☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ב"פ וויליאמסבורג באס

ב"פ וויליאמסבורג באס

67 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3897
בלאט: 1 2

קאסטנער » פרייטאג מערץ 27, 2015 5:11 pm

· #262361
וואס איז יעצט, די געז?
אפשר צאלט מען מער פאר זייער סערוויס וואס מאכט כסדר פראגרעס?...

קאסטנער » פרייטאג מערץ 27, 2015 5:17 pm

· #262367
[ציטאט אראפגענומען]


ווי אויך שטעלט ער צו א כשר'ע נסיעה וויבאלד עס איז נישט מעגליך ארויס ציקיקן פין די פענסטער..

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 27, 2015 5:30 pm

· #262370
אנאנים: זייער "עד" קענמען אריינלייגן אין אשכול..."מאדנע טעותים אין היימישע אויסגאבעס"... 🙄

כוכב » פרייטאג מערץ 27, 2015 5:57 pm

· #262381
היות דער פרייז פון געז איז דראסטיש נידריג איז דאך נישט מער מן היושר אז דער פרייז פון די באס זאל שטייגן.
אזא גרייזיגן צעטל איז סתם אזוי א דערנידערונג קעגן די מענטשהייט.

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 27, 2015 6:04 pm

· #262385
כוכב
היות דער פרייז פון געז איז דראסטיש נידריג איז דאך נישט מער מן היושר אז דער פרייז פון די באס זאל שטייגן.
אזא גרייזיגן צעטל איז סתם אזוי א דערנידערונג קעגן די מענטשהייט.

כוכב: איינס פון די טעמים פאר דעם גרייזיגן צעטל איז, ווייל דער בעה"ב פון די קאמפאני, חוץ פון---- און ---- אינטרעסירט איהם גארנישט. נאר איך גיי דא נישט בארעדן אזא גרויסן און חשוב'ן נדבן ווי עים...וואס האט עפעס מנדב געווען (כ'ווייס נישט פונקטליך וואס...) ביי די לעצטע הכנסת ספר תורה, וואו די קינדער האבן מארשירט...!

ישמעאל הכהן » פרייטאג מערץ 27, 2015 6:07 pm

· #262387
ווילאנג ער האט נישט קאמפעטישאן איז ער גערעכט.

איך אויך » מוצ"ש מערץ 28, 2015 9:47 pm

· #262402
3x $3.25 = $9.75? אדער עם איי מיססינג סאמטינג.

לית דין בר נש » זונטאג מערץ 29, 2015 12:32 pm

· #262534
you are not missing anything
ער שרייבט אז מען גייט באקומען פאר 10 דאללער 3 טיקעטס מיט א קוואדער פון די דרייווער 🙂

סענס סטריט » מאנטאג מערץ 30, 2015 12:05 pm

· #262802
Re: ב"פ וויליאמסבורג באס
אזא חוצפה פין אים א יעדען שני וחמישי ארויף מיט די פריייז. אין פארוואס??? פאר א פאקאקטע אביערגעפילטע אטעםלאזע באס???? ממש איך בין עס נישט משיג עס גייען דורך טויזענטער אידען יעדען טאג אויף באס אין קיינער טיט נישט גארנישט???? מ'דארף אים אינטער ברענגען

יואב » מאנטאג מערץ 30, 2015 12:38 pm

· #262815
סענס סטריט
אזא חוצפה פין אים א יעדען שני וחמישי ארויף מיט די פריייז. אין פארוואס??? פאר א פאקאקטע אביערגעפילטע אטעםלאזע באס???? ממש איך בין עס נישט משיג עס גייען דורך טויזענטער אידען יעדען טאג אויף באס אין קיינער טיט נישט גארנישט???? מ'דארף אים אינטער ברענגען

מ'זעט קלאר דעם שכר וואס א איד באקומט אפילו אויף דער וועלט פאר'ן ענטפערן אמן בקול רם. מעג ער צושטעלן א וואגאן ווי אפילו אפגעשוואכטע פערדן וואלטן זיך נישט געלאזט שלעפן, און דאנען, הינטער די אמן-פארקלעבטע פענסטערס שלייכן זיך אריין שווערע הונדערטער צי טויזנטער אנשים נשים וטף יעדן טאג, און דער בעל האמן ברייטערט אויס זיינע נכסים מיט ריין-אידיש געלט אן קיין שום פרעמד השפעה.

או אינו » זונטאג אקטאבער 23, 2022 3:18 am

· #510490
Re: ב"פ וויליאמסבורג באס
ווי עס ווייזט אויס איז מעטרא קארטלעך פאר סטודנטען פריי פון אפצאל אין פין 5:30 am ביז 8:30 pm. איר קענט פארלאנגען עקסטענדן די שעות אויב די שולע האט לענגערע שטונדען. ווייסט איינער אויב עס איז דא א סורטשטרזש פין 100 קעש ? די b110 פארלאנגט דאס. https://new.mta.info/fares/student-metrocard

