דרייען זיך דא אנשי דלא מעלי
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5448
דרייען זיך דא אנשי דלא מעלי
קאווע שטיבל אלס א פארן סייט?
אזוי בליקענדיג אין די רייכע אויסוואל פון אשכולות איז מיר אקעגן געשפרינגען די פאקט אז 50% פון די אשכולות רעדן זיך פון עפעס וואס האט צו טאן מיט מאלעסטעישן.
איך פארלייקן נישט די פאקט אז מאלעסטעישן איז א שרעקליכער פראבלעם וואס פלאגט אונזער היימישע געמיינדע ליידער, אבער ארומקוקענדיג איז מיר געקומען און געדאנק אז די אישו ווערט דא ארויפגעברענגט Way Way too much.
אין חדר פלעגט זיין אז די קינדערלעך וואס זענען אלס ביזי געווען ווער עס פאטשקעט ארום, זענען געווענטליך געווען די גרעסטע פאטשקערס, איך האב זייער מורא אז געוויסע פארשוינען האבן געטראפן און דעם אשכול א פלאץ ווי אן Outlet זיך אויסצוגעבן זייערע פארשטינקענע Child porn תאוות, פארשטייט זיך אונטער א מאנטל פון אקטעוויזם, ווי למשל אזעלכע אשכולות (און איך קוואט נישט ווארט ביי ווארט משום תקנת המקום אז מען זאל נישט קריטיקירן אן אנדערן ניק ספעציפיש)
זענט איר שוין אמאל מעלאסטירט געווארן?
וויפיל מענטשן קענט איר וואס זענען געווארן מאלעסטירט?
וואס הייסט מאלעסטן (לייען... דערצייל מיר ביטע עפעס א זאפטיגס אז איך זאל מיך קענען אינוויזשענען די מעשה לייוו)
הקיצור א מענטש מיט א ניכטערן בליק זעהט אז ליידער איז פון א פלאץ וואס עס איז Open Minded, געשמאק, און פיין, געווארן אביסעלע א זאמלונגס פונקט פאר חזירים.
מען קען דאס מערסטענס זעהן ביי צוויי Actions.
איינס ווען עס איז שטיל וועגן מאלעסטעישן א טאג צוויי וועט גראד קומען איינער און עפענען און אויסזוכן עפעס וואס האט א שייכות מיט מאלעסטעישן פון אונטערן ערד נאר כדי ער זאל קענען רעדן פון דעם נושא וואס ער גארט אזוי.
דערנאך וועט איר זעהן אז עס איז דא געוויסע ניקים וועס זענען נאר ביזי ווען מען רעדט פון די נושא, עפעס אנדערש אינטערסירט זיי נישט.
עס פלעגט דא זיין פיין אבער אוי לאותו בושה אז עס איז געווארן א שטיקלע פארניש סייטיש געמישט.
ווען איינער איז חלילה בא'גנב'ט געוורען און ער רעדט כסדר פון גנבים, מיינט דאס ער האט א תאווה צו זיין א גנב?
לויט די סקר דא, האבן א גרויס חלק דא שוין געווארען בא'לאקערט. ווילן רוב חברה דא זעהן ווי אזוי מען קען דאס פארמיידן.
גראדע, דיין שפראך איז די סיבה פארוואס יארן האט מען נישט גערעדט און קעיר גענומען, ווייל אייביג איז געקומען א חזיר (וואס האט נישט געוואלט מען זאל רעדן פון פרעוונזשען) און געזאגט ענק זענען חזירים פארן רעדן דערוועגן.
לויט דיר זענען אלע וואס הערן אויס צוזאמען שובבים תורת - א זאמלונגס פונקט פאר חזירים?
לויט דיר איז א נדה גמרא ח"ו א פארנישע ספר?
ווען ערוואקסענע מענטשען קומען זיך צו זאם צו רעדן וואס מען קען אויפטוהן און וויפיל זענען געווארען מאלעסטירט. האט קיינער נישט תאווה. פארקערט עס פארגייט די אפעטיט פון עני תאווה ווען מען הערט די גרויליגע דיטעלס פון רוצחישע חזירים.
אלע ווייסען אז די אלע וואס זענען אלס ביזי געווען צו פארשווייגען עוולות, זענען געווענטליך געווען די גרעסטע בא'עוולערס, איך האב זייער מורא אז געוויסע פארשוינען האבן געטראפן א וועג ווי אזוי צו פארשווייגען עוולות כדי זיי זאלן האבן א פלאץ פאר אן Outlet זיך אויסצוגעבן זייער פארשטינקענע Child porn תאוות...
שפתים קישאקTM!
אינטרעסאנט אז דער אשכול גופא רעדט זיך אויך פון מאלעסטעישען וואס לשיטת פותח האשכול איז צריך בדיקה אחר הכותב. וכידוע מאחז"ל כל הפוסל במומו פוסל וכו'
אלעס פיין און וואויל, עטץ קענסט מיר אלע צוזאם שעלטן.
פאקט בלייבט אבער פאקט, אז אפילו דא אויף דעם עמוד אליין אין געזעלשאפט איז דא פינף אשכולות וועגן מאלעסטעישן, די נושא וואס מען דעבאטירט דא די מערסטע איז מאלעסטעישן.
