☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » אינטערעסאנטע דאקומענטעריס

אינטערעסאנטע דאקומענטעריס

172 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #380
בלאט: 1 2 3 4

איסר האטלקי » פרייטאג יאנואר 11, 2019 12:35 am

· #421864
א אידל האט זיך געטראפן אין א פלאנטער, ער האט באשלאסן אז גענוג איז גענוג און ער מוז זיך באפרייען פון זיין קלעם, ווען איינוועגס האט ער געברענגט א ישועה פאר טויזנטער אידן, און געגרינדעט א מאכטפולער פארטיי.

דער דאקעמענטרי איז א שטארקער מוסר השכל אז יעדער קען עפעס אויפטון אויף דער וועלט אפי' דו ביסט גארנישט ווערד; ארבעט פאר דיר נישט פאר יענעם, וווייל א שטויס גייסטו ממילא כאפן; אז מען וויל באמת העלפט דער בוכ"ע.

דער הויפט אקטיאר איז שולי ראנד - אונזער באקאנטער קרייניצער רבי זצקללה"ה. דער עכטער ר' יעקב כהן וועמען ער שפילט נאך, איז נפטר געווארן צוויי וואכן צוריק. דרוקט Play now אין דעם לינק עס צו זען בחינם אנליין.

https://filerio.in/uszijwhrm2bk

ונבנתה העיר » זונטאג פעברואר 3, 2019 4:41 pm

· #423791
The Hasidim (Chabad - Lubavitch) Documentary | 1972

שבת אחים » מאנטאג פעברואר 4, 2019 1:53 am

· #423829
זייער א גוטע דאקומענטערי פאר ווער סאיז אינטערסירט אין די היסטאריע פון יעזוס און די ערשטע קריסטן. די פאליטיק און פונדעמענטאלע חילוקי דיעות צווישן זיינע צוויי גרעסטע נאכפאלגער, זיין ברודער זשעמס (יעקב) און פאול (שאול התרסי). ווער האט פארשפרייט די נייע רעליגעזע דאקטרינס צווישן די גוים. און ווער איז געשטאנען אינטער די ענדגילטיגע מארד פון דעם נביא שקר, די אידן אדער די רוימער?

The Real Jesus Christ -Timeline
https://www.youtube.com/watch?time_cont ... ftrUdKFKZg

שבת אחים » דינסטאג פעברואר 5, 2019 2:34 am

· #423915
BBC Genius of the Ancient World Buddha Episode 1 of 3
https://www.youtube.com/watch?v=LwRi-vsdBrE

BBC Genius of the Ancient World Socrates Episode 2 of 3
https://www.youtube.com/watch?v=HprauM9y_dA

BBC Genius Of The Ancient World (Ep 3) Confucius
https://www.youtube.com/watch?v=gdzbgW_ueNw

BBC-The Modern World Genius - Karl Marx
https://www.dailymotion.com/video/x64kebj

-BBC-The Modern World Genius - Friedrich Nietzsche

https://www.dailymotion.com/video/x64kebk

BBC-The Modern World Genius Episode 3 - Sigmund Freud
https://www.dailymotion.com/video/x6x5cvd

שבת אחים » מאנטאג פעברואר 11, 2019 4:19 am

· #424229
Trump, The Koch Brothers and Their War on Climate Science
https://www.youtube.com/watch?v=vM_0kRoRgr0

שבת אחים » מאנטאג פעברואר 11, 2019 4:30 am

· #424230
The Realities Of Trump's Trade War: VICE on HBO Special Report
https://www.youtube.com/watch?v=9wjjQ55S4Nc

שבת אחים » מאנטאג פעברואר 11, 2019 4:34 am

· #424231
America's Unofficial Religion — The War On An Idea
https://www.youtube.com/watch?time_cont ... znlp-DwgSw

שבת אחים » דאנערשטאג יוני 27, 2019 11:34 pm

· #432419
Monkey Planet BBC

Available on Netflix

https://en.m.wikipedia.org/wiki/Monkey_ ... (TV_series)

מוראדיג! סאיז ממש נישטא קיין ווערטער צו דיסקרייבן די שוי. עוואלוציע פארנט פון אונזער אויגן! מ׳זעהט קלאר א חלק פון אונז מענטשען אין אלע סטעידזשעס אף דיוועלעפמענט. אונז מענטשן זענען נאר די ״העכסטע מאדעל״ פון זיי אלע (אונז זעמער נאר די rolls royce פון די מאנקיס)

טעכנאלאגיע האט אונז געברענגט אז מיר זאלן קענען שטודירן אזוי נאנט מאנקיס און אנדערע חיות ווי קיינמאל ביפאר.

שוין לאמיר נישט פארקריכן. אבער פאר ווער עס וויל זיך באקענען מיט זיין extended family זאל דאס וואטשן.

באלד קומט שוין הקטן און בערל בעלאגעלה זיך נעמען טענהן וועגן עוואלוציע.

איך האלט אז ווער ס׳זעהט עס נישט איז ממש בלינד...

אפאר וואכן צוריק האב איך שפאצירט אויפן גאס און באמערקט איינער וואס כהאב נאך קיינמאל נישט געזעהן אבער ער קוקט אויס פונקט ווי זיין טאטע. גיי איך צו און איך פרעג אים זאגט ער מיר יא איך בין טאקע דער און דער.

מקען זעהן אז לייבן טייגערס און קעץ זענען ענדליך. די זעלבע איז מיט וועלף, פוקס, הונט. און די זעלבע איז מאנקי׳ס מיט מענטשען אסאך זענען נענטער ווי אנדערע- אבער אלע האבן סימני מאלפע. די זעלבע איז מיט אלע מיני ״לייף״ סאיז דא א משפחה וואס ענדעלט צו יענע מין. ווי שווער איז שוין צאמצושטעלן די רעשט פון די פאזעל?

