☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מען האט מיך גע'Used.. וואס טוה איך???

מען האט מיך גע'Used.. וואס טוה איך???

90 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3951
בלאט: 1 2

איש צדיק תמים » זונטאג יוני 2, 2013 2:02 pm

· #120358
מען האט מיך גע'Used.. וואס טוה איך???
.די פרשה האט זיך אנגעפאנגען ווען איך בין געווען בערך א דרייצן און א האלב יעריגער בחור'ל. אן עוורידזש בחור בין איך געווען, פון די אין חדר וואס זייער נאמען ווערט קיין סאך נישט דערמאנט, זיי זינגען קיינמאל נישט אויף די מייק, זיי ציען קיינמאל נישט ארויס קיין גורלות, זיי זענען קיינמאל נישט די שומרים צו איינער רעדט ווען דער רבי גייט ארויס שטיפן די צייט אינמיטן חדר, אבער מיר האט גארנישט געפעלט, איך האב קיינמאל נישט געזוכט צו זיין פון די וואס זענען די "קנאקער'ס" אין חדר, ביי די פארהערן אדער בחינות פלעג איך זיין פון די וואס פלעגן באקומען א טוב/טוב מאוד, קיין מצוין פלעג איך נישט באקומען אבער קיין שלעכטע צייכען אויך נישט, אזוי האב איך מיר אפגעלעבט מיינע יארן אין חדר אלץ א שטילער צופרידענער יונגל וואס מאכט נישט קיין צרות און מען הערט פון אים נישט קיין סאך.

פארשטייט זיך אז עס זענען אייביג דא רבי'ס וואס זוכן צו רייטן אויף דעם שטיל קינד וואס זיין טאטע איז נישט קיין רייסער און אויב וועט ער אהיימקומען מיט אפאר פינגער צייכענעס אויף זיינע בעקעלעך וועט זיין טאטע גארנישט קענען טון אויסער זיך פארבייסן די ליפן, אבער בדרך כלל האב איך נישט געהאט קיין קאפאו עקספיריענסעס מיט מלמדים.

חברים האב איך געהאט אפאר גאר נאנטע און מיטן איבעריגן עולם בין איך גוט געווען.

אנקומענדיג צו די בר מצוה יאר האט מיין טאטע מיר געשטעלט א פריוואטער מלמד אין די ביינאכט שעות זאל מיט מיר לערנען הלכות תפילין, דער יונגערמאן איז געווען א געטרייער פארשטענדליכער מענטש וואס האט זיך באמת אפגעגעבן מיט מיר און עס האט אויסגעזעהן ווי דאס איז א "שידוך מעיד אין העווען".

געלערנט האבן מיר אין א שול נאנט צו מיין הויז, א שטיל ביהמ"ד, מיר פלעגן לערנען פון א שעה פאר מעריב, דערנאך האב איך געדאווענט מעריב און אהיים געגאנגען.

(דיסקלעימער... איך גיי יעצט אראפשרייבן שווערע געפילען וואס איך האב נאך פאר קיין מענטש נישט אנטפלעקט, יעדעס מאל איך טראכט פון די זמנים ווערן מיינע אויגן באנעצט און דאס הארץ בלוטיגט, על כן קען זיין אז איך וועל מיך אויסדריקן אביסל שארף אדער פראסט, איך בעט דער עולם זאל האבן איינזעעניש מיט מיר)

אין דער שול פלעגט דאווענען א עלטערער בחור (בערך איין און צוואנציג) וואס האט אייביג זייט ער האט מיך געזעהן דארט די ערשטע מאל געוויזן אן אינטערעסע און מיר, זייענדיג א קינד אויף וועם קיינער האט נישט ספעציעל געקוקט (אויסער מיינע געטרייע עלטערן און געשוויסטער) איז מיר גאנץ גוט געפאלען די ספעציעלע עטענטשען וואס דער "גרויסער בחור" האט מיר געוויזן, פון אנהייב האט גארנישט אויסגעזעהן פארדעכטיגט ער האט סתם געשמועסט, געפרעגט וועגן חדר און אזוי ווייטער.

מיט די צייט האב איך אים אנגעפאנגען צו טראסטען, און אזוי ווי ער האט פאר מיר געוויזן אזא איבערגעגעבענע געפיל האב איך מיך אנגעפאנגען צו פילען באקוועם מיטצוטיילן מיינע פריוואטע געפילען וועגן חדר, חברים, רבי'ס מיט אים, און ער פלעגט מיך אלץ ענטפערן מיט געדולד אזוי אז איך האב מיך געשפירט ווי א מיליאן דאללער.

והי היום איך בין געשטאנען פארענט פון שול זיך גרייטענדיג אהיים צו גיין נאך מעריב קומט דער בחור צו און פאנגט מיך אן אויסצופרעגן וועגן חדר וכדומה, אזוי בתוך הדברים וואקט ער מיט מיר אריין אין דער זייט פון שול, אזא טונקעלער ארט ווי מען קען נישט געהעריג אריין זעהן פון די גאס און מענטשען גייען דארט קיין סאך נישט אריבער, און ער נעמט מיך ארום אזוי פון אונטען מיט זיין אבר חי אריינרייבענדיג אין מיינע תחתונים און שמועסט ווייטער ווי גארנישט וואלט געווען.

זייענדיג א תמים האב איך מיך פון איין זייט געפערליך דערשראקן אבער פון די אנדערע זייט האט ער דאך נישט דירעקט אנגעכאפט אין ערגעץ, ממילא האב איך מיך אליינס געטרייעט איינצורעדן אז ער מיינט נישט גארנישט, איי זיין "שטיקל" רייבט זיך אין מיינע תחתונים... נו, וואס איז ער שולדיג אז זיין שטיקל איז אזוי גרויס...

אזוי איז דער חי' אנגעגאנגען כמעט א גאנצע יאר ווען ער זעהט מיר נעמט ער מיך ארום און זיין.... רייבט זיך איין אין מיר.

א האלב יאר נאך דעם וואס איך בין אריין אין די ישיבה איז פארגעקומען די ערשטע בין הזמנים, פארשטייט זיך אז די שמחה איז געווען גרויס, גאנצע פיר וואכן גייען מיר זיין אינדערהיים פון ישיבה, וואס קען דען זיין בעסער פון דעם? (ווייניג האב איך געוואוסט וויפיל צער און עגמת נפש און טרערן דער העפי בין הזמנים גייט מיר נאך קאסטן)

איינמאל אינמיטן טאג בין איך געגאנגען אין דעם שול (די סיבה פארוואס איך בין דאן אהינגעגאנגען ווייס איך נישט עד היום הזה, מעשה שטן מן הסתם) און אופס, דער בחור איז דא, און ער רופט מיר אראפ אונטען פון בית מדרש און שפארט אויף א פארשלאסן שטיבל ווי מען פלעגט האלטן וויין און רופט מיר אריין און פארשפארט די טיר אונטער אונז.

