☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » א בליק אויף די פרשה פון נישואי יעקב אבינו פון מיין מצב

א בליק אויף די פרשה פון נישואי יעקב אבינו פון מיין מצב

39 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2433

גרוש » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 5:47 pm

· #64590
א בליק אויף די פרשה פון נישואי יעקב אבינו פון מיין מצב
יום ערב שבת קודש לסדר "ואבואה אליה" תשע"ג לפ"ק

איר וועט זיך אודאי וואונדערן אויף דעם לסדר אינעם קעפל, איר זענט אבער נישט די ערשטע בייצופאלן די קשיא, רש"י אויפן פלאץ איז שוין מעיר,
לשון הפסוק: ויאמר יעקב אל לבן הבה את אשתי כי מלאו ימי ואבואה אליה:
רש"י, ועוד מלאו ימי, שהרי אני בן פ"ד שנה ואימתי אעמיד י"ב שבטים וזהו שאמר ואבואה אליה, והלא "קל שבקלים" אינו אומר כן, אלא להוליד תולדות אמר כך:
לענינינו, נאכן דורכגיין אזויפיל יארן אנעם פת בסלו, ווען איך זאג "ואבואה אליה" איז עס אין א בחינה פון "על משכבי בלילות בקשתי את שאהבה נפשי, בקשתי ולא מצאתי, אקומה נא ואסובבה בעיר בשוקים וברחובות (ועדיין) בקשתי ולא מצאתי,
נישט האבענדיג דעם פת בסלו גייט מען ליידער דורך אזויפיל נסיונות און שוועריגקייטן, מ'קען שוין קוים ווארטן, ווען וועט מען שוין זוכה זיין? צו הערן דאס וואס לאה אמינו האט געזאגט פאר יעקב אבינו "אלי תבוא", ווי זאגענדיג: "איך דארף דיין ליבשאפט", מיר זאלן קענען זאגן "על משכבי בלילות בקשתי את שאהבה נפשי, בקשתי ומצאתי". און מיר זאלן ליידער נישט אריין פאלן אין אזא מצב פון: "אקומה נא ואסובבה בעיר בשוקים וברחובות",