איך זאג אייך אז איינער פון די גרויסע מאלעסטעישן שרייבערלעך דא קען איך און ער האט שטארקע תאוות צו מיינערס, און די פלאץ איז אן אויטלעט פאר אים.
איך רעד שוין נישט וואס עס טוט זיך אפ מאחורי הפרגוד, עס טוט וויי פאר מאנכע דא אז איך האב געפענט די אשכול, ווייל דא זענען נאר דא "היי קלעסס" אויפגעקלערטע מענטשן, און איך מאך קלאר אז עס געפינט זיך דא היי קלעסס חזירים אויך וואס באלעקן זיך די פינגער מיט די חאזעריי וואס ער האט געמאכט אז דו בהמה זאלסט שרייבן מיטן מיינונג נעבעך אז דו רעדסט ארויס קעגן מאלעסטעישן.
איינער א חכם ברענגט דא צו אן אשכול פון מיר, זאג נאר האב איך געזאגט אז מאלעסטעישן זאל זיין Off limits? אלעס וואס איך האב געזאגט איז אז עס איז שוין אריבער די גבול, קענסט מיר זאגן פארוואס דער חזיר דארף וויסן פונקטליך וואס די מעשיות זענען געווען און ווי מען האט אלס צוגערירט און פונקטליך אלע דעטאלן? קענסט מיר מסביר זיין פארוואס עס זענען דא דא מענטשן וואס זענען אזוי וואן טרעק מיינדעד וואס אלס וואס זיי קענען דעבאטירן און פותח אשכולות זיין רעדט זיך פון די זעלבע נושא?
יא יודעלעך דא דרייען זיך פיגיס, ווילסט זאגן אז איך בין אויך א חזיר, נאו פראבלעם, אבער עס בלייבט א פאקט נאכדעם וואס דו באטיטעלסט אויך מיך מיט דעם חזיר טיטל.
משה געציל
די ערשטע לייק איז פאר זיין זכרון...
נאדיר א צווייטע פאר דיין איידעלע לשון..
זאל שוין זיין א דריטע פארן ברעכען די רעקארד, די קלענסטע תגובה מיט אזויפיל לייקס
😂 😂 😂
איך מוז דיר זאגען אז דו ביסט א ריכטיגע כפוי טובה!!
קומסט אהער אינגאנצען צובראכן אז מען האט דיך מאלעסטעט, די גבאים/מנהלים טראכטען פון אריינרוקען די גאנצע אשכול אין מאחורי אדער עס אויסמעקן, למעשה לאזט מען עס איבער כדי דער עולם זאל דיך קענען מחזק זיין און געבן עצות,
קומסטו יעצט שרייען אז דא דרייען זיך חזירים!!?
ביסט א ריכטיגע קאזאק הנגזל!
אנשטאט באדאנקען די הנהלה דא און די פלאץ - פארשעמסטו גאר די פלאץ?!
עס איז די העכסטע מדרגה אין כפיית טובה
די עולם האקט
איש צדיק תמים,
עס איז געוועהן א צייט צוריק, וואס פאר א לענגערע תקופה האט זיך געטוהן איבער א "באס-דרייוער" און זיין כלומר'ישן שלום בית פראבלעם. אויב וואלט איינער דא אריינגעפאלן יענע תקופה, וואלט ער געוועהן איבערצייגט אז דא איז א פלאץ געאייגענט בלויז צו לופטערן שלום בית פראבלעמען.
ווידער איז געוועהן א צייט אפשניט, וואס מען האט דא געשריבן אשכולות לרוב איבער די 4 סלייס קאפלעך. האט זיך פאר איינעם געדאכט אז אלע מגיבים זענען משוגע לאותו דבר און האבן עפעס א געשעפט מיט קאפלעך?
אזוי מאכן זיך שמועסעלעך, וואס א געוויסע סאבדזעקט פארנעמט דער אויבנאהן, און עס ווייזט גארנישט אויף די שרייבער זעלבסט.
סאשי פישאיך מוז דיר זאגען אז דו ביסט א ריכטיגע כפוי טובה!!
קומסט אהער אינגאנצען צובראכן אז מען האט דיך מאלעסטעט, די גבאים/מנהלים טראכטען פון אריינרוקען די גאנצע אשכול אין מאחורי אדער עס אויסמעקן, למעשה לאזט מען עס איבער כדי דער עולם זאל דיך קענען מחזק זיין און געבן עצות,
קומסטו יעצט שרייען אז דא דרייען זיך חזירים!!?
ביסט א ריכטיגע קאזאק הנגזל!
אנשטאט באדאנקען די הנהלה דא און די פלאץ - פארשעמסטו גאר די פלאץ?!
עס איז די העכסטע מדרגה אין כפיית טובה
די עולם האקט
איך זע נישט וואו ער פארשעמט דאס פלאץ, ער האט א גוטע נקודה און ס'האט גארנישט מיט די הנהלה. ער האט זיך זייער רעספעקטפול ארויסגעברענגט.
