☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » דאס יונגעל וואס האט נישט באקומען א שנעלקע פונעם מלאך

דאס יונגעל וואס האט נישט באקומען א שנעלקע פונעם מלאך

269 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3873
בלאט: 1 2 3 4 5 6

מרדכי ישראל » מאנטאג פעברואר 4, 2019 12:53 pm

· #423867
קאך_לעפל
ווי ס'ווערט פארציילט האט דער בעלזער רב געהייסן אז מ'זאל דאס קינד טובלען אין א מקווה פון ווייניגער ווי 40 סאה. זינט דאן האט ער אלעס פארגעסן און ער איז געווארן כאחד אדם.

מקור? כ'ווייס נישט! והמאמין יאמין והפתי לא יאמין!

פתי יאמין לכל דבר

אישתישבי » מאנטאג פעברואר 4, 2019 12:55 pm

· #423868
ממש א ריזיגע פראבלעם, איינער זאגט אז א קינד האט געקענט קוראן אליין, און אים דארף געבן א הסבר. מיין הסבר איז פשוט, להד"ם. א קינד א עילוי איז דא אסאך.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג פעברואר 4, 2019 1:59 pm

· #423870
יעצט פארשטיי איך שוין וויאזוי די אידן האבן געקענט דינען דעם עגל, וכו' וכו'...

לבי ובשרי » מיטוואך פעברואר 6, 2019 8:03 am

· #423992
יידל
קינות'ל, כ'האב געהערט פון א איד אז פאפא רב האט פארהערט דעם קינד אין קינדערגארטן און דאס קינד האט געזאגט עפעס צוויי גירסאות אין א משנה אין נגעים. פאפא רב לעבט שוין נישט, אבער דער איד זאגט מיר אז הרב עזריאל טויבער איז געווען דערביי ביים פארהער (ס'שטימט מיך עפעס נישט מיט די יארגאנגן, אבער אזוי זאגט יענער). אז דו קענסט, פארבינד זיך ביטע מיט הרב טויבער, וואס זעט אויס דערווייל צו זיין די איינציגסטער וואס לעבט נאך און האט בייגעוואוינט א פארהער פון דעם ילד הפלא.

עדות נאמנה
.
שאלתי הגה"ח את רבי עזריאל טויבער אודות הענין וכתב לי בזה"ל:

"נכון שהיתי בנוכח כשהמלמד של הילד פלא סיפר בפרטיות להרב מפאפא איך הוא גילה את את הילד פלא ואיך הוא בחן אותו בכל מיני שאר ספרי קודש".

"אני בעצמי דברתי אם הילד פלא בפסח תשי״ד שעד אז הוא עוד דיבר כל מי ששאל אותו. אבל אני שרציתי לדובב אותו היה בדיוק שאחרי האדמור מבעלזא ציוה עליו לא לדבר יותר לשום איש אמר לי הילד הרבי ציוה עלי לא לא לדבר. כנראה שהוא שכח הכל".

"דרך אגב היה מפורסם אז הסיפור כשאלו אותו בספרי החזון איש הוא ידע בעל פה. אבל כשאלו אותו בספרי הרב קוק הוא לא ידע. כך היה אז הפרסום בעולם התורה".

יעקב מענטש » מיטוואך פעברואר 6, 2019 1:49 pm

· #424012
@ליבי ובשרי

ביזטו דער וואס האט זיך געשריבן/גערעדט מיט הרב עזריאל טויבער שליט"א? אדער דו מאכסט קאפי/פעיסט פון ערגעץ?

לבי ובשרי » מיטוואך פעברואר 6, 2019 3:21 pm

· #424018
יעקב מענטש
@ליבי ובשרי

ביזטו דער וואס האט זיך געשריבן/גערעדט מיט הרב עזריאל טויבער שליט"א? אדער דו מאכסט קאפי/פעיסט פון ערגעץ?

דאכט זיך אז איך שרייב "שאלתי".
קלערסט אז ס'שקר?

חתן בחור » מיטוואך פעברואר 6, 2019 3:42 pm

· #424019
Re: דאס יונגעל וואס האט נישט באקומען א שנעלקע פונעם מלאך
לבי ובשרי
יידל
קינות'ל, כ'האב געהערט פון א איד אז פאפא רב האט פארהערט דעם קינד אין קינדערגארטן און דאס קינד האט געזאגט עפעס צוויי גירסאות אין א משנה אין נגעים. פאפא רב לעבט שוין נישט, אבער דער איד זאגט מיר אז הרב עזריאל טויבער איז געווען דערביי ביים פארהער (ס'שטימט מיך עפעס נישט מיט די יארגאנגן, אבער אזוי זאגט יענער). אז דו קענסט, פארבינד זיך ביטע מיט הרב טויבער, וואס זעט אויס דערווייל צו זיין די איינציגסטער וואס לעבט נאך און האט בייגעוואוינט א פארהער פון דעם ילד הפלא.

עדות נאמנה
.
שאלתי הגה"ח את רבי עזריאל טויבער אודות הענין וכתב לי בזה"ל:

"נכון שהיתי בנוכח כשהמלמד של הילד פלא סיפר בפרטיות להרב מפאפא איך הוא גילה את את הילד פלא ואיך הוא בחן אותו בכל מיני שאר ספרי קודש".

