☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » דאס יונגעל וואס האט נישט באקומען א שנעלקע פונעם מלאך

דאס יונגעל וואס האט נישט באקומען א שנעלקע פונעם מלאך

269 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3873
בלאט: 1 2 3 4 5 6

berlbalaguleh » זונטאג מאי 26, 2013 8:19 pm

· #118172
זר זהב
האט ר' שמעלקע ניקלשבורגער באקומען א שמעלקע?

ר' שמעלקע ניקלשבורגער האט באקומען א שנעלקע? כצ"ל. 😂

לעיקוואד » זונטאג מאי 26, 2013 11:19 pm

· #118238
.

מאטי » זונטאג מאי 26, 2013 11:21 pm

· #118243
דאס איז אויפן צד אז ס׳איז אמת, אבער אויפן צד אז ס׳איז נישט אמת איז דאס פארשלייערן די מעשה און איר באהאלטן, האט עכ״פ אויפגעטון אז די פאר גלייבערס האלטן זיך ביי יודישקייט.

קינות גירושין » מאנטאג מאי 27, 2013 1:55 am

· #118312
לעיקוואד
.

לעקוואד איך בין זיכער האסט שוין געהאט צייט דורך צו בלעטערן די אלע דפים אין עצכח״ש וואס בלייבט איז דאס אמת אדער געבאקען אין די זעלבע אויווען ווי אלע אנדערע?

איציק » מאנטאג מאי 27, 2013 9:31 am

· #118354
[ציטאט אראפגענומען]


לפענ"ד, ביי די וואס גלייבן שוין, וואלט דאס אפשר מחזק געווען. אבער די וואס גלייבן ממילא נישט, וואלט דאס לגמרי נישט בארירט.
וכבר היה לעולמים אפענע אותות ומופתים. אעפ"כ, די וואס "בשרירות לבי אלך" האבן זיך נישט געקימערט. עס האט זיי נישט מקרב געווען.
דער "משגיח" ר' יחזקאל לעווינשטיין זצ"ל האט דערציילט אז עס האט פאסירט אן אפענע נס צו א טעקסי דרייווער אין אר"י (איך געדענק נישט יעצט פונקטליך די פרטים. איך וועל מיטטיילן אי"ה ווען איך וועל עס נאכקוקן). דער דרייווער האט טאקע חוזר בתשובה געווען, אבער זיין חבר וועלכער האט מיטגעלעבט דעם אינצידענט לייוו, האט עס נישט גערירט. ווען מען האט אים געפרעגט פארוואס, האט ער געזאגט:
"די נס האט פאסירט מיט יענעם. וואס האט עס מיט מיר?!"

טעפל » מאנטאג מאי 27, 2013 9:39 am

· #118360
דאס יונגעל איז אן איידעם אין וויליאמסבורג און האט דארט אמאהל געוואוינט.

מנחם אבראמאוויטש » מאנטאג מאי 27, 2013 11:48 am

· #118412
בעריש
קינות גירושין
און סאטמער זאגט מען אז כאטש דאס קינד האט נישט געקענט קיין איינע פון די היינטיגע ספרים אבער ויואל משה האט ער יא געקענט משה אמת ותרתו אמת

ויואל משה יצא לאור תשכ"א א שפאר ביסל יארן נאך די געשיכטע.


די רבי זי"ע האט געהאט א ווייטן בליק

לעיקוואד » מאנטאג מאי 27, 2013 12:07 pm

· #118421
קינות גירושין
לעיקוואד
.

לעקוואד איך בין זיכער האסט שוין געהאט צייט דורך צו בלעטערן די אלע דפים אין עצכח״ש וואס בלייבט איז דאס אמת אדער געבאקען אין די זעלבע אויווען ווי אלע אנדערע?

דובים ולא יער. לויט ווי איך האב פארשטאנען מסקנת הבירור איז מער וויניגער געווען א קינד וואס האט זיך אביסעל פרי אנטוויקעלט און האט אויפגעפיקט פארשידענע זאכן און געקענט נאכזאגען פארשידענע זאכען אבער נישט קיין סאך מער. שפעטער איז עס פשוט אריבער און ער איז היינט א נארמאלער מענטש ער געדענקט כמעט נישט אז סאיז פארגעקומען עפעס מאדנע מיט עם.

קאווע טרינקער » מאנטאג מאי 27, 2013 12:14 pm

· #118424
אלע קשיות ווערן צוריק שווער?
😞

קינות גירושין » מאנטאג מאי 27, 2013 3:45 pm

· #118561
לעיקוואד
קינות גירושין
לעיקוואד
.