אינשי דלא מעלי נישט מעלה
לדעתי האט דער שרייבער גאנץ גוטע פוינטס. נאר האט זיך געדארפט אויסדרוקן אסאך איידעלער. איך האלט שוין לאנג אז עפעס איז נישט גלאטיג מיט די אלע וואס שרייען איבער מאלעסטעישאן אנגעהויבן פונעם בעל החרם ביז שרייבערלעך דא. ווייל ממה נפשך איז יעדער מאלעסטעד געווארן, מיז דאך זיין אז יעדער צווייטער איז א חזיר און אפי' אויב נישט, זענען דאך אלע מודה אז דער וויקטים אליינס ווערט דערנאך א מנוול. און דא פלוצלינג ווערט יעדער א צדיק און טייילט נאך אזוי צו בעין טובה צענדליגער יאר תפיסה פאר יעדען מאלעסטער. בקיצור סדא אסאך צו שרייבן, אבער אין דעם ענין איז בעסער צו שווייגען. למעשה. האסטו זיך זייער נישט גוט ארויסגעברענגט. כ'מיין דא צו קומען און אטאקירן אונזער ק"ש פעמילי אונז אראפרייסן אזוי אפען און גראב און אזוי געמיין איז א גרויסער עוולה, אנטשולדיגט אבער ביסט א געזונטער פערד פארן אזוי שרייבן. ק"ש איז גאר א געשמאקער ווינקעל ווי יודן קומען זיך אויסשמועסן איבער ענינים וואס מען קען נישט אזוי גראב רעדן אין ביהמ"ד און סווערט אויך נישט געקאווערט אין די צייטונגען ממילא רעדט מען אביסל מער דערפון .וצריך תיקון ומחילה.
shem-tov בקיצור סדא אסאך צו שרייבן, אבער אין דעם ענין איז בעסער צו שווייגען. למעשה. האסטו זיך זייער נישט גוט ארויסגעברענגט. כ'מיין דא צו קומען און אטאקירן אונזער ק"ש פעמילי אונז אראפרייסן אזוי אפען און גראב און אזוי געמיין איז א גרויסער עוולה, אנטשולדיגט אבער ביסט א געזונטער פערד פארן אזוי שרייבן. ק"ש איז גאר א געשמאקער ווינקעל ווי יודן קומען זיך אויסשמועסן איבער ענינים וואס מען קען נישט אזוי גראב רעדן אין ביהמ"ד און סווערט אויך נישט געקאווערט אין די צייטונגען ממילא רעדט מען אביסל מער דערפון .וצריך תיקון ומחילה.
דו שיסט זיך אליינס אין די פיס. קוים וואס איך הייב אן זיך אנצעווארעמען צו דיין פוינט הארגעסטעס אפ מיט שרייבן אזוי פרעך אויף אן אנדערע ניק. בו בעת דו פארלאנגסט פון יענעם צו שרייבן שיין?
מאלעסטעישאן איז חאזעריי אבער דאס רעדן וועגן מאלעסטעישאן איז לעגיטימע סקאלערשיפ
[quote="ארפכשד"]אינטרעסאנט אז דער אשכול גופא רעדט זיך אויך פון מאלעסטעישען וואס לשיטת פותח האשכול איז צריך בדיקה אחר הכותב. וכידוע מאחז"ל כל הפוסל במומו פוסל וכו'[/qu
ארפכשד: ווען איך קען געב איך דיר צוויי לייקס 😎 😃 🙄 😈
דרייען זיך דא אינשי דלא מעלי?
איין אזא סארט אינש דלא מעלי קען איך אויפ'ן (נאמען) ניק איש צדיק תמים 🙂
גאנצלדרייען זיך דא אינשי דלא מעלי?
איין אזא סארט אינש דלא מעלי קען איך אויפ'ן (נאמען) ניק איש צדיק תמים 🙂
איש צדיק תמים היה בדורותיו- זאגט דער הייליגער רש"י; יש דורשין אותו לשבח ויש שדורשין אותו לגנאי... ליכא מידי דלא רמיזי...
איך גיי עס מאכן בקיצור. מיט די נקודה איז נ"ר הייליג גערעכט , אלס א געליטענער וואלסטו געדארפט זיין בין העומדים בראש צו שרייען אודות המגפה הזאת בתוכינו און אויב עס שטערט דיך די דיסקאסיע איז א סימן אז ליידער ביסטו א חלק פון די סטאטיסטיק וואס ווייזט אז א גרויס חלק קורבנות ווערן דערנאך אליינס רודפים.
יאפ יעצט האסטו עס געכאפט! מאמיר עם געפאקט! דער איז א מאלעסטער! זיכער אזוי איך האב יעצט גענדיקט!
אויפגעקלערטע חכמים! וואס ווען איינער דערוואגט זיך צו זאגן אנדערש ווי דיר געפעלט ווערט יענער א שגץ, בהמה, און גאנץ לעצטעס זייט נחש ראזענבערג איז אויף די מאפע ווערט יענער א מאלעסטער.
עס איז א פאקט אז מעלאסטעישן איז דא די הויפט אשכול, און עס זענען דא זייער אסאך נושאים וואס צריך תיקון גדול במחנינו ליידער, האסטו זיך שוין אמאל געפרעגט פארוואס די אישו פון מעלאסטעישן ווערט אזוי פיבערהאפטיג דעבאטירט מער ווי אנדערע נושאים (דורך מאנכע נישט ח״ו יעדער דא).