"אני בעצמי דברתי אם הילד פלא בפסח תשי״ד שעד אז הוא עוד דיבר כל מי ששאל אותו. אבל אני שרציתי לדובב אותו היה בדיוק שאחרי האדמור מבעלזא ציוה עליו לא לדבר יותר לשום איש אמר לי הילד הרבי ציוה עלי לא לא לדבר. כנראה שהוא שכח הכל".

"דרך אגב היה מפורסם אז הסיפור כשאלו אותו בספרי החזון איש הוא ידע בעל פה. אבל כשאלו אותו בספרי הרב קוק הוא לא ידע. כך היה אז הפרסום בעולם התורה".

וחוזר חלילה. כ׳האב געווארט צו זעהן די פאפא בריוו, יעצט זעהט אויס אז פאפא רבי האט נאר גערעדט צום מלמד, נאך אלץ נישט דא קיין ערשט האנטיגע עדות.

יעקב מענטש » מיטוואך פעברואר 6, 2019 5:38 pm

· #424024
לבי ובשרי
יעקב מענטש
@ליבי ובשרי

ביזטו דער וואס האט זיך געשריבן/גערעדט מיט הרב עזריאל טויבער שליט"א? אדער דו מאכסט קאפי/פעיסט פון ערגעץ?

דאכט זיך אז איך שרייב "שאלתי".
קלערסט אז ס'שקר?

א דאנק פאר די קאנפערמאציע, ק/פ קומט אויך בנוסח שאלתי

@חתן בחור

קלערסט אז דער מלמד האט געדמיונ'ט?

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 6, 2019 8:11 pm

· #424025
יעקב מענטש:אזוי ווי דער פיש האט גערעדט אין סקווירא...! לאל...!

איך האב שוין געשריבן אז ס'זענען דא מענטשן וועלכע נעמען אן פארשידענע פערסאנאליטעטן. פון פארשטארבענע מענטשן. דאס האט צו טון מיט דיבוקים אדער גילגולי נשמות. און בשעת דער מענטש נעמט איבער די שליטה אויף איהם,רעדט ער און פיהרט זיך אויף אינגאנצן ווי יענער נשמה וואס איז אריין אין איהם/איהר.,

אין ארץ ישראל איז דא א מיידל וועלכע איז נשלט דורך בערך 20 פארשידענע דיבוקים. און ווען איינס פון די דיבוקים איז שולט אויף איהר, קען זי שפיעללן שיינע ניגונים אויף א פיאנא. וואס זי האטציך קיינמאל נישט געלערנט אויף דעם. אויך ווען א דיבוק פון א קליין קינד נעמט איבער, פיהרט זי זיך אויף אינגאנצן ווי א קליין קינד. זי נעמט אפילו א ..."פעסיפייער"...!

אויך איז אין אן אראבישן דארף אין ארץ ישראל געבוירן א יונגל ביי א דרוזישע משפחה. דער יונגל רעדט א פערפעקטן, קאלעדזש לעוול ענגליש מיט א בריטישן אקסענט. וואס ער האט קיינמאל נישט געלערנט. ווייל זיין משפחה קען אפילו נישט רעדן ענגליש...!

מסתמא איז דאס אויכעט געווען עפעס א פארם פון א דיבוק פון א תלמיד חכם וואס איז אריין אין דעם אינגל. און דער בעלזא רב זצ"ל, ברוב קדושתו האט עס ארויסגענומען פון איהם...!

רביה''ק זי''ע » מיטוואך פעברואר 6, 2019 11:53 pm

· #424041
יעקב מענטש
קלערסט אז דער מלמד האט געדמיונ'ט?

ממש אזוי האט די טאטע געטענהט בשעתו.

"האב טען שוב, שכל הענין הוא פרי דמיונו של המלמד הרואה חלומות באספמיה..."

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/118057">viewtopic.php?p=118057#p118057</a><!-- l -->

חתן בחור » דאנערשטאג פעברואר 7, 2019 12:22 am

· #424042
די גוים האלטן אויף פון גלגולים.

דאכטצעך ס׳איז געוועהן ביי די צווייטע וועלט מלחמה, ס׳איז געוועהן א דארף אין אייראפע וואס זייער אסאך קינדער זענען געבוירען אויסזעענדיג ממש ווי רוסן. מ׳האט זיך זייער געווינדערט פון ווי דאס קומט, ביז די פרויען האבן פארציילט אז פאר בערך ניין חדשים פריער איז די דארף געווארן איבערגעלאפן דורכ׳ן רוסישען מיליטער, און די לאקאלע פויערן האבן זיך באוואפענט מיט העק און זעק און אויסגע׳הרג׳עט א גרויס חלק פון זיי. ס׳מיז זיין אז דאס זענען זייערע גלגולים.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג פעברואר 7, 2019 12:31 am

· #424043
😂 😂 😂

און די מענער האבן עס טאקע געקויפט?! אונז ווייסן דאך דעם אמת... א באנדע זונות.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג פעברואר 7, 2019 8:51 am

· #424047
אין אייוועלט האט איינער אריינגעסקענט פון בקודש פנימה פון יצחק לאנדא, וואס ער איז געווען דארט בשעת מעשה. אין כאן לא שנעלקע ולא שמעלקא, סך הכל האט אים דער רב אנגעזאגט אז ער זאל זיך מער נישט לאזן פארהערן.