מיטן א אויבן אויפ'דיגע בליק איז נישט צום פארשטיין:
דער זעלבע יעקב אבינו די בחיר האבות וואס אויף אים שטייט "ויבא יעקב שלם" וואס די חסידישע ספרים טייטשן אז שלם איז ר"ת ש'ם ל'שון מ'לבוש, ער אי געווען אויסגעצייכנט מיטן לשון, ער איז געווען אין די בחינה פון "תתן אמת ליעקב", דער זעלבע יעקב אבינו וואס האט געזאגט, ראובן בכורי אתה "ראשית אוני", ווי רש"י זאגט אויפן פלאץ וז"ל: ראשית אוני, היא טפה ראשונה שלו שלא ראה קרי מימיו:, דאס מיינט אז ביי די 84 יאר בשעת ווען ער האט געזאגט "ואבואה אליה" איז געווען "לא ראה קרי מימיו" און מיט דעם דעם אלעם האט ער געזאגט "ואבואה אליה",
דאס איז וואס רש"י פארענטפערט אונז דא, אז להוליד תולדות נתכוון, ער האט געזאגט: אני בן פ"ד שנים ואימתי אעמיד י"ב שבטים, מ'דארף אויפשטעלן 12 שבטים פון ווי עס וועט ארויסקומען כלל ישראל,
מ'קען זאגן נאך מער, לכאורה וואס איז דער דער אויסדרוק וואס יעקב אבינו האט געזאגט "אני בן פ"ד שנים" יעקב אבינו האט דא געוואלט לערנען א לימוד לדורות, אז אפילו אזא איינער ווי אים וואס האט ביי די 84 יאר געקענט זאגן "ראשית אוני" מיט דעם אלעם, ווען ער איז געקומען צו דעם מצב ווען ער האט געדארפט אנטלויפן פון עשיו און גיין צו לבן, און ער האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג ווי עס שטייט, ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה, איז ער ליידער געווען בשפל המצב ווי מיר זעען אין די פסוקים פון די פרשה אז דער אייבערשטער האט אים געדארפט מבטיח זיין "ושמרתיך בכל אשר תלך" אז ער האט געדארפט צוקומען צו שמירה, ווי עס ווערט געברענגט אין מדרש אויף דעם פסוק, אז יעקב אבינו האט דעמאלט מורא געהאט אז ער וועט ליידער נכשל ווערן מיט די 3 ערגסטע עבירות, וועגן דעם שטייט גלייך נאכדעם "ויפגע במקום" ווי די גמרא זאגט אין מסכת ברכות "למדנו מכאן שיעקב תיקן תפלת ערבית", ווי עס ווערט געברענגט אין ספר "שם משמואל", וז"ל: והנה יש לפרש מה שיעק"א תיקן תפלת ערבית, היינו שאפי' יהיה אדם בתכלית השפלות והחשכות בבירא עמיקתא אחרי היותו ברום המעלה אל יתיאש ויחגור שארית כוחו ויתאמץ בתפלה, כמו יעק"א שהי' אז בתכלית השפלות בעצמו והי' העולם חשך בעדו שהי' מתירא שלא יפול ח"ו לג' עבירות חמורות כמבדרש לקמן בפסקו ושמרני בדרך הזה, ומ"מ לא נתבהל והיתה דעתו מיושבת עליו לתפלה עכ"ל, זעה מיר פון דעם אז אפילו נאך די הבטחה פון שמירה האט נאך יעקב אבינו נאך אלץ מורא געהאט און געזאגט "אם יהיה אלקים עמדי ושמרני בדרך הזה" ווי די מדרש זאגט אויף דעם פסוק אז ער האט געדארפט שמירה נישט נכשל צו ווערן אין די ג' עבירות חמורות, עד כדי כך אז ער האט וועגן דעם געמוזט מתקן זיין א תפלה וואס אידן זאלן דאווענען ביינאכט בעת חשכות ואפילה אז אפילו אין די טונקעלסטע מצבים זאלן אידן קענען דאווענען און געהאלפן ווערן, דאס האט אים געהאלפן אז ער האט דערנאך געקענט מעמיד זיין שנים עשר שבטי קה בקדושה ובטהרה,
דאס קען זיין פשט, יעקב אבינו האט דא געוואלט מרמז זיין אז אפילו ער וואס האט געקענט זאגן "ראשית אוני" האט אויך געדארפט מורא האבן אז ווילאנג ער איז שרוי בלא אשה קען ער ח"ו נכשל ווערן בג' עבירות חמורות, עד כדי כך אז ער האט זיך געמוזט אויסדרוקן "ואבואה אליה" דאס איז וואס ער האט געזאגט "אני בן פ"ד שנים ואימתי אעמיד י"ב שבטים", אז ביזט יעצט איז ער נאכנישט נכשל געווארן און ער האט נאכנישט געדארפט פאסטן קיין פ"ד תעניתים, אבער יעצט ווען ער איז אנגעקומען בבית לבן איז ער געווען אין אזא שפל המצב אז ער האט געמוזט זאגן "ואבואה אליה" ווייל אז נישט וועט ליידער מוזן זיין "אני בן פ"ד שנה (ער וועט ח"ו דארפן פאסטן פ"ד תעניתים) ואימתי אעמיד י"ב שבטים (אזוי וועט ער ח"ו נישט קענען מעמיד זיין קיין הייליגע שבטים) וועגן דעם האט ער געמוזט זאגן "ואבואה אליה",

דער זעלבע לאה וואס איז געווען "ועיני לאה רכות" ווי רש"י זאגט, וז"ל: שהיתה סבורה לעלות בגורלו של עשיו ובכתה, זי האט א גאנצן צייט געוויינט כדי זי זאל ח"ו נישט נכשל ווערן אנצוקומען צו א רשע, מיט דעם אלעם האט זי געזאגט פאר יעקב אבינו דעם אויסדרוק "אלי תבוא", וואס ווי באקאנט איז די הלכה "אשה שתבעה לבעלה בפה תצא שלא בכתובה", עכ"ז זעה מיר נאך נאכדעם אין פסוק אז נישט נאר ס'איז נישט געווען קיין פראבלעם דעם אויסדרוק, נאר גאר פארקערט אז בזכות זה וואס זי האט געזאגט "אלי תבוא" שטייט ווייטער וישכב עמה בלילה הוא, דרש'נט די גמרא אין מס' נדה פון די ווערטער "בלילה הוא" און עס שטייט נישט בלילה ההוא, אז הקב"ה סייעו ויצא משם יששכר, אז דער אייבערשטער איז געווען מיט לאה יענע נאכט און געהאלפן אז פון די "וישכב עמה" איז ארויסגעקומען יששכר וואס פון אים זענען ארויסגעקומען די לומדי תורה ווי עס שטייט "ומבני יששכר יודעי בינה לעיתים",

