☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » נחום ראזענבערג

נחום ראזענבערג

826 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #401
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17

נולד מאוחר » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 2:19 pm

· #71922
נארמאלער
ער חזערט נישט און 11211 , סאיז נישט זיינס גלייכען ער נאחומ'ט ארום מעבר לים

הרוצה לשקר ירחיק עדותו

זר זהב » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 2:20 pm

· #71923
הרוצה לחזר ירחיק זוניתו

נולד מאוחר » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 2:43 pm

· #71927
זר זהב
הרוצה לחזר ירחיק זוניתו

בקירב בשר וריחק מקום?

אם רואה אדם יצרו מתגבר עליו ילבש שחורים וילך.. ..
נישט געפערליך אז ער טייטש אפ שחורים רוסישע קוטשמע און חלט.
עט ליעסט די חז''ל איז ער מקיים מיטן גאנצן הידר.

געפילטע פיש » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 3:15 pm

· #71930
הרואה יצרו מתגבר עלין ילך למקום שאין מכירין אותו...

נולד מאוחר » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 4:17 pm

· #71934
געפילטע פיש
הרואה יצרו מתגבר עלין ילך למקום שאין מכירין אותו...

איין תגובה ציריק האב איך דאס געשריבן. אויב מיינסטו צי מתקן מיין לשון דאן האסטט עס אויך נישט ריכטיג.

געפילטע פיש » מוצ"ש דעצעמבער 22, 2012 6:30 pm

· #71936
נישט באמערקט דיין תגובה, זיי מיר מוחל.

נולד מאוחר » מוצ"ש דעצעמבער 22, 2012 6:38 pm

· #71938
געפילטע פיש
נישט באמערקט דיין תגובה, זיי מיר מוחל.

איך בין דיר מוחל אבער כ'וויל זאלסטו מיר מסביר פארוואס מיר וואלטן געשטאנען בעסער אן נחום ווי מיט?

אוהב דעת » מוצ"ש דעצעמבער 22, 2012 8:45 pm

· #71950
חברה לעבטס נישט אין קיין טעות, נחום איז clean from head to toe - דער DA האט עם קודם געוואלט אראפברענגען, זיי האבען די וועלטס געלט און ריסארסעס, זיי האבען גארנישט געקענט טרעפן, יעצט אז זיי האבען נישט קיין ברירה, זיי האבען געזען אז אונז זעמער בהמות אונז לאמער עם ארום טאנצען, נעמט ער קער פון אונז, ער האט אונז געגעבן א שענס פון איבער 20 יאר קער צונעמען פון אונזערע משוגעים...

איחוד פעלד » מוצ"ש דעצעמבער 22, 2012 11:23 pm

· #71977
אויב נחום איז מזנה מיט פרויען אין אוקריינא ווי מענדלאוויטש זאגט, כל הכבוד, מיט גרויסע, אדרבה!!!!!!!

הגם איך ווייס נישט פארוואס אים שמעקט נישט די היגער זונות, אבער על טעם וריח אין להתווכח.

און אז מענדלאוויטש זאגט אזוי, מן הסתם איז עס אמת, פארוואס זאל ער עפעס אויפמאכען מעשיות אויף נחום סתם אזוי?? איז ער דען א שקרן??

די האקערס אויף נחום הערען נישט אויף מיט תירוצים אויף זיינע צען טויזענט רופערס,

א. זיי זענען בחורים. (סא וואט? דאס מיינט אז אז זיי גייען אלע ווערען אינגעלייט איין טאג!!).

ב. זיי זענען די זעלבע מענטשען וואס רופען אפאר מאל, ממילא האט ער פיל ווייניגער. (זאל זיין, האט ער די העלפט, אויך מער ווי עני אנדערע בשר ודגים וואס איז דא היינט צו טאג, וועלכע נאך מענטש האט פינעף טויזענט צוהערער אויף אידיש?? אפילו דער גרויסע סאטאמארע רבי אפילו ער רעדט צו אן עולם אזוי גרויס, הערען זיי אים נישט אויס...........).