מיר איז קאלט און הייס געווארן, נאך אלעם האב איך דאך געהאט א שטארקער חשד וואס דער בחור וויל, האב איך אים געזאגט אז איך אייל מיך און איך דארף אוועק גיין, דער האט נישט געענפערט קיין ווארט, ער האט מיר געעפענט דעם זיפער און אנגעפאנגען אזוי צו דרוקן אז איך האב געמיינט אז איך שטארב פאר יסורים, איך האב מיך געבעטן צו אים אז ער זאל אויפהערן אבער דער רשע האט געלאכט פון מיר, דערנאך האט ער נישט מער און נישט ווייניגער מיך געצווינגען אז איך זאל אים געבן oral (וויפיל וואכן איך האב דעם מויל געשווענקט און נישט געקענט ארייננעמען גארנישט מחמת עקל) און דער מנוול חזיר חי' איז געקומען אין מיין מויל.

ער האט מיך געמאכט קומען נישט מער און נישט ווייניגער ווי "פיר" מאל! ענדליך נאך בערך א שעה און א האלב פון אינקוועזיציע פיינינגונגען האט ער מיך באפרייעט מיט א ווארענונג אז אויב וועל איך צו איינעם רעדן דערוועגן גייט ער מיך "הארגענען".

אהיימגייענדיג האב איך געליטן אזעלכע יסורים צווישן די פוס אז איך האב געמיינט אז איך פאל אוועק, טרערן האבן באנעצט מיין פנים און איך האב מיך איינגעשפארט אין מיין צימער פאר איבער פיר שעה און געוויינט (מיינע עלטערן זענען נישט געווען אינדערהיים).

ביז נאך בין הזמנים האב איך געליטן יסורים באותו מקום, אבער יארן האב איך מיך ערוועקט ביינאכט מיט שרעקליכע קאשמארן און חלומות פון די איבערלעבעניש.

דער בחור האב איך מער אין דעם שול נישט געזעהן, איך האב געהערט אז ער האט נארמאל חתונה געהאט.

איך מיט מיין אלע קאשמארן בין געווען גאנץ א לייטישער בחור געטראפן א פיין מיידל מיט אלע מעלות, זי איז ב"ה זייער שיין און גיט מיר וואס איך דארף, פרנסה איז ב"ה אויך פיין, זיסע קינדערלעך, אבער דער קאשמאר ערוועקט זיך נאך ביז היינט פון צייט צו צייט.

די וואך האב איך געהערט וואו דער בחור וואוינט, ער איז היינט א בעל הבית'ישער איד מיט אסאך געלט און הייסט פון די חשוב'ע אידן ביי אים אין ביהמ"ד.

איז מיין שאלה אזוי:
1) דארף איך טראכטן אז ער מאלעסט נאך קינדער און ממילא דארף איך מאכן א ויצעקו? אדער האט ער חתונה געהאט און היינט איז ער וואויל?

2) צו מעג איך צוגיין צו אים און זאגן, ר' איד איר האט מיך גענוצט פאר אייער פארשטינקענע תאווה זייט מוחל און באצאלט אפאר דאללער דערפאר? (און נישט פילען ווי אן אויסגענוצטע כפרה)???

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג יוני 2, 2013 2:15 pm

· #120366
קודם א ווארט פון השתתפות בצער פאר אייך איש צדיק תמים נשגב עס בלוטיגט דאס הארץ און עס טוט וויי די נשמה צו הערן אזעלעכע שוידעליכע מעשות.
לגבי דיין ערשטע שאלה: לכאורה קענסט אננעמען אז נאכן חתונה האט זיך זיין תאוה צו בחורים אפגעשטעלט און ס'איז אריבער לצד הנוקבא און די ברויכסט נישט מאכן קיין ויצעקו.
לגבי דיין צווייטע שאלה: אודאי קענסטו בעטן געלט, און די זאלסט בעטן, רעד דיך דורך מיט א דיין וואס מען קען מחייב זיין און מוציא זיין ע"פ דין היינטיגע צייטן. והנלענ"ד כתבתי.

איחוד פעלד » זונטאג יוני 2, 2013 2:25 pm

· #120373
אויב די ווילסט געלט, זאלסטו אים קלאגען אין סיוויל געריכט, אויף סיי וואספארע אנדערע אופן פין בעטען געלט איז עס נישט לעגאל, און די מאכסט קליא אנדערע אויסזיכטען אויב זאלסטו זיך אמאהל מיישב זיין אים צו קלאגען קרימינאל (משום כל סיבה שתהיה, אדער די וועסט למשל הערען אז ער גייט נאך אהן מיט זיינע מעשים).

שמעקעדיג » זונטאג יוני 2, 2013 2:26 pm

· #120375
איש צדיק תמים, שמך נאה לך! (און שלום עליכם!)

נישטא די ווערטער צו פארטיידיגן אזא מעשה עוולה, עיני עיני יורדה מים על חללי בת עמי, יעדע מאל באזונדער ווען מיר הערן אזעלכע שוידערליכע מעשיות ווערט די בלוט פארגליווערט, הלואי ווען מען קען טרייסטן די קרבנות מיט ווערטער, ליידער העלפט עס נישט אסאך, אבער דאך מיטגעפיל איז זיכער עפעס ווערד, אז אנדערע פארשטייען דיין צער און פילן שלעכט פאר דיר.

איש צדיק תמים
איך גיי יעצט אראפשרייבן שווערע געפילען וואס איך האב נאך פאר קיין מענטש נישט אנטפלעקט, יעדעס מאל איך טראכט פון די זמנים ווערן מיינע אויגן באנעצט און דאס הארץ בלוטיגט, על כן קען זיין אז איך וועל מיך אויסדריקן אביסל שארף אדער פראסט, איך בעט דער עולם זאל האבן איינזעעניש מיט מיר)

דער עולם האט שוין איינמאל איינזעעניש מיט דיר.

אז דו האסט די קוראזש צוגיין צו דעם ר'ש'ע' און אים קאנפראנטן איז זיכער אז דו זאלסט דאס טון, פארוואס זאלסטו זיך ארומדרייען א גאנץ לעבן און זיך שפירן ווי א גענוצטע כפרה און א אויסגעקלאפטע הושענא, אדרבה, זאל יענער טון דאס מינימום מענטשליכקייט און זיך הייס אנטשולדיגן פאר דיר און פארגיטיגן מיט א חתיכה הראויה להתכבד אז דו זאלסט זיך שפירן בעסער. די שאלה איז אבער טאקע דאס, צו דו האסט די דרייסטקייט.

איך וואונטש דיר א נחמה גמורה.

petergrifin » זונטאג יוני 2, 2013 2:28 pm

· #120377
פליז העלפטס עם ארויס דער װאס קען מײן בלוט פרעשער איז גאר גאר הויך 😈
איך קען נישט טראכטן געהעריג

איך אויך » זונטאג יוני 2, 2013 2:46 pm

· #120389
איש צדיק תמים, שמך נאה לך! (און שלום עליכם!)

