☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ב"פ וויליאמסבורג באס

ב"פ וויליאמסבורג באס

67 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3897
בלאט: 1 2

קרעקער » זונטאג מאי 26, 2013 4:35 pm

· #118077
ב"פ וויליאמסבורג באס
ווי אזוי קען זיין א ציבור פון שווערע 1000טער יודען ליידען זיך ביטער אן פון דעם באס און קיינער קען גארנישט טוהן?
ווער סאיז שוין אמאהל געפארען מיט זיי האט א פאק מעשיות צו פארצייעלן, די דרייווערס עקטען ווי קאלטע מערדערס, די באסעס אלט און צוקראכט וואס שאקעלט אויף יעדעם, קיין פלאץ איז נישטא, פארוואס האטזיך נאך קייננער נישט אויפגעשטעלט עפעס טוהן?

איך בעט מען זאל מיר אנצייגען וואו און ווי אזוי מען קען זיי מאסערן
פשוט אז זיי האבען א דין רודף שטעלענדיג אין סכנה אסאך מענטשען יעדען טאג סאו פארוואס זאל מען ווארטען ביז יודען ווערען געהארגעט לאמיך טון למעשה

זר זהב » זונטאג מאי 26, 2013 4:42 pm

· #118079
עפעס האט זיך נישט לאנג צוריק אפגעטון דארט, מ'האט זיי געסאראשעט אז מ'גייט עפענען קאמפעטישן

כ'געדענק נישט וויזוי ס'האט זיך גע'ענדיגט.

קרעקער » זונטאג מאי 26, 2013 4:45 pm

· #118081
און אז מרעדט שוין
טאטעס לערענטס אויס ענקערע קינדער און קליינע בחוריםלעך אז ווען א פרוי שטייט זאלען זיי זיך אויפשטעלען און איבערגעבען זייער פלאץ
איך בין נעכטען געפארען אויפן באס סזענען געשטאנען ארום 7 פרויען, איינע מיט א בעיבי אין די הענט, און 4 דאבעל סיטס זענען געוועהן באזעצט מיט טוטער בחורלעך
את חטאי אני מזכיר אז איך האב נישט געהאט די קארעזש זיי אויפצושטעלען ווייל ביי אינז וויל יעדער הייסען די שיינע יוד, איך וויל נישט אויסקוקען ווי נחום רז"ב, אבער סליגט א פליכט אויף יעדע טאטע מאמע אזוי ווי זיי לערנען זיך אפ אפצוווישען אין טוילעט דארף מען אויסלערנען מענארס און נארמאלקייט

קרעקער » זונטאג מאי 26, 2013 4:46 pm

· #118083
דארפסט נישט גארנישט געדענקען גיי און קוק וועסטו זעהן וואס איז געווארען
אלעס געבליבען ביים אלטען

חברה מיר האבען א ריזיג כח!! נישט אלע ווייסען אבער קאווע שטיבעל האט שוין אויפגעטוהן אסאך
לאמיר זיך צוזאמנעמען און אויפטון אויך מיט דע הינזיכט

זר זהב » זונטאג מאי 26, 2013 4:48 pm

· #118085
ניין, כ'מיין צו זאגן איך דענק נישט וויזוי די אויפשטאנד האט זיך אפגעשטעלט

שמעקעדיג » זונטאג מאי 26, 2013 5:04 pm

· #118091
קרעקער
עס ליגט א פליכט אויף יעדע טאטע מאמע אזוי ווי זיי לערנען זיך אפ אפצוווישען אין טוילעט דארף מען אויסלערנען מענארס און נארמאלקייט

זיך אויפצושטעלן פאר יענעם פארגלייכסטו צו אפווישן אין טוילעט 🙄 😈

קרעקער
נישט אלע ווייסען אבער קאווע שטיבעל האט שוין אויפגעטוהן אסאך

אמת'דיג? לאמיר הערן עפעס, פארצייל אביסל סודות וואס נישט יעדער ווייסט........................ פליז!

