☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מיין הכנה צום שבת דרך ארץ

מיין הכנה צום שבת דרך ארץ

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3740

גרוש » פרייטאג מאי 10, 2013 4:58 pm

· #113948
מיין הכנה צום שבת דרך ארץ
מיין הכנה צום שבת דרך ארץ

שטייענדיג ערב שב"ק במדבר ביום ר"ח סיון תשע"ג לאלף השישי לפ"ג לעת ערב,
אריינטראכטענדיג ווי די צייט רוקט זיך מיט א אימפעט, מיר האלטן שוין ביי "כי הסתיו עבר הגשם חלף הלך לו" ס'איז שוין "הנצנים נראו בארץ", מ'האלט מיר שוין ביי "עת הזמיר (זומער) הגיע", און מ'גרייט זיך שוין צום לעצטן שבת פון די ימי הספירה, שבת פאר מתן תורה ווען עס וועט נתעורר ווערן דעם "וקול התור (תורה) נשמע בארצינו" ווי מיר זאגן אין די זוה"ק הק' פרייטאג צונאכטס, זכור את יום השבת לקדשו וכו' אלא הכי תאנא "כל ברכאן דלעילא ותתא ביומא שביעאה תליין",
אין די ספרים ווערט געברענגט אז די שבת ווערט גערופן "שבת דרך ארץ" על דרך מאמר חז"ל "דרך ארץ קדמה לתורה",
שטייענדיג ביי דעם שבת דרך ארץ, ווי געזאגט אז עס איז די לעצטע שבת פון די ימי הספירה, דאס ווייזט אונז אז מיר האלטן שוין כמעט "שבע שבתות תמימות" זינט דעם ממחרת השבת, ווען אידן זענען געזעצן ביים סדר טיש מלובש מיטן קיטל וואס מען איז דערמיט געגאנגען אונטער די חופה זינגענדיג "מי בן שיח שושן חוחים" זייענדיג מתפלל אויף כנסת ישראל וואס זענען "כשושנה בין החוחים" בדמעות בין ריסי עינים וויינענדיג אויפן עתיד פון זייערע דורות, צוזאמען מיט די בני בית און קינדער "כתפוח בעצי היער כן דודי בין הבנים" ס'איז געווען בצלו חמדתי וישבתי ופריו (בנים שהם פרי עמלם) מתוק לחכי", אידן האבן געשעפט נחת ווען עס איז געווען "הביאני אל בית היין (ד' כוסות) ודגלו עלי אהבה", די קינדער האבן געזאגט קדש, וכו', עס איז געווען "מוזגין לו כוס שני וכאן הבן שואל" קינדער האבן געפרעגט די 4 קשיות, אפילו די גאר קליינע וואס זאגן ניטאמאל גוט נאך די ווערטער, דאס איז נאך סאך זיסער בבחינת "ודגלו עלי אהבה", זעענדיג ווי עס ווערט מקויים די "שערי דמעות לא ננעלו", יעצט זעענדיג מלובש בבגדי לבנים, זעהט מען ווי מ'הייבט ב"ה אהן איינצו-קעש'ן די נחת אויף וואס מ'האט ארויס געקוקט שטייענדיג אונטערן חופה מיט די זעלבע בגדי לבנים,
די זעלבע צייט בין איך געזיצן ביים סדר טיש, זיך אויך אנגעטוהן דעם קיטל מיט וואס איך בין געשטאנען אונטער די חופה, אויך מתפלל געווען אויף מיין עתיד, מיט די זעלבע האפענונגען ווי א יעדע איד אין אזא זמן, אבער ליידער האבן זיך די אלע האפענונג זיך אפגעשטעלט תיכף נאך די יום החופה, נאך פאר כ'האב נאך עספיעט זיך נאכאמאל זעצן צום סדר מיט די בגדי לבנים,
ליידער האב מיר שוין געהאט דעם זעקסטן פסח מיטן זעלבן קיטל, (דעם עלעווטן און צוועלפטן סדר) נישט האבנדיג ווער ס'זאל זאגן "קדש", די איינציגסטע סיבה פארוואס צו מאכן שנעל קידוש איז נאר כדי צו עסן אפיקומן פאר חצות, ווייל קיין קינדער וואס זאלן איינשלאפן איז נאך ליידער נישט שייך,