איעדער וואס איז דורך די אושוויץ איז שוין פאררעכנט ווי א צדיק.

כ'מיין אז דאס געהערט דריגענט אין מאחורי אבער דעמאלטס וועסטו (לכאורה) נישט קענען ענטפערן.

לדעתי איז זיין תאווה נישט אוועק פלוצליג אונטער די חופה ,עס איז ליידער מעשים בכל יום אז פארהיירעטע הרגענ'ן אף אונזערע קינדער און ערשטענס מוזטו זעהן ער זאל מער קיינעם נישט קענען רעיפן.

איש צדיק תמים » זונטאג יוני 2, 2013 2:49 pm

· #120392
איך האב נאכנישט קיין ציטרוט צום מאחורי...

איך אויך » זונטאג יוני 2, 2013 2:54 pm

· #120395
למעשה ווי שוין ארומגערעדט אויף פילע פלעצער אינעם שטיבל איז די 'איינציגסטע' וועג אויף זיכער צו מאכן מיט א הונדערט פראצענט אז דער איז מער נישט קיין רוצח איז עם איבערגעבן פאר וועם מען דארף.

אל תירא ואל תיחת דערשרעק זיך נישט פון זיין כבוד און געלט, ווייל זיין נעקסטער קורבן קען ליידער זיין דיין זיסע יונגעלע.

הקטן » זונטאג יוני 2, 2013 2:55 pm

· #120397
שמעקעדיג
אז דו האסט די קוראזש צוגיין צו דעם ר'ש'ע' און אים קאנפראנטן איז זיכער אז דו זאלסט דאס טון, פארוואס זאלסטו זיך ארומדרייען א גאנץ לעבן און זיך שפירן ווי א גענוצטע כפרה און א אויסגעקלאפטע הושענא, אדרבה, זאל יענער טון דאס מינימום מענטשליכקייט און זיך הייס אנטשולדיגן פאר דיר און פארגיטיגן מיט א חתיכה הראויה להתכבד אז דו זאלסט זיך שפירן בעסער. די שאלה איז אבער טאקע דאס, צו דו האסט די דרייסטקייט.


גאנץ מעגליך אז דער צדיק וועט לייקענען שטיין און ביין, און דיין פילען יוזד, ווי א גענוצטע כפרה, וועט מעגליך שטייגן פילפאכיג.
פאר בעטן געלט מיין איך אז דו קענסט גיין זיצן פאר עקסטארשען, איך גלייב נישט אז געלט קען עכט לינדערן דיינע שמערצן,
(אפשר א בריוו "דו ווייסט ווער איך בין, דו האסט מיך מאלעסטעט דארט אין קעלער, איך האב שלאפלאזע נעכט און איך האב שוין באצאלט פאר ... שווערע - איך ווייס נישט וויאזוי דו קענסט גוט מאכן וואס דו האסט געטון צו מיר... (בעט נישט בפירוש קיין געלט - טשעק עס אויס מיט א לויער) שרייב אויך אז דו האסט דאס נאר פארציילט פאר 2 מענטשן כדי דו זאלסט נישט מיסטעריש נעלם ווערן)


געדענק, אפגעזען וואס יענעמ'ס תאוות זענען דעמאלס געווען האט דאס סך הכל געמאכט א סטעיטמענט אויף עם אליין, וואס ער איז, ווי שוואך ער איז געווען, ווי שטארק ער האט זיך נישט געקענט אויפהייבן העכער זיינע תאוות. אין קיין פאל אבער לאז נישט יענע בחור דיפיינען ווער דו ביסט!

ווען דו ווייסט ווען דעמאלס וואס דו ווייסט היינט וואלסטו זיכער נישט אריינגעגאנגען מיט אים, דו האסט געטון די בעסטע וואס א בחור אין דיינע אומשטענדן וואלט געטון אין אזא פאל. נעם אין אכט ווי אלט ער איז געווען און ווי אלט דו ביסט געווען, און ווי אזוי ער האט דיך געקארט און געארבעט אויף דיין אינגען מח. you did not had a fighting chance

יענער איז א יוזער, אן אביוזער! דאס זאגט אבער נישט אז דו ביסט א אויסגעקלאפטע הושענא, ניין, און נאכאמאל ניין. דו ביסט א טייער בחור געווען דעמאלס און געבליבן אזוי נאכדעם אויך.

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 2, 2013 3:57 pm

· #120419
כבוד הרב הצדיק, שיחי' לאורך ימים על מי מנוחות, וכל אויבך, מהרה יכרת ה'.

איך האב אייך גע"לייקט", מיט א שווער הארץ, וויאזוי קען מען "לייקען" רשעות און שפיכת דמים?

אלץ איינער וואס איז נישט מאלעסטירט געווארן (בין איך דער איינציגסטער? אדער דער איינציגסטער וואס לייקענט נאך?) איז מיר שווער זיך אריין צולייגען דיין מצב, און מיטפילען כמעט אויף-גלייך, דיין נאכאנאנדע יסורי נפש. אבער סתם זיך נישט וויסענדיג מאכן און גיין ווייטער האט אויך נישט קיין פשט.
גלייב מיר אז ווען כ'קען ווען עפעס טוהן פאר דיר, לאז איז אלעס אפ, אפילו קאווע שטיבל!
לויט ווי איך פארשטיי, זאלט איר זיך דורכרעדען מיט א טעראפיסט (און דער בילל זאל איר שיקן צו יענעם אין אפיס).

ומכאן הקריאה יוצאת פאר אלע עלטערען:
לאזט נישט אייערע קינדער דאווענען מעריב אין די קליינע בתי-מדרשים'לעך.
לאזט נישט אייערע קינדער הפקר אין די לאנגע זומער שבת-נאכטמיטאג'ס, גלייב אים נישט אז ער האט א חברותא.
לאזט נישט אייערע קינדער גיין אליינס צו די הייליגע רבי'שע טישען אין די לאנגע ווינטער פרייטאג-צו-נאכט'ס שבתים.
זאגט אן פאר אייערע קינדער, איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל אז ס'דא מענטשען וואס קענען טוהן משוגענע זאכן, און מ'זאל חס וחלילה נישט מורא האבן אויסצוזאגן אויב עפעס איז פארגעקומען וכו'.

petergrifin » זונטאג יוני 2, 2013 4:33 pm

· #120427
איך שטייענדיג אין מיין שיך, מיין אז פאר דו גייסט צו קאנפראנטן דעם רשע זאלסטו זיך אדורכשמועסן מיט א קרימינעל דיפענס לויער, ערשטענס זיך נישט אריין צי לייגן אין א פעקל, און צווייטענס דיך צו מייעץ זיין ווי אזוי זאלסט רעדן אז ער זאל כאפן דער קדחת און נישט קענען לייקענען.