הקטן » דאנערשטאג פעברואר 7, 2019 9:48 am

· #424048
ער שרייבט דאס בשעת די קינד איז 4 יאר.

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 7, 2019 10:49 am

· #424051
חתן בחור
די גוים האלטן אויף פון גלגולים.

דאכטצעך ס׳איז געוועהן ביי די צווייטע וועלט מלחמה, ס׳איז געוועהן א דארף אין אייראפע וואס זייער אסאך קינדער זענען געבוירען אויסזעענדיג ממש ווי רוסן. מ׳האט זיך זייער געווינדערט פון ווי דאס קומט, ביז די פרויען האבן פארציילט אז פאר בערך ניין חדשים פריער איז די דארף געווארן איבערגעלאפן דורכ׳ן רוסישען מיליטער, און די לאקאלע פויערן האבן זיך באוואפענט מיט העק און זעק און אויסגע׳הרג׳עט א גרויס חלק פון זיי. ס׳מיז זיין אז דאס זענען זייערע גלגולים.

חתן בחור:...אדער...!

חתן בחור » דאנערשטאג פעברואר 7, 2019 11:46 am

· #424054
Re: דאס יונגעל וואס האט נישט באקומען א שנעלקע פונעם מלאך
berlbalaguleh
חתן בחור
די גוים האלטן אויף פון גלגולים.

דאכטצעך ס׳איז געוועהן ביי די צווייטע וועלט מלחמה, ס׳איז געוועהן א דארף אין אייראפע וואס זייער אסאך קינדער זענען געבוירען אויסזעענדיג ממש ווי רוסן. מ׳האט זיך זייער געווינדערט פון ווי דאס קומט, ביז די פרויען האבן פארציילט אז פאר בערך ניין חדשים פריער איז די דארף געווארן איבערגעלאפן דורכ׳ן רוסישען מיליטער, און די לאקאלע פויערן האבן זיך באוואפענט מיט העק און זעק און אויסגע׳הרג׳עט א גרויס חלק פון זיי. ס׳מיז זיין אז דאס זענען זייערע גלגולים.

חתן בחור:...אדער...!

ס׳איז א דשזאוק!

הקטן » מאנטאג מערץ 4, 2019 2:29 pm

· #425654
הקטן
ער איז אן apologetic עטיעסט - א ריין מאטרעליסט וואלט אים דן געווען צי מיתה.
ער קען אפשר רעדן און די נאמען פין אן עגנאסטיק נישט קיין עטיאיסט.
ער איז א שטיקל מודה במקצת,
יא, סקען זיין א כח עליון - "מיר ווייסן נאר נישט דערפין"
קימט די ווידיא און ווייזט אים, זעסט? "מיר ווייסען יא דערפין"!

עיין: Materialism

עני וואלווי וואס קוועטש די בעלזע מעשה דארף אויך פילן זייער אים-באקוועם מיט די קאראן מעשה

רביה''ק זי''ע
כ'האב נישט קיין אהנונג וואו מאטעריעליזם קומט אריין דא, אלע אטעאיסטן וואס איך קען האלטן ווי אים.
און ניין, איך גיי נישט איבערשרייבן יעדעס מאל דו שרייבסט איבער דיין תגובה.

אינטעראסנט, א סופער-נעטראל כח האט אן עפעקט אויף אינזער פיזיקאלע מוח - און א (יעדע) [אלע] עטיסטס האלט גאר אזוי

אפשר - דאליזעם, ווער ווייסט

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 27, 2020 7:25 am

· #449758
ליטוואק פון בודאפעסט
ווען די מושג פון 'דיבוק' האט א מקור אין אידישקייט, האט ר' בערעל אפשר א תירוץ.
נאר וויבאלד אין ש"ס בבלי און ירושלמי, ספרא ספרי תוספתא און מדרשים, זוהר און כתבי אריז"ל ווערט נישט דערמאנט א רמז פון די גאנצע מושג, לא מיניה ולא מקצתיה, דארף מען גארנישט גלויבען קיין איין מעשה, און די בוך פון גרשון וינקלר (מסתמא ווייסט מען וואס איז געווארען מיט איהם) וואס האט מיר אויפגעהאלטען ביי נאכט אלס קינד מיט זיין שוידערליכע מעשה'ס איז גוט פאר העלאווי"ן ותו לא.
דעריבער איז די תירוץ פונקט אזוי גוט ווי די קשיא.