ג. זיי זענען נישט אנהענגערס, זיי האבען סתם ליב זיין ניבול פה און ליצנות. (לכאורה מאכט עס נאר ערגער די מצב, כ'מיין, אנהענגערס איז איין זאך, אבער צעהן טויזענט אידען וואס האבען ליב ניבול פה....... איז דאך עס ממש עקבתא דמשיחא).

צום שלוס, נחום ראזענבערג איז דא, דערווייל פייפט אויף אלע, רעדט וואס ער וויל, און ... און .... דער עולם הערט אים אויס מיט דורשט...

איז וואס קען מען טוהן?

גארנישט, הערט אים אויך אויס און גיט א שמייכל.

נולד מאוחר » מוצ"ש דעצעמבער 22, 2012 11:27 pm

· #71978
נחום טוט אן עמעזינג דזשאב די חזירים ציטערן

געפילטע פיש » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 12:30 am

· #71992
נולד מאוחר
געפילטע פיש
נישט באמערקט דיין תגובה, זיי מיר מוחל.

איך בין דיר מוחל אבער כ'וויל זאלסטו מיר מסביר פארוואס מיר וואלטן געשטאנען בעסער אן נחום ווי מיט?

ווי אין מיינע ווערטער זעסטו אז איך האלט אזוי?

געפילטע פיש » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 12:49 am

· #71997
שמעקעדיג

א באלעבאס האט געהאט מיט זיך א געטרייען בער, וואס האט אים פרובירט אפצוהיטן פון אלדאס בייזן. איין טאג האט דער באלעבאס געכאפט א דרימל אויף זיין בעט, און א פליגעלע איז ארומגעפלויגן אויף זיין נאז און געשטערט דעם רואיגן שלאף. דער בער האט נישט געקענט דאס צוקוקן, האט ער באשלאסן צו הרג'ענען דעם פליג. ער איז צוגעגאנגען מיט א רציחה, און געגעבן מיט זיינע לאפעס אזא מעכטיגן זעץ, אז דער באלבוס זיינער איז נסתלק געווארן אויף דער סעקונדע, ויצאה נשמתו בבום, אבער דער בער האט זיך נאכנישט בארואיגט, ער האט ווייטער געהאקט מיט אלע כוחות, זיכער צו מאכן מיט זיין "געטריישאפט" און מיט זיין "שכל" אז עס בלייבט נישט קיין שריד ופליט פון דעם פליג, תמחה את זכר הפליגעלע, אלזא האט ער געהאקט און געזעצט ווייטער אן רחמנות, און דער באלעבאס איז שוין געווען איין שטיק קאלוזשע בלוט מיט א געשפאלטענעם מח רח"ל, דער בעט אין וואס ער איז געשלאפן איז שוין געווען חרוב ונחרב, און אפילו דער ערד אונטער דעם בעט האט זיך שוין געוואקלט, די גאנצע שטאק האט זיך געשאקלט, די יסודות הבנין איינגעבראכן, וינועו אמות הסיפים, אבער דער בער - והוא בשלו. ער האקט ווייטער. און אך ורק "בלויז פארן טובה" פון זיין באלעבאס.

אין די מיען-טיים איז זיך צוזאמענגעלאפן א גרויסער עולם, וואס האבן געטראכט אפשר קען מען נאך עפעס העלפן, זיי קוקן צו מיט אנגסט, שאק און שוידער ווי עס ווערט א חורבן, אבער קיינער וואגט נישט צו גיין נאנט צו דעם צעווילדעוועטן בער, ס'איז דאך א סכנה פארן אייגן לעבן. האבן אלע פארבראכן מיט די הענט, און געשאלטן דעם בער, און געהאפט ער זאל אייננעמען א מפלה במהרה.

איז דארט געווען איין איד, א "נולד מאוחר", וואס האט זיך געדרייעט צווישן דעם עולם, וואס זענען געווען נולדי מקודמים, (אדער מלפניהם, יור טשויס...) און רופט זיך אן מיט א חכמה: איך פארשטיי נישט וואס ענק רעגן זיך אזוי? זענט עטץ מודה אז דא איז געווען א פליג? דארף מען פראטעקטן א בעה"ב מיט א געטריישאפט? ער מיינט דאך נאר דעם טובה אז פליגן זאלן זיך נישט דרייען דא!!