היימישער ליטוואק » זונטאג יוני 2, 2013 4:49 pm

· #120440
אויב דו האסט שוין חתונה געהאט און דו האסט שוין עטליכע קינדערלאך, ווי דו שרייבסט, און אויך איז די מעשה פארגקומען ווען דו ביסט געוען 13-14 יאר אלט, דאן איז דאס שוין נאך די סטעצוט-אוו-לימיטיישאנס, דהיינו, די גאווירמענט קען שוין נישט אנקלאגן דעם רשע.
אויב דו ווילסט געלט, בעט דאס אויף איין אופן וואס איז נישט קיין עקסטארשין, כמבואר למעלה.
למעשה, אויב דו האלטסט אז עס קומט דיר געלט צוליב טהעראפי וכדומה, דאן קענסטו איהם תובע זיין, באופן שאין חשש עקסטארשין כנ"ל. אבער אויב דו ווילסט סתם מוצץ זיין פון איהם געלט אלץ נקמה וכדומה, איז דעתי נוטה אז דאס איז אסור על פי דין. געלט וואס א מענטש גיבט בדרך של כפיה ואונס איז גזל גמור.
כנלע"ד.

געפילטע פיש » זונטאג יוני 2, 2013 4:55 pm

· #120443
איך אויך
כ'מיין אז דאס געהערט דריגענט אין מאחורי אבער דעמאלטס וועסטו (לכאורה) נישט קענען ענטפערן.

טייערע פריינט, הערטס שוין אויף מיט די אבסורדע אבסעסיע פון אפווישן און באהאלטן אלעס! וואס האסטו מורא אז א בחור וועט לייענען דא אז מ'דארף זיך וואטשן פון קראנקע מענטשען? די איז א איינגעגעסענע אינסטינקט ביי אונז אלעס אונטער צו שטופן די טעפעך.

און ר' איש, לאמיר האפן אז דיין מיטטיילן דא דיינע איבערלעבענישן וועט עטוואס לינדן די וואונדען וואס דער חי' האט אנגעמאכט, אבער עם קאנפראנטן איז לכאורה טאקע נישט דו קלוגסטע שריט, אזוי ווי יאנקל זאגט, אויב איז ער א ארויפגעזעהנער איד קען ער דיר חרוב מאכן.

איך אויך » זונטאג יוני 2, 2013 5:20 pm

· #120450
כ'בעט דיך הוה מתונים בדין! איך בין דער לעצטער וואז זוכט צו באהאלטן מנובלות אבער ביטע שעהן 'דערנאך האט ער נישט מער און נישט ווייניגער מיך געצווינגען אז איך זאל אים געבן oral (וויפיל וואכן איך האב דעם מויל געשווענקט און נישט געקענט ארייננעמען גארנישט מחמת עקל) און דער מנוול חזיר חי' איז געקומען אין מיין מויל'

און 'ער האט מיך געמאכט קומען נישט מער און נישט ווייניגער ווי "פיר" מאל!' געהער נישט אין א אפענע פארום!

אביגדור » זונטאג יוני 2, 2013 5:34 pm

· #120459
אין לזה שחר.

בדחן » זונטאג יוני 2, 2013 6:14 pm

· #120481
גוט געזאגט, און אז מען טראכט אריין דאס איז אקעראוט די מעשה וואס - א גרויסע ציבור האלט אז עס - איז געשען צו נחמי וועבערמאן הי״ו אבער פאר אנדערע סיבות.

איש צדיק תמים » זונטאג יוני 2, 2013 6:22 pm

· #120487
קודם א ישר כוח פאר אייערע חיזוק ווערטער פאר דעם אליינס האט זיך געלוינט צו שרייבן מיין געשיכטע.
און צו דיר כל הכבוד, די ביסט גערעכט אז עס קען נישט ווערן קיין חרבן אז יעדער וואס וועט זיך נויטיגן און אפאר גראשן וועט זיך אויסזיכן עפעס אן עושר און עם אנשמירן מיט א מעשה נבלות.

אבער אזא איינער איז א ממזר מלפנים געווענטליל און ער דארף נישט קומען פרעגן אן עצה דא אויף קאווע ווייל געווענטליך געט זיך אזא איינער אליינס אן עצה.

בדחן » זונטאג יוני 2, 2013 6:49 pm

· #120499
עס איז זייער שווער צו געבן א עצה, איך וויל נישט עובר זיין אויף יעצנו רעה, אבער איך טראכט אז מען קען אזא איינעם היבש קריכען אויף די געהירן בעפאר מען אטעקירט עם, אזוי אז ווען מען קאנפרענט אים זאל ער שוין זיין עקזאסטעד און זיין גרייט אויף אלעם.

יואב » זונטאג יוני 2, 2013 7:06 pm

· #120510
איש תמים, כ'האב שוין קיין סאך נישט וואס מוסיף צו זיין, וואס האט מען דען מוסיף צו זיין, וויאזוי קען מען דען מוסיף זיין, בכלל קען איך נישט אזוי גוט איכה ווי אסאך געלונגענע שרייבער דא.
כלפי געלט, ווייס איך נישט. איינער טענה'ט עקסטארשן, א צווייטער אנדערש.
מודיע זיין קענט איר איהם זיכער. אפילו זאל ער ווען ענטפערן ווי יאנקל טענה'ט, גלייב איך זיין הארץ וועט אנדערש קלאפן, און אפשר וועט ער אין זיין צוואה דיר פארשרייבן עפעס קאמפענסאציע.

כלפי די שאלה צו ער מאלעסט נאך היינט, איז אזוי. ס'איז אוממעגליך צו געבן א שאצונג איבער איינעם איך קען נישט, אבער אן 21 יעריגער בחור וואס האט אנשטאט סווייפן קרעדיט קארד געסווייפט דיין זיפער, איז נישט מוכרח ער איז כהיום א סכנה פאר די גאס; נאך אלעם זענט איר דאך אויך מודה במקום שאין בשר, אוכלים דגים.

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 2, 2013 7:09 pm

· #120511
אפשר איז דער דער שיינע איד וואס האט דאס געטוהן צו א אידיש קינד נאך די הקפות!!??
כידוע פאר ותיקי השטיבל, (כ'וויל נישט לינקען אהין משום סיבה)

חזקיהו המלך » זונטאג יוני 2, 2013 7:16 pm

· #120516
טאמער ביסטע נאך אין סטעטשו אף לימיטטעישענס דאן גיי שוין צי די פאליציי, ער האט דיר געמאכט יארען פין צער, יעצט אין זיין טורן צי ליידען, דיין בלוט איז נישט קיין וואסער,

טאמער ביסטע שוין נאך סטעטשו אף לימיטטעישענס, דאן קודם זאל ער האבען בושות, לייג ארויף דא זיין בילד........, נו עמער זעהן ווילאנג ער וועט נאך זיין א שיינער איד ........, אין נאכדעם קענסטע אים קלאגען סיוויל, אין ארויסנעמען פינעם די מערסטע וואס די קענסט, מדה כנגד מדה, אזוי ווי ער האט דיר אויסגקוועטשט, ס'איז pay back time ,