מקען דאך זעהן ווען פאלקאוויטש איז זיך משדך מיט לערנעראוויטש אז די קינדער קוקן אויס א געמיש פון ביידע, גייטס ווייטער ארויף מיליאנען יאהרן ופשוט הוא.

ווי אויך mutations שפילט א גרויסע ראלע. די וואס ווערן געבוירן מיט שינוים לטובה האבן די מערסטע שאנסן פאר offspring (צומאכן קינדער)
און דערנאך natural selection וועלט אויס די בעסטע. נאר די בעסטע געבויעטע מין לייף- נאר די לעבן איבער די אנדערע פאלן ארויס, און טאקע 99 פראצענט פון לייף וואס האט אמאל געלעבט אויף די וועלט איז extinct געווארן. פונקט ווי רוב ביזנעס גייען אין די ענד שלאפן און נאר די גרויסע און גאר געלונגענע מאכן עס....

אקעי גענוג...

שבת אחים » זונטאג יולי 21, 2019 2:35 am

· #433418
Nietzsche: Beyond Good and Evil
https://topdocumentaryfilms.com/nietzsc ... -and-evil/
1999, PHILOSOPHY - 49 MIN

איך אויך » זונטאג אוגוסט 4, 2019 8:40 pm

· #434271
די אומגלויבליכע געשיכטע פון ר' אברהם זיסהולץ וואס האט זיך געראטעוועט פון דייטשלאנד קיין שפאניע פארשטעלט אלס נאצישע אפיציר אוו האט זיך זאגאר אריינגעלייגט אינעם לייבן'ס גרוב צו ראטעווען אנדערע.

חוצפה יהודית במיטבה!

סאנטיאגא » דאנערשטאג אקטאבער 24, 2019 6:31 pm

· #437472
דאקומענטערי איבער באקאנטע ראקסטאר Bruce Springsteen
https://www.imdb.com/title/tt10687158/

טאמבל סאס » דינסטאג יוני 16, 2020 12:06 pm

· #451926
האט נאך איינער דא געזען דער סעריע דאקומענטריס וועגן היימישע נייעס קוועלער אין א"י? חבל על הזמן... א מוז-קוק!
https://www.kan.org.il/program/?catid=1555

טאמבל סאס » דינסטאג יוני 16, 2020 12:07 pm

· #451927
נאך א אינטרעסאנטע איז וועגן קאראנא אין בני ברק.
זמן אמת | עונה 3 - פרק 22 - סינדרום בני ברק
https://www.kan.org.il/program/?catid=1066

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 18, 2020 1:55 am

· #452036
איך אויך
די אומגלויבליכע געשיכטע פון ר' אברהם זיסהולץ וואס האט זיך געראטעוועט פון דייטשלאנד קיין שפאניע פארשטעלט אלס נאצישע אפיציר אוו האט זיך זאגאר אריינגעלייגט אינעם לייבן'ס גרוב צו ראטעווען אנדערע.

חוצפה יהודית במיטבה!

איך אויך: ייש"כ. זייער שיין. א שיינע אידישע , און תורה'דיגע משפחה...! ס'האט מיר געברענגט טרערן...!

סאנטיאגא » דינסטאג מאי 25, 2021 6:00 pm

· #473704
זייער אן אינטערסאנטן דאקומענטרי אויף מאריוואנא, Cannabis Evolution ס'לויפט דורך די רייכע היסטאריע פון טויזנטער יארן אלט בקיצור נמרץ, און נאכדעם דעקט עס אויך די סייענטיפישע פארשריט, ווי די געוואוקס צייגט אז זי העלפט און האט די פאטענציאל צו העלפן אין א שלל פון פיזישע און גייסטישע מחלות אזוי ווי:
Multiple sclerosis
Arthritis
Glaucoma
Some forms of cancer
Some forms of epilepsy
Parkinson's disease
Herpes
Insomnia
Stress
Anxiety
ADHD

און אויסער דעם האט עס די מעלה אז ס'איז נישט אדיקטיוו פאר רובא דרובא און זיכער נישט אזוי ווי אנדערע דראגס וואס מ'גיט יעצט אין שפיטעלער

https://youtu.be/lEBxBuL_7Ag

סמבטיון » זונטאג יולי 4, 2021 1:18 pm

· #477104
טאקע נישט קיין דאקומענטערי אבער דאך העכסט אינטרעסאנט,
דער לעצטע יודישע געגנסטער
https://www.youtube.com/watch?v=tvZgqYGEqR0

תרמב » מאנטאג יולי 5, 2021 1:24 am

· #477167
טאמבל סאס
האט נאך איינער דא געזען דער סעריע דאקומענטריס וועגן היימישע נייעס קוועלער אין א"י? חבל על הזמן... א מוז-קוק!
https://www.kan.org.il/program/?catid=1555

איך האב עס געקוקט מיט א פארכאפטע אטעם, ס’ברענגט ארויס זייער אינטערסאנט די גאנצע הלוך ילך אין מדינת ישראל, איין זייטיגע זאך האב איך באמערקט אז זיי דערמאנען נישט די הפלס פון די עצ’ניקים בכלל.