לעקוואד איך בין זיכער האסט שוין געהאט צייט דורך צו בלעטערן די אלע דפים אין עצכח״ש וואס בלייבט איז דאס אמת אדער געבאקען אין די זעלבע אויווען ווי אלע אנדערע?

דובים ולא יער. לויט ווי איך האב פארשטאנען מסקנת הבירור איז מער וויניגער געווען א קינד וואס האט זיך אביסעל פרי אנטוויקעלט און האט אויפגעפיקט פארשידענע זאכן און געקענט נאכזאגען פארשידענע זאכען אבער נישט קיין סאך מער. שפעטער איז עס פשוט אריבער און ער איז היינט א נארמאלער מענטש ער געדענקט כמעט נישט אז סאיז פארגעקומען עפעס מאדנע מיט עם.

לעקוואד וואלסט ווען גקענט האבען א זכות און אלע מיינע מעשים טובים וואס איך זיך געוואלט פארנעמן , יא לאסט יאר טשענס, איך בלייב דער זעלבע אלטע קינותל, מיט די זעלבע נסיונות און די זעלבע ריזאלטס

איציק » דינסטאג מאי 28, 2013 6:30 am

· #118768
איציק
דער "משגיח" ר' יחזקאל לעווינשטיין זצ"ל האט דערציילט אז עס האט פאסירט אן אפענע נס צו א טעקסי דרייווער אין אר"י (איך געדענק נישט יעצט פונקטליך די פרטים. איך וועל מיטטיילן אי"ה ווען איך וועל עס נאכקוקן).


נאכגעקוקט - אין א קונטרס "עניני אמונה ובטחון" פון דער משגיח זצ"ל.
דער משגיח האט דערציילט פון א נהג מונית (ווארשיינליך האט אים יענער דערציילט ווען ער איז געפארן מיט אים) אז ער איז געגאנגען מיט א חבר זיינער אין וואלד און פלוצלונג האט א מסוכנ'דיגע שלאנג זיך ארויפגעכאפט אויף זיין חבר, זיך גענומען דרייען אויף זיין ארעם.
דער חבר, טראץ דעם וואס ער איז געווען א פרייער, האט גענומען שרייען "שמע ישראל." (אזוי ווי עס איז באקאנט אסאך מעשיות פון פרייע וואס האבן "געפינען ג-ט" אין אזעלכע מינוטן.) די שלאנג האט זיך גענומען אראפדרייען און אים אפגעלאזט.
דער חבר איז געווארן א בעל תשובה.
ווען ר' יחזקאל האט אים געפרעגט: און דו? אויף דיר האט עס נישט משפיע געווען? (ווייזט אויס אז די אומ-השפעה איז געווען שטארק קענטיג...) האט ער גע'ענטפערט: "עס האט דאך פאסירט צו מיין חבר, נישט צו מיר!"

ענליכ'ס ברענגט ר' דן סגל פון דעם משגיח, אז ער האט אמאל אנגעווינטשן א חולה מסוכן וואס די דאקטוירים האבן שוין געהאט אויפגעגעבן אויף אים, און יענער איז טאקע געזונט געווארן. האט דער משגיח זיך אויסגעדרוקט: "איז דען דר. לב געווארן א בעל תשובה?"
האט ר' דן ערקלערט זיינע ווערטער, אז עס איז שייך א מענטש זאל זיין ארומגענומען מיט אותות ומופתים און נאך אלץ נישט האבן קיין אמונה אין דער בורא!

מאטי » דינסטאג מאי 28, 2013 6:46 am

· #118772
לעיקוואד
קינות גירושין
לעיקוואד
.

לעקוואד איך בין זיכער האסט שוין געהאט צייט דורך צו בלעטערן די אלע דפים אין עצכח״ש וואס בלייבט איז דאס אמת אדער געבאקען אין די זעלבע אויווען ווי אלע אנדערע?

דובים ולא יער. לויט ווי איך האב פארשטאנען מסקנת הבירור איז מער וויניגער געווען א קינד וואס האט זיך אביסעל פרי אנטוויקעלט און האט אויפגעפיקט פארשידענע זאכן און געקענט נאכזאגען פארשידענע זאכען אבער נישט קיין סאך מער. שפעטער איז עס פשוט אריבער און ער איז היינט א נארמאלער מענטש ער געדענקט כמעט נישט אז סאיז פארגעקומען עפעס מאדנע מיט עם.