והנמשל מובן. אנשטאט בער, לייגט אריין א שלאנג, נח"ש. והמבין יבין.

דו הייבסט אן אינמיטן די מעשה, אין דעם שטאט ווי אונזער באלעבאס מיט'ן געטרייע בער האבן געוואוינט איז געווען א שרעקליכע צרה, געווען איז אין עק פון שטאט א נעסט מיט גיפטיגע פליגן, וואס א ביס פון זיי האט געמיינט יארן יסורים אין בעסטען פאל, און א שטייטע פיינפולע טויט אין ערגסטן פאל, די שטאטס מענטשען האבן נישט געוויסט ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן מיט דער מכה, די פריצים פון שטאט האבן אראפגערופן די גרעסטע ספעציאליסטן פון די גאנצע וועלט, מ'האט פראבירט מיט גיטן, מיט בייזן, מ'האט צוהאקט דעם נעסט, פארברענט, געשפריצט בליטש, ס'האט גארנישט געהאלפן, מ'האט גוזר תענית געוועזן, גערופן די וועלטס בארומטע עין הרע אויסלעשער, לשון הרע פארשפרעכער, חי רוטל, תהילים כולל, אפילו א מנין ביים כותל פערציג טעג ביי קופת העיר, אבער די גזירה האט נאך אלס געהאנגן העכער יעדעמס קאפ. מאמעס האבן געציטערט צו לאזן די קינדער גיין אין גאס, ווען מ'האט נאר געזען אדער געהערט א פלוג איז מען געגאנגען אין בונקער זיך באהאלטן, אבער הזבובים בשלהם, ס'האלט אין איין פאלן קרבנות ל"ע. פייוול די בעקער האט דערלייגט א זון, חייקל בעל העגלה האט א קינד וואס וויל נישט עסן, נישט טרונקען, נישט לעבן ל"ע, ר' פרץ די דיין אין אלטן שול האט זיין גלענצענדן בן יחיד'ל וואס האט געשמ'ט אלס עילוי אויך ליידער פארלוירן, ער איז אראפ פון זינען פון איין ביס, און ליידער ארויס לתרבות רעה.

דאס מאכט נישט קלענער דער פארלוסט פון אונזער בעל המעשה, די בער סוחר, אבער דאך שטילערהייט האט יעדער א שטיקל דאנקבארקייט פאר אונזער בער, וואס טאקע וויבאלד ער האט נישט קיין שכל, און האט געהארגעט זיין אייגענע באלעבאס, אבער דאך איז אין שטאט דא איין טויטליכע פלוג ווייניגער...

עד כאן קיבלתי המעשה.

נולד מאוחר » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 1:04 am

· #72000
געפילטע פיש
נולד מאוחר
געפילטע פיש
נישט באמערקט דיין תגובה, זיי מיר מוחל.

איך בין דיר מוחל אבער כ'וויל זאלסטו מיר מסביר פארוואס מיר וואלטן געשטאנען בעסער אן נחום ווי מיט?

ווי אין מיינע ווערטער זעסטו אז איך האלט אזוי?

רשע רוצח האב איך משמע געווען

געפילטע פיש » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 1:08 am

· #72002
רשע רוצח איז נישט קין סתירה מיט געשטאנען בעסער אדער נישט, א רשע און רוצח איז ער פאר'ן נישט גוט אויספארשען א מעשה פאר ער זאגט א נאמען אויפן האטליין. די בער איז פאקטיש א רוצח, ער האט געהארגעט אן אומשולדיגער מענטש, אבער פאקטיש האט ער קער גענומען פונעם פליג און די שטאט איז סעיפער מיט איין פליג ווייניגער.

נולד מאוחר » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 1:10 am

· #72004
געפילטע פיש
רשע רוצח איז נישט קין סתירה מיט געשטאנען בעסער אדער נישט, א רשע און רוצח איז ער פאר'ן נישט גוט אויספארשען א מעשה פאר ער זאגט א נאמען אויפן האטליין.