תוהו ובוהו » דאנערשטאג יולי 8, 2021 3:03 pm

· #477363
Re: אינטערעסאנטע דאקומענטעריס
יעצט געענדיגט זעהן "I'll be gone in the dark" איבערן א.ג. 'גאלדען סטעיט קילער' (פון א אינוועסטעגעיטיוו רעפארטער קוק ווינקל)

גאר אינטערסאנט, אביסל גראפיש, פארזיכערט ארויסצוברענגן געפיהלן וואס איר האט נישט געוואוסט איר פארמאגט.., (א געמיש פון פחד, פאראיבל, און פאראכט צום טונקעלן זייט פונעם מענטשליכן מין.)

https://www.sdarot.tv/watch/5674

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

Nanach » מיטוואך יולי 14, 2021 1:45 pm

· #477613
איך זיך אזעלכע אזוי ווי Spanish princess 7 וכדומה, עפעס וואס איז שיין אראפגעלייגט בעיסד אויף אמת’ע היסטארי.
בעיסיקלי שיין דערציילט היסטאריע, איך וועל עפרישיעטן הילף

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 14, 2021 10:05 pm

· #477653
שבת אחים
Monkey Planet BBC

Available on Netflix

https://en.m.wikipedia.org/wiki/Monkey_ ... (TV_series)

מוראדיג! סאיז ממש נישטא קיין ווערטער צו דיסקרייבן די שוי. עוואלוציע פארנט פון אונזער אויגן! מ׳זעהט קלאר א חלק פון אונז מענטשען אין אלע סטעידזשעס אף דיוועלעפמענט. אונז מענטשן זענען נאר די ״העכסטע מאדעל״ פון זיי אלע (אונז זעמער נאר די rolls royce פון די מאנקיס)

טעכנאלאגיע האט אונז געברענגט אז מיר זאלן קענען שטודירן אזוי נאנט מאנקיס און אנדערע חיות ווי קיינמאל ביפאר.

שוין לאמיר נישט פארקריכן. אבער פאר ווער עס וויל זיך באקענען מיט זיין extended family זאל דאס וואטשן.

באלד קומט שוין הקטן און בערל בעלאגעלה זיך נעמען טענהן וועגן עוואלוציע.

איך האלט אז ווער ס׳זעהט עס נישט איז ממש בלינד...

אפאר וואכן צוריק האב איך שפאצירט אויפן גאס און באמערקט איינער וואס כהאב נאך קיינמאל נישט געזעהן אבער ער קוקט אויס פונקט ווי זיין טאטע. גיי איך צו און איך פרעג אים זאגט ער מיר יא איך בין טאקע דער און דער.

מקען זעהן אז לייבן טייגערס און קעץ זענען ענדליך. די זעלבע איז מיט וועלף, פוקס, הונט. און די זעלבע איז מאנקי׳ס מיט מענטשען אסאך זענען נענטער ווי אנדערע- אבער אלע האבן סימני מאלפע. די זעלבע איז מיט אלע מיני ״לייף״ סאיז דא א משפחה וואס ענדעלט צו יענע מין. ווי שווער איז שוין צאמצושטעלן די רעשט פון די פאזעל?

מקען דאך זעהן ווען פאלקאוויטש איז זיך משדך מיט לערנעראוויטש אז די קינדער קוקן אויס א געמיש פון ביידע, גייטס ווייטער ארויף מיליאנען יאהרן ופשוט הוא.

ווי אויך mutations שפילט א גרויסע ראלע. די וואס ווערן געבוירן מיט שינוים לטובה האבן די מערסטע שאנסן פאר offspring (צומאכן קינדער)
און דערנאך natural selection וועלט אויס די בעסטע. נאר די בעסטע געבויעטע מין לייף- נאר די לעבן איבער די אנדערע פאלן ארויס, און טאקע 99 פראצענט פון לייף וואס האט אמאל געלעבט אויף די וועלט איז extinct געווארן. פונקט ווי רוב ביזנעס גייען אין די ענד שלאפן און נאר די גרויסע און גאר געלונגענע מאכן עס....

אקעי גענוג...

שבת אחים: איך האב נישט דערווארט עפעס אנדערש פון דיר. וכמותך. איך האב נאר איין קשיא וואס דו און דיינס גלייכן האבן מיר נאכנישט פארענטפערט...!

לו יצוייר אז ס'איז אזוי ווי דו זאגסט. אונז אלע האמיר אנגעהויבן אלס מאנקיס. וואס איז געשעהן ספעשל אז אונז זעמיר געווארן מענטשן (שוין. מסכים אין ביליאנען יארן) און זיי זענען געבליבן מאנקיס...! כ'מיין ס'האט דאך געמוזט עפעס געשעהן. ס'נישט אז איין טאג זעמיר אויפגעשטאנען אינדערפריה און זיך געזעגנט פון אונזערע קאזינס די מאנקיס. און געווארן מענטשן (האמאו סעפיענס.)...!

תוהו ובוהו » דאנערשטאג יולי 15, 2021 3:11 am

· #477675
Re: אינטערעסאנטע דאקומענטעריס
רבי ר' בערל וואו איז אביסל אמונה, אונז זעהמער דאך די גרויסקייט פון עוואלאציע. דעס אז מ'פארשטיי מיר נישט אלעס, נו אויף דעם האבן דאך שוין סייענטיסטן געזאגט ''איך וויל נישט האבן קיין טעאריע וואס איך פארשטיי'' ודפח''ח

וחוץ מזה פון א קשיא שטארבט מען נישט, און דארווין איז נאך געווען אזוי קלוג ווי דיר..

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 15, 2021 7:08 am

· #477680
תוהו ובוהו
רבי ר' בערל וואו איז אביסל אמונה, אונז זעהמער דאך די גרויסקייט פון עוואלאציע. דעס אז מ'פארשטיי מיר נישט אלעס, נו אויף דעם האבן דאך שוין סייענטיסטן געזאגט ''איך וויל נישט האבן קיין טעאריע וואס איך פארשטיי'' ודפח''ח

וחוץ מזה פון א קשיא שטארבט מען נישט, און דארווין איז נאך געווען אזוי קלוג ווי דיר..

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

תוהו ובוהו: דו זאגסט זייער גוט. נאר ביטע נוץ דיין אייגענעם ארגומענט פאר דיר אליין. (לשיטתך). וואו איז א ביסל אמונה אין דעם חומש'ל מיט פירש"י און חז"ל אויף מעשה בראשית כפשוטו. און זעקס טעג אזוי ווי ס'שטייט אין חומש מיינט זעקס טעג. נישט זעקס ביליאן יאר.