עס איז דא איין ניק דא וואס ער איז אסאך מער ווי א ידיד השטיבל באמת א אפטער תגובה שרייבער וואס איך מיין אז ער האט און קיין אנדערע נושה ווי די חאזעריי נישט אריינגערעדט!
איך אטאקיר ח״ו נישט די הנהלה ווייל אויב יא וועט זיך דא אנפאנגען א צענזור און דאס וויל איך נישט, אבער אמת בלייבט אמת און דא איז דאך א פלאץ ווי דער עולם קען פארנעמען דאס אמת.
עס דרייען זיך דא חזירים!
משה געציל
כ'מיין איך פארשטיי וואס דא קומט פאר. דער איש נודניק וטמים איז נעבעך מאלעסטערט געווארן אלס בחור'ל, און איז יעצט אליינס א מאלעסטער (וויייל ווי באקאנט ווערן אלע נפגעים, פוגעים) און דערפאר רעגט ער זיך ווען מ'ברענגט ארויף דעם טאפיק.
נו פיר אויס אז אויב עס קומט נישט פון צדקות און תמימות קומט עס פונעם צד שכנגד. סך הכל זאגסטו די זעלבע ווי מיר מיר אפטעמיסט נאר דו וויקעלסט עס איין אין א קענדי.
@יענקל ווי איך גלייב איז ער קיינמאל נישט מאלעסטערט געווארן. אויב וואלט ער אין אמת'ן אריין טאקע מאלעסטערט געווארן וואלט ער זיך געפרייט יעדעס מאל מ'ברענט ארויף די ענין. ער זעהט מיר אויס צו זיין א פליפ- פלאפער.
טשיל יענקל, דו רייסט אים אויך אראפ.
אפטעמיסט, סטאטיסטיק ווייסט אז נישט אלע נפגעים ווערן פוגעים. כאטש רוב (לויט טייל סטאטיסטיקס אלע!!!) פוגעים זענען נפגעים
ודי למביןאפטעמיסט, סטאטיסטיק ווייסט אז נישט אלע נפגעים ווערן פוגעים. כאטש רוב (לויט טייל סטאטיסטיקס אלע!!!) פוגעים זענען נפגעים
לויט די סטאטיסטיק אז. ״ אלע פוגעים זענען געווען נפגעים״. דאן ווער איז געווען די ערשטע? און ווי אזוי איז ער געווארען א פוגע?
(צבת בצבת עשיה קשיא)
פאר דער עפענער פון דעם אשכול
לאמיר זאגן אז עס דרייען זיך דא אינשי דלא מעלי!
זאג מיר איין זאך, ביזט געקומען דא שעפן יראת שמים?
אויב די עטנפער איז יא, העט איך דיר ג'עצה'עט אפציפיצען פון דא, אבער שוין!!!
זיי נישט בודק קיינעמ'ס ציצית דא! מיר שמעקט אויך נישט געוויסע זאכן, איך וויש מיך אפ די נאז, אין איך גיי ווייטער.
דא איז דא א כלל עז לאנג ס'איז נישט כפירה קען מען ברייטליך באשרייבן וואס מען וויל
בערל_פרוכטבייסערפאר דער עפענער פון דעם אשכול
לאמיר זאגן אז עס דרייען זיך דא אינשי דלא מעלי!
זאג מיר איין זאך, ביזט געקומען דא שעפן יראת שמים?
אויב די עטנפער איז יא, העט איך דיר ג'עצה'עט אפציפיצען פון דא, אבער שוין!!!
זיי נישט בודק קיינעמ'ס ציצית דא! מיר שמעקט אויך נישט געוויסע זאכן, איך וויש מיך אפ די נאז, אין איך גיי ווייטער.
דא איז דא א כלל עז לאנג ס'איז נישט כפירה קען מען ברייטליך באשרייבן וואס מען וויל
א חוץ דער לאו פון לא תתורו אויפען לב וואס דאס באציט זיך אויף מינות איז דא נאך א חלק וואס האסט כמדומה פארזעהן
קיין שום לא תתורו.
איך ווער בכלל נישט באנומען אדער קאנווינסט, פון די אלע שרייבער, איךביןזייער קלאר מיט השקפה און אמונה.
מיינע ווערטער זענען טאקע געזאגט פאר אלזעלכע וואס קענען זיך נישטס ספארווען מיט קאווע שטיבל אנ'נאון שרייבער, וואס שרייבן אונטערן שלייער פון א פענע (אדער קיבארד) נאמען
עס האט מיט פראווענען יראת שמים זילטש!
עס האט מיטן עקל אז עס זענען דא חברה דא וואס נוצן די סייט אלס א טשיילד פארן סייט!
איז האקן קעגן Child Porn פלוצלינג געווארן יראת שמים?
איש צדיק, פארוואס פארשטייסטו נישט אז פונקט ווי דו האסט געפילט אז דו מוזט זיך אויסגעבן דיין ווייטאג פון דיין קעיס און דו מוזט עפענען אזא אשכול, פילט א צווייטער די זעלבע?
און יענער האט די זעלבע רעכטן ווי דיר, ער האט א ווייטאג אין בויך עפענט ער אן אשכול, און גיבט ארויס זיין ווייטאג. פארוואס הייסט דאס א פארן סייט? פארקערט, מענטשען העלפען זיך ארויס איינער דעם צווייטן. דאס אי ווי א מיני טעראפי.