דובים ולא יער 👍 👍 👍

chosen people » דאנערשטאג מאי 30, 2013 12:12 am

· #119480
[ציטאט אראפגענומען]

איך האב היינט געפרעגט יענער וועגן די בריוו, זאגט ער מיך אז די בריוו האט פאפא רבי זצ''ל געשיקט צו איינעם הרב שמואל וועבער, פאפא רבי איז דעמאלטס געווען אין אר''י בשעת די מעשה פון די ילד הפלא איז (נישט) געשעהן, דער ר' שמואל וועבער האט דעמאלטס ארויס געהאלפן פאפא רבי'ס שטוב בשעת די רבי איז געווען אין אר''י. די רבי האט איהם דעמאלטס געשיקט א בריוו פון אר''י, אינמיטן פון די בריוו פארציילט ער איהם דארט אז ער האט געזעהן די קינד און ער האט איהם פארהערט.
דער יוד האט געזעהן די בריוו ביי ר' שמואל וועבער'ס א זון ער הייסט ר' ישראל יוסף, איך בין נישט קיין פאפא'נער איך גלייב אז עס איז דא ניק'ס וואס קענען איהם און קענען איהם בעטען די בריוו און עס ארויף לייגן דא, אויב נישט וועל איך אי''ה בעטן די יוד וואס איך קען, זאל עס פארשאפן.

טעפל » דאנערשטאג מאי 30, 2013 10:02 am

· #119558
הרב שמואל וועבער לעבט שוין נישט א פאר חדשים..

קינות גירושין » דאנערשטאג מאי 30, 2013 11:22 am

· #119595
יא סאיז דא אזא בריוו ישראל יוסף געט דאס נישט ארויס, איך גיי טרייען צו באקומען די פונקטליכע לשון בנוגע ענין זה
מער וויינגער שרייבט ער אז ער האט גערעדט צו דאס קינד און ער האט געקענט איבערזאגען גאנצעטע שטיקלעך אבער ער האט נישט קלאר פארשטאנען וואס ער האט איבערגעזאגט.
Stay toned

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 30, 2013 11:39 am

· #119604
לעיקוואד
קינות גירושין
לעיקוואד
.

לעקוואד איך בין זיכער האסט שוין געהאט צייט דורך צו בלעטערן די אלע דפים אין עצכח״ש וואס בלייבט איז דאס אמת אדער געבאקען אין די זעלבע אויווען ווי אלע אנדערע?

דובים ולא יער. לויט ווי איך האב פארשטאנען מסקנת הבירור איז מער וויניגער געווען א קינד וואס האט זיך אביסעל פרי אנטוויקעלט און האט אויפגעפיקט פארשידענע זאכן און געקענט נאכזאגען פארשידענע זאכען אבער נישט קיין סאך מער. שפעטער איז עס פשוט אריבער און ער איז היינט א נארמאלער מענטש ער געדענקט כמעט נישט אז סאיז פארגעקומען עפעס מאדנע מיט עם.

ס'איז בעצם נישט אוועק צו מאכן. (ראציאנאליזירן). איך געדענק ווען כ'בין געווען א יונגל און אונזער רבי אין חדר האט פארציילט א מעשה אז אין א"י איז דא א יונגל וואס האט געקענט כל התורה כולה. ס'האט זיך אנגעהויבן בערך אזוי (לפי זיכרוני מדברי המלמד). א יונגל האט נישט אויסגעהערט ווען דער רבי אין קלאס האט פארגעלערנט חומש. האט איהם דער רבי געפרעגט "פארוואס הערסטו נישט אויס"? האט דער יונגל געענטפערט "ווייל איך קען שוין" האט איהם די רבי געזאגט "זאג ווייטער" (ווי זיי האבן געהאלטן). און דער יונגל האט אנגעהויבן זאגן און זאגן... דער רבי האט איהם ארומגעפיהרט צו אנדערע מלמדים. און זיי אלע האבן איהם באוואונדערט. זיין טאטע האט איהם מער נישט געשיקט אין חדר. צוליב עין הרע. נאר מענטשן זענען געקומען צו זייער הויז. אויך רבנים האבן איהם פארהערט און ר'האט געקענט כל התורה כולה. נישט מתוך הבנה. נאר פון זיכרון. אפילו די פרייע פרעסס האט באשריבן דעם מצב. שפעטער האט זיין טאטע איהם גענומען צו הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע און ער האט זיך פארשפארט אין שטוב מיט'ן יונגל. נאכדעים האט ער שוין אלעס פארגעסן. למעשה האט עס נישט פארשטארקערט די אמונה ביי די עכטע אפיקורסים. ס'הייסט אז ב"ג (דאמאלסדיגער פרעמיער) האט עס אוועקגעמאכט און געזאגט אז ס'איז נישט קיין הימלישער צייכן.

