☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מען האט מיך גע'Used.. וואס טוה איך???

מען האט מיך גע'Used.. וואס טוה איך???

90 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3951
בלאט: 1 2

איינגעמיירעט » מאנטאג יוני 3, 2013 4:41 pm

· #120814
איש צדיק תמים
איינגעמיירעט איך ווייס נישט פארוואס די מיירעסט מיך איין אבער די פרשה איז אמת ויציב...

איש צדיק ״יא מיסס אנדערסטאד מי״ ער האט גערעדט פון העפפי... האב איך געזאגט אז נאך אפליינען אזא מעשה וואס די ביסט דורך,פארליר איך מיין גאנצע דרייוו און סווערט נחלש מיין מעשה ביי מיר (בלשון נקיה),ווען איך הער וואס אזא אבר קען אלץ אנמאכען ודו"ק

שעפטל » מאנטאג יוני 3, 2013 10:03 pm

· #120925
און איך וואס כ'האב שוין אויך די קוראזש געהאט צו שרייבן א מעשה האב נישט זוכה געווען צו ליינען די דאזיגע מעשה צוליב די זיסע חברה וואס מיזן אפפרעגן יענעם'ס באשרייבונג.

שכח אייך אלע!

בענדזשאמין פרענקלין » מאנטאג יוני 3, 2013 10:40 pm

· #120956
וויט אלל דא ריספעקט איש צדיק תמים ונשגב (און שעפטל), ס'איז סך הכל געווען איינס אדער צוויי ניקים, פון באלד קרוב צו הונדרעט ניקים וואס שרייבן דא אין קאווע שטיבל, וואס האבן מפקפק געווען אין דיין מעשה !! ולכן פרעגט זיך די מרפסן איגרא'דיגע קשיא: איש אחד יחטא ועל כל העדה תקצוף ?

קאווע טרינקער » מאנטאג יוני 3, 2013 10:47 pm

· #120962
העי, פארוואס האט ער אראפגענומען די מעשה?
דער רודף/ומזיק האט אים געווארענט אין אישי?
כ'האב מורא אז דער איש צדיק תמים האט געכאפט א היטש מיטן באס דרייווער...(אדער מיט א (חסידים-פאר-)בייק) און ער וועט צוריקומען מיט די מבני_משה פון שער_ שמים ביי די קומענדיגע ראדישיצע יארצייט, אדער מיט די תשע"ד ספירה טעיפ ארויסגעבער...

כבלעו כך פלטו, אז מ'קומט אריין מיט one and only נושא צו שרייבן, פליט מען פון דא שנעל.

זר זהב » מאנטאג יוני 3, 2013 10:50 pm

· #120965
מ'האט אים ג'עצה'ט אראפצונעמען יענעמס מעשה... האט ער בטעות אראפגינומען זיין מעשה

א מיסאנדערסטענדינג

בענדזשאמין פרענקלין » מאנטאג יוני 3, 2013 10:55 pm

· #120969
זר, שוין מיינע לעפצען האבן זיך שוין לאנג נישט אזוי אויסגעברייטערט. 👍

איך אויך » מאנטאג יוני 3, 2013 10:58 pm

· #120972
שנעל די נאמבער פון דער מוהל האט איינער?

שעפטל » מאנטאג יוני 3, 2013 11:15 pm

· #121000
און קיינער האט עס טאקע נישט???

חבל חבל

שעפטל » מאנטאג יוני 3, 2013 11:16 pm

· #121001
בענדזשאמין פרענקלין
וויט אלל דא ריספעקט איש צדיק תמים ונשגב (און שעפטל), ס'איז סך הכל געווען איינס אדער צוויי ניקים, פון באלד קרוב צו הונדרעט ניקים וואס שרייבן דא אין קאווע שטיבל, וואס האבן מפקפק געווען אין דיין מעשה !! ולכן פרעגט זיך די מרפסן איגרא'דיגע קשיא: איש אחד יחטא ועל כל העדה תקצוף ?