איך מוז דא מודה זיין על האמת, איך האב יעצט געמוזט קוקן אין דער שער הגלגולים (לצורך פרנסה, מ'זאל מיר נישט חושד זיין) און איך האב דאס געטראפן. איך האב מיר פארלאזט אויף א רבי מיינער ז"ל, וואס האט מיר געזאגט אז די מושג פון א דיבוק שטייט נישט אין כתבי האריז"ל אין ערגעץ נישט. ער לעבט שוין נישט און איך קען אים נישט פרעגן וואס ער האט געמיינט.
📎 אוצר החכמה_198215.jpg

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 27, 2020 12:39 pm

· #449774
ליטוואק פון בוזאפעסט: איך געדענק שוין נישט וואס איך האב אלס געשריבן איבער די נושא. נאר איך ווייס איין זאך.אז ס'איז פארהאן אזא זאך ווי ..."מולטיפל פערסאנאליטי"...! אין ארץ ישראל איז דא 2 קעיסעס. 1) א מיידל פון 24 יאר אלט. זי האט 5 אדער 6 פארשידענע פערסאנאליטעטן. אין איינס פון די פערזענליכקייטן שפיעלט זי אויף א פיאנא. זי האטציך קיינמאל נישט געלערנט צו שפילן. אויך האט זי די פערסאנאליטי פון א טאדדלער. און זי נעמט א פאסיפייער און זי רעדט ווי א קליין קינד.
2) אין אן אראבישן דארף איז דא א קינד פון 4 יאר אלט וואס האט זיך איין טאג גענומען רעדן ענגליש מיט א בריטישן אקצענט. זיינע עלטערן קענען נישט קיין ווארט ענגליש...!

די אלע גילגולים און דיבוקים פון הרב בצרי זענען טאקע פעיק, פאוני און פראוד...!

דער יונגל (ווילאנג ער האט גערעדט) האט געהאט עפעס א מין דיבוק פון א תלמיד חכם אין זיך. און אין געוויסע צייטן האט ער שולט געווען אויף איהם...!

תרמב » פרייטאג מאי 21, 2021 2:28 pm

· #473450
סאיז דא דארט עפעס חידושים אדער אלעס איז איבערגעקייט זאכן וואס מ’ווייסט שוין?

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 26, 2021 9:18 am

· #483900
תרמב: אין אמת'ן איז נישט דא קיין שום חידוש אין דעם ענין. נאר איך האב שוין פון פריער דערמאנט אז אין ארץ ישראל איז אויך דא א מיידל/פרוי וואס זי האט ארום בערך 6 ערליי פארשידענע פערזענליכקייטן. איינס פון זיי איז פון א קליין מיידל פון 4 יאר. ווען זי באקומט די פערסאנאליטי נעמט זי א ..."צומי"... און זי רעדט ווי א קליין קינד. אויך האט זי א פערסאנאליטי פון א פיאנא שפילערין. זי האט קיינמאל נישט געלערנט צו שפילן די פיאנא. ווען זי האט די השראה קען זי שפילן אויסגעצייכנט...! די גרעסטע פסיכאלאגן אין מדינת ישראל קענען נישט געבן קיין ענטפער איבער די ערשיינונג. זיי (נישט זייענדיג ערליכע אידן מאמינים) וויללן נישט מודה זיין אין אזא זאך ווי גילגולים, דיבוק און עיבור נשמות...!

איך איז דא א אינגל אין אן אראביש דארף אין א"י וועלכער איז געבוירן צו אראבישע עלטערן. דער אינגל האט זיך פלוצלינג גענימען רעדן ענגליש. נאך מיט א בריטישן אקצענט דערצו. זיינע עלעטרן קענען נישט קיין איין ווארט ענגליש...!

די זעלבע איז געווען מיט דעם (דאמאלס'דיגן) מאנדל יונגל. א איד א ת"ח וואס האט געקענט כל התורה כולה איז א חלק/ניצוץ פון זיין נשמה אריין אין דעם יונגל. נאכדעם וואס הרה"ק מ'בעלזא האט געטון וואס ער האט געטון האטציך אלעס אפגעשטילט...!

הקטן » דינסטאג אקטאבער 26, 2021 9:47 am

· #483903
berlbalaguleh
תרמב: אין אמת'ן איז נישט דא קיין שום חידוש אין דעם ענין. נאר איך האב שוין פון פריער דערמאנט אז אין ארץ ישראל איז אויך דא א מיידל/פרוי וואס זי האט ארום בערך 6 ערליי פארשידענע פערזענליכקייטן. איינס פון זיי איז פון א קליין מיידל פון 4 יאר. ווען זי באקומט די פערסאנאליטי נעמט זי א ..."צומי"... און זי רעדט ווי א קליין קינד. אויך האט זי א פערסאנאליטי פון א פיאנא שפילערין. זי האט קיינמאל נישט געלערנט צו שפילן די פיאנא. ווען זי האט די השראה קען זי שפילן אויסגעצייכנט...! די גרעסטע פסיכאלאגן אין מדינת ישראל קענען נישט געבן קיין ענטפער איבער די ערשיינונג. זיי (נישט זייענדיג ערליכע אידן מאמינים) וויללן נישט מודה זיין אין אזא זאך ווי גילגולים, דיבוק און עיבור נשמות...!

וואס איז זייער הסבר?
זיי מיזן נישט גלייבן אין גילגולים, דיבוק און עיבור נשמות אבער ווייזט דאס נישט אויף א מאטאפישער כוח
וואו געבן זיך אן עצה די וואס גלייבן נאר אין הייליגע סייענס?