קרעקער » זונטאג מאי 26, 2013 5:14 pm

· #118097
אדער ביזטו א גרוש אדער א בחור
יא !! ווען א מאמע שטייט מיט א קינד אין די הענט אויף די ראולער קאוסטער (באס בלעז) וואס וואקעלט זיךף און פליט צו אלע זייטען, און א טוטער בחור זיצט דערנעבען באקוועם, איז עס אסאך וויכטיגער די טאטע זאל עם אויסלערנען זיך אויפשטעלען ווי זיך אפצוווישען אין טוילעט, וויייל סוועט גארנישט געשעהן אז ער שטינקט אבער וועט יא געשעהן ווען די מאמע וועט אראפפליען און געהארגעט ווערען

והשנית
סאיז דא אסאך וואס מהאט אויפגעטוהן, איך קען דיר זאגען איינס וואס איך בין געוועהן אנוועזענד ביי א אסיפה העסקנים און מהאט זיך גערעכענט מיט טענות וואס איינער האט געשריבען אויף עפעס א געוויסע זאך אויף קאווע שטיבעל

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 26, 2013 5:23 pm

· #118100
קרעקער

סאיז דא אסאך וואס מהאט אויפגעטוהן, איך קען דיר זאגען איינס וואס איך בין געוועהן אנוועזענד ביי א אסיפה העסקנים און מהאט זיך גערעכענט מיט טענות וואס איינער האט געשריבען אויף עפעס א געוויסע זאך אויף קאווע שטיבעל

וועלעכע ענין?.... כ'וועל שרייבן נאך....

שמעקעדיג » זונטאג מאי 26, 2013 5:33 pm

· #118104
קרעקער
אדער ביזטו א גרוש אדער א בחור

הא הא הא! שוין לאנג נישט געלאכט אזוי! 😂 😂

הער קרעקער, דו ביסט א שוואכער דיאגניזירער! איך האב דיר שוין אמאל געכאפט ביי נאך א גוטס, דא:
שמעקעדיג
קרעקער
שמעקעדיג זעט אויס דו ביסט נאך ניי דא

ממש אזוי?

NAVY SEAL » זונטאג מאי 26, 2013 6:37 pm

· #118132
קרעקער
ווי אזוי קען זיין א ציבור פון שווערע 1000טער יודען ליידען זיך ביטער אן פון דעם באס און קיינער קען גארנישט טוהן?
ווער סאיז שוין אמאהל געפארען מיט זיי האט א פאק מעשיות צו פארצייעלן, די דרייווערס עקטען ווי קאלטע מערדערס, די באסעס אלט און צוקראכט וואס שאקעלט אויף יעדעם, קיין פלאץ איז נישטא, פארוואס האטזיך נאך קייננער נישט אויפגעשטעלט עפעס טוהן?

איך בעט מען זאל מיר אנצייגען וואו און ווי אזוי מען קען זיי מאסערן
פשוט אז זיי האבען א דין רודף שטעלענדיג אין סכנה אסאך מענטשען יעדען טאג סאו פארוואס זאל מען ווארטען ביז יודען ווערען געהארגעט לאמיך טון למעשה

יאַרן צוריק ערגעץ אינמיטן די נון׳ס האבן זיי געוואלט אריינברענגן קאוטש באסעס, און סהאט זיך דעמאלטס אפגעטוהן פראטעסטן קעגן זיי ביי יעדע באס סטאפ, פארוואס? ווייל מיט די צוקראכטע באסעס קענען די פרויען אראפגיין פון די בעק טיר, אבער א קאוטש באס האט דאך נאר איין טיר וועלן מענער מיט פרויען אראפגיין רחמנא לצלן פון איין טיר , ( איי די מאנסי טרעילס מיט די מאנרא באסעס האבן אויך נאר איין טיר? א קשיא אויף א מעשה. )

שלשלת » זונטאג מאי 26, 2013 6:53 pm

· #118139
אן אריין גיין אין די דעמאלס'דיגע מערכה אקעגן די קאוטש באסעס, צו עס איז געווען גערעכט אדער נישט, צו די מערכה איז געווארן געפירט דורך בעלי דעה צו חסרי דעה, איז דאס נאך אלץ נישט קיין שום בארעכטיגונג אויף זייערע שוואכע קוואליטעט באסעס, און אוודאי נישט אויף זייערע הארץ-לאזע געפירעכטץ, פון דעם וואס די דרייווערס רעכענען זיך נישט קיין כי הוא זה מיט די פאסאזשירן, יונג און אלט צוגלייך. ליידער ליידער, די שווארצע דרייווערס פון די סיטי באסעס פירן זיך אסאך מאל אויף פיל מער מענטשליך, ווי די בארא פארק באס דרייווערס.