איינער האט מיך געפערליך באוואשן און א פריוואטער הודאה, האב איך אים געשריבן דאס מסביר צו זיין פארוואס איך האב דעם אשכול געפענט, איך מיין אז עס קען נישט שאטן אז די פובליק זאל עס זעהן.
די פערדישער בהמה צודרייטער אקס צערודערטער משוגענער בקיצור שעלטן קען איך אויך.
אבער נישט וועגן דעם האב איך פותח געווען דעם אשכול צו שעלטן.
סוי לאמיך אנפאנגען פון פריש.
שלום עליכם מיין טייערער פריינט.
טאקע וועגן דעם וועגן מיין פרשה באדערט מיר ווען חזרים האבן הנאה, עס באדערט מיר ווען חברה וואס זענען די סאמע גרעסטע רשעים וואס כלל ישראל פארמאגט, נעמען קינדער און הארגענען זיי אפ פאר זייער פארשטונקענע תאווה, פאר זייער עקעלדיגע קראנקע הנאה.
איך קען נישט צוקוקו ווי אפי׳ איין רשע האט הנאה, און גלייב מיר מיין פריינט אז עס זענען דא אסאך חברה וואס נוצן די סייט אלס א פארן סייט, איך האב דאס שוין חושד געווען א לאנגע צייט, אבער עס איז קלאר געווארן פאר מיר אז דאס איז אמת ויציב ווען איינער האט מיר אנגעפאנגען פריוואט צו שיקן הודאות נאך דעם וואס איך האב געפויסט מיין פרשה, איך ווי א בהמה האב גענפערט, צום סויף נאך אפאר חדשים האט ער זיך פאררעדט, איך קען אים און ער איז א פשוטער חזר, און איך רעדט נישט דא פון איינער וואס זינדיקט מיט Adults וואס דאס איז נישט מיינע ביזנעס איך בין נישט גאטס פאליסמאן, ער איז פון די גרעסטע שרייבער דא, אז עס איז דא איינס, איז דא נאך, און אז די וועסט איבערגיין די אשכולות מיט א ניכטערן בליק און זעהן ווער עס שרייבט וואס העסטו זעהן אז איך בין גערעכט.
אה וועגן דעם לאזן נישט די רבנים ליינען ק"ש, ממש א פארן סייט!
איך בין נישט דא צי אפט, און איך שרייב ווייניג בפרט אין די נושאים, אבער איך שפיר פאר וויכטיג עפעס צו מעורר זיין די שרייבער דא, על דרך מהיות טוב... א הערה'לע.
ווען א מענטש שרייבט א נקודה, דארף מען עס אנקוקן מיט א ריכטיגע בליק, מען טאר נישט פארלוירן ווערן פאר אייגענע געפילן און רגשות, מען דארף דן זיין אין די נושא פאר זיך, זען צי יענער האט אן אמת'ער נקודה און אויב יא ווי אזוי עס צו פארריכטן וכו'. ערוואקסענע קלוגע לייט ווערן נישט איבערגענומען פון אייגענע נגיעות און געפילן, מען דארף זיך האלטן צו די נושה כמו שהיא.
צי איש צדיק תמים מיינט עס ערליך, אדער איז ער א חזיר און עפנט סתם א אשכול פאר חאזעריי, אדער וויל ער אז מען זאל נישט רעדן דערפון, און אפשר איז ער סתם א פליפ-פלאפער... די אלע זאכן זענען נישט נוגע אהער. אויב מען וויל קען מען עפענען א צווייטע אשכול דאס צו דעבאטירן. דא האט א איד ארויפגעברענגט א נקודה, און עס איז מעגליך אז ער זאגט א ריכטיגע נקודה, און דאס איז די נושא וואס מען דארף דעבאטירן, אלע אנדערע זייטיגע זאכן זענען שטותים.
עס ווייטאגט מיר, זעענדיג ווי אזוי מען פארלייגט זיך אויף דער מענטש פריוואט, אנשטאט דן זיין אין דער ענין וואס ער האט ארומגערעגט.
ולא באתי פה אלא לעורר, והמשכיל יובן.
איבערליינענדיג זיין געשיכטע פון דעם לינק. באמערק איך שוין די גאנצע מעשה. איך האב נאך קיינמאל אין די היסטאריע פון ק"ש נישט געזעהן אזא מנוולישער פאוסט ווי ער שרייבט דארטן. אזוי מיט אלע דעטאלן פון אבר חי ועוד ועוד און מיר אלע נערנים האבן אים נאך געלייקט מיינענדיג אז סאיז אמת. יעצט שרייט ער אליינס אז ווען איינער שרייבט צופיל דיטעילס האט ער גאר אנדערע כוונות. בקיצור ער אליינס והוא לבדו האט זיך פשוט אויסגעגעבן זיינע גרויליגע פאנטאזיעס אויף אונזער חשבון. שכח פאר די קלעריפיקעישאן. מנהלים דער איז אן אינסאלט פאר אונזער קומיוניטי
יאפ יו גאט די האל פיקטשער
ס'איז נישט מעגליך פעסט צושטעלן צי איש צדיק איז טאקע מאלעסטערט געווארן צי נישט. לבי אומר לי אז ער האט פאבראקירט א מעשה און האט געהאט בייזע כוונות דערביי, אזוי ווי ער שרייבט אליינס, אבער איך וויל נישט שליסען קיין מסקנות ווייל ס'איז פארט נישט הונדערט פראצענט זיכער. ס'לאזט זיך שווער גלייבן אז אנשטאט זיך פרייען יעדעס מאל איינער ברענגט ארויף דעם נושא זאל ער זיך צובייזערן ווי אן אנגעקלאגטער פאדאפיל.