דעם זעקסטן פסח מיטן קיטל, אריינלייגנדיג די אפיקומן אין א פשוטע מצה טאש (נישט האבענדיג ווער עס זאל קויפן א פסח סעט)

דעם זעקסטן פסח מיטן קיטל, נישט האבענדיג קיין אייגענע קינדער וואס זאלן גנב'נען דעם אפיקומן,

דעם זעקסטן פסח מיטן קיטל, וואס מיר וויינען ביי "מוזגין לו כוס שני" אז עס זאל שוין זיין "וכאן הבן שואל",

דעם זעקסטן פסח מיטן קיטל, וואס מיר קענען ניטאמאל מקיים זיין די משנה "ואם אין לו בן אשתו שואלת לו", בעטענדיג אז, מוזגין לו כוס שני (עס זאל שוין זיין דעם מוזגין כוס שני – כמאמר חז"ל אין אדם שותה בכוס אא"כ בודקו), וכאן הבן שואל (קען מען דא בעטן)



דעם זעקסטן פסח מיטן קיטל, וואס מיר קענען ליידער נישט מקיים דעם ושמחת אתה וביתיך,

דעם זעקסטן פסח מיטן קיטל, וואס מיר פארגיסן נחלי דמעות זאגנדיג ביי די הגדה די ווערטער "וירא את ענינו זו פרישות דרך ארץ", "כי חולת אהבה אני" בעת ווען מיר זענען מסובים "שמאלו תחת לראשי" און עס איז שוין ליידער מער ווי 5 יאר וואס מ'איז נישט זוכה צו דעם "וימינו תחבקני"
אצינד ווען מ'גרייט זיך צו שבת "דרך ארץ" קומט מיר צוריק אויף אין די מחשבה די בכיות ביי "וירא את ענינו זו פרישות דרך ארץ", שוין אזויפיל יארן, זיצנדיג ביים סדר אינעם "ליל שמרים" און מ'ווארט אז עס זאל זיין "כימי צאתנו ממצרים אראנו נפלאות" וווייל מ'האלט שוין לאנג נאך "ולא יכלו להתמהמה", שטייענדיג סוף אלף השישי, בעיקבתא דמשיחא, על אדמת אמעריק"א, ווען עס ווערט ליידער מקויים דעם "יונתי (כנסת ישראל נמשלה ליונה) בחגוי הסלע בסתר המדרגה", שוין אינעם שער הנו"ן, ארויסקוקנדיג עס זאל שוין זיין "הראיני את מראיך השמיעיני את קולך כי קולך ערב ומראך נאוה" (עיין ברש"י מס' ברכות כ"ד ע"א למטה בעמוד)
עס איז ליידער "על משכבי בלילות בקשתי את שאהבה נפשי בקשתיו ולא מצאתיו", און ליידער "אקומה נא ואסבבה בעיר בשוקים וברחובות אבקשה את שאהבה נפשי (ועדיין) בקשתיו ולא מצאתיו", ווען וועט שוין זיין "אם תעירו ואם תעוררו את האהבה עד שתחפץ"
יעצט שטייענדיג ביום השישי לעת ערב, סוף אלף השישי, (ווי סאטמאר רבי (דברי יואל-ויואל משה – על הגאולה) ז"ל האט אמאל געזאגט הושענא רבי שחל בערב שבת ווען עס איז שוין געווען שפעט נאכמיטאג "הושענא מכון לשבתיך", אז אצינד ווען מיר האלטן שוין סוף אלף השישי איז ווי עש"ק לעת ערב וואס איז מסוגל צו מתקן זיין די זעקסטע מדה, און מיט דעם געטייטש "הושע נא מכון לשבתיך" אז מיר גרייטן זיך שוין צום יום שכולו שבת,) בימי הספירה (עמר בגימטרי"א קר"י – בני יששכר מאמרי חודש ניסן), ביום ראש חודש (ראשי חדשים לעמך נתת זמן כפרה), ערב "שבת דרך ארץ" וועט אי"ה אודאי נתעורר ווערן דעם "וירא את ענינו זו פרישות דרך ארץ", און אצינד זיך גרייטנדיג צום "יום חתונתו ויום שמחת לבו" ווי חז"ל דרש'נען "יום חתונתו זה מתן תורה וים שמחת לבו זו חנוכת המשכן" וועט אודאי נתעורר ווערן דעם יום חתונתו, "כנסת ישראל כלה קרואה", און אנשטאט "ימצאה מטונפת בעוונות ותוספת" וועט אי"ה זיין "ימצאה מקושטת בטלית וטוטפת כמו כלה מקושטת" בעת עס וועט געהערט ווערן די דמעות פונעם מזבח, און וועט מעורר זיין דעם יום שמחת לבו זו חנוכת המשכן ווי חז"ל דרש'נען פון "ועשו לי מקדש" אז יעדע אידישע שטוב איז ווי א משכן, ואבנה בית מחדש, און ארפברענגען נשמות מאוצר הגוף, אזוי וועט אי"ה מקויים ווערן דעם "קול דודי הנה זה בא" דדרשו חז"ל זה מלך המשיח, בהתגלות כבוד שמים עלינו בב"א,
ודו"ק כי קצרתי מאוד, ותן לחכם ויחכם עוד,