בענדזשעמין, דאס יא, א מענטש פארלירט ס'גאנצע אפעטיט ווען מ'וואשט זיך אויס די גאטיעס אויפן גאס און עפעס א וויצלער וויל דיך נאך אפשטעמפלן פאר א פאנטעזירער. בדידי הוה עובדא, דעמאלטס ניצן געוויסע זיין עצה מיט זר'ס ווערסיע...

איש צדיק תמים » מאנטאג יוני 3, 2013 11:26 pm

· #121012
אויב האט איינער אויף עפעס אן אופן געסעיוועד מיינע תגובה׳ת געב איך רשות דאס צוריק ארויף צילייגן, אסאך פריוואטע פארלאנגען זענען געקומען צו מיר און אישו און מאנכע שרייבן אז עס וועט זיי געבן חיזוק און זייערע איבערלעבענישען, אויב וועט עס פאר איינעם העלפן איז עס מיר ווערט.

אביגדור » מאנטאג יוני 3, 2013 11:35 pm

· #121020
אהא.

איש צדיק תמים » מאנטאג יוני 3, 2013 11:42 pm

· #121031
אידעלעך calm down איך האב נישט געמיינט קיינעם פון אייך דא און פאבליק, איך האב באקומען צוויי הודעות און אישו אז איך בין א שקרן וכזבן און איך בין סתם דא צו פארשפרייטן א שם רע אופן היימישן ציבור (ווי גלייך איך בין פון אנטארטיקע) און איך האב נישט געהאט קיין כח מיט די בהמות זיך צו שלאגן...

איש צדיק תמים » מאנטאג יוני 3, 2013 11:47 pm

· #121037
לכבוד שעפטל (און נאך אפאר גוטע אידן) איז די תגובה על מקומו

שעפטל » מאנטאג יוני 3, 2013 11:49 pm

· #121040
שכח! ממנו ילמדו וכן יעשו...

חזקיהו המלך » מאנטאג יוני 3, 2013 11:54 pm

· #121045
איש צדיק תמים
אידעלעך calm down איך האב נישט געמיינט קיינעם פון אייך דא און פאבליק, איך האב באקומען צוויי הודעות און אישו אז איך בין א שקרן וכזבן און איך בין סתם דא צו פארשפרייטן א שם רע אופן היימישן ציבור (ווי גלייך איך בין פון אנטארטיקע) און איך האב נישט געהאט קיין כח מיט די בהמות זיך צו שלאגן...


וואס עפעס זיך שלאגען, מען איגנארירט עס, אין פארטיג,

ס'איז אלעמאל דא תמימים וואס קענען נישט גלייבען אז ס'קען פאסירען, אין פין די צווייטע זייט איז דא חזירים וואס ווילען נישט גלייבען אז זייער שמוץ קומט ארויס, זיי וואלטען געוואלט אז יעדער זאל בלייבען א תמים, אין זיי זאלען ווייטער קענען חזר'ן פלייסיג מיט הצנע לכת, אין די חזירים ארבעטען מיט די תמימים צי שטיל מאכען די נארמאלע,

דארף מען זיך דערשרעקען פין זיי ?!, מען מאכט זיי א פאני פעיס אין מען גייט ווייטער,

זר זהב » מאנטאג יוני 3, 2013 11:58 pm

· #121049
חזקיהו המלך
מען מאכט זיי א פאני פעיס אין מען גייט ווייטער,

איך וואלט געפרעגט א שאלת חכם פאר איך טוה אזאנס. סיז א גרויס אחריות

איחוד פעלד » דינסטאג יוני 4, 2013 12:03 am

· #121052
זייענדיג א איד וואס איז געבענטשט מיט מיידלעך, וויל איך נאר פעסטשטעלען א מציאות, האבען בחורים פין דרייצען יאר פיר וואכען בין הזמנים? אויב יא, ווען, סוכות? פסח?

