר צירוק איבערן מארטגעדזש האלדער ופסקו: דער בנין קען צו פארקלאודזשער נישט גיין! נארוואס דען?? די האלדער האט א רעכט צו בויען פארן פארקלאוזשער... און אויף דעם סמך האבן זיי באקומען א פערמיט,נאר נאכדעם האבן די אהרונים ארייןגעגעבן א קאמפלעינט אז די פערמיט קען נישט ארויסגעגעבן ווערן ווילאנג דער איצטיגער רומיאו קען נישט אריינגיין און דאס איז געווען די סטאפ ארדער,
דאס איז קלאר: אויב וועט פאר די זאליס געלונגען אויפצובויען דעם ביהמ"ד וועט די וועקעיט ארדער אראפגיין...
און דאס איז די ריעזען פארוואס זיי האבן זיך גענומען בויען... קיינמאל פריער האבן זיי דעם ביהמ"ד נישט געדארפט, צען יאר האבן זיי דאס געלאזט שימלען! מיט א אויסנאם פטור נעילת החג, מיט די חתונות, אונעם לייגן ציגל...
איבערדעם טרייען די אהרונים צו טוהן כל מה שביכלתם נישט אויפצובויען דעם ביהמ"ד..
Screenshot_2013-06-29-21-48-51.png

דעת תורה » מוצ"ש יוני 29, 2013 10:43 pm

· #129022
רוזוועלט, דו שרייבסט בעצם גרויסע חידושים, פארוואס האט די קאורט געזאגט אז דער בילדינג קען נישט ווערן פארקלאוזשערט? וואס עפעס זאלן די מארטגעזש האלדער'ס דערלייגן זייער געלט? כ'מיין דו מאכסט א טעות. ווי זענען די קאורט פאפירן?

ואם כנים דבריך אז די מארטגעזש האלדער'ס האבן בא:באקומען אפראוועל פון א קאורט צו בויען בעפאר א פארקלאוזשער, שטייען די זאלי'ס פיל בעסער ווי כ'האב געמיינט. מען קען זאגןבדרך הטבע איז נישטא קיין וועג זיי צו סטאפן.

וואסערע דאקומענט האסטו דא געברענגט? וואס זעט מען דא? דערווייל האב איך נאכנישט געזען קיין איין דאקומענט פריש ארויסגעגעבן פון די לעצטע פאר וואכן וואס זאגט אן עפעס א סטאפ ארדער פאר די זאלי'ס.

רוזעוולט » מוצ"ש יוני 29, 2013 10:57 pm

· #129028
דעת, דו קענסט נישט קיין געזעצן... אלעמאל קענען די האלדערס נעמען פערמיטס און בויען פארדעם עס איז קיין חידוש
מזעט אויפן דאקומענט אז די גאנצע סטאפ איז א דריידל נישט די געהעריגע טענה פון מישן, טראצדעם וואס בו בזמן באלאנגט עס פאר cyl.... האסט אן אנדעדען הסבר??

ב' דו געדענקסט אפשר אז "עפעס" האט זיך אפגעטוהן מיטן האלדער צוויי יאר צירוק??

ג' עס גייט נישט צום האלדער, ווייל די מארטגעדזש איז אזוי מעיקרא ארויסגענומען געווארן ווייל עס איז א גאווערמענט דאנעיטעד לאט פארן קאמיונטי …

דעמאקראטיע » מוצ"ש יוני 29, 2013 11:33 pm

· #129037
נישטא אזא זאך א מארטגעזש אן א פארקלאוזער פראסעס די באנק געט נישט קיין מארגעדזש אויב זיי קענען נישט פארקלאוזן

די באנק האט אין 04 פארקויפט די מארגעזש פאר א זאלי קארפארעישן פאר 15 מיליאן דאלער
אין פארשטייט זיך אז CYL האבן קיינמאל נישט באצאלט פאר די זאלי קארפארעישן אין די אינטערעסט איז געשפרינגן מיט ריזיגע ציפערן, מיט עטליכע יאר צוריק האט די זאלי קארפארעישן אלס דער מארטגעדזש האלדער אנגעהויבן מיט די פראסעס פון ריסיווען דעם פראפערטי, די ארונים האבן פרובירט צו שטערן אז דער מארגדזש האלטער זאל נישט קענען עס איבענעמען למעשה האט די קארט געפסק'ט אז די קארפרעישן קענען איבערנעמען בעלות, אין די רעסט איז היסטארי

