☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #3308

אשכול אן א טיטל #3308

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3308

— » מיטוואך מערץ 27, 2013 9:26 pm

· #100112

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

קאווע טרינקער » מיטוואך מערץ 27, 2013 10:06 pm

· #100116
ברוך השם, הלילות עברו בשיא ההידור.
צצו במוחי חידושים על ההגדה. בפרט בקטע "זו פרישות דרך ארץ" וחשבתי שאכתי עבדי פרעה אנן.

קינות גירושין » מיטוואך מערץ 27, 2013 10:09 pm

· #100117
ערשטע נאכט דיפרעסט אן די קינדער די צווייטע נאכט איז געווען א פלעזשער מיט די קינדער.

משה געציל » מיטוואך מערץ 27, 2013 10:41 pm

· #100121
די סדרים זענען ברוך השם אריבער זייער שיין. איך האב אסאך צו פארציילן, איך האב אינטערגעהערט סדרים פון די עמרצים, אסאך שיינע פשטים האב איך אנטפלעקט ביי זיי. אי"ה שפעטער ווען איך וועל האבן אביסל צייט וועל איך אביסל מאריך זיין, ווי אויך דארף דאס גאנצע חירותינו ווי די יונגע פארלעך שלעפען זיך מיט א דאזען קינדער דריי פארטאגס אויף די גאס א לענגערע אפהאנדלונג.

berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 27, 2013 10:48 pm

· #100122
[ציטאט אראפגענומען]

די ערב פסח מצות פון ב.פ. מצה בעקערי האבן איין מעלה. זיי זענען "אנברעקעבל":. אומברעכבאר. די פראבלעים איז אז די ציין זענען יא ברעכבאר.

berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 27, 2013 10:51 pm

· #100123
קאווע טרינקער
ברוך השם, הלילות עברו בשיר ההידור.
צצו במוחי חידושים על ההגדה. בפרט בקטע ײזו פרישות דרך ארץ וחשבתי שאכתי עבדי פרעה אנן.

דו מיינסט זיכער צו זאגן "בשיא ההידור".

berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 27, 2013 10:53 pm

· #100124
קינות גירושין
ערשטע נאכט דיפרעסט אן די קינדער די צווייטע נאכט איז געווען א פלעזשער מיט די קינדער.

נאך א פשט אין יחץ. נאר א מרור'דיגער פשט. ס'האט כאטשיג געקאס אביסל די אפוקוימען'ס?

berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 27, 2013 10:57 pm

· #100125
משה געציל
די סדרים זענען ברוך השם אריבער זייער שיין. איך האב אסאך צו פארציילן, איך האב אינטערגעהערט סדרים פון די עמרצים, אסאך שיינע פשטים האב איך אנטפלעקט ביי זיי. אי"ה שפעטער ווען איך וועל האבן אביסל צייט וועל איך אביסל מאריך זיין, ווי אויך דארף דאס גאנצע חירותינו ווי די יונגע פארלעך שלעפען זיך מיט א דאזען קינדער דריי פארטאגס אויף די גאס א לענגערע אפהאנדלונג.

פון דיינע (קורצע) ווערטער איז משמע אז ס'איז דא די ברכה פון מצרים ביי אונז, ב"ה "די יונגע פארלעך שלעפן זיך מיט א דאזען קינדער".

גאלד » דאנערשטאג מערץ 28, 2013 12:54 am

· #100139
ב"ה זייער שיין געווען, שולחן עורך די ערשטע טאג בינעך געווען פעינפולי מיד, מיין 3 יעריגס האט שוין ביי ורחץ געקראנטשט מצה, געווען זייער זשעלעס, צווייטע נאכט ב"ה אויסגערוהט ווי א בער, נישט אזוי היגעריק, רואיג, שיין געטייטשט די הגדה פשוט פשט, זיך איינגהאנדלט די הגדה "מתיבתא", די מצה איז געווען דילישעס!!! איך ווייס נישט צו סדי זאלץ וואס ליגט דערין אבער כאנאך קיינמאל געהאט אזאנע נארהאפטיגע מצות פון סאטמאר ראטליטש (ר' אהרן)

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 28, 2013 1:05 am

· #100143
סעים היער, ב"ה אדורך הערליך שיין, די קינדער האבן מיטגעהאלטן, הגם אויך אביסל געשטיפט און ארומגעלאכט, אבער נישקשה, זיי זענען דאך קינדערלעך...

א שאלה פארן עולם דא: אפיקומן טאר נישט זיין אכילה גסה, איז פאראן איינער וואס קען דאס באווייזן? איך בין שוין נאך די ערשטע 2 כזיתים מצה (ביי מוציא מצה) גאנץ זאט, נאכדעם קומט די מרור, לכל הפחות א כזית, דערנאך כורך, נאך א כזית מצה מיט מרור; ווען מען ברענגט די אייער צו שלחן עורך בין איך שוין אינגאנצן פול, אבער דערנאך קומט נאך די יו"ט סעודה, בשר ודגים, טאקע נאר אביסעלע, אבער עכ"ז בין איך א פארטיגער ביי צפון, און דער אפיקומן איז אבי געשטופט... ווי אזוי איז ביי אייך?

אךשמח » דאנערשטאג מערץ 28, 2013 1:22 am

· #100148
דער סדר צו פירן אליינס, נאך אונזער אפמאך נישט צו גיין צו די עלטערן, איז געווען א גאר גוטער געדאנק, ווען די קינדער זענען די גרעסטע פארדינער דערפון.

עס איז געווען א הערליך משפחה פארברענג אן די שלעפערייען און צעגערייען פון די אנלויפנדע משפחה מיטגלידער ביי די עלטערן.

וואס איך פארשטיי נישט איז, די זעק תורות און גאנצעטע שענק הגדות וואס די מלמדים און טיטשערס געבן מיט פאר די קינדער צו מרבה זיין סיפור יציאת מצרים פאר די עלטערן.

נולד מאוחר » דאנערשטאג מערץ 28, 2013 1:31 am

· #100151
איך האב געניצט די כזיתים טשארט פון די כרפס רעטעך.. במילא איז געווען פלאץ פאר אלעם.

קאווע טרינקער » מאנטאג אפריל 25, 2016 1:12 am

· #330558
ב"ה