☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » רבי פישעלע הערשקאוויטש לעבט נאך עמו"ש [ז"ל]

רבי פישעלע הערשקאוויטש לעבט נאך עמו"ש [ז"ל]

120 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3975
בלאט: 1 2 3

אביגדור » דאנערשטאג יוני 6, 2013 10:54 am

· #122275
קרוב לזה.

איך אויך » דאנערשטאג יוני 6, 2013 12:07 pm

· #122301
קאווע טרינקער

בד"וו, דער ראש המשגיחים פון די אזוי גערופענע עירוב פון די אזוי גערופענע בארא פארק, הרב אונסדארפער, האט די וואך שבת גע'עפנט א נייע שוהל אין בארא פארק, מיטן נאמען זאלאשיץ.

וואסידאס? א שטייגער ווי דער אזוי גערופענע קאווע טרינקער פון אזוי גערופענע קאווע שטיבל?

אביגדור » דאנערשטאג יוני 6, 2013 12:41 pm

· #122314
ניין.

איך אויך » דאנערשטאג יוני 6, 2013 12:45 pm

· #122317
האט ער שוין קאמפעטישן וואס איז כידוע גוט פאר די קאנסומערס.

הדד בן בדד » זונטאג יוני 9, 2013 2:05 am

· #123015
יא, צוריק צום ענין פון דעם אשכול, יא, ר' פישל'ע לעבט נאך, און ווער עס קען זאל טאקע אריינכאפן. דאכצעך מיר אז ר' פישל'ע איז דער איינציגסטער גדול אין די לעצטערע יארן, וועלכער איז געווארן אנערקעט ביי די גאנצע תורה וועלט אלס גאר אן ערנסטער תורה אויטאריטעט, און דאס אלעס אן א פארטיי און פאליטיק וועלכע זאל אים שטופן און בעקן און בויען. ער האט דאס ערווארבן בלויז דורך זיין לימוד התורה בהתמדה אינאיינעם מיט זיין יראת שמים און גאלדענע מידות.

אברעימל » דינסטאג פעברואר 7, 2017 5:17 pm

· #362218
פונקט געהערט א שיין מעשה אויף רבי פישעלע זז"ג, ביי א סעודה צוזאמען מיט זיינע אייניקלעך האט מען צום סוף אריינגעברענגט אייז קרים כנהוג, האט ער געזאגט אז מ'זאל אים נישט געבן ווייל ער עסט נישט קיין אייז קרים. האט אים זיין אייניקל געפרעגט, זיידי כ'האב דיך הערשט לעצטנס געזען עסן אייז קרים ביי א חתונה.

האט רבי פישעלע געענטפערט, לעולם עס איך טאקע נישט קיין אייז קרים, נאר דא איז אזוי געווען די מעשה. זיצנדיג אויבן-אן האט מען דאך נישט וואס צו טון איז בשעת'ן טיילן די אייז קרים האב איך מיך געשפילט מיט'ן לעפל, ווי נאר איך האב אויפגעהויבן מיין לעפל זעה איך פלוצלינג ווי אלע רבנים אויפן אויבן-אן הייבן אויך אויף זייערע לעפלעך. אזוי שפילנדיג דערמיט האב איך עס אריינגעשטעקט אין מיין אייז קרים, זעה איך ווי זיי אלע שטעקן אויך אריין זייערע לעפלעך אינ'ם אייז קרים.
זעענדיג ווי זיי אלע ווארטן אז איך זאל זיין דער ערשטער, האב איך מחליט געווען אז איך קען מער נישט צוקוקן זייער צער האב איך גענומען א לעפל אייז קרים אין מויל, ווי נאר זיי האבן באמערקט, האבן אלע רבנים אויך אנגעהויבן עסן.... אבער סתם אזוי עס איך נישט אייז קרים.

אישתישבי » דינסטאג פעברואר 7, 2017 8:46 pm

· #362238
מאכט נישט אזויפיל סענס.

אבער א שיינע מוסר השכל, מען דארף עסען אייס קרים פאר יענעם.