איש צדיק תמים » דינסטאג יוני 4, 2013 12:28 am

· #121083
ווענד זיך צו מען האט בר מצוה געהאט סוף כתה ט׳ אזוי ווי איך.

איחוד פעלד » דינסטאג יוני 4, 2013 12:44 am

· #121099
ביטע זייט מסביר.

סא דער מעשה איז געשעהן פסח צייט?

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 4, 2013 12:57 am

· #121117
איחוד פעלד
זייענדיג א איד וואס איז געבענטשט מיט מיידלעך, וויל איך נאר פעסטשטעלען א מציאות, האבען בחורים פין דרייצען יאר פיר וואכען בין הזמנים? אויב יא, ווען, סוכות? פסח?


געווענליך ביידע. חודש ניסן און תשרי. תשרי איז נאך פריער, פון ערב סליחות.

איש צדיק תמים » דינסטאג יוני 4, 2013 1:16 am

· #121133
איך וויל באמת נישט געבן קיין פרטים אבער מיר (פארשטייט מיר ביטע) אבער איך האב בר מצוה געהאט סוף כתה ט׳ און מיין ערשטע בין הזמנים אלץ בחור איז געווען סוכות און די צווייטע בין הזמנים פסח.

חזקיהו המלך » דינסטאג יוני 4, 2013 12:43 pm

· #121251
איש צדיק תמים
איך וויל באמת נישט געבן קיין פרטים אבער מיר (פארשטייט מיר ביטע)

די דארפסט זיך נישט פארענפערען אז די געבסט נישט קיין פרטים, די דארפסט זיך נישט לאזען דא נאכאמאל רעיפען, כ'האב דיר שוין געזאגט, נישט אלע שאלות דארף מען ענפערען, די ביסט קיינעם נישט שולדיג קיין ענפער, ווער ס'רעדט לדעתך מיט שכל אין רעספעקט, אין די ביסט אין די גוסטע צי ענפערען דאן ענפער, אין די איבריגע איגנאריר,

די ביסט נישט מחויב צי געבען קיין דיטעיל'ס פאר קיינעם, אין די ביסט נישט מחויב צי אויפוווייזען גארנישט פאר קיינעם, די שרייב דיין מעשה אין שוין, אין קאמיוניקיר מיט די וואס רעדען שרייבען לויט דיין געשמאק,
לערען דיר אויס, מען קען נישט אין מען דארף נישט יעדעם ציפרידענשטעלען, די ביסט נישט קיין עבד, די ביסט א בן חורין מזרע אברהם יצחק ויעקב,

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 4, 2013 2:22 pm

· #121299
איחוד פעלד
ביטע זייט מסביר.

סא דער מעשה איז געשעהן פסח צייט?

ביטע נעם איהם (צדיק תמים) נישט אויף א "קראסס עקזעמינעיש'ן". לפענ"ד איז די מעשה (מער ווייניגער) אמת. נאר נישט אזוי דראמאטיש (און שרעקליך) ווי ער וויל עס דא שילדער'ן.

שעפטל » דינסטאג יוני 4, 2013 3:46 pm

· #121339
berlbalaguleh
ביטע נעם איהם (צדיק תמים) נישט אויף א "קראסס עקזעמינעיש'ן". לפענ"ד איז די מעשה (מער ווייניגער) אמת. נאר נישט אזוי דראמאטיש (און שרעקליך) ווי ער וויל עס דא שלידער'ן.

ווי איז די דיסלייק קנעפל???

אההה דא

איש צדיק תמים » דינסטאג יוני 4, 2013 6:32 pm

· #121390
די איינציגסטער מענטש וואס קען וויסן צו די מעשה איז אמת אדער נישט איז דער רעיפער ממילה ווער עס וויל זיך שטעלן במקומו זאל זיך מחולק זיין מיט מיר...

