אידישקייט ? אדער א היימישער קולטור
93 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3700
אידישקייט ? אדער א היימישער קולטור
עירובין דף נג עמוד ב דף היומי שבוע שעבר:
רבי יוסי הגלילי הוה קא אזיל באורחא אשכחה לברוריה אמר לה באיזו דרך נלך ללוד אמרה ליה גלילי שוטה לא כך אמרו חכמים אל תרבה שיחה עם האשה היה לך לומר באיזה ללוד.
אין אידיש : ר יוסי הגלילי איז געפארן אויפן וועג צו לוד האט ער געפרעגט ברוריה וויאזוי קומט מען אן קיין לוד? האט זי אים געענפערט גלילי שוטה! האבן די חכמים דען נישט געזאגט אל תרבה שיחה עם האשה ? וואלסט געדארפט פרעגן ווי איז לוד ? און שוין.
לאמיר צולייגען די מעשה אויף קליינע טעלערליך. ר׳ יוסי הגלילי איז געפארן אויפן וועג צו לוד און האט זיך פארבלאנדשעט. האט ער אנגעהויבן צו פרעגן דירעקציעס, יא! ער אליין! בכבודו ובעצמו ער׳ט נישט געשיקט זיין הויז בחור/ גבאי און געבליבן זיצן אין וואגן אונטערן קאסטום מעיד פלארעסנט לייט, און מעיין געווען אין א ספר.
נאר אליינס זיך געשטעלט מיטן ווייסן בעקיטשע און טילעפ ביים פרשת דרכים, ביי די הייוועי ביים בי קיו אי און געפרעגט דיירעקשאנס.
און וועמען האט ער געפרעגט, א חבר ?ניין!
א גאז סטאנציע ארבייטער ? ניין!
סחם א א גא ? ניין!
נאר וועמען יא? נישט קיין אנדערן ווי ברוריה גאר! יא! ברוריה, די רעבעצין פונעם רשכבה״ג דער תנא ר׳ מאיר די מוסטער פון כל כבודה בת מלך פנימה פונעם דור, איר פרעגט ער! ער האט זיך נישט געמאכט ווי ער זעהט איר נישט און איר איגנארירט מרוב טהרתו קדושתו נאר פשוט און פראסט אליין צוגעגאנגען פרעגן דירעקציעס פונעם גרעסטן רעבעצין אינעם דור איר הערט א מעשה ?
וועלכע וועג קומט מען אן צו לוד ? האט אפגעקלונגען די שאלה אינעם חלל פונעם פרשת דרכים.
איך פארשטיי נישט, פארוואס זאל אים בכלל בייפאלן אז א אידישע פרוי זאל קענען דירעקציעס צו ״לוד״ ? קענט איר אפשר א פרוי וואס קען די וועג צו לוד /די מאונטענס/מאנראו/ מאנסי אדער בארא פארק? ניין איך קען נישט אזא פרוי, צו מעיסיס? דאס יא! דאס ווייס איך א סאך פרויען וואס קענען די וועג. צו זשימבריס , לארד אין טעילאר , אמעריקען גירלס, יא! אבער צו לוד? ר׳ יוסי הגלילי׳ס דעסטינאציע ! וואס איז שוין געווען דארט אין לוד אז ס׳זאל בכלל זיין אינטערסאנט פאר אן אשה כשירה אויב ר׳ יוסי האט געוואלט אהין אנקומען צו קענען די וועג אז זי זאל אפילו אינאכט-נעמען וויאזוי אנצוקומען אהין?
און ברוריה! זי האט זיך בכלל נישט דערשראקן, נישט געווארן אומבאקוועם, נישט אנגעהויבן צו שטאמלען און רויט ווערן, נאר צוריק געענפערט מיט א פרעכן קאנפידענס, נישט ווי א פרוי וואס איז געכאפט אין סורפרייז אז א פרעמדע מאן האט איר עפרויטשט. דאכט זיך פונם סיגנון המעשה זעהט מען איז זי שוין געווען געוואוינט צו אויסטוישן ווערטער און פארקערן מיט איר מאנס חברים.
וואלט איר אודאי געקענט טראכטן און זאגן יא יא! זי איז געווען א ליבעראלער, א פאמוניסט, זי האט זיך אנגענומען פאר פרויע׳נישע רעכטן, זי האט געהאלטן אז פרויען זענען אויך אן אינטעגראלער חלק פון סאסייאיטי מיט אקווילע רעכטן.
לאמיר זען... וואס ענפערט זי פאר ר׳ יוסי הגלילי, גלילי שוטה! וואס רעדסטו צו מיר מיט אזא אריכות הלשון? גיט זי אים אריין. וועלכע וועג קומט מען אן צו לוד האסטו געזאגט? זאג בלויז ״וואו איז לוד״ שרייט זי מיט פאטאס! האבן דען נישט די חכמים געזאגט אל תרבה שיחה עם האשה?
פארשטיי איך אזוי, זי! באנוצט זיך מיט אזעלכע אזשאקטיוון ווי שוטה! און זי איז אים מסביר באריכות מיט זאפט במתק לשונה ווי בקיצור ער וואלט ווען געדארפט רעדן צו איר, וואס גייט דא פאהר?
אגב, דערמאן איך מיר יעצט גירסה דינקותא פון מיין כתה ד׳ רבי, אין פרשת נח דרוקט זיך די תורה אויס מיט אן אריכות הלשון ״ואת החיה אשר איננו טהורה״ וואלט ווען געדארפט שטיין בקיצור החיה הטמאה? נאר די תורה וויל אונז לערנען צו רעדן בלשון נקיה אפילו ס׳איז אן אריכות הלשון.
וואלט מיר אינטערסאנט געווען צו וויסן אויב סקומען זיך צוזאם די צוויי פאראדאקסן אויפאמאהל צו דער אל תרבה איז גובר אדער דער לשון נקיה איז גובר. שוין, דאס איז אן אנדערע שמועס. ואכמ״ל.
עכ״פ וואס קענען מיר ארויסנעמען פון די גאנצע שמועס איז אזוי.