ווען מדין האט מחטיא געווען די אידען האט דער באשעפער באפוילען צי הארגענען גאנץ מדין, ווען שכם בן חמור האט גפאטשקעט מיט דינה, האבען שמעון אין לוי אויגעקוילעט די גאנצע שטאט, ממילא באמת וואלסטע אים געברויכט צי הארגענען אויף טויט, נאר אזוי ווי ס'דא די געזעצען פינעם לאנד, איז טוה וואס די קענסט אויף די לעגאלען וועג,

באלד גייען אנקומען די רחמנות חברה, עה בה ער האט א ווייב מיט קינדער..... שכם בן חמור האט אויך געהאט, די מדינים האבען אויך געהאט, איטס זשאסט טו בעד, חייך קודמין, האק שטיקער, אן רחמנות, נאך א גוטע נקמה וועסטו זיך שפירען אסאך בעסער, די קאשמארען וועלען מסתם אוועקגיין,

שרייבער » זונטאג יוני 2, 2013 7:37 pm

· #120526
דאס הארץ בלוטיגט נעבעך פון די מעשה

אבער איך וואלט דיר געראטן ווי פאלגענד, קודם פרוביר מיט גוטנס און בשתיקה (פארשטייט זיך רעד עס דורך מיט א לויער ער זאל דיר נישט קענען איינמיירען) ווי נישט ווי איז ער געווען א אלטער בחור (נישט אז ער האט רעכט), אויב וויל ער נישט מיט גוטנס דעמאלטס טריי פלען B

פידלער » זונטאג יוני 2, 2013 7:51 pm

· #120535
איש תמים, האסטו בכלל אמאל פרובירט צו רעדן צו איינעם וואס האט אויך אזוינס דורכגעלעבט און איז היינט א שתדלן פאר אנדערע, ווי צב"ש פיני טויב? איך האלט אז אזא איינער האט שוין ערפארונג און קען דיך זיכער מיעץ זיין לגבי געלט און אנדערע פונקטן. ווי אנדערע דא, בלוטיג איך פאר דיר. איך וואונטש דיר peace of mind.

newkave » זונטאג יוני 2, 2013 7:55 pm

· #120536
און טאמער ליינט ער דא אויף קאווע שטיבל, וואלט איך עם מייעץ געווען ער זאל דיר קאנטעקטן אין אישי...

איך אויך » זונטאג יוני 2, 2013 7:59 pm

· #120538
פליז נאר דאס נישט ,ער האט עם שוין געקאנטאטעד מיט די מערסטע 'אישי' וואס איז שייך.

פיקציע » זונטאג יוני 2, 2013 8:01 pm

· #120540
פידלער
איש תמים, האסטו בכלל אמאל פרובירט צו רעדן צו איינעם וואס האט אויך אזוינס דורכגעלעבט און איז היינט א שתדלן פאר אנדערע, ווי צב"ש פיני טויב? איך האלט אז אזא איינער האט שוין ערפארונג און קען דיך זיכער מיעץ זיין לגבי געלט און אנדערע פונקטן. ווי אנדערע דא, בלוטיג איך פאר דיר. איך וואונטש דיר peace of mind.

ביזדערווייל האט פידלער געענטפערט די מערסט צום זאך!
איך ווייס נישט - און וויל נישט וויסן - וויאזוי אזא איבערלעבעניש פילט און וואס די נאכווייען אויף די שפעטערע יארן זענען, דעריבער בין איך נישט דער פאסיגער קאנדידאט צו עצה'ן וויאזוי צו האנדלן, איך קען בלויז מיט וויינען מיט די ביטערע שיקזאהל.
אבער עס זענען ליידער יא דא אנדערע וועלכע האבן דאס דורכגעלעבט - דורכגעשוויצט און האבן עקספעריענס, צו זיי און נאר צו זיי לוינט זיך צו רעדן און נעמען ראט.

בדחן » זונטאג יוני 2, 2013 8:06 pm

· #120543
גיי ארין און ביהמ״ד צייל אפ ביז צען יונגעלייט, וועסטע האבן דריי יונגעלייט מיט די זעלבע עקספיריענס צו וועם צו רעדן.

shem-tov » זונטאג יוני 2, 2013 8:07 pm

· #120544
יעדע צווייטע בחור האט אזא מעשה צו דערציילען. און אסאך האבן פופצען אזעלעכע געשיכטעס. ביי יעדען קלאפט עס אויס אנדערש. דער אביוזער דיינער האט אויך אזא מעשה. רבותי ס'איז אן עפידעמיק, וואס טוט מען דא. לענ"ד איז די איינציגסטע עצה "פריווענשאן" קיינער וועט נישט אריינעמען א בחור אדער אינגעל אין בעיסמענט אויב איז דא קעמערעס אדער "אויגעלעך" אין יעדע הויף אין יעדע קלאס אין יעדע צימער און אין יעדע אפיס. און ווי דער רבי ז"ל האט אונז געלערענט - וואס די גאנצע וועלט איז שוין היינט מודה - רעדען מיט די קינדער. אונז מיז מיר זיי אויפקלערן, אבער ממש אלעס, אן א בושה. און אוודאי מתפלל זיין אוי רבש"ע ותציליני מפגע רע, ומשטן המשחית ומיצר הרע. און לגבי דיין געשיכטע איז די שאלה וואס די ווילסט, כ'מיין זאלסט אנהייבן מיט אים לאזן וויסן איבער דעם אשכול און אים בעטן עפעס א בכבוד'יגער בילד אפשר

חזקיהו המלך » זונטאג יוני 2, 2013 8:08 pm

· #120546
שרייבער
דאס הארץ בלוטיגט נעבעך פון די מעשה

אבער איך וואלט דיר געראטן ווי פאלגענד, קודם פרוביר מיט גוטנס און בשתיקה (פארשטייט זיך רעד עס דורך מיט א לויער ער זאל דיר נישט קענען איינמיירען) ווי נישט ווי איז ער געווען א אלטער בחור (נישט אז ער האט רעכט), אויב וויל ער נישט מיט גוטנס דעמאלטס טריי פלען B


איך וואלט געזאגט זאלסט נישט פרובירען מיט גוטען, ווייל לכאורה וועט ער דיר ערשט ארום שלעפען וויפעל ער קען אין דאס וועט אים געבען צייט זיך צי אריענטירען, ס'איז נישט אין דיינע אינטערעסען צי גיין מיט גוטען, ער וועט דרייען אין שלעפען אין ס'וועט נאך ערגער מאכען דיין קאשמאר,

ער וואלט געדארפט גיין מיט גוטען ווען ער האט דיר געחזר'ט, כ'טראכט אז טאמער מיט גוטען איז שוין בעסער אז די טוסט גארנישט, ס'וועט דיר נאר אויפוועקען די אלטע געפילען אין די וועסט נישט האבען קיין געהעריגע נקמה,