הוגה » דינסטאג יוני 4, 2013 7:18 pm

· #121417
איים סארי אבער עס פילט דא אביסל ווי א קינדערגארטן. פארציילט א יונגערמאן זיין פערזענליכע שווערע מיטלעביניש מיט די ציל צו הערן עצות ווי אזוי זיך צו ספראווען דערמיט. אין א וועלט פון אינטעליגענטע grownups וואלט עס געגאנגן אזוי. האסטו וואס צוצוגעבן שרייב, אויב נישט דאן גיי ווייטער צו די נעקסטע אשכל. העכסטענס אויב ווילסטו מחזק זיין די יונגערמאן דאן גיב אים א לייק אדער שרייב אפאר חיזוק ווערטער.

דערווייל קומען אריין אפאר שמויגערס און לאזן איבער זייער פערזענליכע אפפאל. דער גרעבסט אז ער גלייבט נישט, דער גלייבט אבער עס איז איבערגעטריבן, די דריטע זאגט אז עס קען נישט זיין אז עס איז דא בין הזמנים, וכו'.

ווער האט דיר געפרעגט? האסט נישט קיין עצה, האסט נישט קיין רחמנות געפילן דאן גיי דיר ווייטער און קום נישט צוריק. קיינער איז נישט אינטערעסירט צו הערן דיין בויך קרעמפן. ועוד, והוא העיקר, מיינסט טאקע אויב דו וועסט אויפווייזן אז דער מעשה איז פונקט נישט אמת וועט פלוצלינג מער נישט זיין די מגיפה פון חזירים במחנינו? אויב האלט איר אז אזעלכע מעשיות געשעהן נישט אין אונזערע קאמיוניטי, לעבט איר מיט די קאפ אין זאמד. עס קומט פאר אזעלכס מער ווי מיר ווייסן, און די סיבה פארוואס דאס קען געשעהן איז ווייל עס זענען פארהאן אזעלכע מענטשן ווי אייך וואס פארשווייגן עס.

זיין מיר מוחל פאר די outburst, כ'בין זיכער אז אנדערע פילן די זעלבע ווי איך און איך בין א שליח ציבור . לאמיר זיך אויף פירן ווי ערוואקסענע. ווער עס האט וואס צוצוגעבן לתועלת השמועס זאל שרייבן, און ווער נישט זאל ליינען, לייקן אדער נישט.

איך אויך » דינסטאג יוני 4, 2013 8:22 pm

· #121470
ליידער אזוי גערעכט.

איחוד פעלד » דינסטאג יוני 4, 2013 11:32 pm

· #121519
אין הכי נמי

הוגה איז גערעכט, די מעשה איז נישט קיין חילוק צו עס איז יא געוועהן אדער נישט, מען קען דן זיין די מעשה, ווייל די מעשה איז רואיג געשעהן אויב נישט צו אונזער צדיק, איז עס געשעהן צו צענליגער אנדערע צדיקים.

נאר וואס דען?

מיר באדערט אמאהל, ווען איינער שרייבט א מעשה שהיה, זאל עס זיין מדוייק, ווילסט שרייבען ליגענט? געזונטערהייט, אבער כאטש לייג אריין קאפ אין מוח אז די מעשה זאל קענען זיין אמת, נישט אז מיר זאל קראצען ווען איך ליין די מעשה, וועגען בין הזמנים, און ווען ער שרייבט אז עס איז געוועהן א קליין שוהל, און ער האט דארט געדאווענט מעריב, און לכאורה איז עס געוועהן זומער, און מען דארף מיישב זיין בדוחק אז א אינגעל פין צוועלף לערנט מיט א מלמד ביז 930 באנאכט צו דאווענען דארט מעריב וכו'.