די אפגעטיילטקייט פונעם מין זכר ונקבה ביי די אמאליגע איז געווען אויסגעבויעט אויף די זאך אליינס נישט מיט הוספות נישט מיט גרעון, דהיינו , די חכמים זאגן אל תרבה שיחה איז אל תרבה דייקא! רעדן וואס פעלט זיך אויס ,זיך וואוסענדיג מאכן , זיך אויפפירן מענטשליך זיכער יא! פארוואס דען נישט, די חכמים האבן דאס נישט געזאגט. די חכמים זאגן אויך נישט צום פרוי אל תרבה שיחה עם גבר נו פארוואס זאל ברוריה נישט אריין געבן ר׳ יוסי׳ן וואס קומט אים מיטן פולסטן זין פון איר נאטורליכען געשמאק וואס זי פארמאגט און איר וועג פון רעדן.
ביי אונז קען זיך מאכן מענער פרויען וואס איגנארירן זיך איינער דעם צווייטן מיטן גרעסטן מאס טיפשות אין איגנארענץ וואס איז נאר פארהאנען .
זי שלעפט זיך אראפ די טרעפן מיט א דאבל טרעקטור טרעילאר א.ק.א. באגי באא און דער זייט זענען דא דריי עלטערע וואס טאנצן אויף איר און שלעפן איר צוזאמען מיטן וויהאקעל דעם פארקערטן ריכטונג. און ער! זעט נישט און ווייסט נישט. גייט זיך ווייטער זיין וועג מיטן טעלעפאן צוגעשמידט צו זלמן ווידער! און איר פאלט ניטאמאל ביי צו בעטן הילף פון אים דאס איז ניטאמאל די לעצטע אפציע.
פארוואס איז דאס אזוי?
ווייל אונזער אידישקייט איז געווארן א וואן סייז פיט אלל קולטור, מיר טוען אזוי פארוואס? ווייל יעדער טוט אזוי!
מ׳וועט ענדערש דאווענען מנחה ביחידות ווייל מ׳האט נישט פונקט קיין רעקל און מ׳שעמט זיך אריינצוגיין אין שול אזוי.
וואס זאגט דאס? דאס זאגט אז פונקט ווי דער היפסטער יאפפי האט א וועי אף לייף א אייגען אויסגעבויעטע קולטור אזוי האבן מיר אזא אידישער מצוות אנשים מלומדה׳דיגער קולטור איך וועל נישט צוגיין העלפן די נעבעך׳דיגער אומבאהאלפענע פרוי מיטן קערידש ווייל ווייל...... איך וויל נישט זיין אנדערש! קיינער טוט דאס נישט, איך קען נישט זיין היימיש גענוג מיט פרעמדע פרויען צו פירן בשותפות א קערידש אראפ אפאר טרעפן דאס איז אן אויסגעשלאסענער זאך און פארטיג.
איי די תורה זאגט עזוב תעזוב עמו, ואהבת לרעך כמוך, העלף ארויס א צווייטע איד/ אידענע ס׳איז פונקט אזא מצווה ווי בלאזן שופר ראש השנה מ׳וואלט געמעגט גיין אין מקוה פאר דעם .
אבער ווער קערט פאר די מינערוויכטיגע זאכן סך הכל דארף איך אריין בלענדן אין מיין קאמיוניטי טוען לייטישע שידוכים זיין א נארמאלע מענטש זיך פירן ווי דער קולטור זאגט און פערטיג. אויב איז דאס אויסגעהאלטן על פי תורה מה טוב ומה נעים און אויב נישט זאל דער אייבישטער זיך רוקן אין א זייט פארן קולטור..
אויב וואלט הערשעל קלאר געלעבט אין יענע צייט מיינסטע אז רבי יוסי וואלט צוגעגאנגען צו ברוריה?
היינט איז נישטא אידישקייט ביים היימישן ציבור. האסט עס גוט ארויסגעברענגט.
איר זאגט פערל רייד. גראדע כסדר ווען איך זעה ווייבלעך שלעפן די קערידשעס פינף שטאק שבתים אין מיין בילדונג ווילט זיך מיר צולייגן א האנט אבער איך האלט מיר צוריק איך האב מורא דאס ווייבל וועט רויט ווערן כאילו איך רוף איר אין מיין בעדרום אריין, זוך איך נישט קיין כבוד. דאס משוגעת איז אויף ביידע זייטן מחיצה.
כל דבריך נכונים, אלא שקשה להתגבר על זה ווייל די ווייבלעך האבען די זעלבער פראבלעם, כמ"ש בן תמליון. איך שטוין יעדעס מאל פון פריש אז איך דארף קלינגען מיין חבר און זיין ווייב הייבט אויף די טעלעפאן ווי זיי מיינט אז זיכער אויב וועט זי רעדן צו מיר איין נארמאלער ווארט אן אזוי מורמלען אינטער די נאז אז איך בין איר שוין..
לעצם דברי ברוריה, לאזט זיך טראכטען אז זי האט גאר געמיינט דא מעורר זיין אויף די אבסורד פון די הוראה פון אל תרבה שיחה. ואכמ"ל. האט מען שוין דא ערגעץ צונומען ברוריה דא אין שטיבל? טאקע די פעמיניסט, די פרוי וואס האט געשטויסען תלמידים, געטענה'ט אז נשים זענען נישט דעתן קלות, און לויט רש"י בסוף קאמיטעד סאיסייד ווען איר מאן האט איר אונטערגעשטעלט א נסיון וואס זי איז נישט בייגעשטאנען.
לעיקוואדכל דבריך נכונים, אלא שקשה להתגבר על זה ווייל די ווייבלעך האבען די זעלבער פראבלעם, כמ"ש בן תמליון. איך שטוין יעדעס מאל פון פריש אז איך דארף קלינגען מיין חבר און זיין ווייב הייבט אויף די טעלעפאן ווי זיי מיינט אז זיכער אויב וועט זי רעדן צו מיר איין נארמאלער ווארט אן אזוי מורמלען אינטער די נאז אז איך בין איר שוין..
לעצם דברי ברוריה, לאזט זיך טראכטען אז זי האט גאר געמיינט דא מעורר זיין אויף די אבסורד פון די הוראה פון אל תרבה שיחה. ואכמ"ל. האט מען שוין דא ערגעץ צונומען ברוריה דא אין שטיבל? טאקע די פעמיניסט, די פרוי וואס האט געשטויסען תלמידים, געטענה'ט אז נשים זענען נישט דעתן קלות, און לויט רש"י בסוף קאמיטעד סאיסייד ווען איר מאן האט איר אונטערגעשטעלט א נסיון וואס זי איז נישט בייגעשטאנען.