היוצא לנו מזה:
אז עס איז דא אמאל א מצב, וואס אפילו "דברים שהשתיקה יפה להן" דארף מען ליידער זאגן אפען ווי יעקב אבינו האט געזאגט "ואבואה אליה" און לאה אמינו "אלי תבוא", אויב מ'מיינט עס לשם שמים,

outspoken » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 6:02 pm

· #64596
מיר ווען אלע בעטן פאר דיר, מקנא די ערליכקייט פון דיר.

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 10:38 pm

· #64706
התרגשתי עד דמעות !

ועליכם השדכנים, בשטיבל שלנו, תמה תמה אקרא, מסתובב כאן גרוש מלא וגדוש בתורה ויראת שמים, ואף ספרי חסידות רגילים על לשונו, וכנראה גם נאה דורש ונאה מקיים, ואיה ה-רחל ואיה ה-לאה ?!,
ומכאן הקריאה יוצאת לכל השדכנים השומעים בקולנו, נא בכל לשון של בקשה, להציע להגרוש דידן, באישית, שידוכים נאים יפים ומתאימים, ואם רחל ולאה אינן מתרצות, יש לנסות אצל בלהה או זלפה או אצל שאר בנות ישראל הכשרות,
ואליך הרב הגרוש, יש לי ברכה אישית מעומק הלב- שבקרוב ממש תזכה לבנות בית נאמן בישראל, ולא יקרא עוד שמך גרוש בישראל, כי כי אם נשוי, כי עם אשה נשאת ותוכל,
ובעז"ה תתרשם לקאווע שטיבל בשמך החדש "נשוי", [ואז מתוך שמחה וחדוה לבך יתרחב ותוכל להעניק לייקים גם לאחרים...],

גרוש » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 10:49 pm

· #64711
ישר כח בנימין, האסט מיר ארויססגעברענגט די דמעות

חאצקל » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 10:56 pm

· #64713
גרוש
היא טפה ראשונה שלו

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 10:57 pm

· #64715
איך האב שוין גראדע פרובירט אנצוטראגן עטליכע שידוכים, און גלייבטס מיר איך זוך ווייטער.

גרוש, שיין, הארציג ביז טרערן! איך בין זיכער די שכינה הקדושה וויינט מיט מיט דיר.
דער הרופא לשבורי לב זאל שוין שיקן די ישועה בקרוב ממש, וימלא כל משאלות לבך לטובה, אמן.

גרוש » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 11:09 pm

· #64718
חאצקל וואס ווילסטו ארויסברענגען? ביי די וועי, דו ביזט נישט אין מאחורי יעצט

חאצקל » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 11:15 pm

· #64722
איך האב זיך באצויגן צו די דמעות וואס דו האסט דערמאנט מיט איין תגובה פאר דעם, און פאר א ווערטל גענוצט דעם לשון וואס דו ברענגסט פון רש"י

גרוש » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 11:22 pm

· #64726
מיינע דמעות איז ליידער נישט טפה ראשונה,

ביי די וועי ווען כ'האב עשריבן די ארטיקל האב איך געהאלטן נאך 35 מינוט וויינען אין איין צו, און ס'האט זיך געסטאפט ווען די טרערן האבן זיך אויסגענוצט אויף דעמאלטס אז כ'האב געמוזט גיין טרינקען, דערנאך האב איך מיר געזעצט שרייבן, דאס איז נאר די ערשטע עטליכע שורות פון די הקדמה

חאצקל » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 11:27 pm

· #64731
למה נקרא שמו גרוש, לפי שמגרש את יצרו ממנו.