נאר דאס אלעס איז נישט קיין סתירה צו די עצם געדאנק פון עוואלוציע. (דארווין האט אנגעהויבן גוט. נאר ערגעץ אינמיטן וועג האט ער זיך טועה געווען און אנגעהויבן צו רעדן נארישקייטן. וועלכע לייגן זיך אינגאנצן נישט אויפ'ן שכל.).

פארוואס קענמען נישט משלב זיין ביידע. דער אייבישטער האט באשאפן די וועלט . כפשוטו של מקרא. און ער האט אריינגעגעבן אין די בריאה א כח זיך צו טוישן און צוגעוואוינען צו די טבע. ווי די גמ' זאגט א סאך מאל..."נשתנו הטבעיים"...!

פארוואס קענמען נישט זאגן אז דער אייבישטער האט באשאפן מענטשן. און ער האט אויך באשאפן מאנקיס. די מענטשן זענען מענטשן. און די מאנקיס זענען ווייטער מאנקיס...!

Nanach » דאנערשטאג יולי 15, 2021 8:03 am

· #477683
berlbalaguleh

די עצם זאך אז זאכן האלטן זיך אין אין טוישן לויט די סביבה ווערט דערמאנט אין רמב”ם יסודי התורה.
עס איז קלאר אז זאכן טוישן זיך לויט די סביבה, נאר דאס זאגט אונז גארנישט לגבי די טעאריע פון דרווין (אז אלעס קומט צוריק צו איין סעל וכו’)

ליב צו וויסן » דאנערשטאג יולי 15, 2021 8:13 am

· #477684
תוהו ובוהו
רבי ר' בערל וואו איז אביסל אמונה, אונז זעהמער דאך די גרויסקייט פון עוואלאציע. דעס אז מ'פארשטיי מיר נישט אלעס, נו אויף דעם האבן דאך שוין סייענטיסטן געזאגט ''איך וויל נישט האבן קיין טעאריע וואס איך פארשטיי'' ודפח''ח

וחוץ מזה פון א קשיא שטארבט מען נישט, און דארווין איז נאך געווען אזוי קלוג ווי דיר..

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

שיין אראפגעלייגט וויאזוי מען ענטפערט ביי אונז... 👍

Nanach » דאנערשטאג יולי 15, 2021 10:26 am

· #477689
צוריק צום קעפל
איך זיך היסטערי מאוויס/TV series וואס שפילט אויס א שטיקל היסטערי, א געדאנק ווי the Spanish princess.
איך וועל זייער עפרישיעטן הילף, לכל הפחות וויאזוי די ווערט אנגעריעפן די טייפ

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יולי 15, 2021 10:34 am

· #477690
The Spanish Princess isn't history, it's based on a historical novel, the genre is historical fiction

Nanach » דאנערשטאג יולי 15, 2021 10:42 am

· #477691
רביה''ק זי''ע
The Spanish Princess isn't history, it's based on a historical novel, the genre is historical fiction

א גריוסן שכוח
95% איז היסטאריקקעל ריכטיג עס איז נאר צוגעלייגט זאלץ און פעפער ווי מען זאגט

תוהו ובוהו » דאנערשטאג יולי 15, 2021 12:32 pm

· #477694
Re: אינטערעסאנטע דאקומענטעריס
Nanach
צוריק צום קעפל
איך זיך היסטערי מאוויס/TV series וואס שפילט אויס א שטיקל היסטערי, א געדאנק ווי the Spanish princess.
איך וועל זייער עפרישיעטן הילף, לכל הפחות וויאזוי די ווערט אנגעריעפן די טייפ
Rise of empires; ottoman,
The book of negroes.

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

תוהו ובוהו » זונטאג יולי 25, 2021 2:35 pm

· #478284
Re: אינטערעסאנטע דאקומענטעריס
How to become a tyrant

אינטערסאנט, שארף, מצחיק, אינפארמאטיוו, (מעגליך נוצבאר..)
https://sdarot.tv/watch/6908
דא האט איר מיט סאבטייטעלס אין עברית

איך אויך » מוצ"ש סעפטעמבער 11, 2021 11:05 pm

· #481525
אומגלויבליך.

https://youtu.be/8ou4PtFa3HM

איך אויך » מיטוואך אקטאבער 20, 2021 7:47 am

· #483587
Big Ben: Restoring the World-Famous Clock | 2021 Documentary

https://www.youtube.com/watch?v=OiMlQTV ... =UKTvShows

moody » דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 5:17 pm

· #483658
תוהו ובוהו
How to become a tyrant

אינטערסאנט, שארף, מצחיק, אינפארמאטיוו, (מעגליך נוצבאר..)
https://sdarot.tv/watch/6908
דא האט איר מיט סאבטייטעלס אין עברית

שכויעך
מיט דעם קען מען פארשטיין די סכנה פון טראמפיזם

שאלתיאל » מיטוואך יוני 29, 2022 4:51 pm

· #503278
שטוינענדע געשיכטע און פאפולערע מעטאד פון Wim hof הנקרא Iceman.

https://www.youtube.com/watch?v=VaMjhwFE1Zw&t=59s

Becoming super human with iceman
https://www.youtube.com/watch?v=8cvhwquPqJ0&t=31s&pbjreload=102

נאך איבער זיין וואנדערליכע מעטאד-
https://www.wimhofmethod.com/

שאלתיאל » מאנטאג יולי 25, 2022 6:11 pm

· #504981
שטיקל טאטאל פון אינטערסאנטע דאקעמענטעריס וואס כ'האב אפגעוואטשט אין די לעצטיגע עפאכע.

1. What is a woman מאט וואלש א קאנסערוואטיווע מידיע פערזאן רייזט דורך די וועלט, באגעגנט דאקטוירים, פעמיניסטן, סעקסאלאגען און סתם עמך מענטשן מיטן ציל צו ענטפערן אויפן איינפאכן פראגע: וואס איז א פרוי? שוין גארנישט אזוי איינפאך..