ניין, מ'האט נאך נישט דיסקאסד ברוריה דא (כפי מה שהעלה גוגל שליט"א), טאקע א פיינער טאפיק פאר אן אשכול. און אז דו דערמאנסט שוין איר סאסייד מפי רש"י וועל איך שוין דערמאנען אז ר' בני לאו אין חכמים האט א שיין ווארט אויף דעם נושא, נאר ליידער געדענק איך עס נישט אויסעווייניג.
זייער שיין ר' מאטי, כדרכך מאז ומקדם.
שוין יארן וואס איך טראכט די זעלבע, און אומר ועושה! עטליכע יאר צוריק האב איך געדרייווט אין קרית יואל נעבן די גראסערי, און פלוצים איז געווארן שווארץ דער הימל מיט געדעכטע וואלקענעס, און א בליץ און א דונער, און עס האט אנגעהויבן גיסן... זעה איך ווי אין די זייט וואקט א היימיש ווייבל מיט 3 קליינע קינדערלעך, און שלעפט זיך מיט עטליכע גראסערי בעגס, און עס ווערט איר טונקל פאר די אויגן... איך האב זיך תיכף אריענטירט, אפגעשטעלט מיט דרייסטקייט (טראץ וואס איך ווייס אז דער וועד הצניעות וואלט נישט געווען צופרידן), אויפגעמאכט די פענסטער, און געשריגן אז זי זאל אריינקומען מיט אירע קינדער... זי האט געקווענקלט, אבער איך האב איר געזאגט זי זאל קומען, איך וועל איר אפטראגן אהיים. זי האט זיך געכאפט דערצו און איז תיכף געקומען צו לויפן מיט אירע קינדער אין מיין קאר, און איך האב איר אהיימגעפירט (ערגעץ לעבן אורשיווע... געפילטע, אפשר דיין רעבעצין?). כ'בין דאך נישט ערגער ווי א טעקסי דרייווער! און א חסיד שוטה ווילעך אויך נישט זיין.
די פרוי האט מיר נישט געענדיגט באדאנקען, און איך האב הנאה געהאט אז מיין שכל הישר האט גובר געווען מיין בושה רעה, און איך האב נאך צוגעלייגט לעילוי נשמת א נאנטן, עס זאל זיין א נייחא לנשמתו.
איך האלט אז יעדער זאל טון דאס זעלביגע (חוץ אויב האט מען ערנסטע פראבלעמען דערמיט ברוחניות). עס איז תורה'דיג, שכל'דיג און מענטשליך.
גיימיר יעצט בעטן פאר רעגן!
א קאר האסטע שוין..?
לאמיר מאכן א מאוומענט מיטן נאמען "חרדיש אבער נארמאל" מ'וועט צוזאמנעמען אונטערשריפטן מאכן באמפער סטיקערס, ארויסגעבן א סידי , און שוין
מאטי, שיינע שריפט גוט ארויסגעברענגט דיין מיינוג.
אבער דיין פארגלייך צום אמאל איז מעגליך נישט ריכטיג, לאמיר זיך מסביר זיין,
אמאל איז אויך פארגעגאנגען אין די דאמעטארי ישיבות וואס גייט היינט פאר? אמאל האט מען אויך געדארפט מורא האבן פון טעקס מעסעדש אזוי ווי היינט?
אמת אז לגבי די מצווה פון עזוב תעזוב ביסטע גערעכט, אבער די שולד ליגט אויף די פרויען, ווייל ע״פ רוב ווילן זיי נישט אקסעפטן די העלפ וואס מען אפערט זיי, אבער לגבי דיין מיינוג קעגן האבן אזא דראסטישע וואנט בין מין למין, ביזטע לדעתי נישט גערעכט, עס פעלט אויס לפי המצב הדור.
בדחן, עפן אפאר היסטאריע ביכער, וועסטו זען וואס איז אמאל פארגעגאנגען.
איך ווייס, אבער דאס איז געווען מיט גאנץ כלל ישראל?
היינט צוטאגס דארף גאנץ כלל ישראל רחמים, אמאל אפילו עס איז געווען וואס עס איז געווען איז נאך געווען והיה המחנה הנשאר לפליטה.
יא. דאס איז געווען מיט גאנץ כלל ישראל, פון די סלתה ביז די שמנה און אלעס אינצווישן. מיינסט אז דאן איז מען געווען אימיונט צום נאטורליכן יצר? און מיט דעם אלעם איז נישט בייגעפאלן פאר קיינעם אזוי צו ראדיקאליזירן די סעגרעגאציע ווי היינט. און מיין נישט אז סאיז אזוי פשוט אז היינט איז טאקע בעסער. לפעמים איז גוט אז מען לאזט די גאט - געבענטשטע נאטור אומגערירט. ויש מקום גדול לומר דהיינו טעמא פון דאס וואס עס גייט פאר אין די דארמיטארי'ס לעומת אמאל. וד"ל.
האסט יעצט ביים שרייבען דיין תגובה ערפינדען א נייע מציאות אז דאס וואס מען ליינט און די מעשה ביכלעך בעיקר איבער די קליינע דערפער, איז באמת פארגעקימען ביי גאנץ כלל ישראל, דערנאך ניצטע דיין נייע ערצייגטע פאקט אנציווייזען כאילו אז דאס איז די סיבה אז היינט טויג נישט.
מאך נישט קיין מעשות וועסטע האבן ווייניגער קשיות.
מאטי, הערליך אראפגעלייגט!!!
דריי קליינע הערות.
ערשטענס איז ר' יוסי הגלילי לכאורה נישט געווען קיין רבי מיט א טיליפ, נאר ער איז געווען א תלמיד, העכסטענס א כולל יונגערמאן. ממילא האט ער געמעגט אליינס בעטן פאר דירעקשאנס.
צווייטענס, ברוריה איז נישט געווען סתם א פרוי, זי איז געווען די אלטע רעביצן. און מיר האבן דאך א כלל אז רבי'שע נקבות כזכרים דמיין. ממילא האט ער געקענט רעדן מיט איר.