א לינק צוויי אויב מעגליך

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 26, 2021 10:04 am

· #483905
הקטן: די נקודה דא איז נישט אין וואס זיי גלייבן יא. נאר אז זיי גלייבן גארנישט אין רוחניות. אפילו ווען זיי זעהען אזעלכע זאכן וואס זיי קענען נישט ערקלערן דורך סייענס.

אין דעם פאל פון דעם מיידל מיט די מערערע פערסאנאליטיס האבן זיי פארגעשלאגן צו געבן איהר מעדיצין. אבער דאס פארענטפערט נאכנישט דעם פענאמענאן פון די מולטיפל פערסאנאליטיס...!

תורה ומדע » דינסטאג אקטאבער 26, 2021 12:10 pm

· #483910
<a class="postlink" href="https://www.amazon.com/Ive-Been-Here-Before-Holocaust/dp/1614655758">https://www.amazon.com/Ive-Been-Here-Be ... 1614655758</a>
גלגולי נשמות און די האלאקאוסט. נישט פשוט.

תוהו ובוהו » דינסטאג אקטאבער 26, 2021 2:10 pm

· #483916
Re: דאס יונגעל וואס האט נישט באקומען א שנעלקע פונעם מלאך
berlbalaguleh
איך איז דא א אינגל אין אן ארביש דארף אין א"י וועלכער איז געבוירן צו אראבישע עלטערן. דער אינגל האט זיך פלוצלינג גענימען רעדן ענגליש. נאך מיט א בריטישן אקצענט דערצו. זיינע עלעטרן קענען נישט קיין איין ווארט ענגליש...!

<a class="postlink" href="https://www.sdarot.tv/watch/577-%D7%A4%D7%A0%D7%99%D7%9D-%D7%90%D7%9E%D7%99%D7%AA%D7%99%D7%95%D7%AA-panim-amitiuot/season/15/episode/3">https://www.sdarot.tv/watch/577-%D7%A4% ... /episode/3</a>

הקטן » דינסטאג אקטאבער 26, 2021 2:15 pm

· #483917
berlbalaguleh
הקטן: די נקודה דא איז נישט אין וואס זיי גלייבן יא. נאר אז זיי גלייבן גארנישט אין רוחניות. אפילו ווען זיי זעהען אזעלכע זאכן וואס זיי קענען נישט ערקלערן דורך סייענס.

אין דעם פאל פון דעם מיידל מיט די מערערע פערסאנאליטיס האבן זיי פארגעשלאגן צו געבן איהר מעדיצין. אבער דאס פארענטפערט נאכנישט דעם פענאמענאן פון די מולטיפל פערסאנאליטיס...!

דעם פענאמענאן פון די מולטיפל פערסאנאליטיס הערן וואיסעס קען מען נאך מסביר זיין.
קענען אבער שפילן מאזיק און קענען אן אנדער שפראך איז שוין גאר עפעס אנדערש
וואס טוט איינער וואס גלייבט גארנישט אין רוחניות ווען איר איז קאנפראנטעט מיט די פענאמענאן

איך קען הערן פין איינער וואס איז איגנערענט זאל זיך ארויסדרייען און זאגן סייענס ווייסט נאך נישט אלעס, אבער דאס קען נישט ארבעטן פאר איינער וואס איז א ריין מאטראליסט

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 26, 2021 2:35 pm

· #483918
תורה ומדע
https://www.amazon.com/Ive-Been-Here-Before-Holocaust/dp/1614655758
גלגולי נשמות און די האלאקאוסט. נישט פשוט.

תורה ומדע: איך האב נישט געוואוסט אז האלאקוסט וויקטימס וועלכע זענען אומגעקומען אויף קידוש ה' קענען אויך מגולגל ווערן. מיין אימפרעשאן און ידיעה איז אז זיי האבן שוין באקומען דעם תיקון השלם פאר זייערע נשמות. נאכמער. ס'זענען געווען מיינונגען פון רבנים אז מ'דארף נישט זאגן קדיש נאך די קדושים וועלכע זענען אומגעברענגט געווארן דורך די נאציס, ימ"ש. ווייל זייערע נשמות האבן שוין דערגרייכט אויפ'ן העכסטן ארט.

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 26, 2021 2:41 pm

· #483919
הקטן: ביי די גויים איז דא א שפרעכווערטל..."ס'איז נישט דא נאך אזא בלינדער ווי דער וואס
!..."ווילל נישט זעהן

נחום הסופר » מיטוואך אקטאבער 27, 2021 8:32 am

· #483965
berlbalaguleh
תורה ומדע
https://www.amazon.com/Ive-Been-Here-Before-Holocaust/dp/1614655758
גלגולי נשמות און די האלאקאוסט. נישט פשוט.