אקעי . ווייסטי פון א פאל וואס ער האט באשולדיגט אן אומשילדיגן מענטש אלץ רעזאלטאט פון נישט גוט אויספארשן?
איך פרעג סתם.

געפילטע פיש » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 1:17 am

· #72007
ניין. איך האב עס געזאגט מיט די הנחה אז ס'איז אזוי, אזוי שמועסט מען, און אזוי האב איך געהערט פון באקאנטע, אז מ'קען עם פארקויפן לאקשען און ער טרונקט עס מיט דורשט, אפשר גאר א קלא דלא פסיק.
דו ווייסט אז ער פארשט יא אויס?

נולד מאוחר » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 1:24 am

· #72011
געפילטע פיש
ניין. איך האב עס געזאגט מיט די הנחה אז ס'איז אזוי, אזוי שמועסט מען, און אזוי האב איך געהערט פון באקאנטע, אז מ'קען עם פארקויפן לאקשען און ער טרונקט עס מיט דורשט, אפשר גאר א קלא דלא פסיק.
דו ווייסט אז ער פארשט יא אויס?

ניין. איך ווייס אז ער טוט א וויכטיגער ארבייט און אפי' סזאל ארויסקומען אביסעל שאדן דערפון איז עס נאך אלץ ווערט, אזוי ווי די פליג משל.
איך זע דער עולם אפי' דא און שטיבל שעלט, איך ווינדער מיר צי ס'איז ווייל ער לאכט פון רבנים וואס ציען מיטן פלייצע און טוען גארנישט איבער די פראבלעם,אדער איז טוט ער טאקע אזויפיל שאדן?
איך קען צוויי חזירים וואס ער האט פיין מסדר געווען זיי ציטירן.

איינער » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 9:48 am

· #72064
[ציטאט אראפגענומען]

איך וועל מיך יא וואגן. אריינצומישען "היטלער", אפילו זייער לייכט, איז זייער נישט אויפן פלאץ, צוליב פארשטענדליכע סיבות.

קפנדריא » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 11:22 am

· #72088
zurich
קפנדריא
נישט אז איך בין א גרויסע 'פען' פון וועד הצניעות, אבער יא, זיי האבן געראטעוועט פיל פיל מער ווי דער מנוול ומשוקץ, פון אים איז טאקע דא א פחד, א פחד צו רעדן אויף אים אדער זיך אויפשטעלן קעגן זייענע אגענדעס, ווייל ער לייגט גראד ארויף אויף זיין ניבול פה ליניע, אבער נישט קיין פחד צו מאלעסטן, פון די וועד הצניעות האט מען דאס קדחת, די 'וואנעבי' מנוולים ציטערן אימת מות פון וועד הצניעות, והא ראי' קענסט זען דא אין ק"ש אליין וויפיל דוועד הצניעות, דוק ותשכח.
טוה מיר א טובה, די וועד הצנועות האט אראפ געברענגט מער מאלעסטארס ווי נחום?? אפשר האבן זיי ארויסגעסאקט מער געלט ווי נחום!! אבער ״געסטאפט״ מאלעסטערס האט נחום סאך מער

מ״ד במ"ל יוכיח!!

וואו זעסטו די מורא'דיגע אויפטוען פון דעם חזיר? חוץ פיטערן און זעטיגן בחורים און אינגעלייט מיט ניבול פה, און באשמוציגן צענדליגער און צענדליגער אומשולדיגע מענטשן מיט דאס ערגסטע ווייל: 1] זיי האבן זיך אנגענומען פאר איינעם וואס ער האט מחליט געווען אז יענער איז א מאלעסטער, 2] ווייל יענער האט געקוקט אויף אים קרום אויף די גאס, 3] ווייל יענער איז א קרוב פון איינעם וואס האט אים ארויסגעווארפן פון א ביהמ"ד, 4] ווייל יענער איז א קרוב פון א רב אדער רבי [אדער אליינס איינער] וואס האט אונטערגעשריבן דעם קול קורא קעגן דעם טינופת, 5] און דאס ערגסטע איז איינער וועם ער איז שולדיג געלט וכדו', אדער 'זשאסט פאר די פאן אוו איט'.