די סיטי באסעס האבן אויך בעק טירן, אבער סגייט נישט אויף די חשבון פון די מיטרייזענדערס באקוועמליכקייטן.

דאכט זיך מיר, אז פאר א יאר-צוויי צוריק האט די בריוו קאלום אין די צייטונג דער איד - "פון אידן צום איד" - געפירט א מערכה מיט די באס קאמפאני. ווער עס געדענקט, אדער האט קאפיס פון יענע בריוו, זאל מוחל זיין און מיטטיילן (אפשר גאר פארדריי איך די יוצרות, און זיי האבן זיך גאר אנגענומען פאר די באס קאמפאני...)

זר זהב » זונטאג מאי 26, 2013 6:56 pm

· #118142
אה יא שלשלת, פון יענע מערכה האב איך גערעדט.

בדחן » זונטאג מאי 26, 2013 8:04 pm

· #118164
@קרעקער, גאר א שטארקע פוינט, עס פעלט טאקע אויס צו מאכען א קאמפיין דערפאר.

פסיכאלאג » זונטאג מאי 26, 2013 9:18 pm

· #118208
קרעקער
און אז מרעדט שוין
טאטעס לערענטס אויס ענקערע קינדער און קליינע בחוריםלעך אז ווען א פרוי שטייט זאלען זיי זיך אויפשטעלען און איבערגעבען זייער פלאץ
איך בין נעכטען געפארען אויפן באס סזענען געשטאנען ארום 7 פרויען, איינע מיט א בעיבי אין די הענט, און 4 דאבעל סיטס זענען געוועהן באזעצט מיט טוטער בחורלעך
את חטאי אני מזכיר אז איך האב נישט געהאט די קארעזש זיי אויפצושטעלען ווייל ביי אינז וויל יעדער הייסען די שיינע יוד, איך וויל נישט אויסקוקען ווי נחום רז"ב, אבער סליגט א פליכט אויף יעדע טאטע מאמע אזוי ווי זיי לערנען זיך אפ אפצוווישען אין טוילעט דארף מען אויסלערנען מענארס און נארמאלקייט

וואס עפעס די בחור?( לאמיר קלאר מאכן כבין א אינגערמאן מיט וואס האט שוין ב''ה א משפחה)
אבער למעשה ווען אן עלטערע איד קומט ארויף אויפן באס מאכט מען זיכער אז ער האט ווי צו זיצען,
אבער די אינגע בחור איז נישט מחייב צו קוקען וואס עס טוט זיך אין די בעק, ב- ביי די פרויען וואלט מען געדארפט קער נעמען פין דעם זאל זיך א אינגע מיידל זיך אויפשטעלן,
איך בין נייגעריג אויב אין די פרויערישע קאווע שטיבל רעגט מען זיך פארוואס די מיידלעך שטעלן זיך נישט אויף פאר די עלטערע אידן...

מאראנצןזאפט » מאנטאג מאי 27, 2013 9:02 am

· #118349
פון מאי דעם אכט און צוואנציגסטן וועט דער פרייז ארויפגיין צו 3 טאלער אן איינצלנע רייזע.

😢

טעפל » מאנטאג מאי 27, 2013 9:45 am

· #118363
דא האט עטץ א רייד אויפן באס!
<a class="postlink" href="http://mahnishmah.com/system/scripts/modules/admin/pages/show_page.cgi?p=How+To+Make+A+Drive+From+Willi+Less+Boring%85">http://mahnishmah.com/system/scripts/mo ... +Boring%85</a>

שרייבער » מאנטאג מאי 27, 2013 9:50 am

· #118366
וער איז די מיט די לאנגע בארד וואס רעגט זיך אזוי

gehlungen » מאנטאג מאי 27, 2013 10:14 am

· #118377
בדחן
@קרעקער, גאר א שטארקע פוינט, עס פעלט טאקע אויס צו מאכען א קאמפיין דערפאר.