תורה ומדע: איך האב נישט געוואוסט אז האלאקוסט וויקטימס וועלכע זענען אומגעקומען אויף קידוש ה' קענען אויך מגולגל ווערן. מיין אימפרעשאן און ידיעה איז אז זיי האבן שוין באקומען דעם תיקון השלם פאר זייערע נשמות. נאכמער. ס'זענען געווען מיינונגען פון רבנים אז מ'דארף נישט זאגן קדיש נאך די קדושים וועלכע זענען אומגעברענגט געווארן דורך די נאציס, ימ"ש. ווייל זייערע נשמות האבן שוין דערגרייכט אויפ'ן העכסטן ארט.

סאטמאר רב ז''ל (רבי יואליש) שרייבט ערגעץ אז די היינטיגע נשמות זענען גלגולים פון די שואה קרבנות

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 27, 2021 8:36 am

· #483967
נחום הסופר: אויף וואס האט ער עס באזירט. ער האט נישט געשריבן אדער געזאגט עפעס סתם אין די וועלט אריין.אן א מקור...!

נחום הסופר » מיטוואך אקטאבער 27, 2021 8:40 am

· #483969
berlbalaguleh
נחום הסופר: אויף וואס האט ער עס באזירט. ער האט נישט געשריבן אדער געזאגט עפעס סתם אין די וועלט אריין.אן א מקור...!

כ'געדענק נישט, כ'האב עס אמאל געזען צוברענגען, אויב כ'געדענק גוט שטייט עס אין דברי יואל

תרמב » זונטאג אקטאבער 31, 2021 10:16 am

· #484266
פארוואס זאל איינער וואס האט אפגעטון כל עבירות שבתורה נמחל ווערן אלע עבירות ווייל א נאצי האט אים געשאסן, ענדערש פון איינער וואס מאכט מיט פאר יארן לאנג מיט יענע מעשה אדער אנדערע יסורים?
דאס אז ער איז אומגעקומען דורך אויס א שרעקליכע תקופה געט שוין א פרי פעס אויף יענע וועלט?

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 31, 2021 1:07 pm

· #484279
תרמב: יא. הרב יוסף מזרחי האלט אזוי ווי דו. נאר אונז האלטן מיר אנדערש. ווייל א איד, נישט קיין חילוק וועלכע עבירות ער האט אפגעטון אין זיין לעבן. וויבאלד ער איז געהרג'עט געווארן נאר ווייל ער איז א איד הייסט עס אז ער איז אומגעקומען על קידוש ה'. און דער אייבישטער איז איהם/איהר מוחל אלע עבירות...!

חתן בחור » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 11:11 pm

· #485982
דאס יונגעל וואס האט נישט באקומען א שנעלקע פונעם מלאך
תורה ומדע
https://www.amazon.com/Ive-Been-Here-Before-Holocaust/dp/1614655758
גלגולי נשמות און די האלאקאוסט. נישט פשוט.
אינטערעסאנט, די נשמה׳ס וואס זענען מגולגל געווארן, געדענקען נישט גארנישט אחוץ די נאציס. די צייט וואס זיי זענען געוועהן אין הימל האט מען באוויזען אויסצומעקן זייער גאנצע לעבן פון זכרון, אחוץ די לעצטע יאר. די מעקער פון הימל האט זיך פשוט נישט געקענט אן עצה געבן מיט די טראמא וואס די מענטשליכע גוף און נשמה זענען אריבער.

אויף גויאיש ווערט דאס גערופען ״דשענערעשענאל טראמא״. https://en.m.wikipedia.org/wiki/Transgenerational_trauma

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 11:20 pm

· #485985
חתן בחור: דו מעגסט זיין סארקאסטיש. איך האב יעצט אנגעהויבן ליינען דעם בוך פון מרס. ריגלער. זי טענה'ט נישט אויף זיכער. זי איז נישט פאר'עקשנ'ט. אין איהר מיינונג. זי ברענגט נאר די אינטערוויוס פון פארשידענע מענטשן. צווישן זיי אויך נישט אידן. וועלכע פארציילן אליין. (אן קיין שום זייטיגע מאטיוואציע פון געלט אדער כבוד) זייערע חלומות און שרעקן בהקיץ.

איך בין בטבע א סקעפטיקער. (אפילו, אפשר א גילגול פון די אלטע ליצני הדור פון אברהם אבינו'ס צייטן). אבער דאך. וואס איך האב געליינט ביזדערווייל, לייגט זיך זייער שטארק אויפ'ן שכל. ס'נישט קיין אויסגעטראכטע זאכן...!

cictim » מיטוואך דעצעמבער 8, 2021 10:47 am

· #487633
<a class="postlink" href="https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=49089&st=&pgnum=11">https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... =&pgnum=11</a>

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 8, 2021 11:17 am

· #487640
סיקטים: ייש"כ. ס'איז ביי מיר נישט קיין ספק אז די מעשה איז אמת. איך געדענק, ווען איך בין געווען א יונגל אין חדר, האט מיין רבי פארציילט פאר די כיתה אז אין ארץ ישראל איז דא א יונגל וועלכער קען די גאנצע תורה. ער האט אפילו געזאגט דעם נאמען פון די משפחה...!