אלע קשיות האבען תירוצים, און אוודאי איז נישט שיין צו זאגען איינעם איך גלייב נישט דיין מעשה, ווייל דעמאלס ווערען מיר ווי די עסקנים און רבנים וואס זאגען דער זעלבער פאר אלע נפגעים, און טאמער געדענק איך גוט האק איך אויף זיי.

אבער, פארגעס א מינוט פין וואס די מעשה רעדט זיך, איעדער מעשה וואס א מענטש שרייבט, מוז זיין אויסגעהאלטען שריפטליך, און ווען איינער שרייבט אפ א מעשה וואס איז מעורר א טוץ מיט קשיות, ווייזט עס אויף א סלאפי ארבעט, און אויף דעם טוה איך רעזערווירען דעם פולען רעכט צו זאגען קריטיק, נישט קיין חילוק צו זיין ניק איז באס דרייווער אדער איש צדיק, אדער שעפטעל.

געפילטע פיש » מיטוואך יוני 5, 2013 12:47 am

· #121530
א) די אמת איז אסאך מאל קאמישער ווי פיקציע (מארק טוועין).
ב) ער מעג משנה זיין פונעם אמת אין געוויסע פרטים כדי דער יעניגער זאל נישט דערקענען די מעשה אויב לייענט ער דא.
ג) דו גלייבסט אז ס'איז עטוואס מעגליך אז ס'איז יא אמת, אויב אזוי, דו, אלס גרויסע לוחם פאר וויקטימס וואלט געמעגט האבן אביסל מער מיטגעפיל, און אויפן צד אז ס'איז אמת נישט לייגן קיין זאלץ אויף די וואונדען, און שטיל בלייבן.

איש צדיק תמים » מיטוואך יוני 5, 2013 1:44 am

· #121548
געפילטע פיש
א) די אמת איז אסאך מאל קאמישער ווי פיקציע (מארק טוועין).
ב) ער מעג משנה זיין פונעם אמת אין געוויסע פרטים כדי דער יעניגער זאל נישט דערקענען די מעשה אויב לייענט ער דא.
ג) דו גלייבסט אז ס'איז עטוואס מעגליך אז ס'איז יא אמת, אויב אזוי, דו, אלס גרויסע לוחם פאר וויקטימס וואלט געמעגט האבן אביסל מער מיטגעפיל, און אויפן צד אז ס'איז אמת נישט לייגן קיין זאלץ אויף די וואונדען, און שטיל בלייבן.

ישר כוח, באמת...

שעפטל » מיטוואך יוני 5, 2013 1:53 am

· #121550
בקיצור איחוד האט זיך א קשיא און אלעס ווערט יעצט סלאפי און אפגעפרעגט.

שטאטעלעך, יא רוב ישיבות האבן בין הזמנים פון א' סליחות ביז ר"ח חשון און אזוי אויך פון ר"ח ניסן ביז ר"ח אייר. סאו דעס איז פארענטפערט, איא?
9:30 איז נישט שפעט פאר א 12 יעריג'ס.
קיין קליינע שוהל אישו פארשטיי איך בכלל נישט.
בקיצור, כ'גיי נישט דא פארענטפערן איש צדיק, אבער מכאן הקריאה יוצאת נאכאמאל לכל אנ"ש, ווען איינער נעמט די קוראזש און באשרייבט א שווערע קאפיטל פון זיין לעבן, האב מיטלייד און שרייב עפעס צו אדער וויש דיך אפ די נאז אינעם ערשטן נאסן סמעדריש האנטעך, לאז יענעם זיך פילן גוט אז ער האט אראפגעטראסקעט א בארג מיט ציגל פון זיין פארווייטאגט הארץ.