קינות גירושין » פרייטאג מאי 10, 2013 5:04 pm

· #113950
אוי סימער גוט איך האב א גהעריגע קאמפעטישען

גרוש » פרייטאג מאי 10, 2013 5:20 pm

· #113957
צרת רבים חצי נחמה, ביי די וועי כ'האב אנגעהויבן סאך פאר דיר,

קוק דא

קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 10, 2013 5:25 pm

· #113959
שווער צו ליינען, ברענגסט מיך טרערן. - אבער אין זאך איז זיכער, אז די ספרים וואס האבן קורא-שם געווען דעם שבת "שבת דרך ארץ", מיינען נישט דעם "דרך ארץ" פון די הגדה...

גרוש » פרייטאג מאי 10, 2013 5:37 pm

· #113969
מ'קען מחדש זיין, ניין? אלע חידושי תורה קענסטו אזוי אפווענדן,

וראי' לדברי אז עס קען מיינען דאס,

ווייל די גמרא זאגט, ישא אשה ואח"כ ילמוד תורה בטהרה,

סא כדי די קבלת התורה זאל זיין בטהרה דארף קודם זיין "דרך ארץ",

ווי אויך האב איך עס א נאמען געגעבן "מיין הכנה", אזוי טייטש איך עס

פוןדעסטוועגןדאך » פרייטאג מאי 10, 2013 5:40 pm

· #113972
דיינע הארציגע ווערטער באנעמט מיך זייער. מיט טרערן אין די אויגען וואונטש איך דיר פון די טיפעניש פון מיין הארץ אז דו זאלסט אויפגעראכטען ווערן בקרוב ממש.
דיינע ווערטער דערמאנט פאר די וואס האבן יא א ווייב מיט קינדער, אז מען זאל געדענקן מכיר זיין אין די גוטס וואס מען האט, און עס אויסנוצען מיט שכל.
די appreciation פאר וואס מען האט יא, נעמט אוודאי נישט אוועק פון מיטצושפירן דיין ביטערע פיין.
אפשר קענסטו טאקע מציע זיין עפעס וועגן מיט וואס מיר קענען עפעס טון צו לינדערען דיינע יסורים.
א לעכטיגען שבת.