דריטענס, זי האט געקענט דירעקשאנס ווייל זי האט געקוקט מאפעס אין די בית הכבוד אזוי עס איז זיך נוהג אדמו"ר מוויזניץ מאנסי, כידוע, כדי נישט נכשל צו ווערן מיט הירהורי תורה.
אויף א סיריעס נאוט, מען דארף זיך אנגארטלן מיט עזות דקדושה און זיך אויפפירן מענטשלעך ווען מען קומט אין בארירונג מיט פרויען, און נישט ווי א בהמה. אויב די פרוי האט א פראבלעם דערמיט זאל זי אפזאגן די הילף, אבער מיר דארפן טון וואס איז ריכטיג און מענטשלעך, אזוי ווי עס פאסט פאר בני מלכים. וכן אנו נוהגין.
לעיקוואדהאט מען שוין דא ערגעץ צונומען ברוריה דא אין שטיבל? טאקע די פעמיניסט, די פרוי וואס האט געשטויסען תלמידים, געטענה'ט אז נשים זענען נישט דעתן קלות, און לויט רש"י בסוף קאמיטעד סאיסייד ווען איר מאן האט איר אונטערגעשטעלט א נסיון וואס זי איז נישט בייגעשטאנען.
דאכצעך אז יצחק בוקסבוים שרייבט איבער איר
אין זיין בוך וועגן גרויסע אידישע פרויען. איך בין נישט זיכער.
[ציטאט אראפגענומען]
ווער איז קורמאן? וואו שרייבט ער?
הוגהווער איז קורמאן? וואו שרייבט ער?
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/32">viewtopic.php?f=5&t=32</a><!-- l -->
וואלט מיר אינטערסאנט געווען צו וויסן אויב סקומען זיך צוזאם די צוויי פאראדאקסן אויפאמאהל צו דער אל תרבה איז גובר אדער דער לשון נקיה איז גובר. שוין, דאס איז אן אנדערע שמועס. ואכמ״ל.
מהרש"א דארט (פסחים ג) איז שוין מעורר די סתירה פון עיקם הכתוב צו "לעולם ישנה אדם לתלמידו דרך קצרה (היפך עוז והדר)", לויט דבריו שם, איז דרך קצרה אוודאי בעסער. נאר אויף איין פלאץ האט די תורה מאריך געווען, כדי צו ווייזן די חשיבות פון לשון נקיה. (אגב, ס'דא עפעס א ר' פנחס קאריצער אויף יענע גמרא, פארוואס די גמרא ברענגט א שפעטערע פסוק, ווען ס'שטייט שוין פריער "איננה טהורה".)
לאמיר מאכן א מאוומענט מיטן נאמען "חרדיש אבער נארמאל" מ'וועט צוזאמנעמען אונטערשריפטן מאכן באמפער סטיקערס, ארויסגעבן א סידי , און שוין
געגאנגען:
א וויידל-שטריימעל איז נארמאל? ניין
ווילד געוואקסענע בארד איז נארמאל? ניין
לאנגע זייטיגע לאקין איז נארמאל? ניין
נשים מגולחי ראש איז נארמאל? ניין
נאר "היימישע" הכשרים איז נארמאל? ניין
נישט קענען שפת המדינה איז נארמאל? ניין
פאראויס פארשריבענע קליידונג אויסוואל, פאר מענער און פרויען, איז נארמאל? ניין
רבנים, אן קיין סמיכה, פירן קהילות איז נארמאל? ניין
עסקנים אן קיין נעמען איז נארמאל? ניין
א.א.וו. יותר ממה שקריתי לפניכם.. וכו'. א גוטע נאכט
א קפידה נישט צו חתמ׳נען איז נארמאל ?
וואס פארשטייסטו נישט... ר' מאיר איז דאך געוועהן אן אויפגקלעטער, ער האט געלערט ביי זיין OTD רבי אחר מיטן אויסרייד תוכו אכל קליפתו זרק, מען איהם אפילו באטיטלט מיטן צונאמען אחרים. זיין רעבעצין ברוריהניו האט זיך אבער פעסט אנגענומען פאר איר מאן'ס כבוד און ווען זי האט נאר געהאט א געלעגנהייט האט זי באזידעלט איר מאן'ס מתנגדים כמו שכתוב. זי האט אפילו באקומען א ווייך הארץ כלפי די OTD שקצים, יתמו חטאים ולא חוטאים האט זי געטענהט.
וואסי נייעס...
שמעקעדיגזייער שיין ר' מאטי, כדרכך מאז ומקדם.
1+
שמעקעדיגזי האט זיך געכאפט דערצו און איז תיכף געקומען צו לויפן מיט אירע קינדער אין מיין קאר, און איך האב איר אהיימגעפירט (ערגעץ לעבן אורשיווע... געפילטע, אפשר דיין רעבעצין?). כ'בין דאך נישט ערגער ווי א טעקסי דרייווער! און א חסיד שוטה ווילעך אויך נישט זיין.
ס'געוען דיך? זי זאגט אז דו האסט צוריקגעקוקט אין שפיגל א גאנצע צייט, שוין, שכויעך עניוועיס.
לעניננו, נישט איינמאל איז מיין אפפער ארויסצוהעלפן מיט קערידזשעס צוריקגעוויזן געווארן מיט א זויערע מינע, און געציילטע מאל אינגאנצן איגנארירט געווארן. אבער דאס האלט מיר נישט אפ פון טון וואס איז נארמאל, זיי זענען משוגע, נישט איך.
אבי גערעדטלאמיר מאכן א מאוומענט מיטן נאמען "חרדיש אבער נארמאל" מ'וועט צוזאמנעמען אונטערשריפטן מאכן באמפער סטיקערס, ארויסגעבן א סידי , און שוין
"חרדיש אבער אידיש"
דעת תורהבדחן, עפן אפאר היסטאריע ביכער, וועסטו זען וואס איז אמאל פארגעגאנגען.
ווי למשל תנ"ך.
לאמיר זיך נאך איינמאל פראבירען מסביר צו זיין.