2. King bibi פערזענליכע און פאליטישע ביאגראפיע פון ביבי נתניהו.

3. Apocalypse second world war מאסיווע מוח-שטורעמנדע פילפארביגע דאקעמענטארי איבער דער 2'טע וועלט מלחמה,האט מיך געגעבן א שטיקל וועלטליכע מושג וואס איז פארגעגאנגען דארט.

4. Tha mind: explained זייער קלארע און אינפארמאטיווע דאקעמענטארי איבער די וואונדערן פון מוח. האנדלט אפ דארט: חלומות, מעדיטאציע, מעמארי, פאניק אטאקעס, סייכאדעליק געווירצן.

5. תיק 512 דעטאלירטע בליק איבער דער כאריזמאטישע שרעק-ווארפענדע איזראעלי מאפיאנער יצחק אברג'יל. באגלייט דער פארצויגענע ברייטפארצווייגטע אינטערנאצינאלע קאמפף פון די אינסטאנצן קעגן אברגי'ל ביז דער דראמאטישע ענדע ווי ער ווערט פאראורטיילט צו 3 לעבנסלענגליכע טורמע טערמינען.

6. TheSocialDilemma א נעטפליקס דאקאמענטערי איבער די סאציאלע מידיע נעצן און איבער זייער געמיינע מיטלען צו באקומען קאנטראל אויפן מענטש'נס מוח.

7. the-unxplained א סעריע איבער הימלישע, מיסטישע, איבערנאטורליכע מיסטעריעזע און מאדנע געשעענישן און פענאמען איבערן היסטאריע באגלייט דורך דעם כאריזמאטישן William Shatner.

שאלתיאל » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 2:15 pm

· #507051
שאלתיאל

1. What is a woman מאט וואלש א קאנסערוואטיווע מידיע פערזאן רייזט דורך די וועלט, באגעגנט דאקטוירים, פעמיניסטן, סעקסאלאגען און סתם עמך מענטשן מיטן ציל צו ענטפערן אויפן איינפאכן פראגע: וואס איז א פרוי? שוין גארנישט אזוי איינפאך..
הרב ד"ר מיכאל אברהם מיט א אפהאנדלונג איבער דעם פילם און אין אלגעמיין איבער די פראגע : וואס איז א פרוי?

https://mikyab.net/posts/77301

החוקר » זונטאג סעפטעמבער 4, 2022 10:54 pm

· #508246
Re: אינטערעסאנטע דאקומענטעריס
א דאקומענטרי דורך Vice News צו אויפדעקן וויאזוי די טשייניזע ערלעדיגן קארופטירטע דיעלס און האבן די רעגירונג איינגעשטעלטע אין דרום אמעריקא, אין טאש.
https://youtu.be/sOOFSJqBYTY

חמלה גדולה » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2022 12:33 am

· #509719

אלע צוזאמען » פרייטאג אקטאבער 21, 2022 11:19 am

· #510454
קען איינער אריינקומען מיט א לינק פאר די דעילי ווייער'ס נייע דאקעמענטרי 'the greatest lie ever told'

שמן למאור » זונטאג אקטאבער 23, 2022 1:33 am

· #510484
אלע צוזאמען
קען איינער אריינקומען מיט א לינק פאר די דעילי ווייער'ס נייע דאקעמענטרי 'the greatest lie ever told'
קענסט עס אראפלאדענען בחינם דא פונעם קאווע שטיבל טשעט טעלעגראם קאנאל.
https://t.me/kaveshtibelchat

אדער דא
https://t.me/movievelt/146909

דוד שריפטליך » דינסטאג אקטאבער 25, 2022 1:36 am

· #510625
געבוירן אין בריסטאל born in Bristol
אויב איינער וויייסט וואו מען קען זעען די דאקומענטערי געבוירן אין בריסטאל זאל ביטע ריפלייען

סאנטיאגא » פרייטאג יאנואר 27, 2023 4:02 pm

· #516360
אן אויסערגעווענליכע אינוועסטיגעטיוו דאקומענטרי איבער די קארופציע אין די fortune 500 אימפעריע באואינג נאך וואס 2 פון אירע max 737 פליגערס האבן אראפגעקראכט אין לויף פון 4 חדשים. ביידע אין די פופצן מינוט פון זיך הייבן, ביידע פון די זעלבע מאלפונקציע אומברענגענ'דיג אלע פאסאדזשירן. ס'כאפט א ציטער אין די אדערן וואספארא הפקירות דא איז פארגעקומען, אין א פירמע מיט מיליאנען באנוצער טעגליך! און ערגער די הארצלאזע וועג וויאזוי די געוועזענע סי.אי.או. האט עס באהאנדלט. איך מיין אז זייער רעפוטאציע וועט שוין קיינמאל נישט זיין די זעלבע און זייער שטאלצע סלאגאן "If it's not Boeing I'm not going" וועט שוין נישט האבן דעם זעלבן צוטרוי. ס'קוקט אויס זייער אנבייעסד, זיי רעדן מיט פאמיליע, ארבעטערס, געוועזענע ארבעטערס, פילאטן, סאלי סאללינבערג, א וואל סטריט דזשורנאל רעפארטער וואס האט נאכגעפאלגט די גאנצע אנטוויקעלונג. די ענדזשיניערן ברענגען ארויס א פראבלעם וואס כ'הער שוין נישט די ערשטע מאל, אז איינמאל א קאמפאני איז מצליח אויף וואל סטריט ווערט פראפיט פריאריטעיט נומער איין, און די ארבעטערס ווערן געצווינגען צו קוקן די אנדערע וועג. בכלל די גאנצע אטמאספער ווערט אנגעצויגן צוליב פרעשור פון שעירהאלדערס, און איז א גרויס שטער פאר די עמפלויאיס אויף די גראונד, פארמעסוטיקלס קומען אונטער די זעלבע קריטיק, אבער ממש צו פאררעטן די אייגענע פילאטן און שטעלן זייער לעבן, און די לעבן פון אלע מיטרייזדנדע אין געפאר, איז שוין געווען א נעקסט לעוול ד. מאוו.