קינות גירושין » פרייטאג מאי 10, 2013 5:47 pm

· #113977
טעות

קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 10, 2013 5:48 pm

· #113978
גרוש

סא כדי די קבלת התורה זאל זיין בטהרה דארף קודם זיין "דרך ארץ",

וואס עפעס? פרישות דוקא.
רב קורמאן שרייבט שוין באריכות פארוואס ס'האט אויסגעפעלט פרישות, כדי די פרויען זאלן נישט נתעבר ווערן, משום גיור, א לאנגע שמועס, נישט פאר יעצט.

אלענפאלס, מיר אלע קוקן ארויס פאר דיין הצלחה!

גרוש » פרייטאג מאי 10, 2013 5:48 pm

· #113980
ניין,

דיינע ארטיקלעך האבן זיך אבער אנגעהויבן סאך נאכדעם וואס איך האב געשריבן יענע ארטיקל

קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 10, 2013 5:50 pm

· #113982
אז איר שלאגט זיך ארום איבער .... איז דאס נישט קיין הכנה צום שבת דרך ארץ...

גרוש » פרייטאג מאי 10, 2013 5:55 pm

· #113983
קאווע טרינקער, סאיז יא

פוןדעסטוועגןדאך » פרייטאג מאי 10, 2013 6:15 pm

· #113986
קאווע טרינקער
גרוש

סא כדי די קבלת התורה זאל זיין בטהרה דארף קודם זיין "דרך ארץ",

וואס עפעס? פרישות דוקא.
רב קורמאן שרייבט שוין באריכות פארוואס ס'האט אויסגעפעלט פרישות, כדי די פרויען זאלן נישט נתעבר ווערן, משום גיור, א לאנגע שמועס, נישט פאר יעצט.

אלענפאלס, מיר אלע קוקן ארויס פאר דיין הצלחה!

ודכו"ע בשבת ניתנה תורה לישראל (שבת פו'). מען האט נאר פורש געווען דריי טעג. אויב אזוי איז די שבת לפני קבלת התורה געווען א זמן עונה ודרך ארץ. געדענק אז חקותיה במרה, נצטוו באזהרה. מצות שבת ועינוגה איז שוין געגעבן געווארן במרה נאך איידער מתן תורה.
בד"וו, רב קורמאן'ס מהלך קוקט אויס זייער רחוק מן השכל. פשוט פשט איז אוודאי אלס פרישות, נישט אלץ דין גיור.

אביגדור » פרייטאג מאי 10, 2013 6:15 pm

· #113987
מחלוקת לשם שמים.

גרוש » פרייטאג מאי 10, 2013 6:25 pm

· #113989
מאך מיר נישט וויינען, די וכתב לה איז געווען איינע פון די סיבות פונעם מסבב כל הסיבות, בי נייס, דאונט בי מין פליז

קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 10, 2013 6:46 pm

· #113993
פרושות משום טהרה איז אסאך מער רחוק מן שכל התורה.
ולא מצינו אלא ביום הכיפורים משום עינוי.
איר דארף א דורך לערנען דעם גאנצע סוגיא זיינע.

elter-zeide » מוצ"ש מאי 11, 2013 11:52 pm

· #114052
קינות גירושין
אוי סימער גוט איך האב א גהעריגע קאמפעטישען


דע ריכטיגע קאמפאטישען איז ווי צוויי פין צד השני וויינען ביי נאכט אין בעטען אין ווארטען מ'זאל זיי וועלען, י

גרוש » זונטאג מאי 12, 2013 8:57 am

· #114131
ישר כח פאר מגיבים און מיטפילערס

העלא » דינסטאג מאי 14, 2013 1:41 pm

· #115013
אויב דאס איז נאר געווען די הכנה וויזוי איז געווען די שבת אליינס?