אמאל איז מען געווען מער צושפרייט, עס זענענן געווען מער שותומ״צ ווי היינט, דערפאר אפילו אויב גאנצע שטעט און דערפער אידן זענענן רח״ל געגאנגענן א גאנג און זענענן געווארען אפגעפארען, איז נאך אלץ געווען ערגעץ אויפן כדור העולם גרעסערע שטעט פון ווי אידשיקייט זאל אויפבליען און וואקסן, משא״כ היינט צוטאגס ווען כלל ישראל איז צענטריט און פיר פינף מקומות זאל השי״ת בעסער פריער שיקען משיח אויב ער וויל האבן צו וועם.
עירובין ס"ה.
@מאטי קנאקעדיג As always 👍.
@בדחן, שלא מן הענין, וואנדערט איר אריין צו דארמעטאריס מיט טעקסט מעסעדשעס. קוקט אויס איר האט נישט פארשטאנען איבער וואס מאטי רעדט. י"ב שבטי קה מיט צושלאכעטע העמעדער אנג'חזר'ט ווי א מאפע, אפענע הויזן זיפערס וואו ציצית הענגט ארויס באקוועם, און ברוין פארשמירטע פענימער,אזש קיינער האט א ספק אז זיי פאסטן. טאנצן זיי א צעווילדעוועטן קעדאטשקע אינצווישן וואס זי דארף עפענען מיט איין האנט דעם שבת שלאס, וואכן שלאס, שליסל שלאס, נומער שלאס, ריגל שלאס, הענטל שלאס, קייטעלע שלאס. און מיטן אנדערע האנט דארף זי ווארענען, גלעטן, פראסקענען, און האלטן צאללאזע געשוואלענע בעגס. און ווי פון הכנות ברעטל ארויס, קומט א יונגערמאן מיט אן אפגעגאלטן הוט אראפגעדריקט ביזן נאז, איין הענטלדיגע פארקלעבטע פארשטויבטע ברילן, און היפט טרעפ ווייל ער יאגט זיך צו כאפן שחרית נאך פאר מנחה גדולה. נישט נאר וואס ער וועט לאזן דעם פרוי אומבאהאלפן, וועט זיך דער פרוי זאגאר דארפן ריקן אין א זייט, און אז נישט וועט ער נאעווען און פיסקעווען.
@שמעקעדיג, איך ווייס נישט צו איר זענט געוועזן סארקאסטיש מיט דעם לעילו נשמת, אבער איך וועל בתמימות נעמען די שאנס אז דו האסט איר עס טאקע געזאגט.
איך זיך שוין לאנג דעם אינגערמאן וואס געט היטשעס פאר בחורים צו האבן א חלק אין זייערע לערנען, און יעצט דו וואס איז זיך מרחם אויף אן אומבאהאלפענעם פרוי אינמיטן א שלאקס רעגן, און שפירט זיך אומבאקוועם איר ארויסצולאזן אן זיכער מאכן אז דאס איז געוועזן א מיטל צו ערהייבן א געוויסע נשמה.
אנטשולדיגט מיר זייער, כ'האב קיין אהנונג פון וואו דער משוגעת צו טוהן מצוות נישט פשוט און גראב צו העלפן א צווייטן, נאר מיט באדינונגען און זכותים קומט.
יואב די לויפט נישט אויס פון מליצה׳לעך ממש ווי דער פאפא מעין מקוה, ווי קאנסטרוקציע אויפן בי קיו אי , ווי דאנאלט טראמפ צו משגעת.
ווי יואב צו מליצה׳לעך 👍 👍
אגב בדחן האט מודה געווען אינעם עזוב תעזוב אפילו אריבער די מחיצה, סך הכל האט ער דיסאגריד צום מהלך וואס האט לויט אים אויסגעקוקט ווי מ׳וויל דא אראפרייסן די חומת המפסקת בין זיכרא לנוקבא און צוגעברענגט די דארמעטאריס אלס א ראיה ווי ס׳קוקט אויס אן חומת. בדחן א יא?
אויך קענסטו נישט פארלאנגען פון א קרית יואלער יונגערמאן ביים ארויסוהעלפן א פרוי צום ערשטען מאהל דאס צו טון בלויז לשמה אזוי ווי א יאנג איזראעל איד וואלט דאס געטון you got to give him some time for that
יואב
@שמעקעדיג, איך ווייס נישט צו איר זענט געוועזן סארקאסטיש מיט דעם לעילו נשמת, אבער איך וועל בתמימות נעמען די שאנס אז דו האסט איר עס טאקע געזאגט.
איך זיך שוין לאנג דעם אינגערמאן וואס געט היטשעס פאר בחורים צו האבן א חלק אין זייערע לערנען, און יעצט דו וואס איז זיך מרחם אויף אן אומבאהאלפענעם פרוי אינמיטן א שלאקס רעגן, און שפירט זיך אומבאקוועם איר ארויסצולאזן אן זיכער מאכן אז דאס איז געוועזן א מיטל צו ערהייבן א געוויסע נשמה.
אנטשולדיגט מיר זייער, כ'האב קיין אהנונג פון וואו דער משוגעת צו טוהן מצוות נישט פשוט און גראב צו העלפן א צווייטן, נאר מיט באדינונגען און זכותים קומט.
איך פארשטיי Nישט גענוי Vאס דו Zאגסט.
יעדע מצוה קען מען טון לעילוי נשמת. נישט אזוי?
אויב דער לעילוי נשמת שטערט דיר, נעם ארויס די שורה פון די מעשה'לע. עס איז נאר געווען א טפל און איז נישט נוגע צו דעם נושא וואס מ'שמועסט דא.
איך האב זיך שוין לאנג געווינדערט וואס איז דאס ״לעילו נשמת״, סקען זיין אז סדארף א אשכול פאר זיך
וויפיל איך האב גלערנט ווייסך איך אז די רגע וואס די נשמה גייט ארויס פון א מענטש איז פאניטא מקען שוין גארנישט אויפטאן-זהו, דא קומט מען מיט א נייע המצאה, אז אויב דיינער א אייניקעל אדער ווער אימער געט א פרוטה פאר צדקה איז אטאמעטיקלי גייט דיין נשמה ארויף צו א העכער פלאץ און סווערט נענטער צו גאט, ווי איז דער מקור דערפון? ווערט עס דערמאנט אין גמרא,שו״ע, און בכלל וואס איז דער שכל דערפון דער מענטש-נשמה טוט גארנישט און פלוצלינג בומפס באקומסט שכר ווייל איינער אויף דער וועלט האט געטון עפעס גוטס, ועוד קשה לי, וויפיל נשמות גייען העכער מיט איין מעשה, למשל קען איך ביים לערנען משניות אדער צדקה אינזין האבען 50 נעמען און אלע גייען דערפאר עפעס באקומען? וועט יעדער באקומען שכר מלא אדער סגייט פערפארשענעל, יעדער א חלק ?