געפילטע פיש » דאנערשטאג מאי 30, 2013 11:58 am

· #119616
פשיי! ר' בערל, דאס ענדעלט טאקע זייער צו אונזער מעשה דא, און ביידע זענען נאך געשעהן אין א"י, איז דאס א קאאינסידענץ? ממש השגחה פרטית!

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 30, 2013 12:29 pm

· #119630
געפילטע פיש
פשיי! ר' בערל, דאס ענדעלט טאקע זייער צו אונזער מעשה דא, און ביידע זענען נאך געשעהן אין א"י, איז דאס א קאאינסידענץ? ממש השגחה פרטית!

כ'הא שוין פון לאנג געטענה'ט אז ס'איז משמע אז דו ביסט א גרעסערער לץ ווי דו ווילסט זיך אהערשטעלן. 👍 👍 👍 😂

לעיקוואד » דאנערשטאג מאי 30, 2013 12:33 pm

· #119632
נו אויב איז די מעשה ווי ר' בערל פארציילט איז דאך טאקע "דובים" ולא יער. סך הכל א קלוג יונגל וואס האט געכאפט אפאר פסוקים פון פאראויס פאר די רבי האט עס פארגעלערנט, און האט אפשר אפילו געליינט נאך אביסעל. די הערנער אז ער האט געקענט ויואל משה צי אורות הקודש איז מסתבר אז עס איז צוגעוואקסען צו די מעשה במשך די צייט.

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 30, 2013 12:37 pm

· #119635
לעיקוואד
נו אויב איז די מעשה ווי ר' בערל פארציילט איז דאך טאקע "דובים" ולא יער. סך הכל א קלוג יונגל וואס האט געכאפט אפאר פסוקים פון פאראויס פאר די רבי האט עס פארגעלערנט, און האט אפשר אפילו געליינט נאך אביסעל. די הערנער אז ער האט געקענט ויואל משה צי אורות הקודש איז מסתבר אז עס איז צוגעוואקסען צו די מעשה במשך די צייט.

די מעשה מיט'ן ויואל משה איז שפעטער געבאקן געווארן . אבער די עצם מעשה איז יא בבחינת דובים ויער. ווייל דער יונגל האט געקענט ש"ס בבלי וירושלמי און מדרשים. מ'רעדט נישט אז ער האט געזאגט א ווארט. ר'האט איבערגעזאגט גאנצע דפים און פרקים. נאר ס'איז נישט געקומען מתוך הבנה. נאר פון זיכרון, כדאמרן.

לעיקוואד » דאנערשטאג מאי 30, 2013 12:50 pm

· #119640
כ'בין נישט מחוייב צו גלייבען אויך נישט דאס. איך מיין אז ער האט געקענט אפאר פסוקים חומש און משניות אדער גמרא ווייטער ווי מהאט געלערנט אין חדר און פון דעם איז שוין אויסגעוואקסען ש"ס ופוסקים און מדרשים וכו'.

אין די מעשה איז דא מער לעכער וויפיל מלאכים סאיז דא אויפ'ן וואך און נעגלעך אויפ'ן דאך.

קינות גירושין » דאנערשטאג מאי 30, 2013 12:52 pm

· #119641
יעצט גערעדט מיט ישראל יוסף איז אזוי ער ווייסט נאך נישט צו ער וויל ארויסגעבן א קאפי פון דעם בריוו ער וועט דאס אדורך רעדן מיט די משפחה, ער דארף אויך דורך טראכטען צו ער איז גרייט איבער צוגעבן די לשון פונם בריוו בנוגע ענין זה ( אויף דעם בריוו איז אויך דא אנדערע ענינם וואס סאיז נישט פאר פאבליק) ער וועט מאכען א שאלת חכם
בעצם הדבר זאגט ער מיר אז דאס קינד איז אלט געווען בערך 3 יאר און האט איבערגעזאגט גאנצעטע שטיקער משניות גמרא שלחן ערוך (נישט קיין ויואל משה און ויחי יעקב און מאורות ) ער ווייסט נישט וואס בעלזע רב האט געטון פרייוועט פארן קינד
איך וועל עם רופן און א וואך ארום צו פרעגען זיין דאסישען ( סהאט מיר נישט אויסגעקוקט אז דאס גייט געשען)