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 23, 2022 10:16 pm

· #510541
יואב
סענס סטריט
אזא חוצפה פין אים א יעדען שני וחמישי ארויף מיט די פריייז. אין פארוואס??? פאר א פאקאקטע אביערגעפילטע אטעםלאזע באס???? ממש איך בין עס נישט משיג עס גייען דורך טויזענטער אידען יעדען טאג אויף באס אין קיינער טיט נישט גארנישט???? מ'דארף אים אינטער ברענגען
מ'זעט קלאר דעם שכר וואס א איד באקומט אפילו אויף דער וועלט פאר'ן ענטפערן אמן בקול רם. מעג ער צושטעלן א וואגאן ווי אפילו אפגעשוואכטע פערדן וואלטן זיך נישט געלאזט שלעפן, און דאנען, הינטער די אמן-פארקלעבטע פענסטערס שלייכן זיך אריין שווערע הונדערטער צי טויזנטער אנשים נשים וטף יעדן טאג, און דער בעל האמן ברייטערט אויס זיינע נכסים מיט ריין-אידיש געלט אן קיין שום פרעמד השפעה.
יואב: דאס רעכנט אריין זיינע באסעס וועלכע פארן אום שב"ק צו אטלאנטיק סיטי. (בעיני ראיתי. דור'כן פענצטער פון מיין הויז אום שב"ק אינדערפריה.)

או אינו » מאנטאג אקטאבער 24, 2022 10:38 pm

· #510619
Re: ב"פ וויליאמסבורג באס
וואס איז די פשט אז ער קומט אליין קאלעקטן אנהייב חודש די 100$ פין יעדען ישיבה בחורל ? ער ווערט געצאלט פול פרייז פין די אפטיילונג פין ניו יארק סיטי עדויקעישן - קען איינער צילייגען א לינק צי זעהן וויפיל ער ווערט געצאלט?

א בני יואל » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 10:50 am

· #510748
איך בין געווען יארען ציריק א מיטרייזענדער אויף די באסעס יעדען טאג אין איך האב מיך באקאנט געמאכט דעמאלטס מיט די אלטע דרייווערס הרב בלוי אין אויך הרב לאנדא אין פרענקי מיט אוביץ ווער עס געדענקט זיי
געדענק איך אז דעמאלטס האט ער געטרייט ארויפצילייגען נייע באסעס אויף די בארא פארק ליין אביר ער האט געהאט א גרויסע פראבלעים עס האט נאר געהאט איין טיר פין פארענט
למעשה האט ער עס דעמאלטס ארויפגעלייגט אפילו אפאר יודעלעך אין וויליאמסבורג האבען פארפירט אז עס איז נישט קיין צניעות ער האט נאר געוואלט ציפרידען שטעלן די רייזענדע אבער דעמאלטס האט ער געפלאנט צי אריינברענגען אגד באסעס פין ארץ ישראל אבער אין די זעלבע צייט האט ער געוואלט האלטען די באסעס נאר מיט איין טיר פאר ביז די אגד באסעס קימען אן קיין אמעריקע אין עס ווערט אפראווד ביי די DOT צי טראגען מענטשען
למעשה זענען די ווילימסבורגע קנאים געגאנגען אין מלחמה מיט עם. מהאט עם געשניטען די זיצען אין אלע נייע באסעס טויזענטער דאלארען אים שאדענס מהאט אין ציקראצט די פענסטערס אין נאך זאכען דעמאלטס אלע ס אין די נאמען פין צניעות האט ער אפגעמאכט אז ער גייט זיך מער נישט צישטעלין צי קיינעם
איך פארצייל נאר וואס איז געווען מיט כמעט צוויי אין צוואנציג יאר ציריק אין זיך עם בכלל נישט צי פארענטפערן אבער איך קען אים פארשטיין אביסעלע

צפוני » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 4:58 pm

· #510763
Re: ב"פ וויליאמסבורג באס
אמת, אז ער האט פרובירט די באסעס מיט איין טיר, אבער פארוואס איז ער נישט געבליבן מיט די אלטע באסעס ביז די אגד באסעס קומען אָן???


פעלט אפשר צו קויפן באסעס מיט 2 טיהרן דא אין אמעריקע?!?

און דער תירוץ אז ער האט געוואלט צושטעלן בעסער... האט שוין לאנג עקספיירעד.
פאר ווילאנג וועט מען ניצן דעם פוילע תירוץ???

ס'איז א בושה אין וואסערע אומשטענדן אחינו בני ישראל פאהרן יעדן טאג אין יאר תש22.

Sent from my SM-N960U using Tapatalk

או אינו » פרייטאג אקטאבער 28, 2022 1:36 am

· #510784
Re: ב"פ וויליאמסבורג באס
למעשה איז די קעש וואס ער נעמט פין בחורים אין יונגעלייט וואס זענען אויף די סקול פראגראם א שכרה בצדה אדער לעגיט? דאס איז צענדליגע טויזענט דאלאר וואס קאסט פאר אחינו ישראל אין דאס מיז אפגעשטעלט וווערן דעם קומענדיגען מאל ווען זיי פארקויפען חודש קארטליך.

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 28, 2022 2:12 am

· #510786
כוכב
היות דער פרייז פון געז איז דראסטיש נידריג איז דאך נישט מער מן היושר אז דער פרייז פון די באס זאל שטייגן.
אזא גרייזיגן צעטל איז סתם אזוי א דערנידערונג קעגן די מענטשהייט.
דאס דערמאנט מיך ווען אין א געוויסע תקופה (יאר) פאר חנוכה האט איינער פון די גרויסע סוחרים פון אויל פאר חנוכה לעכט געשריבן די פאלגנדע הודעה...,אזוי ווי ס'איז דאך דא אן אויל קריזיס און שארטעדזש איבער די וועלט, וועט די פרייז פון שמן זית פאר חנוכה ארויפגיין...!
בלאט: 1 2