דעת תורה » מוצ"ש יוני 29, 2013 11:38 pm

· #129040
רוזוועלט, לאמיר דיר מסביר זיין. דאס אז א מארטגעזש האלדער קען פארריכטן די פראפערטי און עס אויפהאלטן אין א גוטן צושטאנד כדי די ווערט פון זייער משכון זאל נישט פאלן, איז א פארשטענדליכע זאך.. אבער פארוואס אין די וועלט זאל ער מעגן בויען אין א פראפערטי וואס איז (נאכ)נישט זיינס? סאו קיין נארמאלע זאך איז עס נישט. נאר אויב איז אמת אז זיי האבן א קלארע קאורט אפראוועל צו בויען, ברויכן די זאלי'ס גארנישט מער. עס איז די גרינגסטע וועג, גרינגער ווי דארפן באקומען א רשות עס צו פארקלאוזשען / איבערנעמען.

איך געדענק גארנישט וועגן די האלדער'ס פאר 2 יאר צוריק. אינטערעסאנט אז די זאלי'ס האבן געווארט ביז איצט.

ואס שטייט אין די דאקומענט? איך זע נאר אז מען (די אהרונים) האט אריין געגעבן א קאמפלעינט אז די זאלי'ס זענען עובר אויפן וועקעיט ארדער, וואס לעת עתה איז נאכנישט אריין געגעבן געווארן א פארלאנג עס אראפצונעמען און דערפאר איז עס נאכאלס אין קראפט. אבער דו אליין זאגסט אז די מארטגעזש האלדערס קענען בויען, און פארשטייט זיך ווען זיי וועלן פארלאנגען דער ארדער זאל אראפקומען קומט עס אראפ אין די. רגע.

סאו בעיסיקלי איז בדחן גערעכט. די געים איז אווער. די אהרונים זענען נישט קיין לוזערס, זיי האבן באוויזן פאר אפאר יאר ארויסצוהאלטן די זאלי'ס פונעם בנין, און ביי נאו ווייסט יעדער זאלי אז באראש האט זיי נישט צופיל דעליווערט. אבער עפטער אלל, האבן די זאלי'ס באוויזן עס צוריק צו באקומען דורך די מארטגעזש האלדער'ס טאקטיק, וואס איז געווען ערווארטעט. דאס אז די זאלי'ס האבן באקומען א פערמיט אויף די קעמפס דערמיט באשטעטיגנדיג אז זיי זענען קהל, איז א גרעסערע פארלוסט פאר די אהרונים.

דעמאקראטיע » מוצ"ש יוני 29, 2013 11:43 pm

· #129044
די סיבה פארוואס עס האט גענומען ביז יעצט איז צוליב די שווערע געזעצן וואס עס איז דא אין ניו יארק ווען עס קומט צו אזעליכע פעלער, עס קען נעמען יארן ביז מען קען אוועקנעמען א פראפערטי צוליב א אובאצאלטע מארגדזש, עס האט גארנישט געהאט מיט ארונים נאר מיט ביוראקראטישע שוועריקייטן

רוזעוולט » מוצ"ש יוני 29, 2013 11:54 pm

· #129050
ידען, אלף, די געזעץ איז פינקטליך ווי איך האב שוין געשריבן. ,איך ארבעט אין בויען סוי פארדריי מיר נישט קיין קאפ

ב', איך האב יעצט נישט די פעיפערס סא איך קען דיר נישט פראוון,ווארט אויף שעפטל …

ג', די פערמיט איז ארויסגעגעבן געווארן פאר בראווער, די עידזשענט פינעם האלדער סא אויב קען מען עס נישט לאזן מוז זיין אז עס באלאנגט נאך פאר סי וויי על, איך זעה נישט וואס דו פארשטייסט נישט...