די זעלבע איז אויך מיט די לעכט מעשה,
איך מיין אז די ערשטע ענין איז עפעס יא אנגענומען ביי גאנץ כלל ישראל משא״כ די לעכט איז נישט אזוי אנגענומען אין די ליטווישע חדר
ס'איז א קלארע חז"ל, ברא מזכה אבא. גענוג מעשיות ווייסן מיר פון גדולי ישראל דערוועגן.
דאס איז דאך דער גאנצער ענין פון לערנען משניות מיט די אלע תפלות נאכדעם פאר א נפטר/ת, און דער ענין פון קדיש זאגן.
שווער צו פארשטיין, אבער דאס איז א חסד ה' אז מען קען דאס טון. מען קען מזכה זיין א נפטר מיט מצוות ומעש"ט.
איך בין מסכם צו וואס אימער, איך וויל אבער לעבען אין א קלארקייט איך האב פיינט צומישעניש, איך פארשטיי אז א מענטש אליין קען נישט טון לאחר מיתה, איז עס אבער קלאר הכל מודים אז א צווייטער קען יא? דעמאלס איז מיר אסאך רואיגער...
סאיז מיר נאכנישט קלאר צו נאר א קינד קען טון, צו א פרעמדער אויך?
וואס איז די גאנצע שמועס דא. מ'דארף דאך סייוויסיי טוהן וואס מ'דארף.
יא לע"נ, נישט לע"נ, וואסי חילוק?
אויב ס'איז אן עילוי נשמת פב"פ, געשעהט דאס אפילו אן כוונה (נישט מסתבר אז מיין כוונה שפילט א ראלע)
אויב נישט, איז אוודאי דיין כוונה ווערט-לאז.
קאווע דאס איז דאך א חלק פון מיין שאלה, ועוד את״ל אז סארבעט נאר מיט כוונה אזוי ווי מזעהט ביי אנדער מצוות, איז די שאלה ווערט מיט דעם פארמינערט א חלק פון מיין שכר, אדער סאיז בבחינות Buy 1 and get 2 ?
ווען איך האב נאר אנגעהויבען רעדן דערפון אין בהמ״ד איז געבליבען אז סאיז העכערע זאכען וואס אונז פארשטייען נישט, אבער איך טריי עס נישט אוועק צומאכען, איך וויל אבער פשט וויסען די גיידליינס וואס העלפט פאר וועמען אין וויפיל העלפט עס, מוז מען פארדעם אלט זיין 40 צו פארשטיין (בערך די עדזש וואס אונזערע אידען פארלירען די אפעטיט צו לערנען פרישס און זענעןשוין האלב רעדי צו שטארבען)? אדער אינגעלייטלעך מעגן אויך וועלן פארשטיין עז לאנג עס מרעדט מיט רעספעקט ? (איך ציטער פשוט פון הרב בדחן)?
קינות גירושין אבער איך טריי עס נישט אוועק צומאכען, איך וויל אבער פשט וויסען די גיידליינס וואס העלפט פאר וועמען אין וויפיל העלפט עס, מוז מען פארדעם אלט זיין 40 צו פארשטיין (בערך די עדזש וואס אונזערע אידען פארלירען די אפעטיט צו לערנען פרישס און זענעןשוין האלב רעדי צו שטארבען)? אדער אינגעלייטלעך מעגן אויך וועלן פארשטיין עז לאנג עס מרעדט מיט רעספעקט ? (איך ציטער פשוט פון הרב בדחן)
@ קינות, נישט וויסען א ענין איז נישט פון די דריי הארבע עבירות אויך נישט פון די שבע מצוות בני נח, דע ענין פון ליכט ווערט נאך דערמאנט אין די הלכה, לפי זכרוני אויך אין די גמרא,
__
און אנדערע אשכולות שרייבסטע מיט א זעלטענע פלאכן מוח בדרך זולזל קעגן אדמו"ר רבינו הקדוש מסאטמער זצ"ל, כאילו ער איז געאנגענן אין איין חדר מיט דיר, אדער ער זאל האבן א שייכות מיט דיינע פראבלעמן, אדער כאילו די האסט א מושג משיג צו זיין מוח און די פארשטייסט אז די האסט די רעכט צו רעדן בדרך זולזל קעגן א גדול,
עס איז מיין מיינוג אז רעדן קעגן סיי וועלכע גדול שלא בדרך כבוד איז א סימפטאן פון איינע פון די פאלגענדע צוויי פראבלעמן, 1} נישט צי קליג און מען איז נישט משיג ערך עצמו, אדער 2} זייער שוואך אין יודשקייט און מען איז גרייט צו שרייבען שטותים אבי אז מען האט אויסגעפירט און געשריבען קעגן א גדול,
און ווי איך האב דא געשריבען לדעתי האט יעדער א רעכט צו זיין מיינוג, די האסט א רעכט צו רעדן קעגן גדולים וצדיקים, און איך האב א רעכט אנצוריפען די מחלה ביים נאמען, דערפאר האב איר דארט געשריבען מיין מיינוג, סליחה.
בדחן
כאילו די האסט א מושג משיג צו זיין מוח
עס איז מיין מיינוג אז רעדן קעגן א גדול שלא בדרך כבוד איז א סימפטאן פון איינע פון די פאלגענדע צוויי פראבלעמן, 1} נישט צי קליג און מען איז נישט משיג ערך עצמו, אדער 2} זייער שוואך אין יודשקייט און מען איז גרייט צו שרייבען שטותים אבי אז מען האט אויסגעפירט און געשריבען קעגן א גדול,
אויסער גאט אליינס, יתברך שמו, קען מען - אפשר נישט יעדער, אבער קלוגע מענטשען - משיג זיין א צווייטענסט מוח. בפרט אז ער האט איבערגעלאזט זיין תורה בכתב ובעל פה, און תלמידים הגונים, איז דא אויף צו בויען.