חוצמזה, פיקט ער אויף יעדע לשון הרע פון א קול עלה נידף, אויב רופט אים אריין א בחור'ל מיט א 'פעטע' לשון הרע אויף א מלמד אדער מגיד שיעור ווערט עס פאקט און ס'גייט גראד ארויף אויף זיין ליניע און יענער איז פארטיג, ער טוט נישט קיין שום פארשונג אדער ריסערטש ארבעט, זילטש, ער פרייט זיך אז ער קען זעטיגן זיין יצרא דעריות און פיטערן אנדערע הונדערטער בחורים און אינגעלייט טינופת און ניוול, און איינוועגס אינ'דר'ערד לייגן גאנצע משפחות אן קיין קלאפ מיט די הארץ.

קפנדריא » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 11:31 am

· #72089

איך בין דיך דן לכף זכות אז דו ווייסט נישט צופיל וואס גייט פאר אויף דער וועלט,

די ועד הצניעות וועלכע באשטייט נישט פון קיין 'ועד' וואס נעמט אן מעמבערס וכדומה, די עסקנים וואס אוען אין די זאכן צו א וואך, חודש, יאר אדער יארן ווערן באטיטלט מיט דעם נאמען ועד הצניעות , צווישן די איז פארהאנען עסקנים וואס טוען שוין צענדליגער יארן אין דעם געביט, איך קען גוט איןן עסקן, וואס דער עסקן אליין האט שוין מסדר געווען צענדליגער פעדאפיילס, צו מיט רפואות, שלעק, אריינמישן עלטערן, שוואגערס און ברודערס, רבנים און עסקנים פון קהילה [פארגעס נישט, ביי אונז איז דא א שטעקן וואס נישט אלע האבן, א מענטש וויל נאך קענען ווייזן זיין פנים פאר די משפחה, ווייב און קינדער, חברים און קאמיוניטי, ס'איז א שטארקע שטעקן], און מיט פארשידענע אנדערע פעולות וואס נוצט פאר א 'געווענליכער' מאלעסטער, פאר די ריכטיגע חולי נפש איז געגאנגען אנדערע מיטלען, אריינגערעכנט וואס זיי האבן שוין פארשידענע מנוולים געלאזט ארעסטירן [מיט די הוראה און היתר פון פראמינענטע רבנים], רוב זענען נישט אנגעקומען צו קיין פראצעס ווייל די עלטערן / קינדער האבן נישט געוואלט קאאפערירן, נישט וועלנדיג דורכגיין די טראומע און נבלה וואס אזא פראצעדור ברענגט מיט זיך, דאך זענען א טייל יא דורך דעם סיסטעם, וואס האט עווענטועל געפירט צו פארשידנארטיגע אויספירן, טייל האבן זיך ריינגעוואשן, טייל האבן נישט געהאט די מזל, און איינגענומען דעם ביטערן פילעכל, אריינגערעכנט פלי בארגעינס און זשעיל טיים, און א חלק זענען אנטלאפן צו די רוחות אריין, אזוי ארום געראטעוועט הונדערטער קינדער פון ווערן עווענטועלע קרבנות, און אפגעהאקט אדער געראטעוועט צענדליגער אשת איש'ן פון זייערע מנוולים פרעדעטארס, און אזוי ארום געראטעוועט די שטיבער און פארמיטן כלל ישראל פון פסול'ע קינדער.

חוץ פון די אומצאליגע פעולות צוצושטעלן סופארט פאר די קרבנות וואס זענען שוין נעבעך געשענדעט געאווארן דורך די שקצים און פרעדעטארס, זיי צוריקפירן אויף די שינעס און זיי זאלן קענען אנגיין מיט'ן לעבן געהעריג.