לעיקוואד » דאנערשטאג מאי 30, 2013 12:56 pm

· #119644
מרעד'ט דאך דא פון א מענטש וואס איז חי וקיים, האט געלערנט אין חדר מיט אנדערע קינדער, נישט איינער ערגעץ באהאלטען אין א לאך אין אפריקע. הייתכן אז סנישטא קיין איין מענטש היינט וואס קען איבערזאגן עפעס נארמאלע פרטים, למשל וועלכע מסכתא האט ער עם פארהערט, וואס ער האט געזאגט, לויט וועלכע גירסא, וכו'.
מרעדט פון פארשידענע בריווען און אלץ איז סודות עד היום הזה דערוואגט זיך קיינער נישט ארויסצוגעבן (אין עצכ"ח האט איינער געטענה'ט בשם מרא דעובדא אז ער האט א בריעף פון מעלבורנער רב וואס איז מעיד אויף די מעשה און פון דעם איז אויך גארנישט ארויס צו'ם סוף) . ס'איז מיר בערך אזוי פישי ווי דער פיש וואס האט גערעדט אין סקווערע שטעטל. והנלע"ד כתבתי.

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:10 pm

· #119649
בעפארן קריג איז געווען א וואונדער קינד וואס האט געזאט תורה וואו מ'האט אים נאר אויפגעמישט אין א ספר.
לגבי דעם מאנדל מיט'ן בעלזער רב שיינט דער סקווירער פיש מעשה צו זיין אסאך מער קראנט. ס'איז געדעקט געווארן אויף דער ערשטער זייט פון די טיימס.

קינות גירושין » דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:17 pm

· #119652
איך פיל אביסעל באקאקט אז דער עולם דא גלייבט נישט דעם בריוו וואס א מענטש וועם איך קען פערזענליך האט עס אין זיין הענט, איך האב עם איבער געזאגט וואס דער עולם דא טענהט ער וועט עס איבער טראכטען
איך ווייס אליינס נישט ,
ווער נאך דא אין ק״ש איז אזא כופר ווי מיך אין די אלע פאני מעשיות פון רעבעס מופתים אן די פליצלינג בומס איך קום אליינס מיט אזא מעשה..... סהערשט און מיך א צעמושעניש
Help please

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:20 pm

· #119654
העסט ווייזן די בריוו וועט מען גלייבן אז ס'דא א בריוו און נאכדעם וועט מען דארפן פעסטשטעלן אויב ס'אמת וואס ס'שטייט דארט.
איך געב פינף טויזנט דאלער פאר ווער ס'ברענגט מיר די זמירות וואס ר' איציקל האט געגעבן אנשטאט א פאספארט און ס'האט א זיגל פון די קאסטומס.

לעיקוואד » דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:21 pm

· #119655
קינות, ער קען דיר לפחות וייזען דער בריעף? פארליינען פונקטליך וואס דארט שטייט? קיינער האט נישט קיין פראבלעם צו גלייבען, די שאלה איז נאר וואס איז די גרויסע סוד און צו אין דער בריעף איז דא עפעס מער ווי שמועות.

אויך דער סטייפלער אין חיי עולם און הג"ר יחזקאל לוונשטיין ברענגען די מעשה, אבער ביידע ברענגען עס נאר מפי השמועה וואס זיי האבען געהערט אין די גאס. פארשטייט זיך זיי זענען מקיים בהידור דער מצווה פון פתי יאמין לכל דבר און גלייבען אין דעם באמונה שלמה, ר' חאצקל האט אפילו מסרב געווען בודק צו זיין ווייל עס קען פוגם זיין אין אמונה פשוטה, עכ"פ דאס אז אן אנערקענטע מענטש רעדט וועגן דעם איז נאכנישט קיין הוכחה מער פון וואס מרעדט אין די גאס, מברויך זעהן אויב שטייט דארט עפעס קלארערע פרטים מכלי ראשון.

דולה ומשקה » דאנערשטאג מאי 30, 2013 2:31 pm

· #119677
דער אויסדרוק "אז דער מלאך האט פארגעסן איהם צו געבן א פליק" איז א טעות גמור, ס'נישט שייך ביי זיי אזא זאך, אין מלאך עושה שתי שליחות.

chosen people » דאנערשטאג מאי 30, 2013 4:06 pm

· #119714
קינות גירושין
איך פיל אביסעל באקאקט אז דער עולם דא גלייבט נישט דעם בריוו וואס א מענטש וועם איך קען פערזענליך האט עס אין זיין הענט, איך האב עם איבער געזאגט וואס דער עולם דא טענהט ער וועט עס איבער טראכטען
איך ווייס אליינס נישט ,
ווער נאך דא אין ק״ש איז אזא כופר ווי מיך אין די אלע פאני מעשיות פון רעבעס מופתים אן די פליצלינג בומס איך קום אליינס מיט אזא מעשה..... סהערשט און מיך א צעמושעניש
Help please

איך בין מיט דיך, דער וואס האט מיך עס פארציילט, איז א חשובע יוד וואס גייט נישט זאגן ליגענט צו מאכן גרויס גאט, און ער האט געזעהן די בריוו מיט זיין אויגן. וואס איז טאקע פשט אז ער וויל עס נישט ארויס געבן? די יוד האט מיך געפרעגט צו ער זאל אנריפען ר' ישראל יוסף פאר די בריוו האב איך איהם געזאגט אז איך וועל עס פרובירן עס צו פארשאפן דורך א אנדערע וועג, איך האב נישט געוואלט משוגע מאכן.