זאל דער אויבישטער העלפן אז דיינע דמעות זאלן מאכן א "גֶרוֹש" אין הימל און דו זאלסט געהאלפן ווערן בקרוב ממש מיט כל משאלות לבך

גרוש » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 11:29 pm

· #64734
מגרש את יצרו אין די מצב, איז נישט מעגליך

חאצקל » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 11:40 pm

· #64740
איך ווייס איך ווייס

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 1:02 pm

· #64834
גרוש... דו זינגסט אויכעט?
ווער זינגט דאס?
אוי האב איך געלאכט און געוויינט..........

212.444.9191
ext. 8917

גרוש » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 1:50 pm

· #64845
שיינע ניגון, ווער איז די האטליין?

מיקוה נייעס » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 1:54 pm

· #64846
איך מיין אז דאס איז יואל ראטה ברסלב

בענדזשאמין פרענקלין » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 8:10 pm

· #64982
ספרתי לקרובי על המאמר שקראתי מאיזה רב גרוש, על מה שכתב מזוית ראיה שלו על פרשת נישואי יעקב עם רחל,
אמר לי אותו אדם תשמע חביבי לי יש זוית ראיה משלי על נישואי יעקב ורחל,
שאלתי אותו מה יש ? [ואקדים הקדמה קטנה אותו אדם היא מפגועי הסיסטעם שלנו, שכל יסוד "השידוך" שלו היה בזה ששני הוריהם אכלו קוגל מאותו צדיק, וכמדומה לי שגם שניהם מבני בניו של אותה חוטשא הידועה],
ענה לי כך: בא וראה מה בין דורת הראשונים לדורות האחרונים דורות הראשונים [יעקב ורחל] היה שייך שיאהב אדם את אשתו עד שהיה מוכן לעבוד בעבורה שבע שנים שלמות כדי לזכות בה, אבל בדורות האחרונים יש, [לא הרבה אבל יש], מי שמוכן לעבוד שבע שנים שנים כדי לפטור מאשתו,
דברים כדרבונות.

גרוש » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 9:05 pm

· #64999
זיער שיין,
אבער פארוואס שרייבסטו אויף דעם שפראך?

sunbar » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 11:33 pm

· #65040
ווי לאנג ער שרייבט גוט, לאז איך. 😉

ברסלבער » דינסטאג יאנואר 8, 2013 4:37 pm

· #78633
שמעקעדיג
גרוש... דו זינגסט אויכעט?
ווער זינגט דאס?
אוי האב איך געלאכט און געוויינט..........
212.444.9191
ext. 8917

מען האט עס נישט געקענט הערן לעצטנ'ס.
יעצט זעה איך אז זיי האבן עס צוריק געלייגט אויף ext. 896

גרוש » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 8:04 pm

· #160781
אזויווי מיר האלטן שוין נאכאמאל פרשת ויצא און עס איז ליידער נאך אלץ נוגע, ברענגן מיר עס ארויף

סאו וואט » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 10:43 am

· #160893
ס'דא א תשובה אין כתב סופר, דענק איך נישט די אדרעסס, א לימוד זכות אויף איינער וואס האט נישט פת בסלו, כגון גרוש, רווק,
אז מ'איז אים נישט מעניש אויף ז"ל.

האט איינער נאך אדרעססן לימודי זכיות פארן מוציא זיין ז"ל, ס'קען זיין נוגע און א גרויסע חיזוק פאר אלע וואס דארפן צוקומען דערצו.
אין ייטב לב שרייבער אסאך מאל לימוד זכות פארן מוציא זיין ז"ל אויב ס'ראטוועט אים פון נישט בועל זיין אן פרעמדע אשה.

גרוש » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 1:05 pm

· #237126
מיר האלטן שוין נאכאמאל פ' ויצא ועדיין לא נושעתי

ישמעאל הכהן » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 1:07 pm

· #237127
וויאזוי האט דער שטן כח צו טאנצן אזוי פיל אזוי נאנ-סטאפ? א מין רשע דער.