https://www.netflix.com/us/title/81272421?s=a&trkid=13747225&t=cp&vlang=en&clip=81571086

שאלתיאל » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 2:02 pm

· #518283
א שטיקל טאטעל פון עטליכע אינטערסאנטע ביאגראפישע דאקאמענטעריס וואס כ'האב געוואטשט לעצטנס:

1. Navalny - אטעם-פאכאפענדע דאקא איבער דער בראווע רוסישע אפאזיציע פירער און אנטי-קארופציע אקטיוויסט אלעקסיי נאַוואַלני, לכאורה דער איינציגסטע מענטש אויפן ערד קוגל וואס האט נישט מורא זיך צו רייצן מיטן רוסישן צאר פוטין און איז אפי' מצליח אים צו פארשעמען איינמאל און נאכאמאל מיט היבש אביסל הצלחה, והא ראי' : פוטין האט פרובירט אים אפרוימען פון וועג.
דער דאקא באגלייט נאוואלני'ן, א הענדסעם גיי וואס טראפט כאריזמע, אין די טעג נאכן אדורכגעפאלענע אסעסנעישן אטעמפט אויף אים דורך רוסישע אגענטן בשעת ער איז געפלויגן קיין סיביר. ער האלט זיך אויף אין א געהיימע דירה אין א דארף און דייטשלאנד און פירט דורך זיין אייגענע מארד אינוועסטעגעישן (ווי ער זינגט אויף זיין טיקטאק ווידא: ..How bizzare ) און צוזאמען מיט זיין קליינע טיעם און מיט די הילף פון א זעלבסשטענדיגע געלונגע חברה'מאן זענען זיי מצליח אויפצודעקן די אידענטיטעט פון זיינע מערדער. נאוואלני קאלט אׁן זיינע אייגענע מערדער און איז מצליח ארויסצונעמען פון זיי א פולע הודאה אין זייערע מעשים. דער פילם באגלייט נאוואלני'ן ביז זיין אומקערן זיך צום לייבן גרוב אין רוסלאנד דארט האט מען אים ארעסטירט פאר 20 יאר טורמע.

דער פילם איז העכסט דראמאטיש און ס'דאכט זיך צומאל דאכט אז ס'איז א געהעריגע דראמע פילם אבער ווי מ'זאגט: Reality surpasses imagination.

2. AMY 2015 - דורכדרינגליכע דאקא וואס שילדערט דער אויפרייז און טראגישע פאלונג פון דער אלעמען באליבטן זינגערין, וואן אנד- אנלי Amy weinhouse.
דורך עקסלוסיווע ווידאו שטיקלען וואס זענען נאכנישט געזען געווארן ביז דעמאלט און אינטערוויוס מיט אירע נענטסע טוט דער פילם אראפלייגן דער קאמפליצירטע פערזענליכקייט פון אן אידיש מיידל א סופער טאלאנטפולע ארטיסט מיט א סענסיטיוו הארץ וואס ספראוועט זיך מיט גלארי, עדיקשען און צובראכנקייט. דער פילם האט אויך אויפגעדעקט אז אין צוגאב צו די פראבלעמאטישע רילעשנשיפ וואס זי האט געהאט מיט דזשעיקאב פילדער האט דער טאטע אויך געהאט א יד און איר דערקייקלונג דורך זיין פראבלעמאטישע אויפפירונג.

3. Marley 2012 - אינטערסאנטע פילם איבער דער 'קינג אוו רעגעי מיוזיק'' דער דזשמאקעין באב מארלי. ס'שילדערט זיין לעבן, זייין כאריזמאטישע (אבער נישט גלאטע) פערסאנעליטי, זיין גלויבונג און זיין טיפע איינדרוק נישט נאר אויף דער מוזיקאלישע וועלט נאר אויף אלץ א קולטוראלישע ספיריטואלע אייקאן אין די 20 סענטרי.

4 ''לייבוביץ''- א סעריע איבער דער טשיקאווע, שארפע און קאנטערווערסיעלע פראפ' ישעיהו לייבוביץ. א היבש אינטעליגענטע סעריע נישט נאר איבער לייבוביץ דער מענטש נאר אויך איבער זיינע תורות (און פראוואקאציעס..) וואס זיי לייגן אראפ מיט די הילף פון זיינע תלמידים, משפחה מיטגלידער, בריוון און שטיקלעך ווידאו פון זיינע לעקציעס און אויפטריטן. ס 'איז צוטיילט אין דריי חלקים : 1. אמונה- באטראכט זיין פילאזאפישן צוגאנג צו אמונה אין גאט. 2. אדמה- באטראכט זיינע ראדיקאלע פוליטישע שיטות אין די מד"י אנגעלעגנהייטן בעיקר איבער דער אקופאציע. און דער לעצטע פרק 'אדם' טוט דורך עטליכע אישוס ווי דער פסיכאפיזישע פראבלעם און נאך.