קינות גירושין » דאנערשטאג מאי 30, 2013 4:12 pm

· #119716
לכאורה וועט ער עס נישט ארויסגעבן אזוי גרינג

איך אויך » דאנערשטאג מאי 30, 2013 7:07 pm

· #119777
קינות גירושין
Stay toned

עס איז אייביג גוט צו זיין Toned.

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 30, 2013 8:19 pm

· #119809
קינות גירושין
איך פיל אביסעל באקאקט אז דער עולם דא גלייבט נישט דעם בריוו וואס א מענטש וועם איך קען פערזענליך האט עס אין זיין הענט, איך האב עם איבער געזאגט וואס דער עולם דא טענהט ער וועט עס איבער טראכטען
איך ווייס אליינס נישט ,
ווער נאך דא אין ק״ש איז אזא כופר ווי מיך אין די אלע פאני מעשיות פון רעבעס מופתים אן די פליצלינג בומס איך קום אליינס מיט אזא מעשה..... סהערשט און מיך א צעמושעניש
Help please

בשורה טובה. ער נעמט מעדיקעיד.

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 2, 2013 7:33 pm

· #120524
דער מלאך בלאלא"ל, האט אים נישט געגעבן א שנעלקע...
<a class="postlink" href="http://www.gruntig.net/2013/06/trick-shot-titus-2.html">http://www.gruntig.net/2013/06/trick-shot-titus-2.html</a>

בענדזשאמין פרענקלין » מאנטאג יוני 3, 2013 9:14 pm

· #120903
מיין טאכטער פרעגט מיר די וואך פארוואס מיידלעך האבן א שנעלקע אונטער די נאז זיי לערנען דאך נישט קיין תורה ? זאג איך איר זיי לערנען הלכות צניעות און הלכות לשון הרע. פרעגט זי מיר ווייטער פארוואס האבן גוים א שנעלקע ? זאג איך איר זיי לערנען די הלכות פון די שבע מצוות בני נח. זי לאזט נישט נאך , פרעגט זי מיר פארוואס האט א מאנקי א שנעלקע?? זאג איך איר, זיי האבן אויך מצוות, למשל זיי דארפן חתונה האבן מיט זייער מין, (אזוי ווי ביי די מבול).
זאגט זי מיר וואו! איך האב געפרעגט די אלע קשיות פון מיין טיטשער און זי האט נישט געוויסט וואס צו ענטפערן, זאג איך איר נו, מדארף וויסן ווי אזוי צו בי עססן.

קינות גירושין » מאנטאג יוני 3, 2013 9:37 pm

· #120911
און פארוואס האבען די עלעפאנטען נישט קיין שנעלקע?
זיי מעגןצדען נעמען שלא במינם?

יידל » מאנטאג יוני 3, 2013 10:25 pm

· #120935
קינות'ל, כ'האב געהערט פון א איד אז פאפא רב האט פארהערט דעם קינד אין קינדערגארטן און דאס קינד האט געזאגט עפעס צוויי גירסאות אין א משנה אין נגעים. פאפא רב לעבט שוין נישט, אבער דער איד זאגט מיר אז הרב עזריאל טויבער איז געווען דערביי ביים פארהער (ס'שטימט מיך עפעס נישט מיט די יארגאנגן, אבער אזוי זאגט יענער). אז דו קענסט, פארבינד זיך ביטע מיט הרב טויבער, וואס זעט אויס דערווייל צו זיין די איינציגסטער וואס לעבט נאך און האט בייגעוואוינט א פארהער פון דעם ילד הפלא.

איך אויך » דינסטאג יוני 4, 2013 10:11 am

· #121218
אולי אביו הרה"ח ר' אהרן טויבער ז"ל.

מבני משה » מיטוואך יוני 5, 2013 5:47 pm

· #121974
עס קוקט מיר אויס אז אפילו דער יונגל ישראל משה אליין (שוין גאר נישט קיין יונגל)וועט זיך זעצן דא איבער א קאווע, און פארציילן די מעשה וועט מען אים אויך אפ פרעגן.