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 3:17 pm

· #237181
ר' גרוש: כאטש דיין בריוו איז דאטירט מיט צוויי יאר צוריק, האביך עס אבער ערשט יעצט געליינט. איז דער מצב אזוי. אויב איך וואלט געהאט א טאכטער (ח"ו) אין דיין מצב און אין דיין יארגאנג, וואלט איך שוין מסתמא מסכים געוועין צום שידוך. ווייל איך זעה אז דו ביסט א תלמיד חכם און דו זאגסט זייער שיינע תורות. אזוי אז ביים שבת טיש וועט מען קענען הערן אינטרעסאנטע פשט'לעך און דברי תורה אויף די פ' השבוע.
בכל אופן. איך ווינטש דיר ממעמקי לבי אז דער אייבישטער זאל העלפן אז דו זאלסט שוין טרעפן דיין זיווג בקרוב און לעיבן א לעיבן פון נחת. און ווי איך האב אמאל געהערט פון א רב ביי די תנאים פון א זיווג שני. ער האט געזאגט דעם (מאמר חז"ל)/פסוק?: "גדול יהיה כבוד הבית האחרון מכבוד הבית הראשון"... 😃
כ'האב מיך דערמאנט א מעשה, וואס כ'האב שוין פארציילט דא אין קאווע שטיבל. אז איך בין אמאל געגאנגען מיט מיין זוהן אויף א "באשוי" און דער (נישט-געווארענער, ב"ה) מחותן האט עים גענימען אויף זייער א שטרענגן פארהער. האביך מיך געוואלט אנרופן: ר' מחותן. איהר ווילט נעמען אן איידעם אדער אויפנעמען א רב???...!

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 3:24 pm

· #237187
😂 😉
חאצקל
איך האב זיך באצויגן צו די דמעות וואס דו האסט דערמאנט מיט איין תגובה פאר דעם, און פאר א ווערטל גענוצט דעם לשון וואס דו ברענגסט פון רש"י

😃 🙂 😉 😂 🙄 😳 😮
נ.ב.: כאטש איך האב אויפגעהערט מיט מיין מנהג צו ברענגען א באנטש מיט סמייליס, אבער דא האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטן. ואתכם (וועים ס'מאכט נערוועיז) הסליחה... 😂

משה פיטות » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 11:30 pm

· #237740
סאו וואט
ס'דא א תשובה און כתב סופר, דענק איך נישט דו אדרעסס, א לימוד זכות אויף איינער וואס האט נישט פת בסלו, כגון גרוש, רווק,
אז מ'איז אים נישט מעניש אויף זרע לבטלה.

האט איינער נאך אדרעססן לימודי זכיות פארן מוציא זיין זרע לבטלה, ס'קען זיין נוגע און א גרויסע חיזוק פאר אלע וואס דארפן צוקומען דערצו.
און ייטב לב שרייבער אסאך מאל לימוד זכות פארן מוציא זיין ז"ל אויב ס'ראטוועט אים פון נישט בועל זיין אן פרעמדע אשה,


איך ווייס נישט פין דעם כתב סופר אבער ליינט דעס, תגובה נחוצה בדבר תשובת כותב להתיר הוצאת זרע לנערים ובחרים.
levbassar.wordpress.com/2010/10/
איך זע נישט קיין חילוק פין א בחור אין א גרוש.

גרוש » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 7:52 pm

· #309460
מ'האלטן מיר שוין נאכאמאל פ' ויצא

וואלווי » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 8:00 pm

· #309594
ויצ"א תשע"ו איז בגימ' נרננה בישועתך ובשם אלקינו נדגל ימלא ה" כ"ל משאלותי"ך אכי"ר.

גרוש » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 4:27 pm

· #309733
די פרויען צינדן ליכט מיט א שמחה,
נאך א שבת צו פארברענגען מיט די מאן און מיט די קינדער,
מ'בעהט פאר נחת פון די קינדער,
נאך א לאנגע ווינטער פרייטאג צונאכטס, ווען מ'פארברענגט מיט די משפחה,


און איך זיץ ביים קאמפיוטער מיט נאסע אויגן,
נאך א לאנגע ווינטער פרייטאג צונאכטס,
און............................................................................
מיט ווערטער קעון מען עס נישט ארויסברענגען,


ווען וועט שוין זיין,
וואס די מדרש זאגט:
ויצא יעקב וגו' זש"ה בית והון נחלת אבות ומה' אשה משכלת,
ווען וועט זי שוין זאגן "אלי תבוא"
ווען וועט שוין זיין "עונות וכו' (בפרט די לאנגע ווינטער נעכט)


עס קומט שוין נאכאמאל חודש העשירי הוא חודש טבת ירח שהגוף וכו', ועדיין לא מצאתי מרגוע לנפשי,
אימתי אעמיד וכ' (רש"י די וואך)


איך דארף סטאפן שרייבן,
עס איז שוין כמעט די שקיעה,
עס ווערט שבת,
אבער די דמעות קען מען ממשיך זיין,

דוק ותשכח » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 4:27 pm

· #309905
Hello Rabbi,

"I would like to recommend you a book called, "Living Emuna

You will love the book.