אויך. נאר אזא גרויסער בעל מחשבה ווי ר' יחזקאל לוינשטיין, זצ"ל האט געקענט זאגן אזא זאך אז ער האלט זיך צוריק פון גיין רעדן צו דעם וואונדערליכן קינד. וויייל ס'קען שאטן פאר זיין ריינע אמונה. אבער אונז פשוטי עם וואלטן זיכער געשטאנען פאר שעות אין די ליין (אזוי ווי ס'איז טאקע געווען) כדי צו קענען כאפן כאטש א בליק אויף דעם וואונדערליכן קינד...!

א יעדער ווייסט דאך דעם סוף פון די מעשה. זיינע עלטערן האבן איהם אויפגעהערט צו שיקן אין חדר. און נישט ארויסגעלאזט פון שטוב. צוליעב עין הרע. דער טאטע האט איהם גענומען צו הרה"ק מהר"א מ'בעלזא זי"ע. ער האט זיך איינגעשפארט מיט דעם קינד אין א שטוב. ווען דער אינגל איז ארויס האט ער פארגעסן אלעס וואס ער האט געקענט. און געמוזט אנהייבן אפילו פון אל"ף בי"ת...!

דאס האט בשעתו געברענגט א סאך פרייע חברה זאללן חוזר בתשובה זיין. זעהענדיג א זאך וואס זיי קענען נישט מסביר זיין מיט סייענס...!

היכי דמי » מיטוואך דעצעמבער 8, 2021 1:43 pm

· #487645
מיר לעצטענס אויסגעקומען צו כאפן א שמועס מיט א חשובע איד וועלכע איז א נאנטע קרוב מיט אט דעם קינד, און ער געדענקט גוט יענע תקופה, און ער האט אפילו אליינס גערעדט מיט דעם קינד און ער באשטעטיגט מיר אז ער איז געווען א קינד ווי יעדן איינעם און נישט געקענט ארויסרעדן ווערטער אזויווי א דורכשניטליכע קינד ביי יענע יארגאנג.

אזויפיל זאגט ער מיר יא, אז עפעס א מעשה איז דא מיט בעלזא רב מיט דעם קינד. אבער קלאר נישט דאס וואס מען רעדט איבעראל.

צפור בודד » מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 2:20 pm

· #487979
Re: דאס יונגעל וואס האט נישט באקומען א שנעלקע פונעם מלאך
שאל אביך פראגראם: הרב מרדכי וועבער: יליד פאפא - זיידע פונעם מגיד מישרים הרב מנשה ישראל רייזמאן - זיינע זכרונות פונעם בעל ויגד יעקב מפאפא זי"ע ביי וועמען ער איז געווען ביים יציאת נשמה - אלס תלמיד פונעם בעל ויחי יוסף - די אויסבראך פון קריג זייענדיג אין קריג אינאיינעם מיטן קלויזנבורגער רב - אלס משב"ק ביי הרה"ק מבעלזא זי"ע און ערשט-האנטיגע עידות פונעם הילד הפלא
<a class="postlink" href="https://www.yiddish24.com/interviews/130/51958">https://www.yiddish24.com/interviews/130/51958</a>

הערט פון 6-, אבער ממש "ערשט-האנטיגע" איז עס נישט ווייל דער בעל מספר "האט זיך נישט צוגעשטופט"

Sent from my SM-G981B using Tapatalk

cictim » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 7:20 am

· #506706

היסטאריע » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 8:51 am

· #506707
פין דער גאנצע מעשה איז א ראי' אויף צוויי זאכן.
אז זוהר איז אמת.
אז אור החיים הקדוש איז יא געשריבן מיט רוח הקודש.

תורה ומדע » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 9:53 am

· #506711
בנוסף צו דעם אז דער הייליגער בעלזער רב זי״ע איז געווען גרעסער פון א מלאך.

היסטאריע » פרייטאג אוגוסט 19, 2022 3:17 pm

· #506816
למעשה איז עס א חידוש, דער ערשטער מאל וואס איך הער א מעשה וואס מערערע באשטעטיגן א זאך חוץ לדרך הטבע.

וואס וואלט איך געטוהן אויב מערערע מוסלעמענער וואלטן מעיד געווען אז איינער האט געקענט ביי דער פיר דער גאנצע קאראן מיט אלע מפרשים? מן הסתם דער זעלבער וואס איך טוה יעצט.

berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 19, 2022 4:37 pm

· #506827
היסטאריע: ס'איז טאקע במציאות געווען אזא פאל ביי אן אראבישע אדער דרוזישע משפחה וואו זייער פיהר יעריג יונגל האט זיך איין טאג גענימען רעדן פערפעקט ענגליש. מיט א בריטישן אקצענט. און קיין איינער פון זיינע עלטערן קען נישט רעדן ענגליש.

נאר דאס גייט שוין אריין אין ענייני אמונה פון גילגולים. אין פאקט. אין ארץ ישראל איז דא א מיידל פון עטליכע צוואנציג יאר. וואס זי האט פארשידענע פערזענליכקייטן. איינס איז פון א קליין קינד. ווען זי האט די פערסאנאליטי נעמט זי א מוצץ (צאמי) און רעדט ווי א בעיבי/טאדדלער. אויך האט זי א פערסאנליטי פון א פיאנא שפילער. זי האט קיינמאל נישט געלערנט מיוזיק. אבער ווען זי האט די פערסאנאליטי קען זי שפילן זייער שיינע מיוזיק. די גרעסטע (פרייע) דאקטוירים און סייקייעטריסטן אין א"י פרובירן צו געבן פארשידענע הסברים וועלכע לייגן זיך נישט אויפ'ן שכל. אבער דאס ווייזט אז ס'האט עפעס צו טון מיט גילגולים.