אויב זיכט איר אן עדות נישט מפי השמועה פון גאס, קוקט אריין און ספר "ידות אפרים" אין די הקדמה למהדורה שנת ה'תשס"ט שרייבט דארט דער וואס דריקט איבער, ר' מרדכי בן יעקב פלדמן, ראש הכולל "פרי העץ" מירושלים, אין נאמען פון הרב חיים אריה שפיץ, וואס ער אליין האט עים פארהערט. עיין שם ותמצא נחת

chosen people » מיטוואך יוני 5, 2013 6:23 pm

· #121989
הרב גרשום/אליעזר,
דער ר' ישראל משה ווייסט פונקט אזוי ווי מיך און די, די מעשה ער האט עס אויכט נאר געהערט פון אנדערע נאך זאגן, ממילא ברענגסט זיין טאטע/מלמד הער איך, אבער וואס איז ער מער ווערט ווי פון אלע מענטשן זיין יארגאנג.

יידל » מיטוואך יוני 5, 2013 6:50 pm

· #121999
מבני משה
עס קוקט מיר אויס אז אפילו דער יונגל ישראל משה אליין (שוין גאר נישט קיין יונגל)וועט זיך זעצן דא איבער א קאווע, און פארציילן די מעשה וועט מען אים אויך אפ פרעגן.

אויב זיכט איר אן עדות נישט מפי השמועה פון גאס, קוקט אריין און ספר "ידות אפרים" אין די הקדמה למהדורה שנת ה'תשס"ט שרייבט דארט דער וואס דריקט איבער, ר' מרדכי בן יעקב פלדמן, ראש הכולל "פרי העץ" מירושלים, אין נאמען פון הרב חיים אריה שפיץ, וואס ער אליין האט עים פארהערט. עיין שם ותמצא נחת

מ'דארף נישט גיין קוקן, אין וויקפדיה ברענגן זיי אראפ וואס שטייט דארט:

בהקדמה למהדורת שנת ה'תשס"ט של הספר "ידות אפרים" מביא המהדיר, ר' מרדכי בן יעקב פלדמן, ראש הכולל "פרי העץ" מירושלים, בשם הרב חיים אריה שפיץ, שכאשר סיפור הינוקא הפלאי התפרסם בעיתונות בארצות הברית, הסעיר הדבר את נפשו של ר' חיים אריה, והוא נסע לישראל ויחד עם חותנו, הרב יוסף אריה פלדמן, נפגש עם הילד, בביתו של הרב מרדכי פלדמן, ברחוב הקליר בירושלים. ר' חיים אריה הקריא בפני הילד קצת חומש, והילד המשיך בעל פה את הפסוקים הבאים אחרי הפסוקים ששמע, הדבר חזר על עצמו גם כשקראו לפני הילד קצת גמרא הילד המשיך בעל פה את דברי הגמרא בצורה ברורה, אף שניכר היה שהילד לא הבין את מה שאמר. ר' חיים אריה חשב שאולי זה מין טלפטיה שהילד קורא המחשבה של זה העומד לפניו, ולכן יודע את מה שרואה הקורא הכתוב לפניו, ולכן רצה לנסות את הילד באופן אחר, הוציא עיתון וקרא לפני הילד קטע מתוכו, אבל הילד לא הגיב כלל ולא ידע להמשיך אות אחת, אחר כך בדקו את הילד בעוד ספר (ששמו לא זכור לו כיום) וגם בזה המשיך הילד לקרוא. כיון שכך רצה ר' יוסף אריה לבדוק אם הוא יודע את הספר (של זקנו) "ידות אפרים" ומיד כשהתחילו לקרוא לפניו מספר זה, המשיך הילד ואמר כעשר מילים מהדברים הכתובים בספר, והדברים מעידים שספר "ידות אפרים" הוא תורת השם, אשר המלאך מלמדו לכל עובר טרם לידתו.

ביי מיר פארלירט דאס גאנצע מעשה קרעדעביליטי מיט די לעצטע צוויי שורות.

יאיר » מיטוואך יוני 5, 2013 7:39 pm

· #122017
איך כאפ נישט פארוואס דער עולם ווערט אזוי איבערגענומען פון די מעשה, אויפ'ן צד אז ס'איז אמת. זינט ווען דארפן אידן גלייבן אויפ'ן באזיס פון אותות ומופתים? אויב איינער ווערט פארקויפט פאר מופתים וואס האבן פילע עדות קען ער גאנץ גרינג ווערן א קריסט, א בודהיסט, אדער א הינדו. די אלע "מופתים" זענען כאטש געווארן מיטגעהאלטן דורך מיליאנען מענטשן. אויב איינער שפירט דערמיט אז זיין אמונה ווערט שוואכער, זאל ער ביטע כאפן א בליק אין רמב"ם:
[quote="דער רמב"ם"]משה רבנו לא האמינו בו ישראל, מפני האותות שעשה. שהמאמין על פי האותות יש בליבו דופי, שאפשר שייעשה האות בלאט וכישוף. [/quote]
עס איז שוין העכסט צייט מיר זאלן אויפהערן מיט די נארישע, פאלשע "הוכחות" פאר די אמת'דיגקייט פון די תורה.