איחוד פעלד » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 11:34 am

· #72090
קפנדריא

וואו זעסטו די מורא'דיגע אויפטוען פון דעם חזיר? חוץ פיטערן און זעטיגן בחורים און אינגעלייט מיט ניבול פה, און באשמוציגן צענדליגער און צענדליגער אומשולדיגע מענטשן מיט דאס ערגסטע ווייל: 1] זיי האבן זיך אנגענומען פאר איינעם וואס ער האט מחליט געווען אז יענער איז א מאלעסטער, 2] ווייל יענער האט געקוקט אויף אים קרום אויף די גאס, 3] ווייל יענער איז א קרוב פון איינעם וואס האט אים ארויסגעווארפן פון א ביהמ"ד, 4] ווייל יענער איז א קרוב פון א רב אדער רבי [אדער אליינס איינער] וואס האט אונטערגעשריבן דעם קול קורא קעגן דעם טינופת, 5] און דאס ערגסטע איז איינער וועם ער איז שולדיג געלט וכדו', אדער 'זשאסט פאר די פאן אוו איט'.

חוצמזה, פיקט ער אויף יעדע לשון הרע פון א קול עלה נידף, אויב רופט אים אריין א בחור'ל מיט א 'פעטע' לשון הרע אויף א מלמד אדער מגיד שיעור ווערט עס פאקט און ס'גייט גראד ארויף אויף זיין ליניע און יענער איז פארטיג, ער טוט נישט קיין שום פארשונג אדער ריסערטש ארבעט, זילטש, ער פרייט זיך אז ער קען זעטיגן זיין יצרא דעריות און פיטערן אנדערע הונדערטער בחורים און אינגעלייט טינופת און ניוול, און איינוועגס אינ'דר'ערד לייגן גאנצע משפחות אן קיין קלאפ מיט די הארץ.

טרייבסט איבער אויף א גרויסער פארנעם, כ'וואלט געזאגט, די טרייבסט איבער אפילו מער ווי נחום אליין..............

שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 12:15 pm

· #72100
גארנישט איבערגעטריבן! וביודעי ומכירי קאמינא.

נולד מאוחר » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 1:51 pm

· #72124
שמעקעדיג
גארנישט איבערגעטריבן! וביודעי ומכירי קאמינא.

וועלכע חלק איז ביודעי ומכירי?

מיקוה נייעס » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 2:01 pm

· #72126
די ערשטע חלק

קפנדריא » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 2:04 pm

· #72128
זענען מענטשן טאקע נאיאיוו? איז דא איינער וואס האט נאך נישט באגעגענט איין אדער עטליכע פעלער ווי זיי האבן געמאכט סדר? קאמאן!

gehlungen » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 2:13 pm

· #72132
קפנדריא
zurich
קפנדריא
נישט אז איך בין א גרויסע 'פען' פון וועד הצניעות, אבער יא, זיי האבן געראטעוועט פיל פיל מער ווי דער מנוול ומשוקץ, פון אים איז טאקע דא א פחד, א פחד צו רעדן אויף אים אדער זיך אויפשטעלן קעגן זייענע אגענדעס, ווייל ער לייגט גראד ארויף אויף זיין ניבול פה ליניע, אבער נישט קיין פחד צו מאלעסטן, פון די וועד הצניעות האט מען דאס קדחת, די 'וואנעבי' מנוולים ציטערן אימת מות פון וועד הצניעות, והא ראי' קענסט זען דא אין ק"ש אליין וויפיל דוועד הצניעות, דוק ותשכח.
טוה מיר א טובה, די וועד הצנועות האט אראפ געברענגט מער מאלעסטארס ווי נחום?? אפשר האבן זיי ארויסגעסאקט מער געלט ווי נחום!! אבער ״געסטאפט״ מאלעסטערס האט נחום סאך מער

מ״ד במ"ל יוכיח!!