גרוש » פרייטאג מאי 17, 2013 6:50 pm

· #115348
Another Lonely Shabas, almost There

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 17, 2013 7:16 pm

· #115361
איין וואך נענטער צו די ישועה הקרובה לבא בעז"ה.

גרוש » זונטאג מאי 25, 2014 2:00 pm

· #202289
מיר האלטן שוין נאכאמאל ביי די וואך פון "שבת דרך ארץ"
ועדיין לא נושעתי,
יעצט קענט איר צולייגן א יאר צו די אלע נומערן,
און ס'איז סאך שטערקער ווי געשריבן בשעתו

לית דין בר נש » זונטאג מאי 25, 2014 2:14 pm

· #202295
זאל שוין דער פון אויבען זיך מרחם זיין אויף דיר.
און די זאלסט אונז שוין מבשר זיין די בשורה טובה פאר שבת דרך ארץ!

אשכולות אויפוועקער » דאנערשטאג מאי 29, 2014 2:56 pm

· #203434
אויפגעוועקט

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 2, 2014 1:47 am

· #204044
שוין געווארן אויפגעוועקט בעפאר דיר,
יעצט אז דו קענסט יא מעורר זיין, זיי מעורר רחמי שמים פאר אונזער פריינט ער זאל שוין געהאלפן ווערן מיט א ישועה שלימה.

יין שרף » דינסטאג יוני 3, 2014 1:46 pm

· #204464
די הייליגע רמ"א זאגט א טעם, פאר די מנהג פון עסן מילכיג אינעם יו"ט שבועות.
ווייל ברויט וואס מען עסט דערפון ביי א מילכיגע סעודה קען מען נישט עסן דערפון מיט א פליישיגע סעודה.
ממילא אז מען עסט מילכיגס אין דערנאך פליישיגס וועט מען מוזן מאכן צוויי באזינדערע ברויטן,
וואס דאס איז א זכר צום שתי הלחם וואס מען האט מקריב געווען יו"ט שבועות בזמן ביהמ"ק היה קים.

אלעס וואס מען טוט היינטיגע צייטן, מאכט בלי שום ספק א רושם אין הימל.
ממילא אז אידן גייען יעצט מאכן א זכר צום שתי הלחם, בעט מען די הייליגע באשעפער אז די אלע וואס דארפן צוקומען צום "שתי הלחם" על דרך הכתוב כי אם הלחם אשר הוא אוכל, זו אשתו...
אז אלע וואס דארפן די צווייטע זאלן געהאלפן ווערן במהרה
...
11.JPG

גרוש » דינסטאג יוני 3, 2014 2:33 pm

· #204470
א גרויסן ישר כח, יין שרף
בד"וו די תורה איז מיין סטייל,

גרוש » מיטוואך מאי 20, 2015 10:33 pm

· #277521
און מיר האלטן שוין נאכאמאל דא,
עד מתי...............................
עד מתי לא תרחם
ווען וועל איך שוין האבן מיין אייגענע היים,

רחם נא ה' אלקינו,
ראה נא בענינו,

איש את רעהו » מיטוואך מאי 20, 2015 11:18 pm

· #277545
אוי
ס'מאכט אומעטיג
ס'רייסט ביים הארץ
ברידער הלוואי איך קען דיר ווען עפעס גרינגער מאכן
לפחות אינזין האבן דיין נאמען און מוטער'ס נאמען לישועה במהרה
באשעפער האב שוין רחמנות אויף דעם איד, און פארלייכטער שוין זיינע יסורים און אויכעט די פיין וואס אלע אידן האבן ביים מיטהאלטען מדי שבת בשבתו ומועד במועדו מיט די צער פינעם חשובען גרוש שליט''א

גרוש » זונטאג אפריל 10, 2016 10:33 pm

· #328621
מיר האלטן שוין באלד נאכאמאל דארט,

גרוש » דאנערשטאג יוני 9, 2016 5:27 am

· #337364
און?