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 7, 2017 10:12 pm

· #362251
ס'איז דא א באקאנטע מעשה. (איך מיין אז איך האב עס שוין איינמאל געברענגט.).. 😂

מ'האט אמאל געזעהן א איד א תלמיד חכם און א ניש מכובד עסן פלייש אין די ניין טעג. ווען מ'האט איהם געפרעגט. היתכן, איהר עסט פלייש אין די 9 טעג. און איהר האט אפילו נישט געמאכט קיין סיום...? האט ער געענטפערט לאמור. אזוי צו זאגן...עטץ ווייסט דאך אלע אז איך בין בטבע זייער א קארגער. און א יעדעס שטיקל פון דעם סטעיק איז ביי מיר א סיגוף...!

האבן אים די מענטשן געפרעגט...אויב אזוי, טורינקט שוין צו א גלעזל וויין אויך...! אויף דעם האט ער געענטפערט..."אינגאנצן הרג'נען מיך ביניך נישט מחויב... 🙄 ...!

נ.ב.: כבודו של הגה"צ ר' פיש'לע הערשקאוויטש במקומו מונח...!

קאווע טרינקער » מוצ"ש מאי 27, 2017 10:13 pm

· #372522
שר התורה עלה למרום!

יהודי פשוט » מיטוואך יוני 7, 2017 3:11 am

· #373673
די מנחת אלעזר זי״ע האט זיך אמאל אויסגעדריקט אויף ר׳ פישל׳ע און אויף זיין ברודער דוד אז דאס זענען צוויי ספרי תורות, מען מוז אנמערקן אז ר׳ פישל׳ע איז געוועהן בלוז 14 יאר אלט ווען דער מונקאטש׳ער רב איז אוועק.
דער מונקאטש׳ער רב זצ״ל האט אויך אמאל געזאגט אויפן חקל יצחק אז אין די תורה הקדושה שטייט לא תחמוד ממילא וויל ער איהם נישט מקנא זיין אבער אזעלכע צוויי תלמידים - מיינענדיג ר׳ פישל׳ע מיט זיין ברודער - וואלט ער אויך געקענט באשטיין צו האבן (אינטערעסאנט אז ר׳ פישל׳ע מיט׳ן מונקאטש׳ער רב האבן דעם זעלבן יארצייט).
ר׳ פישל׳ע איז געוועהן פון די איינציגסטע 5 אידן פון שטאט מונקאטש וואס האבן מיט געמאכט די מלחמה און נישט געגעסן קיין טריפות.
ר׳ יהושע׳לע (דזיגעלע) יאקאבאוויטש דערציילט אז ווען ר׳ פישל׳ע איז געוועהן 9 יאר אלט איז ער געוועהן אין נירעדהאז אויף א חתונה פון א פעטער און דזיגעלע׳ס טאטע האט געזאגט פאר ר׳ פישל׳ע איך הער זאגן אויף דיר אז דיר אז די ביסט אן עילוי, איז עס אמת? האט ר׳ פישל׳ע נישט גע׳ענפערט האט ער איהם געפרעגט וועלכע מסכת לערנסטו יעצט האט ער גע׳ענפערט חולין, האט ער איהם פארהערט גאנץ מסכת חולין אויסנווייניג און ער האט גע׳יכול׳ט... (דזיגעלע ענדיגסט צו די מעשה אז ער האט דערנאך געכאפט פון זיין טאטן ווי עס דארף צו זיין, אז דער יונגל קען ביי די 9 מסכת חולין, און ער האלט נישט ביים לערנען)
זכר צדיק לברכה!

יהודי פשוט » דאנערשטאג יוני 8, 2017 4:01 am

· #373799
Re: רבי פישעלע הערשקאוויטש לעבט נאך עמו"ש [ז"ל]
[ציטאט אראפגענומען]

וואס א נפקא מינה ווער עס האט עס געמאכט ???