ד' די קעמפס איז א דירעקטע הוכחה אז זיי זענען נישט סי וויי על ,ווייל זעסטאך אז מ'דארף די אהרונים'ס הסכמה!

דעמאק, די מארטגעדזש איז געווען אז אויב צאלט מען נישט קען מען עס פארקויפן פאר א אוםאפהענגיגן קארפארעישן נישט אז די האלדער קען עס נעמען פאר זיך ...

דעת תורה » זונטאג יוני 30, 2013 12:18 am

· #129076
איך פארשטיי נישט אות ג'

ד - ווער האט דיר דאס איינגערעדט אז מען האט געדארפט די אהרונים'ס הסכמה? (מען רעדט נאר אויב דו ביסט א רעאליסטישער מענטש, נישט אויב דו גלייבסט אז די אהרונים באקומען דעם גאנצן ארמארי אין אויסטויש פאר א איין יעריגע א.ג. רשות פון די אהרונים...). קוק צוריק דער אנפאנג פונעם דיעל אשכול, לויט שעפטל האט זיך דער גאווערנאר אויפגערעגט און געזאגט אקעי ענק באקומען די פערמיטס אבר די אהרונים גייען האבן די ארמארי. - דאס איז געווען אן אפשמועסן מיט די אהרונים בעפאר. סאו וועמען ווילסטו דרייען א קאפ?

זר זהב » זונטאג יוני 30, 2013 1:35 am

· #129128
דורכברוך!
יעצט מוצאי שבת איז געווען אן עמערדזשענסי מיטינג הער איך (נישט קוינפירמט), די פארהאנדלונגען איז געווען בלויז איבער'ן שול. מ'האט זיך מפשר געווען - און די דיעל לויטעט - אז דער מעין שוהל ווי אויך די מקוה און די אונטערשטע שטיבלעך וועלן גיין פאר די זאליס. די ווייבער שול מיט די ביסקיסעס פאר די ארונים.

די געניאלע איידיע איז פון די גאווערנערס פרוי.

ביידע צדדים מוזן אונטערשרייבן בעפאר ט"ו באב.

נאכאמאל, כ'האב דאס בלויז געהערט. נישט בויען אויף מיינע ווערטער פאר א זיכערקייט.

בדחן » זונטאג יוני 30, 2013 1:37 am

· #129130
און ווי גייען די זאליס גייען אין ביסיקעיס? ביי די ארונים? נא וועי אז די ארונים זאלען מסכים זיין דערצו..!

זר זהב » זונטאג יוני 30, 2013 1:37 am

· #129131
די זאליס דארפן דאך ממילא אנקומען צו די ארוינים ווען זיי ווילן ארויסגיין

יין שרף » זונטאג יוני 30, 2013 1:39 am

· #129133
לקיים והשיב את הגזילה פון די מצה בעקעריי....

איש צדיק תמים » זונטאג יוני 30, 2013 2:47 am

· #129174
הקיצור די זאלי׳ס בויען דעם בהמ״ד יא בעל הבית נישט בעל הבית.
די זאליס האבן די קעמפס
די זאליס האבן ראדני
די זאליס האבן אלע 82 בנינים
די ארוינים האבן (דערווייל) נישט די ארמערי.
דער בלאט האט נישט געהאט קיין פארזעצונג פון די ארמערי נייעס.
דער גאווערנער׳ס געהילף וואס האט ״אוועקגעריסן״ מיט כעס פון 550 בעדפארד האט נאך די ארמערי פאר די ארוינים נישט דעליוועדט.
דארף מען נאך מפרש זיין ווער עס זענען די לוזער׳ס דא.
זיכער די זאליס...