נעם א גוטע לויער אין גיי מיטען פולען קראפט אין ער זאל גארנישט וויסען ביז די לעצטע מינוט, רחמנות זאלסטע האבען ווען ס'וועט זיין די פלאץ פאר רחמנות, האסט אפשער אמאל געהערט אז רוב שבט בינימין איז געהארגעט געווארען ווייל זיי האבען נישט געוואלט ארויס געבען א רעפיסט, איי רחמנות, ס'בעסער פאר יענעם אז ער זאל אפקומען אויף דעי וועלט, אין דיין בלוט איז נישט וואסער,

אין נאכאמאל גיי נישט מיט גוטען, ס'וועט נאר געבען פאר יענעם די געלעגענהייט דיר צי רעיפען נאכאמאל, ער וועט לכאורה שפילען מיט דיר אין ווארטען אויף א געלעגענהייט דיר צי ארייננארען אין זאק אין עפעס א לעגאלע פראבלעם, רעד נישט מיט יענעם גארנישט, נעם א לויער אין גיי מיט די לעגאלע סיסטעם,

פידלער » זונטאג יוני 2, 2013 8:44 pm

· #120570
בדחן
גיי ארין און ביהמ״ד צייל אפ ביז צען יונגעלייט, וועסטע האבן דריי יונגעלייט מיט די זעלבע עקספיריענס צו וועם צו רעדן.


איך מיין נישט ערפארונג אין זיין מאלעסטעד. איך מיין ערפארונג אין די confrontation פון מאלעסטערס און אין די ליגעל סיסטעם. וועגן דעם האב איך געראטן ער זאל גיין צו אן experienced שתדלן.

מאראנצןזאפט » זונטאג יוני 2, 2013 8:51 pm

· #120572
וואס זאגט דער עולם צו פידלער?
איך מיין אז ער עד דא א פרישע ספייס צו קאווע מיט זיין סטרעיט פארווארד מהלך המחשבה.
ווי אקאמעדעיט יו וויט אפען ארעמס.

פידלער » זונטאג יוני 2, 2013 9:06 pm

· #120579
:
מאראנצןזאפט
וואס זאגט דער עולם צו פידלער?
איך מיין אז ער עד דא א פרישע ספייס צו קאווע מיט זיין סטרעיט פארווארד מהלך המחשבה.
ווי אקאמעדעיט יו וויט אפען ארעמס.


😃

קינות גירושין » זונטאג יוני 2, 2013 10:02 pm

· #120594
אז די פלאנסט צו גיין לעגאל מאך זיכער אז די האסט נישט קיין פ״ס און מעדיקעיד, ווייל ער קען דיר צוריק פאנטשען ווי סדארף צו זיין וד״ל

berlbalaguleh » זונטאג יוני 2, 2013 10:46 pm

· #120601
היימישער ליטוואק
אויב דו האסט שוין חתונה געהאט און דו האסט שוין עטליכע קינדערלאך, ווי דו שרייבסט, און אויך איז די מעשה פארגקומען ווען דו ביסט געוען 13-14 יאר אלט, דאן איז דאס שוין נאך די סטעצוט-אוו-לימיטיישאנס, דהיינו, די גאווירמענט קען שוין נישט אנקלאגן דעם רשע.
אויב דו ווילסט געלט, בעט דאס אויף איין אופן וואס איז נישט קיין עקסטארשין, כמבואר למעלה.
למעשה, אויב דו האלטסט אז עס קומט דיר געלט צוליב טהעראפי וכדומה, דאן קענסטו איהם תובע זיין, באופן שאין חשש עקסטארשין כנ"ל. אבער אויב דו ווילסט סתם מוצץ זיין פון איהם געלט אלץ נקמה וכדומה, איז דעתי נוטה אז דאס איז אסור על פי דין. געלט וואס א מענטש גיבט בדרך של כפיה ואונס איז גזל גמור.
כנלע"ד.

פארוואס?! קאמפענסאציע אויף דעים וואס ער האט געליטן --און ליידט נאך אלץ-- , אויב די מעשה איז טאקע אזוי געווען ווי ער פארציילט דאס. 😳 🙄

berlbalaguleh » זונטאג יוני 2, 2013 10:52 pm

· #120603
shem-tov
יעדע צווייטע בחור האט אזא מעשה צו דערציילען. און אסאך האבן פופצען אזעלעכע געשיכטעס. ביי יעדען קלאפט עס אויס אנדערש. דער אביוזער דיינער האט אויך אזא מעשה. רבותי ס'איז אן עפידעמיק, וואס טוט מען דא. לענ"ד איז די איינציגסטע עצה "פריווענשאן" קיינער וועט נישט אריינעמען א בחור אדער אינגעל אין בעיסמענט אויב איז דא קעמערעס אדער "אויגעלעך" אין יעדע הויף אין יעדע קלאס אין יעדע צימער און אין יעדע אפיס. און ווי דער רבי ז"ל האט אונז געלערענט - וואס די גאנצע וועלט איז שוין היינט מודה - רעדען מיט די קינדער. אונז מיז מיר זיי אויפקלערן, אבער ממש אלעס, אן א בושה. און אוודאי מתפלל זיין אוי רבש"ע ותציליני מפגע רע, ומשטן המשחית ומיצר הרע. און לגבי דיין געשיכטע איז די שאלה וואס די ווילסט, כ'מיין זאלסט אנהייבן מיט אים לאזן וויסן איבער דעם אשכול און אים בעטן עפעס א בכבוד'יגער בילד אפשר

דו זאגסט דאך די זעלבע וואס נחום!!!

איינגעמיירעט » זונטאג יוני 2, 2013 11:00 pm

· #120604
המקום ינחם אותך וירפא ויעודד ויתמוך אותך בתוך שאר העשוקים במחנינו,דיין צער איז אין לשער אומדערטרעגליך,רעדה אחזונו פון וואס א מענטש(וואס מעגליך ביסטו מיין ברידער,שוואגער,קאזין, שכן ,חבר וכ״ו וכ״ו עכ״פ זיכער און מיינע סערקילס) האט אדורכגעגאנגען און זיין לעבן,
אז די גייסט אהן און דיין לעבן ווייטער, און די וואונסט נישט און pitty and resentment ,מוז זיין אז די ביסט א געוואלדיגע מענטש און מעגליך ווען איך קען דיך וואלט איך דיר געגעבן א קוויטעל מיט א פדיון.
בנוגע דיין שאלה וואלט איך געזאגט מיין דעת תורא אזוי
הגם קנא קנאתי וחמתי בוער בי אויף דעם קאלטבלוטיגע רשעות וואס דער רשע האט געטוהן,און ווען איך פיהר וועין די וועלט וואלט איך עם אפשר דערלאנגט ר״ן מכות כשיטת ר״ע,אבער by the end of the day it's all about you and your life