יהודי פשוט » דאנערשטאג יוני 8, 2017 2:59 pm

· #373862
רבי פישעלע הערשקאוויטש לעבט נאך עמו"ש [ז"ל]
ער האט יא!!

יהודי פשוט » פרייטאג יוני 9, 2017 12:10 am

· #373931
רבי פישעלע הערשקאוויטש לעבט נאך עמו"ש [ז"ל]
זעהט אויס אז פאר דיר האט די זיידע געמוזט אזוי פארקויפן

יהודי פשוט » פרייטאג יוני 9, 2017 7:55 am

· #373960
Re: רבי פישעלע הערשקאוויטש לעבט נאך עמו
נו נו איך ווארט אז די זאלסט פעסט שטעלן

בן אדם » פרייטאג יוני 9, 2017 9:13 am

· #373963
בד"וו רבי פישעלע הערשקאוויטש זצ"ל און זיין חבר דער לינזער רב זענען אויך געקומען פון מונקאטש. כ'האב געהערט אז זיי האבן נאך געקענט פארשידענע היימישע אידן פון מונקאטש.

יהודי פשוט » פרייטאג יוני 9, 2017 9:17 am

· #373964
Re: רבי פישעלע הערשקאוויטש לעבט נאך עמו
איך האב עס געהערט פון א גאר קראנטן מקור און איך האב נישט קיין אינטערעסע צו באאיינפלוסן אנדערע אז מען זאל מיך גלייבן, נאר אזויפיל יא איך האב געשריבן טריפות און עס קען זיין אז יענער האט גערעדט פון מאכלות אסורות בכלל

קל וחומר » פרייטאג יוני 9, 2017 10:44 am

· #373967
Re: רבי פישעלע הערשקאוויטש לעבט נאך עמו"ש [ז"ל]
אינטערסאנט, ווייל יואל אשר לאבין אין זיין אינטערוויו אינעם מאמענט פרעגט ער אים צו מ'האט מקפיד געווען אויף כשר'ס, האט ר' פישעלע געענטפערט אז מ'האט געגעסן וואס אימער די נאצי'ס האבן געגעבן.

האב איך שוין דריי שיטות דא.

יהודי פשוט » פרייטאג יוני 9, 2017 11:26 am

· #373973
Re: רבי פישעלע הערשקאוויטש לעבט נאך עמו
דאס איז שוין באמת א פלא ווייל דער מקור פון ווי איך האב עס געהערט האט עס געהערט פון ר׳ פישל׳ע

טמיר » פרייטאג יוני 9, 2017 11:36 am

· #373974
Re: רבי פישעלע הערשקאוויטש לעבט נאך עמו"ש [ז"ל]
ווער זאגט ער האט זיך באצויגן צי ר"פ זעלבסט?

מיר'ער בחור » פרייטאג יוני 9, 2017 12:20 pm

· #373979
בן אדם
בד"וו רבי פישעלע הערשקאוויטש זצ"ל און זיין חבר דער לינזער רב זענען אויך געקומען פון מונקאטש. כ'האב געהערט אז זיי האבן נאך געקענט פארשידענע היימישע אידן פון מונקאטש.

דער לינזער רב ז"ל איז נישט געקומען פון מונקאטש, זיי האבן זיך געקענט פון ספינקא, זיי זענען ביידע געווען תלמידים/חסידים פונעם חלק יצחק הי"ד,
אז מ'רעדט שוין פון זייער שייכות מיט ספינקא, ר' פישעלע ז"ל פלעגט נישט האבן קיין שייכות עכט מיט ר' הערשעלע ספינקער זצ"ל, אבער לינזער רב האט יא אנגעהאלטן די קשר טראץ די issue מיט סאטמאר-ספינקא, ביז ווען דער לינזער רב האט גענומען פאר אן איידעם דער קלויזנבורג'ער רבי שליט"א און ער האט איינגעלאדענט ר' הערשעלע צו די חתונה אין יוניאן סיטי, און ר' הערשעלע איז נישט געקומען ווייל ער האט נישט געוואלט פוגע זיין און סאטמאר.....
בלאט: 1 2 3