5 ''זוהר ארגוב: סוף עצוב וידוע מראש''.- סעריע אויף דער לעגענדארן זינגער זוהר ארגוב וואס איז ארויסגעקומען לכבוד 30 יאר צו זיין טראגישן טויט. דער פילם פארט קונצליך צווישן ביידע קעגנזייטיגע אספעקטן ופון זוהר, פון איין זייט- דער מעגא-סטאר וואס האט סוקסעספול אויפגעבראכען די לאנג-יעריגע מויערן וואס האבן באגרעניצט די Mediterranean מיוזיק אין א"י און דער העלד פון הונדערטע טויזענטע ביזן היינטיגן טאג. פון דער אנדערע זייט- א קרימינעל, נאַרקאׁמַאן און נאכאנאדע רעיפער און באלעסטיגער וואס איז (ווארשיינליך) באגאנגען זעלבסמארד אין תפיסה זייענדיג אין א ביטערע נידעריגע סיטואציע. זוהר אליין האט אויך פארמאגט צוויי זייטן, אן איידעלע און גוטע נשמה אין נאטור וואס איז אריבער א ביטערע שווערע יוגנט פון וואס ער איז ארויס אומסטאביל און מיט קרימינאלע און נידעריגע נייגונגען.

שאלתיאל » מאנטאג מערץ 13, 2023 4:26 pm

· #518527
שאלתיאל

1. Navalny - אטעם-פאכאפענדע דאקא איבער דער בראווע רוסישע אפאזיציע פירער און אנטי-קארופציע אקטיוויסט אלעקסיי נאַוואַלני, לכאורה דער איינציגסטע מענטש אויפן ערד קוגל וואס האט נישט מורא זיך צו רייצן מיטן רוסישן צאר פוטין און איז אפי' מצליח אים צו פארשעמען איינמאל און נאכאמאל מיט היבש אביסל הצלחה, והא ראי' : פוטין האט פרובירט אים אפרוימען פון וועג.
דער דאקא באגלייט נאוואלני'ן, א הענדסעם גיי וואס טראפט כאריזמע, אין די טעג נאכן אדורכגעפאלענע אסעסנעישן אטעמפט אויף אים דורך רוסישע אגענטן בשעת ער איז געפלויגן קיין סיביר. ער האלט זיך אויף אין א געהיימע דירה אין א דארף און דייטשלאנד און פירט דורך זיין אייגענע מארד אינוועסטעגעישן (ווי ער זינגט אויף זיין טיקטאק ווידא: ..How bizzare ) און צוזאמען מיט זיין קליינע טיעם און מיט די הילף פון א זעלבסשטענדיגע געלונגע חברה'מאן זענען זיי מצליח אויפצודעקן די אידענטיטעט פון זיינע מערדער. נאוואלני קאלט אׁן זיינע אייגענע מערדער און איז מצליח ארויסצונעמען פון זיי א פולע הודאה אין זייערע מעשים. דער פילם באגלייט נאוואלני'ן ביז זיין אומקערן זיך צום לייבן גרוב אין רוסלאנד דארט האט מען אים ארעסטירט פאר 20 יאר טורמע.

דער פילם איז העכסט דראמאטיש און ס'דאכט זיך צומאל דאכט אז ס'איז א געהעריגע דראמע פילם אבער ווי מ'זאגט: Reality surpasses imagination.
האט געווינען די וואך דער Oscars פרייז אלץ דער בעסטע דאקאמענטערי פילם.

Visionary » מאנטאג מערץ 13, 2023 6:37 pm

· #518533

ווי קענעך איך דאס זען? די לינק טראגט צו עמעזאן, איז דא נאך א מקום דאס צו זען?

שאלתיאל » מאנטאג מערץ 13, 2023 7:06 pm

· #518536
Visionary

https://www.documentarymania.com/video/Navalny/?fbclid=IwAR2gb7tGzbmfRYlArXHXeaad5Rtgx37xev4vl7DbU_HvXvTSLQ9WFuLa1Hw

עברית סובטייטלס
https://www.sratim.tv/movie/12157

שאלתיאל » דאנערשטאג אפריל 27, 2023 3:38 pm

· #523009
''המוחרם- שפינוזה''- דאקאמענטערי אין עברית איבער דער גרויסע אידיש-האלאנדישע פילאזאף ברוך שפינאזע. עס איז באגלייט דורך פראפ' יצחק מלמד פון די גרעסטע שפינאזע שטודירער. דער פילם קאנצענטרירט זיך איבער דער באוויסטע חרם אין וואס די אידישע קהילה אין אמסטערדאם האט אים אריינגעלייגט און די סיבות דערפאר. נישט קיין מורא'דיגע גילויים אבער פארט אינטערסאנט. וואס איז מיר געווען מערקווערדיג איז אז לויט רב אפרתי פון עץ חיים אמסטערדאם- דער קהילה וואס האט דעמאלט אויסגעשפיגן שפינאזע- איז דער חרם נאך שרי וקיים היינט צוטאגס אויך ווי ער האט געשריבן פאר מלמד'ן אין א שטרענגע בריוו, און אז ער איז נישט וועלקאם אין זייער קהילה ..

https://www.kan.org.il/Item/?itemId=147686&fbclid=IwAR16tHNYS7nJUFvCe00ExzGVTT1XQoqkWwr-8bRF1_SxdYkAYVRTHlCbDHA

טאמבל סאס » פרייטאג אפריל 28, 2023 5:29 am

· #523150
אפגעריסענער רב אפרתי פון א קהילה וואס איר גאנצע חשיבות באשטייט פון דאס אז שפינאזע איז מוחרם געווארן דארטן. אנדערש וואלט זי שוין נישט געשטאנען כמעט אזויפיהל יאהרן וויפיהל זיין נידוי באטרעפט [emoji38] לאז אים זיך גרויסן אז ער קען אפאר תלמודישע מליצהלעך ווי קיש קיש קריא.. איך זאג: א מטוטמטםדיגע מויל אין א ליידיגע שוהל מאכט א דעפענינג ווידער קול..