I also think they should ban CELL PHONES on the B P bus (if possible)nobody is interested who is becoming a kallah or if your sheitel is ready or if your babysiter is available or is your goiteh came or if your daughter peeled the potatoes. E t c . ! 😕

diff » מאנטאג מאי 27, 2013 11:17 am

· #118401
Its great, for just 2 bucks the whole bus belongs to you

היימישער » מאנטאג מאי 27, 2013 4:13 pm

· #118575
ווהאאו איז דאס גיט, איך קען דעם יוד (אויפן פנים) ער ארבעט און ב"פ ערגעץ 39-40-41

זר זהב » מאנטאג מאי 27, 2013 5:52 pm

· #118607
כ'מיין ער הייסט ליכטענשטיין

MickyMouse » מאנטאג מאי 27, 2013 9:36 pm

· #118674
יעצט באקומען די טעקסט.
SHOCKING! Willamsburg - BP Bus Is Going Up The Price From Tomorrow To $3.00! (Probably Due to The Good Service They Are Giving).
איך ווייס נישט אויב אמת.

wassup » מאנטאג מאי 27, 2013 11:20 pm

· #118708
Yups its true and confirmed

נולד מאוחר » דינסטאג מאי 28, 2013 12:24 am

· #118729
ער מעג ווען צי שטעלן ווייפיי.

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 28, 2013 12:32 am

· #118730
ער שטעלט צו ענליכס: וויי-וויי!

סאשי פיש » דינסטאג מאי 28, 2013 12:33 am

· #118733
אויך אביסעל ענדליך: פוי פוי!!...

קרעקער » דינסטאג מאי 28, 2013 9:42 am

· #118786
חברה איך זעה קיינער כאפט באמת נישט וואס דא גייט פאר, מרעט שוין פון וויי פיי?,
איך רעד פון פשוטע נארמאלע באסעס וואס קראכען נישט און וואקלען זיך נישט, מיט פלאץ פאר יעדעם אז מאמעס מיט בעיביס זאלען נישט דארפען שטיין, דרייווערס וואס רעדען נארמאל נישט קוואוואפאוואמאאא עפעס א קארעא שפראך מיט א קאלט בלוטיגע עדיטוד אז זאל זיך יעדער אויפהעגען, דע דרייווער פירט די באס ווי א טראק מיט הינער, און יא מיר זענען טשיקענס אז מיר לאזען זיך פירען צו דע שחיטה
כזאג ענק רבותי איינער גייט געהארגעט ווערען און דעמאלטס גייט מען זיך אויפוועקען, אזוי גייט עס ביי אינז, וויפעל מאל ווען איך קוק אן די דרייווער ציטער איך ער זאל נישט געבען א דריי אראפ די באס פונעם בי קיו אי אווערפעס
קיינער האלט דאך נישט ביים טון קאנסטראקטיוו וועגען דעם בעהט איך ברחמים געבטס מיר א אימעיל אדער טעלעפאן נאמבער פון די סיטי אדער עף בי איי ווי איך קען אריינקאלען קאמפלעינען און מסרען די קאמפאני אפשר וועל איך עם קענען צושפארען

מאטי » דינסטאג מאי 28, 2013 9:53 am

· #118789
בעסטע זאך וואס דו קענסט טון כאפ אפאר הייסע קליפס פון די באס ריידס און שטעל עס ארויס. ווילאנג מ׳דערציילט נאר נאך איז דאמירן בעלמא און די אמן ואמן באס קאמפאני וועט וואקסן גרעסער און גרעסער אן א שטער.

קינות גירושין » דינסטאג מאי 28, 2013 10:29 am

· #118793
קרעקער
אדער ביזטו א גרוש אדער א בחור
יא !! ווען א מאמע שטייט מיט א קינד אין די הענט אויף די ראולער קאוסטער (באס בלעז) וואס וואקעלט זיךף און פליט צו אלע זייטען, און א טוטער בחור זיצט דערנעבען באקוועם, איז עס אסאך וויכטיגער די טאטע זאל עם אויסלערנען זיך אויפשטעלען ווי זיך אפצוווישען אין טוילעט, וויייל סוועט גארנישט געשעהן אז ער שטינקט אבער וועט יא געשעהן ווען די מאמע וועט אראפפליען און געהארגעט ווערען

והשנית
סאיז דא אסאך וואס מהאט אויפגעטוהן, איך קען דיר זאגען איינס וואס איך בין געוועהן אנוועזענד ביי א אסיפה העסקנים און מהאט זיך גערעכענט מיט טענות וואס איינער האט געשריבען אויף עפעס א געוויסע זאך אויף קאווע שטיבעל

קען מיך איינער מסביר זיין פארוואס די באס קאמפ זאל זיך רעכענען מיט דאס מענשהייט ווען חברינו היקר הרב קרעקער האט מיט די גרעסטע מאס רשעות אריינגעשטאכען הונדרעטער גרושים ביים זאגען אז זיי פארשטייען נישט די נידס פון א פרוי? מהיכי תיתי אז דיין בלוט איז רויטער פון אונזער?