Also, please stop using the name gurish, since you are reinforcing it and is becoming more and more permanent.

Finally, the way you look at yourself is how other see you.

So, if you look in the mirror and see gurish, others will also see that. But, if you see success , other will be pulled to you.

Just my two cents.

גרוש » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 4:43 pm

· #309910
im sorry to tell you,

איר רעדט נישט צו די זאך

גרוש » זונטאג דעצעמבער 4, 2016 9:26 pm

· #356196
הייליגע באשעפער
שוין פיהר יאר פון ווען כ'האב געשריבן די ארטיקל,

און די דמעות האט זיך נאך נישט אויפגעהערט,
וויפיל איז די שיעור,
ווער נאך ווי דו ווייסט, אז מ'קען נישט צוריק דרייען די זייגער,
דו ווייסט דאך אז מיר זענען נישט ביי די מדריגה פון יעקב אבינו צו זאגן "ראשית אוני"

וויזוי האסטו געלאזט אדורך גיין נאך פיר יאהר,

יעדע מינוט וואס גייט דורך דורך דיר קען מען נישט צוריק דרייען,
דו ווייסט דאס בעסער פון מיר,
פארוואס לאזטו דורך נאך א מינוט און מאף און נאך א מינוט און נאך א מינוט,
האסט פון די מינוטן געמאכט שעות,
פון די שעות טעג,
פון די טעג יארן,
פון די יארן נאך א יאר און נאך א יאר און נאך א יאר,

און עס איז נאאמאל די סדרות,
ועיני לאה רכות,

מיינע אויגן זענען שוין מיד און דורך געווייקט און ווייעך פון אזויפיל דמעות,
אזויפיל יאר וואס מ'קוקט ארויס אויף דעם "ורחל היתה יפת תואר ויפת מראה"

זיץ מיר שוין דעם צעהנטן ווינטער, אין די לאנגע נעכט און לעכצן , מתי יגיע

עת לאהוב
עת לחבק
עת רקוד
עת לשמוח

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 4, 2016 11:04 pm

· #356203
גרוש: דו האסט מיך שטארק דערשראקן. מיין הארץ האט שוין אנגעהויבן זייער שטארק צו קלאפן. און איך האב מיך אפגעשטעלט אויף א מינוט צו דערכאפן מיין אטעם. ס'איז כמעט געווען אזוי ווי דער מדרש ברענגט ביי שרה אמנו (איך רעד נישט פון איהר אלס ווייב. נאר אלס מאמע.) ווען דער שטן איז געקומען און איהר פארציילט אז איהר בן יחיד יצחק איז געשאכטן געווארן...כמעט. נאר ביז דאמאלס איז שוין געווען פרחה נשמתה... 😢

דו שרייבסט אין דיין תגובה און דו לייגסט אראפ ווי שיין ס'איז אין די לאנגע ווינטער'דיגע נעכט פון שבת ווען די גאנצע משפחה פארברענגט צוזאמען. און דו פארברענגסט פרייטיג צו נאכטס ביי דיין קאמפיוטער מיט פארטרערנטע אויגן. האביך מיך אזוי שטארק דערשראקן. און כ'האב נישט געוואוסט צו אונזער גרוש איז ח"ו א גוי וועלכער פארשטעלט זיך פאר א איד. אזוי ווי דער גוי מיט'ן פאני טעיל וועלכער קומט אריין אין שומרי שבת שול צו שנארן. פארשטייצעך מיט א קאפל אויפן קאפ. צוגעטשעפעט מיט באבי פינס. און ער קען 4 ווערטער אידיש....צדקה. און ווען דער עולם זאגט קדושה, שטעלט ער זיך צו אזוי ווי א יעדער און זאגט קדוש,קדוש, קדוש...! אדער איז דער גרוש א וואוילער איד. נאר ר'איז א בדחן וואס האטציך פארשטעלט ווי א גוי. (אזוי ווי שלום דיען, למשל.) ניין איך דזשאדזש איהם נישט. אבער איך בין שאקירט ווען איך זעה אדער הער אז א איד וועם איך קען און האלט חשוב איז ח"ו מחלל שבת...!