לענייננו. אונז האבן דאמאלס געוואוינט אין ארץ ישראל. מיין טאטע זאגט אז די גאנצע מדינה האט זיך גערודערט מיט דעם יונגל. אלע צייטונגען האבן געזוכט צו אינטערוויוען דעם קינד. זיין טאטע האט איינגעזעהן אז דאס איז נישט גוט פאר איהם. ס'קען שאטן פאר אן עיה"ר. איז ער געגאנגען מיט זיין יונגל צו דעם היילגן בעלזער רב זי"ע. דער רב האט איהם אריינגענימען אין א שטוב. ווען ער איז ארויס האט ער אלעס פארגעסן. מ'האט פארציילט אז ווען דער יונגל איז נאכדעים צוריקגעגאנגען אין חדר האט ער אלעס פארגעסן. אפילו א"ב און עברי. ער האט געמוזט אנהייבן לערנען אלעס פון אנהייב.

berlbalaguleh » מוצ"ש אוגוסט 20, 2022 10:01 pm

· #506846
היסטאריע
פין דער גאנצע מעשה איז א ראי' אויף צוויי זאכן.
אז זוהר איז אמת.
אז אור החיים הקדוש איז יא געשריבן מיט רוח הקודש.
היסטאריע: נאר נישט גאנץ זוהר. ר' משה די ליאון האט צוגעלייגט א סאך זאכן. טאקע שיינע מאמרים. אבער נישט אויטענטיש פון ר' שמעון בר יוחאי. אזוי האלטן א סאך היסטאריקער. אריינגערעכנט ר' יעקב עמדין. נאר אן אינטרעסאנטע זאך אז אפילו ר' יעקב עמדין אליין האט אויך נישט געהאלטן אז גאנץ זוהר איז אויפגעמאכט. ווייל ער ברענגט יא די תפילה פון בריך שמיה. וואס איז א זוהר אין פ' ויקהל. אויך ברענגט ער כוונות לפני הטבילה פון זוה"ק.

היסטאריע » מוצ"ש אוגוסט 20, 2022 10:28 pm

· #506850

די מאכסט מיר לאכן מיט דיין תמימות (אדער איגנארענץ, וועהל דיר אויס).

די שרייבסט אויך
דער רב האט איהם אריינגענימען אין א שטוב. ווען ער איז ארויס האט ער אלעס פארגעסן.
ביסט אפשר בלינד? די זעהסט נישט אז דער קינד אליין פארציילט אנדרעש?

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 21, 2022 6:26 pm

· #506959
דער קינד מעג פארציילן אנדערש. נאר דו נעם א קינד פון 5 יאר און זאג איהם אן אז ער זאלל נישט פארציילן פאר קיינעם וואס ער קען.לאל. ווער איז דא דער תמים אדער דער איגנארעימוס.?! (איגנאראנט)

היסטאריע » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 8:23 pm

· #507201
berlbalaguleh
דער קינד מעג פארציילן אנדערש. נאר דו נעם א קינד פון 5 יאר און זאג איהם אן אז ער זאלל נישט פארציילן פאר קיינעם וואס ער קען.לאל. ווער איז דא דער תמים אדער דער איגנארעימוס.?! (איגנאראנט)
דער תמימות איז געדרינגען פין דעם וואס דו שרייבסט און דו ביסט מחלק צווישן זוהר און זוהר, כאילו דער קינד האט נאר געקענט זאגן אטענטישע שטיקלעך. אבער ער האט דאך אויך געזאגט אור החיים הקדוש, איז מה לי דער זוהר אדער יענער.
בכלל איז ווי עס זעהט אויס דער דער מעשה איבער געטריבן אויך וואס ער האט געקענט. נישט אז עס מאכט עס א קלענערע חידוש, אפילו איינער זאל קענען א קאפיטעל תנ"ך פין זיך אליין איז א חידוש. אבער אז דער קינד זאל קענען אלעס מיינט אז מען האט עס צוגעפיצט לויט די השגות פין די מספרים.

כלפי דער חלק צו ער האט פארגעסן תיכף אדער נאך א צייט, זעהט איך נישט פארוואס די האלסט אז דיין ווערסיע איז מער ווי דער קינד'ס, ער זאגט אז ער האט געהערט פין זיין טאטע אלע פרטים.

היסטאריע » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 8:26 pm

· #507203
זעהט אויס פין דא אז עס איז גאנץ שכיח.

קאצקע ציקער » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 9:40 pm

· #507205
די וועג וויזוי דעי מאנדל האלט אזא שווייגעניש וועגן דעי פרשה איז א שטיקל סימן אז עפעס איז יא פארגעגאנגען
בלאט: 1 2 3 4 5 6