וואו זעסטו די מורא'דיגע אויפטוען פון דעם חזיר? חוץ פיטערן און זעטיגן בחורים און אינגעלייט מיט ניבול פה, און באשמוציגן צענדליגער און צענדליגער אומשולדיגע מענטשן מיט דאס ערגסטע ווייל: 1] זיי האבן זיך אנגענומען פאר איינעם וואס ער האט מחליט געווען אז יענער איז א מאלעסטער, 2] ווייל יענער האט געקוקט אויף אים קרום אויף די גאס, 3] ווייל יענער איז א קרוב פון איינעם וואס האט אים ארויסגעווארפן פון א ביהמ"ד, 4] ווייל יענער איז א קרוב פון א רב אדער רבי [אדער אליינס איינער] וואס האט אונטערגעשריבן דעם קול קורא קעגן דעם טינופת, 5] און דאס ערגסטע איז איינער וועם ער איז שולדיג געלט וכדו', אדער 'זשאסט פאר די פאן אוו איט'.

חוצמזה, פיקט ער אויף יעדע לשון הרע פון א קול עלה נידף, אויב רופט אים אריין א בחור'ל מיט א 'פעטע' לשון הרע אויף א מלמד אדער מגיד שיעור ווערט עס פאקט און ס'גייט גראד ארויף אויף זיין ליניע און יענער איז פארטיג, ער טוט נישט קיין שום פארשונג אדער ריסערטש ארבעט, זילטש, ער פרייט זיך אז ער קען זעטיגן זיין יצרא דעריות און פיטערן אנדערע הונדערטער בחורים און אינגעלייט טינופת און ניוול, און איינוועגס אינ'דר'ערד לייגן גאנצע משפחות אן קיין קלאפ מיט די הארץ.

Sorry but I don't believe he owes anybody a red penny !

מנשה לוסטיג » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 10:18 pm

· #72237
רוב פיגיס זענען נחום'ס עיטש.. אונזער דור איז אויסגעמענטשעלט.

נולד מאוחר » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 12:07 am

· #72268
מנשה לוסטיג
רוב פיגיס זענען נחום'ס עיטש.. אונזער דור איז אויסגעמענטשעלט.

ליגט טאקע אן אמת דערין אז סווענד זיך און די עדזש די חזירים?

מנשה לוסטיג » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 7:03 am

· #72291
הלו, לאמיר זיך נישט נארן, די זיידעס פון די מלחמה, במחילת כבודם הטהור.. פלעגן שלעפן זיבן קינדער אויף יעדע שויס, נישט די אייגענע אייניקלעך.. און אין מקוה געשווימען און בטעות און דווקא און וכולהו..
א דור שפעטער אוודאי איז דא א שיינע פראצענט דערפון, אבער אונז זעמער שוין די דור נאך יענע דור און נחום איז יא יענע דור, ממילא זאל ער זיך פראסקענען מיט זיין אייגענע קלאס נישט מיט כלל ישראל. אדער מיט היטלער גאר.. ווער איז שולדיג? היינט איז עס אסאך ווייניגער שכיח צווישן די יונגע דור, אדער גאר ווייסן מיר בעסער וויאזוי זיך צו באווארענען....

איחוד פעלד » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 10:47 am

· #72313

לוסטיג לוסטיג, מנשה האט אונז בא'מיסט'יגט..............

מנשה לוסטיג » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 3:06 pm

· #72420
וואס האב איך געזאגט ראנג?

לעמאן דזשוס » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 3:26 pm

· #72426
מנשה,.....אונזערע זיידעס? זינט ווען, אין אלע דורות, א תוצאה פון היטלער, ווען האט זיך דאס געטוישט.....

באשולדיגסט דעם עלטערן טייערן דור אזוי במחי כפים אן קיין זאכליכע באזיס, איך פאדער א באלדיגע ערקלערונג

גדעון » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 9:29 pm

· #72617
באקומען.
📎 imagejpeg952.jpg

מנשה לוסטיג » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 9:34 pm

· #72619
כ'ווייס נישט ווי אלט דער פרעגער איז, אבער ווי ס'שיינט מיר, ביסטו יונגער פון מיר, הכלל מיין עלטער געדענקט און ווייסט וואס איך רעדט. ודי למבין

נולד מאוחר » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 9:35 pm

· #72620
וואטס דע פיונט פון די בילד, חוץ אז סדא מענטשען וואס האבן נישט בעסער וואס צי טאן מיט זייער לעבן?