ביז איך האב ווייטער געליינט ווי דו שרייבסט אז ס'איז שוין באלד די שקיעה...! דאמאלס האב איך מיך בארואיגט. אבער כ'האב שוין געמוזט גיין כאפן א גלעזל בראנפן און צוויי טיילענאל. (אדער 2 גלעזלעך בראנפן מיט איין טיילענאל.) כדי צו דערכאפן א ביסל מייון הארץ...!

אנא ממך. איך בעט דיך טייער גרוש. נעקסט טיים זאלסטו מיך (און אנדערע אידן) נישט אזוי שטארק דערשרעקן. ערב שבת איז ערב שבת און פרייטיג צו נאכטס איז שבת קודש. די צוויי גייען נישט צוזאמען. יישר כח למפרע....

ממני ידידך הדורש שלומך וטובתך ומצפה לישועה בקרוב ממש.

הק' בערל בעל עגלה... 😂 😎

גרוש » פרייטאג דעצעמבער 9, 2016 4:24 am

· #356679
און מיר האלטן שוין נאכאמאל עש"ק לסדר "ואבואה אליה"
פיר יאר שפעטער,
די ריאה איז שוין יעצט די צענטע מאל זייט............
ווען וועט שוין זיין די זמן?
רייסט איין

גרוש » מוצ"ש דעצעמבער 10, 2016 7:34 pm

· #356733
אינטערסאנט,
כ'האב היינט באקומען א עלי' ביי די פרשה,
כ'האף עס איז א שטארקע סימן

berlbalaguleh » מוצ"ש דעצעמבער 10, 2016 7:49 pm

· #356735
גרוש:טייערער גרוש.דו זאלסט נאר זעהן נישט צו באקומען אן עליה וואו ס'ענדיגט זיך מיט'ן פסוק...ויוסף היה בבית האסורים...!
ס'איז געוען א מעשה ביים הייליגן ריזשינער, ווען ר'האטציך געטראפן מיט עפעס אן אנדער'ן צדיק. און דער אנדערע רבי האט געליינט און דער ריזשינער האט געהאט אן עליה. און דער רבי האט געענדיגט דעם פסוק פאר'ן ריזשינער. און דער ריזשינער האטציך שטארק דערשראקן. דאס איז געווען מיט בערך 10 יאר פאר ער איז געווארן ארעסטירט דורך די צארישע רעגירונג איבער דעם בילבול וואס מ'האט געמאכט אויף איהם...!

אייז קריעם » מוצ"ש דעצעמבער 10, 2016 9:21 pm

· #356740
א חבר מיינער זאגט מיר ער שפירט מיט זיין ווייב ווי ער איז אין א jail..... 😂
אפשר געב אים דוקא יא דארטן אן עלי'...

מיש-נייעס » זונטאג דעצעמבער 11, 2016 7:20 pm

· #356791
פרעג איהם אויב ער וואלט יעצט געקענט באשטיין צו זיין "די אלטע בחור"
וואס עס איז דא אזעלכע
מדארף אכטונג געבן וואס מען רעדט
קוק אדם הראשון איז גווען א כפוי טובה, די ווייב די ווייב... און קוק וואס מען ליידט וועגען דעם

מיש-נייעס » מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 7:09 pm

· #356883
סאו וואט
ס'דא א תשובה און כתב סופר, דענק איך נישט דו אדרעסס, א לימוד זכות אויף איינער וואס האט נישט פת בסלו, כגון גרוש, רווק,
אז מ'איז אים נישט מעניש אויף ז"ל.

האט איינער נאך אדרעססן לימודי זכיות פארן מוציא זיין ז"ל, ס'קען זיין נוגע און א גרויסע חיזוק פאר אלע וואס דארפן צוקומען דערצו.
און ייטב לב שרייבער אסאך מאל לימוד זכות פארן מוציא זיין ז"ל אויב ס'ראטעוועט אים פון נישט בועל זיין אן פרעמדע אשה


דורש מקור?