עס איז מיין מיינונג, אז נישט צו קענען פארדייען נייעס אויף אייגען פאראויס אפגעמאכטע פאקטן איז איינע פון די פאלגענדע צוויי פראבלעמען 1) נישט צו קליג און מען איז נישט משיג ערך עצמו, אדער 2) זייער פאלטש אין יודשקייט, און מען איז גרייט צו גלייבן אין שטותים אבי מ'קען האקן אויף א צווייטען.
קאווע טרינקעראויסער גאט אליינס, יתברך שמו, קען מען - אפשר נישט יעדער, אבער קלוגע מענטשען - משיג זיין א צווייטענסט מוח. בפרט אז ער האט איבערגעלאזט זיין תורה בכתב ובעל פה, און תלמידים הגונים, איז דא אויף צו בויען.
מען קען נישט, עס איז נישט מעגליך אז מיר אונזערע היינטיגע איי פאון דור זאלן פארשטיין און משיג זיין א מוח פון א דור פריער, און צוויי דורות צוריק האבן נישט משיג געווען וואס דורות פריער האבן פארשטאנען,
בכלל, צו זאגען אז מען קען אלעס פארשטיין איז טייטש אז די קענסט משיג זיין צי א א ראשון אדער גאר א תנא.. עס איז נאון סענס צו טראכטען אזוי.
לאמיר זיך פראבירען בעסער מסביר זיין מיט א שאלה: פארוואס קען נישט דער חת"ס זיך קריגען מיט א ראשון? פארוואס זענענן אלע הלכות ביי כלל ישראל ביז היינט צוטאגס געבויעט אויף די וואס זענענן געווען פריער, און יעדער פראבירט אויף זיין דרך מסביר צו זיין ווי אזוי ער פארשטייט וואס דער פריערדיגער האט געשריבען??
בדחןעס איז מיין מיינוג אז רעדן קעגן סיי וועלכע גדול שלא בדרך כבוד איז א סימפטאן פון איינע פון די פאלגענדע צוויי פראבלעמן,
1} נישט צי קליג און מען איז נישט משיג ערך עצמו, אדער
2} זייער שוואך אין יודשקייט און מען איז גרייט צו שרייבען שטותים אבי אז מען האט אויסגעפירט און געשריבען קעגן א גדול.
איך מעג צולייגן נפיחה משלי? איך האב נאך צוויי אפציעס
3} מיר האבן מקובל פון אונזער עלטערן און רבנים אז מ'קען רעדן אויף אנדערע רבנים.
4} ווער ס'איז ביי אייך א "גדול" איז נישט מוכרח אז ער איז ביי מיר אויך א "גדול".
געפילטע פישווער ס'איז ביי אייך א "גדול" איז נישט מוכרח אז ער איז ביי מיר אויך א "גדול".
יא, דאס איז א מהלך וואס טייל שרייבער דא האבן אנגענימען
און איך האב עס דא בעסער מסביר געווען, און עס איז זיכער אז קיינער רעדט נישט אויף קיין גדול מען מאכט אים קודם אויס גדול דערנאך רעדט מען אויף אים.
שו"ת פאר הדור.
בדחן טייערע, דא איז נישט ראדני אדער 13 הופער ווי מדארף יעדע מאל וויינען ווען מען דערמאנט סאטמערע רביס נאמען, דא דרייען זיך אינגעלייט וואס ווילען רעדן רעספעקטפול צעווישען זיך אן זיין ביזי יעדע מאל צו באטוטלען יעדע ערליכע איד וואס ווערט דערמאנט,
און אז די קענסט נישט רעדן מיט רעספעקט צו אונזערע חברים, איז גלייך אז די זאלסט ריקאנסידערען אויב דא איז דיין פלאץ
איך בין נישט מזלזל און קיין שום ערליכע יוד, נאר איך האב ליב צו רעדן פון דעות אן ווערן עקסיידעד פון טיטלן וואס מענטשען ווילען ארויף פאקען אויף עם.
ועוד ברענג מיר נישט אריין וואס איך שרייב אין אנדערע אשכולות קענסט דארט מיגב זיין אז די ווילסט .
איך קען זעהן אז ביי דיר און הארץ לאכסטו, און יבוא יומו די וועסט שרייען קאלווואר, ווי האט עטץ נישט געכאפט אז מיין נאמען בדחן איז פשוטו כמשמעו, און איך בין נאר דא ענק אונטער צוהייצען אז מזאל דורך מיינע רייצענישען ווערן ווילדער און שנעלער קומען צום תכלית הנרצה פון דעם שטיבעל.
אנאנים, אויב געדענק איך גוט רעדט ער לאו דוקא פון די נושא, ער ברענגט בעיקר ארויס אז די גדולים וואס זענען געווען שארף און מבקרים (בתוכם רעכנט ער טאקע אויס דער מהרש"ל) זענען ווייניגער אנגענומען געווארן ביי כלל ישראל ווי די אנדערע, און בנוסף לזה זענען זיי אליין נישט ניצול געווארן פון קיין טעותים טאקע בעת'ן משיג זיין (אויף פריערדיגע...) אז זיי האבן זיך טועה געווען.
דו ווילסט מכחיש זיין שמש בצהריים? יעדער בר בי רב דחד יומא ווייסט אז א אמורא קען נישט קריגן אויף א תנא, א תנא פון די לעצטערע דורות קען נישט קריגן אויף די ערשטע תנאים, וכן באמוראים אחרונים כמה פעמים מותבינן תיובתא מאמוראים ראשונים ולא מתרצין גברא אגברא קרמית, דער מהרש"ל טאקע קריגט קיינמאל נישט אויף קיין ראשונים,נאר אויף עטוואס פריערדיגע ווי זיין דור. לא אכחיש אז דער ענין איז א פארצווייגטער, והדעות והכללים בזה רבו כמו רבו, דאך איז אוודאי דא דער קאנצעפט אז די פריערדיגע קענען נישט קריגן אויף קיין שפעטערדיגע.
קינות, וויט אל די ריספעקט טו יו, אבער די ריספעקט צו דיר שטייט היבש ווייניגער ווי עווריטש עמך איד האט צו די רבי'ס און צו די גדולים, א מענטש מיט רעספעקט ארקענט ווער עס איז העכער פון אים, ווער עס האט מער אקמפלישט פון אים, א דור פריער, מער פארשטאנד, דאס איז אלעס זאכען צו וואס מען האט ריספעקט, און דאס שטייט העכער ווי פון איין ניק צו א צווייטען, בתקווה לבנה, אבער ווילסט איבער פרעגען טו עס אין אישי.