(כ'האב געניג געארבייט צו פארשאפן דעם פארמעקטן ארטיקל אז איש צדיק זאל דאס פריש ארויפשטעלן - טאקע שכח פארן משלח- מאך אים נישט עס צוריק אראפנעמען,און דיסקארעדזש נישט אנדערע פון שרייבן זייער איבערלעבעניש)

בדחן » מיטוואך יוני 5, 2013 1:57 am

· #121553
איך האלט אז מען מעג איבער פרעגן א מעשה, א שרייבער דארף נישט זיין באליידיגט אז מען פרעגט אים איבער, אדרבה עס ווייזט אז בדרך כלל טראסט מען אים און מען איז זיך מתיחס צו אים מיט א ערענסקייט און ווען מען פרעגט איבער זיכט מען אויסצוגראדען די ספיקות, און א שרייבער וואס ווייסט ביי זיך אז די מעשה איז אמת לאכט און הארצען פון די וואס שרייבען אז ער זאגט ליגענט, עס באדערט אים נישט קיין כי הוא זה ווייל ער ווייסט דעם אמת.

אבער, דעתי נוטה אז דער שרייבער פון די מעשה דא האט געשריבען 100% אמת, ניכרין דברי אמת, איך האב נישט קיין צווייפיל און זיין מעשה, טעקניקעל דיטעליס קען מען פרעגן אויף יעדע אמת׳ע מעשה, און אויף דעם איז געזאגט די ווערטעל אז אויף א מעשה פרעגט מען נישט קיין קשוית, לבי ליבי עליו, עס איז א הארץ ווייטאג עס צו ליינען און עס קאסט א טרער.

שעפטל » מיטוואך יוני 5, 2013 2:01 am

· #121556
ס'דא פרעגן און ס'דא בבחינת אפפרעגן

פידלער » מיטוואך יוני 5, 2013 9:27 am

· #121602
בדחן
איך האלט אז מען מעג איבער פרעגן א מעשה, א שרייבער דארף נישט זיין באליידיגט אז מען פרעגט אים איבער, אדרבה עס ווייזט אז בדרך כלל טראסט מען אים און מען איז זיך מתיחס צו אים מיט א ערענסקייט און ווען מען פרעגט איבער זיכט מען אויסצוגראדען די ספיקות, און א שרייבער וואס ווייסט ביי זיך אז די מעשה איז אמת לאכט און הארצען פון די וואס שרייבען אז ער זאגט ליגענט, עס באדערט אים נישט קיין כי הוא זה ווייל ער ווייסט דעם אמת.

אבער, דעתי נוטה אז דער שרייבער פון די מעשה דא האט געשריבען 100% אמת, ניכרין דברי אמת, איך האב נישט קיין צווייפיל און זיין מעשה, טעקניקעל דיטעליס קען מען פרעגן אויף יעדע אמת׳ע מעשה, און אויף דעם איז געזאגט די ווערטעל אז אויף א מעשה פרעגט מען נישט קיין קשוית, לבי ליבי עליו, עס איז א הארץ ווייטאג עס צו ליינען און עס קאסט א טרער.


בדרך כלל האלט איך ווי דיר, אבער איך בין מיך מחילוק אויף איין נקודה. אויב איז איש תמים'ס מעשה אמת און ער האט גענומען די קוראדזש צו דערציילן וואס ער האט איבערגעלעבט פאר די ערשטע מאל אויף קאווע שטיבל וואו ער האט זיך פארגעשטעלט ער וועט געפונען א סימפאטישע אוידיענס--און ווי, וואס, ווען... מ'שטעלט אים דא אויף א פארהער, גלייב איך נישט ער וואלט געלאכט אין הארצן. די אישוי פון מאלעסטעשען האט א רייכע היסטאריע פון וויקטימס וואס מ'האט נישט געגלייבט (אויך, ליידער, פון מענטשן וואס האבן אויפגעמאכט באשולדיגונגען פאר זייער אייגענע אינטערעסן, אבער דאס איז א פוינט פאר אן אנדערע אשכול). איז דאס צו א סענסיטיווע אישוי אז מ'זאל אים ארויסווייזן אונזער ספיקות. איך גלייב אז ס'וואלט געווען בעסער אויב מ'האלט די doubts ביי זיך. וואס איז דען די ערגסטע? אז ער האט אויפגעמאכט די מעשה און לאכט זיך אויס פון אונז תמומות'דיגע גלייבער? זאל זיין אזוי. No skin off our backs, ווי מ'זאגט.