איש צדיק, מאך דיך נישט ווי א תמים.
אן אריינצוגיין ווער עס איז דא גערעכט אדער נישט גערעכט, לאמיך ארויסברענגען ווי אזוי איך לערן אפ דעם אשכול און מיין מוסר השכל דערפון.
די ערשטע כלל וואס מען דארף צו וויסן ווען מען גייט אריין אינעם ווירטואלן וועלט איז: "כבדהו וחשדהו". אויב אין די רעגולער וועלט איז דאס שטארק נוגע, מען קען נישט אייביג דערקענען א מענטש לויט זיין אויסקוק, איז דאס על אחת כמה וכמה אין די ווירטואלע וועלט, וואו דו קענסט יענעם נאר פון זיין ניק-נעים און אביסל לויט ווי אזוי יענער שרייבט, און עס איז כמעט נישט מעגליך צו וויסן ווער יענער איז. עס קען גאנץ מעגליך זיין אין בעסטן פאל אז יענער איז א אפגעריסענער נאר, און אין ערגסטן פאל אז יענער איז א גנב און באטריגער וואס זוכט צו הויערן אויף שוואכקייטן פון אנדערע, און אין ביידע פעלער וואלסטו נישט געשטאנען מיט יענעם אין ווארט ווען דו באגעגענסט אים פנים אל פנים.
אשר על כן, דארף מען דאס געדענקן דא אין שטיבל אויך. עס איז טאקע זייער געשמאק צו פארברענגן דא מיט יעדעם איינעם, מען טיילט זיך מיט אינפארמאציע, עס איז דא אסאך צו זאגן, צו הערן, צו לאכן, און צו וויינען, זייער א געשמאקע פלאץ, מיט זייער געשמאקע חברים, אבער למעשה איז דאס אלעס נאר ניק-נעימס און מען ווייסט נישט ווער עס שטייט אונטער זיי.
עס מאכט זיך ביי נייע ניקס וואס כאפן נאכנישט די גאנצע הלוך ילך, און ווערן פארלוירן ווען מען באקומט אן אישי פון אן אלטגעזעצענעם. "ס'טייטש? פלוני אלמוני בכבודו ובעצמו אישי'ט זיך אזוי מיט מיר", און דאס מאכט אז מען זאל ארויסגעבן אינפארמאציע וואס מען וואלט קיינמאל נישט געזאגט פאר צווייטן.
דערפאר, ווען מען הייבט באקומען אישית'ן פון אנדערע, און מען זעהט אז יענער וויל וויסן צופיל פריוואטע זאכן, סטאפ גלייך, ווייז אים גלייך די אנדערע זייט טיר. קיינער איז נישט פארזיכערט אז זיין אידענטיטעט וועט נישט איין טאג נתגלה ווערן, סא האלט דיך איין אביסל.
דא איז געשעהן אז נאכדעם וואס איש צדיק תמים האט געפאוסט זיין ערשטע תגובה איבער זיין שווערע דורכגאנג, האט אים א ניק אנגעהויבן צו אויספרעגן באישי פריוואטע דיטעילס, און זעהט אויס אז ער איז געווארן פארלוירן פון דעם אלטער ניק און אים געענטפערט, און נאך א שטיק האט ער זיך געכאפט ווי יענער מיינט נישט גארנישט נאר טאקע בלויז לשמה צו הערן חאזעריי, און דאן איז ער געווארן ברוגז אויף יענעם, אויף זיך, און אויף די גאנצע שטאט, און דאס האט אים געברענגט צו עפענען די דאזיגע אשכול.
ער האט זיכער דא געשריבן היבש איבערגעטריבן, איך זעה נישט אז מען זאל אזויפיל דעבאטירן מאלעסטעישאן, און ווען יא איז דאס מער/ווייניגער אויף א נארמאלן אופן, און אויף די זאכן איז דא א באריכט קנעפל עוועליבל, אבער ער האט בכלל נישט געמיינט דאס, ער רעדט צום טאכטער און ער מיינט די שניר, ער האט זיך געוואלט אויסגעבן זיין כעס אויף דעם יחיד וואס האט אים פארפאלגט, ומרוב שיחו וכעסו איז ארויס געקומען גאר אן אנדער בילד, און דארט איז דער עולם געבליבן סטאק, און ער מוז זיך דעפענדן, וכן חוזר חלילה.
כלל היוצא, לאזט אייך נישט פארפירן פון קיין אישית'ן. נעמט אייך אריין אין קאפ דעם כלל פון "כבדהו וחשדהו". און איך מיין אז אין אישית איז אויך דא א באריכט קנעפל צו נוצן ווען נויטיג.
כן דרך אישי מנאפת, אכלה ומחתה פיה, ואמרה לא פעלתי און.
עטץ קענץ אלע לאכן פון מיין ווייטאג אבער פאקט בלייבט פאקט.