דעת תורה דו ווילסט מכחיש זיין שמש בצהריים? יעדער בר בי רב דחד יומא ווייסט אז א אמורא קען נישט קריגן אויף א תנא, א תנא פון די לעצטערע דורות קען נישט קריגן אויף די ערשטע תנאים, וכן באמוראים אחרונים כמה פעמים מותבינן תיובתא מאמוראים ראשונים ולא מתרצין גברא אגברא קרמית, דער מהרש"ל טאקע קריגט קיינמאל נישט אויף קיין ראשונים,נאר אויף עטוואס פריערדיגע ווי זיין דור. לא אכחיש אז דער ענין איז א פארצווייגטער, והדעות והכללים בזה רבו כמו רבו, דאך איז אוודאי דא דער קאנצעפט אז די פריערדיגע קענען נישט קריגן אויף קיין שפעטערדיגע.
גוט ארויסגעברענט, און עס איז א מאדענע אז מען דארף עס אפילו מסביר זיין,
בדחןגעפילטע פישווער ס'איז ביי אייך א "גדול" איז נישט מוכרח אז ער איז ביי מיר אויך א "גדול".
יא, דאס איז א מהלך וואס טייל שרייבער דא האבן אנגענימען
און איך האב עס דא בעסער מסביר געווען, און עס איז זיכער אז קיינער רעדט נישט אויף קיין גדול מען מאכט אים קודם אויס גדול דערנאך רעדט מען אויף אים.
עקזעקטלי! כ'האב געוויסט דו וועסט פארשטיין דערצו. גענוי וואס מאנכע טוען ווען זיי ווילן אראפרייסן רב קוק אדער הרב שטיינמן, קודם מאכט מען עם אויס גדול, דערנאך מעג מען שוין האקן אויף זיי.
געפילטע פישבדחןגעפילטע פישווער ס'איז ביי אייך א "גדול" איז נישט מוכרח אז ער איז ביי מיר אויך א "גדול".
יא, דאס איז א מהלך וואס טייל שרייבער דא האבן אנגענימען
און איך האב עס דא בעסער מסביר געווען, און עס איז זיכער אז קיינער רעדט נישט אויף קיין גדול מען מאכט אים קודם אויס גדול דערנאך רעדט מען אויף אים.
עקזעקטלי! כ'האב געוויסט דו וועסט פארשטיין דערצו. גענוי וואס מאנכע טוען ווען זיי ווילן אראפרייסן רב קוק אדער הרב שטיינמן, קודם מאכט מען עם אויס גדול, דערנאך מעג מען שוין האקן אויף זיי.
אנטשולדיגט, כדי עס זאל נישט אויסזען כאילו איר טוט מיר באשולדיגען דערמיט וויל איך זיך קלאר מאכען
איך האב דא גערעדט מיטען גרעסטן ריספעקט בנוגע רב שטיינמאן, זיך עס נאך אויב עס איז נוגע, און בנוגע קוק האב איך בסך הכל נאכגעזאגט אויף אים דאס וואס רוב רובם רבנים האבן געזאגו אויף אים, איך וועל אבער נישט מוסיף זיין נופך משלי, און איך וועל נישט ניצען מיין דעת צו רעדן קעגן א צווייטען גדול אפגעזען פון וועלכע קרייז.
רוב רבנים זענען געווען קעגען רב קוק זי"ע??????????
די רבי זכותו יגן עלינו שרייבט דאך קלאר אז מ'גייט נישט נאך רוב.........................
בדחןקינות, וויט אל די ריספעקט טו יו, אבער די ריספעקט צו דיר שטייט היבש ווייניגער ווי עווריטש עמך איד האט צו די רבי'ס און צו די גדולים, א מענטש מיט רעספעקט ארקענט ווער עס איז העכער פון אים, ווער עס האט מער אקמפלישט פון אים, א דור פריער, מער פארשטאנד, דאס איז אלעס זאכען צו וואס מען האט ריספעקט, און דאס שטייט העכער ווי פון איין ניק צו א צווייטען, בתקווה לבנה, אבער ווילסט איבער פרעגען טו עס אין אישי.
בדחן טייערע אין אישי וויל איך נישט, ספעלט זיך מיר אויס דעם תאוות הניצחן ברבים!, איך וועל אבער גובר זיין אויף מיינע תאוות, אין דא אויפן סטעדזש וועסטו בלייבען מיטן לעצטען ווארט enjoy it
און וואס טוט זיך אויב איך אין דעם דור זעהט א גדול פון פריערדיגען דור זיך קריגען אויף א גדול פון פריער פריערדיגען דור.
בד״וו דער אשכול איז פארדרייט געווארן,נישט אז ס׳גייט מיר אן אבער כ׳האב׳ס געזען ביי די גדולים דא אין שטיבל וואס זענען דא געווען פאר מיר.
moti107און וואס טוט זיך אויב איך אין דעם דור זעהט א גדול פון פריערדיגען דור זיך קריגען אויף א גדול פון פריער פריערדיגען דור.
קומסט אריין אומקלאר, זיי בעסער מסביר דיין שאלה, אויב מעגליך גיב א דוגמה צו פארשטיין ווי וואס און ווען.
איך האלט אז אלו וקלו וכו' ולא פליגי. א פריערדיגער קען מאכן א טעות, א מענטש איז א מענטש, אבער מען דארף נאך אלץ רעדן מיט רעספעקט פאר גדולים, סיי אלס כבוד התורה, כבוד הצדיקים, און כבוד פון צענדליגער טויזענטער אידן וועלכע האבן זיך סומך געווען אויף די צדיקים, געווענליך זענען זיי געווען פועל ישועות, אויסגעהארעוועטע אידן, און ס'איז נישט מער ווי פשוט'ע דרך ארץ צו רעדן מיט רעספעקט. מורא רבך כמורא שמים מיינט נישט דווקא וועמען "איך" האלט פאר א רבי, נאר יעדער אנערקענטער גדול וועלכער איז מרביץ תורה.