בדחן » דינסטאג מאי 28, 2013 11:13 am

· #118802
קרעקער
איך רעד פון פשוטע נארמאלע באסעס וואס קראכען נישט און וואקלען זיך נישט, מיט פלאץ פאר יעדעם אז מאמעס מיט בעיביס זאלען נישט דארפען שטיין, דרייווערס וואס רעדען נארמאל נישט קוואוואפאוואמאאא עפעס א קארעא שפראך מיט א קאלט בלוטיגע עדיטוד אז זאל זיך יעדער אויפהעגען, דע דרייווער פירט די באס ווי א טראק מיט הינער, און יא מיר זענען טשיקענס אז מיר לאזען זיך פירען צו דע שחיטה
כזאג ענק רבותי איינער גייט געהארגעט ווערען און דעמאלטס גייט מען זיך אויפוועקען, אזוי גייט עס ביי אינז, וויפעל מאל ווען איך קוק אן די דרייווער ציטער איך ער זאל נישט געבען א דריי אראפ די באס פונעם בי קיו אי אווערפעס
קיינער האלט דאך נישט ביים טון קאנסטראקטיוו וועגען דעם בעהט איך ברחמים געבטס מיר א אימעיל אדער טעלעפאן נאמבער פון די סיטי אדער עף בי איי ווי איך קען אריינקאלען קאמפלעינען און מסרען די קאמפאני אפשר וועל איך עם קענען צושפארען

עס זעט אויס ווי די ביסט נישט פון NYC, ביי אונז אין NY איז נישט קיין עוולה צו געבן שלעכטע סערוויס, עס איז סיסטעמאטיש אזוי.

סאשי פיש » דינסטאג מאי 28, 2013 1:03 pm

· #118836
די בעל הבית איז דאך א יוד (איך ווייס נישט צו א שומר תורה ומצוות) אפשר גייט מען אריבער רעדען צו עם
די טראלי איז אויך זיינס איך מיין אז דארט שטעלט ער יא שענער צו
GO BUSES איז זיינס קוק די פיקטשערס
Go Buses NY.jpg
דארט שטעלט ער יא צו וויי פיי
images (3).jpg

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 28, 2013 2:24 pm

· #118881
ער שרייבט דאך coming soon אויף די ווייפיי..

בכלל מיין איך אז דער עולם האט די ראנג אדרעס, די באסעס זענען נישט אינגאנצן שולדיג, זיי האבן א שותף לדבר עבירה.
מען דארף אויך בלעימען די הייוועי דעפט. אויף די צעקראכטע ראודס, נישטא קיין ד' אמות אן א באמפ אדער פאטהאול, נישטא קיין 10 מינוט וועג אנע קאנסטראקשען, ניו יארק פארמאגט איינע פון די ערגסטע ראודס - (חוץ פון די דריטע וועלט לענדער) און דארף א גרויסע תיקון.

סאשי פיש » דינסטאג מאי 28, 2013 2:51 pm

· #118892
די באס איז נאך א האלבע צרה
מען רעדט ווי אזוי די דרייווערס פירען זיך אויף, נישט מענטשליך איז נישט דאס ווארט

מאטי » דינסטאג מאי 28, 2013 3:00 pm

· #118894
מ׳זאגט מ׳רעדט הירסעי אגאנצן טאג דאס ברענגט נישט גארנישט דערצייל א מעשה א נאמען פון א דרייווער א פיקטשער א קליפ דאס וועט אפשר אויפטון.

היימישער » דינסטאג מאי 28, 2013 8:05 pm

· #119062
ב"פ ווילי באס איז ארויף געגאנגען מיטן פרייז ווייל אזוי ווי אסאך מענטשן האבען נישט קיין טשענטש מאכען זיי עס גראד 3.00 $

איך אויך » דינסטאג מאי 28, 2013 8:16 pm

· #119070
יואש דאנט געט מי סטארטעד.