יא יא לאכטס אלע, רופטס מיך מאלעסטער, אבער עס נעמט נישט אוועק די פאקטן.
עטץ מיינס זיכער אז איך האב דא פאן, עס איז נישט דא קיין וועג וויאזוי איך קען אבערצייגן אז איך מיין נישט סתם צן פארדרייען א קאפ.
נאר איין שאלה, אויב בין איך וואס מען האט מיר באשולדיקט אז איך בין, דאן פארוואס זאל איך פאויסטען דעם גאנצן אשכול, איך באלעק מיך דאך די פינגערס מיטן יעדן שטיקל חאזעריי וואס מען שרייבט דא???
עס איז געווען מער ווי איינער וואס האט אזוי אומשילדיג געוואלט קריכן און מיינע געדערים הרב ברעסלעבער, נאר איך בין בשיטה נישט קיין מענטש וואס איז חושד יעדעם פאר די מינדעסטע ווארט האב איך דאס אראפגעשלינגען, די ניק וואס האט מיך אויפגעברויזט איז געגאנגען צו א לעוועל פון חאזעריי עד אין סויף.
ווער עס מיינט אז איך מאך א מעשה אז עס דרייען זיך דא מאלעסטערס און חזירים דא האט איר בייגעלייגט א בילד פון א פריוואטע הודעה וואס איך האב באקומען פון איינעם וואס איז אדורך די זעלבע פרשה ווי איך, און אויך דורך איינעם פון די גרעסטע אויסגעשפראכענסטע שרייבער דא.
ר' איש צדיק תמים. איך בין ב"ה א זייטיגער, נייטראלער מענטש. און איך קען עדות זאגן אז דו ביסט געווען דער וועלכער האט געגעבן דעם ערשטן שאס אין די מלחמה. באשולדיגנדיג אז די שרייבערס דא זענען מאלעסטערס. וואס האסטו דערווארט? נישט צוריק צו כאפן באמבעס? והשנית. לויט די תקנות פון קאווע שטיבל, ארויספלאטשקען איינעמ'ס אידענטיטעט במזיד איז איינס פון די הארבסטע זאכן און פארדינט אויסגעשלאסן צו ווערן. 😈 😈 😳 😮 😲 😈
ברסלבער, כדרכו בקודש ברענגט שיין ארויס וואס האט זיך מעגליך אפגעטוהן אין אישי, וואו דער איש צדיק תמים איז געווארן מאלעסטערט פון א ניק א חזיר. - עס איז ווייטאגלעך, ווייל איך דערמאן מיך פון א ניק וואס האט מיר געפיטערט מיט זיינע לאנגע שיחות'ן וואס ער האט געהאט מיט א פרוי אין בית שמש... ס'איז לכאורה דער זעלבער ניק וואס ליגט אין חזעריי, ל"ע.
berlbalagulehר' איש צדיק תמים. איך בין ב"ה א זייטיגער, נייטראלער מענטש. און איך קען עדות זאגן אז דו ביסט געווען דער וועלכער האט געגעבן דעם ערשטן שאס אין די מלחמה. באשולדיגנדיג אז די שרייבערס דא זענען מאלעסטערס. וואס האסטו דערווארט? נישט צוריק צו כאפן באמבעס? והשנית. לויט די תקנות פון קאווע שטיבל, ארויספלאטשקען איינעמ'ס אידענטיטעט במזיד איז איינס פון די הארבסטע זאכן און פארדינט אויסגעשלאסן צו ווערן. 😈 😈 😳 😮 😲 😈
און טאקע אלס תקנת המקום האב איך קיינעםס אידעטיטענט נישט ארויסגעפלאטשקעט, גלייבט מיר אז ווען נישט די תקנת וואלט איך באזונגען יענעם סיי מיטן ניק און סיי מיטן נאמען. סוי די קענסט אראפנעמען האלב פון די שטרענגע פענימער וואס די האסט אזוי דראמאטיש דיספלעיד.
כ'פארשטיי נישט וואס מען רודערט צאם דא.
נניח אז דער צדיק איז גערעכט מען דעבאטירט דא אסאך מאלעסטעישען, איז וואס?
וועט דען איינעם איינפאלען אז ווען עס זיצט א בי"ד של שבעים און איז דן א מעשה זנות ווערען זיי אלע נואפים רח"ל?
מען איז דן מאלעסטעישען ווייל ליידער בעוה"ר איז דא אסאך רשעים וואס טענה'ן אז אונז חרדים טוהן דאס ווארפען אונטער דער קארפעט, וכדברי איש צדיק בעצמו "אז די זאכען איז בעסער ווען מען איז שטיל", אלזא, היות אונז דא שרייבען אז די זאך איז ארגער נאך ווי די גאס מיינט, וכדומה אזעלכע וויכטיגע נקודות וואס איז גאר וויכטיג פאר אונז צו וויסען, ווערען אונז אלע טשיילד מאלעסטערס?
און אפילו אויב האט עפעס א קראנקער פארשוין וואס פאלט דא אריין עפעס הנאה פין ליינען וועגען מאלעסטעישען, פארדעם דארפען מיר אויף הערען שרייבען וועגען דער סכנה וואס לאקערט אויף אונזערע קונדער?