איך אויך » מיטוואך יוני 5, 2013 8:11 pm

· #122024
יידל פארוואס? אויב דער מלאך לערנט מיטן עובר כל התורה כולה פארווזשע איז נישט דער "ידות אפרים" אינקלאדעד?

יאיר » מיטוואך יוני 5, 2013 8:16 pm

· #122029
איך אויך
יידל פארוואס? אויב דער מלאך לערנט מיטן עובר כל התורה כולה פארווזשע איז נישט דער "ידות אפרים" אינקלאדעד?

איך פארשטיי אז יידל מיינט צו זאגן אז כבוד עצמו הוא דורש און ער פארלירט זיין נאמנות.

איך אויך » מיטוואך יוני 5, 2013 8:19 pm

· #122033
איך פארשטיי וואס ער מיינט. אבער דאן דארף מען זאגן אז די אלע פיר דערמאנטע אינעם מעשה פארלירן זייער נאמנות נאר ווייל א מארמארישע איד האט זיך געשמעקט צו האבן א קאנפירמעשן אז זיין זיידעס ספר איז תורה מן השמים.

יין שרף » מיטוואך יוני 5, 2013 8:22 pm

· #122035
הערשל
קינות גירושין
אויב לינקט מיר דאס איינער אהער, גערענטי איך אז איך ווער א גרויסע מאמין אין איך הער אויף צו ליינען ק״ש און נעווער אין מיין לייף וועל איך טון א עבירה!


א מאמין ווערט מען דורך אויפהערן ליינען קריאת שמע?...

ע"פ הגמ' אם נצחו מוטב ואם לאו יקרא קרי"ש. זעהט אויס ער וועט שוין נישט דארפן צוקומען דערצו...

יאיר » מיטוואך יוני 5, 2013 8:35 pm

· #122040
איך אויך
איך פארשטיי וואס ער מיינט. אבער דאן דארף מען זאגן אז די אלע פיר דערמאנטע אינעם מעשה פארלירן זייער נאמנות נאר ווייל א מארמארישע איד האט זיך געשמעקט צו האבן א קאנפירמעשן אז זיין זיידעס ספר איז תורה מן השמים.

די אלע פיר בלייבן מיט זייער נאמנות. נאר דער מאראמאראשער פארלירט עס. 🙂

איך אויך » מיטוואך יוני 5, 2013 8:38 pm

· #122042
לכאורה זענען אלע מארמארישע.

לעיקוואד » מיטוואך יוני 5, 2013 11:31 pm

· #122107
אויך לויט די עדות (אויב נעמט מען ארויס די שטות פון "ידות אפריים" וואס איז ווארשיינלי ב"ש, בכלל, א בעסערע פראוו וואלט געווען אז דער מחבר פון א ספר זאל עם בעטן פארצוזאגען א שטיקל וואס ער האט נאכנישט געשריבען דארט, אויב איז עס תורת אמת דארף ער דאך וויסען אויך ספרים וואס מה'אט נאכנישט געשריבען, ניין?) האט ער סך הכל געקענט פארזאגען אפאר פסוקים חומש אדער שורות גמרא ווייטער, עס שטייט נישט אז מרעדט דא פון א מסכת וואס ער האט נישט געלערנט בכלל אין חדר, נו איז דאס האב איך שוין געטענה'ט פריער אז ער איז סך הכל געווען א קלוג יונגעל וואס האט פארויסגעקוקט דער מלמד מיט אפאר שורות.

איציק » דאנערשטאג יוני 6, 2013 6:13 am

· #122219
קינות גירושין
און פארוואס האבען די עלעפאנטען נישט קיין שנעלקע?
זיי מעגןצדען נעמען שלא במינם?

פשיהא! ביזט שוין קלוגער פון זיין טאכטער'ל!

קינות גירושין » דאנערשטאג יוני 6, 2013 6:23 am

· #122221
לעקוואד לשטתך אז ער איז געווען סתם א אינגעל מיט גאר א גוט קעפל וואס איז געשען מיט עם נאכדעם וואס ער איז אריין צו בעלזע רב,?
בלאט: 1 2 3 4 5 6