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 28, 2013 9:14 pm

· #119092
NAVY SEAL
קרעקער
ווי אזוי קען זיין א ציבור פון שווערע 1000טער יודען ליידען זיך ביטער אן פון דעם באס און קיינער קען גארנישט טוהן?
ווער סאיז שוין אמאהל געפארען מיט זיי האט א פאק מעשיות צו פארצייעלן, די דרייווערס עקטען ווי קאלטע מערדערס, די באסעס אלט און צוקראכט וואס שאקעלט אויף יעדעם, קיין פלאץ איז נישטא, פארוואס האטזיך נאך קייננער נישט אויפגעשטעלט עפעס טוהן?

איך בעט מען זאל מיר אנצייגען וואו און ווי אזוי מען קען זיי מאסערן
פשוט אז זיי האבען א דין רודף שטעלענדיג אין סכנה אסאך מענטשען יעדען טאג סאו פארוואס זאל מען ווארטען ביז יודען ווערען געהארגעט לאמיך טון למעשה

יאַרן צוריק ערגעץ אינמיטן די נון׳ס האבן זיי געוואלט אריינברענגן קאוטש באסעס, און סהאט זיך דעמאלטס אפגעטוהן פראטעסטן קעגן זיי ביי יעדע באס סטאפ, פארוואס? ווייל מיט די צוקראכטע באסעס קענען די פרויען אראפגיין פון די בעק טיר, אבער א קאוטש באס האט דאך נאר איין טיר וועלן מענער מיט פרויען אראפגיין רחמנא לצלן פון איין טיר , ( איי די מאנסי טרעילס מיט די מאנרא באסעס האבן אויך נאר איין טיר? א קשיא אויף א מעשה. )

ס'פעילט ב"ה נישט קיין ליידיגייערס אין וויליאמסבורג, בארא פארק און מאנסי. קיין דזשאב האבן זיי נישט. זיצן אין ביהמ"ד און לערנען. דאס אויכעט נישט. דער טאג איז זייער לאנג. הייבט מען אן טראכטן. מ'מוז עפעס אויפטון פאר אידישקייט. דער רבוש"ע וועט ח"ו באנקראטירן אן זייער הילף. והשנית. א יעדער האט ליעב אביסל עקשן. צימערמאן יוכיח. קלאר יוכיח.

סאשי פיש » זונטאג אקטאבער 13, 2013 2:00 pm

· #155974
א בריוו אין דער בלאט!
image.jpg

אליצפן » זונטאג אקטאבער 13, 2013 4:00 pm

· #155996
מ'קען דא זיצן באקוועם אין ק''ש, און שרייען און שימפן ביז מווערט הייזעריג אבער מ'העט גאר ווייניג אויפטון. לאמיר זען איינער זאל טון תכלית, ארגעניזיר א פראטעסט, עפן א קאמפעטישאן אד''ג.
נו ווער וויל גיין אין שותפות מיט מיר, עפענען א נייער מאדערנער באס קאמפאני, מיט קאטש באסעס און ביליגע פרייזן ?

איך אויך » זונטאג אקטאבער 13, 2013 4:15 pm

· #156000
צווישן קאוטש באסעס און דער חאזעריי וואס ער שטעלט צו איז דא א היפש מיטל וועג.

שמו יגער » זונטאג אקטאבער 13, 2013 4:35 pm

· #156008
אליצפן
מ'קען דא זיצן באקוועם אין ק''ש, און שרייען און שימפן ביז מווערט הייזעריג אבער מ'העט גאר ווייניג אויפטון. לאמיר זען איינער זאל טון תכלית, ארגעניזיר א פראטעסט, עפן א קאמפעטישאן אד''ג.
נו ווער וויל גיין אין שותפות מיט מיר, עפענען א נייער מאדערנער באס קאמפאני, מיט קאטש באסעס און ביליגע פרייזן ?

כבר היה אז מאנכע האבן פראבירט צו עפענען א קאמפיטישען אין דער בעה"ב פון אונזער יעצטיגע קאמפאני האט גענוג פארפירט אז אלעס איז צוריק צום אלטן......
ווי ווייט זיין פחד גייט פון אנדערע קאמפעניס איז באקאנט וואס ער טוט. וואס מער ווי איין יונגערמאן האט מיר פארציילט: אז ער איז ארויף אויף די מאנרא באס אז ס'זאל אים טראגן קיין וויליאמסבורג אין די וועג וועט אים זיין שנעלער אין באקוועמער כידוע. פלוצלינג ווי די ערד האט זיך געעפנט ביי די נעקסטע סטאפ איז אנגעקומען די בעה"ב פון בארא פארק באס אין האט געמאכט אזוינע צעקות אויפ'ן מאנרא דרייווער פאר די "חוצפה" פון נעמען אידן קיין וויליאמסבורג ווען ער איז בסך הכל די מאנרא באס.....ובכן זייט דער טעראר מיטל דארף מען זיך באמת שטארק איינבעטן ביים מאנרא דרייוער פאר "רשות" מיטצופארן קיין ווילי איז "דאס" נארמאל??????????