בכלל איז א טשיילד מאלעסטער נישט קיין שרייבער אויף ק"ש, זיי זוכען קרבנות אין די בעיסמענטס פין די בתי מדרשים ווי עס ארבעט געוועהליך נישט קיין סעלפאן, און האבען דעריבער נישט קיין אינטערנעט רובא דרובא פין זייער צייט.....
אלזא, ווערטס נישט פארפירט פין דער "איש צדיק" און טראכטס נישט קיין איין מינוט ווען ענק שרייבען עפעס א תגובה אין דער וויכטיגער ענין, אז ווען ענק דריקען דער "שלח" קנעפעל וועט ענק איינער אנקוקען ווי א מאלעסטער, היו לא תהיה, עס איז סתם א ספין פין "צדיק תמים" וואס האט זיך זיינע נגיעות אז מיר זאלען נישט רעדען דערוועגען, את"ל ווייל ער האלט אז עס נישט גוט מען זאל וויסען דערפין, את"ל משום סיבות וכו'.
דא אין שטיבל האקט מען צו פיל אויף רבנים, כ'האב מורא אז דא דרייען זיך רבנים, אדער אפשר גאר מתים פון בית שמש...
למען האמת, אויב קומען חזירים זיך זעטיגן דא מיינט אז בשעת מעשה האט ער נישט געקענט לאקערען אויף קיין קינדער. יהא זה חלקנו מכל עמלנו, אויב איז איין קינד פארמיטן געווארן פון א מעשה אשר לא יעשה, האט זיך גאנץ קאווע שטיבל שוין געלוינט.
איחוד איך האב דיך לגמרי נישט געמיינט- אבער אין אישי האב איך אויף דיר באקומען קאמפלעינטס - דו דארפסט אויך וויסן עפעס צו סאך דיטעילס, סוי שאט אפ, ציטערסט אז מען גייט אביסל ווייניגער מישן טנופת?
געב נאר א קוק.
צדיק'ל, אויף דיר זאגט דער פסוק אל תהי צדיק הרבה, דאס איז טיפיקעל פין רשעים וואס פירען זיך מעשה סדום ועמורה, און ווען איינער דעקט עס אויף, זאגט מען אז יענער איז גאר דער סדום'ניק, והראי' ער ווייסט דאך דערפין!!
איך ציטער איין זאך, אז אזעלכע "צדיקים" ווי דיר וועט געלונגען אריין צו ברענגען א פחד אין מענטשען וואס ווייסען וועגען מאלעסטעישען, אז זיי זאלען זיין שטיל דערוועגען, ווייל אזעלכע צדיקים ווי דיר, וועלען ניצען דער געווער וואס די האסט באוויזען צו ניצען דערווייל, וואס דאס איז זאגען אז דער וואס זאגט און ווייסט איז גאר דער מאלעסטער אליין.
און דאס וויל איך קלאר ארויסברענגען לפני קהל ועדה דעדת ק"ש, אז איך און גענוג אנדערע האבען נישט מורא פאר אזעלכע "צדיקים" ווי דיר, און מיר וועלען ווייטער אהנגיין און ארויסברענגען דער וויכטיקייט פין זיין אלערט איבער דער וויסטע חרדישע פראבלעם, און ווען עפעס געשעהט ל"ע, זאל מען "קער" נעמען דערפין, דורך גיין צו די ריכטיגע מענטשען.
קוק אין בעלז מעשה דייטש, ב"ה זיין ווייב האט אים אפגעלאזט און ער גייט יושב'ן, צו ער יושב'ט שוין, וועגען דער צודרייטער האט געהאט דער נערוו אריין צו שלעפען דריי קינדער אין דער בעיסמענט פין בעלזא אויף פיפצען, און ווען בעלזא האט נישט געוואלט ארויסגעבען דער נאמען, האט מען געברענגט דער מידיא זאל שטיין דארט מיט קעמרעס, ביז בעלזא האט זיך מיישב געוועהן אז למען כבוד בעלזא גיט מען ארויס דער רוצח.
מענטשען וואס מאלעסטען באלאנגען ערגעץ. עיין בחתימתי.
איחוד פעלדאון אפילו אויב האט עפעס א קראנקער פארשוין וואס פאלט דא אריין עפעס הנאה פין ליינען וועגען מאלעסטעישען, פארדעם דארפען מיר אויף הערען שרייבען וועגען דער סכנה וואס לאקערט אויף אונזערע קונדער?
מצוות לאו ליהנות נתנו.
איחוד איך זעה ביסט אינוואלוועד בעובי הקורה קאן זיין אז מיר האבן גאר נחום דא???
איש צדיק תמיםאיחוד איך זעה ביסט אינוואלוועד בעובי הקורה קאן זיין אז מיר האבן גאר נחום דא???
און אויב איז ער נחום איז וואס?
איך פארשטיי נישט. אונז לאז מיר אינשי דלא מעלי זיך דרייען אין אונזער שולען און מקוואות. פארוואס זאל מען זיי נישט לאזן זיך דרייען דא?
קאווע שטיבל איז דאך פול מיט וויכטיגע פערזענדליכקייטן (אויך אפאר פיגיס, אבער פון דעם רעדט מען דאך נישט) איז געשמאק צו וויסן אז יעדער טרעפט זיך דא דאס פלאץ חזירים, נחום, וכו׳