אלס ווייסער » זונטאג יוני 30, 2013 3:54 am

· #129191
לשיטתך גייט קיינער נישט באקומען דעם ארמארי, והא ראי׳ קיינער איז נישט דארט יעצט,
יעדער ווייסט אז אזא פראסעס נעמט וויינגסטנס חדשים ווילאנג עס קומט צו ריאליטעט

רוזעוולט » זונטאג יוני 30, 2013 8:44 am

· #129202
דעת, פארוואס דען דארף מען ווארטן ביז דאנערשטאג פאר קעמפ, עס איז דאך געווען א קאורט וואס האט גע'פסק'נט אז די קאנטי קען עס נישט געבן אן רשות, איבער די מעשה איז פארשטענדליך אז די אהרונים זענען מסכים ווי נאר מ'זאגט צו דאס ארמארי...

בנוגע דיין נישט פארשטיין קען איך דיר נישט העלפן (ליידער...)

איש, פעקאקאו איז אויף וואקעישאן, מערצעשעם, יולי דעם פופצענטן ווערט עס אינטערגעשריבן...

מ'העמיר דעמאלטס זעהן...

דעמאקראטיע » זונטאג יוני 30, 2013 8:50 am

· #129205
דער רוזעוועלט קוקט אוס צו זיין א ערליכער בלאט ליינער...
די ארמארי איז א פוסטע פאנטאזיע, אין די קעמפס מצה בעקעריי אין די נייע ביהמ''ד איז ב''ה א ריאליטעיט וואס יעדער קען עס זעהן
איך ווארט מיט גרויס אנגסט אויף די באריכט וואס דארף נאכפאלגן אין בלאט....

רוזעוולט » זונטאג יוני 30, 2013 8:55 am

· #129207
מרדכי אלעזר איז גענוג מקור??

געוויסע זאלי עסקנים, גענוג מקור??

"אלע" נאוז פעיפערס (די גוי'אישע) ,גענוג מקור??

כ'האב דאך שוין געשריבן מ'וועט זען דעם פיפצענטן...פארוואס עפעס קענסטו נישט ווארטן??

רוזעוולט » זונטאג יוני 30, 2013 8:58 am

· #129210
נייע ביהמ"ד א ריאלעטי?? פליז קוק איבער די סטאפ ווארק און וועקעיט ארדערס...

פרייליך » זונטאג יוני 30, 2013 9:17 am

· #129219
איך וועל ווארטען ביז די פיפצעטען

דעת תורה » זונטאג יוני 30, 2013 10:44 am

· #129246
רוזוועלט, דו ווערסט בעסער פון מינוט צו מינוט... ווען איז געווען דער קאורט פסק? קען איך זען די פאפירן? און וויאזוי איז דאס אז די קאונטי האט זיך פאריאר אויסגעלאכט פונעם קאורט פסק בשאט נפש, און ווען די אהרונים האבן פרובירט סוען די קאונטי האט דער קאורט ארויסגעשליידערט די קלאגע? הלמאי זיי האבן דאך געהאט א גערעכטע טענה: די קאונטי האט דאך ל"ע עובר געווען אויף א בפירוש'ן אזהרה פון א קאורט?

בנוגע מיין נישט פארשטיין קענסטו מיר יא העלפן. פשוט שרייב קלארער.

און איך ווייס נישט פארוואס דו שפרינגסט צו יולי דעם פופצענטן. איך למשל ווארט יעדעס יאר נאוועמבער 30 מיט גרויס אנגסט... אפשר דאס יאר וועט עס זיין...

אבזערווירער » זונטאג יוני 30, 2013 10:45 am

· #129247
יולי 15 איז ערב תשעה באב, וועלן מיר ווארטן און זעהן פאר וועם וועט דאס זיין א תשעה באב.....

סאשי פיש » מאנטאג יולי 1, 2013 8:25 pm

· #129889
מען ארבעט שוין דארטען
image.jpg

אבזערווירער » מאנטאג יולי 1, 2013 10:25 pm

· #129923
כדרשת רבי משה הדרשן. תבא אמו ותקנח צואת בנה. ווער ס'האט שמוציג געמאכט דעם פלאץ זאל מוחל זיין און מקנח זיין ס'זאל הערשן זויבערקייט

ראדני_שדכן » דינסטאג יולי 2, 2013 10:39 am

· #130040
וואוילע מענטשן, א האלבע יאר צוריק האבן די אהרונים מסכים געווען די זאליס זאלן לייגן סקעפאלד'ס, יעצט זענען זיי מסכים די זאליס זאלן אויפרוימען די שוהל. (פארשטייט זיך די הסכמה איז נאר גילטיג איידער לויפן צום DOB...)