אליצפן » זונטאג אקטאבער 13, 2013 4:39 pm

· #156010
וואספארא רעכט האט דער בעה''ב צו האבן טענות? ער האט עפעס א מאנאפאלי אויף די ב''פ-ווילי רוט?
ווער שטערט מיך פון עפענען היינט א נייער באס קאמפאני, און טראגן מענטשן פון בפ צו ווילי פאר פונקט העלפט פרייז?
טעראר? יאך דערשרעק זיך נישט פון קיין טעראר. ווען איך האב די נויטיגע געלטער צו אינוועסטירן טוה איך עס היינט.

קאמענטירער » זונטאג אקטאבער 13, 2013 4:47 pm

· #156011
היימישער
ב"פ ווילי באס איז ארויף געגאנגען מיטן פרייז ווייל אזוי ווי אסאך מענטשן האבען נישט קיין טשענטש מאכען זיי עס גראד 3.00 $

אויב איז דאס די סיבה זאלען זיי עס מאכען ביליגער און סזאל זיין נאר א גלאטע צווייער...

משולם שטיינפעלד » זונטאג אקטאבער 13, 2013 4:51 pm

· #156013
אליצפן
וואספארא רעכט האט דער בעה''ב צו האבן טענות? ער האט עפעס א מאנאפאלי אויף די ב''פ-ווילי רוט?
ווער שטערט מיך פון עפענען היינט א נייער באס קאמפאני, און טראגן מענטשן פון בפ צו ווילי פאר פונקט העלפט פרייז?
טעראר? יאך דערשרעק זיך נישט פון קיין טעראר. ווען איך האב די נויטיגע געלטער צו אינוועסטירן טוה איך עס היינט.

זיי האבן אפגעקויפט פון די סיטי די ראוט פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק, עס איז נישט אזוי גרינג צו עפענען א קאמפעטישען

שמו יגער » זונטאג אקטאבער 13, 2013 4:52 pm

· #156014
1)לויט ווי אזוי ביזנעס מבינים זאגן דארף מען האבן גענוג א קעש פלאו צו קענען פירן אזא ביזנעס וואס די זאגסט אז די האסט נישט
2) לויט ווי מען פארציילט (אדרבה ווער געוואויר די פרטים אויב עס איז אמת...) איז היינט די ראוט א לעגאלע ראוט וואס ער האט א פערמיט,לייסענס וכדומה. איז שווערער צו באקומען יעצט א לייסענס אויף דער ראוט
3) והעיקר צו קענען צושטעלן פאר די עולם האלב פרייז פון וואס עס איז יעצט מיט בעסערע באסעס איז כמעט נישט מעגליך צוצושטעלן
סאו ווי אזוי האסטו א פלאן אים צו מאכן ענג אפילו די האסט נישט מורה פאר זיין טעראר??
נ.ב. מען זאגט אז פאריאר איז זיין ריוח געווען א מעלאנא!!!!!

אליצפן » זונטאג אקטאבער 13, 2013 5:18 pm

· #156025
שמו יגער

1)ליין וואס כ'האב געשריבן "ווען איך האב ווען די נויטיגע געלטער" ופשוט היא.
2) אז מ'נוצט נישט ממש די זעלבע רוט איז נישט קיין פראבלעם, א שטייגער ווי די האניקאוו און קראון הייטס באס אין ב''פ וואס פארט אויף זעכצן, און ניצט די זעלבע סטאפס ווי די (געוועזענע) שטאטישע באס b23, אבער היות ס'נישט ממש די זעלבע רוט איז נישט קיין פראבלעם.
3) שאלת חכם חצי תשובה. דו אליין ענדיגסט צו אז ער האט געמאכט א מיליאן ריווח. נא איך בין גרייט צו רעכענען האלב פרייז, ועוד צו אינוועסטירן נאך 200 אלפים אין בעסערע סערוויס, און לפי חשבון וועל איך נאכאלץ ארויס מיט 300 טויזענט דאללאר ריווח.