ממילא וואלט איך געטראכט פאר די נעמסטיך איבער דעם רשע,קודם נעם קעיר פון דיר,סזעט אויס פון דיין שרייבען אז די ביסט נאכנישט געגאנגען אויף טעראפי,כפי מיין ידיעה אפי׳ די גייסט אהן און לעבן און די שטארקסט דיך אויף דיינע קאשמארען פארט די עפפעיקט וואס דער רשע האט אנגעמאכט און דיין נפש דורכן שולט זיין אויף דיין גוף,איז זייער טיף,און סקען זיך דערוועקען און א שיינע טאג און דיך צורידערען אינגאנצען(לדוגמא הער אויס די יוטוב קליפ פון פיני טויב ווי פאר זיין זוהנס בר מצווה האט ער זיך שיעור גענומען דעם לעבן)
ממילא האלט איך אז די זאלסט גיין אויף פעסטע טעראפי (נישט קיין היימישע אנלייסענס ח״ו ) און דארטען ווען די וועסט דילען מיט דעם העסטיך שוין אליין אויסקלארען א מהלך וויאזוי צו קעיר נעמען פון דעם רשע אמאל איז דאס פארט אויף די טעראפי,
משא״כ אויב העסטי טוהן שריט פאר די ביסט גענצליך ערהוילט פון די אביוז, קען זיין אז די וועסט טוהן אסאך ראנג מאווס (פארגעס נישט דער רשע פילט זיך נאך העכער דיר און שולט אויף דיר אויב קומסטו נישט גענוג שטארק צו עם קען ער נאך ווייטער רייטען אויף דיר פארגעס נישט די האנדעלסט פארט מיט א אביוזער א מאניפילעטיר א אכזר און די האסט נאך די געפילען פון די אלטע רעלעשינשיפ וואס לייגען עם העכער דיר)

דעת תורה » מאנטאג יוני 3, 2013 12:02 am

· #120622
היימישער ליטוואק, באצאלן טעראפי איז ריפוי. וואס טוט זיך מיט נזק, צער, וכדומה? (איז מן התורה בכלל דא נזק און צער - און אפשר אפילו ריפוי - ביי א היזק נפשי? קומט דא אריין היזק שאינו ניכר? עני ת"ח עוועיליבל)

ריינער » מאנטאג יוני 3, 2013 12:24 am

· #120634
די ערשטע מאל מ'האט מיך גע'used איז געווען אין כיתה א' דורך מיין רבי איינמאל ביי ריסעס האט ער מיר אריינגענומען אין א זייטיגע אפיס, פארשאפרט די טיר, און געטון וואס ער האט געוואלט. איך געדענק 0 פון כיתה א' נאר די איין מעשה!

און זייט דעמאלטס האב איך געהאט עטליכע מעשיות, מיט אינגעלייט, בחורים. די וועלט איז אזוי משוגע אז ווען מיין טאטע האט גענומען פאר מיר א אינגערמאן זאל לערנען מיט מיר פריוואט און די זייטיגע סדרים פון ישיבה, האט די אינגערמאן וואס האט באקומען געלד פון מיין טאטע ער האט זיך אויך פארליבט אויף מיר און וואס איז געשען ווייטער דארף איך ענק נישט זאגן!

אבער... אפשר בין איך פאני.... איך שפיר עפעס נישט אז עס זאל מיר האבן געשאדט אויף מיין פיוטשער.... אפשר בין איך אנדערש ווי יעדעם???? פאר יעדעם שאדט עס???? איך האב ס"ה געהאט שייכות מיט בערך א 10 מענטשען וואס זענען מער נאכגעלאפן, ס'געעוען זייער נישט געשמאק בשעת מעשה, אבער היינט בערך א 5 יאר נאכ'ן חתונה לאך איך זיי אלע אויס!!!

וויאזוי ס'זאל נאר זיין האלט איך אז מיט'ן זיך איינהאלטן אין גארנישט זאגן וועסטו זיכער נישט אויפטוהן, איך האלט אז יענער דארף פשוט וויסן אז ער האט רואונירט דיין לעבן! נישט אלעס איז געלד! וויפיל געלד ער וועט דיר נאר געבן וועט די זכרונות אלטץ בלייבן, דארפסט אים ארויסגעבן וואס די האסט אויף אים, און אויב האט יענער שוין אויסגעמענטשעלט און ער וועט הערן וואספארא פיין די גייסט דורך ביז'ן היינטיגן טאג וועט ער דיר אפשר אליין אפערן צו פארגיטיגן מיט עפעס.

איש צדיק תמים » מאנטאג יוני 3, 2013 12:49 am

· #120641
איך בין נישט דא צו דעפענדען א אמת׳ע מעשה...

שלשלת » מאנטאג יוני 3, 2013 1:27 am

· #120652
איש צדיק, יחד עם כל חברי השטיבל אנו מבכים את כל מה שעבר ועובר עליך, מאז היום המר והנמהר ועד עצם היום הזה.

פון לעגאלע שריט (קאורט וכדומה), מיין איך, זאלסטו שטיין ווייט, פשוט צו היטן אויף דיין נאמען און כבוד. אפילו אויב דו ביזט גרייט אז דיין נאמען זאל ווערן מפורסם בשער בת רבים, האב רחמנות אויף דיינע קינדערלעך און אנדערע קרובים, וואס וועלן זיך גאנץ מעגליך שעמן מיט די פרשה. גענוג וואס דו ליידסט נעבעך צוזאם פון דעם רשעות'דיג אקט, פארוואס זאלן זיי אויך דארפן אדורך גיין צער ויסורים לעולמי עד.

הודו לד' כי טוב! געב אפ א באזונדערע שבח להקב"ה וואס האט דיר צוגעשטעלט א פאסיגע עזר כנגדו, וואס פארשטייט דיר, און שטעלט דיר צו את שאהבה נפשך.

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 3, 2013 1:45 am

· #120661
שלשלת
הודו לד' כי טוב! געב אפ א באזונדערע שבח להקב"ה וואס האט דיר צוגעשטעלט א פאסיגע עזר כנגדו, וואס פארשטייט דיר, און שטעלט דיר צו את שאהבה נפשך.

אקוראט דאס געוואלט זאגן! ב"ה אז די פרשה האט כאטש עפעס א "העפי ענדינג", דער באשעפער האט דיך מפייס געווען מיט אזא געטרייע אשת חיל וואס ווייניג זענען זוכה דערצו! מיט נחת פון דיינע זיסע קינדערלעך! זאל עס אנהאלטן לעולמי עולמים.

איינגעמיירעט » מאנטאג יוני 3, 2013 1:56 am

· #120664
איך געב דיר א לייק פארען העפפי הגם טראכטענדיג פון דעם מעשה דא ווערט מער נחלש דאס גאנצע מעשה

איש צדיק תמים » מאנטאג יוני 3, 2013 3:01 am

· #120669
איינגעמיירעט איך ווייס נישט פארוואס די מיירעסט מיך איין אבער די פרשה איז אמת ויציב...