מיר איז אינטרעסאנט געווען צוויי נקודות אין דער דאקומענטרי:

איינס אז ווי ס'ווייזט זיך לכאורה ארויס איז שפינאז מוחרם געווארן נישט צוליב אפיקורסות זינט ער האט נאך גארנישט געהאט געשריבן איידער דעם חרם, ווי אויפגעוויזן פון די דאטומען אויף דעם כתב יד פון דעם חרם (אחוץ אויב האט ער געשריבן אויף קאווע שטיבל..). נאר דער חרם איז געווען צוליב געלט. זיין טאטע איז געשטארבן און אים איבערגלאזט מיט א ריזיגע חוב. ע"פ הלכה איז ער שוין געווען א גדול און מחויב געווען צו באצאלן פאר די בעלי חובות אבער ע"פ געזעץ האט ער נאך געהייסן א קטן. האט ער האט זיך אלזא געוואנדן צו די גויאישע בתי דינים אז זיי זאלן אים באפרייען פון די אבליגעישנאס, מיט צדק. פאר די חוצפה האט ממש אפאר חדשים שפעטער, די קהילה אים מחרים געווען.

צוויי, איז אינטרעסאנט געווען ווי די פרוי, אפנים א חרדית'טע וואס האלט שטארק פון דעם עימדה מען זאל שפינאזען נישט פּאַרדאנען, שטעלט זיך ארויס צו זיין אויף די שאו, א דזשאדזשעמענטל מאדער-טראָקער. איר האט געזעהן ווי זי באהאגלט דעם מלמד מיט ציפעדיגע שאלות און פרובט אים צו שטופן אין א קארנער פרובענדיג אים צו באשולדיגן אלס א "פעיקער", אלס עמיצער וואס איז, מ'שטיינס געזאגט, בעצם אזא אפיקורס ווי שפינאזע, ס'הייסט אז זיין גאט איז אים גארנישט מחייב און אלעס איז ריין אגענדע, אזוי צו זאגן. זי שעמט זיך גארנישט מודה צו זיין אז דעם רעבּעלע'ס טאָלק דארטן, דער מיט'ן ווייסען בערדל, איז שטארק ווייל ס'איז סימבאליזם. ווייטער שייינט זי אין מיינע אויערן ווי די יעניגע וואס מאכן אוועק סייענס' פארזוך צו פארענטפערן דעם סיבה ראשונה אלס פרוכטלאז, ווייל מען וועט נישט קיינמאל וויסן דעם ענטפער סיי ווי סיי, א ראיה יעדע מאל מען געפינט איר, שטעלט זיך עס ארויס צו זיין די סיבה שניה. (זאג מיר, די סיבה שניה פארשטייט זי יא? לכה"פ זוכט זי עס צו פארשטיין?)

זי איז פילייכט פון דיע וואס מיט זייער שעלאונעסס און אויבערפלעכליקייט העלפן זיי פארשפרייטן א פאלשע מיטוס ווי כאילו סייענס און רעליגיע זענען נישט קאמפּאַטיבאל.

סאנטיאגא » פרייטאג אפריל 28, 2023 11:11 am

· #523167
שאלתיאל
אינטערסאנט. וואס איז מיר געווען מערקווערדיג איז אז לויט רב אפרתי פון עץ חיים אמסטערדאם- דער קהילה וואס האט דעמאלט אויסגעשפיגן שפינאזע- איז דער חרם נאך שרי וקיים היינט צוטאגס אויך ווי ער האט געשריבן פאר מלמד'ן אין א שטרענגע בריוו, און אז ער איז נישט וועלקאם אין זייער קהילה ..

https://www.kan.org.il/Item/?itemId=147686&fbclid=IwAR16tHNYS7nJUFvCe00ExzGVTT1XQoqkWwr-8bRF1_SxdYkAYVRTHlCbDHA
כ'האב עס פונקט געליינט קוק ביי controversies

pseudonym1 » פרייטאג מאי 5, 2023 3:06 am

· #523840
Youtube טשאנעלס וועלכע גיבן כסדר ארויס פרישע סחורה:
https://www.youtube.com/c/frontline
די נייעס אגענטור PBS טוהט דורך וועלטליכע נושׂאים

https://www.youtube.com/c/aljazeeraenglish
די נייעס אגענטור AlJazeera טוהט דורך וועלטליכע נושׂאים

https://www.youtube.com/c/AllDocumentary/videos
נישט אזוי ווייט וועלטליכע ענינים ווי מער everyday מענטשן

https://www.youtube.com/c/TheHistocrat/videos
גוט פאר די וואס גלייכן היסטאריע, ס'איז אבער דא אסאך שטותים און פאנטאזיעס

https://www.youtube.com/c/WarStoriesChannel/videos
https://www.youtube.com/c/TimelineChannel/videos
https://www.youtube.com/c/KingsandGenerals
מיליטערישע היסטערי. אביסל א קראש אויף היטלר ימ"ש

https://www.youtube.com/c/FreeDocumentary
פון ווי "דער בליץ" נעמט זיינע ארטיקלען

https://www.youtube.com/c/WildThingsChannel/videos
https://www.youtube.com/c/FreeHighQualityDocumentaries
חיות און נאטור

https://www.youtube.com/c/Popularvideosaroundtheworld/videos
צוויי פיסיגע חיות

https://www.youtube.com/channel/UCoOjH8D2XAgjzQlneM2W0EQ/videos
זיינע פריערדיגע סחורה איז קנאקעדיג. לעצטנס איז זיין קוואליטעט שטארק געפאלן

https://www.youtube.com/c/DWDocumentary/videos
https://www.youtube.com/c/RealStories
כמעט יעדע טאג פרישע סחורה

https://www.youtube.com/c/Biography/videos
באוויסטע מענטשן

https://www.youtube.com/c/VICENews
די בעסטע אין די ביזנעס VICE

פונדאַמענטאַל » פרייטאג מאי 5, 2023 1:21 pm

· #523872
פעילויות

https://www.youtube.com/c/aljazeeraenglish
די נייעס אגענטור AlJazeera טוהט דורך וועלטליכע נושׂאים
ביטע נישט רעקאמענדירן אנטיסעמיטן.
בלאט: 1 2 3 4