נאטרוליסט » דינסטאג יולי 2, 2013 11:26 am

· #130052
פון א גוטן מקור האב איך פריער געהערט אז די ארונים זענען אריין אין קאורט קעגן די DOB.
א שיינע גסיסה מיטל, כדי די קליינע קינדער זאלן נישט איינשלאפן.

דאס קען זיך שלעפן יארן לאנג, און דערווייל וועט צד מהרז"ל לאכן א גוטס.

ניו יארק » דינסטאג יולי 2, 2013 7:04 pm

· #130235
היינט אויף ראסס סט.
📎 IMG-20130702-WA0001.jpg

סאשי פיש » דינסטאג יולי 2, 2013 7:28 pm

· #130241
היינט
image.jpg

סאשי פיש » דינסטאג יולי 2, 2013 7:29 pm

· #130242
אויף א וועג
image.jpg

גדעון » מיטוואך יולי 3, 2013 12:03 pm

· #130417
ארונים, שוין צייט עס אויפהערן צו רופן 'ביהמ"ד החדש',
צוריק צו 'ביעם פלאזא'.

אבזערווירער » מיטוואך יולי 3, 2013 12:31 pm

· #130424
ערשט גייען זיי אויפשטעלן די נייע סוכה תשע''ד

ראדני_שדכן » מיטוואך יולי 3, 2013 12:38 pm

· #130427
די אלטע סוכה שטייט שוין נישט?

אבזערווירער » מיטוואך יולי 3, 2013 12:56 pm

· #130435
מ'זעט דא אויף די פיקטשערס ווי מ'צינעמט דאס ס'איז ממילא שוין געווען פארפוילט פון שטיין ליידיג אזויפיל יארן

gehlungen » דאנערשטאג יולי 4, 2013 9:16 am

· #130670
אבזערווירער
מ'זעט דא אויף די פיקטשערס ווי מ'צינעמט דאס ס'איז ממילא שוין געווען פארפוילט פון שטיין ליידיג אזויפיל יארן

So what's the bottom line ? Do the zollies have it ?

אבזערווירער » דאנערשטאג יולי 4, 2013 2:04 pm

· #130756
היינט אבזערווירט אז טראץ ס'איז יולי 4 א חאגע טאג, דאך זענען די גויים מחלל חאגע און זיי זענען אריינגעקומען אפצורייניגן די שטאלענע שטאנגען מען זאל קענען צייטליך גרייט מאכן די סוכה וכל השאר

ראדני_שדכן » דאנערשטאג יולי 4, 2013 9:30 pm

· #130896
וואס איז דא אזויפיל צו רוימען? שוין 2 וואכן צייט וואס מען רוימט.

ראדני_שדכן » פרייטאג יולי 5, 2013 9:59 am

· #131003
איינער קען לייגן די צוויי קליפס אויף דראפ באקס אז מען זאל עס קענען דאונלאדן? אויף קאמפיוטער איז עס סאך קלארער (פאר ווער עס האט צוטריט צום כלי) Part 1 <a class="postlink" href="http://m.youtube.com/watch?hl=en&gl=US&client=mv-google&feature=related&rl=yes&v=biUz0mZTZlo">http://m.youtube.com/watch?hl=en&gl=US& ... iUz0mZTZlo</a> part 2 <a class="postlink" href="http://m.youtube.com/watch?client=mv-google&hl=en&gl=US&feature=relmfu&rl=yes&v=fKP6Gi1Bhak">http://m.youtube.com/watch?client=mv-go ... KP6Gi1Bhak</a>

ראדני_שדכן » זונטאג יולי 7, 2013 1:54 pm

· #131198
נו?

פרייליך » זונטאג יולי 7, 2013 7:08 pm

· #131229
גייט עפעס זיין jul 15
Any u/d
בלאט: 1 2 3 4 5 6