שלשלת » מאנטאג יוני 3, 2013 3:32 am

· #120671
קאווע טרינקער
ומכאן הקריאה יוצאת פאר אלע עלטערען:
לאזט נישט אייערע קינדער דאווענען מעריב אין די קליינע בתי-מדרשים'לעך.

א גרויסע בית המדרש איז די זעלבע סכנה
בעיני ראיתי פאר איבער 15 יאר צוריק ווי א גרויסע בחור טשעפעט זיך אן אין א ווילד פרעמדע אינגע בחור'ל, קוים בר מצוה געהאט, אינמיטן דאווענען שמונה עשרה, אין א אנגעפילטע מנין מעריב, חול המועד סוכות, אין די אלטע קאווע שטיבל נעבן די אלטע בית קויפמאן, אין סאטמאר ראדני.
סהאט זיך אנגעהויבן במישוש אינמיטן דאווענען, און האט געהאט א המשך נאכן דאווענען במקום אחר

מדארף טוהן צוויי זאכן:
1 - מסביר זיין פאר די קינדער אז סדא אקסן וואס קוקן אויס ווי עכטע מענטשן, און מטאר זיי נישט לאזן טוהן וואס זיי ווילן. דיין גאנצע גוף באלאנגט אויסדריקליך נאר פאר דיר

2 - אדורכווייקן די תהלימ'ל, און בעטן אז די קינדער זאלן געהיטן ווערן פון אויבן. באמת איז דאס די איינציגסטע עצה (אין צוגאב צו די למעשה'דיגע השתדלות וואס מאיז מחויב)
p.jpg

קאווע טרינקער » מאנטאג יוני 3, 2013 7:43 am

· #120678
@ שלשלת, ריכטיג, אין גרויסע שוהלען קען דאס אויך געשעהן, אבער דארט זעהן כאטש אנדערע אז עפעס גייט פאר, און זיי קענען העלפן. אינטערסאנט טאקע פארוואס איר האט געלאזט די מעשה האבן א המשך ביז צו א סוף.

shem-tov » מאנטאג יוני 3, 2013 7:47 am

· #120679
איש צדיק. האסט ב"ה טאקע אן אויסערגעווענליכע שלום בית ווייל נישט יעדער חתונה-געהאטער זיצט איינס און דרייע ביינאכט און שרייבט תגובות

טעפל » מאנטאג יוני 3, 2013 9:55 am

· #120703
איש צדיק, סאיז מיר נישט געבליבען קיין סאך צוצעלייגען, נאר אז פון הימעל זאל מען דיר באלוינען און זאלסט קיינמאהל נישט שפירען קיין צער, אבער לדעתי (הקלושה) מוזסטו איהם קאנפראנטען, לכה"פ זאל ער זיך נישט שפירען צו בגדול'ט..

chosen people » מאנטאג יוני 3, 2013 10:02 am

· #120704
הרב תמים, קודם כל א יישר כח פארן נעמען די צייט און די קוראזש צו שרייבן דיין מעשה און א חריידישע וועב זייטל, ממנו ילמדו, וויל עס איז נאך אלץ די ביי אינז מענטשן וואס לייקענן און פארווישן יעדע אזאלעכע מעשה (איך בין זעכער אז עס דא ניק'ס אדער געסט'ס וואס האבן געליינט די מעשה און טראכטן לי יציור אז די מעשה איז אמת איז עס נאר געווען אין שמינית שבשמיים ווי אזוי ער לייגט עס אראפ, ווי אזוי זאגט יענער עס קען נישט זיין אמת ווייל ער לייגט עס צו גיט אראפ, בקיצור אז מען איז א גוטע שרייבער איז דא וואס גלייבן נישט, און אז מען שרייבט גרייזיג איז דא וואס גלייבן נישט עי' במעשה.. בקיצור הצד השוה אז מען וויל נישט גלייבן עד היכן הידים מגיעים).
לדעתי איז די מערסטע אינטערסאנטע חלק פון דיין מעשה, און לכאורה וואס האט געמאכט די העפפי ענדינג, איז אז א חסידישע מיידל פון אינזערע קרייז, זאל וויסן וואס מאלעסטעישן מיינט נאך מיט אלע דיטעילס, און צוזאם שטעלן די זיך אויף וועקן אינמיטן שלאף האט א שייכות מיט דעם, און נאך מער אז זיי האט נישט געדארפט האבן א טערפיסט נאכן הערן די אלע דיטעילס א וואך נאכן חתונה.
איין זאך האט מיך געווען אינטערסאנט אז א בחור ביי דעם דרייצן יאר זאל האבן דאגות וועגן מען זאל רעדן פון איהם אין גאה אין וועגן דעם נישט דערציילן די מעשה, ווען ער האט דורך געגאנגן אזאלעכע יסורים, און ער האט נישט געוויסט צו עס גייט נישט געשעהן נאך אמאל, יעדער איז אנדערש אבער פאר מיר איז עס געווען אין שטיקל חידוש.
דער פון אויבן זאל דיך פירען מיט די ריכטיגע דעת וואס זאל זיין די נעקסטע סטעפ.

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 3, 2013 10:21 am

· #120707
chosen people
בקיצור הצד השוה אז מען וויל נישט גלייבן עד היכן הידים מגיעים

👍 👍

הקטן » מאנטאג יוני 3, 2013 10:49 am

· #120714
chosen people

איין זאך האט מיך געווען אינטערסאנט אז א בחור ביי דעם דרייצן יאר זאל האבן דאגות וועגן מען זאל רעדן פון איהם אין גאה אין וועגן דעם נישט דערציילן די מעשה, ווען ער האט דורך געגאנגן אזאלעכע יסורים, און ער האט נישט געוויסט צו עס גייט נישט געשעהן נאך אמאל, יעדער איז אנדערש אבער פאר מיר איז עס געווען אין שטיקל חידוש.
דער פון אויבן זאל דיך פירען מיט די ריכטיגע דעת וואס זאל זיין די נעקסטע סטעפ.

this is the norm not the exception

געווענליך איז זייער שווער פאר א בחור אדער קינד צו פארציילן וואס ער האט מיטגעמאכט, מכח כמה טעמים, און ס'קען נעמען יארן ביז ווילאנג דער אביוזער זאגט ער גייט זיך נוקם זיין אין אים אדער זיין משפחה.

זעלבסט גילט און shame, חאטש דאס איז אינגאנצן אומבארעכטיגט, און דער וויקטים איז בכלל נישט שולדיג, דאך פילט געווענליך דער וויקטים שולדיג אדער שמוציג אויף א ווועג (דאס איז א לאנגער שמועס פאר זיך)

מורא אז מען וועט אים נישט גלייבן, אדער גאר באשולדיגן - אסך מאל איז ער נעבעך גערעכט.

ער איז אין דינייעל און וויל אליין נישט גלייבן וואס עס איז געשען צו אים

און נאך...

און דאס איז איינע פון די גרעסטע סיבות פארוואס רוב פעלער ווערן נישט ריפארטעט (אויך ביי די גוים)
בלאט: 1 2