יין שרף » מיטוואך יוני 5, 2013 11:14 pm

· #122098
ריינער


וויאזוי ס'זאל נאר זיין האלט איך אז מיט'ן זיך איינהאלטן אין גארנישט זאגן וועסטו זיכער נישט אויפטוהן, איך האלט אז יענער דארף פשוט וויסן אז ער האט רואונירט דיין לעבן! נישט אלעס איז געלד! וויפיל געלד ער וועט דיר נאר געבן וועט די זכרונות אלטץ בלייבן, דארפסט אים ארויסגעבן וואס די האסט אויף אים, און אויב האט יענער שוין אויסגעמענטשעלט און ער וועט הערן וואספארא פיין די גייסט דורך ביז'ן היינטיגן טאג וועט ער דיר אפשר אליין אפערן צו פארגיטיגן מיט עפעס.

און אויב האט ער זיך נישט אויסגעמענטשעלט? און ער וועט און ער וועט הערן וואספארא פיין די גייסט דורך ביז'ן היינטיגן טאג, וואס וועט זיין? סתם אזוי צו געבן יענעם די געלענהייט נאכאמאל צו זיך אויסלאכן פון דיר??? (שכן דרך הנואפים, וכ"ש הוא שעשיר יענה עזות ודו"ק)

its me » דינסטאג פעברואר 4, 2014 9:54 pm

· #181645
איך אויך
איש צדיק תמים, שמך נאה לך! (און שלום עליכם!)

איעדער וואס איז דורך די אושוויץ איז שוין פאררעכנט ווי א צדיק.

כ'מיין אז דאס געהערט דריגענט אין מאחורי אבער דעמאלטס וועסטו (לכאורה) נישט קענען ענטפערן.

לדעתי איז זיין תאווה נישט אוועק פלוצליג אונטער די חופה ,עס איז ליידער מעשים בכל יום אז פארהיירעטע הרגענ'ן אף אונזערע קינדער און ערשטענס מוזטו זעהן ער זאל מער קיינעם נישט קענען רעיפן.

It's hard to know if he still does it, however somebody I know since I was a kid and the "people" said that he used molest his peers confided me yesterday that he still does it, and he is married with kids. Although he didn't specify whether he does it with children or adults he just said he likes'em and does'em both. So beware. 

איך אויך » דינסטאג פעברואר 4, 2014 10:48 pm

· #181656
מעשים מגונים בכל יום.

קידוש » דינסטאג יולי 19, 2022 10:03 pm

· #504519
איך האב יעצט געטראפען די אלטע אשכול,
עס כאפט א שוידער,
איך ווינדער מיר אויב היינטיגע צייטען 2022 הערט מען נאך אזאלכע מעשיות אין היימישע שולען?

מאן » מיטוואך יולי 20, 2022 12:08 am

· #504531
איידער איר כאפט דעם שוידער, און איר וואונדערט זיך צי היינט קען די זעלבע זאך געשען, גיבט ביטע א בליק אויף דעם אשכול, נתחבר געווארן דורך דעם זעלבן מחבר פון היגען אשכול. עיי"ש ותמצא נחת.

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=24&t=5448

קאצקע ציקער » מיטוואך יולי 20, 2022 12:43 am

· #504533
מאן
איידער איר כאפט דעם שוידער, און איר וואונדערט זיך צי היינט קען די זעלבע זאך געשען, גיבט ביטע א בליק אויף דעם אשכול, נתחבר געווארן דורך דעם זעלבן מחבר פון היגען אשכול. עיי"ש ותמצא נחת.

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=24&t=5448
Wow shocking
בלאט: 1 2