מורינו הרב » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 9:38 pm

· #72621
ניטל איז א זמן פון לצונותא דע"ז, מאכט מען חוזק פונעם אותו-איש, אים אריינלייגנדיג אין נחומ'ען.

נולד, האסט עפעס געפרעגט?

נולד מאוחר » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 9:47 pm

· #72624
אוי ווי היינט איז ניטול? כ'האב אונגאנצן פארגעסן און אריינגעכאפט א שטיקל גמ'.

מיי מיסטעק . כ
האב געמיינט אז מ'מאכט חוזק פון נחום. ס'דא אן אשכול ליצניתא דע''ז ס'באלאנגט דארט.

איך אויך » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 9:51 pm

· #72626
וועלכע מתנות ברענגט נחום?

ניו יארק » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 12:04 am

· #72664
זיין רעזיגנאציע בריוו.

נולד מאוחר » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 12:11 am

· #73303
היינט איז געווען די נייעס אז די DA האט אינדייטעט דער וואס אויסגעוואשן אביסעל נחומ'ס אויגן.
דויערט עס גווענדליך אזוי לאנג ביז דיDA אינדייט איינעם?
וואס גרויסע אויספארשינג האט די DA גקענט מאכן ביז יעצט?
די רוזלטאטן פונעם לעב צי דערגיין וואס איז געווען די לחלוחת דויערט ביז יעצט?

געפילטע פיש » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 8:45 am

· #73332
מורינו הרב
ניטל איז א זמן פון לצונותא דע"ז, מאכט מען חוזק פונעם אותו-איש, אים אריינלייגנדיג אין נחומ'ען.

נולד, האסט עפעס געפרעגט?

לידיעה בעלמא, דער פעשליכע מיטן רויטע הוט איז נישט אותו האיש, פאר סאם ריזען איז דאס אן אנגענומענע טעות ביי אסאך פון אחב"י האשכנזים.

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 3:36 pm

· #73390
געפילטע פיש
מורינו הרב
ניטל איז א זמן פון לצונותא דע"ז, מאכט מען חוזק פונעם אותו-איש, אים אריינלייגנדיג אין נחומ'ען.

נולד, האסט עפעס געפרעגט?

לידיעה בעלמא, דער פעשליכע מיטן רויטע הוט איז נישט אותו האיש, פאר סאם ריזען איז דאס אן אנגענומענע טעות ביי אסאך פון אחב"י האשכנזים.

מיין זון אלס קליין יונגל האט אמאל, זעענדיג דעם סאנטא קלאץ געזאגט "טאטי קוק א זיידי".

zurich » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 4:45 pm

· #73419
וואס איז טאקע פשט פון סענטע?

ענן כבד » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 7:41 pm

· #73453
כדי די קליינע קינדערלעך זאלן נישט איינשלאפן, ודו"ק

ל.רוזן » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 9:08 pm

· #73479
Re: נחום ראזענבערג
A rebbilah from israel came to america on xmiss season, when he arived, he told the gabbi mylah the lights kvod hatorah.....but vos iz day "zaydalach"??.....

Sent from my SPH-M580BST Using ForumTouch for Android

נולד מאוחר » פרייטאג דעצעמבער 28, 2012 3:03 pm

· #73642
zurich
וואס איז טאקע פשט פון סענטע?

אויף וויקיפידיע זע איך א יש אומרים אז ער איז צלם אלהים-אפגאט
וואס הייסט אדין

gehlungen » מוצ"ש דעצעמבער 29, 2012 7:27 pm

· #73657
Nuchem put on his blog a very interesting semi signed email its worth to read

שמואל הלוי » מאנטאג פעברואר 4, 2013 9:33 am

· #84432

געוואלד געשריגן » מאנטאג פעברואר 4, 2013 5:00 pm

· #84615
א ביסל שפעט. לאל

ניו יארק » דינסטאג פעברואר 5, 2013 12:35 am

· #84742
די פיקטשערס זענען גענוג גוט, אמת זאל עס נאך אויך זיין.....?
📎 IMG-20121214-WA0005.jpg 📎 IMG-20121214-WA0004.jpg
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17