אבזערווירער » זונטאג אקטאבער 13, 2013 5:25 pm

· #156026
זיי האבן אנגעהויבן מיט געלע סקול באסעס די ערשטע סטאפ איז ארויס ביי ראדני ליע נעבן סאנעלע פארקאש זילבער סטאר אדער עפעס קאר סערוויס. דעמאלץ פלעגט הגה''צ רבי טודרוס שליט''א אלץ אינגערמאן שטיין אין פראסעטירן אקעגן די בעלי בתים מערמלשטיין. שטערנדיג די באס פון ארויספארן וועגן עניני צניעות. בערך 39 יאר צוריק.

שמו יגער » זונטאג אקטאבער 13, 2013 10:32 pm

· #156116
אליצפן
שמו יגער
1)לויט ווי אזוי ביזנעס מבינים זאגן דארף מען האבן גענוג א קעש פלאו צו קענען פירן אזא ביזנעס וואס די זאגסט אז די האסט נישט
2) לויט ווי מען פארציילט (אדרבה ווער געוואויר די פרטים אויב עס איז אמת...) איז היינט די ראוט א לעגאלע ראוט וואס ער האט א פערמיט,לייסענס וכדומה. איז שווערער צו באקומען יעצט א לייסענס אויף דער ראוט
3) והעיקר צו קענען צושטעלן פאר די עולם האלב פרייז פון וואס עס איז יעצט מיט בעסערע באסעס איז כמעט נישט מעגליך צוצושטעלן
סאו ווי אזוי האסטו א פלאן אים צו מאכן ענג אפילו די האסט נישט מורה פאר זיין טעראר??
נ.ב. מען זאגט אז פאריאר איז זיין ריוח געווען א מעלאנא!!!!!

1)ליין וואס כ'האב געשריבן "ווען איך האב ווען די נויטיגע געלטער" ופשוט היא.
2) אז מ'נוצט נישט ממש די זעלבע רוט איז נישט קיין פראבלעם, א שטייגער ווי די האניקאוו און קראון הייטס באס אין ב''פ וואס פארט אויף זעכצן, און ניצט די זעלבע סטאפס ווי די (געוועזענע) שטאטישע באס b23, אבער היות ס'נישט ממש די זעלבע רוט איז נישט קיין פראבלעם.
3) שאלת חכם חצי תשובה. דו אליין ענדיגסט צו אז ער האט געמאכט א מיליאן ריווח. נא איך בין גרייט צו רעכענען האלב פרייז, ועוד צו אינוועסטירן נאך 200 אלפים אין בעסערע סערוויס, און לפי חשבון וועל איך נאכאלץ ארויס מיט 300 טויזענט דאללאר ריווח.

1)לדעתי מיין איך (אפשר האלסטו אנדערש) אז "ווען איך האב ווען די נויטיגע געלטער" איז עס נישט אזוי פשוט ודו"ק
2)איך קען מיך נישט אויס מיט די לעגאלע אישוס אין מיט די שטאטישע לאוס ווען אין ווי אזוי מען קען באקומען אזא פערמוט אבער אם קבלה הוא נקבל. אין הלואי ביסטו גערעכט ווייל דאס וועט אפשר צוהעלפן מענטשן צו וועלן אפילו צו קלערן פראבירן אנצוהייבין מיט אזא ריזן פראיעקט
3) קודם כל יישר כח פאר די קאמפלימענט..... אבער דיין גאנצע געלט חשבון איז לכאורה א שטיקל סתירה מיט וואס אונז שמועסן אין נומבער איינס הנזכר לעיל (איך מיין אזוי, ניין?)

לעמיל » מאנטאג אקטאבער 14, 2013 5:48 pm

· #156338
אויף טויטער האט איינער געפענט א אקאונט stopB110@ ער האט געלייגט די סעל נאמבער פון די בעל הבית אז די עולם זאל אים רופען זאגען ווי גוט די סערוויס איז

berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 14, 2013 8:54 pm

· #156369
שמעקעדיג: דו ביסט מורא'דיג. כ'האב ערשט יעצט באמערקט דיין פזמון אונטער'ן אונטערשריפט. כ'האב שוין א פאר דזשאבס פאר דיר צו בדחנ'ען ביי חתונות. 😂 🙄 👍
בלאט: 1 2